קנקן טעגליך

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

דאנערשטאג, ט׳ חשון תש״ף לפ״ק
Jerusalem_from_the_Mount_of_Olives_-_Google_Art_Project.jpg
Jerusalem_from_the_Mount_of_Olives_-_Google_Art_Project.jpg (349.43 KiB) געזען 2470 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 260 יאר צוריק, אום שנת תק״כ לפ״ק, האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים.
אין ירושלים איז ב״ה קיינער נישט געשעדיגט געווארן, אבער אין צפת, זענען רח״ל 162 מענטשן אומגעקומען געווארן, צווישן זיי החסיד מוהר״י פאראג׳י און זיין זוהן.
הערה: ס׳איז מיר נישט באקאנט ווער דער מהר״י פאראג׳י איז.
מקורות: פרי האדמה, הל׳ תעניות פרק ב׳ הלכה י״ב; וויקיפּעדיע

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ערב שבת קודש, י׳ חשון תש״ף לפ״ק
Teiva.jpg
Teiva.jpg (74.33 KiB) געזען 2421 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע, איז געשטארבען מתשולח.
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, האט דער מבול זיך געדארפט אנצוהייבן. אבער דער אייבישטער האט עס אפגעשטופט מיט זיבן טעג, כדי מען זאל געהעריג קענען מספיד זיין מתושלח׳ן.
ס׳שטייט אין פסוק ״ויהי לשבעת הימים, ומי המבול היו על הארץ.״
פרעגט די גמרא ״מה טיבם של שבעת הימים? אמר רב, ׳אלו ימי אבילות של מתושלח, ללמדך שהספדן של צדיקים מעכבין את הפורענות לבא׳.״
צו האבן א שטיקעלע בליק, איבער מתושלח׳ן, איז גענוג צו ברענגן, א גמרא פון א צווייטע ארט.
ס׳שטייט אין פסוק: ״והיה זה שלום, אשור כי יבא בארצנו וכי ידרוך בארמנותינו, והקמנו עליו שבעה רועים ושמנה נסיכי אדם.״
פרעגט די גמרא, ״מאן נינהו שבעה רועים?״
ענטפערט די גמרא: ״דוד באמצע, אדם שת ומתושלח מימינו, אברהם יעקב ומשה בשמאלו. ומאן נינהו שמנה נסיכי אדם? ישי ושאול ושמואל, עמוס וצפניה, צדקיה ומשיח ואליהו.״
מקורות: סנהדרין קח ע״ב, סוכה נ״ב ע״ב.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

זונטאג, י״ב חשון תש״ף לפ״ק
Nuremburg.png
Nuremburg.png (123.6 KiB) געזען 2374 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 734 יאר צוריק, אום שנת מ״ו לפ״ק, זענען 180 יודן פון ק״ק מינכן פארברענט געווארן אינ׳ם דארטיגן שוהל, על קדושת השם, צוליב א בלוט בלבול.
68 נעמען פון די קדושים, זענען פארצייכנט געווארן אינ׳ם מעמארבוך פון ק״ק נירנבורק.
הי״ד.
מקור: נירנבורגער מעמארבוך



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

מאנטאג, י״ג חשון תש״ף לפ״ק
Tykocin Shul.jpg
Tykocin Shul.jpg (164.28 KiB) געזען 2317 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 313 יאר צוריק, אום שנת תס״ז לפ״ק, האט א פייער אויסגעבראכן אין טיקטין, און פארברענט עטליכע יודישע הייזער.
אינ׳ם פנקס פונ׳ם קהלה, ליינען מיר אן אינטערעסאנטן באריכט. צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער הויז צו דעם פייער, איז געווען א געוויסער ר׳ מרדכי בן הק׳ ר׳ נחמן. ער האט געהאט פארמאגט -פיר וועקסלען [שטרי חוב], וועלכע זענען שוין געווען אויסגעצאלט. ר׳ מרדכי איז דאס געגאנגען דערציילן פאר בי״ד, אז אין פאל, אז די וועקסלען זענען נישט פארברענט געווארן, און אימיצער געפונט זיי, זאל מען נישט גיין מאנען קיין געלט.
בי״ד האט טאקע געלאזט דריי מאל אויסרופן אינ׳ם שול, אז יעדער זאל וויסן, אז די וועקסלען זענען גארנישט ווערט, און אויב אימיצער געפונט זיי, זאל ער עס זאפארט צורייסן.
בילד: שול אין טיקטין
מקור: פנקס קהל טיקטין, עמוד 236.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

דינסטאג, י״ד חשון תש״ף לפ״ק
Flasche.jpg
Flasche.jpg (234.17 KiB) געזען 2259 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 379 יאר צוריק, אום שנת ת״א לפ״ק, איז נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר אברהם פלעש אבד״ק וויען.
ר׳ אברהם פלעש, איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, צו די מיוחס׳דיגע פלעש פאמיליע.
דאס נאמען פלעש, שטאמט, פון די הויז אין וועלכע זיינע עלטערן האבן געוואוינט.
אין פראנקפורט איז געווען די שטייגער, אז הייזער זענען אידנטיפיצירט געווארן מיט די בילד וואס האט פיגורירט אויפ׳ן הויז. אין אונזער פאל, א ״פלאש״. אט די נאמען האט באגלייט דאס מענטש ביז אין בית החיים אריין, ווי מיר געפונען אז מען האט עס אויסגעקריצט אויף די דארטיגע מצבות.
צומאל איז דער נאמען געבליבן אפילו ווען מען האט זיך געצויגן צו אן אנדער הויז, א שטייגער ווי די באקאנטער ראטשילד פאמיליע. הגם וואס תחלת האט די משפחה געוואוינט אינ׳ם הויז מיט׳ן רויטן שילד, דאך, נאכ׳ן זיך ציען צו דעם הויזן מיט׳ן גרינעם שילד, ווי ר׳ מאיר אמשל האט געוואוינט, זענע זיי נאך אלס פארבליבן מיט נאמען ראטשילד - רויטער שילד.
בילד: מצבה אין פראנקפורט מיט א פלאש דערויף
מקור: מצבתו, תולדות משפחת הורוויץ עמוד 62




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ט״ו חשון תש״ף לפ״ק
מיטוואך, אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 266 יאר צוריק, אום שנת תקי״ד לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער טשארטקובער רב, הגאון מוהר״ר צבי הירש הלוי איש הורוויץ זצ״ל.
ווען ר׳ הירש׳לי איז געקומן קיין טשארטקוב אננעמען דאס רבנות, איז דאס ערשטע באפעל זיינע געווען, זאפארט איינצואווארפן דאס שוהל, מיט׳ן טענה, אז עס גייט דערפון א געפערליכע ריח. כמובן, האט מען גלייך געבויעט א פרישע שוהל.
שפעטער איז מען געוואויר געווארן, אז אזוי ווי די קהלה האט נישט געהאט גענוג געלט צו בויען דעם שוהל, דעריבען האט מען גענומען א גרויסע סומע געלט פונ׳ם בירגערמייסטער וועלכע האט גערן געגעבן דערפאר. אבער עווענטועל איז געקומען זיין פארלאנג, אז מען זאל מכבד זיין דעם גלח מיט׳ן לייגן דעם אבן הפינה. די יודן האבן דאס נישט געקענט אפזאגן.
ר׳ הירש׳לי טשארטקובער, האט דאס אבער מרגיש געווען.
מקור: שמן הטוב ק״ט





בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

דאנערשטאג, ט״ז חשון תש״ף לפ״ק
Defence of Praga 1794.jpeg
Defence of Praga 1794.jpeg (159.93 KiB) געזען 2169 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 225 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ה לפ״ק, איז דאס קערפער פון א געוויסער ר׳יוסף ב״ר צבי פון בראד, אידענטיפיצירט געווארן אין פראגא, פוילן - נישט פראג, וועלכע איז אין בעהמין, היינטיגע טשעכין.
5 טאג פריער, אום י״א חשון, איז אין פראגא, פארגעקומע דאסן וואס עס איז באקאנט אלס ״דער שלאכט פון פראגא״. דאס איז געווען א טייל, פון א פוילישער אויפשטאנד קייגן רוסלאנד און די קעניגרייך פון פרייסין.
ביי יענעם שלאכט, האבן פילע יודן פון פראגא, פארלוירן זייערע לעבן, צווישן זיי, א געוויסער ר׳ יוסף פון בראד, וועלכער איז אהינגעפארן עטליכע טעג פריער.
אט די אידענטיפיקאציע, האט מען אפגעשיקט אהיים קיין בראד, או מען האט עס געברענגט צו הגאון מוהר״ר אפרים זלמן מרגליות, וועלכער האט מתיר געווען זיין פרוי נאכאמאל חתונה צו האבן.
מקור: שו״ת בית אפרים אבן העזר סי׳ י״ט, וויקיפעדיע



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

פרייטאג, י״ז חשון תש״ף לפ״ק
Mabul.jpg
Mabul.jpg (76.79 KiB) געזען 2114 מאל

היינט איז א רעגנדיגער טאג, פאר 3 סיבה׳ס.
1. אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע. נח׳ס פאמיליע זענען שוין איינקווארטירט אינ׳ם תיבה, די אויסגעקליבענע בהמות, חיות ועופות, מאכן זיך באקוועם, אין זייערע קעמערליך. נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, האפנדיג, אז ער וועט נישט מוזן דורכמאכן דאס ערוואטעטן קושמאר. אבער די רעגן, שטופט אים אריין אין תיבה אריין, ווי ער פארבלייבט פאר דעם קומענדיגן יאר.
2. י״ז חשון, איז דער טאג אין ארץ ישראל, וואס אויב ס׳גייט פארביי, און ס׳האט נישט גערעגנט זינט סוכות, הייבן די יחידים אן צו פאסטן, ווי דער משנה לערנט אונז (תענית א:ד): ״הִגִּיעַ שִׁבְעָה עָשָׂר בְּמַרְחֶשְׁוָן וְלֹא יָרְדוּ גְשָׁמִים, הִתְחִילוּ הַיְחִידִים מִתְעַנִּין שָׁלשׁ תַּעֲנִיּוֹת.״
3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

זונטאג, י״ט חשון תש״ף לפ״ק
בילד
אינ׳ם יעצטיגן מאנאט, מיט 3694 יאר צוריק, אום שנת ב׳פ״ו לב״ע, איז שרה אמנו נפטרת געווארן.
דער מדרש זאגט, ווען המן הרשע האט זיך געמאכט זיינע גורלות, און פראבירט אויסצוגעפינען וועלכע חודש וועט אים זיין א גליקליכע חודש, אויסצופירן זיין טייוולאנישן פלאן, ווען ער איז געקומען צו חודש חשון: ״עָלָה בְּמַרְחֶשְׁוָן, זְכוּת שָׂרָה אִמֵּנוּ שֶׁבּוֹ מֵתָה.״
ס׳איז אינטערעסאנט, ווייל מיר וויסן, אז אדר האט ער פאררעכנט אלס א גליקליכער חודש, צוליב וואס משה רבינו איז דערינען נפטר געווארן, ווידער אום חשון האט ער גאר געזעהן די פטירה פון שרה אמנו אלס א זכות פאר כלל ישראל.
מקור: אסתר רבה ז:יא

kankanjournal.com [5% off coupon, use “KDH”]
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ך׳ מרחשון תש״ף לפ״ק
HaEschkol.jpg
HaEschkol.jpg (311.44 KiB) געזען 1990 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 870 יאר צוריק, אום שנת תתק״י לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער ראב״ד פון נרבונה [Narbonne],באקאנט אלס דער ראב״ד השני. ער האט פארפאסט דעם ספר האשכול.
דער ראב״ד הראשון ,איז דער ראב״ד וואס איז באקאנט אלס דער ראב״ד בעל הקבלה, וועלכע האט פארפאסט דעם כראניק ספר הקבלה.
דער ראב״ד השלישי, איז געווען אן איידעם ביי דעם ראב״ד השני, דאס איז דער באקאנטער ראב״ד פון פושקיירא [עוד חזון למועד].
מקור: הלולא דצדקיא, נ״ב, ס׳איז מיר נישט קלאר ווי פארלעסליך ס׳זענען די טאג און דעם יאר וואס ווערט אנגעגעבן.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ך״א מרחשון תש״ף לפ״ק
בילד
מיר האבן דערמאנט אום ראש חודש, די מקור פון די נעמען פון אונזערע חדשים וואס מיר נוצן מיר.
ס׳איז אינטערעסאנט, אז דעם יעצטיגן חודש, פארמאגט צוויי וועגן ווי אזוי מיר שרייבען עס, חשון אדער מרחשון - וואס איז די מעשה?
אלזע, ווי דערמאנט, הייסט אונזערע חודש אויף בבלי׳ש ״אַראַהּסאַמנוּ״. אויף בבליש באקומט יעדער חודש דער אלגעמיינער פארווארט ״אַראַהּ״, וואס ליינט זיך און טייטשט זיך אויף לשון הקודש ״ירח״.
ווידער די נעמען פון זייערע חדשים, זענען על שם זייערע אפגעטער. אויסער איין חודש, חודש חשון, וועלכעס איז דער חודש ״סאַמנוּ״ = שמיני, דער אכטער חודש. מרח-שוון, דער אכטער חודש.
בילד: צייכענונג פון בבל
מקור: ראיתי בוויקיפעדיע, ואיני יודע המקור.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ך״ב חשון תש״ף לפ״ק
Mearas Hatzadikim.jpeg
Mearas Hatzadikim.jpeg (268.26 KiB) געזען 1881 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 210 יאר צוריק, אום שנת תק״ע לפ״ק, איז נתלק געוארן הרה״ק מוהר״ דוד שלמה אייבשיץ אין צפת.
ר׳ דוד שלמה איז געווען רב איר סראקא, בעסראביע, היינט מאלדאווא. ער האט פארפאסט עטליכע ספרים צווישן זיי לבושי שרד אויף שו״ע, ערבי נחל על התורה, שו,ת נאות דשא, כד הקמח און נאך.
וועגן זיין מצביה דערציילט ר׳ משה ריישר פון ירושלים דאס פאלגענדע: ״ומערות רבני אשכנז מלאים חכמים וסופרים צדיקים וחסידים גאונים אין מספר, וורבנים חסידי עולם אשר נשכח זכרם, ומן הנודעים עוד, הם הגאון החסיד… בעמ״ח מעשה רוקח… קבר הגאון החסיד… בעה״מ ס׳ בית עיני… הגאון הגדול החסיד ר׳ אריה ליב הלוי וואלטשיסקר… ואצלו קבר הגאון החסיד ר׳ דוד שלמה אבד״ק סראקא בעמ,ח ס׳ לבושי שרד וס׳ ערבי נחל ושו״ת נאות דש״א, ולא היה ניכר שום ציון ומצבה רק היה קבלה שכאן מקום קבורתו. ולקחתי עמי ד׳ חבירים וחפרנו ומצאנו בעומק הארץ מצבה ישנה נחקק אותיות מטושטשות ׳פ״נ הרב הגאון ר׳ דוד שלמה בר׳ אביגדור שנת תק״ע כ״ב מרחשוון׳...״
מקור: שערי ירושלים עמוד 44





Levisei Serad.jpg
Levisei Serad.jpg (30.59 KiB) געזען 1881 מאל
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ג מרחשון תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט אומגעפער 2180 יאר צוריק, בערך אום שנת ג׳ת״ר לפ״ק, האט מען פארניכטעט דעם סוריגא פונ׳ם עזרה. ווי ס׳ווערט דערמאנט אין מגלת תענית: ״בעשרים ושלשה במרחשון, ויסתתר סוריגא מן עזרתא.״
וואס איז דאס דער סוריגא?
דער סוריגא איז א צימער וואס איז געבויעט געווארן דורך די יונים אין די הייליגע עזרה, אין וועלכע זיי האבן אריינגעשטעלט זונות רח״ל מטמא צו זין דאס פלאץ.
ווען די חשמונאים האבן זיך געשטארקט איבער די יונים, האבן זיין אינגעווארפן דאס צימער, או דעקלערט דעם טאג אלס א יום טוב.
ביים איינווארפן דעם צימער האב זיי דארט געפונען פילע איידלשטיינער. נישט וואוסנדיג צו זיי זענען טהור אדער טמא, האט מען עס באהאלטן עד שיבוא אליהו הנביא זל״ט במהרה בימינו.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ד חשון תש״ף לפ״ק
Rafael Hamburger.jpg
Rafael Hamburger.jpg (104.59 KiB) געזען 1793 מאל
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 297 יאר צוריק, אום שנת תפ״ג לפ״ק, איז געבוירן געווארן דער גרויסער גאון מוהר״ר רפאל כהן האמבורגער, אין ליפלאנד [Livonia, Lithuania], צו זיין פאטער הגאון מוהר״ר יקותיאל כהן אבד״ק ליפלאנד.
נאכ׳ן דינען עטליכע רבנ׳ישע פאסטנס, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין די דרילינג קהלה אה״ו, וואס שטייט פאר אלטונא, האמבורג און וואנדזבעק.
ר׳ רפאל, האט בשעתו געפירט א שווערע מערכה קעגן משה דעסויער און זיין נייע רעפארם באוועגונג.
ווען ר׳ רפאל האט ארויסגעבען זיין ווערק תורת יקותיאל אום שנת תקמ״ט, איז ארויסגעקומען קייגן דעם א ספר מיט׳ן נאמען מצפה יקתאל, דער ספר איז א שטארקע קריטיק אויפ׳ן תורת יקותיאל. הגם, דער מחבר האט זיך געהאלטן אנאנים, איז געווען גאנת באקנט אז דער פארפאסער איז געווען הגאון מוהר״ר שאול בערלינער בעהמח״ס כסא דהרנסא.
ווען מען האט ר׳ רפאל׳ן פרעזענטירט מיט׳ן מצפה יקתאל, האט ער זיך צושמייכלט, און עס אוועקגעמאכט מיט זיין גרויס עניווות. דער האמבורגער בי״ד, האט עס אבער אנגענומען מיט׳ן גאנצון ערענסקייט און מען האט אריינגעשטעלט דעם מחבר פונ׳ם ספר אין א חרם.
מקור: או״ה למושב




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ו חשון תש״ף לפ״ק
Rafael Hamburger.jpg
Rafael Hamburger.jpg (68.35 KiB) געזען 1743 מאל
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 216 יאר צוריק, אום שנת תקס״ד לפ״ק, איז הגאון מוהר״ר רפאל כהן האמבורגער נסתלק געווארן אין אלטונא (זעה דעם פארגאנגענעם פרייטאג׳דיגן פאסט).
ר׳ רפאל האמבורגער איזגעווען דער רבי פון דעם געברידער הגאון מוהר״ר חיים פון וואלאזין און הגאון מוהר״ר שמחה.
ס׳איז אינטערעסאנט אנצמערקן, אנבאלאנגט דעם שמועס פרייטאג, אז זיין בר פלוגתא הגאון מוהר״ר שאול בערלינער׳ס יארצייט ,איז גענוי דריי טעג פאר זיין יארצייט. הגם ר׳ שאול איז נפטר געווארן מיט עטליכע יאר פריער.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ז״ך מרחשון תש״ף לפ״ק
Saducee Nuremberg_chronicles_f_096v_3.png
Saducee Nuremberg_chronicles_f_096v_3.png (142.12 KiB) געזען 1687 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט אומגעפער 2050 יאר צוריק, בערך 100 יאר פאר׳ן חורבן פונ׳ם צווייטן בית המקדש, האבן די פרושים צוריקבאקומען די קאנטראל איבער׳ן ווירטשאפט פונ׳ם בית המקדש.
אין מגילת תענית שטייט, אז אין דעם טאג האט מען געפייערט א יום טוב: ״בעשרים ושבעה ביה תבת סולתא למיסק על מדבחא - אין 27טן אין מרחשון, איז צוריקגערקט געווארן דער מנחת סולת צו דעם מזבח.״ ווארום די צדוקים פלעגן אויפעסן דעם מנחת סולת וואס דארף אינגאנצן פארברענגט ווערן אויפ׳ן מזבח.
וילאנג איז דער בית המקדש געווען אונטער די קאנטראל פון די צדוקים?
אונז ווייסן מיר איז ינאי המלך איז געוען א כהן גדול א צדוקי, ער האט אנגעהויבן זיין מלוכה אומגפער 170 יאר פארן חורבן.
100 יאר פארן חורבן, איז ערב פסח געפאלן אום שבת קודש, און די בני בתירא, האבן נישט געוואוסן צו עס איז דוחה שבת צו נישט. הלל הבבלי, האט פארענטפערט די שאלה, אז ס׳איז דוחה, און מען האט אים איבערגעגעבן די הנהגה, ואס ער האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע 100 יאר ביז׳ן חורבן.
אלזא, קטמוט אויס אז די צדוקים ההאבן געהאט א קאנטראל אמוויינגסטנס גאנצע 70 יאר.
בילד: א צדוקי אין דער נירנבורגער כראניק.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ח חשון תש״ף לפ״ק
Kazimierz 17th Century.jpg
Kazimierz 17th Century.jpg (194.26 KiB) געזען 1657 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 376 יאר צוריק, אום שנת ת״ד לפ״ק, איז הגאון מוהר״ר ליפמן הלוי העליר, באקאנט ע״שׁ ספרו תוספות יום טוב, אנגעקומען קיין קראקא.
דער תוספות יום טוב האט מיט אונז מיטגעטיילט זיין שווער און מיטגעמאכטן לעבן, אין זיין ספר מגילת איבה. זיין לעצטע סטאנציע איז געוועזן קראקא, ווי מען האט אים עווענטועל, אום ר״ח אדר א׳, אויפגענומען אלס רב אין שטאט, ווי ער איז שוין פארבליבן ביז צו זיין פטירה.
ס׳איז אינטערעסאנט אנצמערקן, אזוי נישטערנדיג אין מגילת איבה, הא׳מיר געמערקט אז חשון איז אים געווען זיין מזל׳דיגע חודש. מיר געפונען אז אין די לויף פון זיינע יארן האט מען אים אין חשון אנגעבאטן עטליכע רבנות שטעלעס.
בילד: קאזימירז אין די תוספות יום טוב׳ס צייטן. די קראקאווער יודן האבן אין יענע צייטן נישט געוואוינט אין קראקא נאר אינ׳ם שכינות׳דיגן אינזל שטעטל קאזימירז.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ט חשון תש״ף לפ״ק
Netziv.jpg
Netziv.jpg (97.19 KiB) געזען 1607 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 203 יאר צוריק, אום שנת תקע״ז לפ״ק, איז דער נצי״ב געבוירן געווארן אין מיר, צו זיין פאטער, דער סוחר, ר׳ יעקב.
נצי״ב איז די ר״ת פון זיין נאמען, נ׳פתלי צ׳בי י׳הודה ב׳ערלין, הגם בשעתו האט מען אים גערופען ר׳ הירש ליב.
ער איז געווען אן איידעם ביי הגאון מוהר״ר חיים פון וואלאזין. נאך זיין שווער׳ס פטירה האט מען אים געמאכט אלס ראש ישיבה. אין זיין צייט, האט די ישיבה געבליעט, און האט זיך פארגרעסערט פון בלויז 100 בחורים, צו 500 בחורים.
מקור: וויקיפעדיע



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »


וואס איך האב געשריבען דא איז געווען פון חסרון ידיעה
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 11:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אדער וועגן אנדערע סיבה׳ס... ואכהמ״ל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ל׳ חשון תש״ף לפ״ק
Phylacteries.jpg
Phylacteries.jpg (76.38 KiB) געזען 1534 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, אום 13 יאר ארום, אום שנת תשצ״ג לפ״ק… גייט נישט זיין…
ראשית כל א מזל טוב צו אלע עלטערן וואס האבן געהאט און גייען היינט האבן א יונגעלע [אקעי א מיידעלע אויך, ס׳איז פונקט אזוי נוגע אום 12 יאר ארום]. זיי ווייסן ווארשיינליך נאך נישט יעצט, פון דער פראבלעם וואס עס ווארט זיי אפ אין 13 יאר ארום. מען גייט זיך זי צו גרייטן צום גרויסן בר מצוה, מען קוקט אויפ׳ן לוח, און דער טאג איז נישטא – קיין ל׳ חשון אין די קאלענדאר!
אלזא ווען גייט דאס היינטיג ניי געבוירענעם און דער דעמאלטס׳דיגן יונגעלע בר מצוה האבן? אינ׳ם לעצטן טאג פון חשון?! ער איז דאך געבוירן אינ׳ם לעצטן טאג פון חשון! אדער אום ר״ח כסלו, ווארום ער איז דאך געבוירן אום ראש חודש כסלו?
דער מגן אברהם, אורח חיים נ״ה י׳, ערקלערט, אז מען האט בר מצוה, הערשט נאך וואס עס איז זיך פארלאפן גאנצע דרייצן יאר פונ׳ן לעבן, דעריבער האט מען בר מצוה איין טאג נאך חשון, וועלכע איז א׳ כסלו.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

א׳ כסלו תש״ף לפ״ק
שכנא,לובלין.jpg
שכנא,לובלין.jpg (57.4 KiB) געזען 1493 מאל

כסלו, איז דער נאמען פונ׳ם ניינטן חודש. דער נאמען שטאמט פון בבל ווי דער חודש הט געהייסן קיסלימו. בבל׳יש איז א סעמיטישע שפראך. פארשער געבן אן, אז דער נאמען פון דעם חודש אין די נישט סעמיטישע שפראך, איז געווען... ״איטו-קאַנקאַן-נו״. אויך אויף אויף אונזערע שפראך שטייען מיר נישט צו ווייט, ווארום אום חודש כסלו איז געשען די נס פון דער ׳קנקן׳ - ומנותר קנקנים נעשה נס…

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 461 יאר צוריק, אום שנת שי״ט לפ״׳, איז נסתלק געווארן דער ראש בני הגולה, רבינו שלום שכנא אבד״ק לובלין.
ר׳ שכנא, אדער ווי באקאנט בשעתו דער רבי ר׳ שכנא, איז געווען פון די ערשטע גדולי ישראל אין פוילן, און די רבי פון די גדולי ישראל פונ׳ם קומענדיגן דור. אריינגערעכנט זיין איידעם דער רמ״א, פאר וועמען ער האט אוועקגעגעבן זיין טאכטער הרבנית גאלדא.
בשעתו איז געגרינדעט געווארן דער בארימטע ועד ארבע ארצות, אין וועלכע ער איז געשטאנען בראש. דער ועד איז טאקע געוען זייעע אקטיוו בי אים אין לובלין, ווארום אין די יארן פלעגט דער ועד פארקומען איינמאל א יאר אין לובלין בשעת׳ן יאריד.
מקור: לקורות היהודים בלובלין; . Muss-Arnolt, The Names of the Assyro-Babylonian Months and their Regents, Journal of Biblical Literature page 167.

kankanjournal.com [5% off coupon, use “KDH”]



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ג׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Remnants of the Golden Rose shul.jpg
Remnants of the Golden Rose shul.jpg (67.62 KiB) געזען 1443 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 317 יאר צוריק, אום שנת תס״ג לפ״ק, האט א מעכטיגע קנאל אויפגעשוידערט לעמבערג, דאס יודישע קווארטל, איז איינגעהילט געווארן אין פלאמען און עטליכע הייזער זענען צוזאמענגפאלן אויף זייערע איינוואוינער. אט די אויפרייס איז באקאנט אלס דער נפילה.
36 יודן זענען נעבעך אומגעקומען, צווישן זיי דער רביצין און טאכטער פונ׳ם פני יהושע.
דער פני יהושע, הגאון מוהר״ר יעקב יהושע, דער עוונטועלע רב אין שטאט, איז אליינס אויך געווען פארכאפט אין זיין איינגעפאלענעם הויז, וועלכע איז געווען איינגעהילט אין פייער. ער האט צוגעמאכט זיינע אויגן, און געמאכט א נדר צו צום אייבירשטען צו דרוקן זיינע חידושים, ווי נאר ער האט געעפנט זיינע אויגן האט ער געזעהן א וועג ארויס, און זיך געראעטעוועט דאס לעבן זיינע.
בילד: איבערבלייבענישן פונ׳ם גאלדענע רוזא שוהל, וועלכע איז געשטאנען אינ׳ם צענטער פון דאס יודישן קווארטל
מקור: הקדמה לס׳ פני יהושע.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ד׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Building Second Temple.jpg
Building Second Temple.jpg (100.97 KiB) געזען 1395 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2369 יאר צוריק, אום שנת ג׳תי״א לפ״ק, האט מען זיך געוואנדן צו זכריה הנביא, מיט די פראגע, צו עס פעלט נאך אויס צו פאסטן אום תשעה באב: ״הַאֶבְכֶּה בַּחֹדֶשׁ הַחֲמִשִׁי הִנָּזֵר כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתִי זֶה כַּמֶּה שָׁנִים.״
השי״ת׳ס ענטפער צו זכריה איז געווען, אז דער עיקר איז אויסצופאלגן וואס ער האט געזאגט דורך זייענע ערשטע נביאים, ווען ירושלים און אירע איינוואינער זענען נאך געווען אין פרידליכקייט: ״הֲלוֹא אֶת־הַדְּבָרִים אֲשֶׁר קָרָא ה׳ בְּיַד הַנְּבִיאִים הָרִאשֹׁנִים בִּהְיוֹת יְרוּשָׁלִַם יֹשֶבֶת וּשְׁלֵוָה וְעָרֶיהָ סְבִיבֹתֶיהָ וְהַנֶּגֶב וְהַשְּׁפֵלָה יֹשֵב.״
מקור: זכריה ז׳.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ה׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Samuel_Eidels._Vienna_1814 3.jpg
Samuel_Eidels._Vienna_1814 3.jpg (685.08 KiB) געזען 1341 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן, דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.
מען דערציילט, אז מרת אֵידל האט זוכה געווען צו לעבן 100 יאר א דאנק איר איידעמ׳ס ברכה. געווען איז דאס ווען זי האט אמאל אריינגעטראגן צו איר איידעם א טרונק מיט עפעס צוצובייסן, האט זיך דער מהרש״א באדאנקט פאר איר און זיך אנגערופן, ״זאלסט מיר לעבן 100 יאר, אבער דאס קומענדיגע מאל טוט דאס נישט, ס׳איז נישט לכתחילה באדינט צו ווערן דורך א פרוי.״ אט די בקשה איז באזירט אויף שו״ע אה״ע סי׳ כ״א סעיף א׳.
מקור: נעלם לי המקור לע״ע.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”