דער אמאליגע פוילישע 'גורער שטיבל' אין וויליאמסבורג מיט אירע חשובע מתפללים

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

וכאן הקריאה יוצאת, אז ווער עס קען זאל ביטע אליין ארויף לייגען אדער אריין שיקען און מיר וועלען עס ארויף אריין לייגען, א שטיקעל ביאגראפיע איבער די מתפללים אין גור.

אויב איינער קען נישט שרייבען איז ביטע עס מיר שיקען ווי עס איז און מיר וועלען עס פראבירען משפץ זיין ווי עס פעלט אויס.

אויך עהני בילדער איז שטארק וועלקאלם.

א טיפ: אז חתונה אלבום'ס (וואס יעדער האט) זענען די בעסטע פלעצער צו טרעפען בילדער פון וויכטיגע מענטשען פון די פארגאנגענהייט (אפילו האסט קיין מאל נישט משים לב געווען ווער זענען די "אין דער זייט" פון די בילדער).
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

אין דער וואכעדיגע ענגלישע המודיע איז הגה"צ רבי עקיבא בערלינער זצ"ל באשריבען געווארען דורך א גור'ער חסיד. ער ברענגט ארויס אז ער איז געווען א לעבעדיגע מוסר ספר וואס האט נישט געוויסט וואס דער "זיך" מיינט. ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נאר שרייבען אויף זיין מציבה עבד לעבדי ה', און דאס האט ער זיך טאקע געהאלטען, קיין שום זאך איז נישט געווען צו אים צו ביליג צו טוהן פאר א צווייטער איד. ער האט זיין גאנץ לעבען נאר געזוכט צו מהנה זיין א איד, און געשפירט אז דאס איז זיין פליכט אלס גבאי פון בית המדרש.

זיין (לעצטע) חברותא מיט וועם ער האט זיך פארגעזעהן זיין שיעור (און גאנץ ש"ס האט ער דורך געלערענט מיט אים) האט מיר דערציילט, אז ר' עקיבא פלעגט אריין לייגען א פיר פינעף שעה צו רייניגען און צוגרייטען דאס בית המדרש פאר שבת, און פלעגט שוויצען פון די האראוואניע. האט מען געבעטען אז מען זאל ענדערש דינגען א גוי זאל עס טוהן; האט ר' עקיבא נישט מסכים געוווען זאגענדיג "ווי קען מען נעמען א גוי זאל רייניגען א בית המדרש". עס דערמאנט אין די לעגענדע וואס ווערט דערציילט אז רשי"ס פאטער האט אויס געקערט דער ארון קודש מיט זיין בארד, און דער נקודה איז די זעלבע, אז דער כבוד פון דער בית המקדש מעט איז געווען ביי אים זייער גרויס.

אויך האט ער מיר דערציילט אז ר' עקיבא פאר זיך האט קיינמאל נישט אנגעצינדען די לייט אין בית המדרש אדער די עיר קאנדישען; פאר אים איז געווען גוט אזוי אויך; אבער ווי נאר איינער איז אריין געקומען איז ער אויף געשטאנען און פאר יענעם אנגעצינדען אז יענעם זאל זיין באקוועם.

אינעם ארטיקעל דערציילט ער אז האט קיינמאל נישט געזעהן ר' עקיבא גערעגט, אבער איין מאל האט ער געקויפט פאר ר' עקיבא מפטיר אין ראש השנה; האט אים ר' עקיבא פארגעהאלטען היתכן האסט מיר געקויפט מפטיר אויפען חשבון פון א צווייטער איד וואס האט עס געוואלט קויפען.

כאפצט אריין די ביסעל צדיקים פון אמאל וואס איז נאך פארבליבען, ווייל מיר לעבען אין א דור יתמי. צדיקים וועלען אלע מאל זיין (דער אייבערשטער האט געוויזען פאר משה רבינו דור דור ודורשיו... דור וצדיקיו - אונזער דור אויך), אבער עס ווערט אלץ א שוואכערער קאליבער.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:09 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דארט אינעם ארטיקעל שטייט אז דער גור'ער שטיבעל האט אמאל געציילט 80 אידען ירא ה' וחסידים.

אויך האט מיר זיין חברותא דערציילט אז כאטש ר' עקיבא האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער האט ער נישט איבערגעלאזט קיין צוואה אז מען זאל לערנען משניות נאך אים. ווייל ער האט נאר געטוהן דער רצון הבורא און נאר פון באשעפער געבעהטען אלעס, און עס איז אים קיינמאל נישט איין געפאלען צו בעהטען פון א מענטש עפעס אפילו אזא זאך ווי לערענען משניות נאך אים.

ער איז געגאנגען פון די וועלט מיט פילע הענט פון תורה ומצות ומעשים טובים און ערפילט בשלימות זיין תפקיד אויף דער וועלט. געווען א צדיק יסוד עולם; זכר צדיק וקדוש לברכה.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

זכרונות האט געשריבן:רבי יצחק (איטשע) מאיר טרויבע ז"ל איז געווען א תלמוד חכם און א גאון עצום אין פולן זין פון ווארט. ער איז יארן לאנג געווען דער הויפט ביבליאטעקאר אינעם אוצר הספרים אין מתיבתא תורה ודעת, די לומדים פלעגן אים אנפרעגן בכל מקצועות התורה, וכל רז לא אניס ליה.

א ביסל מגזם געווען...

("הויפט" ביבליאטעקאר. און ווער איז געווען אונטער עהם?)

ער האט פארציילט אז אין פולין האט ער געפלעגט לערנען מיט חברים ערב ש"ק ספר אגלי טל פינעף (אדער זעקס) שעה.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

צו דערמאנען:
היינט איז ר' עקיבא'ס ערשטע יארצייט.

ווער עס קען א טובה טוהן פאר זיין נשמה מיט סיי וואס, די נאמען איז: עקיבא צבי בן אליעזר ע"ה.

זכר צדיק לברכה.
לחיים ולברכה!
גוטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:44 am

נאך איבער די גער'ע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נייעס »

ר' עקיבה איז נישט געווען קיין גער'ע חסיד פון פולין, ער איז געווען א אלכסנדר חסיד. אמר דא אין אמעריקע האט ער זיך געדרייט מיט די שארית הפליטה פון פוילישע אידן ממילה איז ער אנגעקומען צו גור,

הגה"צ ר' עקיבה האט מיר אמאל דערציילט אז ער איז געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה שפת אמת אין ירושלים ווען די ישיבה האט זיך אויסגעברייטערט אין ער איז אריין צום סאטמאר רב זצוק"ל, די רבי האט עהם געפרעגט וויפל געלט מען ברויכט נאך האט ער עהם געענפערט אז מדארף נאך צעהן טויזענט דאללער, די רבי האט עהם געזאגט אז ישיבה "שפת אמת " ע"ש די הייליגע שפת אמת וויל ער עם געבן דאס גאנצע סכום. וכן הוי. די רבי ז"ל האט עם געגבן די גאנצע סכום.

הג"ר עקיבה האט געהאלטן חשוב ממש א יעדע איד. נישט קיין חילוק צי א חשובע איד צו סתם מענטש אין אפילו חולי נפש פלעגן קטמען צו ר'עקיבה פאר א גוט ווערט, למשל אין" שטיבל האבען געדאווענט סאמערע אידן אין כגעדענק ווי ער האט זיך אמאל אנגערופען אז די נאמן פונעם שטיבל איז "גור דרבנו יואל" כדי יעדער זאל זיך שפירן באקוועם. מענטשען פלעגן עם אריינקומען דרייען א קאפ אין ער האט ממש געהאט הלל הזקנ'ס געדולד אין אייביג פרובירט צו העלפן.

איך דערמאן זיך א מעשה ווי א עלטערע איד וואס האט געליטן אויף אלצהיימערס איז געקומען צו עים אז די דייטשן ווארטן עים אפ אין זיין דירה, ר עקיבה איז אהיימגעגאנגען מיט עים (כאטש ר עקיבה איז שוין געווען א בן שמונים דערמאלס) אין זיכער געמאכט אז אלכס איז בסדר.

אלע עלטערע אידן פלעגן קומען צו עים אז ער זאת זיי ליינען זייער פאסט וויל ער האט געקענט אפאר שפרייכן אין האט יעדעם מסביר געווען א יעדע בריוו אין דער באדייט פונעם בריוו.

ער איז א גאנצע טאג געזעצן אין שול אין געלערנט. צומאל ווען דער עולם איז נאך געווען אין בית המדרש פרייטיג ביינאכט פלעגט ער שוין צוריקומען פון די סעודה אין לערנען פאר שעות ארוכות בלי הפסק. אין דאס איז געווען מידי שבוע ושבוע, ער פלעגט כסדר לערנען מיט יעדעם איינעם אפילו מיט שוואכע קינדער עס איז נישט געווען קיין חילוק קיין יארגאנג ער פלעגט מסביר זיין יעדעם מיט א התבטלות אין א הכנעה.

זיין שיעור אין דף היומי איז געווען א חד במינו. בעיון נפלא ובטוב טעם ודעת ער איז נישט געגאנגען וויטעא וויליאנג יעדער האט פארשטאנען.

א אינערסאנטע זאך! די הייליגע טעג כששפך שיח לפני קונו ביים עמד פלעגט ער דאווענען מיט א געאוואלדיגע ווארעמקייט אבער ביי "ותערב לפניך עתרתינו" זענען טייכן טרערן גרערונען אין רוב מאל האט ער נישט געקענט כאפן די אטעם איז געווען די לענגסטע תפילה פונעם דאווענען.

ר עקיבה האט איז געווען א אמתע שומר פיו ולשונו ער האט האט זיך דערוויטערט פון לשון הרע ורכילות. ער פלעגט כסדר לייען גרויסע געלטער פאר מצרכים. בהצנע. , עס איז אינטערעסאנט אז הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פרד"מ שליט"א לרפו"ש פלעגט זיך קומען וואונטשען ביי רבי עקיבה יעדע ערב יום כיפור. אין איך געדענק אז רבי עקיבה פלעגט ארויסלייגן די ברעקלעך פאר די פייגלעך אויף די טרעפן פון הגריח"מ שליט"א אין איינמאל האט ער געוואלט דערגיין ווער דאס איז וויל עס פלעגט עם באדערען ווען ער איז גאוואר געווארן אז דאס איז רבי עקיבה האט ער נישט געוואלט זאגן פאר עים קיין איין ווארט. מפני כבוד התורה,

רבי עקיבה האט געקענט ש"ס על לשונו ממש עכ"כ שאם תשאלך אדם אל תגמגם" ער האט אכט מאל פארגעלערנט ש"ס. מדרש רבה. מנחת חינוך. ועוד. ער איז דעווען סוף ימיו א שואל ומשיב אויף גאנץ ש"ס אין מתיבתא גבוה דגור בארא פארק.

ער פלעגט לויפן אין שול מיט א ארפגעבויגענע קאפ. מיט א אסוירגעווענדליכע שמירת עינים. ער איז געווען א סופר סת"ם ועוד...

די מתפללים זענען געווען ווי פאלגנט.

ר' עוזר הערמאן
ר'משה יוסף הערמאן
ר' אברהם שיף
ר' שלמה הערש בודק
ר' דוד גריענפעלד
ר' יקותיאל יאקאבאווישט
ר' יוסף שלמה ווייס
ר' מנחם מאיר בר"א יאקאבאווישט
ר' מענדל הערש קליין
ר' יושע וואלף גריענפעלד
ר' מרדכי גראס (חתן ר' ליפא פרדמ'ן
ר' שלמה יצחק גוטמאן
ר' שמחה קנאפלער
ר' נח בנצלוויץ
בני ר' טובי לעפקאוויטש
ר' מאיר טייטלבוים
הרב משפאטיווקא
רבי יחזקאל האראוויץ מדזיקוב

ולהבחל"ח
ר' זלמן אשכנזי
ר' חיים יעקב בראדדער
ר' חיים צוקערמאן
ר' מענדל שפיגל
ר' אלי ליכטער
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זכרונות האט געשריבן:א חשובע ניק האט מיר דאס אריין געשיקט ותשחח"ל

רבי יצחק (איטשע) מאיר טרויבע ז"ל (געזאגט: טרויבּ), פון די חשובע מתפללים אינעם גור'ע שטיבל, איז געווען א תלמוד חכם און א גאון עצום אין פולן זין פון ווארט. ער איז יארן לאנג געווען דער הויפט ביבליאטעקאר אינעם אוצר הספרים אין מתיבתא תורה ודעת, די לומדים פלעגן אים אנפרעגן בכל מקצועות התורה, וכל רז לא אניס ליה. ער איז געוועזן א נחבא אל הכלים (אויך אין פיזישן אויסזען; ער איז געווען א נידעריג געשטעל), און טראץ וואס ער איז געוועזן א תורה-ריז האט נישט געמאכט פון זיך קיין גרויס וועזן, אבער אידן מיט א תורה שמעק האבן פארשטאנען צו דעם גרויסן אוצר וועלכער דרייט זיך בתוכינו. גיסו רבי שאול קליין נ"י האט פארציילט אויף זיין חצי שיעור פראגראם אז הגאון אבדק"ק דעברעצין זצ"ל האט זיך משתתף געווען ביי זיין בר מצוה און געשמועסט מיט רבי איטשע מאיר, ער האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט צו די ארומיגע "דער דאזיגער אינגערמאן קען לערנען". (זיי זענען גראדע אויך געווארן מחותנים ווען רבי שאול איז שפעטער געווארן אן איידעם ביים דעברעצין רב זצ"ל.)

רבי איטשע מאיר האט פארמאגט א מוח נפלא וואס ער האט אויסגענוצט פאר יגיעת התורה; ער האט נישט פארברענגט קיין צייט מיט דברים של מה בכך. נאך אלץ אינג קינד אין פוילן האט ער געקריגן א נאמען אלץ אן אויסגערופענער עילוי און בעל כשרון, אזש זיין פאטער רבי משה הי"ד - א גרויסער ת"ח און אן איש מוצלח - האט געברויכט דינגען א פריוואטע מלמד צו לערנען מיט אים. שפעטער ווען ער איז געקומען לגיל בר מצוה האט אים זיין פאטער געשיקט לערנען אין ישיבה, ער איז געזעסן און עוסק געווען בתורה מבוקר ועד ערב און זעלטן וואס ער איז אהיימגעגאנגען צו זיינע עלטערן. די פגישות מיט זיין פאטער זענען מיינסטענס פארגעקומען אין די ימים טובים טעג אין גור.

ער איז געווען א מומחה אין אלטע כתבי ידות און שינוי נוסחאות בש"ס ובראשונים. באזונדער האט ער כסדר עוסק געווען אין מסכת קידושין, ער האט געשריבן א קונטרס וואו ער איז משווה די פארשידענע נוסחאות אין די מסכת.

רבי איטשע מאיר - ווי רוב פוילישע איבערלעבער - האט מיטגעמאכט 5 לאנגע יארן כוס התרעלה אונטער די דייטשע רשעים ימ"ש אין פארשידענע לאגערן. דארט אין גיהנום האט ער זיך מוסר נפש געווען צו בויען א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטעלעך געמיינע, ער האט געזאגט אז האלטן די ברויט אין די הענט ביז צו די לסוכה איז געווען א גרעסערע מסירות נפש ווי דאס עצם בויען א סוכה... ער איז דער איינציגסטער פון זיין פאמיליע וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן. נאכן קריג האט די השגחה עליונה אים געפירט קיין שוועדן. אויך איז אנגעקומען אהין זיין צוקונפטיגע פרוי אן אפשטאמיגע פון אונגארן, מרת רחל בת הרה"ח רבי אייזיק קליין ז"ל מקערעסטיר-ב"פ. זיי האבן זיך משדך געווען דארט אינעם ווייטן שוועדן און דערנאך אימיגרירט אהער קיין אמעריקע. ווען זי האט דערציילט פארן פאטער רבי אייזיק אז זי איז א כלה געווארן בשטו"מ און אז די חתן איז א גור'ער בחור, האט דער פאָטער -- א הייסער קנאי פונעם אונגארישן חדר, א תלמיד פון הרב דושינסקיא זצ"ל, א חסיד פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל -- כמעט אראפגעטראסקעט פון בענקל.. "אן אגודה'יסט?!!" שפעטער איז רבי איטשע מאיר אריבערגעקומען פאר א באזוך און רבי אייזיק האט געכאפט א שמועס מיט אים אין לערנען, האט ער זיך אויסגעדרוקט "אזא אגודה'יסט איז נישט אזוי געפערליך..."

ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען שטודירן א פאַך, אבער די חברה דארט אין תורה ודעת האבן שנעל געלייגט אן אויג אויף אים, און זיי האבן אים שוין נישט ארויסגעלאזט פון די האנט... ער האט עוסק געווען אין פארשידנארטיגע ארבעט אין די זייט. ער פלעגט ער אויך טוהן סענסעטיווע קלאסיציפירטע ארבעט פאר די מיליטער.

רבי איטשע מאיר איז נפטר געווארן אין זיינע מיטעלע 60'גער יארן בשנת תשמ"ז לפ"ק, נאכן שוויצן 4 שווערע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע. זיין לויה איז ארויסגעגאנגען פון ישיבה תורה ודעת. די סעודת שלושים איז פארגעקומען טאקע דא אינעם גור'ער שטיבל וואו ער האט פארברענגט מיט תורה ועבודה די לעצטע 40-35 יאר פון זיין לעבן.

ער האט איבערגעלאזט א שיינע שטוב פון קינדער און אייניקלעך לומדי ומחזיקי תורה:
חתנו רבי בנימין טאוב, מאנ"ש גור בפלעטבוש
בתו דר. געלבפיש פון פלעטבוש, א קינדער דאקטער אין וויליאַמסבורג. בעלה דר. חיים (גערי) געלבפיש, א כירורג.
בנו רבי משה (מאריס) טרויבע פון מאנסי, א באקאנטע מאגן דאקטאר אין NYU שפיטאל.

יהא זכרו ברוך.

בילד: רבי איטשע מאיר אין די פריע תש"י יארן מיט זיין שווער און שוואגערס.
רעכטס צו לינקס רבי הערשל קליין ז"ל, רבי איטשע מאיר ז"ל, זיין שווער רבי יצחק אייזיק קליין ז"ל, ולהבחל"ח רבי מאיר שלום קליין נ"י (די בילד איז ביי רבי מאיר שלום'ס חתונה).

זייער שיין באשריבן
ר הערשל קליין און ר מאיר שלום זענען געווען ברודערס?

וואס איז זייער שייכות מיט ר יצחק אייזיק קליין?
ואיני יודע מה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואיני יודע מה »

גוטע נייעס האט געשריבן:די מתפללים זענען געווען ווי פאלגנט.

ר' עוזר הערמאן
ר'משה יוסף הערמאן
ר' אברהם שיף
ר' שלמה הערש בודק
ר' דוד גריענפעלד
ר' יקותיאל יאקאבאווישט
ר' יוסף שלמה ווייס
ר' מנחם מאיר בר"א יאקאבאווישט
ר' מענדל הערש קליין
ר' יושע וואלף גריענפעלד
ר' מרדכי גראס (חתן ר' ליפא פרדמ'ן
ר' שלמה יצחק גוטמאן
ר' שמחה קנאפלער
ר' נח בנצלוויץ
בני ר' טובי לעפקאוויטש
ר' מאיר טייטלבוים
הרב משפאטיווקא
רבי יחזקאל האראוויץ מדזיקוב

ולהבחל"ח
ר' זלמן אשכנזי
ר' חיים יעקב בראדדער
ר' חיים צוקערמאן
ר' מענדל שפיגל
ר' אלי ליכטער

וועלכע יארן רעדסטו?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מצב כללי האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:
בילד: רבי איטשע מאיר אין די פריע תש"י יארן מיט זיין שווער און שוואגערס.
רעכטס צו לינקס רבי הערשל קליין ז"ל, רבי איטשע מאיר ז"ל, זיין שווער רבי יצחק אייזיק קליין ז"ל, ולהבחל"ח רבי מאיר שלום קליין נ"י (די בילד איז ביי רבי מאיר שלום'ס חתונה).

זייער שיין באשריבן
ר הערשל קליין און ר מאיר שלום זענען געווען ברודערס?

וואס איז זייער שייכות מיט ר יצחק אייזיק קליין?

רבי אייזיק קליין ע"ה איז געווען דער פאטער פון רבי הערשל ע"ה ויבלחט"א רבי מאיר שלום נ"י.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גוטע נייעס האט געשריבן:די מתפללים זענען געווען ווי פאלגנט.

ר' עוזר הערמאן
ר'משה יוסף הערמאן
ר' אברהם שיף
ר' שלמה הערש בודק
ר' דוד גריענפעלד
ר' יקותיאל יאקאבאווישט
ר' יוסף שלמה ווייס
ר' מנחם מאיר בר"א יאקאבאווישט
ר' מענדל הערש קליין
ר' יושע וואלף גריענפעלד
ר' מרדכי גראס (חתן ר' ליפא פרדמ'ן
ר' שלמה יצחק גוטמאן
ר' שמחה קנאפלער
ר' נח בנצלוויץ
בני ר' טובי לעפקאוויטש
ר' מאיר טייטלבוים
הרב משפאטיווקא
רבי יחזקאל האראוויץ מדזיקוב

ולהבחל"ח
ר' זלמן אשכנזי
ר' חיים יעקב בראדדער
ר' חיים צוקערמאן
ר' מענדל שפיגל
ר' אלי ליכטער

ר' חיים יעקב לעבט שוין לאנג נישט, ער איז אוועק פלוצלינג א צייט נאכדעם וואס דער ביהמ"ד האט זיך פארמאכט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
גוטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נייעס »

זכרונות האט געשריבן:די הקפות אין גור'ער שטיבל איז געווען א שם דבר, ווי חסידים ואנשי מעשה האבען געטאנצט, און טאקע געטאנצט. די טאנצען איז געווען זייער אינטרעסאנט, שיין, און ווארעם.

די פרויען אין גור (כמנהג גור) קומען נישט אפט אין שטיבל, אבער צו די הקפות שמחת תורה פלעגען זיי אלע קומען, און דער ווייבער שוהל וואס איז געווען אזוי גרויס ווי א טל ומטר איז געווען מלא על גדותיו.

געפירט די הקפות האט פארשטייט זיך דער גבאי/שמש/ש"ץ/בעל קורא (און וואס נישט) ר' עקיבא בערלינער זצ"ל. איז שוין נישט שווער זיך פארשטעלען ווי הקפות האבען אויס געזעהן. ר' עקיבא האט געטאנצט ווי ער וואלט געווען נאך א אינגעל, נאך א בחור, נאך א אינגערמאן אין שטיבל (געווען ביי זיך איינע פון מערערע און אלעס האט אים געפאסט). א איש אמת בתכלית האמת, געווען ביי זיך גארנישט, ווי נעמט מען היינט אזעליכע.

ר' פסח קארנדרעקסלער און ר' ... זאדיק, פלעגען מאכען קאזילקעס (טומבולסאסעס). דאכט זיך מיר אז ר' ... שפיגעל פלעגט אויך.

ר ' יוסף יאלעס פלעגט טאנצען א קאזאטשקע. דאכט זיך מיר קאזילקעס אויך.

ר' אברהם יצחק גראנאס האט געטאנצט מיט א בעזים, און אלעמען אריין געקערט און געשלעפט טאנצען.

אויך ר' שמואל מרגליות פלעגט אריין שלעפען אלעמאן טאנצען (אויף נישט צו טאנצען האט מען געקענט בלייבן אין דער היים)

אידען וואס זענען שוין נישט געווען אינג, האבען געטאנצט מיט אינגע כוחות און האבען זיך געפרייט בשמחת התורה און עס האט עושה רושם געווען.

[b]
דאכצעך מיר אז רבי אלי ליכטער פלעגט אויסרופן די הקפות אין זינגען די פזמונים
גוטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נייעס »

זכרונות האט געשריבן:מפטיר יונה איז געגאנגען פאר דער אסטראנאמישע סומע פון 50 דאלער!

א יעדע עליה שבת איז געווען צווי דאללער, רבי עקיבה פלעגט עס האבן פארצייכענט אין זיינע קליינע צעטלעך
גוטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נייעס »

ואיני יודע מה האט געשריבן:
גוטע נייעס האט געשריבן:די מתפללים זענען געווען ווי פאלגנט.

ר' עוזר הערמאן
ר'משה יוסף הערמאן
ר' אברהם שיף
ר' שלמה הערש בודק
ר' דוד גריענפעלד
ר' יקותיאל יאקאבאווישט
ר' יוסף שלמה ווייס
ר' מנחם מאיר בר"א יאקאבאווישט
ר' מענדל הערש קליין
ר' יושע וואלף גריענפעלד
ר' מרדכי גראס (חתן ר' ליפא פרדמ'ן
ר' שלמה יצחק גוטמאן
ר' שמחה קנאפלער
ר' נח בנצלוויץ
בני ר' טובי לעפקאוויטש
ר' מאיר טייטלבוים
הרב משפאטיווקא
רבי יחזקאל האראוויץ מדזיקוב

ולהבחל"ח
ר' זלמן אשכנזי
ר' חיים יעקב בראדדער
ר' חיים צוקערמאן
ר' מענדל שפיגל
ר' אלי ליכטער

וועלכע יארן רעדסטו?

תשנ"ה-תשס"ח
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: דער אמאליגע פוילישע 'גורער שטיבל' אין וויליאמסבורג מיט אירע חשובע מתפללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

ר' יצחק מאיר דאנציגער (א מגולח) איז נישט געווהן אין דעם שטיבל?

אגב, ר' חיים לייב הערשקאווביץ ז"ל אליינט נישט געווהן ממש א גערער חסיד, נאר דער זון מיט אפאר איידימעס.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער אמאליגע פוילישע 'גורער שטיבל' אין וויליאמסבורג מיט אירע חשובע מתפללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

טשאקלעט האט געשריבן:
קהלס נאר האט געשריבן:בדה ר׳ נח בענצלאוויטש

איי וויי בד״ה
ווילי האט פארלוירן א טייערע פארצייטישע זיסע גור׳ע אידל!

געווען 94

דער אינגסטער און לעצטער איבערגעבליבענע פונעם אמאליגען גור'ער שטיבל אין וויליאמסבורג

viewtopic.php?p=3034711#p3034711
הרב הגאון
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 5:20 pm

Re: נאך איבער די גער'ע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב הגאון »

גוטע נייעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 7:21 pm
ר' עקיבה איז נישט געווען קיין גער'ע חסיד פון פולין, ער איז געווען א אלכסנדר חסיד. אמר דא אין אמעריקע האט ער זיך געדרייט מיט די שארית הפליטה פון פוילישע אידן ממילה איז ער אנגעקומען צו גור,

הגה"צ ר' עקיבה האט מיר אמאל דערציילט אז ער איז געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה שפת אמת אין ירושלים ווען די ישיבה האט זיך אויסגעברייטערט אין ער איז אריין צום סאטמאר רב זצוק"ל, די רבי האט עהם געפרעגט וויפל געלט מען ברויכט נאך האט ער עהם געענפערט אז מדארף נאך צעהן טויזענט דאללער, די רבי האט עהם געזאגט אז ישיבה "שפת אמת " ע"ש די הייליגע שפת אמת וויל ער עם געבן דאס גאנצע סכום. וכן הוי. די רבי ז"ל האט עם געגבן די גאנצע סכום.

הג"ר עקיבה האט געהאלטן חשוב ממש א יעדע איד. נישט קיין חילוק צי א חשובע איד צו סתם מענטש אין אפילו חולי נפש פלעגן קטמען צו ר'עקיבה פאר א גוט ווערט, למשל אין" שטיבל האבען געדאווענט סאמערע אידן אין כגעדענק ווי ער האט זיך אמאל אנגערופען אז די נאמן פונעם שטיבל איז "גור דרבנו יואל" כדי יעדער זאל זיך שפירן באקוועם. מענטשען פלעגן עם אריינקומען דרייען א קאפ אין ער האט ממש געהאט הלל הזקנ'ס געדולד אין אייביג פרובירט צו העלפן.

איך דערמאן זיך א מעשה ווי א עלטערע איד וואס האט געליטן אויף אלצהיימערס איז געקומען צו עים אז די דייטשן ווארטן עים אפ אין זיין דירה, ר עקיבה איז אהיימגעגאנגען מיט עים (כאטש ר עקיבה איז שוין געווען א בן שמונים דערמאלס) אין זיכער געמאכט אז אלכס איז בסדר.

אלע עלטערע אידן פלעגן קומען צו עים אז ער זאת זיי ליינען זייער פאסט וויל ער האט געקענט אפאר שפרייכן אין האט יעדעם מסביר געווען א יעדע בריוו אין דער באדייט פונעם בריוו.

ער איז א גאנצע טאג געזעצן אין שול אין געלערנט. צומאל ווען דער עולם איז נאך געווען אין בית המדרש פרייטיג ביינאכט פלעגט ער שוין צוריקומען פון די סעודה אין לערנען פאר שעות ארוכות בלי הפסק. אין דאס איז געווען מידי שבוע ושבוע, ער פלעגט כסדר לערנען מיט יעדעם איינעם אפילו מיט שוואכע קינדער עס איז נישט געווען קיין חילוק קיין יארגאנג ער פלעגט מסביר זיין יעדעם מיט א התבטלות אין א הכנעה.

זיין שיעור אין דף היומי איז געווען א חד במינו. בעיון נפלא ובטוב טעם ודעת ער איז נישט געגאנגען וויטעא וויליאנג יעדער האט פארשטאנען.

א אינערסאנטע זאך! די הייליגע טעג כששפך שיח לפני קונו ביים עמד פלעגט ער דאווענען מיט א געאוואלדיגע ווארעמקייט אבער ביי "ותערב לפניך עתרתינו" זענען טייכן טרערן גרערונען אין רוב מאל האט ער נישט געקענט כאפן די אטעם איז געווען די לענגסטע תפילה פונעם דאווענען.

ר עקיבה האט איז געווען א אמתע שומר פיו ולשונו ער האט האט זיך דערוויטערט פון לשון הרע ורכילות. ער פלעגט כסדר לייען גרויסע געלטער פאר מצרכים. בהצנע. , עס איז אינטערעסאנט אז הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פרד"מ שליט"א לרפו"ש פלעגט זיך קומען וואונטשען ביי רבי עקיבה יעדע ערב יום כיפור. אין איך געדענק אז רבי עקיבה פלעגט ארויסלייגן די ברעקלעך פאר די פייגלעך אויף די טרעפן פון הגריח"מ שליט"א אין איינמאל האט ער געוואלט דערגיין ווער דאס איז וויל עס פלעגט עם באדערען ווען ער איז גאוואר געווארן אז דאס איז רבי עקיבה האט ער נישט געוואלט זאגן פאר עים קיין איין ווארט. מפני כבוד התורה,

רבי עקיבה האט געקענט ש"ס על לשונו ממש עכ"כ שאם תשאלך אדם אל תגמגם" ער האט אכט מאל פארגעלערנט ש"ס. מדרש רבה. מנחת חינוך. ועוד. ער איז דעווען סוף ימיו א שואל ומשיב אויף גאנץ ש"ס אין מתיבתא גבוה דגור בארא פארק.

ער פלעגט לויפן אין שול מיט א ארפגעבויגענע קאפ. מיט א אסוירגעווענדליכע שמירת עינים. ער איז געווען א סופר סת"ם ועוד...

די מתפללים זענען געווען ווי פאלגנט.

ר' עוזר הערמאן
ר'משה יוסף הערמאן
ר' אברהם שיף
ר' שלמה הערש בודק
ר' דוד גריענפעלד
ר' יקותיאל יאקאבאווישט
ר' יוסף שלמה ווייס
ר' מנחם מאיר בר"א יאקאבאווישט
ר' מענדל הערש קליין
ר' יושע וואלף גריענפעלד
ר' מרדכי גראס (חתן ר' ליפא פרדמ'ן
ר' שלמה יצחק גוטמאן
ר' שמחה קנאפלער
ר' נח בנצלוויץ
בני ר' טובי לעפקאוויטש
ר' מאיר טייטלבוים
הרב משפאטיווקא
רבי יחזקאל האראוויץ מדזיקוב

ולהבחל"ח
ר' זלמן אשכנזי
ר' חיים יעקב בראדדער
ר' חיים צוקערמאן
ר' מענדל שפיגל
ר' אלי ליכטער

אלעקסאנדערער חסיד דורכגעגאנגען צום גער?היתכן?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נאך איבער די גער'ע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הרב הגאון האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 7:11 am

נישט געווען דער ערשטער און נישט דער לעצטער

גם שנאתם גם קנאתם אבדו...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
כ''ק אדמו''ר
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 07, 2021 6:23 am

Re: נאך איבער די גער'ע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ''ק אדמו''ר »

געדענק איך פון מיינע קינדער יארן אן עלטערער נידריגער איד א בעל צורה, דוכט זיך מיר ער איז געגאנגען שווארצע זאקן שבת מיט א שטריימל כמו בעלז ווייסט איר אפשר מי זה?
אוועטאר
פארפלאמטער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:54 pm

Re: נאך איבער די גער'ע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאמטער »

כ''ק אדמו''ר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 3:27 am

מן הסתם ר' חיים ברוך פונק ע"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”