נשמה האט געשריבן:א פירער איז נאכנישט א BPD, אבער א פירער קען אויך אנטוויקלן BPD. לויט וויאזוי איך האב אפגעלערנט BPD איז עס סתם צו שטארקע ריאקציעס צו א מצב. נישט קיין שום חילוק צו ער איז א קאנטראלירער. ער קען זיין א וואוילער מענטש. נישט זיין א מאניפיולירער. נאר פשוט צו שטארק ריאגירן
נשמה האט געשריבן:גאר אומגעזונטע פירערס קענען אנטוויקלן BPD. השם יתברך זאל יעדעם העלפן און אויסהיילן.
די אלע זאכן קען מען נאר זאגן אויב מען לערענט אפ א BPD פון אינדרויסען, לויט ווי אזוי ער פירט זיך אויף, און מען זעט געוויסע זאכן וואס זעט אויס זייער ענליך צו א BPD, מאכט דאס טראכטן אז ער איז א BPD .
אבער אויב מען באטראכט עס מיט א אינערליכען בליק, איבער וואס עס טוט זיך אינטערזיין באוויסטזיין, זעהט מען אז די צוויי זענען כרחוק מזרח ממערב, און א פירער וועט און זיין לעבען נישט ווערן א BPD .
נאר אייו משל קודם פאר יעצט, און בעזר השם וועלן מיר נאך ממשך זיין, א פירער האט א מוראדיגע שטארקע אמתע בליק אויף זיך, ער זעט
זיך א גאנצען טאג, ער זעהט וואס ער טוט כאילו ער וואלט געשטאנען אקעגן איבער זיך אליין און באטראכט וואס ער טוט, און ער שמיסט מיט
זיך כמעט אייביג, ווען ער האט עפעס א פראבלעם לויפט ער אריין און
זיך, און ער מאכט א חשבון הנפש מיט
זיך, און טאקע אסאך מאל צו שטארק און עס ברענגט אים זייער אסאך צער, און ער האלט און איין באשילדיגן
זיך אליין,
אבער א BPD האט א מוראדיגע שטארקע פאלשע בליק אויף זיך, ער זעט זיך קיינמאל נישט באמת, {זעכער נישט ווען ער זאל ווען נאר איינמאל אריינקוקן און זיך און זעהן באמת וואס פארא קרימקייט דארט גייט פאר וואלט ער זיך געשעמט ארויסצוגיין און גאס} ער ציטערט צו אריינקוקען און זיך אליין, ער לויפט א גאנצען טאג אוועק פון זיך, ער איז אייביג ביזי מיט אנדערע, און אלע זיינע פראבלעמען זענען נאטירליך אנדערע שילדיג, וכו'
די חילק וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז נישט וואס איינער פירט זיך אויף אזוי אדער אזוי, עס איז פון די יסוד פון זייער גאנצע אינערליכע באוויסטזיין,
און בקיצר א פירער איז די מערסטע SELF SWERE פון אלע אנדער מענטשן, אויף אזא שטארקע אויפן אז אנדערע מענטשן קענען נישט עכט אינגאנצען פארשטיין ווי טיף עס איז,
און א BPD NPD unhealthy 6 וכדומה, זענען די ווייניגסטע SELF SWERE פון אלע אנדערע מענטשן, אויף אזא שטארקע אויפן אז פאר אנדערע מענטשן איז שווער עכט אינגאנצען צו פארשטיין ווי נישט self aware זיי זענען..................................