זכרונות: מחנה רב טוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אבער וואו איז די בארג. אפשר קען איינער אנצייגן אויף גוגל מעפס וואו עס כאפט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אין די בעק פון די פרייע פעלד
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

אוי עס ברענגט מיר זכרונות

מאיז געקומען אין קעמפ האט מען געטראפען די גרויסע טרעילער מיט די פעקלעך אינטען נעבען ביהמ"ד שערי חיים
קיינער האט עס נישט אפגעלאדענט האבען די קינדער אנגעפאנגען צו שלעפען

אלע באקסעס זענען געלעגען האלב אדער אינגאנצען צופליקט מ'האט געדארפט אויפזוכען די שברים און זיך ארויפשלעפען צו די באנגס
דאס איז געווען די קבלת פנים

און יא,די שפראך איז געווען כסדר עפעס מיט א פאטש א פליק וכדומה

דאס איז געווען אין צייטען ווען מ'האט אפילו נישט געקענט אהיימקאלען[אפשר טאקע פארדעם האט דאס געקענט אנגיין]

פון סעלפאנס האט מען נאכנישט אפילו געחלומט ,אבער אפילו היים טעלעפאנס האט א גרויסער עולם אין די קאנטריס נישט געהאט
האט מען געדארפט קאלען אין די פאבליק פאון פון די קאנטרי און האפען א אידענע זאל רחמנות האבען און טרעפען דיין מאמע
די בתקול אין די פאבליק פאון האט כסדר פארלאנגט נאך און נאך דיימס...ענדלעך דיין מאמע איז צוגעקומען קענסטו נישט הערן קיין ווארט ווייל אין "דיינינג רום " דינערט זיך יעצט מ'זינגט והערב...
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

ס'איז דא אזויפיל צו פארציילען אבער נאך איין נקודה פאר יעצט

די אטמאספערע פון שמייסען ,פליקען וכדומה, די שטרענגע אומפריינדליכע צוגאנג צו די קינדער האט זיך אפגעשפיגעלט פון אלע איינגעשטעלטע, פון די אלטע לאגער געליטענע מלמדים ביז די יונגע שלאף רביס
עס איז געווען אז קינדער האבען עפעס געדארפט פון א קלייניקייט ווי א קנעפל ביז א חיזוק ווארט וכדומה און עס איז נישט געווען כמעט קיינער מיט א געפיל צו א קינד
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

שמואל בארג האט געשריבן:די מעשה מיט די פארלוירענע חדר ווערט איבערגע'חזר'ט דורך ר' דוד יעדן זומער עטליכע מאל

די מעשה וואס ר׳ דוד דערציילט יעדע יאר איז מיט די חדר פין ר׳ משה בראך
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אינטער שמש האט געשריבן:ס'איז דא אזויפיל צו פארציילען אבער נאך איין נקודה פאר יעצט

די אטמאספערע פון שמייסען ,פליקען וכדומה, די שטרענגע אומפריינדליכע צוגאנג צו די קינדער האט זיך אפגעשפיגעלט פון אלע איינגעשטעלטע, פון די אלטע לאגער געליטענע מלמדים ביז די יונגע שלאף רביס
עס איז געווען אז קינדער האבען עפעס געדארפט פון א קלייניקייט ווי א קנעפל ביז א חיזוק ווארט וכדומה און עס איז נישט געווען כמעט קיינער מיט א געפיל צו א קינד


גראדע מיינע שלאף רבי'ס זענען געווען זייער וואויל. איינס ליגט מיר נאך גיט אין די ביינער.

די נקודה וואס די רירסט אן איז לאו דוקא א קעמפ אישא, עס איז בעצם די חינוך אטמאספערע אין די פריערדיגע יארן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

איר געדענקט ווי ר' יודל האט געמאכט קידוש פרייטיג נאכמיטאג מיט'ן הוט אויפען מייק ? און נאך די סעודה איז מען געגאנגעם דאווענען מנחה וקב"ש און...שלאפען
מודהאני
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

טראק דרייווער האט געשריבן:
אינטער שמש האט געשריבן:ס'איז דא אזויפיל צו פארציילען אבער נאך איין נקודה פאר יעצט

די אטמאספערע פון שמייסען ,פליקען וכדומה, די שטרענגע אומפריינדליכע צוגאנג צו די קינדער האט זיך אפגעשפיגעלט פון אלע איינגעשטעלטע, פון די אלטע לאגער געליטענע מלמדים ביז די יונגע שלאף רביס
עס איז געווען אז קינדער האבען עפעס געדארפט פון א קלייניקייט ווי א קנעפל ביז א חיזוק ווארט וכדומה און עס איז נישט געווען כמעט קיינער מיט א געפיל צו א קינד


גראדע מיינע שלאף רבי'ס זענען געווען זייער וואויל. איינס ליגט מיר נאך גיט אין די ביינער.

די נקודה וואס די רירסט אן איז לאו דוקא א קעמפ אישא, עס איז בעצם די חינוך אטמאספערע אין די פריערדיגע יארן.


לכאורה רעדט איר פון איטליכע יאר שפעטער .........

איר כאפט ניטאמאל די מושג וואס די קינדער זענען דורך......
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די מעשה מיט די פארלוירענע חדר ווערט איבערגע'חזר'ט דורך ר' דוד יעדן זומער עטליכע מאל

די מעשה וואס ר׳ דוד דערציילט יעדע יאר איז מיט די חדר פין ר׳ משה בראך


געווענליך פלעגט ער פארציילן צוויי מעשיות
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די מעשה מיט די פארלוירענע חדר ווערט איבערגע'חזר'ט דורך ר' דוד יעדן זומער עטליכע מאל

די מעשה וואס ר׳ דוד דערציילט יעדע יאר איז מיט די חדר פין ר׳ משה בראך

ר' משה האט זיך פארלארן מיט זיין קינד און א נעפיא, נישט מיט זיין חדר.

די קערידזש האט ער איבערגעלאזט ערגעץ אינצווישן צוליב'ן זיך מיטשען מיט'ן עס שטיפן, האט ער עס איבערגעלאזט און געטראגן דאס קינד אויף די האנט. דאס איבערלאזן דעם קערידזש האט ארויסגעברענגט א שרעק ווי פארשטענדליך. ער האט געהערט ווי מ'רופט'ם און ער האט צוריק געענטפערט, אבער דא איז געווען 2 טעותים, איינס מען האט אין קוים געגיבן צייט צו ענטפערן, און צווייטענס ער האט געהאלטן אין איין שרייען "יא", ער'ז הייזעריג געווארן פון אזויפיל שרייען און מען האט אים מער נישט געהערט.

צופרי ווען עס'ז ליכטיג געווארן האט ער געטראפן דעם וועג ארויס צום בעק ראוד און ארויס צום 52 ווי א דורכפארער האט אים באמערקט.

ביי ר' משה בער לאנדא'ס מעשה האט ער געדענקט וואס צו טאהן, קודם האט ער געווארט ביז מען האט אויפגעהערט שרייען זיין נאמען, נאכער האט ער מיט די קינדער צוזאמען געשריגן "ה' לי ולא אירא". דאס האט געגיבן א גרעסערע געלעגענהייט צו קענען קאנסעטרירן וואנעט די ענטפער קומט.
אוועטאר
וועקסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:10 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועקסלער »

New Microsoft PowerPoint Presentation.jpg
New Microsoft PowerPoint Presentation.jpg (94.74 KiB) געזען 2181 מאל
אוועטאר
וועקסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:10 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועקסלער »

אוועטאר
וועקסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:10 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועקסלער »

דרך אגב די בחורים קעמפ האט זיך געשפירט ליפטיגער ווי פון נעפאנעק נישט געוויסט צו אלס א דמיון אדער.....
יעצט זעה איך אז עס איז בערך 600 פיס העכער די ים פלאך ווי פון נעפאנעק
camps.jpg
camps.jpg (80.04 KiB) געזען 2169 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וועקסלער האט געשריבן:דרך אגב די בחורים קעמפ האט זיך געשפירט ליפטיגער ווי פון נעפאנעק נישט געוויסט צו אלס א דמיון אדער.....
יעצט זעה איך אז עס איז בערך 600 פיס העכער די ים פלאך ווי פון נעפאנעק
camps.jpg

נאכאלס זייער אינטערסאנט די ביטערע הוימידטי וואס איז דא אסאך מאל אין יונגעל קעמפ.

די "שפיץ פון בארג" וואס די האסט געברענגט דאס ברענגט מיר אויף גאר נאסטאלגישע זכרונות, ווען מ'פלעגט זיך אלס קינד ארויפשלענגלען אויף די עף. די. ער. אדער פאללאק'ס ראוד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

יישר כח פאר די בילדער פון די שפיץ בארג.
ווען די ביימער וואלטן ווען געקענט רעדן.
ווען די בערג וואלטן ווען געקענט שרייען.
ווען די בלעטער וואלטן ווען געקענט שמועסן.
אוי וואלט מען געהערט פון זיי, אסאך אסאך.
האסט מיך צוריק געברענגט צו זיסע זכרונות, מיר זענען דארט געווען כמעט א יעדן טאג (בעסער האבן מיר דאך נישט געהאט), יעדן טאג איז מען געגאנגן דורך א אנדערע וועג -מען האט פריער דערמאנט צוויי נעמען - אויך איז געווען א וועג מיטן נאמען AT&T, די לענגסטע און גרינגסטע (אלץ די בערג) איז געווען עף, די, אר, מ'האט געשמועסט אז די וועג האט געמאכט די חדר פון הרב ר' בנציון אינדיג ז"ל וואס זיין חדר איז געווען די לעצטע חדר דארט טיף אין די וואלט דארט ווי עס פאנגט זיך אן די "מאנטענס".
פאר די אינגלך וואס האבן ליב געהאט צו גיין אויף די מאנטענס, איז די מאנטענס געווען א ישועה.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

וועקסלער האט געשריבן:https://www.google.com/maps/place/45+Sportsman+Rd,+Napanoch,+NY+12458/@41.7615181,-74.3857763,409m/data=!3m1!1e3!4m5!3m4!1s0x89dcdd22a44f9973:0x951c4ddbf680fb0c!8m2!3d41.7609253!4d-74.3826181

אז דו האסט שוין געגעבען די לונק האבעך געקוקט אלע פיקטשורס פון דארט, איך קען נישט מאכען א לינק דערפון אבער געטס א בליק דערויף....
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

וועקסלער האט געשריבן:דרך אגב די בחורים קעמפ האט זיך געשפירט ליפטיגער ווי פון נעפאנעק נישט געוויסט צו אלס א דמיון אדער.....
יעצט זעה איך אז עס איז בערך 600 פיס העכער די ים פלאך ווי פון נעפאנעק
camps.jpg


איך זיך א בילד פין די 2 שטאקיגע "טרי האוז" אין וואלד...
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

דערמאן איך מיך ווי איך פלעג שטיין ביים געיט נאך די חדרים פאר שעות און מען האט געהערט ווי מען לערנט זיך שיסן.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איינע פון די "לאגער" איבערלעבעניש אדער וואס.. אגאנצן ליבן טאג געברויכט הערן דעם "פע-קאוי" נאך און נאך... כ'בין געקומען אין קעמפ פאר אביסל מנוחה פון די רוישיגע סיטי גאסן ברויך מען הערן שטענדיגע שיסערייען.. און נישט סתם, נאר אזוינע מאסיווע נערוו-שטערנדע אויפרייסן...

איינע פון די זאכן וואס כ'בענק זיך "נישט" צוריק...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פליגל האט געשריבן:ר' משה האט זיך פארלארן מיט זיין קינד און א נעפיא, נישט מיט זיין חדר.

די קערידזש האט ער איבערגעלאזט ערגעץ אינצווישן צוליב'ן זיך מיטשען מיט'ן עס שטיפן, האט ער עס איבערגעלאזט און געטראגן דאס קינד אויף די האנט. דאס איבערלאזן דעם קערידזש האט ארויסגעברענגט א שרעק ווי פארשטענדליך. ער האט געהערט ווי מ'רופט'ם און ער האט צוריק געענטפערט, אבער דא איז געווען 2 טעותים, איינס מען האט אין קוים געגיבן צייט צו ענטפערן, און צווייטענס ער האט געהאלטן אין איין שרייען "יא", ער'ז הייזעריג געווארן פון אזויפיל שרייען און מען האט אים מער נישט געהערט.

צופרי ווען עס'ז ליכטיג געווארן האט ער געטראפן דעם וועג ארויס צום בעק ראוד און ארויס צום 52 ווי א דורכפארער האט אים באמערקט.

ביי ר' משה בער לאנדא'ס מעשה האט ער געדענקט וואס צו טאהן, קודם האט ער געווארט ביז מען האט אויפגעהערט שרייען זיין נאמען, נאכער האט ער מיט די קינדער צוזאמען געשריגן "ה' לי ולא אירא". דאס האט געגיבן א גרעסערע געלעגענהייט צו קענען קאנסעטרירן וואנעט די ענטפער קומט.

ווי מיר געדענקען איז דאס געשען אין דערילענד.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יא
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אחרון של פסח האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער פון די שפיץ בארג.
ווען די ביימער וואלטן ווען געקענט רעדן.
ווען די בערג וואלטן ווען געקענט שרייען.
ווען די בלעטער וואלטן ווען געקענט שמועסן.
אוי וואלט מען געהערט פון זיי, אסאך אסאך.
האסט מיך צוריק געברענגט צו זיסע זכרונות, מיר זענען דארט געווען כמעט א יעדן טאג (בעסער האבן מיר דאך נישט געהאט), יעדן טאג איז מען געגאנגן דורך א אנדערע וועג -מען האט פריער דערמאנט צוויי נעמען - אויך איז געווען א וועג מיטן נאמען AT&T, די לענגסטע און גרינגסטע (אלץ די בערג) איז געווען עף, די, אר, מ'האט געשמועסט אז די וועג האט געמאכט די חדר פון הרב ר' בנציון אינדיג ז"ל וואס זיין חדר איז געווען די לעצטע חדר דארט טיף אין די וואלט דארט ווי עס פאנגט זיך אן די "מאנטענס".
פאר די אינגלך וואס האבן ליב געהאט צו גיין אויף די מאנטענס, איז די מאנטענס געווען א ישועה.


שיינע זכרונות

ר' בנציון אינדיג ז"ל'ס חדר איז נישט געווען דארט, נאר ווי באקאנט פלעגט ער זייער אסאך טראגן זיין חדר אויף א "וואק" צו די שפיץ מאונטענס איז עס נקראת על שמו
קוקט דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 11#p943911
דרך אגב, זעה איך אז זיין יארצייט איז נעקסטע וואך, ב' ר"ה, יהא זכרו ברוך
Dodo
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dodo »

ווי קען מען פארגעסן פרייטאג ווען ר' יעקב שלמה האט גיברענגט די שבת פעקלעך. ר אלי דוד האט גיטיילט די גרויסע קוקיס אדער רינעדיגע קאקאש קעיק מיט מעלאנע שבת נאכמיטג. די מאמאנט האט לעצטענס גיהאט א ביישרייבונג וועגן ר' יוסל רייך ז"ל אין קאמפ כדי צו ליינען
BTW איך האב גיהאט אסאך קאלעקט קאלס צי די מייק
אין גישטאנען אויפען סטעידזש מיט א איבער גידרייטען טעלער אויפען קאפ
אוועטאר
פרנס העיר
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:47 pm

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס העיר »

שמואל בארג האט געשריבן:די מעשה מיט די פארלוירענע חדר ווערט איבערגע'חזר'ט דורך ר' דוד יעדן זומער עטליכע מאל

די מיינסט די מלמד ר' מ.ב.ל ?
ווען איר מאכט פלענער מאכט עס ביטע מיט א בליי!
מודהאני
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: זכרונות: מחנה רב טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

דער שפאלער זיידי.. ווער דארף נאך וועדזשעטעבעלס...
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”