איך זוך א קאנטרי!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

איך זוך א קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ליינענדיג דעם קעפל בין איך זיכער אז פאר מאנכע איז שיעור נישט ארויפגעקומען ס'עסן. געוויסע אינגעלייט האבן זיכער געקריגן טשילס און זייער שטערן זענען געווארן עטוואס צוזאמגעצויגן פאר א מינוט. מ'שטיינס געזאגט, עס פעלט זיי נישט אויס זיך צו דערמאנען פון די קאשמארע צייטן ווען זיי זענען נישט מער געדארכט דורך יענע זמנים.

אבער פאוואליע. פאר מיר גייען צו צום ענין ברויכן מיר געבן א שטיקל איבערבליק און פארציילן אונזער היסטאריע פון וואנעט איך קום און פארוואס מיר זיכן א קאנטרי בכלל.

לעצטע יאר צווישן פורים און פסח, ווען דאס הויז איז געווען אונטערן גערוך איינדרוק פון 'וועל דאן' און 'מיסטער קלין' האט זיך פארגליסט פאר ס'ווייב'ס חבר'טע צו מאכן א וויכטיגען טעלעפאון ריף צו מיר אהיים. והנה, זי שלאגט פאר אז היי יאר האט זיך געפענט א פרישע קאנטרי און זי פלאנט צו גיין אהין און זיכט פשוט קאמפעני וואס זאל מיטגיין און זי טראכט אז מיין ווייב וואלט גוט געווען דערפאר. א וואדזשנע איינפאל, קוקט אויס זייער גוט.

נישט אז איך האב געדארפט אהיימקומען צו הערן פון דעם פלאן, און מיינט נישט אז זי האט אויסגעטוען די געלע פלאסטישע הענט-שוך וואס קומט ארויף ביזן עלענבויגן בכדאי מיך צו ריפן. נע, נישט טראכטענדיג קיין דריי האט זי געכאפט דעם טרייבל און מיט די בליטש פאשמירטע הענטשוך האט מען אריינגעדיילט מיין נומער בכדאי מיר "אנצופרעגן" איבערן פלאן.

דאס איז איינע פון די זאכן וואס מיין 'חתן מלמד' האט פארפעלט מיר צו זאגן בעפארן שטעלן די טריט אינטערן חופה. דהיינו: "אויב דאס ווייב פרעגט דיר איבער א זאך וואס איז איר נוגע – קיין חילוק אויב דאס איז איבער א קליידל, שייטל אדער ביגל ברעיט – ענטפער וואס זי גלייכט און וויל הערן ווייל דאס טוט זי עניוועי." דאס אנפרעגן איז נאר א וואוילער אנשטעל וואס ווערט מיסתמא אנגעזאגט פאר אלע כלות צוגלייך, אבער אין ראעאליטעט האט דאס גארנישט מיטן מציאות.

גארנישט אנדערש איז געווען די היינטיגער טעלעפאון קאול. זי וויל וויסן וואס איך זאג צו אזא פלאן. עכככככהעעם.. וואס איך זאג? האללאו, די ווייסט אז די ווילסט נישט וויסן וואס איך זאג ווייל מיין ערשטע קשיא איז פארשטייצעך געווען 'וואס קאסט דאס'? אבער זי איז אנגעקומען אנגעגרייט פאר דעם אויך און זאפארט מיר דערמאנט איבערן טשעקל וואס דארף שוין ליגן אין די מעיל פאר ווייסעך ווי לאנג און נאך אלץ נישט אנגעקומען. נעמליך די 'טעקסט ריטורין'. נו, כ'מיין, מיר זענען דאך גרויסע עשירים, ס'נישט שייך צו זיין שפארזאם און אויסקוקן ווי א חזיר, מ'דארף ניצן דאס געלט און באלד ווארפט זי פאר אז אייגענטליך איז דאס בכלל נישט פאר איר נאר בעיקר פאר די קינדער. כ'מיין, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער, זיי וועלן ממש משוגע ווערן דא אין די שטאט זאגט זי און חוץ דעם האט אונזער שכנטע געמאלדן אז גארנישט אנדערש ווי די לעצטע צוואנציג יארן פארן זיי אויך היי יאר אין קעמפ.

איר זאלט בעסער נישט וויסן איבער מיין שכנטע, אבער דער מאן אלץ מלמד קריגט פרייע קאנטרי יעדעס יאר אין די מוסד קעמפ ווי ער איז איינגעשטעלט. און גלייבט מיר אויפן ווארט, אויב דארף ער צאלן פאר קעמפ פאר די אריבער מנין קינדער בליעה"ר וואס ער פארמאגט וואלטן זיי געזיצן דא אין שטאט און מיינע קינדער וואלטן געהאט מיט וועם צו שפילן. יעצט בין איך שולדיג אז ער פארט אוועק יעדעס יאר און מיינע קינדער ווערן אויסגעשפילט, דער בילדונג ווערט מער-ווייניגער אויסגעליידיגט. בקיצור, דאס און נאך טענות זענען אלע געניצט געווארן מיך צו איבערצייגן אז מ'דארף גיין אין קאנטרי. יואלי, די דארפסט פארשטיין – לאזט זי נישט נאך – קריינצי זאגט מיר אז פאריאר האבן אירע קינדער געהאט א באאאל די צווייטע העלפט זומער. די ערשטע העלפט דא אין שטאט זענען זיי ממש משוגא געווארן. יעצט איך אלץ טאטע ווי איז מעגליך איז זאל בשט נפש משוגע מאכן מיינע קינדער. ווי טאר איך דאס טוען? גוט, וועמער רעדן אינדערהיים איז מיין קורצער ענטפער און איך גיי צוריק צו מיין ארבייט.

איך בין אפשר צוריק צו מיין ארבייט, אבער אויף די אנדערע זייט טריייבל האט מען שוין איבערגעלאזט דאס פסח'יג מאכן אויף א צווייטע געלעגענהייט, אויסגעטוען די ריזיגע געלע הענטשוך, פארמאכט די מיסטער קליען באטל און אריינגעווארפן די עטליכע פייכטע שמטאטע'ס און וואש מאשין. גרויסע טעג קומען אצינד.

פון דא און ווייטער איז שוין געפארן אלעס ווי אויף קראאז. מיט א – כלומרשט'ע – פולע הסכמה פון מיר האט מען אנגעפאנגען ארבייטן אויף די קאנטרי. אהיים קומענדיג האב איך שוין געהאט א פארטיגער סקעטש פון די גאנצע קאלעני. פונקטליך ווי יעדער באנגעלוי געפינט זיך, דאס בית מדרש, סווימינג פול, די פלעי גראונד'ס און נאך. אויף מיין וואונדער פון וואנעט זי האט דאס אזוי שנעל פארשאפט האט זי מיר גענטפערט אז זי האט דאס נאכגעמאלן לויט ווי איר פרעינד האט איר עס אראפגעלייגט אויפן טעלעפאון... איבעריג צו זאגן אז דאס האט נישט געהאט מיטן מציאות גארנישט.

איינע פון טעג נאכן אהיים קומען פונעם שיעור זעה איך איר ווייטער זיצן איבערן בלו פרינט און זי זאגט אז עס איז שוין זייער שפעיט. מ'דארף שוין אויסוועלן וועלעכען באנגעלוי, נאך פארן געבן די דעפאזיט. בקיצור נאכן רעדן עטליכע מאל מיטן בראוקער פונעם ניי קאנטרי זעה איך אז זאכן הייבן אן צו ווערן פארנעפלט. עס איז דערווייל נישט זיכער מיט דעם און א צווייטע זאך קוקט אויס וועט נישט זיין, אבער ער שווערט ביי זיין גרויסן פאולדער אין די האנט אז דאס וועט זיין פארטיג ווען מיר קומען אן און ער פארגעסט נישט צוצילייגן – פאר זיכערהייט באווארענונגען – מעגליך א וואך-צוויי נאכן אנקומען, אבער דאנט ווארי – בארואיגט ער מיך – עס וועט זיין א הערליכע זאך.

אקעי. נאך פסח איז מען געפארן קוקן דעם קאלעני. נאך איין מזל איך האב נישט מיטגענומען איר סקעטש וואס זי האט אויסגעמאלן. איך וואלט זיכער געמיינט אז איך בין אויף א צווייטער פלאץ.. בקיצור מ'האט ארומגעקוקט דער באנגעלוי, יענער באנגעלוי. זי טענה'ט אז עס איז בעסער וואס נענטער צום סווימינג פול און די פלעי גראונד, ווידער איך האב געהאלטן אז שלאפן שבת נאכמיטאג איז ביי מיר א וויכטיגער טייל און לעבן און איך גיי דאס נישט לאזן ווערן אפגע'הרג'ט דורך קוויטשערייען און וויינערייען פון קינדער ביים פלעי גראונד. דאס נישט! זאג איך.

און אפשר איז גוט נעבן דעם ביהמ"ד טראכט מען. נע, כ'ווייס דאך נישט ווער עס קומט נאך דא. אפשר וועט זיין עפעס א עסקן פון די שטאט וואס ועט דא נאכמאכן א חברת תהילים צופרי, נאר דאס זאל ער מיך נישט אוועקנעמען. דאס שלאף שבת אינדערפרי אויף וואס מיר קוקן ארויס די גאנצע וואך. נע, ערגעץ אינדערמיט מיין איך איז דאס בעסטע. למעשה איז מען דארט אזוי געשטאנען ביז עס איז געווארן נאכט, קיין לעקטער איז נישט געווען, אלזא זענען מיר געווען געצווינגען צו פארלאזן די בערג און צוריקפארן די צוויי און א האלב שטונדן צו די ווילי. אבער נאך אלץ נישט קלאר וועלעכע בענגעלוי צו נעמען. נומער 10 דארף מען טאקע ארויפגיין עטליכע טרעפ אבער איז פארט אין א גוטער געגענט. נומער 2 איז נישט אזא גוטע געגענט. מער ביים עק אבער עס איז גראונד פלאר.. די מייז ברויכן זיך נישט פלאגן. זיי זענען ממש דא איטער די פיס.

ביז עטליכע טאג ווען דער קאנטרי בראקער האט שוין געסטראשעט אז אונז פארליר מער די באנגעלוי האבן מיר געגעבן דעם ענגדילטיגן אנטווארט אז מיר נעמען באנגעלוי 4. און מזל טוב! מ'שרייבט קאנטראקט! און פאר איך פארגעס – מ'האט אויך אראפגעלייגט טשעקלעך אין די ווערט פון פינף אלפים.

נו, יעצט בין איך א מענטש! איך שפאציר אזוי אויף בעדפארד עוועניו ארויף צו פען סטריט און איך שפיר ווי איך קען שוין גיין מיטן קאפ גראד, מער נישט אראפגעבויגן ווי ביז היינט, איך בין שוין נישט דער נעבעך פון שטאט וועלעכער פארלייבט דא אין די וויסטע היצן און טרינקענע ליפט, איך בין נישט אזוי צוריקגעשטאנען ווי יוסל אונזער מקוה איד און זיין שווער זז"ג אינאיינעם וועלעכע פארבלייבן אין די שטאט צו היטן אירע איינזאמע הייזער. איך בין א מענטש צווישן מענטשן און איך ווי אלע פארן אי"ה אין קאנטרי! יעעעעס!

פון דעם טאג ביז מיר זענען בשעטומ"צ אנגעקומען מיט די זעק און פעק – פלאס אביסל זעק און פעק און נאך אביסל – האב איך אויסגעגעבן א סכום הגון לטובת ה'קאנטרי וואס אויב וואלט איך געגעבן דעם סכום פארן הייליגן מוסד 'הצלת ילדי אוזבעקיסטאן' וואלט איך ביי זייער דינער געווען דער גרעסטער נדבן און איך וואלט זיכער געקריגן א פלעג אויפן אויב-אן פארנט פון טויזענטער צושויער באגלייט מיט ברכות לרוב אין די פול-זייטיגער דזשורנאל וואס וואלט ארויסגעקומען לכבוד'ן דינער. אבער ווי געזאגט – דא גייט דאך אלעס אז "די קינדער" זאלן עס אינדזשויען. נו, מ'פרעגט נישט קיין קשיות דעראויף. כ'האב שוין געוואלט מאכן א פשעטעל אז פונקט ווי הוצאות פון שכר לימוד און די ארדער לכבוד שב"ק קומט צוריק, קען מען מעגליך זאגן אויף גיין אין קאנטרי וואס איז לכילי עלמה (נישט ממש, נאר לויט אלע פרויען) נאר פאר די קינדער, פאר א געזונטער חינוך און לעבעדיגע לעבן. בקיצור, דערווייל האב איך עס נאכנישט צוריקגעזען. (מיין שבת ארדער גראדע אויך נישט)

אנקומענדיג אין קאנטרי זענען מיר געוואויער געווארן אז דער שפריך ווארט פון "צוזאגן און ליעב האבן קאסט נישט קיין געלט" איז אין פאקט א אמת'ער מעשה.. ס'איז אמאל געשעהן.. מ'האט מיר אנגעוויזן אויף א שטיק צעמענט און געזאגט, זעסט? דא גייט זיין די לאנדי רום. אזוי? און דערווייל? דערווייל - זאגט ער - איז דא א 'לאנדרי-מעט' נישט ווייט פון דא, עס נעמט מיט א קאר בלויז געציילטע מינוטן צופארן. א ברירה האבן מיר? מ'פאקט אן פעק און זעק און... די שכנטע פון באנגעלוי 5 וויל זיך מיטכאפן. וואס איז זי שולדיג אז איר מאן האט נישט קיין אויטא, זי וויל אויך אויסוואשן אירע זאכן, אבער קיין סאך פלאץ איז נישטא און די קידער איז נישטא ווער ס'זאל אובאכט גיבן האט מען אלעס ארינגעשטופט אין מיין קליינער אויטא וואס צומזל זענען די רעדער געווען פיל מיט לופט און עס האט מיר געטראגן ביז אהין.

אויפן וועג אהיים האט מען דאס שוין צוטיילט אין באזונדערע גרופע'ס און פעקלעך. א גאנצע מערכה איז עס געווען, אבער דער עיקר טעות פון מיטברענגען דעם צווייטן איז געווען אז זי האט שוין געוויסט יעצט ווען פונקטליך איך וויל פארן אויף וואל מארט און זיך גלייך איינגעשריבן אלץ ערשטער קונה מיטצופארן מיט מיין וואגאן.

אייגענטליך בין איך דא פארפארן און מיין פלאן איז נישט צו שרייבן איבערן פאריעריגען קאנטרי יעצט. למעשה האבן מיר גענדיגט דעם זימער מיט גאר א פיינעם קאנטרי. חעסקי פריעדמאן, דער שמש פון אונזער שול האט אונז צוגעשטעלט א נאבעלער געזעגענונג'ס פארטי/מלוה מלכה, ער האט דערביי געריפן מוזיק און זינגער'ס. ער זעלבס האט געהאלטן א רירענדע דרשה, קוקט אויס אז ער האט שוין געוויסט אז מ'גייט אום נישט צוריקנעמען דאס יאר, א דרשה געפלאכטן מיט מאמרי חז"ל, פארגעזאגט האט ער גאנצעטע שטיקער תנ"ך און מיר האבן אלע גענטפערט 'אמן'.


**

א קיילעכדיג יאר איז אריבער און דער זומער ריקט זיך אונטער. מ'גייט נאך מיט די שטיוול און אויער-שיצער'ס, עס גייט א שניי ביז איבער די קניען און די נאז איז טונקל-רויט פון די קעלט, אבער דאס האלטן נישט אפ מרת. פיידלשטיין צו רעדן פון קאנטרי. נו, זי האט דאך נישט קיין אנדערע דאגות. ס'געזעמל אירע שיקט מען סייווי צו מיר אהיים שפילן און ס'קוקט אויס אז ביי מיר קריגן זיי שוין באלד סאפער צו עסן אויך. געלט איז דא גענוג זינט איינע פון די וועלט בארימטע חסד ארגענעזאציע'ס האבן זיך דערוויסט פון זייער געלט מצב. נו, וואס נאך דארף מען יעצט. שטייט זי טאג-איין-טאג-אויס ביים באס-סטאפ מיט די קליינטשיגע און פארציילט פונקטליך ווי מ'האלט שוין מיטן קאנטרי. נע, מ'רעדט נישט פון אויסוועלן א באנגעלוי. מ'שטיינס געזאגט, זיי האבן שוין זיבן יאר דאס זעלביגע באנגעלוי, איין יערליכע חילוק איז נאר, יעדעס יאר קומט זי דארט מיט אנדערע קינדער, איינער האט חתונה אין א צווייטער ווערט געבארן, קע"ה.

נו. איך האב שוין אויך א קאנטרי. פאריאר בין איך טאקע געווען דער נאר פון שטאט. צוערשט האב איך מסופק געווען אין די גאנצע קאנטרי געגייאכץ, נאכן ווערן אריינגעדרייט דעראון זעמער נאך געווען מסופק וועלעכע קאנטרי צו גיין, מיט וועלעכע שכנים און פריינדינע'ס. נאכן טוישן הין-און-צוריק די אלע זאכן זעמער אנגעקומען צום גרויסן פראבלעם, נעמליך וועלעכער באנגעלוי צו נעמען. נאך גרויס דרוק און פרעשור האבן מיר מסכים געווען צו אונזער באנגעלוי און געווען ב"ה צופרידן דערמיט. אבער היי יאר? ס'איז א מחי-ה! מ'דארף פשוט "צוריקגיין"! מ'האט אלעס, מ'ווייסט אלעס.

אקעי. עס טוישן זיך געוויסע שכנים, באנגעלוי 3 וועט נישט קומען ווייל זי האט נישט געגליכן די 'קראוד'. באנגעלוי 13 און 14 האבן גלאט אזוי געטראפן א צווייטן קאנטרי. נו זיי האבן דאך די גאנצע זימער סייווי פאברענגט אינאיינעם, נישט טוישענדיג א ווארט מיט אנדערע. זאלן זיי גיין. עטליכע פון די העכערע סעקשאן דארט ביי די דרייסיגער נומערען קומען אויך נישט ווייל "זיי קענען נישט". נו, ווילסט עס ריפן אזוי, מסכים, אבער וואס איז די סוד? מיינסט מ'וועט נישט וויסן?.. אבער אווער-אלל איז גאנץ פיין.

אזוי האב איך געמיינט.

ריפענדיג דעם מענעדזשער אין די פארגאנגענע חדשים האב איך זיך אנגעהאנקערט אין זיין 'וואויס מעיל'. איך האב נאר אזא פאביע, זינט איך האב געקריגן בערל'ס מעסעדזש וואס ער האט געלאזט פאר זיין ברודער חיים מיט וועמען ער איז צוקריקט, לאז איך שוין נישט קיין וואויס מעסעדזש'ס. אלזא האב איך געשיקט א 'טעקסט' מעסעדזש און אום געמאלדן איבער מיין צוריקקער דאס יאר און איך וויל הערן פון אום ווי אומשנעלסטן.

עז ווי ספיק/טייפ – קוקט אויס אז איך גיי מיך אריינלאזן אין די זעלבע פרשה ווי פארגאנגענער יאר. ווי עס קוקט יעצט אויס וועט זיך אונזער באליבטער קאנטרי נישט עפענען צוריק און מיר הייבן אן פון אל"ף..


***


זאג, 'נחלת בנמין אפרים' האט נאך באנגעלוי'ס עוועליבעל? וויזוי איז אויסגעשטעלט די קאנטרי? ווי א חי"ת אדער ענדע-מ"ם אדער ווי א למ"ד? וועלעכע באנגעלוי אזי נאך עווליבעל? אה נאר ממש ביים ראוד.. אההה.. כ'פארשטיי שוין. אקעי. איין בעדרום אדער צוויי? וויפיל איז די דעפאזיט? וויפיל עקסטערע קאסט א עיר-קאנדישאן? האט איר אויך א פלעי גרופ? און איבער א דעי קעמפ וואס הערט זיך? וואס איז די נענסטע גראסערי צו דעם קאלעני?

דאס און נאך טויזענטער פראגע'ס הייבן זיך פריש אן ווען מ'גייט פריש ארויס אויפן מארק "זיכן א קאנטרי".

ווי הייב איך אן?


---
נאדער אין PDF פארמאט.
אטעטשמענטס
איך זוך א קאנטרי.pdf
(694.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 245 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ר' צייטליך, זייער גוט געשריבען, דאס איז שוין א מסורה פון אונזערע עלטערן אז אזוי דארף עס זיין און מען דארף עס אננעמען באהבה.

איך בין זיכער אז הוצאות הקאנטרי קומט צירוק, ס'מיז זיין אזוי אויב נישט פארוואס גייט יעדער? און פארוואס דארף עס זיין אזוי שווער? עפעס ליגט אינטער דעים.

וואס טוהט מען נישט פאר די קינדער................... :roll: :wink:
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ר' צייטליך, געוואלדיג הנאה געהאט פון אייערע רייד.... קיין סאלושאן האב איך ליידער נישט פאר דיר, אבער די הומאר וואס איר ווארפט אריין אין דעם ארטיקל איז ווערד אלע געלטער.

אגב, אז דו רעגסט פון חי"ת, ענדע מע"ם אדער למ"ד, ווייס איך איין זאך אז אין "מיין" קאנטרי האב איך מיר כסדר אנגעשטויסן מיט די למ"ד קאטשקעלעך און זייערע שיריים....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אההההה, יעצט כאפעך וואו די הונט ליגט באגראבן... אלעמאל ווען כ'רעד מיט צייטליך אויפן טעלעפאון שפיהרט מען אז ער רעדט עפעס נישט צו די זאך... דאס האט אוודאי מיט די קעמיקאל'ס...

כיכיכיכיכי, הערסטע צייטליך, ביז דו טרעפסט א קאנטרי, זאלסטעך נישט דערוואגן צו גיין מיט א געהויבענעם רוקן וואו כאילו דו ביסט פון די קאנטרי גייער'ס, כ'מיין, האסטעך נאך אפילו נישט קיין באנגעלאו וואו צו גיין! סתם איינרעדן דעם עולם אז דו ביסט פון די גייערס? סא'ערענסטע שאלה צו מ'מעג...

האלאו, צייטליך! כ'ווייס נישט צו ס'איז נאך צו פרי צו רעדן פון קאנטרי, אבער ס'איז שוין געווען אבאוט טיים אז דו זאלסט שרייבן אזא גוטס!

טענקס עלאט, בראו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צייטליך שוין לאאנג נישט געליינט אזא גוטס!
דיין שריפט איז אויסטערליש סמאאד,
ס'האט עפעס א באהאלטענע געשמאק,

מיט דיין פראבלעם קען איך דיר נישט העלפן, אבער דיר קלאפן און פלייצע און זאגן אז ס'איז גוט געווען דאס קען איך יא,
און אטא דאס טוה איך יעצט!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיינע ארטיקל, ווי יעדער איז מעיד.

לאמיך זיין דער ערשטער מיט א פארשלאג!

קום צו "מיין" קאנטרי. דעם וועג קענסטו שוין פון פאראיאר (עי' טאגבוך ס"ט), און היי יאר וועט דיר זיין גרינגער מיר אריינצופירן אין שטאט בכל עת מצוא, ווייל איך וועל דיר אריבערשרייען דורך די דינע וואנט וואס שיידט אונז פונאנדער...

סאו, וועלכע צייט איז גוט פאר דיר צו כאפן א שווים?
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

ווואאאאסססס?!?! איך זעה גוט? ווי גאנע מיס יו דער..
זאלסט האבן הצלחה ווי אימער די גייסט.
(שיין שרייבען...)
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

את אשר יגורני בא, צייטליך בלייבט מיר דא אין 'מיין שטאט' אויפן זומער, ס'ימיר גוט.

די אנגענעמע שטילע שבתימ'לעך, די ליידיגע מקוה'ס, אה א פלעג'ור.

איך בעט אייך: שאפט א קאנטרי פאר צייטליך זאל ער גיין!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

גוט איז דאס ווארט נאך אזא ארטיקעל, נאר איין פארט האסטו אויסגעלאזט וועגן דעם וואס האסט מיר שוין געזאגט פרייוועט אז טאמער דע שכן(יענע וואס העלפט זייער שטארק זיין ווייב.. אין קומט אייביג אהיים צייטליך{נישט די ניק}) דעמאלט גייסטו נישט צירוק אין יענע קאנטרי.

אבער זאגסטעך אז ס'עפענט זיך עניוועי נישט, שוין גם "זי" למוחל טובות..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

צייטליך; שיינע באשרייבונג, א געהאלפענער ביסטע שוין, קענסטאך גיין אין קרעמער'ס קאנטרי,

אדער עפען א קרעטשמע קאנטרי, מ'קען היינט באקומען לענד פאר ביליג וויפעל קאסט שוין א פאר הייזקעלעך, ויקרא שמו בישראל קאנטרי,
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

צייטליך וואס איז שייך צו זאגן? ווען מאשקע וואלט נאך געווען ביי אינז וואלט ער שטאלץ געווען מיט אזא ארטיקעל.

דער ארטיקעל איז געוואלדיג אבער מיטן פראבלעים גלייב איך נישט אז די וועסט דיך צו לאנג ספראווען זאג נאר דיין ווייב אז דערווייל האסטו נישט קיין קאנטרי זי וועט שוין צושטעלן אלעס געדענק נאר אז די טשעקליך זאל גרייט זיין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שוועמל האט רעכט, בלייב דא, אבער די שווערסטע טאג איז............. ווען די קאנטרי מענטשן קימען אהיים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

געשטימט מיטן רוב;
הערליכער ארטיקל.
זאלסט בלייבן דאהי.
דיין ב"ב קען פארן.
קרעטשמע זאל עפענען א קאנטרי.
לשנה הבאה בירושלים!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פון מיינע ערשטע פלענער ביים געווינען א לאטארי:

אפקויפן א פארקלאוזטע קאנטרי, און מאכן א ספעציעלע קאנטרי מיט'ן נאמען די "קרעטשמע", פונקט ווי "די דערפל"... און פארקויפן פאר אלע חברי הקרעטשמע באנגעלוי'ס פאר בייליג...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

אלקא דמאיר ענני שמערי זאל געוואונען די לאטערי....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

איים אין
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

שמערי בערי האט געשריבן:פון מיינע ערשטע פלענער ביים געווינען א לאטארי:

אפקויפן א פארקלאוזטע קאנטרי, און מאכן א ספעציעלע קאנטרי מיט'ן נאמען די "קרעטשמע", פונקט ווי "די דערפל"... און פארקויפן פאר אלע חברי הקרעטשמע באנגעלוי'ס פאר בייליג...


אין דארט וועט געמאכט ווערען א עכטע קרעטשמע אזוי ווי אין די אלטע היים, מיט וויינען אין ציבייסען,
כלנו למערכה
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

או רבש"ע זאל שוין שמערי געווינען די לאטערי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ערעב צייטליך איך האב פאר דיר א פשוטע עצה.
טו אוויא ר' זרח שפירא ז"ל פלעגט זאגען.

"וואס דארף איך מיך שלעפען צוויי שעה פארען און קאנטרי. איך שטעל אריין די בעט און קיטשען. איך עפען די פעסטער אריין לאזען די מאסקיטאס. און איך האב א קאנטרי דא און וויליאמסבורג"
the SCY is the limit
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

זונטאג אין ארבעט איז א זאך וואס איך טוה נישט געווענליך, און היינט צוליב די וועטער פילט עס ווי איך בין אין בית החיים אינמיטן א ווינטער נאכט, אבער נאכן ליינען דיין ארטיקל בינעך אביסל אויפגעפרישט געווארן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

צייטליך, שיינע ארטיקל, כ'האב שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

הערליך שיין און א געוואלדיגע שריפט,
איך מיין אז דו זאלסט דא בלייבן, אפשר אזוי וועט מען קענען ארויסשלעפן פון דיר נאך אזאנע.. אויסער אויב דו ווילסט קומען אין שמערי'ס קרעטשמע..
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

צייטליך, גרעיט דשאב. העלפן קען איך דיר טאקע נישט אבער הנאה געהאט האב איך זייער.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

צייטליך,

כ'פאשטיי נישט וואס דו מאכסט אן עסק פון זוכן א קאנטרי, מאך א שארט-סעיל און פיניש... פאלג די הוראה פון די גדולי הרבנים שליט"א. א רגע! קודם פרעג א שאלה פון דיין חתן מלמד צי ס'איז נישט א מצוה הבא בעבירה, ווייל וויבאלד די קאנטרי געלט קומט דאך צוריק, קען עס זיין א שאלה פון ריבית... איך גלייב אבער אז פאר די קינדערס וועגן וועט ער דיך עס מתיר זיין.

ביי דע וועי, איך בין הונדערט פראצענט מיט דיר וועגן אז די זאכן פאר די קינדער קומט צוריק, מען קען עס אסאך מאל זען ממש אפן. למשל, מיין אידענע האט נעכטן געקויפט א שיך פאר מיין קליינעם, און היינט טראגט זיך עס שוין צוריק, און קריגט א סטאר קרעדיט!

עניוועי, קיפ אס אפדעיטעד!
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”