קנקן טעגליך

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ט תמוז - יא״צ ברכת הזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ט תמוז תשע״ט
היינט מיט 343 יאר צוריק, שנת תל״ו לפ״ק, איז דער קראקאווער נסתלק געווארן אין חמעלניק. דא האנדלט זיך פון הגאון מהור״ר [אהרן] שמואל קאידנובער. ר׳ שמואל איז געבורין געווארן צו איינפאכע עלטערן, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעט אוי׳פן תורה לייטער, דינענדיג אינטערנאציאנאל אין פילע קהלות, מיינסטנס אין די שענסטע קהלות וואס כלל ישראל האט פארמאגט אין אירופא. אין לוז [לאנגענלויז], עסטרייך; ניקלשׂבורג, די הויפטשטאט פון מעהרין; גלוגא, שלעזיען; פיורדא, באיערן, אין וועלכע ס׳האט זיך געפונען די גרעסטע ישיבה אין דייטשלאנד; פראנקפוורט וועלכע האט פארמאגט די חשוב׳סטע בית דין אין דייטשלאנד; שליסנדיג זיין גלאררייכע רבנות מיט ק״ק קראקא, איבערנעמנדיג דאס בענקל אויף וועלכע ס׳זענען געזעצן די סאמע גרעסטע גדולי ישראל, א שטייגער ווי דער רמ״א און דער ב״ח און נאך.
ער האט פארפאסט פילע ספרים, באקאנט פון זיי איז דער ברכת הזבח, אויך איז ער באקאנט אלס דער מהרש״ק.
זיין זוהן אז דער מחבר ספר קב הישר.
BirkasHazevach.jpg
BirkasHazevach.jpg (272.95 KiB) געזען 5525 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ׳ תמוז - הרוגי פּוֹרצהֵים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 752 יאר צוריק, שנת כ״ז לפ״ק, איז פארגעקומען די הריגות אין ק״ק פורצהים (Pforzheimm).
אין ק״ק ווירמייזא פלעגט מען שבת נאך כ׳ תמוז, זאגן א ספעציעל ׳זולת׳ (א יוצר ביי ״זולתך סלה, פאר עזרת אבותינו) וועלכער הייבט זיך אן אזכרה אלקים נגינתי בלילה, פארפאסט דורך ר׳ יקר בר שמואל הלוי.
די געשיכטע פון די הריגה, באקאנט אלס ״הרוגי פורצים״, איז געווען א בייזע עלילת דם, אין וועלכע מען האט באשולדיגט א יודישע פרוי וואס האט פארקויפט א גוי׳שע מויד, אז די יודן האט איר ערמארדעט און אריינגעווארפן אינ׳ם טייך. אין א געריכט וואס איז פארגעקומען, האבן די יודן האבן ״אנגעבליך״ מודה געווען, און זיי זענען אלע פאראורטיילט געווארן צום טויט – הי״ד.
מקור: Das Martyrologium des Nürnberger Memorbuches, עמודים 15, 128-130.

Pforzheim-Au-mit-Schelmenturm.jpg
Pforzheim-Au-mit-Schelmenturm.jpg (75.75 KiB) געזען 5470 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״א תמוז - יא״צ ר׳ אלי׳ בע״ש פון ווארמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״א תמוז תשע״ט
היינט, ווערט בע״ה פארטיילט ווערן קנקן, קן ז׳ אין די געשעפטן אין ניו יארק.
מיט 382 יאר צוריק, שנת שצ״ז לפ״ק, איז אין ווירמייזא נסתלק געווארן דער דער ווארמסער רב, דער גרויסער גאון און מקובל מוהר״ר אלי׳ לואנץ, באקאנט אלס ר׳ אלי׳ בעל שם. ער האט געצויגן זיין יחוס צו רש״י ז״ל און צו דער גרויסער שתלדן ר׳ יוסלמן פון רוסהיים.
געבוירן איז ער אין פראנקפורט. געלערנט האט ער ביי הגאון מוהר״ר יעקב גינצבורג און ביי הגאון מוהר״ר עקיבא פראנקפורטער. ער האט געדינט אלס רב אין די שטעט, הענא, פרידבערג און דער עיר ואם בישראל, ווירמייזא ווי ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.
ער האט פארפאסט פילע ספרים, פון זיי אדרת אליהו אויפ׳ן זהר הק׳, און מכלול יופי אויף מגלת רות.
מקור: חיים מיכל, אור החיים נו. 401

Worms friedhof.jpg
Worms friedhof.jpg (86.89 KiB) געזען 5411 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

קנקן, קן ז׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אזוי ווי איר גלייכט, קנקן טעגליכע היסטאריע, וועט איז זיכער הנאה האבן פון קנקן, קן ז׳:
1 Cover 2 2.jpg
1 Cover 2 2.jpg (744.37 KiB) געזען 5409 מאל

2 Content 2.jpg
2 Content 2.jpg (558.28 KiB) געזען 5409 מאל
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ב תמוז - ר׳ זכריה מאהר פון וויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ב תמוז תשע״ט
היינט, קנקן, קן ז׳ ווארט אייך אפ אין די געשעפטן.
355, יאר צוריק, שנת תכ״ד לפ״ק, איז נפטר געווארן אין וויען דער קצין ר׳ זכריה מאהר.
ר׳ זכריה און זיין ווייב מרת פיגלא האבן געלאזט בויען דעם וויענער קלויז, און אויסגעהאלטן א צאל תלמידי חכמים וואס זאלן דערינען זיצן און לערנען א גאנצן טאג. אזוי אויך האט ער געהאט די חזקה צו קויפן די וויין פאר קידוש און הבדלה וואס מען מאכט אין שול יעדער וואך נאכ׳ן דאווענען פאר עלינו לשבח.
זיין ר׳ יוסף מאהר, וועלכע איז געווען פון די מגורשי ווינא, ביי דעם באקאנטן גירוש בשנת ת״ל לפ״ק, איז געגאנגען אין זיין פאטער׳ס פוסטריט, און ער האט געבויעט א קלויז אין קרעמזיר, וואו ער האט זיך באזעצט.
נאכ׳ן גירוש איז ר׳ זכריה׳ס קלויז ליידער איינגעווארפן געווארן, און מען האט אין איר פלאץ געבויעט א טומאה.
מקור: עדות ביהוסף, בכורי העתים תרכ״ה.

Wien_vertreibung_1670.jpg
Wien_vertreibung_1670.jpg (140.3 KiB) געזען 5355 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ג תמוז - ויכוח הפראנקיסטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ג תמוז תשע״ט
היינו, מיט 160 יאר צוריק, שנת תקי״ט לפ״ק, איז פארגעקומען דער ויכוח מיט די פראנקיסטן.
דער ויכוח איז פאררופן געווארן דורכ׳ן לעמבערגן בישאף מיקאלסקי. דריי גדולי ישראל זענען אויסגעקליבן געווארן אנטייל צו נעמען דערין. הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט אבד״ק לעמבערג, דער בעל שם טוב, און הגאון מוהר״ר דוב בער אבד״ק יזאלאוויץ.
דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן אום כ״ג תמוז, און ס׳האט זיך פארצויגן פאר דריי טעג.
ווי ס׳ווערט איבערגעגעבן, איז דער לעמבערגער רב אהין געגאנגען אן קיין שום פחד און מורא, ער איז געווען אנגעטוען אינגאנצן מיט ווייסע בגדים, און מיט זיין גרויסע חכמה האט ער געוואונען דעם ויכוח, אזש די מיניסטארן וואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען ערשטוינט געוארן פון זיין געטליכע חכמה.
בילד: יעקב פראנק, דער פירער פון די פראנקיסטן.
מקור: אנשי שם סי׳ קס״ח

Jakob_Joseph_Frank.jpg
Jakob_Joseph_Frank.jpg (256.86 KiB) געזען 5291 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ה תמוז - מכת ארבה בירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ה תמוז תשע״ט
היינט, מיט 274 יאר צוריק שנת תק״ה. האט א מכה פון ארבה באפאלן ירושלים עיה״ק.
הגאון מוהר״ר רפאל מיוחס (תס״א–תקל״א), דער ראשון לציון אין ירושלים, דערמאנט עס אין זיין ס׳ פרי האדמה אויפ׳ן רמב״ם, ווי פאלגענד: ״כ״ה תמוז משנת התק״ה פה עיר הקדש ירושלים ת״ו בא מין ארבה והיו קורין אותו בערבי ג׳ונדוך ואמרו שהיה אוכל כל האפיל הנקרא סיפי מאקאט… וכן נעשה מעשה וגזרו תענית ציבור ב׳ ה׳ וב׳.״
מקור: פרי האדמה, הל׳ תענית פרק ב׳.

Locusts.jpg
Locusts.jpg (440.1 KiB) געזען 5239 מאל


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

קנקן האט געשריבן:
כ״ג תמוז תשע״ט
היינו, מיט 160 יאר צוריק, שנת תקי״ט לפ״ק, איז פארגעקומען דער ויכוח מיט די פראנקיסטן.
דער ויכוח איז פאררופן געווארן דורכ׳ן לעמבערגן בישאף מיקאלסקי. דריי גדולי ישראל זענען אויסגעקליבן געווארן אנטייל צו נעמען דערין. הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט אבד״ק לעמבערג, דער בעל שם טוב, און הגאון מוהר״ר דוב בער אבד״ק יזאלאוויץ.
דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן אום כ״ג תמוז, און ס׳האט זיך פארצויגן פאר דריי טעג.
ווי ס׳ווערט איבערגעגעבן, איז דער לעמבערגער רב אהין געגאנגען אן קיין שום פחד און מורא, ער איז געווען אנגעטוען אינגאנצן מיט ווייסע בגדים, און מיט זיין גרויסע חכמה האט ער געוואונען דעם ויכוח, אזש די מיניסטארן וואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען ערשטוינט געוארן פון זיין געטליכע חכמה.
בילד: יעקב פראנק, דער פירער פון די פראנקיסטן.
מקור: אנשי שם סי׳ קס״ח

Jakob_Joseph_Frank.jpg


דארף זיין 260 יאהר צוריק
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

[quote="קנקן"]
כ״ג תמוז תשע״ט
היינט, מיט 160 יאר צוריק, שנת תקי״ט לפ״ק, איז פארגעקומען דער ויכוח מיט די פראנקיסטן.

דארף זיין 260 יאהר צוריק
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

dinrap האט געשריבן:
כ״ג תמוז תשע״ט
היינט, מיט 160 יאר צוריק, שנת תקי״ט לפ״ק, איז פארגעקומען דער ויכוח מיט די פראנקיסטן.

דארף זיין 260 יאהר צוריק

וואס איז די גרויסע קןשא?
ער האט מעתיק געווען פון א סרר/ביכעל פון 100 יאר צוריק דברים כהוייתן אן צענזור
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ו תמוז תשע״ט
היינטיגן מאנאט, 698 יאר צוריק, שנת פ״א, איז פארגעקומען, וואס איז באקאנט אלס די ׳גזירת המצורעים׳.
יודן זענען באשולדיגט געווארן אז זיי האבן איבערגערעדט די מצורעים צו פארגיפטיגען די וואסערן, צו פארגיפטיגן אלע קריסטן אין אירופא.
אויפן באפעל פונ׳ם קעניג האט מען זאפארט ארעסטירט די יודן. עווענטועל האט זיך טאקע אויפגעויזן דאס אומשולד פון די יודן. דער קעניג, זיך פילנדיג אויסגעשפילט פאר ארעסטירן אומשולדיגע מענטשן, האט געטוישט דעם באשולדיגונג, אז מען האט זיי ארעסטירט כדי זיי זאלן זיך שמד׳ן. ווי פארשטענדליך האבן די יודן געווייגערט דאס צו טוען, מען האט זיי געפייניגט און עווענטועל פארברענגט 15,000 קדושים הי״ד.
מקור: שבט יהודה מ״ג




דערמיט ווילן מיר זיך באדאנקן פאר די פילע טויזנטער געשיכטעליינער וואס האבן מיטגעהאלטן א געליינט אונזערע וועכנטליכע ארטיקלען אינ׳ם געשכיטעליין רובריק. אזויווי יעדער זאך אויף די וועלט האט אן ענדע, איז דאס אויך געקומען צו אן ענד. ער קענט ווייטער געניסן פון אונזערע ארבעט, און אונזערע חודש׳ליכע קנקן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך געשיכטעליין א׳-קמ״ז
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ז תמוז - יא״צ ר׳ נחום טריביטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ז תמוז תשע״ט

Nehemias_Trebitsch1.jpg
Nehemias_Trebitsch1.jpg (50.84 KiB) געזען 5030 מאל

היינט, מיט 177 יאר צוריק, שנת תר״ב לפ״ק, איז אין פראג נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר נחום טרעביטש אבד״ק ניקלשׂבורג.
אינ׳ם קונטרס׳ל קול נהי, ווערט געברענט פונ׳ם פראגער פנקס, א באריכט פון די לעצטע טעג זיינע אין פראג.
אום דאנערשטאג אוונט, כ״ב תמוז, איז ר׳ נחום געקומען קיין פראג, און ער איז איינגעשטאנען ביי ר׳ אנשיל גראף. די שטאטסלייט הערנדיג פונ׳ם חשוב׳ן גאסט זענען געקומען אים מקבל פנים זיין, ווערנדיג ערשיטערט צו זעהן זיין איינגעפאלענעם געזיכט, זייענדיג נישט געזונט.
אום שבת קודש, איז ר׳ נחום ליידער שלאף געווארן. אום זונטאג, כ״ה תמוז האט דער פראגער בי״ד אויסגערופן א יום תפלה, די רבנים זענען געגאנגען איינרייסן אינ׳ם דארטיגן בית החיים ביי די גאונים און קדושים וואס ליגן דארט באהאלטן.
מאנטאג, כ״ו תמוז, האט זיך דער גאנצע שטאט פארזאמלט ארום ר׳ אנשיל׳ס הויז, וועלנדיג מיטהאלטן וואס גייט פאר אבער, ליידער יענעם אוונט, אום כ״ז תמוז, האט ר׳ נחום אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ח תמוז - ארבעה טורים אין דרוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ח תמוז תשע״ט
Choshen Mishpat 1475.jpg
Choshen Mishpat 1475.jpg (202.36 KiB) געזען 4968 מאל

היינט, מיט 544 יאר צוריק, שנת רל״ה לפ״ק, איז געענדיגט געווארן אויסשטעלן דאס ספר ארבעה טורים, צו ערשטן מאל, דאס לעצטע בויגן איז געווארן גרייט צו דרוק.
דער קרוקער דערמאנט אט די פאקט, טאקע אויף אט די בויגן ווי פאלגענד:
״ותכל מלאכת עבודת הקודש, ביום שיני עשרים ושמנה לחדש תמוז הוא החודש הרביעי, חמשת אלפים ורל״ה למספר קבועי, בפייביא דישקו* בבית מה״ר משלם המכונה קוזי יבורך מעתה ועד עולם.״
הגאון מוהר״ר חיד״א דערמאנט אז ער האט געזעהן דעם זעלטענעם ערשטן דרוק פונ׳ם טור, אין שם הגדולים מערכת ספרים אות ג׳ סי׳ ב׳.
*Piove di Sacco איז א שטאט אין איטאליען נישט ווייט פאדאווא.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ט תמוז - יא״צ רש״י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כ״ט תמוז תשע״ט
red-garnet-ceylon-3-80-carats-1.jpg
red-garnet-ceylon-3-80-carats-1.jpg (56.05 KiB) געזען 4895 מאל

היינט, מיט 914 יאר צוריק, שנת תתס״ה לפ״ק, איז דער רבן של ישראל, רש״י ז״ל, נפטר געווארן אין פראג.
יעדער איז באקאנט, די געשיכטע פון רש״י׳ס פאטער אין וועלכע ס׳ווערט געשילדערט אז ער האט נישט געוואלט פארקויפן א טייערע שטיין וועלכער איז געווען געווידמעט פאר עבודה זרה.
למעשה, נאכפארשנדיג די געשיכטע פון פריע מקורות, ווערן מיר געוואויר, אז ער האט טעכניש יא פארקויפט דאס שטיין, מיר ווייסן וועלכע סארט שטיין ס׳איז געוועזן, און ווי דער קויפער האט עס געוואלט שטעלן. זעה געשיכטעליין י״ג אין קינדליין, אדער אונזערע ענגלישע אויסגאבע פון קנקן [Kankan] נומער 4, וועלכע געפונט זיך איצטער אין די לאקאלע געשעפטן
מקורות: סדר הדורות


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

א אב - יא״צ פונ׳ם באבאווער רב ז״ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ראש חודש, א אב תשע״ט לפ״ק
Matzes Baken.jpg
Matzes Baken.jpg (446.84 KiB) געזען 4827 מאל

היינט, מיט 19 יאר צוריק, שנת תש״ס לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער באבאבווער רב זכרונו לברכה.
מיט א קארגע צוויי יאר פריער, ער איז אלט אין די נייציגער יארן. שוואכליך, מיט צובראכענע ביינער. אבער ער שטייט נאך אלס, ווי אין די פריערדיגע יארן, איינגעהילט אין זיין טלית, און לייגט אראפ א נענועים פון כמעט א שעה צייט. ביינאכט, שפרונגט ער מיט׳ן ספר תורה ווי א יונג קינד ביז חצות. אין די פריע פארטאגס שעה׳ן, טאנצט ער ביים טיש האזורים באהב.
כ׳שטיי, כ׳קוק, כ׳האלט מיט, כ׳שטוין, פון וואנעט נעמט ער אזעלכע כוחות צו דינען דעם אייבערשטען, כ׳קען ניטאמאל טראכטן, ווי אזוי מען לייגט אראפ אזא עבודה. דאס איז בלויז דער אנהייב, הושענעה רבא און ליל שמיני עצרת. ס׳פאלגט נאך נאך צוויי פולע טעג, וואס זענען איין שטיק קדושה און טהרה, דאס עבודת ה׳ פון הייליגן באבאווער צדיק.
זי״ע.
בילד: אני הק׳, ביים באקומען א מיירע, א ווארעמע שמייכל, אייביגע זכרונות, פונ׳ם רב ז״ל, ביי מצות באקן אום ערב פסח.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ג׳ אב תשע״ט לפ״ק
Bohdan Chmielnicki.jpg
Bohdan Chmielnicki.jpg (119.32 KiB) געזען 4743 מאל

היינט, מיט 317 יאר צוריק, שנת ת״ח לפ״ק, איז קהלה קדושה פולנאה געפאלן צו דער בארבארישע קאזאק, אונטער׳ן פירערשאפט פונ׳ם היטלער פון יענע צייט, דער צורר כל היהודים חמילניצקי ימ״ש.
10,000 יודישע נפשות, זענען געפאלן, צו די רחמנות׳לאזע חיות. זיי האבן נישט געשוינט, נישט קיין פרויען נישט קיין קינדער, קיין אלטע און קיין קראנקע.
צווישן די קדושים איז געווען דער וואונדערליכער גאון און מקובל, מהור״ר שמשון דער מגיד פון אסטראפאליא,וועלכע האט אהין געפליכטעט, האפנדיג צו געפונען אין פולנאה שוץ פונ׳ם קאזאק.
הי״ד.
מקור: מגילת עפה, פתח תשובה.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ד׳ אב - רמ״ע מפאנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ד׳ אב תשע״ט
Menahem Azaria de Fano.jpg
Menahem Azaria de Fano.jpg (85.59 KiB) געזען 4672 מאל

היינט, מיט 399 יאר צוריק, איזנסתלק געווארן דער גאון און מקובל מוהר״ר מנחם עזריה מפֿאנו, באקאנט אלס דער רמ״ע מפאנו.
ער איז געווען א תלמיד פון הגאון מוהר״ר משה קרודובירו [דער רמ״ק], הגאון מוהר״ר ישראל סרוק [מהר״י סרוק], און נאך.
ס׳איז באקאנט די מבוכה צווישן די גדולי ישראל, צו דער רמ״ע מפאנו האט זיך געלאזט וואקסן דאס בארד צו נישט. אינ׳ם תולדות ספר, רבינו מנחם עזריה מפאנו (פיעטריקוב תרס״ד), ווערט געברענגט אייגנצייטיגע עדות, וואס זענען מעיד אז ער האט יא געהאט, און וואס זענען מעיד אז נישט.
ווי עס שיינט האט ער זיך עווענטועל געלאזט וואקסן זיין בארד. ענליך צו דעם געפונט מען, מיט׳ן רמח״ל.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ה׳ אב - עטליכע שטאק קבורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ה׳ אב תשע״ט
Solomon_Deiches's_Prayer_House_(Synagogue),_6_Brzozowa_street,_Kazimierz,_Krakow,_Poland.jpg
Solomon_Deiches's_Prayer_House_(Synagogue),_6_Brzozowa_street,_Kazimierz,_Krakow,_Poland.jpg (468.52 KiB) געזען 4549 מאל

היינט, מיט 325 יאר צוריק, שנת תנ״ד לפ״ק, איז אין קראקא נסתלק געווארן דער ראש בי״ד, הגאון מוהר״ר משה ר׳ ענזילשׂ.
ס׳איז זיין מצבה וואס האט געצויגן אונזערע אויפמערקזאמקייט, וועלכע געבט א שטיקל בילד ווי אזוי מען האט פארצייטנס געהאנלדט אין א פאל ווען ס׳איז רח״ל געווען א מאנגל אין פלאץ אינ׳ם בית הקברות.
״פ״נ הגאון מ׳ משה ראש ב״ד דקהלתנו בהחבר ר׳ נפתלי, הנקרא ר׳ משה ר׳ ענזילשׂ, נפטר ב׳ אב תנ״ד. ועליו נגנז המופלא מ׳ מרדכי דייכשׂ, ובנו המופ׳ מ׳ ירוחם,ונכדו מ׳ אברהם, ובתו הצנועה מ׳ קרֵינדל נפטרת כ״ו חשון תקל״ו.״
ר׳ מרדכי דייכשׂ איז געווען א דיין אין קראקא אין די צייטן פון ר׳ משה ר׳ ענזלשׂ.
בילד: די דייכשׂ שול אין קראקא.
מקור: עיר הצדק, מצבה מ״ב, ראש מקור חיים (פיורדא תנ״ז)

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ו׳ אב תשע״ט
Maharil.jpg
Maharil.jpg (256.73 KiB) געזען 4447 מאל

היינט, מיט 602 יאר צוריק, שנת קע״ז, איז ו׳ אב געפאלן אום שבת קודש - שבת חזון. יענע וואך איז פארגעקומען שבת-שפינהאלץ (אויפרוף) פון ר׳ שמעון מולין, דער זון פונ׳ם מהרי״ל.
זיין פאטער, דער מהרי״ל דערמאנט אט דעם אנעקדאט, ארויסצוברענגען א הלכה, אז אין אזא שבת חזון, ווען ע״פ הלכה טוט מען זיך נישט אן די בגדי שבת קודש, דאך, אום שבת-שפינהאלץ, מעג די פאטער פונ׳ם חתן גיין מיט׳ן שבת׳דיגן אויבער מלבוש (רעזשוואלקע), און דער חתן מיט אלע זיינע בגדי שבת קודש.
״מהר"י סג"ל עשה שפינהולץ לבנו הר"ר שמעון בעודנו נער בשבת ו' אב, והיה האב לבוש קטא של שבת לבד לכבוד בנו, והחתן היה לבוש כל בגדי שבת. וכל הקהל הלכו אצלו ושמחו עמו אחר הסעודה ביין ובפירות, כמנהג בכל ליל שבת דקודם שבת הנשואין.״
בילד: דער מהרי״ל׳ס ציון אין ווירמייזא
מקור: מהרי״ל,מנהגים, הל׳ י״ז תמוז וט׳ באב, ט׳; ראה חכמים בדורם, עמוד 226 הערה 5.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ז׳ אב תשע״ט.
Decree-of-Expulsion 1492.jpg
Decree-of-Expulsion 1492.jpg (220.74 KiB) געזען 4385 מאל

היינט, מיט 527 יאר צוריק, אום שנת רנ״ב לפ״ק, איז געווען דאס לעצטע טאג וואס יודן האבן געהאט צו פארלאזן די גרעניצן פון שפאניען. דאך האט עס גענומען נאך עטליכע טעג. מיר האבן א באריכט אז אום פרייטאג י׳ אב, האבן 16 גרויסע שיפן פארלאזט דעם האפן אין קארטאגינא, אנגעפילט מיט יודן און זייערע פארמעגנס.
די יודן האבן זיך געוואנדן ווי דער ווינט האט זיי נאר געטראגן, די געמיינע קאפיטאנען, וואוסנדיג פון די רייכטומען וואס געפונען זיך אויף זייער שיפן, האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט; טייל האבן פארקויפט די יודן אלס קנעכט, טייל האבן סתם אזוי גע׳הרג׳ט די יודן, אנדערע האבן פארלאזט די יודן נאקעט אויף אומבאוואוינטע אונזלען.
הי״ד.
זעה אונזער ארטיקל ׳דריי גירושים אום תשעה באב׳ אין קנקן, קן ז׳.
בילד: דער דעקרעט פונ׳ם גזירה
מקור: עמק הבכא

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ח׳ אב תשע״ט
היינט מיט 3373 יאר צוריק, שנת ב׳ר״ו לב״ע, האט יעקב אבינו געשיקט מלאכים מיט א געשאנק צו זיין ברודער עשו, וואס איז אים אקייגן געקומען צו אטאקירן. יענעם אוונט, תשעה באב נאכט, ווען יעקב אבינו איז צוריק אריבער געגאנגן דעם יבק, האט אים דארטן אנגעטראפן דעם שרו של עשו, מיט וועלכע יעקב אבינו האט זיך ארומגעהאמפערט א גאנצע נאכט, הגם ער האט אים געזיגט, דאך איז ער נישט ארויס גאנץ דערפון.
עד היום הזה, ליידן מיר פון דעם! הגם, קומענדיגן אינדערפריא, איז געווען ״ויזרח לו השמש!״ דאך איז עס אבער געווען, ״והוא צולע על יריכו!״ יעקב אבינו, נאכ׳ן ענדיגן מיט׳ן שרו של עשיו - ביינאכט, האט זיך געמוזט טרעפן מיט עשו אליינס דער קומענדיגן טאג. הערשט נאך די גאנצע געשיכטע איז געווען ״ ויבא יעקב שלם עיר שכם אשר בארץ כנען.״
שוין טויזנטער יארן וואס מיר אמפערן זיך מיט׳ן שרו של עשיו, מיר זענען צובראכן און הונקעדיג אין דעם ביטערן גלות, מיר באגענגען זיך יעדן טאג מיט עשו אליינס, מיר ווארטן שוין אויך אנצוקומען צו דאס זעלבע ארט ווי יעקב אבינו איז צום סוף אנגעקומען - ארץ ישראל.
מקור: באזירט אויך חתם סופר, סוף פר׳ דברים.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״א אב תשע״ט
Shah_Tahmasp_II.jpg
Shah_Tahmasp_II.jpg (82.16 KiB) געזען 4175 מאל
היינט, מיט 286 יאר צרויק, אום שנת תצ״ג, האט זיך די שווערע באלגערונג ארום באגדאד, וואונדערליך געענדיגט. אט דעם טאג האבן די באגדאדער יודן באשטומט אלס א יום שמחה, אין וועלכע מען האט נישט געזאגט קיין תחנון.
דער כף החיים דערמאנט עס אין זיין ספר ווי פאלגענד: ״ויש נוהגים שאין ליפול על פניהם באותו היום שנעשה להם הנס. וכן הוא מנהג עי״ת בגדאד יע״א שנעשה להם נס ממצור של טמץ מלך פרס ביום י״א אב...״
בילד: שאַח טאַמאַספ דער צווייטער
מקור: כף החיים או״ח רי״ח, ט׳.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ז אב תשע״ט
Samson Wiener.jpg
Samson Wiener.jpg (605.19 KiB) געזען 3900 מאל


היינט, מיט 295 יאר צוריק, שנת תפ״ד לפ״ק, איז נפטר געווארן אין וויען, הגאון מוהר״ר שמשון ווערטהיימער, באקאנט אלס ר׳ שמשון וויענער.
ער איז וואויל באקאנט צוליב זיין רייכטום, און זייענדיג א מקורב למלכות, צום קייזער לעאפולדוס דער ערשטער. אבער וואס איז ווינציגער באקאנט איז זיין גדלות אין תורה. ער איז געווען רב אין ק״ק אייזנשטאדט, און לאנדס־רב פון מדינות מעהרין און אונגארן. צוגאב צו דעם האט מען אים אנגעבאטן דאס שענסטע רבנות פאסטן פון יהדות אשכנז אין זיין צייט - ק״ק קראקא, וועלכע ער האט נישט אנגענומען און ער איז פארבליבן אין וויען עד סוף ימיו.
ר׳ שמשון האט געגעבן זיין הסכמה צום ספר חות יאיר, אין וועלכע דער מחבר שרייבט אויף אים דאס פאלגענדע: ״הסכמת הגאון המופלג המפורסם אב״ד ור״מ מדינת הגר כמוהר״ר שמשון נר״ו כשמו כן הוא מאיר לארץ ולדרים בתבונתו יועץ ונשוא פנים ובאמת נאמר כי מימות רב אשי לא נמצא דוגמתו תורה וגדולה במקום אחד דוגמתו אין חקר לתבונתו וע״י השתדלתו ביה קיר״ה ימצא חופש כל איש מצוק ומר נפש...״

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ח אב תשע״ט
Menorah.jpg
Menorah.jpg (73.69 KiB) געזען 3837 מאל

היינט,מיט אומגעפער 2590 יאר צוריק, איז דער כהן אריין אינ׳ם היכל פיצן די מנורה, און צו זיין שאק און שוידער, זיך דערזעהן מיט אן אויסגעלאשענעם נר המערבי.
ביז דאן, ווען דער כהן איז אריינגעקומען אינ׳ם היכל פוצן די לעמפלעך פון די מנורה, האט ער אימער געטראפען דעם נר המערבי ברענען ע״פ נס, אפילו ווען מען האט דעם אוונט פריער אריינגעגעסן אין יעדער לעמפל בלויז א האלבן לוג (150מ״ל/5אונ.) איילבירטן בוימל.
דאס האט זיך אבער געטוישט אין די צייט פון אחז מלך יהודה, וועלכער האט געקעניגט צווישן די יארן ג׳קפ״ד-ר׳, ווען דער נס האט זיך געענדיגט אום י״ח אב.
מקור: מגלת תענית.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

י״ט אב תשע״ט
Genua.jpg
Genua.jpg (271.77 KiB) געזען 3711 מאל

היינט, מיט 610 יאר צוריק, שנת קס״ט לפ״ק, זענען פארגעקומען אומרוען אין פראנקרייך, אין וועלכע צווישן די 20,000 גע׳הרג׳טע פראנצויזן זענען אומגעברענגט געווארן 200 יודן און פילע זענען גענומען געווארן אין געפענגניש אלס שקלאפן.
דער באריכט , וועלכע ווערט געברענגט אין שבט יהודה, באצועט זיך ווארשיינליך, צו דער אויפשטאנד וואס איז פארגעקומען אין יאנעווע (גענויאַ, ווי די יאנעווען אתרוגים פלעגן אנקומען), וועלכע איז בין דא געווען אונטער די הערשאפט פון די פראנצויזן און זיי האבן רעוואלטירט קעגן זיי.
מקור: שבט יהודה, מהדורת וויענער, עמוד 113

נ.ב. אזויווי מיר פארן בע״ה אויף קור, וועלן מיר נישט פויסטן קיין באריכט פאר די קומענדיג וואך צייט.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”