די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יולי 14 1934
בערלין - היטלער האט נעכטן געהאלטן א רעדע און די רייכסטאג ווערענדיג מיט געהאלטן אויף די נאציאנאלע ראדיאו, זאגענדיג אז די אלע וואס זענען געהרגט געווארן און די אפעראציע פון יוני 30-יולי 2-וואס האט באקומען די צינאמען "די נאכט פון די לאנגע מעסער"- האבן געוואלט אינטער די רעגירונג, וועגן דעם האט ער געארבעט אויף די אייגענע הענד אן קיין געריכט, צו ראטעווען די דייטשע באפעלקערונג פון אן אויפשטאנד,
אזוי אויך האט ער באשולדיגט דעם געוועזענער קאנצלער שלייכער מיטן ארבעטן מיט פראנקרייך אראפציווארפן די היטלער רעזשים (שלייכער איז באקאנט געווען אלס א גוטער פריינד מיט דער פראנצויזישער אמבערסאדאר און בערלין, און צוליב דעם האבן אסאך געהאלטן אז עס איז אמת.) היטלער קאבינעט האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט צו שטיצן די אקציע און אויפלייגן א לעגאלע צודעק, דורך דער "יוסטיץ" מיניסטער "פראנץ גערטנער, און אינטערגעשריבן דורך היטלער. גערטנער. און דער אינערן מיניסטער וויליאם פריק, שרייבענדיג, " די מיטלן גענוצט צווישן יוני 30 און יולי 2 צו אינטערדריקן די פאררעטערס איז געווען א לעגאלער אקט פון זעלבסט באשיצונג דורך די לאנד"
די לעגאלע געמיינדע און דייטשלאנד האט אויך געגעבן זייער שטיצע ווען דער הויפט לעגאלער עקספערט און לאנד "קארל שמיט" האט געשריבן אן ארטיקל זאגענדיג "דער פירער האט אנגעהאלטן די געזעץ,
די מיליטער האט גלייך מיט א כמעט פאראייניגטע שטימע אויסגעדריקט זייער שטיצע, כאטשיג צוויי פעלדמארשאלן "קורט פאן שלייכער" און "פערדינאנד פאן ברעדאו" זענען אויך געהרגט געווארן (די שטיצע פון די ארמיי קומט צוליב זייער פחד אז די עס.עי. וועט איבערנעמען די ראלע אלס די אפעציעלע ארמיי, און זיי שיקן אויף פענסיע און פארלירן זייער גאנצע מאכט און אנזעהן.)
מער נייעס וועט נאכפאלגן אויב עס וועט אריינקומען.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יולי 10 1934
ווארשא - די פוילישע אנטיסעמיטישע פארטיי "די נאציאנאלע ראדיקאלע לאגער" געגרינדעט קוים 3 חודשים צוריק, - און שוין באוויזן און א קורצע צייט צו פארטיילן ציפקע צרות פאר אידן און זייערע פראפערטיס און געשעפטן - איז אפעציעל פארבאטן געווארן און פוילן דורך דער פרעזידענט מארשאל "יאזעף פיסעדסקי".
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יולי 24 1934

עס הערען נישט אויף צו זיין צרות אין עסטרייך, א געפלאנטע פוטש דורך די סאציעלסטען איז דורכגעפאלען, טויזענטער מענטשען זענען ארעסטירט געווארען אין די לעצטע 48 שעה, די תפיסות זענען איבערגפילט, און מען בויעט ספיעציעלע קאנצעטראטציע לאגערן פאר די ארעסטאנטען, און די שרעק אין עסטרייך קען מען נאך טאפען מיט די הענט, די סטעיט סעקרוטער פון זיכערהייט האט ארויסגעלייגעט א סטעיטמענט ווי פאלגענד:

זיכערהייט סעקרוטער פון עסטרייך האט געשריבן:
די פאליטישע גרעניצען צעווישען די נאציס, סאציעלסטען, און קאמיונסטען, זענען געווארען פארנעפעלט. סעס איז דא באווייז, אז די לעצטע צוויי [קאמיונסטען און סאציעלסטען], פאראייניגען זיך אונטער די באפעלען פון די נאצי ארגענאזאציע, אין אקטן פון טערור, מאראליש און מאטריעליש באיינפלוסט דורך די דייטשע רייך, ניצענדיג מינכען אלץ זייער הויפטקווארטיר

דאטער דאלפאס גייט זיך טרעפען מיט מאסעליני, און וועט אפשר קומען צו די פעלקער ליגע מיט א פראמאלע קאמפלעינט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יולי 25 1934

די עסטרייכישע ראדיא האט נארוואס געמאלדען אז דאקטער דאלפאס טרעט אפ פון זיין קאצלעריישאפט! אנשטאט דאלפאס און זיינע פאשיסטישע חבירים, וועלען די אנטיסעמיטישע נאציס בראש פון די גראף אנטאן רינטלען (Anton Rintelen) אלץ קאנצלער (רינטלען איז די יעצטיגע עסטרייכישע אמבאסעדער צו איטאליע, און איז א שטיצער פון די פאראיינוגענג פון דייטשלאנד מיט עסטרייך) איבערנעמען די מאכט, ווארשיינליך וועט נישט לאנג דויערן, און די נאציס פון עסטרייך און די נאציס פון דייטשלאנד, וועלען זיך פאראייניגען אונטער איין מלכות, און אלע צרות וואס האבן געטראפען די דייטשע אידן, וועלען אויך יעצט טרעפען די עסטרייכישע אידן, היל״ת.

[offtopic]מען דארף פארשטיין אז בעצם איז עסטרייך א חלק פון דייטשלאנד, נאר דורך דעם וואס פרייסן האט געזיגט אין די פראצויזשע פרייסעישע מלחמה פון תרל״א, איז געלונגען פאר פרייסען צו פאראייניגען דייטשלאנד אונטער די פירערשאפט פון פרייסען, און פארדעם איז עסטרייך געבליבן אינדערויסן פון דייטשלאנד, ווייל עסטרייך האט געוואלט אז דייטשלאנד זאל זיך פאראייניגען אונטער איהר אייגענע פירערשאפט, און האט נישט מסכים געווען זיך צו פאראייניגען אין א דייטשלאנד געפירט דורך פרייסן, יעצט ווילען די נאציס -סיי די עסטרייכישע און סיי די דייטשע- אז עסטרייך זאל זיך פאראייניגען מיט די דייטשן אונטער די פאן פון נאציזם.[/offtopic]
די סיבה פון די יעצטיגע נאצי אויפשטאנד איז פשוט, 4 טעג צוריק האט די עסטרייכישע רעגירונג א באפעל, אז יעדער מענטש וואס האט אומגעזעצליך אויפרייס מעטריאל, וועט באקומען טויט שטראף, ס׳איז געווען בעיקר געצילט קעגן די נאציס, אבער מען האט עס בעיקר גענוצט אין די פארגאנגענע טעג קעגן די סאציעלסטען און די קאמיוניסטען, פארט אבער האבן די נאציס מורא געהאט אז זיי זענען נעקסט.

ס׳איז מערקווערדיג ביז גאר די שקרנות פון די דייטשע נאציס ובראשם היטלער, ס׳איז קלאר אז די עסטרייכישע נאציס האבן נישט געהאט קיין כח אויסצופירן אזא פלאן אן די הילף פון די דייטשע נאציס, די דייטשען האבן נאך די עסטרייכישער בירגער קרוג פון פעבורער 12-16, צוגעזאגט פאר ענגלאנד און פראנקרייך אז זיי וועלען זיך נישט מישן אין עסטרייך, אויך פאר די איטעליאנער האט היטלער צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט מישן, מיט דעם אלעם האט ער נישט אויפגעהערט צו מישן און מישן, ביז זייערע שרעקליכע ציל איז אויסגעפירט געווארען, ס׳איז צום האפן אז די וועלטמאכטען וועלען זיך פון דער עפיזאד לערנען אז מען קען נישט געטרויען דעם היטלער, און ס׳זאל נישט קאסטען נאך קרבנות (ווי למשל טשעכייסלאוואקיע)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יולי 27 1934,

צוביסלעך קלארען זיך אויס זאכן אין עסטרייך, מען האט פעסטגעשטעלעט אז די אייציגסטע זאך וואס איז פארכאפט געווארען איז די ראדיא סטאנציע, און די מעלדונג אז דאלפאס האט רעזיגנירט און אז די נאציס נעמען איבער איז געווען א פאלטשע מעלדונג וואס די נאציס האבן געצווינגען די ראדיא אפערעטער צו זאגן, אין די זעלבע צייט וואס די נאציס האבן איבערגענומען די ראדיא סטאנציע, האבן זיי זיך אויך אריינגעבראכן צו דאלפאס אין קאבינעט, און זיי האבן עם געהארגעט, און ארעסטירט א פאר פון זיינע חבירם אין די קאבינעט, זיי האבן געהאפט אז דאס הרגענען דאלפאס, און מעלדען אויף די ראדיא אז זיי האבן איבערגענומען די מאכט, וועט אנשרעקן סיי וואס פאר א אפזאציע צו זייער מאכט. עס האט זיך אבער נישט אויסגעארבייט, און די מילטער איז אריינגעקומען, און זיי האבן ארעסטירט די נאציס. אויך גראף רינטלען, וועלעכר האט געדארפט דינען אלץ די נאצישע קאנצלער, איז ארעסטירט געווארען.

יעצט קומט צו די מאכט אלץ צייטווייליגע קאנצעלר קורט שושניג (Kurt Schuschnigg), ער איז פון די זעלבע פארטיי פון דאלפאס, און ער שטיצט דאס צוריקברעגנען די משפחה פון די פארשטאבענען קיסר פראנז יאזעף (קיסר פראנז יאזעף איז געשטארבען אינדעמיט פון די גרויסע מלחמה אין טיפן עלטער פון 86 יאר, נאכ׳ן קעניגען 68 יאר, נאך די גרויסע מלחמה האט מען צוגענומען די מלוכה פון זיין אור-פלימעניק קארל) אז זיי זאלן צוריקבאקומען די מלוכה.

ווי עס קוקט אויס וועט אלעס יעצט צוריק גיין צו ״נארמאל״, ווי ״נארמאל״ מיינט אז די דייטשען מאכן חרבנות פון דערויסן, און די נאציס, קאמיוניסטען און סאציעלסטיען מאכן חרבנות פון אינעווייניג.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

נאך פאר איך בעט פאר דיטעילס שרייבסטו שוין. נו גוט,
עפעס הער איך פון קוועלער, אז מוסאליני פון איטאליע האט געסטראשעט היטלער ער זאל אויפהערן מיט זיין שטיצע פאר די פוטש, האסט עפעס געהערט?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נישט ספעציפיש, אבער מוסאליני שטיצט די עסטרייכישע פאשיסטען, און איז קעגן די פאראיינוגונג פון דייטשלאנד מיט עסטרייך. אויך האט עם היטלער געהאט צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט מער מישן אין עסטרייך, א זאך וואס ער האט נישט געהאלטען, מילא איז פארשטענדליך אז ער בייזערט זיך יעצט.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

און יולי 26 ביינאכט האט א דיוויזיע פון די אסטרייכישע לעגיאן, (א גרופע געגרינדעט דורך די נאציס און דייטשלאנד צו שטיצן די פראוון צו אומווארפן די עסטרייכישע רעגירונג) אינוואדירט קאלערסשלאג, א געגנט ביי די עסטרייכישע-באוועריען-דייטשע גרעניץ, און די זעלבע צייט איז ארעסטירט געווארן א דייטשע שליח ביי עסטרייכישע-באוועריען-דייטשע גרעניץ, מיט דאקומענטן מיט אנווייזונגן פאר די לעגיאן, ווייזענדיג קלאר אז די דייטשע רעגירונג שטייט אונטער די פוטש,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:נישט ספעציפיש, אבער מוסאליני שטיצט די עסטרייכישע פאשיסטען, און איז קעגן די פאראיינוגונג פון דייטשלאנד מיט עסטרייך. אויך האט עם היטלער געהאט צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט מער מישן אין עסטרייך, א זאך וואס ער האט נישט געהאלטען, מילא איז פארשטענדליך אז ער בייזערט זיך יעצט.

א גוטע סברה,
עס איז נאר אינטרעסאנט וויאזוי די פאליטיק דארט גייט, אלע זענען פאשיסטן אבער מען האט זיך פיינט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די פראבלעם וואס עסטרייך האט יעצט, איז אזוי, אונטער די אפמאך פון ווערסעי, טאר נישט עסטרייך האבן מער פון 30 טויזענט סאלדאטען, די פראבלעם איז אבער, אז די אפמאך בינדט נאר דאס לאנד, די פארטייען, קענען האבן זייערע אייגענע מיליטערען, און זענען נישט געבינדען צו די אפמאך, די נאצי פארטיי, די קאמיניסטען, די סאציעלסטען, און די פאשיסטען, האבן אלע זייערע אייגענע מיליטערען, די עסטרייכישע מיליטער איז מאכטלאז קעגן די אלע מיליטערען, דאס האט געצווינגען די פארשטאבענע דאלפאס זיך צו פאראייניגען מיט די פאשיסטען און זייערע ארמיי, די היימווער, די היימווער זענען טאקע די פאקטישע בעלי בתים אין די לאנד.

אן ענליכע פראבלעם האט דייטשלאנד געהאט, וואס דאס האט געפירט צו היטלער'ס איבערנעמען די מאכט, אונטער די אפמאך פון ווערסעי, האט דייטשלאנד נאר געמעגט האבן 100 טויזענט סאלדאטען, אבער די נאצי SA ארמיי, וועלעכע איז נישט געווען געבינדען צו די אפמאך האט געהאט 3 מיליאן סאלדאטען, 30 מאל אזוי פיל ווי די דייטשע מיליטער, אזוי אז ווען די SA האט אנגעפאנגען מאכן פראבלעמען ביי די שטום בודקעס, און נישט צוגעלאזט אז יעדער זאל קענען שטימען, איז די דייטשע מיליטער געווען מאכטלאז זיי אפצושטעלען, אזוי ארום האבן די נאציס געוואונען די וואלן און געווארען די גרעסטע פארטיי, און אזוי ארום באקומען די מאכט.

בנוסף צו די פארטיי ארמייען, דערזעט זיך עסטרייך מיט נאך א פראבלעם, דאס איז דייטשלאנד, היטלער קען טוהן ככל אות נפשו מיט עסטרייך, ווייל די פיצקילע עסטרייכישע מיליטער קען גארנישט טוהן זיך צו באשיצען קעגן דייטשלאנד. אלץ מער און מער, זעהט מען די חורבן וואס די אפמאך פון ווערסעי ברענגט, אלץ מער און מער זעהט מען די קלוגשאפט פון די געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט ווילסאן, און זיינע 14 פונקטען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

און די נאכווייען פון די מארד פון דאקטער דאלפאס, האט היטלער פארשפארט די אפיס פון די עסטרייכישע נאצי פארטיי אין מינכען. ס'איז אבער לכאורה אבער בלויז א שפיל לפנים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יולי 29, קליינע געשלעגען קומען נאך פאר צעווישען די נאציס און די עסטרייכישע מילטער, לויט די לעצטע אפיציעלע נומערען זענען 200 נאציס און 78 סאלדאטען געשטארבען, ביים לויה פון דאקטער דאלפאס, האט די ענגלישע קעניג דזשארדזש, ספיעציעל געשיקט זיין אמבעסעדער זיך באטייליגען, אויך וואן פאפען, די וויצע קאנצלער פון דיישטלאנד האט זיך באטייליגט. מוסעליני האט געמאלדען אז די איטעליאנער מיליטער שטייט ביים גרעניץ צעווישען איטאליע און עסטרייך, און איז גרייט אריינצוקומען צו שטיצען די עסטרייכישע רעגירונג, ווי נאר א רעוואלאציע ברעכט אויס, די עסטרייכישע רעגירונג האט טאקע באדאנקט מוסעליני פאר דעם שריט.

פון וויען קומט די גוטע נייעס אז שבת (יולי 28, ט"ז אב תרצ"ד), איז דורכגעגאנגען בשלום, און אז די וויענער אידן האבן נישט באקומען קיין שלעכטע השפעות פון די געשענישען אין לאנד.

שושינג דער צייטווייליגער קאנצלער פון עסטרייך, איז באשטעטיגט געווארען צו זיין די נייע קאנצלער.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס איז שושינג, אידעלאגיע?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:וואס איז שושינג, אידעלאגיע?

די זעלבע ווי דאלפאס איך האב עם אביסל באשריבן ווען ער איז געווארן די צייטוויליגע קאנצלער

בבקשה האט געשריבן:

יעצט קומט צו די מאכט אלץ צייטווייליגע קאנצעלר קורט שושניג (Kurt Schuschnigg), ער איז פון די זעלבע פארטיי פון דאלפאס, און ער שטיצט דאס צוריקברעגנען די משפחה פון די פארשטאבענען קיסר פראנז יאזעף (קיסר פראנז יאזעף איז געשטארבען אינדעמיט פון די גרויסע מלחמה אין טיפן עלטער פון 86 יאר, נאכ׳ן קעניגען 68 יאר, נאך די גרויסע מלחמה האט מען צוגענומען די מלוכה פון זיין אור-פלימעניק קארל) אז זיי זאלן צוריקבאקומען די מלוכה.

ווי עס קוקט אויס וועט אלעס יעצט צוריק גיין צו ״נארמאל״, ווי ״נארמאל״ מיינט אז די דייטשען מאכן חרבנות פון דערויסן, און די נאציס, קאמיוניסטען און סאציעלסטיען מאכן חרבנות פון אינעווייניג.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בבקשה האט געשריבן:די פראבלעם וואס עסטרייך האט יעצט, איז אזוי, אונטער די אפמאך פון ווערסעי, טאר נישט עסטרייך האבן מער פון 30 טויזענט סאלדאטען, די פראבלעם איז אבער, אז די אפמאך בינדט נאר דאס לאנד, די פארטייען, קענען האבן זייערע אייגענע מיליטערען, און זענען נישט געבינדען צו די אפמאך, די נאצי פארטיי, די קאמיניסטען, די סאציעלסטען, און די פאשיסטען, האבן אלע זייערע אייגענע מיליטערען, די עסטרייכישע מיליטער איז מאכטלאז קעגן די אלע מיליטערען, דאס האט געצווינגען די פארשטאבענע דאלפאס זיך צו פאראייניגען מיט די פאשיסטען און זייערע ארמיי, די היימווער, די היימווער זענען טאקע די פאקטישע בעלי בתים אין די לאנד.

אן ענליכע פראבלעם האט דייטשלאנד געהאט, וואס דאס האט געפירט צו היטלער'ס איבערנעמען די מאכט, אונטער די אפמאך פון ווערסעי, האט דייטשלאנד נאר געמעגט האבן 100 טויזענט סאלדאטען, אבער די נאצי SA ארמיי, וועלעכע איז נישט געווען געבינדען צו די אפמאך האט געהאט 3 מיליאן סאלדאטען, 30 מאל אזוי פיל ווי די דייטשע מיליטער, אזוי אז ווען די SA האט אנגעפאנגען מאכן פראבלעמען ביי די שטום בודקעס, און נישט צוגעלאזט אז יעדער זאל קענען שטימען, איז די דייטשע מיליטער געווען מאכטלאז זיי אפצושטעלען, אזוי ארום האבן די נאציס געוואונען די וואלן און געווארען די גרעסטע פארטיי, און אזוי ארום באקומען די מאכט.

בנוסף צו די פארטיי ארמייען, דערזעט זיך עסטרייך מיט נאך א פראבלעם, דאס איז דייטשלאנד, היטלער קען טוהן ככל אות נפשו מיט עסטרייך, ווייל די פיצקילע עסטרייכישע מיליטער קען גארנישט טוהן זיך צו באשיצען קעגן דייטשלאנד. אלץ מער און מער, זעהט מען די חורבן וואס די אפמאך פון ווערסעי ברענגט, אלץ מער און מער זעהט מען די קלוגשאפט פון די געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט ווילסאן, און זיינע 14 פונקטען.

יא יא.
שוין דעיס געשריבען צוויי יאר צוריק.

כ'ווייס איך חלום סתם, און ס'גייט קיינמאל געשען, אבער אז פראנקרייך ווערט איינגענומען דורך די נאציס, וואלט עס געווען א גוטע פאטש פאר די שטאלצע פראנצויזן וואס האבן זיך איינגע'עקשנ'ט נאך די גרויסע מלחמה, אונטערצודריקן די פארלירנדע זייט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:

אז מען חלום'ט שוין יא, קען מען אויך חולמען אויף א מלחמה צווישן דייטשלאנד און רוסלאנד נעמענדיגט און באטראכט די טיפע שנאה צווישן די צוויי.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:אז מען חלום'ט שוין יא, קען מען אויך חולמען אויף א מלחמה צווישן דייטשלאנד און רוסלאנד נעמענדיגט און באטראכט די טיפע שנאה צווישן די צוויי.

רוסלאנד האט ניטאמאל א גרעניץ מיט דייטשלאנד, וואס איז יא מעגליך איז, אז פוילן וועט מלחמה האלטן מיט רוסלאנד, און דייטשלאנד וועט זיך אריינמישן אויף די זייט פון פוילן. דא אבער מוז מען ארויסברענגען די גוטע חלק פון ווערסעי, צוליב ווערסעי פארמאגט נישט דייטשלאנד קיין ערענסטע מיליטער, מילא וועט ער זיך מוזן האלטן צו זיינע גרעניצען, די SS איז נאך אביסל צושאקעלט פון די נאכט פון די לאנגע מעסער, און מוזן זיך רעארגעניזירען נאכ'ן איבערנעמען די SA.

וואס באזארגעט מיר יעצט, איז אז דייטשלאנד וועט טוהן מיט אנדערע לענדער די זעלבע וואס זי האט געטוהן פאר עסטרייך, זיי וועלען אויפשטלען א נאצי פארטיי דארט, דערנאך וועט די נאצי פארטיי אנפאנגען אנזייען כאאס מיט די הילף פון דייטשלאנד.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אויגוסט 2 1934

[align=center]ברעיקינג ניוס !!!![/align]

דער פרעזידענט, און געוועזענע הויפט מיליטערמאן פון דייטשלאנד דורכאויס די גרויסע קריג, פעלדמארשאל פאול וואן הינדענבורג, איז היינט געשטארבן און עלטער פון 86 יאהר, נאכן ליידן פון יענע מחלה אויף די לינגן ל"ע,

באריכטן וועלן נאכפאלגן,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן:וואס באזארגעט מיר יעצט, איז אז דייטשלאנד וועט טוהן מיט אנדערע לענדער די זעלבע וואס זי האט געטוהן פאר עסטרייך, זיי וועלען אויפשטלען א נאצי פארטיי דארט, דערנאך וועט די נאצי פארטיי אנפאנגען אנזייען כאאס מיט די הילף פון דייטשלאנד.

א טיילווייזע ליסטע פון מדינות וואס האבן שוין געהאט צרות פון פאשיסטישע\נאצי פארטייען

אוסטראליע - די פאשיסטישע א.ג. "צענטער פארטיי" צוזאמען מיט זייער מיליטער די "נייע גארד" האט באוויזען ארויסצושטויסן די לינקע פרעמיער פון ניי סוט וועילס, א פראווינץ אין אוסטראליע צוריק אין מאי 1932, זיי גרייטען זיך צו די וואלן וואס דארפן פארקומען אין 10 חדשים ארום, מאי 1935.
עסטרייך - האט מען שוין באהאנדעלט, די צרות הערען נישט אויף צו קומען פון דארט.
פראנקרייך - האט מען שוין באהאנדעלט די פעבורער 6 פראבלעמען מיט די סטאוויסקי סקאנדאל

א טיילווייזע ליסטע פון נאצי פארטייען, וואס דייטשלאנד קען נאך נוצן צו קאכן א קאשע

בולגרייע - די בולגראיישע נאצינאלע סאציעלסטישע ארבייטער פארטיי, נאכגעמאכט די דייטשער נאצי פארטיי
קראטשיע (Croatia, א לאנד אינערהאלב יוגעסלאוויע) - די אוסטאשע [קרעשטשיען רעוועצינאלער באוועגונג] פארטיי
טשעכייסלאוואקיע - די סודעטען דייטשע פארטיי, וועלעכע האט זיך געגרינדערט דערנאך וואס די טשעכישע רעגירונג האט פארמאכט די דייטשע נאצינאלע סאציעלסטשע ארבייטער פארטיי.
דענמארק - די נאצינאלע סאציעלסטשע ארבייטער פארטיי פון דענמארק, א קאפי פון די דייטשער נאצי פארטיי, זייער סימבאל איז די האקענקרייץ און זייער מיליטער הייסט די SA (אפשר יעצט נאך די לאכט פון די לאנגער מעסער וועלען זיי טוישען די נאמען צו SS...)
גריכלאנד - די גריכישע נאצינאלע סאציעלסטישע פארטיי, א קאפי פון דייטשלאנד'ס נאצי פארטיי
האללאנד - די נאצינאלע סאציעלסטישע באוועגונג, אינטערסאנט איז אז זיי זענען נישט קיין אנטיסעמיטען, זיי האבן אפילו אידן אין זייער פארטיי.
נארוועגיע - די נאצינאלער רעללי פארטיי, נאכגעמאכט די נאצי פארטיי
רומעניע - די נאצינאלע סאציעלסטישע פארטיי, נאכגעמאכט די נאצי פארטיי
שוועדען - די נאצינאלע סאציעלסטישע ארבייטער פארטיי, נאכגעמאכט די נאצי פארטיי

דאס איז בלויז נאצי פארטייען, ס'איז נאך דא פארשידענע פאשיסטישע פארטייען אין אסאך לענדער. ווער ווייסט ווי נאך וועט מארגן ארויפשפרינגען א נייער נאצי פארטיי?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קוים דורך א האלבע שעה זינט הינדענבורג איז געשטארבן, און שמועות צירקולירן אז היטלער האט נעכטן - נאכן הערן אז הינדענבורג האלט ביים גסיסה - דורכגעשטיפט א געזעץ מיטן נאמען "די געזעץ וועגן די העכסטע שטאט אפיס און די רייך" צו עלימינירן די פאזיציע פון פרעזידענט, און עס צוזאמשמעלצן מיט די קאנצלער אמט אונטערן נאמען "פירער און קאנצלער פון די רייך"

מען דארף נעמען און אכט, אז הינדענבורג איז ביז איצט געווען די איינציגסטער מיט אטאריטעט העכער היטלער, און אויב די שמועות זענען אמת, מיינט דאס אז היטלער וויל איבערנעמען די גאנצע מאכט, און ווערן אפעציעל דיקטאטור און דייטשלאנד,
ימים ידברו,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אויגוסט 5 1934

קוים צוויי שעה נאכן טויט פונעם פרעזידענט הינדענבורג, האט היטלער זיך דערקלערט אלס פירער און קאנצלער פון די רייך, שטיצענדיג אויף דער געזעץ דורכגעפירט קוים א טאג פאר הינדענבורג איז געשטארבן,
אזוי אויך איז פאררופען געווארן אן רעפערענדום אויף אויגוסט 19, צו מען זאל צוזאמשטעלן די פרעזידענט און די קאנצלערס אמטן אלס איינס,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

סא וואס זענען די שאנסן ער זאל עס פעסען?
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ניין און יא האט געשריבן:סא וואס זענען די שאנסן ער זאל עס פעסען?

א לעצטיגע אנקעטע ווייזט אז דאס באקומעט 75% שטיצע קעגן בלויז 20% דעקעגען מיט 5% אומבאשלאסען, אבער יעדער ווייסט אז אנקעטעס זענען גארנישט ווערט, חוץ מזה וואס ס׳זענען דא מענטשען וואס שעמען זיך צו זאגן אז זיי שטיצען א דיקטוטארשאפט אפענערהייט, מאידך גיסא ציטערען מענטשען צו זאגן אז זיי זענען דערקעגן.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

הערט זיך זיעיער נישט גוט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אגוסט 5 1934, ס׳איז דא ערענסטע שמועות איבער א מיטינוג צעווישען מוסעליני, די עסטרייכישע קאנצלער שושניג און אוטו וואן האפסבורג וואס וועט פארקומען אין 5 טעג ארום, אוטו איז א זין פון די פארשטארבענע קיסר קארל פון עסטרייך, וועלעכער איז געשטארבען ווען אוטו איז געווען בלויז 10 יאר אלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”