באנייען דרייווער לייסענס אנליין

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

באנייען דרייווער לייסענס אנליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אין די קומענדיגע טעג גייט מיין לייסענס אפלויפן. (מזל טוב מזל טוב! מיין געבורט-טאג איז ביז עטליכע טעג.. ווי באקאנט לויפט דאס אפ אונעם טאג פונעם געבורט)

מ'קען עס באנייען אנליין, מ'דארף שוין נישט אראפגיין היינט אין מאטאר וויקהעל אפיס און שטיין עטליכע שעה און ווארטן אויף א נומער צו קענען ווארטן אין די רייע... אבער איך שטאלפער מיך אן מיט עפעס א דאקטאר'ס צעטיל.

וואס איז דער איי טעסט? וואספארא צעטיל? פון וועלכער דאקטאר?

און זיי שרייבן אויך נישט וואס דאס קאסט. איינער ווייסט?



יישר כח למפרע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דער איי טעסט איז די טעסט וואס מען נעמט ווען מ'גייט אראפ מאכן דעם פערמיט, מ'דארף אויסליינען א שורה מיט קליינע אותיות אויפן וואנט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך קען גיין צו עני גלעזער סטאר דא אין ווילי און זיי וועלן מיר וויסן וואס צו גיבן?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

צייטליך שקויעך פארן לאזן מעלדן אז מקען עס ארלעידיגן אנליין, ווייל מיר האט מען אויך געשיקט דעי (אנטיסימיטישן?!..) צעטל אז סגייט עקספייערן...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, די צעטל איז עוועילעבל אנליין, גיי אריין דערמיט צו עני אפטיקל וואס האט א אויגן דאקטער, ער מאכטעס דיר...

איך האב עס געמאכט ביי הצלחה פאר 10, דאללער..

און מאכעס ווי שנעלער, ווייל אז נישט, וועסטו מוזן אראפגיין צו די DMV, (יויש.. איך דערמאן מיך, איך מיין אז איך האב עס באשריבן...) און ס'איז זייער נישט באטעם'ט, (פאר דיר, פאר אונז וואלטעס געווען פיין, ווען דו באשרייבסטעס..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

אקעי! זשאסט פאר די ראקארדס.

איך נארוואס געפינישט די אנליין רינאעל(לייען: באנייאינג..) און סאיז ב"ה דורך מיט סוקסעס.

צייטליך! פאר עני העלפ קענסטיך מיט מיר פארבינדען, אדער אין אישית אדער אין גוגעל, און אפילו אראפקיקן פון דיין ווינדאו צו מיר...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אקעי, איך האב באנייט מיין דרייוער לייסענס פארגאגענע וואך פרייטאג.

איך שרייב עס דא אראפ דברן כהוויתן בכדאי אנדערע מענטשן אין מיינע שיך (נאר א שפריך ווארט, אין אמת'ן אריין קריגט קיינער נישט מיינע שיך, פארגעס דערפון) זאלן וויסן גענוי וואס מ'האט צוטוען.

איך בין מיטאג צייט אריבער אויף הופפער סטריט צו סאנדל גלעזער סטאר ווי ר' פנחס סאנדל (אזוי שטייט אויפן פאפיר) האט מיר געהייסן שטיין זייטיג און פארליינען פון א צעטיל ביים אנדערען ווינקל פונעם שטוב.

איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די צווייטע שורה פון אינטן (די ערשטע איז גאר קליין און לויט אום זענען דא גאר ווינציג מענטשן וואס קענען דאס ליינען אנע ברילן, און אפילו מיט ברילן) נאכן ליינען עטליכע אותיות האט ער מיר געזאגט אז איך קען שוין אראפלייגן די $10 דאללער און ווארטן ביז ווילאנג ער פילט אויס דעם צעטיל.

דערנאך בין איך אריינגעקומען דא צו מיר אין אפיס, ארויף אויף די מאטאר וויקעל וועב זייטל און אויפגעזיכט ווי מ'באנייט א לייסענס וועלעכער איך האב גרינג געטראפן.

איך האב אריינגעלייגט אלע אינפארמאציע וואס רב סאנדל האט מיר אויסגעפילט דערנאך מיינע פערזענליכע אינפארמאציע, אריינגעלייגט די נומערען פון מיין אמעריקען עקספרעס קארטל און אריינגעשיקט פאר די שטאטישע ביוראן מיינע פופציג טאללער.

מיר האבן געקריגן דערנאך א אימעיל אז אלעס איז דורך בשלום, יעצט ברויכן מיר ווארטן צווישן דריי און פיר וואכן אויפן נייעס ליסענס.

די וואך גיימער אי"ה דינגען א קאר, לאמיר האפן אז זיי וועלן נישט מאכן קיין פראבלעמען ווען זיי וועלן זעהן מיין אפגעלאפענעם דרייווער לייסענס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

שכח פאר די וויכטיגע אינפארמאציע. איך האב יעצט געוואלט אנפרעגן וועגן דעם ענין בס"ד האביך געמאכט א זוכעניש און געטראפן אז די ענין איז שוין ברייט באשריבן. העמיר גיין צו איינע פון די חברה מיט א צענער.

אגב היינט קאסט שוין 80 דאלער צו באנייען נישט ווי צייטליך וואס האט געצאלט בלויז 50.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איין זאך וויליך וויסן אולי ווייסט עמיציר. אויף בעדפארד ווינקל ראסס שטייט א ריזיגע טאוועל אז ער טוט אלע די עם ווי זאכן, אפשר קען איך עס דארט מאכן שטאט'ס זוכן א אויגן דאקטער?

די שאלה איז צו זיי נעמען עקסטער געלט און אויב יא וויפיל דאס איז.

יישר כח
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

בשורה טובה

ניו יארק האט היינט געמאלדן אז פון די וואך מיטוואך, דארף מען מער נישט מאכן קיין איי טעסט פארן באנייען די דרייווערס לייסענס כדי צו מאכן גרינגער צו באנייען די לייסענס אנליין

די וואס האבן קאמערשיל לייסענס און די וואס מאכן לייסענס צום ערשטן צאל וועלן יא דארפן מאכן די טעסט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

יישר כח פאר די גוטע נייעס.. גראדע פאר די היימישע אפטיקעל'ס איז עס א גרויסע פארלוסט. השם ימלא חסרונם...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אפאר אומפארגינערס האבן אנגעפאנגען פארפירן אז די פאליסי וועט שטעלן מענטשליכע לעבענס אין א סכנה, אין רעזולטאט טוט די קאומא אדמיניסטראציע איבערקוקן די פאליסי טויש
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

למעשה בין איך יעצט אויף זייער סייט כ'פרוביר צו באנייען מיין לייעסנס און זיי הייסן מיר אויספילן די Form MV-619 אינפארמאציע (אויגן טעסט)

איז די סייט פשוט נאכנישט אפדעיטעד אקארדינג צום נייעם געזעץ אדער האבן זיי עס צוריקגעשטעלט?
מעכיל
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל »

אין די קומענדיגע טעג גייט מיין לייסענס עקספייערן און איך וויל עס רינאען אנליין וויל איך וויסן אויב מען דארף האבן אן איי טעסט ?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מעכיל האט געשריבן:אין די קומענדיגע טעג גייט מיין לייסענס עקספייערן און איך וויל עס רינאען אנליין וויל איך וויסן אויב מען דארף האבן אן איי טעסט ?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אויב די האסט נישט געמאכט פאריגע מאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מיר איז אויך אנגעקומען אויף מעיל אז מיין לייסענס גייט עקספייערן, אבער מיט א קלארע אינסטראצקיעס אויסצופילן דעם בייגעלייגטן אויגן פארום, כאילו עס וואלט קיינמאל נישט עקזיסטירט קיין הו"א אז מען דארף עס נישט אויספילן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אז דו זעהסט נישט די הו"א דארפסטו א שטערקערע נומער גלעזער. ס'איז אונטן ביי די פיין פרינט, א געניט אויג כאפט עס תיקף.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

למעשה דארף מען יא דורכגיין א איי טעסט צו נישט?

איך האב לעצטענס געוואלט רינאען אנליין און האבן געבעטן א איי טעסט האב איך עס דערווייל געלאזט לויפן עד יום הולדת שלי למספרם

וואס איז למעשה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מעכיל
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל »

יעצט אראפ געלייגט מיט די DMV און זיי זאגן אז מען דארף מאכן אן איי טעסט
כ'האב זיי געפרעגט וועגן אזאך פון נישט מאכן קיין טעסט האבן זיי געזאגט אז ס'איז געווען אראפ גענומען פאר צוויי טעג אין מ'האט עס צוריק געלייגט
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

איך האב ריניוט מיין לייסענס פינף חדשים צוריק, כ'בין געגאנגן צום DMV (וויכי, סארי איך קעניש באשרייבן, עס האט גענומען אונטער 15 מינוט) זיי האבן מיר געהייסן שטיין אפאר פיס אוועק אויף אזעלעכע אויסגעפארעמטע פיס, און געהייסן ליינען די צוועלעפטע שורה פון די צעטיל וואס הענגט העכער זיי.

ביים DMV טשארדזשעט מען נישט פאר די טעסט, אבער עס לוינט זיך צו צאלן די 10 טאלער פאר א אויגן ספעציאליסט, בכדי צו פארשפארן די לאנגע צייט וואס מען דארף געווענדליך ווארטן ביי די DMV.

און אזוי ווי געזאגט, זיי האבן אראפגענומען די פארלאנג צו מאכן די טעסט, און נאך צוויי טעג האבן זיי עס צוריק געלייגט אויף ווילאנג זיי וועלן ווידער ענדיגן זייער שטודיע צו מ'קען אנגיין אנדעם.

רוב סטעיטס פארלאנגען נישט די טעסט.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך בין געווען ביי א דאקטער און פאר א גרינעם האט ער אויסגעפילט דעם צעטיל אונטער א מניט
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

די גלעזער סטאר'ס דאהי טון דאס אויך פאר א צענער אן א ווארט. לויט ווי כ'דענק האבן די חברה אנגעדרייט מ'זאל צוריק לייגן די געזעץ. זיי ווילן נישט פארלירן די גרינגע צענער'ס וואס מ'פלעגט זיי ארינווארפן פאר א סיגנעטשער.
מעכיל
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל »

אקעי, איך האב באנייט מיין דרייוער לייסענס היינט צופרי
צייטליך האט געשריבן:
איך שרייב עס דא אראפ דברן כהוויתן בכדאי אנדערע מענטשן אין מיינע שיך (נאר א שפריך ווארט, אין אמת'ן אריין קריגט קיינער נישט מיינע שיך, פארגעס דערפון) זאלן וויסן גענוי וואס מ'האט צוטוען.

איך בין מיטאג צייט אריבער אויף הופפער סטריט צו סאנדל גלעזער סטאר ווי ר' פנחס סאנדל (אזוי שטייט אויפן פאפיר) האט מיר געהייסן שטיין זייטיג און פארליינען פון א צעטיל ביים אנדערען ווינקל פונעם שטוב.

איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די צווייטע שורה פון אינטן (די ערשטע איז גאר קליין און לויט אום זענען דא גאר ווינציג מענטשן וואס קענען דאס ליינען אנע ברילן, און אפילו מיט ברילן) נאכן ליינען עטליכע אותיות האט ער מיר געזאגט אז איך קען שוין אראפלייגן די $10 דאללער און ווארטן ביז ווילאנג ער פילט אויס דעם צעטיל.

דערנאך בין איך אריינגעקומען דא צו מיר אין אפיס, ארויף אויף די מאטאר וויקעל וועב זייטל און אויפגעזיכט ווי מ'באנייט א לייסענס וועלעכער איך האב גרינג געטראפן.

איך האב אריינגעלייגט אלע אינפארמאציע וואס רב סאנדל האט מיר אויסגעפילט דערנאך מיינע פערזענליכע אינפארמאציע, אריינגעלייגט די נומערען פון מיין אמעריקען עקספרעס קארטל און אריינגעשיקט פאר די שטאטישע ביוראן מיינע פופציג טאללער.

מיר האבן געקריגן דערנאך א אימעיל אז אלעס איז דורך בשלום, יעצט ברויכן מיר ווארטן צווישן דריי און פיר וואכן אויפן נייעס ליסענס.

נאר איין חילוק איז דא אז איך האב געצאלט $80 טאללער
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אזוי ווי איך האב געמופט א צייט צוריק, און מיין לייסענס אדרעס איז נאך געבויעט אויף מיין אלטע וואוינארט, האב איך נישט באקומען קיין מעלדונג אז מיין לייסענס לויפט אפ. זייענדיג אין א"י ביים ארויסנעמען א קאר אין לופט פעלד האבן זיי באמערקט אז מיין לייסענס איז שוין עקספייערד און דאס האט מיך אריינגעווארפן איןן פאניק. ב"ה דעם קאר האט מען ארויסגענומען אויף מיין חבר'ס לייסענס, אבער אצינד דארף איך דאס באנייען.

איז מיין שאלה אויב איז דאס שוין עקספייערד קאסט דאס מער אדער עס האט אנדערע באדינגונגען?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”