גירוש שפאניע און פארטוגאל - באשרייבונג

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

גירוש שפאניע און פארטוגאל - באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פאלגענד לייג איך ארויף לתועלת הרבים א לענגערע באשרייבונג וועלכע איך האב געשריבן פאר עטליכע יאר צוריק, איבער דעם טרויערדיגן בארימטע 'גירוש שפאניע און פארטוגאל', וועלכע האט פאסירט אין די טעג וואס כלל ישראל טרויערט אויפן חורבן בית המקדש. (וזאת למודעי כ'האב פראבירט ווי ווייט מעגליך צו שרייבן די פונקטליכע פאקטן, אבער שגיאות מי יבין, ווער עס ווייסט צו פארריכטן איז וועלקאמט בכבוד גדול).

[align=center]בס"ד

"גירוש שפאניע און פארטוגאל"

- פארווארט -

דער טאג פון תשעה באב[/align]

דער טאג פון תשעה באב: ווי באקאנט איז תשעה באב א טאג וועלכע איז 'יום מיועד לפרעניות', פולע צרות האבן פאסירט אין די היסטאריע פון כלל ישראל אין דעם טרויער'דיגן טאג פון תשעה באב.
תשעה באב איז דער טאג ווי די צוויי בתי המקדשות זענען ליידער חרוב געווארן, ווי אויך האבן פולע צרות פאסירט אין כלל ישראל אין אט די טאג, א שטייגער ווי דער ערשטע וועלט קריג וואס האט אויסגעבראכן אום תשעה באב שנת תרע"ד, און פולע נאך.

גירוש ספרד - איז געווען פון די שרעקליכסטע קאפיטלן אין דאס אידישע היסטאריע, ווי מען האט פארטריבן הונדערטער טויזענטער אידן פון זייער באקוועמע היימען און שטעט, צוגאב צו די אלע רציחות און פאגראמען וועלכע האבן נאכגעפאלגט מיט דעם גירוש.

דאס האט ווארשיינליך אויך פאסירט אין דעם טרויערדיגן טאג פון תשעה באב אין יאר ה' אלפים רנ"ב לפ"ג.


[align=center]- קאפיטל א' -

דאס אידישע לעבן אין שפאניע[/align]
שפאניע ציילט זיך אלץ איינע פון די אנערקענטע מזרח לענדער אויפן גלאבאלן וועלט מאפע, דאס איז א גרויסן אינזל וועלכע איז ארומגענומען מיט וואסער (אויסער צפון זייט וואס א קליינעם טייל דערפון גרעניצט זיך מיט פראנקרייך). צו דעם איז אויך באהאפטן דאס לאנד פארטוגאל וואס איז א לאנד אויך ארומגענומען מיט וואסער, אבער אויף א קלענערע פאָרמאַט פון שפאניע. (די אידן פון ביידע לענדער זענען ווארשיינליך פאראורטיילט געווארן מיטן זעלבן גורל, ווי עס ווערט שפעטער געשריבן באריכות).

די אנגענומענע מיינונג איבער דאס אידישע באפעלקערונג אין ספרד ווערט געברענגט אין די ספרים פון גדולי ספרד, אז אידן האבן זיך שוין געהאט באזעצט אין שפאניע נאך אזוי פרי פון די צייטן פונעם חורבן בית ראשון, ווי עס שטייט א פסוק אין נביא (עובדי' א, כ), וגלות ירושלים אשר בספרד וגו'.

דער אברבנאל - רבינו דן יצחק אברבנאל, וועלכע איז געווען פון די אנגעזעהענע רבנים אין ספרד אין די צייט פונעם גירוש, שרייבט אין זיין ספר - אונז האבן מקובל אין משפחה, אז אונז שטאמען פון מלכות בית דוד, וועלכע איז פארטריבן געווארן ביים חורבן בית ראשון, און זינט דאן געפונען מיר זיך אין שפאניע.

די אידישע קהילות האבן זיך פארמערט און פארשפרייט דורכאויס שפאניע, און אלע טיילן פון לאנד האט געווירבלט מיט אידישע קהילות און זייערע גרויסע גדולים.

ווארום, די תורה צענטערן פון שפאניע האט זיך הערשט אנגעהויבן אין די צייטן פון ראשונים. פארדעם אין די תקופה פון תנאים, אמוראים, רבני סבראי און אזוי אויך די תקופה פון גאונים, האבן זיך דאס מערהייט תורה ריזן געפונען אין בבל - איראק, נאר נאכדעם האט זיך דאס צוטייילט אויף צוויי טיילן, טייל זענען אנגעקומען קיין אשכנז (אייראפע), און טייל זענען אנגעקומען קיין ספרד (שפאניע און פארטוגאל).

[align=center]***[/align]

א מערקעווירדיגע פאסירונג ווערט געברענגט אין ספר הקבלה פונעם ראב"ד, ווי דער ראב"ד שילדערט ווי אזוי דער השגחה עליונה האט צוגעפירט די תורה זאל זיך אויפבויען און אנטוויקלן אין די מזרח לענדער (עס איז פארהאן פארשידענע גירסאות איבער די פאלגענדע פאסירונג, מיר ברענגן אראפ די מערסט באקאנטע מיינונג):

עס זענען געווען פיר גרויסע תורה ריזן פון שטאט 'בארי' אין איטאליע, וועלכע זענען געפארן צוזאמען אויף א שיף צוליב א וויכטיגע צדקה צוועק, רבינו חושיאל ב"ר אלחנן (פאטער פונעם רבינו חננאל), רבינו שמריהו, רבינו חנוך (מיט זיין זוהן רבינו משה), און נאך א פערטע גאון וואס זיין נאמען איז נישט באקאנט, רייזנדיג אינמיטן ים איז דאס שיף פארהאלטן געווארן דורך ים רויבער און האבן געפאנגען די אלע רייזענדע וועלכע האבן זיך געפונען אויפן שיף, צווישן זיי האבן זיך געפונען די אויבענדערמאנטע גדולי ישראל.

די רויבער האבן זיי אלע גענומען און פארקויפט פאר שקלאף קנעכט ארום די וועלט, דער אויבערשטער האט ספיציעל צוגעפירט, אט די אלע פיר גדולים זענען פארקויפט געווארן און אנדערע טיילן פון די וועלט, אזוי ארום האט יעדער איינער אויפגעשטעלט און פארשפרייט תורה אויפן ארט ווי זיי זענען אנגעקומען.

רבינו חושיאל איז אנגעקומען קיין מאראקו - צפון אפריקע, רבינו שמריהו איז אנגעקומען קיין מצרים - עגיפטן, רבינו חנוך מיט זיין זוהן רבינו משה זענען אנגעקומען קיין ספרד - שפאניע, יעדער אויף די ארט ווי זיי זענען אנגעקומען האבן אויפגעשטעלט און פארשפרייט די תורה.

פירט אויס דער ראב"ד - דאס איז געווען די וואונדערליכע השגחה פרטית וויאזוי די אויבערשטער האט צוטיילט זיינע גדולים כדי זיי זאלן קענען אויסשפרייטן די תורה ארום די וועלט.
[align=center]***[/align]

עס ווערט פארציילט איבער 'רבינו חנוך' ווי אזוי ער איז אנטפלעקט געווארן און ווען האט אנגעהויבן צו פירן און פארשפרייטן תורה אין שפאניע:

רבינו חנוך וועלכע איז געווען פון די געפאנגענע אויפן שיף איז געפירט געווארן צו דער קנעכט מארק אין שפאניע, ווען אידן האבן זיך דערוואוסט אז עס געפונט זיך א איד צו פארקויפן אלץ קנעכט האבן זיי געשאפט געלט און אויסגעלייזט רבינו חנוך מיט זיין זוהן, נישט וואוסענדיג אז דא געפונט זיך א גדול בישראל וועלכע איז געפאנגען געווארן, מען האט אים אויסגעלייזט און אים געפירט צום ארטיגן שטאטישן ביהמ"ד.

רבינו חנוך איז אנגעקומען אין ביהמ"ד, זיינע קליידער זענען געווען אינגאצען צוריסן און שמוציג און האט זיך שטילערהייט געזעצט אין ביהמ"ד אין צוגעשארט צו א זייטיגע ווינקל.

די רוחניות'דיגע צושטאנד פון די ארטיגע שפאנישע אידן איז געווען גאר שוואך, דארט אין שטאט האט געדינט אלץ רב און ראש ישיבה רבי נתן דיין, ווי עס ווייזט אויס איז ער געווען א קנאפע תלמיד חכם אבער עס איז געווען פון דאס בעסטע וואס די ארטיגע אידן האבן דאן פארמאגט.

רבי נתן דיין האט געהאלטן אינמיטען זיין טעגליכע שיעור, און פארגעלערנט הלכות יום הכיפורים, און נאכגעזאגט וואס שטייט אין משנה מסכת יומא (פרק ה' משנה ג'), די כהן גדול האט געשפריצט די בלוט 'אחת למעלה ושבע למטה', זאגן חז"ל (תוספתא יומא פ"ג ה"ב), 'על כל הזאה טבילה', יעדעס מאל וואס דער כהן גדול האט געשפריצט די בלוט האט געפאדערט א טבילה, פשוט מיינט דאס, ער האט געדארפט איינטינקן יעדעס מאל איידער ער האט געשפריצט דאס בלוט.

רבי נתן דיין האט אבער אנדערש פארשטאנען און דאס פארטייטשט אז יעדעס מאל וואס די כהן גדול שפריצט די בלוט דארף ער זיך גיין עקסטער טובל'ן אין מקוה.

רבינו חנוך הערנדיג דאס פשט פון ר' נתן, האט ער זיך אנגערופן, לויט דעם פשט וואלט אויסגעקומען די כהן גדול האט זיך גע'טובל'ט כאטשיג דריי און פערציג מאל, אבער אין חז"ל שטייט (גמרא זבחים מב.), די כהן גדול האט זיך גע'טובל'ט אין יום כיפור נאר פערצן מאל!

ווען רבי נתן דיין האט דאס געהערט, ווי דער איד וועלכע מען האט נאָרוואָס אויסגעלייזט איז ווייט פון צו זיין א פשוט'ע איד, נאר גאר פארקערט א גרויסע תלמיד חכם און גאון, האט ער געזאגט פון היינט און ווייטער געב איך אים איבער מיין ארט, ער וועט דינען אלץ רב און ראש ישיבה, און וועל זיין א תלמיד און הערן פון אים זיינע שיעורים.

אזוי איז דער גאון רבינו חנוך אנטפלעקט געווארן און האט אנגעהויבן צו פירן די קהילה און אויפשטעלן תורה אינערהאלב ספרד - שפאניע, און אלע קומענדיגע גדולי ספרד וועלכע האבן געפירט די אידישע קהילות אין שפאניע פאר די קומענדיגע פינעף הונדערט יאר, זענען ווארשיינליך געווען תלמידים פון רבינו חנוך. (רבי נתן כהן זעלבסט האט דאן באקומען דער צונאמען 'חסיד' - רבי נתן חסיד, וויבאלד ער האט אן קיין צווייפל אוועקגעגעבן זיין פאָסטן ווען ער האט אייגעזעהן אז איז דא עימיצער וואס קען מער לערנען פון אים).


[align=center]- קאפיטל ב' -

דאס גוטע צושטאנד פון די אידישע באפעלקערונג אין שפאניע[/align]

דאס צושטאנד פון די אידישע באפעלקערונג אין שפאניע אין די צייטן פון ראשונים איז געווען פיל מער א בעסערע תקופה ווי פאר זייערע אידישע ברודער אין אייראפע, וויבאלד דארט אין אייראפע האט געהערשט די נוצרים - קריסטן, וועלכע האבן צוגעטיילט שרעקליכע צרות און רדיפות פאר די אידן, צווישן זיי איז באקאנט די שרעקליכע מסע הצלב - קרייץ ציגלער וועלכע איז פארגעקומען אין אייראפע אין די צייטן פון רש"י הק',

דאקעגן אין שפאניע, אין לויף פון פינעף הונדערט יאר האט געהערשט די מוסלעמענער הערשאפט (ארגינעל האט שפאניע געהערט צו די קריסטן אבער די מוסלעמענער וועלכע זענען געקומען פון די דערנעבענדיגע לאנד אפריקע האבן דאס איינגענומען און איבערגענומען דאס הערשאפט פאר לאנגע יארן. מערסטענס טיילן פון לאנד וואס געפונט זיך נעבן די אראבישע לענדער האט געהערט פאר די מוסלומענער, נאר א קליין טייל אויף דרום זייט איז נאך פארבליבן פאר די נוצרים), אין יענע תקופה האבן זיי שטארק געגליכן דאס אידישע פאלק, וויבאלד די מוסלעמענער באפעלקערונג זענען נישט געווען געלערנט און געשולדט, און די אידן וועלכע זענען שטענדיג געווען געווען א 'עם חכם ונבון', האבן זיך גוט אויסגעקענט מיט אט די אלע חכמות וועלכע פעהלט זיך אויס צו פירן א לאנד, דעריבער איז דאס זייער גוט צוניץ געקומען פאר די מוסלעמענער, די אידן האבן זיי ארויסגעהאלפן און געפירט זייערע מלחמות, געדינט אלץ פינאנץ מיניסטארן און נאך פולע הויעכע פאזיציעס אינערהאלב זייערע רעגירונג איינגעלעגנהייטן, אזוי איז דער צושטאנד פון די אידן אין שפאניע געווען זייער רואיג און באקוועם, ווען אין די זעלבע צייט האט אין אייראפע געהערשט די קריסטן וועלכע האבן פארטיילט גרויסע צרות פאר דאס אידישע פאלק.

דאס איז אנגעגאנגען פאר א לאנגע אפשניט פון צייט לענגאויס פולע יארן, דורכאויס די גוטע צייטן איז ספרד געבענטשט געווארן מיט פולע תורה לייבן און וועלט'ס ריזן, א שטייגער ווי דער רי"ף, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, רשב"א (אין שפאניע שטייט נאך ביז היינט צוטאגס דאס בית הכנסת פונעם רשב"א), ריטב"א, ר"ן, און פולע נאך.

צווישן די אלע גדולים ציילט זיך רבינו אשר (רא"ש), וועלכע האט ווארשיינליך געשטאמט פון מדינת אשכנז און איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ם מרוטנבורג, נאר נאכדעם וואס זיין רבי דער מהר"ם איז איינגעשפארט געווארן אין תפיסה, האט דער רא"ש געשפירט אז די ערד ברענט אונטער אים און קען מער נישט פארבלייבן אין לאנד, איז ער צוזאמען מיט זיין זוהן רבינו יעקב (טור), אנטלאפן קיין שפאניע, ווי זייערע שפאנישע ברודער האבן זיי אויפגענומען מיט גרויס כבוד אזוי ווי עס פאסט.
אזוי ארום ווען רבינו יעקב האט געשריבן זיין באקאנטע ספר - ארבעה טורים השלם, איז דאס שוין געשריבן געווארן אין שפאניע, טראץ וואס ארגינעל האט רבינו יעקב געשטאמט פון מדינת אשכנז.


[align=center]- קאפיטל ג' -

א שווארצע וואלקן לאזט זיך אראפ אויפן שפאנישע אידענטום[/align]

מיט די צייט האט זיך צוריק ערוועקט דאס רייץ פון הערשאפט ביי די קריסטן, וועלכע האבן פאר יארן צוריק געהאט דאס לאנד פירערשאפט אין שפאניע, און האבן צוביסלעך אנגעהויבן צוריק מלחמה האלטן איינצונעמען דאס לאנד, אנהייב איז דאס נאר געווען א קליין טייל פון דרום זייט פונעם לאנד, אבער ווי א יאר פאראויס האט זיך די מלחמה צווישן מוסלעמענער און קריסטן פארשטערקערט און די קריסטן האבן אנגעהויבן צו פארטרייבן די מוסלעמענער גלויביגע פון ריזיגע טיילן אינערהאלב שפאניע.

אין יעדן ארט ווי די קריסטן האבן באקומען זייער מאכט, האבן זיי אנגעהויבן צו פארטיילן ביטערע און שווערע צרות פאר די ארטיגע אידן, זיי האבן אנגעגעבן די ברירה פאר אידן אדער ח"ו זיי זאלן זיך טויפן און אננעמען דאס קריסטליכע גלויבונג, אדער וועט מען זיי הרג'ענען (צו באמערקן: דאס איז נאך געווען העכער הונדערט יאר פארן גירוש שפאניע, ווען דאס לעבן פון די שפאנישע אידן האט אנגעהויבן צו פארביטערט ווערן).

פון די באקאנטע תקופות וואס האט פאסירט אין יענע יארן ווי די לעבן פון די אידן איז פארשווערט געווארן מיט ביטערע צרות, איז געווען אין יאר קנ"א, וועלכע די העצע קעגן דאס אידישע פאלק איז געווען אויף א געפערליכן פארנעם, די שפאנישע האבן דורכגעפירט שרעקליכע פאגראמען און הריגות, גאנצע אידישע קהילות פון די שטעט טאלעדא און בארצעלאנע זענען פארשניטן געווארן אין יענע יארן, טויזענטע אידן זענען געווען געצווינגן צו אנטלויפן.

נאך אין יענע יארן האט זיך שוין אנגעהויבן די 'אנוסים' (מאַראַנא'ס), וואס באדייט - 'די געצווינגענע', אידן וועלכע האבן נישט געקענט ביישטיין די אומגעהויערע צרות און ליידונגען, וואס האבן זיך אין די עפענטליך אנגעגעבן אז זיי זענען גרייט זיך צו שמד'ן אבער אינערליך זענען זיי פארבליבן געטרייע אידן און געהיטן תורת און מצות אין באהעלטעניש.

די חשבון פון די צאל אנוסים וועלכע האבן זיך געפונען אין שפאניע איידער דעם גירוש, איז געשטאנען העכער 200,000 (צוויי הונדערט טויזענט) אנוסים! דאס אלעס איז געקומען צוליב די אומגעהויערע צרות וואס די אידן זענען דורכגעגאנגען פון די קריסטן.

דורכאויס די יארן פון גזירת קנ"א זענען די אידן דורכגעגאנגען געפערליכע פיינונגן און צרות, עס ווערט פארציילט איבער יענע יארן אז עס האט פאסירט מען האט געכאפט צוויי קינדער פונעם הייליגן ריב"ש ז"ל, און מען האט זיי פאראורטיילט צו פארברענט ווערן אנטקעגן די אויגן פון די ריב"ש רח"ל, די צוויי קינדער זענען געווען זייער אויסגעדארשט און געבעהטן אביסל וואסער צו טרינקן, האט זיך דער ריב"ש אנגערופן - פארוואס פעהלט אויס יעצט צו טרינקען? נאך אביסל וועלן אנקומען אויף יענע וועלט מיט קידוש ה', און וועלן האבן די מעגליכקייט צו טרינקען פונעם 'באר מים גנים' און הנאה האבן אין גן עדן.

אין יענע צייטן איז שוין געווען אזעלכע וועלכע האבן אנגעפאנגען צו אנטלויפן פון שפאניע, צווישן זיי איז געווען דער ריב"ש זעלבסט, וועלכע איז נאך די אויבענדערמאנטע פאסירונג אנטלאפן קיין אלדזשיר (צפון אפריקע).

טראץ די אלע צרות וואס די קריסטן האבן אנגעמאכט פאר די אידן, און פולע שטעט זענען אויסגעלעהרט געווארן פון אידישע קהילות און באפעלקערונג, פארט האט זיך נאכאלץ געפונען אין שפאניע גרויסע תורה צענטערן, ווי דאס אידישקייט האט געווירבעלט און געבליעט לשם ולתפארת.


[align=center]- קאפיטל ד' -

די שפאנישע אנוסים מיט די אינקוועזיציע[/align]

ווי שוין געשריבן האבן זיך שוין געפונען אין שפאניע גאר אסאך אנוסים וועלכע האבן זיך אנגעגעבן פאר קריסטן, אבער אין באהעלטעניש האבן זיי זיך געפירט ווי ערליכע אידן. אויך זענען געווען רבנים וועלכע זענען שטילערהייט ארומגעגאנגען צו די שטובער פון אנוסים און זיי מחזק געווען און געמוטיגט מיט אידישקייט.

די גוים האבן דאס גוט געוואוסט אז דאס אלעס איז נאר א דרויסענדיגע שפיל, כאילו זיי זענען געטרייע קאטויליקן אבער אינעווייניג היטן זיי נאך תורה און מצות, דאס איז פאר זיי געווען גאר א הארבע פארברעך - צו אננעמען זייער גלויבונג און דאס אויסשפילן און ווייטער האלטן אידישקייט, צוליב דעם האט די קעניגרייך אין שפאניע אריינגעברענגט אין קראפט דאס טרויערדיגע בארימטע 'אינקוועזיציע'.

דאס ווארט 'אינקוועזיציע' באדייט - 'א געריכט פאר גלויבונג', צו פאר'משפט'ן די וועלכע זענען נישט געטריי צום נוצרי'שע גלויבונג.
ארגינעל איז דאס געגרינדט געווארן אין דייטשלאנד און האט געדינט פאר די קריסטליכע באפעלקערונג אין אלגעמיין, וויבאלד עס האט זיך געפונען אזעלכע וואס זענען נישט געווען גענצליך געטריי און געלייקענט אין געוויסע נוצרי'שע פארפליכטונגען, דעריבער האט דער הויפט גייסטליכער פירער - דער פּויפּסט פון רוים געפאדערט עס זאל געגרינדעט ווערן דאס 'אינקוועזיציע'.

דאס האט מען אדאָפּטירט פון דייטשלאנד און געברענגט קיין שפאניע אויף א פיל גרעסערע פארנעם, זיך צו באניצען מיט דעם פאר די אידן וועלכע האבן זיך גע'שמד'ט און זענען נישט געטריי צו דער נוצרי'שע גלויבונג.

דאס אינקוועזיציע איז אריינגעקומען אין קראפט אין שפאניע אין יאר ר"מ (12 יאר איידער דעם גירוש), דער הויפט וועלכע איז געשטעלט געווארן צו פירן דאס אינקוועזיציע איז געווען דער טרויערדיג בארימטע גלח מיטן נאמען 'טראקווא מעידא' וועלכע איז געווען א וויסטער אנטיסעמיט און איז געשטאנען אין שפיץ פון די אנהעצער אנטקעגן די אידן, און האט ווארשיינליך געשפילט א גרויסע ראלע אפאר יאר שפעטער מיטן טרויעדיגן 'גירוש שפאניע'.

מיט דאס אריינברענגן די אינקוויזציע, איז אויך אויפגעשטעלט געווארן דאס 'אויטא דא פע' וואס דאס באדייט 'דאס אָרט פון גלויבונג' וועלכע האט געדינט פאר א שייטער הויפן ווי מען האט גענומען די אלע אידן וועלכע מען האט געכאפט מיטן פעלשען די נוצרישע גלויבונג און היטן אידישקייט אין באהעלטעניש, נאכן זיי פיינונגען און פאר'משפט'ן ביי די אינקוועזיציע האט מען זיי פארברענט אויף דעם ארט.

די שייטער הויפן איז געשטאנען אין צענטער פון שטאט, ווען עס איז געקומען צו פארברענען עמיצער האט מען אנגעצינדען א גרויסע העלישן פייער, און צוזאמגערופן דאס גאנצע שטאטפון גרויס ביז קליין, עס איז געווען א ספיציעלע הויכע ארט געווידמעט פאר די קעניג און קעניגן, און מען האט געברענגט דעם פאר'משפט'ן איד און אריינגעווארפן לעבעדיגערהייט אין גרויסן פייער, ווי די העלישע פייער צינגן האבן גיך שנעל פארברענט די קערפער על קידוש ה'.
דאס איז געווען ספיציעל אויסגעשטעלט אויף דעם וועג, כדי אלע זאלן דאס זעהן און צוקוקען, און דאס זאל ווארפן א שרעק אויף אלע ארומיגע און עס זאל זיך הערן ביז גאר ווייט וואס עס פאסירט פאר די וועלכע זענען נישט געטריי צו די קאטוילישע גלויבונג.

דאס אלעס איז שוין אנגעגאנגען איידער דעם גירוש. די וועלכע האבן די מערסטע געליטען זענען געווען די אנוסים, אבער אין אלגעמיין האבן נאך פונקטציאנירט גרויסע אידישע קהילות אין שפאניע. דאס איז געווען צוליב וואס די קעניג פערדינאַנט האט געוואוסט ער מוז נאך צוקומען צו זיינע אידישע מיניסטארן וועלכע זענען אים געווען גאר שטארק בייהילפיג מיט זיין קריג אנטקעגן די מוסלעמענער. דאס איז אנגעגאנגען ביז יאר רנ"ב.


[align=center]- קאפיטל ה' -

דאס שפאנישע קעניגרייך - די קעניגליכע חתונה[/align]
נאכדעם וואס די קריסטן האבן באקומען א אויבערהאנט איבער שפאניע, איז די שפאנישע קעניגרייך געווען צוטיילט אין פארשידענע טיילן, די הויפט שטאט אין שפאניע - מאַדירט און אירע ארומיגע שטעט טוילעֶדאו און נאך, איז געשטאנען אונטער די קעניגרייך פון קאַסטִיליְא, די אנדערע טיילן פון לאנד איז געשטאנען אונטער די קעניגרייך פון אַרגוֹן.

עס איז געווען פארשידענע קאנפליקטן און רייבערייען צווישן די צוויי קעניגרייכן, פארט זענען זיי ביידע געווען אונטער די קאטוילישע גלויבונג, און מער ווייניגער זענען די צוויי אימפעריעס זיך אויסגעקומען צווישן זיך.

אין יאר רכ"ט (קנאַפּע 23 יאר פארן גירוש), - האבן זיך די צוויי גרויסע קעניגרייכן צוזאם געפּאָרט, דער קרוין פרינץ מיט נאמען פערדינאַנט פון אַרגוֹן און די קרוין פרינצעס מיטן נאמען אִיזאַבֶּעלא פון קאַסטִיליְא זענען צוזאמען פארהיירעט געווארן, אזוי ארום האט זיך פאראייניגט צוזאמען די צוויי מלוכות און אלעס איז געווארן אונטער איין גרויסע קעניגרייך.

אין יענע צייט - די אידן האבן נאכאלץ געהאט פארשידענע הויכע אמטן און פאזיציעס אין די שפאנישע קעניגרייך, דאס איז געקומען צוליב וואס די גוים האבן געדארפט צוקומען צו די אידישע געלערנטע חכמים זאלן זיי העלפו פירן זייער לאנד און מצליח זיין מיט זייערע מלחמות אנטקעגן די מוסלומענער.

ווי עס ווערט פארצייכענט - די אויבענדערמאנטע שידוך צווישן די קעניג פערדינאַנט און קעניגן אִיזאַבֶּעלא איז אויך געווען דאס איינפאל פון א אידישע שר וועלכע האט געזעהן ווי עס גייט פאר פארשידענע קאנפליקטן צווישן די צוויי קעניגרייכן, האט ער דעריבער צוזאמגעפּאָרט די צוויי אזוי וועלן זיי זיך פאראייניגן מיט פרידן אונטער איין גרויסע קעניגרייך.

די צוויי האבן ווייטער פארגעזעצט מיט גרויס פעסטקייט זייערע מלחמות אנטקעגן די מוסלעמענער וועלכע האבן זיך נאך געפונען אין דרום טייל פון שפאניע, און צוזאמען מיט פאראייניגטע כוחות פראבירט אויסצוראטן די מוסלומענער פון לאנד.

[align=center]***[/align]

די קאטוילישע גייסטליכער פירער פון שפאניע האבן געהאט געשלאסן א אפמאך מיט אִיזאַבֶּעלא און פערדינאַנט, אז אויב וועט זיי געלונגען צו איבערנעמען די גאנצע לאנד אונטער זייער הערשאפט, זענען זיי פארפליכטעט צו טוהן אלעס מעגליך צו מאכן דאס לאנד גענצליך ריין פון אומגלויביגע, און נאר קאטוילישע גלויביגע וועלן מעגן פארבלייבן, אנדערע וועלכע גלייבן נישט אין זייער גלויבונג וועלן מוזן פארטריבן און אויסגעראטן ווערן פון לאנד.

ווי פארשטענדליך האבן זיי נישט געקענט אויספירן זייער בייזוויליגן פלאן אין איין טאג, וויבאלד ווי שוין געשריבן האבן די אידן געהאט גאר הויכע פאזיציעס אינערהאלב די רעגירונג, ווי צווישן זיי איז באקאנט דער גאון רבינו דן יצחק אברבנל וועלכע איז געווען פון די רבנים אין שפאניע, און האט געדינט אלץ שר האוצר - פינאנץ מיניסטער, ער האט געפירט די קעניגליכע קאסע פון דאס גאנצע לאנד, און דאס האט גאר שטארק אויסגעפעהלט פאר קעניג פערדינאַנט צו קענען אנגיין ווייטער מיט זיינע מלחמות און הייבן דאס אקענאמיע פון לאנד.

אבער דאס צושטאנד פון די שפאנישע אידן האבן זיך פארערגעט פון טאג צו טאג, די שנאה און האַס פון די גוים האט געהאלטן און איין שטייגן, די צרות האט זיך געהאלטן אין איין פארמערן, דאס שווארצע אַנטיסעמיטישע וואלקן האט געהאלטן אין איין אראפנידערן העכער דאס שפאנישע אידענטום.


[align=center]- קאפיטל ו' -

דאס גזירה פונעם גירוש[/align]

אין יאר ה' אלפים רנ"ב, נאך העפטיגע יארן מיט פולע שלאכטן ארויסצוטרייבן די מוסלעמענער פון לאנד, איז געלונגען פאר די קעניג פערדינאַנט צו באזיגן דאס לעצטע פעסטונג פון די מוסלעמענער אין שפאניע, דאס אראבישע פעסטונג - גראַנאַדא איז געשטאנען אין דרום זייט פון לאנד, דאס איז געווען די סאמע לעצטע אראבישע פעסטונג וועלכע איז געשטאנען אין שפאניע.

קורצליך דערנאך וואס דער קעניג האט פארענדיגט די לעצטע פאזע פון די מלחמות אין שפאניע, האט דער קעניג פערדינאַנט זיך געשפירט פארזיכערט אויף זיין קעניגליכע שטוהל, און האט אנגעהויבן צו קלערן איבער דאס מאכן שפאניע ריין קאטויליש.

ווי דער אברבנל שילדערט אין זיין הקדמה צו ספר מלכים, דער קעניג האט געקלערט מיט וואס קען ער אפצאלן זיין שמייליגע אָפּגאט איבער דעם וואס ער האט אים כלומר'שט ארויסגעהאלפן מיט דאס באזיגן און איבערנעמען דאס לאנד שפאניע.

צוליב דעם - נאך אינעם זעלבע יאר פון זיין פולקאמע זיג - האט דער קעניג ארויסגעגעבן זיין פרעצעדענטלאזע אורטייל אז שפאניע מוז ווערן ריין נוצרי'ש, טראץ וואס די אידן זענען אים געווען גאר נוצבאר און בייהילפיג, פאָרט האט דאס נישט אפגעהאלטן פארן קעניג צו אויספירן זיין בייזוויליגער פלאן צו אויסראטן די אידן פון זיין לאנד.

די אורטייל איז געשריבן געווארן אום חודש ניסן און איז פארשפרייט געווארן שפעטער אום חודש אייר, ווי די בריוו איז געווען געוואנדן צו אלע אידן אינערהאלב שפאניע, ווי עס לויטעט אין די קעניגליכע בריוו אז די אידן פארמאגן דריי חדשים צו פארלאזן דאס לאנד. (לויט ווי דער אברבנל שרייבט איז דער דאטום דערפון איז אויסגעפאלן אום 'תשעה באב'), דער וואס בלייבט איבער נאך דעם דאטום וועט האבן די אויסוואל זיך צו שמד'ן און אננעמען דאס קריסטליכע גלויבונג, אז נישט וועט ער פאראורטיילט ווערן צו טויט שטראף אויפן שייטער הויפן.

אינעם בריוו - טוט קעניג פערדינאַנט אנגעבן זיין ערקלערונג פארוואס ער געבט ארויס זיין אורטייל, דאס איז וויבאלד די ביז איצטיגע אנוסים וועלכע האבן געהיטן תורה און מצות אין באהעלטעניש זענען געשטארקט און געמוטיגט געווארן פון די אידן אין שפאניע, דעריבער געבט ער זיין באפעהל אז די אידן מוזן אפגעשיידט און פארטריבן ווערן פון זיין לאנד.

אויך טוט דער קעניג שרייבן מיט זיין אזוי געמאכטע גוטהארציגקייט - אז די אידן האבן א מעגליכקייט צו פארקויפן זייער האָב און גוטס וואס זיי פארמאגן, אבער שפעטער אין בריוו לייגט ער צו - מען טאר נישט מיטנעמען מיט זיך קיין שום סארט ווערדפולע זאכן, א שטייגער ווי גאלד, זילבער, דיימאנטן, געלט, און נאך. וואס דאס טרוקענע באדייט דערפון האט געמיינט קלאר און דייטליך - דער וואס פארלאזט דאס לאנד - ווערט א בלוטיגער ארימאן איבער נאכט, ער לאזט איבער אונטער זיך זיין גאנצע פארמעגן האב און גוטס, און בלייבט איבער מיט גארנישט אויסער אביסל קליידער און בהמות, וואס דאס האט פילפאכיג פארשווערט דאס גזירת גירוש.

דאס אלעס איז געשריבן און פארזיגלט געווארן דורך די קעניגליכע מלוכה, מיטן סטעמפל פון דער קעניג פערדינאַנט און קעניגן אִיזאַבֶּעלא, און עס איז ארויסגעשיקט געווארן פולע בריוון איבער די גאנצע לאנד.

זייענדיג דער פינאנץ מיניסטאר - שילדערט דער אברבנל - האב איך פראבירט אין די קורצע אפשניט פון צייט אין די דריי מאנאטן צו איבערצייגן די קעניג ער זאל צוריקציען פון דעם שרעקליכן גזירה, איך האב געוואוסט די ריכטיגע אורזאך וואס עס האט געשטופּט די קעניג צו אויספירן זיין פלאן - דאס איז געווען צוליב דעם וואס נאך די פולע מלחמות איז די קעניגליכע קאסע אויסגעליידיג געווארן, און וויבאלד די אידן זענען געווען זייער רייך און פארמעגליך, האט דער קעניג האט געוואוסט אויב פארלאזן זיי דאס לאנד וועט זייער גאנצע פארמעגן פארבלייבן ביי אים און וועט גיין גראָד צו דער קעניגליכער קאסע. דעריבער האב איך אנגעבאָטן פארן קעניג צוזאמצושטעלן אן אַסטרענאָמישע סומע געלט אנצופילן די קעניגליכע קאסע אויב וועט ער מבטל זיין די גזירה, אבער דאס איז ליידער צושטערט געווארן דורך דעם אויבענדערמאנטע גלח 'טראקווא מעידא' ימ"ש.

ווי עס ווערט געשילדערט - ווען דער רשע, דער גלח 'טראקווא מעידא' האט געהערט ווי דער אידישע מיניסטאר אברבנל פראבירט צו פארהאנדלן מיטן קעניג צו צושטערן די גזירה, איז דער גלח שנעל געקומען צו לויפן צום קעניג און גענומען א צלם און דאס אראפגעווארפן אויפן ערד, און געזאגט, הער קעניג, ווי אזוי קענסטו פארשוועכן אונזער אפגאט? פאר אביסעל געלט לאזטו זיך פאר'נער'ן און ביזט גרייט מבטל צו זיין די גזירה?! מיט וואס ביזטו אנדערש ווי 'איש אקריות' וועלכע האט פארקויפט אונזער שמייליגער פאר די אידן?! (די קריסטן האבן געהאט א געוויסע מיינונג איבער דאס כאפן און הענגען זייער אותו האיש ימ"ש, ער איז איבערגעבן געווארן אין הענט פון די אידן דורך איינער מיטן נאמען 'איש אקריות' וועלכע איז אונטערגעקויפט געווארן מיט א נישטיגע סומע געלט).
'טראקווא' האט ווייטער פארגעזעצט מיט זיין וויסטער שנאה צו אידן, און געסטראשעט דעם קעניג מיט גוטן און בייזן, אונזער שמייליגער גאט וועט קיינמאל נישט פארגעבן דער קעניג אויף אזא הארבע זינד...! אזוי ארום האט ער שטארק אנגעשראקן די קעניג פון צוריק ציען זיין מיינונג, און דאס האט ווארשיינליך אפגעהאלטן די לעצטע מינוט פון צושטערן די גזירת הגירוש.

דער אברבנל זעלבסט מיט זיין פאמיליע האבן באקומען א ספיציעלע אויסנאם ערלויבעניש צו פארבלייבן אין לאנד אפילו אויב ער בלייבט ווייטער א איד, צוליב דעם וואס ער איז געווען שטארק נאנט צום קעניג און איז געווען פארמישט מיט פולע קעניגליכע איינגעלעגנהייטן, אבער דער אברבנל האט זיך שטארק אנטזאגט פון בלייבן אין שפאניע, נאר ער האט ענדערש געוואלט מיט-טיילן דאס גורל גלייך ווי אלע זיינע ברודער פון שפאניע און פארלאזן דאס לאנד אינאיינעם מיט זיי, פאָרט האט דער קעניג גענאַדיגט דער אברבנל און אים ערלויבט מיטצונעמען מיט זיך א געוויסע סומע געלט, א זאך וואס איז געווען פארבאטן פאר די אנדערע אידן וועלכע האבן פארלאזט דאס לאנד.


[align=center]- קאפיטל ז' -

תשעה באב - שנת רנ"ב[/align]

די שווערע דריי חדשים זענען שנעל פאריבער, די בריוון זענען אנגעקומען איבער די גאנצע לאנד, א טיפע טרויער און צער האט זיך אראפגעלאזט אויף די שפאנישע אידענטום, דורכאויס די צייט האבן שוין פולע אידן אנגעהויבן צו פאַקן פעק און פארלאזט דאס לאנד, אבער מיינסטענס אידן זענען נאך פארבליבן און געהאפט אז דאס שרעקליכע גזירה וועלכע האט געלויערט העכער זייער קעפ וועט בטל ווערן.

כדי צו האבן א מינדעסטע איינונג וואס באדייט א 'גירוש' און יענע צייטן, דארף מען פארשטיין אז דאס האט געמיינט אפלאזן אלעס פון די שיינע פארגאנגענהייט און אנפאנגן א פרישע בלעטל מיט צרות און פיינונגען, מען האט געדארפט צוזאמנעמען דאס ביסל האב און גוטס וואס מען פארמאגט, אויסער געלט מיט ווערדפולע ארטיקעלן וואס דער קעניג האט פארבאטן מיטצונעמען, דאס אלעס אנלאדענען אויף אייזלן, מיטנעמען עסן וויפיל מען קען, וויבאלד מען ווייסט נישט ווילאנג מען גייט זיין אויפן וועג, זיך ארויסלאזן אויפן וועג מיט די גאנצע משפחה זיך געזעגנען פון דאס ארט ווי מען איז אויפגעוואקסן און מען האט געלעבט פולע דורות, זיך ארויסלאזן אויפן וועג און גיין ווי די אויגן וועלן זיך ווענדן, נישט וויסנדיג וואספארא צרות די קומענדיגע טאג וועט ברענגען מיט זיך, אן קיין שום חשבון אויף ווייטער.

די צייט ווען די אידן האבן 'אנגעהויבן' ארויס צו וואנדערן פון לאנד איז געווען אין די דריי וואכן פון ימי בין המצרים ביז די טרויעדיגע טאג פון תשעה באב וואס דאן האבן שווערע צענדליגע טויזענטע אידן פארלאזט דאס לאנד, אבער דאס אלעס האט מען געטוהן אלץ געטרייע אידן מיט די ריינע אמונה, וואס די אידן זענען נישט געווען גרייט דאס צו פארטוישן פאר קיין שום פרייז אויפן וועלט.

די ארטיגע רבנים האבן דעמאלטס באפוילן מען זאל שטעלן ביי די טויערן פון שפאניע, מענטשן וואס זאלן שפילן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן פארענט פון יעדע גרופע וואס פארלאזט דאס לאנד, טראץ וואס דאן איז געווען 'תשעה באב' און די ימי בין המצרים וואס לויט הלכה איז דאס געווען פארבאטן, איז דאס געווען א ספיציעלע 'הוראת שעה', כדי דאס זאל אויפהייבן און שטאַרקן די צובראכענע געמוטער פון די אידן וועלכע וואנדערן ארויס פון לאנד. אויך האבן זיי דאס געשטעלט כדי צו לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן וואס האט זיי געגעבן כח זיך צו שטארקן איבער די אלע נסיונות און בלייבן פעלזן פעסט מיט די ריכטיגע אמונה.

לויט ווי דער אברבנל שרייבט די ציפער אידן וועלכע האבן ארויסגעוואנדערט פון שפאניע איז געווען די אסטרענאמישע צאל פון 300,000 (דריי הונדערט טויזענט) אידן.
לויט ווי דער יעב"ץ שרייבט איז דאס געווען פיל מער 'כפליים כיוצאי מצרים' 1,200,000 (א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט) אידן, וואס דאס איז געווען רוב מנין ובנין פון די שפאנישע אידענטום, וועלכע אלע זענען געווען גרייט צו פארלאזן דאס לאנד לקדש שם ה', פארט זענען פארבליבן א קליינע טייל וועלכע האבן נישט געהאט די כחות און שטארקייט אנטקעגן די אלע נסיונות, און זיי האבן אנגעגעבן זיי זענען גרייט זיך צו שמד'ן און אנגענומען די קריסטליכע גלויבונג, און זענען פארוואנדעלט געווארן פאר 'אנוסים', די צאל פון די אנוסים איז געשטאנען ארום 50,000 אידן (צוגאב צו די 200,000 אידן וועלכע זענען שוין געווען אנוסים פון הונדערט יאר איידער דעם גירוש).


[align=center]- קאפיטל ח' -

די פולע גדולי ישראל ביים גירוש ספרד[/align]

צווישן די פולע צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך געפונען גרויסע גדולים און תורה ריזן, וועלכע האבן זיך פאראייניגט צו הייליגן דאס נאמען פונעם אויבערשטן און גענומען דעם וואנדער שטעקן און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, פון זיי איז באקאנט די פאלגענדע נעמען:

רבינו דון יצחק אברבנל - ווי מען האט שוין געשריבן איז ער געווען פון די רבני שפאניע און איז געווען גאר נאנט צו דער קעניג און געדינט אלץ פינאנץ מיניסטאר פונעם לאנד, ער האט באקומען ספיציעלע ערלויבעניש פונעם קעניג צו פארבלייבן אין לאנד, אבער רבינו דון יצחק האט נישט געוואלט הערן פון דעם, נאר ענדערש געוואלט מיט-טיילן דאס זעלבע גורל ווי די רעשט פון זיינע אידישע ברודער, ער איז אנטלאפן קיין איטאליע, ווי דארט איז ער געזיצען און געלערנט אן קיין שטערונג, ווי דער אברבנל האט זיך אמאל אויסגעדריקט איבער דעם וואס ער דארף מער נישט זיין פארנומען מיט די קעניגליכע איינגעלעגנהייטן, מיט א מליצה - חיסרו מחסרא והכי קתני - ווען עס פעהלט געלט דאן קען מען לערנען, איצט ווען ער איז מער נישט און שפאניע און האט שוין מער נישט זיין גרויסע רייכטום דעמאלטס קען ער זיצן רואיג און לערנען.

רבי יעקב בן חביב - וועלכע איז געווען פון די רבנים אין שפאניע, און האט פארפאסט די ספר 'עין יעקב' אויף אגדות הש"ס, און איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל ווי ער איז געווען פון די גדולי ירושלים אינעם דור נאך דער גירוש.

רבי לוי בן חביב - וועלכע איז באקאנט מיטן נאמען 'מהרלב"ך', ער איז געווען א זוהן פון דער אויבענדערמאנטע גאון בעל עין יעקב, און איז אנטלאפן קיין גריכנלאנד - יון.

מהר"י אבוהַב - דער מהר"י איז געווען דער רבי פון פולע גדולי ספרד, און איז אנטלאפן קיין פארטוגאל

רבינו אפרים מיט זיין זוהן רבי יוסף קארו - רבי יוסף וועלכע איז באקאנט אלץ דער הייליגער בית יוסף מיט זיין בארימטער חיבור 'שולחן ערוך', ער איז געבוירן געווארן אין שטאט טוילידאו - שפאניע, און איז אנטלאפן קיין פארטוגאל צוזאמען מיט זיין פאטער רבינו אפרים ווען ער איז געווען אין די יונגע עלטער פון 4 יאר אלט, נאך דער גירוש אין פארטוגאל זענען זיי אנטלאפן ווייטער קיין טערקיי און דערנאך קיין ארץ ישראל.

רבי אברהם ב"ר שמואל זכותא - ער האט פארפאסט די ספר יוחסין, און איז געווען א באקאנטע חכם אין חכמת האיסטראנאמיע און האט געדינט אלץ דער איסטראנמיסט פונעם קעניג. (עס איז דא אזעלכע וואס זאגן, דער גרויסע אינסטראנמיסט - קלומבוס וועלכע האט אנדעקט אמעריקע, ער האט זיך געדרייט ביי רבי אברהם און געלערנט פון אים די חשבונות און רבי אברהם האט אים אויסגעלערנט איבער דעם אז די וועלט גייט רונדעכיג און דאס אויסשטעל פונעם מאפע וויאזוי צו פארן זיין רייזע ארום די וועלט, אזוי ארום האט ער געפונען דאס טרוקעניש פון אמעריקע).

רבי יצחק ארמאי - רבי יצחק איז געווען פון די רבנים און גרויסע מקובלים אינערהאלב שפאניע, און האט פארפאסט דעם ספר 'עקידת יצחק'.

רבי יוסף יעב"ץ - פון די רבנים אין שפאניע און איז באקאנט מיטן נאמען - יעב"ץ קדמון, און האט פארפאסט דעם ספר - אור החיים. אין זיין ספר שילדערט ער פילע פון זיינע איבערלעבנישן וואס ער האט צוגעזעהן אין די צייט פונעם גירוש,

רבי אברהם ב"ר יעקב סבע - רבי אברהם איז אנטלאפן קיין פארטוגאל, נאכן גירוש אין פארטוגאל איז ער אנטלאפן קיין מאראקו, און האט פארפאסט דאם ספר 'צרור המור' און דעם ספר 'אשכול הכופר', און די הקדמה פונעם ספר 'צרור המור' שרייבט ער איבער די צרות פונעם גירוש שפאניע, און ווי זיינע צוויי קינדער זענען ליידער אוועקגעכאפט געווארן פון אים, און זענען געצווינגן געווארן זיך צו שמד'ן רח"ל.

מהר"י בר רב - ער איז געווען די רבי פונעם בית יוסף און איז געווען פון די רבנים אין שפאניע אין די צייט פונעם גירוש, און איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל. דער מהר"י איז באקאנט מיט דעם וואס ער האט געוואלט צוריק אויפפרישן דער ענין פון 'סמיכה', צוזאמען מיט נאך גדולים (זיין תלמיד דער בית יוסף, מבי"ט, און נאך), דאס איז געקומען צוליב דעם וואס די שפאנישע אנוסים וועלכע האבן מיט די יארן זיך ארויפגעקערט קיין ארץ ישראל, און זענען געקומען בעהטן א תשובה צו פאררעכטן זייערע זינד וועלכע זיי זענען ליידער געצווינגען געווארן צו זיך שמד'ן און זינדיגן אין שפאניע, וואס צוליב דעם זענען זיי מחיוב געווארן דאס הארבע עונש פון כרת רח"ל, אבער ווי עס ווערט געברענגט אין משנה אויב באקומט מען 'מלקות' ווערט מען פטור פון כרת, און מלקות קען מען נאר געבן מיט דער כח פון 'בית דין', און כדי צו שטעלן א בי"ד מוז מען האבן סמיכה, דעריבער האט דער מהר"י בר רב געוואלט מחדש זיין סמיכה, אבער דאס האט אויפגעשטורמט די תורה'דיגע וועלט צו אזא זאך איז אויסגעהאלטן פונעם הלכה'דיגן שטאנד פונקט, און דער מהרלב"ך איז געווען פון די גרויסע קעגנער אנטקעגן דעם.

רבי יהודה חייט - וועלכע האט פארפאסט דעם ספר 'מנחת יהודה', איז אנטלאפן קיין פארטוגאל דערנאך איז ער ווייטער אנטלאפן מיט א שיף צוזאמען מיט נאך צוויי הונדערט פופציג אידן. רבי יהודה פארציילט ווי זיי האבן זיך געפונען אויפן שיף פאר העכער 4 חדשים און גערייזט איבערן ים צו געפונען א בארטן, ענדליך נאך א לאנגע צייט זענען זיי אנגעקומען צו די בארטענס פון א שטאט אין שפאניע, די גוים האבן נישט געהאלטן ביים ארויפברענגן עסן פאר די אידן אויפן שיף פאר גאנצע פינעף טעג, פאר די וועלכע האבן געבעהטן עסן האבן זיי געזאגט נאר די וועלכע וועלן זיך ביקען צום צלם וועלן באקומען צו עסן, ליידער זענען הונדערט אידן דורכגעפאלן און זיך געביקט צום צלם כדי צו באקומען א שטיקל ברויט צו שטילן די הונגער, אנדערע פופציג אידן זענען אויסגעגאנגען פון הונגער צווישן זיי האט זיך געפונען די ווייב פון רבי יהודה. הערשט נאך אפאר טעג האבן זיי ארויפגעלאזט עסן אויפן שיף אזוי האט מען ווייטער פארגעזעצט דעם וועג.

מהר"ם אלשקר - איז געווען פון די רבנים און ספרד, און איז באקאנט מיט דעם וואס ער איז פון די פריערדיגע וועלכע ברענגן אראפ 'שיטת הגאונים' פון זמנים.

רבי שמעון לביא - וועלכע איז באקאנט מיט זיין 'פיוט' וועלכע ער האט פארפאסט 'בר יוחאי', און ער איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל.

רבי יוסף ב"ר יהושע הכהן - וועלכע האט פארפאסט דעם ספר 'עמק הבכה', און ספר 'דברי הימים', מער איבער רבי יוסף ווערט געשילדערט שפעטער אינעם קומענדיגן קאפיטל.
אזוי זענען געווען נאך צענדליגע גדולי ישראל, וועלכע האבן געוואוינט אין די תורה בליענדיגע שפאניע אבער דאס אלעס איז ליידער פארשטילט און פארשוויגן געווארן ביי דעם ביטערן גירוש שפאניע.


[align=center]- קאפיטל ט' -

דאס ארויסוואנדערן פון לאנד[/align]

די אידן האבן ארויסגעוואנדערט פון שפאניע פראבירנדיג צו געפונען א צווייטן ארט ווי מען קען זיך באזעצן און צוריק אנפאנגען פירן א אידישע לעבן שטייגער, טייל אידן האבן געוואנדן זייער טריט צו דער דערנעבענדיגע לאנד - פארטוגאל וועלכע האט זיך געגרעניצט מיט שפאניע, די צאל אידן וועלכע זענען אריבער די גרעניץ קיין פארטוגאל איז געווען ארום 100,000 (הונדערט טויזענט) אידן, צווישן זיי האבן זיך געפונען פולע גדולי ורבני ספרד.

אבער די פולע אנדערע וועלכע האבן זיך געוואלט מער דערווייטערן פון שפאניע האבן זיך ארויסגעלאזט מיט שיפן וועלכע פארן אויף אלע ריכטונגן אוועק פון שפאניע, טייל זענען אנגעקומען צו דער מזרח זייט פון שפאניע - איטליה, טערקיי, צפון אפריקע, געוויסע זענען געפארן קיין מאראָקא, אלדזשיר, טוניס, און ארץ ישראל.

אויסער די אלע שווערעקייטן מיט וואס די גירוש איז געווען פארבינדן, ווי דאס איבערלאזן די גאנצע פארמעגן וכו', האט זיך דאס געגרעניצט מיט מסירות נפש ממש! ווי עס שרייבט רבי יוסף הכהן - אין זיין ספר 'עמק הבכה' וועלכע איז זעלבסט געווען פון די רבנים אין שפאניע אין די צייט פונעם גירוש און האט מיטגעוואנדערט ארויס פון שפאניע, און ער שילדערט ווי אזוי דאס האט אויסגעזעהן זייענדיג אויפן וואנדער וועג ארויס פון שפאניע, די שרעקליכע צרות וואס די אידן האבן געליטן זייער גרויסע פיין און נויט.

פארציילט רבי יוסף הכהן - די קעניג האט געהאט פארבאטן מיטצונעמען גאלד און אלע ווערדפולע חפצים, דעריבער זענען געווען אידן וועלכע האבן געוואלט ראטעווען דאס ביסל וואס זיי האבן פארמאגט, האבן זיי אראפגעשלינגען זייערע גאלד און טייערע דיימאנטען און שטיינער כדי צו בלייבן מיט עטוואס געלט ווען זיי קומען אן צו די ערטער ווי זיי וועלן זיך קענען באזעצן.

ווען די שיפן זענען אנגעקומען צו די אראבישע ערטער, און זיי האבן זיך דערוואוסט אז די אידן האבן אין זיך באהאלטן טייערע דיימאנטן און שטיינער, האבן זיי אן קיין טראָפּעלע רחמנות אויפגעריסן לעבעדיגערהייט די בייכער פון די אידן כדי צו געפונען די גאלד און דיימאנטען וואס זיי האבן באהאלטן.

נאך שילדערט רבי יוסף וואס ער האט אליינס צוגעזעהן מיט זיינע אויגן, דאס שרעקליכע הונגער און פיין וואס עס האט באטראפן די אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע - עס איז געווען א איד וועלכע האט מיטגעשלעפט זיין אלטע פאטער דאס גאנצע וועג ארויס פון שפאניע, וויבאלד זיי זענען ארויסגעגאנגען אן קיין געלט האבן זיי זיך נישט געקענט ערלויבן צו קויפן אביסל עסן און די הונגער און נויט איז געווען אויף א שרעקליכן פארנעם, ווען די הונגער האט זיך געשטארקט און ער האט געזעהן ווי זיין טאטע גייט באלד אויסגיין, האט דער איד גענומען זיין זוהן און געגאנגען מיט אים צום שטאטישן בעקער און אים פארקויפט אלץ קנעכט, אנשטאט דעם וועט ער אים געבן א שטיקל ברויט, צו קענען ערהאלטן זיין פאטער ביים לעבן.

דערנאך איז ער צוריק געגאנגען ברענגן דאס שטיקל ברויט פאר זיין טאטע, האט ער געזעהן ווי אין די קורצע צייט איז זיין טאטע אויסגעגאנגען פון הונגער און אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה, ער איז שנעל צוריק געלאפן צום בעקער צוריקגעבן דאס שטיקל ברויט, און זיך געבעהטן ביי אים מיט טרערן אין די אויגן ער זאל אים צוריק געבן זיין זוהן, דער בעקער האט מיט גרויס רשעות נישט געוואלט הערן פון צוריקגעבן זיין נייע קנעכט און אים געזאגט קענסט דיך בלייבן מיט דאס שטיקל ברויט אבער דאס קינד בלייבט ביי מיר פאר אן אייביגע קנעכט, און דער איד האט זיך ליידער געדארפט צוריק-קערן מיט ליידיגע הענט אן זיין טאטע, אן זיין זוהן, און עס איז ניטאמאל געווען ווער עס זאל אפילו קוקן אויף זיין זייט און אים פראבירן צו העלפן.

[align=center]***[/align]

טראץ די אלע שוועריקייטן און צרות, האבן די אידן זיך געהאלטן פעלזן פעסט מיט די אמונה און נישט פארלוירען זייער געטריישאפט צו באשעפער אין הימל, ווי עס ווערט געשילדערט אין ספר שבט יהודה - פון ר' שלמה אבן וירגה, ווי ער ברענגט א מורא'דיגע פאסירונג וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי איינע פון די מגורשי ספרד.

איינע פון צענדליגע שיפן ווי די יוצאי שפאניע זענען געפארן האט אויסגעבראכן א מגיפה, און דער קאפיטאן האט באשולדיגט די אידן אז דאס האט פאסירט צוליב זיי, און באפוילן אז די אלע אידן פון שיף מוזן אראפגיין ביי דעם קומענדיגן יבשה ווי די שיף וועט זיך אפשטעלן, די שיף איז אנגעקומען צו א פארווארפענע אינזל אינמיטען ים און די אלע אידן זענען געצווינגן געווארן אראפצושטייגן פונעם שיף.

איינע פון די אידן וועלכע האבן זיך געפונען אויפן שיף איז געווען א איד מיט זיין פרוי און צוויי קינדער, ווי נאר זיי האבן אראפגעטרעטן אויף די בארטענס פונעם אינזעל איז זיין פרוי פון גרויס שוואכקייט צוזאמגעפאלן און געשטארבן אויפן פלאץ, דער איד האט איר גענומען און דארט באגראבן אויפן פלאץ, דערנאך האט ער אויפגעהויבן זיינע צוויי שוואכע קינדער און מיט זיין לעצטע ביסל כח אנגעהויבן צו גיין ווייטער צו טרעפן עפעס מיט וואס צו שטילן זיין הונגער, גייענדיג א שטיקל וועג מיט זיינע צוויי קינדער אין זיין ארעמס איז דער איד ערשעפט געווארן און פון גרויס שוואכקייט אנידערגעפאלן חלשות, נאך וואס די ארומיגע אידן האבן אים דערמונטערט און ער האט זיך אויפגעוואכט, האט ער באמערקט זיינע צוויי קינדער וועלכע ער האט מיטגעשלעפט מיט זיך דאס גאנצע לאנגע וועג, זענען אין די צייט אויסגעגאנגען פון הונגער און געפונען זיך נעבן אים צופוסענס אן קיין צייכענעס פון לעבן, האט ער מיט גרויס ווייטאג און צער זיך אויפגעשטעלט און אויפגעהויבן זיין הענט צום באשעפער אין הימל און געזאגט:

"טאטע אין הימל איז זעה די אלע צרות און פיין וואס דו געבסט מיר, האסט מיר צוגענומען מיין ווייב און צוויי קינדער, דאס אלעס איז א פרואוו כדי איך זאל פארלירן מיין אמונה און דיך באשעפער, אבער וויסן זאלסטו באשעפער, איך בין א איד און איך גיי אייביג בלייבן א איד! נישט קיין חילוק וויפיל צרות עס גייט אויף מיר דורכגיין, מיין אמונה צו דיר באשעפער וועל איך קיינמאל נישט אפלאזן! "

מיט גרויס שוואכקייט האט דער איד גענומען אביסל ערד און צוגעדעקט זיינע צוויי קינדער און ווייטער פארגעזעצט זיין וועג צו געפונען אביסל עסן צו שטילן זיין הונגער.

פירט אויס רבי שלמה - דאס איז געווען דאס געוואלדיגע געטריישאפט פון די אידן צום באשעפער, וועלכע אין די שווערסטע אומשטענדן האבן זיי נישט פארלוירען זייער אמונה און אנגענומען די אלע נסיונות, יסורים און פיין כדי צו פארהייליגן דער נאמען פונעם באשעפער.


[align=center]- קאפיטל י' -

די אנוסים (מאַראַנא'ס) - אידן וועלכע זענען פארבליבן אין לאנד[/align]
די אנוסים - טראץ וואס מערסטענס פון די שפאנישע אידענטום האבן פארלאזט דאס לאנד, פארט זענען געווען אידן וועלכע האבן נישט געקענט ביישטיין דעם שווערן נסיון פון איבערלאזן זייער פארמעגנס - האב און גוטס, און נעמען דאס וואנדער שטעקן אין האנט, און וואנדערן צו א פרעמדן ארט, מיינסטענס איז דאס געווען די רייכע און פארמעגליכע אידן וואס ביי זיי איז די נסיון געווען זייער גרויס, דעריבער האבן זיי זיך געלאזט שמד'ן אין די עפענטליך אבער אינעווייניג זענען זיי געבליבן אידן, און פראבירט ווייטער אנצוהאלטן און היטן תורה און מצות וויפיל עס איז געווען שייך.

דער יעב"ץ קדמון וועלכע איז זעלבסט געווען פון די מגרושי ספרד, שרייבט אין זיין ספר 'אור החיים' ווי אזוי האט געקענט פאסירן אזא זאך צו די ספרד'ישע אידן אז זיי זאלן נישט קענען ביישטיין די צרות און פיין און זאלן זיין גרייט אנצונעמען דאס קריסטליכע גלויבן?

פון די אנדערע זייט - אין אשכנז ווי עס איז אויך פארגעקומען געפערליכע רציחות ווי דער מסע הצלב (אין דייטשלאנד און פראנקרייך), און נאך צרוץ, דארט זענען זיי אויך אנגעקומען מיט א פארשלאג פאר די אידן אז זיי האבן די מעגליכקייט זיך צו טויפן צו קריסטן אזוי וועלן זיי קענען בלייבן לעבן, אויב נישט וועט מען זיי אלע אויס'הרג'ענען (אין ספרד איז דאס מיינסטענס נאר געווען א גזירה פון פארטריבן ווערן אבער נישט פון טויט), פארט איז כמעט נישט געווען אידן וואס זאלן זיך אונטערברעכן אונטער די אלע צרות און אננעמען די קריסטליכע גלויבונג, נאר אלע זענען געווען איינשטימונג זיך צו לאזן הרג'ענען פאר קידוש ה', ווי עס איז באקאנט די פולע קהילות וואס די קרייץ ציגלער האבן אויסגע'שחט'ען אין שנת ת"ח ות"ט.
פארוואס אין שפאניע זענען די אידן נישט געווען פעלזן פעסט צו ביישטיין דו אלע שוועריקייטן?

ענטפערט די יעב"ץ - די אידן אין שפאניע האבן שטענדיג עוסק געווען אין פיליזאפיע - שטודירן און פארשן מיט די אייגענע פארשטאנד דאס אמונה אין באשעפער, (אפילו די ספרים וועלכע די גדולי שפאניע האבן געשריבן, צום ביישפיל דער רמב"ם וועלכע האט פארפאסט די ספר 'מורה נבוכים' איז אויך געווען אויף א פיליזאפישע וועג, דאס איז געקומען בלית ברירה - צוליב די פולע פיליזאפיע וואס די אידן האבן שטודירט, דעריבער האט אויסגעפעהלט צו פארפאסן ספרים כדי זיי זאלן האבן די ריכטיגע השקפות און גלייכע פארשטאנד אין אמונה).

דאקעגן די אידן אין מדינת אשכנז - דייטשלאנד און פראנקרייך, זיי זענען צוגעגאנגן צו די אמונה מיט א פשטות און געגלייבט אלעס גענוי וואס מען האט מקבל געווען פון די עלטערן. דעריבער זיי זענען געווען גרייט אן קיין חשבונות זיך אויסשטרעקן דאס האלדז פאר'ן באשעפער'ס וועגן, אזוי זענען געווען גאנצעטע קהילות פון טויזענטער אידן וואס אלע אינאיינעם זענען געווען גרייט צו שטארבן על קידוש ה'.

אבער די אלע וועלכע האבן שטודירט די אמונה און דאס געוואלט פארשטיין מיט די אייגענע שכל, זיי האבן נישט געהאט די שטארקע כחות איבער די אלע נסיונות און האבן נישט געקענט ביישטיין די צער און פיינונגן, און זיך אונטערגעבראכן און זיך געלאזט שמד'ן רח"ל.

דאס האט מען צוגעזעהן ביי גירוש ספרד - פירט אויס די יעב"ץ - ווער זענען געווען די וואס האבן איבערגעלאזט זייער גאנצע האב און גוטס? דאס איז געווען די פשוט'ע אידן, פרויען און קינדער, וועלכע האבן געהאט זייער אמונה אין באשעפער מיט א פשטות, זיי זענען געווען גרייט אלעס צו טוהן פארן באשפער'ס וועגן, די אנדערע וועלכע זענען געווען געלערנטע און האבן שטודירט די אמונה, זיי האבן ליידער נישט געהאט די כוחות איבער די אלע שווערע נסיונות.

די אנוסים אפילו זיי האבן ליידער נישט בייגעשטאנען די נסיון, האבן פראבירט ווייטער צו אנהאלטן דאס היטן אידישקייט, און דאס געפירט מיט גרויס געהיים.

[align=center]***[/align]

עס ווערט געברענגט אין סידור ליקוטי צבי, ווי ער פרעגט איבער דעם וועלט באקאנטע ניגון וואס מען זינגט אין גאנץ כלל ישראל אויף 'כל נדרי', וועלכע האט אין זיך טרויערדיגע תנועות, פארוואס זינגט מען דעם ניגון אויף כל נדרי? ווי קומט דאס אריין ווען מען איז מבטל די נדרים און שבועות?

ענטפערט דער ליקוטי צבי - די ניגון שטאמט פון די אנוסים, וועלכע האבן א גאנץ יאר געזינדיגט אנטקעגן זייער ווילן און זענען געווען געצווינגן צו גיין אין קלויסטער און שווערן פארן גלח אז זיי זענען געטריי פארן אותו האיש ימ"ש, דעריבער ווען עס איז געקומען די הייליגע נאכט פון יום כיפור האבן זיך די אנוסים צוזאמגענומען אין א פארבארגענעם קעלער, און מיט צובראכענע הערצער און ווייטאגליכע געפילן האבן זיי זיך אויסגעוויינט צום באשעפער, און געבעהטן איבער די אלע שבועות וועלכע זיי האבן געמאכט דורכאויס די יאר זאל צושטערט ווערן, און זיי האבן דאס געזאגט מיט צובראכענע געפילן מיט א טרויערדיגע טאָן.

דעריבער פירט מען אויס די ווערטער - זאגט דער ליקוטי צבי - 'על דעת המקום ועל דעת הקהל וכו' אנו מתירין להתפלל עם העבריינים', דאס נוסח שטאמט אויך פון די אנסים, וועלכע האבן געבעהטן דעם באשעפער זאל אויסהערן זייער תפילות און געבעהט אפילו זיי זענען ליידער עבריינים.

[align=center]***[/align]

א מערקעווירדיגע זאך ווערט געברענגט פון הרה"ק רבי מאטל סלאנימ'ער זי"ע, איבער די תקופה פון די קאנטאניסטן אין רוסלאנד, וועלכע מען האט אוועקגעשלעפט קליינע קינדער פון די שויס פון זייער עלטערן און געפייניגט מיט מערדערליכע יסורים זיי זאלן אפלאזן אידישקייט און ווערן געטרייע קאמוניסטן פאר מוטער רוסלאנד, און די קינדער האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט און זיך נישט אונטערגעגעבן און זיך געשלאגן ביז דער לעצטע מינוט פון זייער לעבן, אזוי ווי עס איז באקאנט פולע מעשיות פון די צייטן פון די קאנטעניסטן.

האט רבי מאטל סלאנימער געפרעגט - ווי קומט אזא גרויסע מאס מסירות נפש פאר קליינע קינדער, אסאך זענען אפילו געווען אונטער די בר מצוה און זענען ניטאמאל געווען מחוייב זיך צו מוסר נפש זיין, ווי קומט צו זיי אזא שטארקייט און דרייסט זיך צו שלאגן אנטקעגן די גרויזאמע קאמוניסטן?

די ענטפער איז - האט רבי מאטל סלאנימער זי"ע מסביר געווען - מיט הונדערטע יארן צוריק זענען געווען די אנוסים וועלכע האבן ליידער נישט בייגעשטאנען די נסיון פון איבערלאזן דאס לאנד און האבן זיך גע'שמד'ט רח"ל, אבער ווען מען האט זיי געכאפט זענען זיי געשטאנען פעסט זיך נישט צו ביקען צום צלם, און האבן צוליב דעם געליטן געפערליכע יסורים און פיינונגן און פארברענט געווארן אויף קידוש ה', דעריבער ווען זיי זענען ארויפגעקומען אויף יענע וועלט איז געווארן א מחלוקת אין בית דין של מעלה, וואס טוט מען מיט די נשמות? פון איין זייט האבן זיי זיך געלאזט פיינונגן על קידוש ה', פארדעם קומט זיי א גרויסע שכר און א הויכע ארט אין גן עדן צוזאמען מיט אלע אנדערע קודשים און טהורים, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אין אנהייב האבן זיי געמאכט א חילול ה' צוליב דעם וואס זיי זענען נישט אנטלאפן און האבן זיך גע'שמד'ט און געלעבט ווי גוים, דעריבער קען זיי נישט אריינגיין אין גן עדן.

צוליב דעם האבן זיך די נשמות געוואלגערט אין עולם התוהו נישט האבענדיג די מעגליכקייט אריינצוגיין אין גן עדן, ביז דריי הונדערט יאר שפעטער האט די אויבערשטער וועלכע איז א דעבארעמדיגער פאטער זיי נאכאמאל געגעבן דעם אויסוואל אראפצוקומען אויף די וועלט אין נשמות פון קליינע קינדער, וועלכע זענען געווען אט די קליינע קאנטעניסטן וואס האבן נישט געהאט קיין חיוב זיך צו מוסר נפש זיין, און וועלן האבן געפערליכע פיינונגן זיי זאלן אפלאזן די אמונה, אויב וועלן זיי זיך שטארקן וועלן זיי האבן זייער ענדגילטיגע תיקון און זוכה זיין ארייצוגיין אין גן עדן און באקומען זייער פארדינטן גרויסע שכר.

[align=center]***[/align]

איבער די נאמען וואס מען האט געגעבן פאר די סארט אידן וועלכע האבן זיך ל"ע געטויפט און אנגענומען די קריסטליכע גלויבונג. ווערן זיי אנגערופען אין לשון הקודש 'אנוסים', וואס באדייט 'די געצווינגענע', די וועלכע האבן זיך געצווינגענערהייט גע'שמד'ט רח"ל, אינעם שפאנישע שפראך ווערן זיי אנגערופן מיט צוויי סארט נעמען, מאראנא'ס, און קאנווערסאס.

מאראנא'ס - די וועלכע האבן אנגענומען פאלשערהייט די קריסטליכע גלויבונג און האבן געהיטן אידישקייט אין געהיים, זיי האט מען גערופען מאראנא'ס וואס דאס באדייט אין שפאניש 'חזיר', (דאס שטאמט פון די אראבישע ווארט 'מעהוראם' וואס מיינט 'פארבאטן', און זיי האבן א נאמען געגעבן דער דבר אחר מיט די נאמען 'מאראנא' וואס שטאמט פון די ווארט 'מעהוראם' - פארבאטן, וויבאלד דער חזיר איז געווען פארבאטן פאר די מוסלעמענער).

קאנווערסאס - די וועלכע האבן אנגעומען די קריסליכע גלויבונג מיט אן אמת, און האבן אויפגעהערט צו היטן תורה און מצות, זיי האט מען גערופן - קאנווערסאס, וואס דאס באדייט אין שפאניש 'איבערגעדרייט', (דאס איז ענדליך צו דאס ענגלישע ווארט 'קאנווערט' וואס באדייט איבערגעדרייט).

דאס ארבעט פון די אינקוועזיציע איז געווען נאכצוגיין די אנוסים און אויסגעפונען צו זיי זענען קאנווערסאס - ריכטיגע קריסטן, אדער פארקערט זיי זענען מאראנא'ס וועלכע זענען פאלשע קריסטן און היטן אידישקייט אין געהיים.


[align=center]- קאפיטל י"א -

די אינקוועזיציע מיט זייערע שרעקליכע פיינונגן[/align]

ווי שוין געשריבן, די רעגירונג האבן געוואוסט עס איז פארהאן אידן וואס האלטן אידישקייט אין געהיים, דעריבער האבן זיי געשטעלט די אינקוועזיציע וועלכע זאל נאכגיין און פארשן די אנוסים אויב זיי היטן נישט ווייטער זייער אידישקייט אין געהיים.

ווי מען געפונט אין די ארכיוון פון די אינקעוועזיציע, האבן זיי געשטעלט א געניטע שטאב פון באהאלטענע פאליציי וועלכע זאלן נאכגיין אט די אלע אנוסים. כדי צו ווערן אנגענומען צו ארבעטן ביי די אינקוועזיציע האט מען געמוזט האבן א ריין קאטוילישע אפשטאם אנדעם וואס מען זאל האבן עפעס א פארבינדונג מיט אידן.

אויך האבן זיי צוגעזאגט פאר די וואס וועלן מסר'ן איבער די אנוסים, וועלן באקומען א גרויס חלק פון די קאנפעסקירטע פארמעגן פון דעם איד, דעריבער האט דאס שטארק גערייצט די גוי'שע שכנים צו נאכקוקען און האלטן א וואכזאמע אויג אויף זייערע אידישע שכנים.

זיי פלעגן אנגעבן סימנים ווי אזוי נאכצוגיין די אנוסים, צום ביישפיל ווען עס איז געקומען שבת פלעגן זיי נאכגיין צו זעהן אויב עס קומט נישט ארויס רויך פון די קוימענס, צו זיי היטן שבת און צינדן נישט אן קיין פייער. אדער צו עמיצער גייט אנגעטוהן א שענערע אַנצוג לכבוד שבת וכדומה, ווען עס איז געקומען ערב פסח פלעגן זיי נאכגיין צו זיי גייען קויפן גרינצייגן פאר מרור אא"וו.

מיט די אלע סארט מעטאדן איז געלונגען פאר די אינקוועזיציע צו כאפן טויזענטע אנוסים און זיי פייניגן און דערנאך האט מען זיי ליידער פארברענט לעבעדיגערהייט אויפן אויטא דא פע - שייטער הויפן.

פון די אנדערע זייט, די אנוסים האבן פראבירט אנצוגיין ווייטער און היטן תורה ומצות ווי ווייט מעגליך, זיי האבן געבויעט אונטער-ערדישע היילן וואס פירן צו אונטערערדישע שוהלן וועלכע זיי האבן געבויעט צו קענען דאווענען צוזאמען. אבער זיי האבן דאס געטוהן מיט גרויס פארזיכטיגקייט ווייל אויב וועט מען זיי כאפן זענען זיי פאר'משפט פאר א זיכערע שענדליכער טויט.

[align=center]***[/align]

די אנוסים האבן געלעבט מיט א שטענדיגע שרעק און זארג, און געציטערט פון זייער אייגענע שאטן מען זאל נישט ארויפקומען אויף זייערע שפורן, זיי האבן נישט געטרויערט זייער אייגענע באדינער און פריוואטע שטוב מענטשן, געוויסע פלעגן פארשיקן ערב שבת זייערע באדינער צו גיין ערלעדיגן עפעס און א אנדערע שטאט כדי זיי זאלן זיך נישט דרייען אונטער די פוס און באמערקן ווי זיי היטן שבת. אויך איז געווען געוויסע וועלכע האבן נישט געגעסן חמץ דורכאויס דאס גאנצע יאר, אויס זארג מען זאל נישט באמערקן ווי זיי עסן נישט קיין חמץ אום פסח, מיטן אויסרייד אז זיי האבן צוטוהן מיטן מאגן אא"וו.

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן: מיט די יארן האט זיך שפאניע פאראייניגט מיט פארטוגאל, דערנאך האבן זיי צוזאמען איינגענומען דרום אמעריקע וואס דאס באשטייט היינט צוטאגס פון ברזיל, מעקסיקו, ארגענטינה, און נאך, נאכדעם וואס זיי האבן באקומען דאס מאכט איבער די אלע ערטער, איז די אינקוועזיציע נאכגעגאנגען די שפורן פון די אנוסים וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע צו אט די אלע לענדער און האבן זיך דארט געפירט אין די עפענטליך ווי אידן, מען האט זיי דארט נאכגעגאנגען און אפירגענומען איבער דעם פארברעך וואס זיי האבן אנגענומען דאס קריסטליכע גלויבונג און דאס נישט איינגעהאלטן, און זיי דארט פאר'משפט צו טויט שטראף פארברענט צו ווערן לעבעדיגערהייט, ווי עס איז באקאנט ביזן היינטיגן טאג איז אין שטאט 'מעקיסקו סיטי' געשטאנען דער אויטא דא פע - שייטער הויפן ווי מען האט פארברענט די אנוסים וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע.

די אנוסים האבן אייביג געהאט א שטענדיגע פחד איבער דעם וואס מען זאל זיי נישט כאפן, אפילו ווען זיי האבן שוין געוואוינט און אנדערע לענדער איבער די וועלט האבן זיי נאכאלץ געטראגן מיט זיך די פחד און שרעק אז די אינקוועזיציע זאל נישט ארויפגיין אויף זייערע שפורן.

ווי עס איז באקאנט איבער אן אור אלטע בית הכנסת וועלכע שטייט נאך ביז היינט צוטאג'ס אינעם שטאט 'ניו פארט' וועלכע געפונט זיך אינעם אמעריקאנער סטעיט - ראויד איילענד, וואס די בית הכנסת איז געבויעט געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק דורך אנוסים וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע, האבן זיי געבויעט אונטערן באלעמער פונעם בית הכנסת א באהאלטענע עפענונג צו א אונטער-ערדישע הייל אויס זארג אויב זיי וועלן זיין געצווינגן צו אנטלויפן פון די אינקוועזיציע (געוויסע שלאגן דאס אפ און זאגן אז דאס אונטער-ערדישע הייל האט בלויז געדינט צו באהאלטן די שווארצע קנעכט וועלכע מען האט געהאנדעלט מיט זיי אויפן שווארצע מארקעט).

[align=center]***[/align]

ווען די אינקעוועזיציע איז ארויפגעגאנגען אויף די שפירן פון איינע פון די אנוסים און אויסגעפונען אז דער איד טוט היטן אידישקייט אין געהיים, האט מען אים געכאפט און געברענגט צו די הויפטקווארטירן פון די אינקוועזיציע, און מען האט פארגעלייגט איינע פון צוויי פארשלאגן, און געזאגט: דיר האט מען ממילא געכאפט און מיר גייען דיר פאר'משפט'ן צוזאמען מיט דיין גאנצע פאמיליע צום טויט, אבער מיר גיבן דיר א אויסוואל צו שטארבן אויף א לייכטע וועג, אויב וועסטו זיך איצט ביקן צום צלם וועט מען דיר הרג'ענן אויף א לייכטע וועג, אויב האלסטו זיך נישט ביים אונטערברעכן וועט מען דיר אויספיינוגען מיט די ערגסטע יסורים וואס איז נאר פארהאן, מען וועט דיר אויסצאפן ביזן לעצטע טראפ בלוט!

מיינסטענס אידן וועלכע זענען געכאפט געווארן, האבן געזעהן זייער שווארצע ענדע פאר די אויגן, און האבן געטראכט צו זיך: 'אויב וועל איך שוין סיי ווי שטארבן זאל עס שוין זיין מיט די ריינסטע אמונה און איך זאל פארברענט על קידוש השם'!
דאס זענען געווען אפילו די גאר שוואכע אידן וועלכע האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון פון איבערלאזן דאס לאנד, אבער ווען עס איז געקומען די מצב האט די אידישע פינק אויפגעפלאקערט און האבן מיט א שטאלץ אפגעוואנדען די פארשלאג פון זיך ביקן צום צלם.

די פייניגנס מיטלען מיט וועלכע די אינקוועזיציע האט זיך באנוצט איז ממש אומבאשרייבאר, עס איז געווען ספיציעל אויסגעשטעלט צו צוברעכן די געפייניגטער פיזיש און גייסטיש, אויף שוידערליכע מאטאדן, (ווי עס איז באקאנט, ווערט נאך זייערע פייניגונגס מיטלן באנוצט ביז היינט צוטאגס דורך די אמעריקאנע מיליטער אויסצופארשן געכאפטע טעראריסטן ארויסצובאקומען פון זיי אינפארמאציע, וואס דאס ארבעט זיי צו צוברעכן מאראליש און פיזיש און ארויסבאקומען פון זיי זייערע באשוואוירענע געהיימעניסטן). דערנאך האט מען גענומען דעם אויסגעפייניגטע איד און פארברענט לעבעדיגערהייט אויפן שייטער הויפן. די צאל אנוסים וועלכע זענען פאראורטיילט געווארן צום טויט אין די יארן נאכן גירוש איז געווען העכער 300,000 (דריי הונדערט טויזענט!) אידן וועלכע זענען ארויף אויפן שייטער הויפן על קידוש ה'.

דאס איז אנגעגאנגען פאר צענדליגע יארן, דאס אינקוועזיציע איז נאך געווען אין קראפט ביז אזוי שפעט ווי אין יאר תרט"ו, וואס מען האט נאך געכאפט און פארברענט אידן.

די עצם גזירת הגירוש - דאס פארבאט פון אידן צו וואוינען אין שפאניע איז בטל געווארן אין יאר תרכ"ד (דאס איז געווארן צוליב דעם וואס די וועלט איז צוביסלעך געווארן מער דעמאקראטיש געשטימט, און עס איז געווען א שאנדע פאר שפאניע צו האבן אין זייערע ביכער אזא סארט געזעץ וועלכע פארבאט אידן אריינצוקומען אין זייער לאנד).


[align=center]- קאפיטל י"ב -


דאס גירוש פארטוגאל[/align]

ווי שוין פריער געשריבן האבן טייל אידן פון שפאניע געוואַנדערט צו דער דערנעבענדיגע לאנד - פארטוגאל און זיך דארט באזעצט און פראבירט אנצופאנגן דאס לעבן פון דאָסניי, אבער ליידער דאס האט ווארשיינליך נישט אנגעהאלטן צו לאנג, וויבאלד דער ארטיגע קעניג אכָיאַן האט געוואלט פארהיירייטן די פרינצעס - טאכטער פונעם שפאנישע קעניג פערדינאַנט און אִיזאַבֶּעלא, אלץ באלוינונג האט די שפאנישע קעניג פארלאנגט ער זאל אויך ריין מאכן זיין לאנד פון קריסטליכע פארלייקענער און זיי פארטרייבן פון לאנד. דעריבער, אין יאר רנ"ח (זעקס יאר נאכן גירוש אין שפאניע), האט די קעניג אכָיאַן ארויסגעגעבן א באפעהל אז די אלע אידן מוזן פארלאזן זיין לאנד.

דאס גירוש אין פארטוגאל איז געווען אויף א קלענערע פארמאט ווי דער אין שפאניע, פארט אין געוויסע הינזיכטן איז דאס געווען ערגער פון גירוש שפאניע, וויבאלד דער קעניג האט געוואוסט ווי נוצבאַר דאס אידן זענען פאר זיין לאנד, דאס הילף וואס ער קען באקומען פון זיי וועט ער אייגענטליך נישט באקומען פון קיין שום אנדערע פאלק, דעריבער האט ער געצווינגען אידן צו פארבלייבן אין לאנד און זיך שמד'ן, וואס דאס האט צוגעברענגט אז פולע אידן זאלן אומגעברענגט ווערן.

אכָיאַן האט גאנץ גוט געוואוסט מיט וועמען ער האט דא צוטוהן, אידן וועלכע שרעקן זיך נישט פאר גארנישט, און וועלן זיך נישט בייגן פאר קיין שום אנדערע נאר צו זייער גאט, דעריבער האט ער געוואוסט כדי זיי צו אונטערטעניגן וועט נישט העלפן דעם מיטל פון ארויסשטעלן א גזירת גירוש אזוי ווי זיין דערנעבענדיגע שכן שפאניע האט געטוהן, דעריבער איז ער אויפגעקומען מיט א טייוולאנישע איינפאל.

דער קעניג האט געלאזט מעלדן איבער די גאנצע לאנד, פאר די אלע אידן וועלכע ווילן פארלאזן דאס לאנד, זיי קענען קומען צום הויפט שטאט - לִיסבּוים, און ער וועט מיט זיין גוטהארציגקייט כלומר'שט צושטעלן שיפן צו פארלאזן דאס לאנד. צוליב דעם האבן טאקע זיך פולע טויזענטער אידן פארזאמעלט אינעם הויפט שטאט, ווארטענדיג צו ווערן אימפארטירט צו א צווייטן לאנד.
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געווען פיקטיוו, דער קעניג האט זיי אלע צוזאמגענומען און איינגעשפארט אין א פעסטונג דארט אין שטאט, און זיי געצווינגען זיך צו שמד'ן אדער וועט מען זיי אלע פארברענען אויפן שייטער הויפן, און האט ניטאמאל געגעבן די געלעגנהייט צו פארלאזן דאס לאנד.

די אידן וועלכע זענען פארשפארט געווארן, זענען שוין געווען געלערנט אין דעם פאך פון מסירות נפש, זיי זענען נישט געווען גרייט פאר קיין שום פרייז אויפן וועלט זיך צו שמד'ן, דעריבער האבן א טייל פון זיי זיך אליינס גענומען דאס לעבן, עלטערן האבן גע'הרג'עט זייערע קליינע קינדער כדי זיך נישט צו דארפן שמד'ן. ליידער זענען אבער געווען א צאל אידן וועלכע האט נישט געקענט ביישטיין די שווערע נסיון און אנטקעגן זייער ווילן האבן זיי אנגענומען די קריסטליכע גלויבונג, אזוי ארום האבן זיך שוין געפונען אנוסים אויך אין פארטוגאל. פאר אנדערע איז געלונגען צו אנטלויפן פון פארטוגאל, אזוי ארום זענען זיי געראטעוועט געווארן פון א זיכערע שמד.

עס איז אנטרעסאנט צו צוצייכענען וואס ווערט געברענגט אין ספר 'שפתי כהן' אין פרשת וילך (דברים לא, כט), ווי ער ברענגט וואס האט פאסירט דארט אין פארטוגאל נאכדעם וואס די קעניג האט פארארדענט די אלע וואס ווילן זיך נישט שמד'ן וועלן פארברענגט ווערן אויפן שייטער הויפן, "והיו מקצתן מבני ישראל שואלים היכן בית השריפה, ומוליכין בניהם ונשותיהם שמחים בתופים ובמחולות ומשליכין עצמן בבית השריפה" (אידישע איבערזעצונג: זענען געווען א טייל פון די אידן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט ווי גענוי איז די ארט פונעם שייטער הויפן, און האבן גענומען די קינדער און פרויען, און פרייליכערהייט מארשירט מיט געזאנגט און טענץ, און זיך ארייגעווארפן אינעם פייער על קידוש ה').

דאס לעבנס שטייגער פון די אנוסים אין פארטוגאל האט אנגעהאלטן פאר יארן לאנג, א געוויסע פארשער וועלכע איז נאכגעגאנגען די לעבן פון די אנוסים, האט געשריבן זיין מיינונג לויט ווי ער האט דאס אפגעשאצט האט זיך אין פארטוגאל געפונען העכער 50,000 (פופציג טויזענט) אנוסים, וועלכע האבן זיך געהאלטן צוזאמען אין געהיים, און פראבירט צו היטן תורה און מצוות ווי ווייט מעגליך.



[align=center]-קאפיטל י"ג -

די טובה וואס איז ארויסגעקומען פונעם גירוש[/align]

צום שלוס: אין יעדע שווערע צייט, אין יעדע שווערע דורכגאנג וואס עס גייט אריבער אויף כלל ישראל, ליגט אין דעם באהאלטן דאס געוואלדיגע טובה פון הקב"ה, אפילו ווען עס זעהט אויס שרעקליך און געפערליך, פארט ליגט אין דעם באהאלטן דעם חסד ה'.

א אינטרעסאנטע זאך ווערט געברענגט אין ספר צפנת פענח, פון הרב יוסף מטראני (מהרי"ט) וועלכע איז געווען פון די ספרדי'שע גדולים, ווי ער ברענגט ארויס דאס געוואלדיגע טובה וואס כלל ישראל האט געהאט פון די גירוש שפאניע - צוליב דעם גירוש - האבן די אלע גרויסע גדולים פון שפאניע זיך אויסגעשפרייט איבער די גאנצע וועלט, און האבן אויפגעשטעלט די תורה אין די אלע ערטער ווי זיי זענען אנגעקומען, אבער אויב וואלט די גירוש נישט פאסירט וואלט די תורה געווען קאָנצעטרירט נאר אין שפאניע און די אלע אנדערע פלצער וואלטן פארפאלן געווארן.

פירט אויס רבי יוסף - באו ונחזיק טובה למלכי ספרד, שגירשו זקנינו ושופטינו, ובאו פה והחזירו עטרה ליושנה - מען דארף האבן הכרת הטוב פאר די שפאנישע קעניגרייך וועלכע האבן פארטריבען אונזערע עלטערן און רבנים, ווייל צוליב דעם האבן זיי אויפגעשטעלט תורה איבעראַל.

נאך שטייט פון פריערדיגע ספרים, ווי דער אויבערשטער איז א גענאדיגער גאט וועלכע האט מקדים געווען די רפואה איידער דעם מכה. גלייך נאך גירוש ספרד אין יאר רנ"ב (א טאג נאכן גירוש - י' אב), האט דער באוואוסטער וועלטליכער איסטראנעמיסט - קלאמבוס ארויסגעפארן אויף זיין באקאנטע היסטארישע רייזע ווי ער האט אנדעקט דאס טרוקעניש פון אמעריקע, ווי פריערדיגע גדולים האבן אנגעצייכענט איבער דעם פרישע אנדעקונג, דער אויבערשטער שלאָגט נישט מיט צוויי הענט, און ער האט דאס צוגעפירט ספיציעל אין די צייט ווען די אידן זענען פארטריבען געווארן פון שפאניע, עס זאל גלייך גרייט ווערן א פרישע באָדן פאר אידן, וואס דאס איז געווען אמעריקע, ווי עס לויטעט דעם פסוק, 'ברגע קטן עזבתיך וברחמים גדולים אקבצך'.

[align=center]- ולירושלים עירך ברחמים תשוב -[/align]
לעצט פארראכטן דורך פאר'מוח'ט אום מאנטאג יולי 29, 2019 3:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פאלגנד זענען עטליכע דאקומענטן פון די טויערדיג בארימטע אינקוועזיציע, וועלכע איז לעצטענס פארקויפט געווארן ביי א אויקשען.
אטעטשמענטס
165_1.jpg
165_1.jpg (626.39 KiB) געזען 3258 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מאסיוו!!! איינמאל פאר אלעמאל וועל איך מיר באקענען מיט די גירושים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אין פראג איז דא א מוזעאם וועלכע פארמאגט עטליכע פון די שוידערליכע פיינונג'ס מעטאדן, טייל פון זיי איז פחד'יג צו קוקן.
אטעטשמענטס
9676953937_149bfb44a4_b.jpg
9676953937_149bfb44a4_b.jpg (220.84 KiB) געזען 3239 מאל
9676975409_e10c42623a_b.jpg
9676975409_e10c42623a_b.jpg (192.38 KiB) געזען 3239 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

דאס קעניגליכער בריוו צו פארטרייבן די אידן
אטעטשמענטס
250px-Alhambra_Decree.jpg
250px-Alhambra_Decree.jpg (37.27 KiB) געזען 3238 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

שנעל געבליקט.. א מעסטער-פיעס!! ישר כח פאר דיין ארבעט!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

pdf please
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

דאס איז פון די בלאט?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ברעטל האט געשריבן:דאס איז פון די בלאט?

ניין! דאס האב איך געשריבן בס"ד עטליכע יאר צוריק.
נאדיר הרב שמערלער א PDF ווי געבעהטן
אטעטשמענטס
גירוש ספרד און פארטוגאל.pdf
(247.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 239 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

הערליך הערליך מייסטער האפטיג.

פאר'מוח'ט האט געשריבן:[align=center]- קאפיטל א' -

דאס אידישע לעבן אין שפאניע[/align]
שפאניע ציילט זיך אלץ איינע פון די אנערקענטע מזרח לענדער אויפן גלאבאלן וועלט מאפע, דאס איז א גרויסן אינזל וועלכע איז ארומגענומען מיט וואסער (אויסער צפון זייט וואס א קליינעם טייל דערפון גרעניצט זיך מיט אפריקע). צו דעם איז אויך באהאפטן דאס לאנד פארטוגאל וואס איז א לאנד אויך ארומגענומען מיט וואסער, אבער אויף א קלענערע פאָרמאַט פון שפאניע. (די אידן פון ביידע לענדער זענען ווארשיינליך פאראורטיילט געווארן מיטן זעלבן גורל, ווי עס ווערט שפעטער געשריבן באריכות).

[/align]


דאס איז לכאורה א טעות.

שפאניע גרעניצט זיך אויף צפון זייט מיט פראנקרייך (כ'מיין אז פראנקרייך איז אין 'אייראפע', איז וואר?)
און אויף דרום זייט מיט די מיטלענדישער ים, וואס די אנדערע זייט ים איז מאראקא.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך.
איך ווייס נישט וואס
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

זייער קלאר
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

לדעתי האט געשריבן:הערליך הערליך מייסטער האפטיג.

פאר'מוח'ט האט געשריבן:[align=center]- קאפיטל א' -

דאס אידישע לעבן אין שפאניע[/align]
שפאניע ציילט זיך אלץ איינע פון די אנערקענטע מזרח לענדער אויפן גלאבאלן וועלט מאפע, דאס איז א גרויסן אינזל וועלכע איז ארומגענומען מיט וואסער (אויסער צפון זייט וואס א קליינעם טייל דערפון גרעניצט זיך מיט אפריקע). צו דעם איז אויך באהאפטן דאס לאנד פארטוגאל וואס איז א לאנד אויך ארומגענומען מיט וואסער, אבער אויף א קלענערע פאָרמאַט פון שפאניע. (די אידן פון ביידע לענדער זענען ווארשיינליך פאראורטיילט געווארן מיטן זעלבן גורל, ווי עס ווערט שפעטער געשריבן באריכות).

[/align]


דאס איז לכאורה א טעות.

שפאניע גרעניצט זיך אויף צפון זייט מיט פראנקרייך (כ'מיין אז פראנקרייך איז אין 'אייראפע', איז וואר?)
און אויף דרום זייט מיט די מיטלענדישער ים, וואס די אנדערע זייט ים איז מאראקא.

ביזט ווארשיינליך גערעכט, די חלק וועלכע איז נישט ארומגענומען מיט וואסער איז די גרעניץ מיט פראנקרייך. טל"ח.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זעהט אויס ווי א מאסיוו שטיקל
ארויסגעפרינט, העל מיר זיך לאזן הערן נאכן אפלעזן.

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

לעצט פארראכטן דורך לדעתי אום מאנטאג יולי 29, 2019 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

לדעתי האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=1mkqCeXOmJWU1KWLYAtg78w45xbqvKL2B

א דאנק הרב לדעתי
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הערליך . דו לאזט אויס אז אסאך יודן זענען אנטלאפן קיין האלאנד!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:די ארטיגע רבנים האבן דעמאלטס באפוילן מען זאל שטעלן ביי די טויערן פון שפאניע, מענטשן וואס זאלן שפילן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן פארענט פון יעדע גרופע וואס פארלאזט דאס לאנד, טראץ וואס דאן איז געווען 'תשעה באב' און די ימי בין המצרים וואס לויט הלכה איז דאס געווען פארבאטן, איז דאס געווען א ספיציעלע 'הוראת שעה', כדי דאס זאל אויפהייבן און שטאַרקן די צובראכענע געמוטער פון די אידן וועלכע וואנדערן ארויס פון לאנד. אויך האבן זיי דאס געשטעלט כדי צו לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן וואס האט זיי געגעבן כח זיך צו שטארקן איבער די אלע נסיונות און בלייבן פעלזן פעסט מיט די ריכטיגע אמונה.


וואס די מקור פון דעם אוסצוג?
65th
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2019 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 65th »

עס איז דא א מעשה אז 2 יודען זענן צוריק גיפארן קיין שפאניע פארשטעלט ווי גוים כדי צי האנדלען ווייטר אזוי ווי זייער שטייגר איז גיוועהן.
איינמאהל איז איינר פין די יודן ביי די נסיעה אין שפאניע שלעכט גיפילט אין עס איז גיוועהן גרויסע צרות.
ער האט באשוואוירן זיין שותף אז טאמר ער שטארבט זאהל ער מאכן זיכער אז ער ווערט באגראבן אין א יודישע בית החיים.
הקיצור-דער יוד איז נעבך אוועק אין דער שותף האט גיציטרט וואס צי טוהן וויילט טאמר מע דערקנט זיי אלץ יודן איז ביטר.
אין מיטן די נאכט האט ער אריינגלייגט דעהם נפטר אין א זאק אין ארויס גיגאנגן פין שטאט זיכן א יודישע בית החיים.
ער האט גיטראפן א אלטע בית הקברות מיט א טהרה שטיב אין תכריכים, ער האט עהם מטהר גיוועהן אין באגראבן כדת משה וישראל.
ווען ער האט גיענדיגט איז ער גיוועהן זעהר שוואך פין דער ארבעט אין פין דער פחד, האט דער אייבירשטיר גיהאלפען אז ער האט דארט גיטראפן א פלעשל ברוינפן, ער האט גימאכט א שהכל אין דערקוויקט דאס הארץ.
פאר דעהם איז אין ירושלים א מנהג ביי די חברה קדישא צי טרינקן לחיים נאך א לויה (נישט דער דרייבר)
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

דורכגעלערנט, מעסיוו און קלאר.
אזוי ווערט דער עולם עדיוקעיטעד אויף איי וועלט אין די יודישע היסטאריע.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

הערליכע ארבעט!
שיין געשריבן, אינהאלטסרייך און ציענד.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

דרך אגב פאר עס וויל נאך אין די בלאט האט אנגעפאנגען לויפן אין די לעצטע צוויי וואכן א פארזעצונג איבער די לעבן פון די אידן אין שפאניע הונדערטער יארן פארן חורבן, זייער אינרעסאנט
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

איטשע האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די ארטיגע רבנים האבן דעמאלטס באפוילן מען זאל שטעלן ביי די טויערן פון שפאניע, מענטשן וואס זאלן שפילן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן פארענט פון יעדע גרופע וואס פארלאזט דאס לאנד, טראץ וואס דאן איז געווען 'תשעה באב' און די ימי בין המצרים וואס לויט הלכה איז דאס געווען פארבאטן, איז דאס געווען א ספיציעלע 'הוראת שעה', כדי דאס זאל אויפהייבן און שטאַרקן די צובראכענע געמוטער פון די אידן וועלכע וואנדערן ארויס פון לאנד. אויך האבן זיי דאס געשטעלט כדי צו לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן וואס האט זיי געגעבן כח זיך צו שטארקן איבער די אלע נסיונות און בלייבן פעלזן פעסט מיט די ריכטיגע אמונה.


וואס די מקור פון דעם אוסצוג?

כ'האב דאס געשריבן עטליכע יאר צוריק, לויט ווי ס'ליגט מיר אין זכרון שטייט דאס אין ספר 'עמק הבכה' פון רבי יוסף כהן, אויב ס'איז דיר וויכטיג קען איך דאס פון פריש אויפזיכן.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

65th האט געשריבן:עס איז דא א מעשה אז 2 יודען זענן צוריק גיפארן קיין שפאניע פארשטעלט ווי גוים כדי צי האנדלען ווייטר אזוי ווי זייער שטייגר איז גיוועהן.
איינמאהל איז איינר פין די יודן ביי די נסיעה אין שפאניע שלעכט גיפילט אין עס איז גיוועהן גרויסע צרות.
ער האט באשוואוירן זיין שותף אז טאמר ער שטארבט זאהל ער מאכן זיכער אז ער ווערט באגראבן אין א יודישע בית החיים.
הקיצור-דער יוד איז נעבך אוועק אין דער שותף האט גיציטרט וואס צי טוהן וויילט טאמר מע דערקנט זיי אלץ יודן איז ביטר.
אין מיטן די נאכט האט ער אריינגלייגט דעהם נפטר אין א זאק אין ארויס גיגאנגן פין שטאט זיכן א יודישע בית החיים.
ער האט גיטראפן א אלטע בית הקברות מיט א טהרה שטיב אין תכריכים, ער האט עהם מטהר גיוועהן אין באגראבן כדת משה וישראל.
ווען ער האט גיענדיגט איז ער גיוועהן זעהר שוואך פין דער ארבעט אין פין דער פחד, האט דער אייבירשטיר גיהאלפען אז ער האט דארט גיטראפן א פלעשל ברוינפן, ער האט גימאכט א שהכל אין דערקוויקט דאס הארץ.
פאר דעהם איז אין ירושלים א מנהג ביי די חברה קדישא צי טרינקן לחיים נאך א לויה (נישט דער דרייבר)

א אינטרעסאנטע הוספה, האסט אפשר די מקור?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
65th האט געשריבן:עס איז דא א מעשה אז 2 יודען זענן צוריק גיפארן קיין שפאניע פארשטעלט ווי גוים כדי צי האנדלען ווייטר אזוי ווי זייער שטייגר איז גיוועהן.
איינמאהל איז איינר פין די יודן ביי די נסיעה אין שפאניע שלעכט גיפילט אין עס איז גיוועהן גרויסע צרות.
ער האט באשוואוירן זיין שותף אז טאמר ער שטארבט זאהל ער מאכן זיכער אז ער ווערט באגראבן אין א יודישע בית החיים.
הקיצור-דער יוד איז נעבך אוועק אין דער שותף האט גיציטרט וואס צי טוהן וויילט טאמר מע דערקנט זיי אלץ יודן איז ביטר.
אין מיטן די נאכט האט ער אריינגלייגט דעהם נפטר אין א זאק אין ארויס גיגאנגן פין שטאט זיכן א יודישע בית החיים.
ער האט גיטראפן א אלטע בית הקברות מיט א טהרה שטיב אין תכריכים, ער האט עהם מטהר גיוועהן אין באגראבן כדת משה וישראל.
ווען ער האט גיענדיגט איז ער גיוועהן זעהר שוואך פין דער ארבעט אין פין דער פחד, האט דער אייבירשטיר גיהאלפען אז ער האט דארט גיטראפן א פלעשל ברוינפן, ער האט גימאכט א שהכל אין דערקוויקט דאס הארץ.
פאר דעהם איז אין ירושלים א מנהג ביי די חברה קדישא צי טרינקן לחיים נאך א לויה (נישט דער דרייבר)

א אינטרעסאנטע הוספה, האסט אפשר די מקור?

די מנהג איז א ירושלימ'ער מנהג ווייל די חברה קדישא זענען אפגעמוטשעט, ממילא טרונקן זיי א לחיים לע"נ דעם נפטר.

די גאנצע מעשה איז צוגעלייגט פון א בדחן, און עולם גולם קויפט עס אפ :lol: :lol:
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”