קנקן טעגליך

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ו׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Paris 14th Century.jpg
Paris 14th Century.jpg (143.87 KiB) געזען 2363 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 640 יאר צוריק, אום שנת ק״ם לפ״ק, זענען די יודישע היימען אין פאריז באפאלן געווארן דורך צוהיצטע גוי׳שע באפעלקערונג, און עטליכע אומשולדיגע יודן זענען אומגעבראכט געווארן.
הי״ד.
מקור: לוח דבר יום ביומו



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ז׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Herod the Great.jpg
Herod the Great.jpg (293.21 KiB) געזען 2332 מאל
היינט ווארט אייך א קנקן - קן יו״ד, אויפף די פאליצע אין אייערע לאקאלע קראם.
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2022 יאר צוריק, אום שנת ג׳תשנ״ח לב״ע, איז פראקלאמירט געווארן צו זיין א יום טוב, ווארום אין דעם טאג איז הורדוס געשטאבן. אזויווי ער האט פיינט געהאט אונזערע חכמים, איז זיין יארצייט באשטעטיגט געווארן אלס א פרייליכער טאג.
הורדוס איז באקאנט אלס דער וואס האט איבערגעבויט דעם בית המקדש, צו זיין פון די שענסטע געביידעס אין דער וועלט אין יענע צייטן, ווי חז״ל דערציילן אונז: ״מי שלא ראה בית המקדש בבנינו לא ראה בנין מפואר מעולם. מאי היא? אמר אביי, ואיתימא רב חסדא, זה בנין הורדוס.״
דאך איז ער באקאנט פאר אן אנדערע עפיזאד, וואס האט איבערגעלאזט א ביטערן נאכ׳טעם: ״הורדוס עבדא דבית חשמונאי הוה, נתן עיניו באותה תינוקת. יומא חד, שמע ההוא גברא בת קלא דאמר, ׳כל עבדא דמריד השתא, מצלח.׳ קם, קטלינהו לכולהו מרותיה, ושיירה לההיא ינוקתא. כי חזת ההיא ינוקתא דקא בעי למינסבה, סליקא לאיגרא, ורמא קלא, אמרה, ׳כל מאן דאתי ואמר מבית חשמונאי קאתינא, עבדא הוא!׳ דלא אישתיירא מינייהו אלא ההיא ינוקתא, וההיא ינוקתא נפלה מאיגרא לארעא.״
מקורות: מגלת תענית, סוכה נ״א ע״ב, בבא בתרא ג׳ ע״ב.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ח׳ כסלו תש״ף לפ״ק
Mahadura Basra.jpg
Mahadura Basra.jpg (255.81 KiB) געזען 2299 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 351 יאר צוריק, אום שנת תכ״ט לפ״ק, איז דער מהדורא בתרא, ״נישט״ נסתלק געווארן.
אינ׳ם ספר הלולא קדישא, ווערט פארצייכנט אז הגאון מוהר״ר משה אבד״ק לובלין, בעל מהדורא בתרא, איז נסתלק געוארן אום ח׳ כסלו תכ״ט. אין לקורות היהודים בלובלין, געבט ער אים צו א קארגע צוויי וואכן, צו זיין לעבן. אבער ווי עס שיינט האט ער נאך מאריך ימים געווען עטליכע יאר נאכדעם, מיר זעהען זיינס א חתימה אינ׳ם פנקס פון די ועד ארבע ארצות אום תשרי שנת תל״ב לפ״ק.
דער מהדורא בתרא, איז געווען אן איידעם פונ׳ם מהרש״א און אן אייניקל פונ׳ם רמ״״א. זיין ברודער ר׳ וואלף איז געווען דער שווער פונ׳ם ש״ך.

קנקן - קן יו״ד, ווארט אייך אפ אין די געשעפטן אין ניו יארק לכבוד שבת קודש. ניו דזשערסי און לאנדאן וועט עס בע״ה זיין קומענדיג דינסטאג.

קנקן - קן יו״ד עמודים הראשונים: http://www.academia.edu/41169943



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

יו״ד כסלו תש״ף לפ״ק
Mordechai Margulis, Cracow.jpg
Mordechai Margulis, Cracow.jpg (216.75 KiB) געזען 2251 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 403 יאר צוריק, אום שנת שע״ז לפ״ק, איז נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר מרדכי מרגלית פון קראקא.
צופיל איבער ר׳ מרדכי איז אונז נישט באקאנט. ס׳זענען דא וואס געבן אן אז זיין פאטער ר׳ שמואל, איז הגאון מהר״ר שמואל מרגליות אבד״ק פוזנא, אבער דאס ׳איז איז א בלויזע השערה.
בפרט נעמענדיג אין באטאכט די פאלגענדע פונקט: אום שנת שמ״ט חתמ׳ט ער זיין נאמען אויפ׳ן לעצטן זייט פון זיין ספר חסדי ה׳, ווי פאלגענד: "כה דברי העלוב משה מרדכי במוהר״ר שמואל ומרגלית זצ״ל.״ דאס טוט אנדייטן אז מרגלית איז נישט געווען קיין פאמיליע נאמען, נאר ליבערשט, אז ער האט זיך אזוי פאררופן נאכ׳ן מוטער זיינעם.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״א כסלו תש״ף לפ״ק
Nebbuchadnezzar.jpg
Nebbuchadnezzar.jpg (336.16 KiB) געזען 2198 מאל

אינ׳ם דאזיגן מאנאט, מיט 2452 יאר צוריק, אום שנת ג׳ שכ״ח לב״ע, האט נבוכדנאצר מלך בבל באלאגערט ירושלים.
דאס איז פארצייכנט אינ׳ם דברי הימים למלכי בבל. אוי׳פן שריפט באקאנט אלס ABC5, ליינען מיר דאס פאלגענדע:
״אינ׳ם זיבעטן יא [פון נבוכדנאצר] אין די מאנאט פון קיסלימו, [האט] דער קעניג פון אַכַּד צואמענגענומען זיינע זעלנער, און מארשירט קיין האַטי-לאנד [ארץ ישראל], און באלאגערט דאס שטאט יהודה. אויפ׳ן צווייטן טאג אין אַדאַרו, האט ער אינגענומען דעם שטאט, אין געכאפט דעם קעניג [יהויקים]. ער האט באשטומט א נייעם קעניג [יכניה] פון זיין אויסוואהל, ער האט באקומען זיינע שווערטע שטייערן, און עס אפגעשיקט קיין בבל.״

בילד: נבוכדנאצר

מקורות: ירמיהו ל״ו, ABC 5 Jerusalem Chronicle.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אן עכטע בילד?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

יא
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פאר ער איז געווארן א חי' אדער נאכדעם? אפשר זענט איר אמאל מרחיב הדיבור איבער די אלע סארט בילדער, פון ווי האט מען דאס און פון ווי ווייסט מען אז דאס איז אטענטיש.

אויך ביטע צייכנט אן אויף יעדע בילד וואס איר לייגט, אויב דאס איז עכט אדער בלויז אן אילוסטראציע. יישר כח.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

טראק דרייווער האט געשריבן:פאר ער איז געווארן א חי' אדער נאכדעם? אפשר זענט איר אמאל מרחיב הדיבור איבער די אלע סארט בילדער, פון ווי האט מען דאס און פון ווי ווייסט מען אז דאס איז אטענטיש.

אויך ביטע צייכנט אן אויף יעדע בילד וואס איר לייגט, אויב דאס איז עכט אדער בלויז אן אילוסטראציע. יישר כח.

קנקן טעגליכע היסטאריע איז נישט געווידמעט פאר דעם.
אבער א גוטע הצעה פאר קנקן די אויסגאבע..
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איטשע האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:פאר ער איז געווארן א חי' אדער נאכדעם? אפשר זענט איר אמאל מרחיב הדיבור איבער די אלע סארט בילדער, פון ווי האט מען דאס און פון ווי ווייסט מען אז דאס איז אטענטיש.

אויך ביטע צייכנט אן אויף יעדע בילד וואס איר לייגט, אויב דאס איז עכט אדער בלויז אן אילוסטראציע. יישר כח.

קנקן טעגליכע היסטאריע איז נישט געווידמעט פאר דעם.
אבער א גוטע הצעה פאר קנקן די אויסגאבע..


אפשר א באשרייבונג פאר דעם איז נישט געווידמעט די טעגליכע קנקן, אבער אין קורצן צו שרייבן אינטער די בילד אויב עס איז עכט אדער נישט איז יא פאסנד פאר די טעגליכע קנקן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ב כסלו תש״ף לפ״ק
Poznan_Braun_Hohenberg RS.jpg
Poznan_Braun_Hohenberg RS.jpg (609.32 KiB) געזען 2127 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 446 יאר צוריק, אום שנת של״ד לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער מהרש״ל וועלכע איז געווען אב״ד דק״ק לובלין.
מהרש״ל איז די ראשי תיבות, פון מורנו הרב ר׳ שלמה לוריא.
דער מהרש״ל איז געבוירן געווארן אין פויזן, צו זיין פאטער ר׳ יחיאל לוריא און צו זיין מוטער א טאכטער פון דער גרויסער גדול בישראל, הגאון מוהר״ר יצחק קלייבר פון פוזנא.
ר׳ יצחק איז געווען גאר א גרויסע בקי אין נוסח און הלכות תפלה, ער האט פארמאגט אן אייגענעם האנטגעשריבענעם סידור. אט די סידור איז ליידער פארברענט געווארן, צוזאמען מיט זיינע אנדערע ספרים און כתבים אין א גרויסע פייער. טייל פון זיינע תשובות האבן איבערגעלעבט דעם פייער אין פויזן, און זענען אנגעקומען צו זיין אייניקל דער מהרש״ל, אבער לצערנו הרב, איז עס פארניכטעט געווארן אין א פייער ווען ס׳איז געווען ביי דעם מהרש״ל.
מקורות: מהרש״ל י״ב, ס״ד, ים של שלמה יבמות פי״ד אות ג׳.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ג כסלו תש״ף לפ״ק

Sura Academy.jpg
Sura Academy.jpg (94 KiB) געזען 2101 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 1520 יאר צוריק, אום שנת ד׳ר״ס לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער אמורא רבינא, ראש ישיבת סורא אין מתא מחסיא. מתא מחסיא איז געווען א פארשטאט פון סורא.
רבינא, איז א פארקירצערונג פון זין טיטל און נאמען רב אבינא. ער איז געוועזן דער זוהן פון רב הונא.
רבינא איז געווען אין די לעצטע דור פון די אמוראים, און ער האט געשלאסן תלמוד בבלי.

בילד: אן אויסשניצונג פון די ישיבה אין סורא, ווי רב אשי גיבט א שיעור, בית התפוצות.
מקור: אגרת רב שרירא גאון.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ד כסלו תש״ף לפ״ק

Comet 1577  RS.jpg
Comet 1577 RS.jpg (261.13 KiB) געזען 2070 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 442 יאר צוריק, אום שנת של״ח לפ״ק, איז דער קאמעט, באקאנט אלס דער גרויסער קאמט פונ׳ם יאר 1577, געווען ביי איר שטערקסטן פונקט.
א באריכט דערפון הא׳מיר פון אן אומבאקאנט׳ן כראניקער פון פראג, וועלכער באשרייבט עס ווי פאלגענד: ״של״ח לפ״ק, ליל ג׳ ב׳ כסלו שעה ב׳, עמד כוכב אחד בין שאר כוכבים, כנגד מזרח גדול מאוד משאר כוכבים, עם זנב גדול כזה [=זעה בייגעלייגטן בילד] ומאיר כלבנה, ועמד כל כך כל חודש כסלו עד ח׳ טבת, ומן חצי כסלו היה הולך ומתמעט עד שהיה קטון אותו זנב מאוד, עד שפסק ח׳ טבת.״
מקור: גרוניקה עברית מפראג, מראשית המאה הי״ז




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

חצי כסלו תש״ף לפ״ק

Winter.jpg
Winter.jpg (400.44 KiB) געזען 2039 מאל

היינט, און אזוי גייט עס שוין פאר די לעצטע 4122 יאר, זינט דער מבול, הייבט זיך אן ווינטער.
חז״ל זאגן דאס אונז ווי פאלגענד: ״חצי תשרי מרחשון וחצי כסליו זרע. חצי כסליו טבת וחצי שבט חורף. חצי שבט אדר וחצי ניסן קור. חצי ניסן אייר וחצי סיון קציר. חצי סיון תמוז וחצי אב קיץ. חצי אב אלול וחצי תשרי חום.״
א געזונטן ווינטער.
מקורות: בראשית ח׳ כ״ב, בבא מציעא ק״ו ע״ב, בראשית רבה ל״ד.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ז כסלו תש״ף לפ״ק

Water Well.jpg
Water Well.jpg (105.97 KiB) געזען 1983 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 165 יאר צוריק, אום שנת תרט״ו לפ״ק, איז הגאון מוהר״ר אברהם בעריש פלאהם אויף א וואונדערליכן וועג געראטעוועט געווארן פון א צרה.
ר׳ אברהם בעריש המ׳יר צו פארדאנקן פאר׳ן דרוקן און פארשפרייט די בארימטע משלים פונ׳ם דובנער מגיד. טאקע אין איינע פון אט די ספרים, אינ׳ם ספר אהל יעקב, דערציילט ר׳ אברהם בעריש אט די געשיכטע ווי פאלגענד: ״הפעם אודה את ה׳ על החסד בגדול אשר הפליא לעשות עמדי, כי פדה נפשי משחת, ויעלני מבור שאון, יום ערב שבת י״ז כסלו של שנת תרט״ו. הייתי בדרך במלון, בעיר סוחוואלי [Suchowola] סמוך לק״ק הוראדנא [Horodna/Grodna/Haradnaja], ונפלתי שמה אל תוך באר המים, וזה איזה שנים אשר התחילו לעשות מבאר זה פלומפ, ולא נגמר מלאכתו, ונשאר עץ תקוע בבאר, ונפלתי על ראש עמוד הזה בטרם נפלתי על המים, כמה מיתות ב״ד טעמתי… אמרת אדרה כל שנותי, וקראתי אל אלקי אבותי, השומר כל עצמותי, פדני נא ממהומות חבורותי, ואתן זמני ועתותי קודש לה׳ למשמרת תרומותי, ומה יקר חסדו ית׳ כי בחמלתו על נפשי הנכאה שלח רצוצים חפשי וילא את ידי ואמץ את זרועי...״



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

טראק דרייווער האט געשריבן:פאר ער איז געווארן א חי' אדער נאכדעם? .

אוודאי פאר דעם, די מעשה וואס ער איז געווארן א חי' איז געווען שוין נאכן חורבן ביהמ"ק
(לערן אביסל דניאל, וועסטו וויסן מער)
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ח״י כסלו תש״ף לפ״ק

Avraham ben HaRambam.jpg
Avraham ben HaRambam.jpg (76.63 KiB) געזען 1946 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 782 יאר צוריק, אום שנת תתקצ״ח לפ״ק, איז נסתלק געווארן רבינו אברהם דער זוהן פון רמב״ם.
רבינו אברהם ווערט אין א בריוו בא׳טיטלט ווי פאלגענד: ״מורנו ורבנו, אדוננו נגידנו, עטרת ראשנו, מנהיג דורנו, הודנו והדרינו...דגל הרבנים, יחיד הדור.״
פון זיינע פילע ספרים איז באקאנט דעם ספר המספיק לעבוד ה׳, וועלכער ער האט געשריבן אין יועא-אראביש. דאס ארגינעלע נאמען איז ״כִּיתַּבּ כִּיפִיִה אַל-אַבִּידִין״.
מקור: שם הגדולים מערכת מ׳ אות ק״נ



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ט כסלו תש״ף לפ״ק

Brody.jpg
Brody.jpg (265.57 KiB) געזען 1906 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אום שנת תקכ״א לפ״ק, איז געבוירן געווארן דער בארימטער גאון מוהר״ר אפרים זלמן מרגליות פון בראד.
ר׳ זלמן איז געווען פון די גרעסטע פוסקים בדורו. הגם, ער האט נישט געדינט קיין שום רבנישע פאסטן. ער האט געפירט א באנק אין בראד.
ר׳ זלמן איז באקנט אין די הלכה׳דיגער וועלט אלס דער בית אפרים, ע״ש ספרו שו״ת בית אפרים, און אין אלגעמיין איז ער באקאנט אלס דער פארפאסער פונ׳ם ספר מטה אפרים, הלכות אויף די ימים נוראים.
מקור: דעת קדושים עמוד 75



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ך׳ כסלו תש״ף לפ״ק

Ezra.jpg
Ezra.jpg (316.84 KiB) געזען 1859 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2,564 יאר צוריק, אום שנת ג׳תט״ז לב״ע, האבן זיך די יודן אין ארץ ישראל פארזאמלט צו הערן וואס עזרא הסופר האט צו זאגן.
דריי טאג פריער, האט עזרא הסופר פראקלאמירט א גענעראל פארזאמלונג, איש בל יעדר, אין ירושלים. די פארלאנג איז אנגענומען געווארן זייער ערנסט. עזרא הסופר האט דערביי פארלאנגט אז מען מוז זיך זאפארט אפטיילן פון די נישט יודישע פרויען וואס מען געהייראט אין בבל. די יודן האבן אנגענומען זיינע רייד, די פראצעדור איז נישט געווען קיין לייכטע, ס׳האט גענומען 100 טאג, אפצורייניגן כלל ישראל פון די פרעמדע פרויען.
מקור: עזרא י׳



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״א כסלו תש״ף לפ״ק

Mount Gerizim.jpg
Mount Gerizim.jpg (119.99 KiB) געזען 1816 מאל

היינט איז ״יום הר גריזים״!
ווארום, אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2331 יאר צוריק, אום שנת ג׳תמ״ט לב״ע, האט מען אויסגעאקערט הר גריזים, דאס הויפטקווארטיר פון די כותים, אין אויס אנגעפלאצט מיט ״פּאָרע - ציבעלע״, leak בל״ע.
דאס איז געקומען אלס אן ענטפער, צו וואס זיי האבן געוואלט טוען צו הר הבית.
געווען איז דאס ביי דעם באקאנטן באזוך פון אלכסנדרוס מוקדון אין ארץ ישראל, ווען די כותים האבן פון אים אפגעקויפט 5 בית כור אויף הר הבית, מיט׳ן פלאן צו צושטערן דעם בית המקדש. אלעס איז געפארן ווי געשמירט, ביז אלכסנדרוס האט זיך געטראפן מיט שמעון הצדיק,דעמאלטס האבן זיך זאכן געטוישט, און אלכסנדורס האט איבערגעגבן הר גריזים אין די הענט פון די יודן, און מקיים געווען דעם ועשית לו כאשר זמם לעשות.
מקור: מגילת תענית, יש לציין שביומא ס״ט ע״א כתוב שדבר זה אירע בכ״ה בטבת.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ב כסלו תש״ף לפ״ק

Menseh ben Israel.jpg
Menseh ben Israel.jpg (255.18 KiB) געזען 1764 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 364 יאר צוריק, אום שנת תט״ז לפ״ק, זענען יודן צוריק ערלויבט געווארן זיך צו באזעצען אויפ׳ן ענגלישן אינזל.
יודן, זענען עמטליך פארטריבן געווארן פון די ענגלאנד אום תשעה באב שנת ן׳ לפ״ק. ענגלאנד איז אפיציעל געוועזן יודנריין פאר 365 יאר. ביז, ווען הגאון המקובל מוהר״ר מנשה בן ישראל פון אמסטערדאם, איז אריבער געקומען קיין ענגלאנד, און איבערמידלעך איבערגערעדט דער דעמלאטסדיגן הויפּט פון שטאַט, לאָרד פראָטעקטאָר, אָליווער קראָמוועל, צוריק אריינצולאזן יודן אינ׳ם לאנד, וועלכער האט עס עוונטועל נאכגעגעבן.
דער מקור פון דעם דאטום שטאמט פונ׳ם באקאנטן לוח דבר יום ביומו, בשם לוח רוסיא, וועלכער געבט אן דעם פונקטליכן דאטום אום כ״ב כסלו, וועלכע איז יענעם יאר געווען 11 דעצעמבער, אוי׳פן יוליאנער קאלענדאר.
בילד: ר׳ מנשה בן ישראל



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ד כסלו תש״ף לפ״ק

Rebuilding Second Temple.jpg
Rebuilding Second Temple.jpg (211.92 KiB) געזען 1702 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2371 יאר צוריק, אום שנת ג׳ת״ט לב״ע, האט מען געשטעלט דעם אבן הפינה צו דעם צווייטן בית המקדש. דאס איז געווען אינ׳ם צווייטן יאר פון דריוש מלך פרס.
אלעס איז איז רעלאטיוו געווען רואיג פאר די קומענדיגע 185 יאר, ביז כ״ד כסלו שנת ג׳תקצ״ד לב״ע, ווען א דאנק די מתיוונים, האבן די יוונים, איינגעפירט נייע גזירות. ווי מיר וועלן בע״ה באריכטן אינ׳ם פארגנדיגן באריכט,
מקורות: חגי ב׳, חשמונאים א׳ א׳.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קנקן האט געשריבן:כ״ב כסלו תש״ף לפ״ק [/b][/center]
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 364 יאר צוריק, אום שנת תט״ז לפ״ק, זענען יודן צוריק ערלויבט געווארן זיך צו באזעצען אויפ׳ן ענגלישן אינזל............
יודן, זענען עמטליך פארטריבן געווארן פון די ענגלאנד אום תשעה באב שנת ן׳ לפ״ק. ענגלאנד איז אפיציעל געוועזן יודנריין פאר 365 יאר. ביז, ווען הגאון המקובל מוהר״ר מנשה בן ישראל פון אמסטערדאם, איז אריבער געקומען קיין ענגלאנד, און איבערמידלעך איבערגערעדט דער דעמלאטסדיגן הויפּט פון שטאַט, לאָרד פראָטעקטאָר, אָליווער קראָמוועל, צוריק אריינצולאזן יודן אינ׳ם לאנד, וועלכער האט עס עוונטועל נאכגעגעבן.
דער מקור פון דעם דאטום שטאמט פונ׳ם באקאנטן לוח דבר יום ביומו, בשם לוח רוסיא, וועלכער געבט אן דעם פונקטליכן דאטום אום כ״ב כסלו, וועלכע איז יענעם יאר געווען 11 דעצעמבער, אוי׳פן יוליאנער קאלענדאר.......

הרבהג"צ וכ' ר' מב"י איז געפארען קין ענגלאנד אויף דער איינגלאדונג פון LORD CROMWELL וואס האט גערופען א קאנפערענץ אין WHITEHALL וואס האט געדוירט פון
DEC 4 ביז DEC 18 '655 ט"ו כסליו - כ"ט כסל"ו עס האט זיך ג'ענדיגט אן קיין ממשותדיגע שינוים אויזער הנחות פאר די פאר אנוסים וואס האבען
דעמאלט געוואינט אין עגנגלאנד
קראמוועל אז געשטארבעו אין 58 פאר עס איז געשעהן אפיציעלע שינוים בענין דאס ואינען פון אידען אין ענגלאנד
איך האב געפריווט זיכען DEC 11 אבער גארניטש געטראפען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ה כסלו תש״ף לפ״ק

Mizbeach.jpg
Mizbeach.jpg (231 KiB) געזען 1637 מאל
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2186 יאר צוריק, אום שנת ג׳תקצ״ד לב״ע, האט מען בעו״ה מקריב געווען א דבר אחר אויפ׳ן מזבח אינ׳ם בית המקדש לעבודה זרה.
אנגעהויבן האט זיך אט די געשיכטע, שוין מיט 10 טאג פריער, מיט׳ן אוועק שטעלן א במה אויפ׳ן מזבח, דורך די יונים. 10 טאג דערויף, אינ׳ם זעלבן טאג, ווען אום 3 יאר ארום וועלן די חשמונאים מנצח זיין אט די יונים, האבן זיי פארשוועכט דעם מזבח און מקריב געווען דערויף טמא׳נע קרבנות לעבודה זרה.
מקורות: חשמונאים א׳, פ״א וד׳,יוסף בן מתתי׳ הכהן, קדמוניות היהודים.




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ו כסלו תש״ף לפ״ק

Rabad de Posquieres.jpg
Rabad de Posquieres.jpg (113.17 KiB) געזען 1586 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 812 יאר צוריק, אום שנת תתקנ״ט לפ״ק, איז דער ראב״ד נסתלק געווארן אין פּושׂקִייֶרְא [Vauvert, זיד פראנקרייך].
ראב״ד איז די ר״ת רבינו אברהם בן דוד. ער איז באקאנט צוליב זיינע השגות אויפ׳ן רמב״ם. אויף אט די השגות, האט זיך דער רמב״ם אויסגעדרוקט, ״קיינמאל האט מיר אימיצער מנצח געווען, ווי אט דער בעל מלאכה!״ זיך באצוענדיג אויפ׳ן ראב״ד.
דער ראב״ד איז נפטר געווארן אום ערב שבת חנוכה, און כהנים האבן אים צוגעגרייט זיין קבר.
מקור: ספר יוחסין מאמר חמישי.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”