DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

אזוי וואו איך פיל אז גאר אסאך קענען געניסן פון DBT ן (Dialectical Behavior Therapy )
העל איך דא אנהייבן א שמועס איבער די נושא און ברענגען די יסודות דערפון

עס איז ראטזאם פאר איינער דארף זיך באמת היילן בנפש צו רופען ריליעף ( און אויסשמיסן די מעגליכקייטן
עס איז דא היינט אסאך היימישע מומחים אין DBT

DBT was developed in the late 1980s by Dr. Marsha Linehan

די יסודות
Distress Tolerance
Interpersonal Effectiveness
Emotion Regulation
Mindfulness

מיר וועלן בהמשך מרחיב זיין איבער די מהלך
אטעטשמענטס
DBT slide 1.jpg
DBT slide 1.jpg (45.16 KiB) געזען 2101 מאל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ברוך בואך לשלום, ותהא למשיב נפש!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

איך וויל זייער שרייבן אבער איך וויל פארדעם געבן א דיסקלעימער, אז פון ליינען אויף אייוועלט קען מען זיך נישט היילן

זיך צו היילן די נפש ברויך מען זיך אריינלייגן אין די סוגיא מיט די גאנצע קאפ און מח מיט א שטארקע commitment

די בעסטע איז צו גיין צו א מומחה אדער לכה״פ קויפן אפאר גוטע ביכער און סידי׳ס איבער די מהלך

די מטרת האשכול איז איין זאך - איך האב געזעהן אז סדא א אשכול מיט הונדערטע תגובות וואו קינדער פון PD עלטערן וויינען זיך אויס איבער די שטערבליכע יסורי הנפש וואס זיי זענען אריבער און גייען אריבער , ולכן האביך געפילט פאר וויכטיג צו מודיע זיין ברבים פאר די טויזענטע אידן

איר דארף נישט ממשיך זיין צו ליידן !
בעזרת ה׳ איז דא א רפואה, מען קען אייך טאקע נישט צוריקגעבן די יארן פון פיין אין לייד אבער איר קענט מיט אביסעל יגיעה אנהייבן א נייע טשעפטער אין אייער לעבן און האבן א פרייליכע גליקליכע לעבן

אין חכם כבעל הניסיון
איך וויל כרגע נישט אריינגיין איבער מיין פערזענליכע עבר ווייל דעיס איז נישט די תכלית , די תכלית איז זיך צו גיין היילן די נפש

טויזענטע מענשטן האבן אין די לעצטע יארן זוכה געווען צו האבן א פרישע טשאנס צו זייער פארביטערטע לעבן דורך די רפואה פון DBT

צו לערנען די מהלך און ״לעבן״ די מהלך מיט עקערסייזעס נעמט א וויילע אבער טייערע פריינט - עס איז ווערט יעדער דאלער און יעדער מינוט!!
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

איינער פון די זאכן וואס מען ארבעט אויף זיך ביי DBT
איז די געדאנק פון Acceptance

ד.ה. אז די מענטש זאל ארויסגיין פון א fighting mode און אריינגיין אין א קילערע אטמעספער פון נאכגעבן און אפילו אויפגעבן

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געזאגט געווארן ווען איינער גייט אריבער אביוז אבער עס איז נוגע ווען איינער איז אין א מציאות וואס ער האט נישט כרגע עפעס אין זיין לעבן וואס ער וויל זייער שטארק און עס איז נישט עפעס וואס ער האט א ריאליסטישע פלאן צו דערגרייכען איז אשאד די מענטש זאל לוחם זיין אויף זיינע רצונות זאל ער פשוט אריינגיין אין א מציאות פון משלים זיין דערמיט - אפילו ווען ער איז גערעכט פארן וועלן

עס איז זייער נוגע אין relationships ווען איינער זעהט אז ער גייט אריין כסדר אין קאנפליקטן איבער א געוויסע פרט וואס ער וויל זייער שטארק און ער באקומט עס נישט ומצד שני וויל ער נישט אויפגעבן די relationship

די נקודה איז אן עבודה רבה און קען נאר דערגרייכט ווערן מיט אן עבודה רבה מצד הנפש צוצולייגען קאפ און מיטן זיך צוגרייטן פון פאראויס צו אלע מצבים וואו מכן שפירט אז מען שטויסט זיך אן מיט א צווייטן

וואונדער איבער וואונדער
נאך מען געבט באמת אויף אויף וואס מען האט געפייט , אבער מיט אן אמתקייט איז דא א גרויסע טשאנס אז עס וועט קומען אי״ה א גוטע שינו מצד די מענשט מיט וועמען מען האט די קאנפליקט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משיבת, איין זאך מיט וואס איך קריג מיך, איז changing unwanted emotions. איך שפיר א שטארקע קענגערשאפט דערצו. פארוואס? ווייל איך האלט אז דער מענטש רייסט זיך אפ פון זיין אמת'דיגקייט. איך פיל יעצט כעס. פארוואס דארף איך עס יעצט טוישן?! די איינציגע זאך וואס איך קען באשטיין צו טון, איז ערלויבן אז די כעס זאל דורכגיין ווי א כוואליע וואס גייט דורך. אדער שטאטלעך עס טוישן.

איך בין דערקעגן אז א מענטש זאל שטארק טון אנדערש ווי ער פילט אינעווייניג. ס'פילט זיך אזוי עקלדיג. איך פיל אינעווייניג אזוי און אזוי, און שוין. חוץ אויב מ'מאכט עס שטאטלעך. איך פיל אזוי און אזוי, איך ווייס דערפון, איך נעם עס אן, אבער איך וויל יעצט פרובירן עס צו טוישן.

אבער די איבעריגע זאכן איז גוט.
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

נשמה האט געשריבן:משיבת, איין זאך מיט וואס איך קריג מיך, איז changing unwanted emotions. איך שפיר א שטארקע קענגערשאפט דערצו. פארוואס? ווייל איך האלט אז דער מענטש רייסט זיך אפ פון זיין אמת'דיגקייט. איך פיל יעצט כעס. פארוואס דארף איך עס יעצט טוישן?! די איינציגע זאך וואס איך קען באשטיין צו טון, איז ערלויבן אז די כעס זאל דורכגיין ווי א כוואליע וואס גייט דורך. אדער שטאטלעך עס טוישן.

מען האט דא נאכנישט גערעדט דערפון אבער על קצה המזלג איז דאס די געדאנק

אין DBT הייסט מען די מענשט זיך באקענען מיט זיינע געפילן , געבן א פונקטליכע נאמען פאר די געפעל

דערנאך קומט די חלק פון צונעמען די געפיל זעלבסט
איז די געפיל פראדאקטיוו אדער פארקערט
דערנאך קומט אריין Wise Mind וואס זאגט פארן מענשט אין וועלכע ריכטונג צו נעמען דיין געפילן

למשל ״פחד״ איז א געפיל וואס קען אמאל ראטעווען א מענשט ווען עס איז אין די ריכטיגע מציאות און צומאל איז עס סתם א פחד על לא דבר
און אזוי מיט יעדער געפיל
כהעל אי״ה נאך שרייבן דערוועגן
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2766
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ווייסט איר אפשר א חילוק פון CBT און DBT?
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:ווייל איך האלט אז דער מענטש רייסט זיך אפ פון זיין אמת'דיגקייט. איך פיל יעצט כעס. פארוואס דארף איך עס יעצט טוישן?!

שטארק!

נשמה האט געשריבן:די איינציגע זאך וואס איך קען באשטיין צו טון, איז ערלויבן אז די כעס זאל דורכגיין ווי א כוואליע וואס גייט דורך. אדער שטאטלעך עס טוישן

און איך וואלט געזאגט "כמעט" די זעלבע - נאר א טראפקעלע אנדערש:
ער זאל ערלויבן די כעס עקזעסטירן אין אים, און מסכים זיין מיט די עצם געדאנק אז; איך בין יעצט אין כעס! [אדער סיי וועלעכע אנדערע געפיל].
און נישט אז ער זאל פייטן דערמיט אפילו אויף א פראפעשענעל אופן, ווייל אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען דער מענטש איז נישט סובל די עצם געדאנק אז ער שפירט עפעס א ראנג געפיל, ער וויל נישט מסכים זיין אז ער האט עס טאקע.
רוב מאל ווען א מענטש קומט צו טעראפי איז עס מיט די החלטה אז; איך גיי דא פטור ווערן פון אלע מיינע שוואכע און שווערע הרגשים, ממילא וועלן די טעראפי טעקניק'ס נאר זיין פאר אים ווי נאך א טאלל מיט וואס אויסצוראטן די אלע קוצים ודרדר פון וואס ער וויל פטור ווערן - נאר אנשטאט דעם דארף ער וויסן אז ער דארף עקסעפט"ן און מחליט זיין אז; יא, איך האב אין מיר לכתחילה שבלכתחילה די און די שוואכקייט / פראבלעם, און איך בין סובל די עצם געדאנק אז איך פארמאג עס, ודו"ק.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משיבת נפש האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:משיבת, איין זאך מיט וואס איך קריג מיך, איז changing unwanted emotions. איך שפיר א שטארקע קענגערשאפט דערצו. פארוואס? ווייל איך האלט אז דער מענטש רייסט זיך אפ פון זיין אמת'דיגקייט. איך פיל יעצט כעס. פארוואס דארף איך עס יעצט טוישן?! די איינציגע זאך וואס איך קען באשטיין צו טון, איז ערלויבן אז די כעס זאל דורכגיין ווי א כוואליע וואס גייט דורך. אדער שטאטלעך עס טוישן.

איך בין דערקעגן אז א מענטש זאל שטארק טון אנדערש ווי ער פילט אינעווייניג. ס'פילט זיך אזוי עקלדיג. איך פיל אינעווייניג אזוי און אזוי, און שוין. חוץ אויב מ'מאכט עס שטאטלעך. איך פיל אזוי און אזוי, איך ווייס דערפון, איך נעם עס אן, אבער איך וויל יעצט פרובירן עס צו טוישן.

אבער די איבעריגע זאכן איז גוט.

מען האט דא נאכנישט גערעדט דערפון אבער על קצה המזלג איז דאס די געדאנק

אין DBT הייסט מען די מענשט זיך באקענען מיט זיינע געפילן , געבן א פונקטליכע נאמען פאר די געפעל

וואס איז פשט פון געבן א פונקטליכער נאמען פאר די געפיל? נאר פשט איז אזוי. (לפי דעתי). DBT וויל אז דער מענטש זאל אינערליך טון א געוויסע זאך (איך וועל באלד זאגן וואס די זאך איז), וואס זיי האלטן אז דאס מאכט אז עמאושענס זאלן ווערן רעגולירט.

זיי האלטן אז ווען דער מענטש ווייסט זיין געפיל, ווען דער געפיל איז נאך קליין, קען עס נישט האבן צו א שטארקע שליטה אויף אים.

וואס מאכט אז א מענטש זאל געבן א נאמען פאר א זאך? ווען א מענטש זעהט א פרעמדער דורכגיין געט ער אים נאכנישט א נאמען, ווען ער זעהט דעם זעלבן מענטש נאכאמאל און נאכאמאל קלאר געט ער אים א נאמען.

אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די נאמען וואס דו געסט פאר די געפיל וואס מאכט אז DBT זאל ארבעטן. נאר עס איז דאס אז דו זעהסט עס גענוג קלאר, (גענוג לאנג ביז דו זעהסט עס קלאר) ביז עס ברענגט פון דיר ארויס א נאמען. און אין די רגע דו קענסט דער געפיל, קען עס נישט האבן אזא שליטה אויף דיר. און דאס איז דער עיקר וואס מ'וויל, אז געפילן זאלן נישט האבן אזא שליטה אויפן מענטש.

משיבת, איך האף אז איך העלף דיר דא. דו ווילסטעך בעיקר פארשפרייטן DBT. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

געוואלטיג האט געשריבן:ווייסט איר אפשר א חילוק פון CBT און DBT?

CBT איז טראכט און זעה אז דער מצב איז נישט אזוי ווי דו מיינסט עס ביים ערשטן בליק. DBT מיינט: ווייס דיינע געפילן מיט א געוואלדיגער קלארקייט. אקצעפטיר עס אָן עס משפט'ן צו עס איז א שלעכטע זאך, צו עס איז א גוטע זאך. און ערלויב עס דורכצוגיין.

DBT ארבעט נישט אזוי שטארק אויף טוישן געפילן. עס ארבעט אויף וויסן און אקצעפטירן געפילן.

CBT ארבעט מער אויף טוישן געפילן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ווייל איך האלט אז דער מענטש רייסט זיך אפ פון זיין אמת'דיגקייט. איך פיל יעצט כעס. פארוואס דארף איך עס יעצט טוישן?!

שטארק!

נשמה האט געשריבן:די איינציגע זאך וואס איך קען באשטיין צו טון, איז ערלויבן אז די כעס זאל דורכגיין ווי א כוואליע וואס גייט דורך. אדער שטאטלעך עס טוישן

און איך וואלט געזאגט "כמעט" די זעלבע - נאר א טראפקעלע אנדערש:
ער זאל ערלויבן די כעס עקזעסטירן אין אים, און מסכים זיין מיט די עצם געדאנק אז; איך בין יעצט אין כעס! [אדער סיי וועלעכע אנדערע געפיל].
און נישט אז ער זאל פייטן דערמיט אפילו אויף א פראפעשענעל אופן, ווייל אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען דער מענטש איז נישט סובל די עצם געדאנק אז ער שפירט עפעס א ראנג געפיל, ער וויל נישט מסכים זיין אז ער האט עס טאקע.
רוב מאל ווען א מענטש קומט צו טעראפי איז עס מיט די החלטה אז; איך גיי דא פטור ווערן פון אלע מיינע שוואכע און שווערע הרגשים, ממילא וועלן די טעראפי טעקניק'ס נאר זיין פאר אים ווי נאך א טאלל מיט וואס אויסצוראטן די אלע קוצים ודרדר פון וואס ער וויל פטור ווערן - נאר אנשטאט דעם דארף ער וויסן אז ער דארף עקסעפט"ן און מחליט זיין אז; יא, איך האב אין מיר לכתחילה שבלכתחילה די און די שוואכקייט / פראבלעם, און איך בין סובל די עצם געדאנק אז איך פארמאג עס, ודו"ק.

יא, יא. מ'דארף אבער געדענקען אז די געפילן וועלן עווענטועל ווערן רעגולירט דורך דעם. מ'דארף געדענקען אז: ביז יעצט האב איך עס אפגעלערנט אלץ א שוואכקייט. פון יעצט איז עס דשאסט וואס עס איז. אן עס משפט'ן צו עס איז א שוואכקייט אדער א שטארקייט. "איך פיל כעס, און איך ערלויב עס דורכצוגיין ווען ס'וויל". נישט "איך בין א שלעכטער מענטש ווייל איך פיל כעס"
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה סאיז דא עפעס אין די גאנצע פעלד אין תורת הנפש וואס דו פארשטייסט נישט?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:נשמה סאיז דא עפעס אין די גאנצע פעלד אין תורת הנפש וואס דו פארשטייסט נישט?

אדרבה, קלער מיך אויף.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:יא, יא. מ'דארף אבער געדענקען אז די געפילן וועלן עווענטועל ווערן רעגולירט דורך דעם. מ'דארף געדענקען אז: ביז יעצט האב איך עס אפגעלערנט אלץ א שוואכקייט. פון יעצט איז עס דשאסט וואס עס איז. אן עס משפט'ן צו עס איז א שוואכקייט אדער א שטארקייט. "איך פיל כעס, און איך ערלויב עס דורכצוגיין ווען ס'וויל". נישט "איך בין א שלעכטער מענטש ווייל איך פיל כעס"

ריכטיג.
און אפילו איך שפיר ווי א שלעכטער צוליב דעם - נעם איך עס נאכאלץ... איך גלייב טאקע נישט מיין פילינג אבער איך לאז זיך עס שפירן, איך האלט נישט מלחמה מיט איר.

ליין מיין אונטערשריפט...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

לאמיר גיין אביסעל ווייטער
א וויכטיגע חלק פון DBT איז צו לערנען די מענשט mindfulness practice וואס דאס געוואוינט צו די מענטש צו לעבן די מינוט און וואס ער לעבט יעצט אן ניצען judgement

ד.ה. מען שטרענגט אן איינער פון די מענטשליכע חושים צו איין קליינע פרט און מען focused זייער שטארק אויף די איין נקודה

בדרך כלל העלן מענטשן מיט PD זיין מענטשן מיט עקסטרעם emotions און זיי פארלירן די יכולת פון טראכטן גראד אן ניצן א איבערפלוס פון געפילן ביי א יעדער זאך וואס זיי לעבן איבער און דאס מאכט זיי די לעבן ביטער וואו א זית

נאכדעם וואס דער מענטש העט זיך צוגעוואוינען צו טוהן Meditation און ניצן mindfulness skills העט זיך די מענשט ציגעוואוינען אפ צוטיילן די זיינע הרגשים פון די פאקטישע זאכן וואס ער לעבט איבער און עז העט זיך אנהייבן א נייע מציאות פון לעבן וואס ווערט גערופען wise mind

Wise mind איז די וועג פון ניצען געפילן מיט די ריכטיגע proportion

ווען און וויאזוי צו מאכן meditation איז אן אריכות און עס איז מיר שווער צו ברענגען דא בכתב, עס איז ב״ה דא היינט קורסעס געווידמעט פארן זיך לערנען meditation

פון דא קומט מען צום חלק פון observing
וואס דאס מיינט אז די מענטש ברויך זיך צוגעוויינען צו observe’n זיינע טאג טעגליכע דורכגאנגען און זיי געבן א ״נאמען״

יעצט פיל איך פרייליך, טרויעדיג,פארשעמט וכדומה
יעצט שמעק איך אזא שמעק
יעצט פיל איך די טעם פון די ספעציפישע עסן
לייג דיך אריין ראשו ורובו און קליינע דעטאלירטע געשענישן פונעם טאג און describe וואס די פילסט יעצט

המשך יבא

K
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משיבת נפש האט געשריבן:לאמיר גיין אביסעל ווייטער
א וויכטיגע חלק פון DBT איז צו לערנען די מענשט mindfulness practice וואס דאס געוואוינט צו די מענטש צו לעבן די מינוט און וואס ער לעבט יעצט אן ניצען judgement

ד.ה. מען שטרענגט אן איינער פון די מענטשליכע חושים צו איין קליינע פרט און מען focused זייער שטארק אויף די איין נקודה

איך קען נישט צו גוט DBT. אבער איך פיהל אז דו שרייבסט נישט אזוי ריכטיג. דו שרייבסט "מען שטרענגט אן איינע פון די מענטשליכע חושים צו איין קליינע פרט" עד כאן

איך געדענק נישט אז מ'זאל דארפן אנשטרענגען. אנשטרענגען? מ'איז עס פשוט מכוון צו איין פרט. פארוואס? כדי מ'זאל זיך אויסלערנען צו זיין מיינדפול צו וואס מ'זעהט.

איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אז DBT איז זייער א גוטע זאך, אבער מ'דארף אויך, אויב מ'קען און וויפיל מ'קען, אריינקריכן טיפער אין זיך. ווענד מיך נישט אפ אויב מעגליך. איך האב געזאגט אז DBT איז זייער א גוטע זאך, נאר אויב מ'קען איז כדאי אריינצוקריכן טיפער, זען וואס עס דרוקט באמת, און זיך אויסהיילן. אבער נאכאמאל, DBT איז א גוטע זאך צו לעבן דערמיט.

DBT איז די וועג וויאזוי מ'דרייווט די קאר. אריינקריכן אין זיך איז פיקסן די קאר כדי מ'זאל האבן וואס צו דרייווען. DBT איז אויך גוט ווילאנג מ'קומט אן עס צו פיקסן ב"ה. (פיקסן, אדער זיך אויסהיילן, וויאזוי דו ווילסט עס רופן)

בדרך כלל העלן מענטשן מיט PD זיין מענטשן מיט עקסטרעם emotions און זיי פארלירן די יכולת פון טראכטן גראד אן ניצן א איבערפלוס פון געפילן ביי א יעדער זאך וואס זיי לעבן איבער און דאס מאכט זיי די לעבן ביטער וואו א זית

נאכדעם וואס דער מענטש העט זיך צוגעוואוינען צו טוהן Meditation און ניצן mindfulness skills העט זיך די מענשט ציגעוואוינען אפ צוטיילן די זיינע הרגשים פון די פאקטישע זאכן וואס ער לעבט איבער און עז העט זיך אנהייבן א נייע מציאות פון לעבן וואס ווערט גערופען wise mind

איך וויל דיך נישט אפווענדן, סאו, דארפסט עכט נישט קומען און מיך צוריק אפווענדן. איך ווייס נישט צו די אויסדרוק איז אז DBT איז א וועג פון אפטיילן די הרגשים פון די פאקטישע זאכן. (און נאכאמאל, ווען איך פאררעכט דיך, מאך איך נאר בעסער) די ריכטיגע אויסדרוק איז: DBT איז א וועג אז וואס עס קומט פאר זאל נישט אויפוועקן אומריכטיגע הרגשים וואס קומט נישט אריין.

אויב איך מעג צולייגן צו וואס דו שרייבסט: די פאקטישע זאכן איז אזוי ווי אנצינדן א סינק, פאקטישע זאכן צינדן אן הרגשים. די הרגשים וואס מ'וויל ברענגען אונטער קאנטראל זענען אויב עס קומט צו א שטארקע שטראם וואס נישט דאס האט מען געוואלט מיט'ן אנדרייען די קראן. יעצט, DBT מאכט אז די וואסער זאל צעביסלעך אויפהערן צו קומען מיט אזא שטראם.

אדער, די פאקטישע זאכן זענען אזוי ווי מ'וויל אנצינדן די לאולעך וואסער, די הרגשים זענען אזוי ווי עס קומט גאר הייסע וואסער, וואס ס'קומט נישט אזוי. DBT מאכט - ב"ה - אז ס'זאל צעביסלעך אוועקגיין די הייסע וואסער. סאו, ס'איז נישט אז דו מאכסט דיך נישט וואוסנדיג פון דיינע אייגענע הרגשים. דאס פאסט פאר CBT. נאר DBT איז מער אז דו מאכסט דיך יא גאר שטארק וואוסנדיג אז דו האסט עס, אבער דו לאזט דיך נישט אז דו זאלסט עפעס טון דערוועגן.

צום ביישפיהל: אפילו אויב איך שפיר אז איך האב זייער ליב איינעם, און איך וויל אז יענער זאל יעצט ווערן מיין עקסטענשאן פאר די קומענדיגע פאר שעה, לעב איך מיט די געפיל, אבער איך עקט עס נישט. איך לעב עס נישט אויף אויך נישט, איך לאז עס דורכגיין. דאס ערלויבט אז מ'זאל אנהייבן זען די עכטע ריאליטי. אויב איך טו גראד וואס ס'פאלט מיר ביי, געב איך נישט קיין צייט צו זען די עכטע מציאות.

Wise mind איז די וועג פון ניצען געפילן מיט די ריכטיגע proportion

ווען און וויאזוי צו מאכן meditation איז אן אריכות און עס איז מיר שווער צו ברענגען דא בכתב, עס איז ב״ה דא היינט קורסעס געווידמעט פארן זיך לערנען meditation

פון דא קומט מען צום חלק פון observing
וואס דאס מיינט אז די מענטש ברויך זיך צוגעוויינען צו observe’n זיינע טאג טעגליכע דורכגאנגען און זיי געבן א ״נאמען״

יעצט פיל איך פרייליך, טרויעדיג,פארשעמט וכדומה
יעצט שמעק איך אזא שמעק
יעצט פיל איך די טעם פון די ספעציפישע עסן
לייג דיך אריין ראשו ורובו און קליינע דעטאלירטע געשענישן פונעם טאג און describe וואס די פילסט יעצט

איך האב שוין געשריבן אויבן וואס - אין DBT - עס מיינט: געבן א נאמען. עס איז א וועג צו ארייננעמען די געפילן אין די חלק מח וואס אבזערווירט. מ'אבזערווירט אזוי שטארק ווילאנג עס קומט א נאמען.

איך מאך נאר בעסער וואס דו האסט געשריבן. אויב דו קענסט באשטיין. ווילאנג דו קענסט באשטיין.

והשם הטוב יעזור.
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

די שרייבסט זייער גוט @נשמה! שכוח פאר דיינע הערות

די רבי אין חדר פלעגט זאגן די גמרא וועט באלד פרעגען דיין קשיא

די ביסט גערעכט אז די תכלית איז ״זיך״ צו טוישן אין אויף דעם העט מען שפעטער אנקומען
אבער בעפאר מען גייט צו די שלב מיז מען זיך אויסלערנען צו identify’n די אינערליכע געפילן און וויסן וואס מען פילט

די PD לעבט און זעהט יעדער געשעיעניש מיט זיינע געפילן און ער כאפט נישט אז ער שפירט און זעהט די מעשה בעיסט אויף זיינע געפילן ווייל ביי אים איז הרגשים די מציאות און ער זעהט נישט וויאזוי מען קען עז זעהן אנדערש

די רגע וואס א מענטש הייבט אן צו געבן א נאמען צו די הרגשים וואס ער פילט, אדער ווי @נשמה שרייבט אריינעמען די געפילן , העט מען שפעטער קענען מאכן סדר מיט די געפילן בהמשך הפרקים
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

איך האב נאך נישט געליינט בעיון דעם אשכול, איך קען זיך אבער נישט איינהאלטן פון ארויסהייבן דעם שיינקייט ווי @משיבת און @נשמה דינגען זיך מיט אזא רעספעקט און בלייבן רעדן פונעם נושא אן קיין שום פערזענדליכע אטאקעס, אנדערש פון וואס מען באמערקט לעצטענס דא אויפן וועלטל. חזק ואמץ!
דער קעניג
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:47 pm

Re: DBT - די ישועה פאר PD ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קעניג »

משיבת נפש האט געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2020 9:09 am
לאמיר גיין אביסעל ווייטער
א וויכטיגע חלק פון DBT איז צו לערנען די מענשט mindfulness practice וואס דאס געוואוינט צו די מענטש צו לעבן די מינוט און וואס ער לעבט יעצט אן ניצען judgement

ד.ה. מען שטרענגט אן איינער פון די מענטשליכע חושים צו איין קליינע פרט און מען focused זייער שטארק אויף די איין נקודה

בדרך כלל העלן מענטשן מיט PD זיין מענטשן מיט עקסטרעם emotions און זיי פארלירן די יכולת פון טראכטן גראד אן ניצן א איבערפלוס פון געפילן ביי א יעדער זאך וואס זיי לעבן איבער און דאס מאכט זיי די לעבן ביטער וואו א זית

נאכדעם וואס דער מענטש העט זיך צוגעוואוינען צו טוהן Meditation און ניצן mindfulness skills העט זיך די מענשט ציגעוואוינען אפ צוטיילן די זיינע הרגשים פון די פאקטישע זאכן וואס ער לעבט איבער און עז העט זיך אנהייבן א נייע מציאות פון לעבן וואס ווערט גערופען wise mind

Wise mind איז די וועג פון ניצען געפילן מיט די ריכטיגע proportion

ווען און וויאזוי צו מאכן meditation איז אן אריכות און עס איז מיר שווער צו ברענגען דא בכתב, עס איז ב״ה דא היינט קורסעס געווידמעט פארן זיך לערנען meditation

פון דא קומט מען צום חלק פון observing
וואס דאס מיינט אז די מענטש ברויך זיך צוגעוויינען צו observe’n זיינע טאג טעגליכע דורכגאנגען און זיי געבן א ״נאמען״

יעצט פיל איך פרייליך, טרויעדיג,פארשעמט וכדומה
יעצט שמעק איך אזא שמעק
יעצט פיל איך די טעם פון די ספעציפישע עסן
לייג דיך אריין ראשו ורובו און קליינע דעטאלירטע געשענישן פונעם טאג און describe וואס די פילסט יעצט

המשך יבא

K
thank you so much for giving away from your time
we are waiting to hear more from you
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”