נשמת האט געשריבן:פארוואס? דו גייסט אים זאגן אז אויב שפירט א עקסטרעמע פילינג אז זיינע ארומיגע פארלאזן אים גייסטו אים זאגן - אז וואס?
DBT. לאז עס אין דיר. דשאדש דיך נישט. עס איז וואס ס'איז. און אזוי ווייטער.
לאמיר דיך פרעגן:
פארוואס זענען זיי
אימפולסיוו ביי זאכן וואס האט נישט מיט סעקיוריטי?
און בכלל, אויב עס האט מיט סעקיוריטי. פארוואס ווען זיי שפירן זיך שוין סעקיור, ווערן זיי איבערגענומען פון סתם עמאושענס וואס האט נישט מיט סעקיוריטי. סתם, זיי ווערן זייער שטארק איבערגענומען
מיט שמחה. פארוואס? האסטעך שוין סעקיוריטי?!
פארוואס ווען זיי ווערן דעפרעסט, ווערן זיי גאר שטארק דעפרעסט, און ווען זיי פילן זיך שולדיג, פילן זיי זיך גאר שטארק שולדיג. פארוואס איז ביי זיי א דורכפאל, געפערליך? פארוואס קענען זיי אסאך מאל ווערן אזוי פרייליך, ממש... אויב עס האט מיט סעקיוריטי, וואס איז די סיבה צו אלע ארומיגע ערשיינונגען.
פארוואס פילן זיי א געפיל פון אינערליכע ליידיגקייט? אויב עס האט צו טון מיט סעקיוריטי, ווי קומט אריין א געפיל פון ליידיגקייט? עס וואלט זיך זיי געדארפט שפירן א געפיל פון אומזיכערקייט. זייער שטארקע אומזיכערקייט. וואס איז דער געפיל פון 'ליידיגקייט'?
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז די שורש פון א BPD קען קומען פון א אויפוואקסונג וואס האט נאר אנטוויקלט א שוואכע עצם, דאס קען מען פארשטיין.
ער שרייבט דא איינער אז עס האט זיך היפש ארויסגעוויזן אז די שורש פון BPD איז אביוז. צו שנעל און צו שטארק אוועקגענומען געווארן פון די וואס האבן קער גענומען. געשפירט אז קיינער קערט נישט אויף די פיזישע אדער נפשיות'דיגע געברויכן. די עלטערן זענען געווען אומסענסיטיוו.
אין אנדערע ווערטער. דער מענטש אנטוויקלט א שוואכע עצם. ווען א קינד ווערט קער גענומען מיט סענסיטיוויטעט פון די וואס דארפן קער נעמען, ווערט דאס קינד מקושר צו זיך אליין, און שפירט אז "איך אליין בין ווערד, און באליבט, צו זיין מיט מיר אליין" אויב א קינד ווערט נישט קער גענומען, שפירט דאס קינד "איך אליין בין נישט ווערד פאר מיר אליין, נאר מיט אנדערע וואס זענען קער גענומען קען איך זיין צוזאמען, און אזוי שפירן מיין אייגענע קער".
סאו, איך מיין אז איך בין מודה אז לאמיר נישט רעדן פון די שורש. נאר פון וויאזוי אויפצוכאפן אזאנס. אז די פראבלעם איז אינטענסיווע עמאושענס, און דאס דארפן ווערן רעגולירט.
איך וויל דא שרייבן א וויכטיגע זאך. צעקנייטש נישט דיין קינדס נפש. לאז עס ארויסקומען. אבער דער עיקר איז תפילה און סיעתא דשמיא.
והשם הטוב יעזור.