מאמע ראטעווע מיך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

זייער עמאשינעל... ברענג א טישאו...
עס איז באמת מעכטיג אראפגעלייגט!
קיפ איט קאמינג!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

א גרויסע יישר כח צום ערשטען מאל, צום צווייטען מאל, און צום דריטען מאל.
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

איך האב :grin: און :cry: פון די מעשה
נו געגאַנגען
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

זייער שפאנענד וועיטינג פאר די נעקסט
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

Me too
נו געגאַנגען
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

טאטעניו, איין ווארט... ס'מעכטיג!!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

[דזשורנאל] מאמע ראטעווע מיך (טעמפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

אזוי וואו די לעצטע תגובה איז פארלוירן געגאנגן ביים גרויסן קראך, וועלן מיר עס יעצט איבערלייגן און גיין דא ווייטער אי"ה.

פארזעצונג # 3



חיים זיצט נאך אלס אויף זיין פאזיציע וואו אזוי ער האט זיך די ערשטע מאל
אראפגעזעצט, ער פון זיין זייט פראבירט אוועק צושטופן אלע שלעכטע געדאנקן
וואס לויפן דורך און זיין קאפ,
ער פראבירט נישט צו טראכטן פון זיין חדר אדער פון זיין היים ווייל וואו
נאר ער טראכט דערפון ווערט זיין הארץ פול מיט בענקענישן און ער נעמט זיך
וויינען...
ווען די צורה פון זיין טאטע אדער שוועסטערס קומען אום ארויף שטופט ער דאס
אוועק, און זיין קליינע מח שפילט א גאנצן צייט איבער די סצענע וואו ער
רעדט צו זיין מאמע און אינמיטן הערט ער די זעץ, ער קען נישט טראכטן
דערפון...

בען פון די אנדערע זייט מאכט זיך ניטאמאל וואוסענדיג, זעהט אויס אז זיין
הארץ איז געמאכט פון קופער ווייל אויב וואלט עס געווען געמאכט פון שטיין
וואלט עס אויך צוגאנגען פון נאר הערן וואו אזא יונג קינד וויינט פאר זיין
לעבן..
וואו רשעות'דיג דארף מען זיין צו קענען איגנארירן דאס קרעכצן פון א
אומשילדיג קינד, א קינד וואס האט זיך גארנישט פארזינדיגט ער איז נאר דא
ווייל זיין טאטע האט געלט און אום דארף מען האבן ארויס צושלעפן דאס
געלט...

דערווייל איז די נאכט צוגעפאלן,
בען זאגט פאר חיים אז ער זאל זיך גרייטן צו גיין שלאפן..
חיים פראבירט זיך נישט קעגן צושטעלן אבער און הארץ ברענט אום די כעס
אויסגעמישט מיט צובראכענקייט, ווען חיים האט געזען וואו אזוי זיין בעט
זעהט דא אויס, שמיציג און גרויליג, חיים איז געווען געוואוינט צו א
ציכטיג ריינע בעט, חיים איז קיינמאל נישט געגאנגן שלאפן אינדערהיים אן
דעם וואס זיין מאמע זאל אום געבן א קיש און שטערן און זאגן א ליבליכע
גוטע נאכט, יעצט גייט ער דא גיין שלאפן אן די אלע זאכן, און דאס מערסטע
האט אום געדריקט ווייל ווער ווייסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט אום
ברענגען..?

ארעם איז דאס פעדער אראפ צולייגן וואו אזוי חיים'ס קריאת שמע האט
אויסגעזען ביי יעדע ווארט האט זיך חיים עקסטער צו וויינט און נישט סתם
געוויינט נאר געקייכט...
בען האט אלעס צוגעקוקט אבער ס'האט אום נישט גערירט, ווען חיים איז פארטיג
געווארן מיט קריאת שמע האט אום בען אויפגעשטעלט און אריין געלייגט אונעם
שמיציגן בעט און אום צוגעבינדן צום בעט,
חיים, האט בען געווארנט, איך גיי נישט דא זיין ביינאכט, אבער איך האב
מיין הינט דא אינדערויסן, און צו ווייזן פאר חיים ווער דאס הינט איז, איז
בען ארויס געגאנגען אום אריין ברענגען, חיים האט זיך צוזאמגעצויגן פאר
פחד ווען ער האט געזען דעם גרויסן כלב, א פעך שווארצן ריזן כלב ס'האט
ענדערש געענדלט און א וואלף,
"ער" האט בען געשריגן גייט היטן אויף דיר..
און זאלסט וויסן אז אויב פלאנסטו צו מאכן קונצן גייט ער פון דיר קעיר נעמען,
איך וויל דיר נאר זאגן אז די כלב האט שוין אוועק געלייגט נישט איין מענטש,
ער פארשטייט נישט קיין חכמות אויב רירסטו דיך נישט וואו אום געפעלט וועט
ער דיר שוין ווייזן...
און איך וועל ניטאמאל דא זיין אום אפצוהאלטן...

אזוי האט בען געענדיגט און ארויס געוואקט מיטן הינט.
חיים איז געלעגן צוזאמגעצויגן אויף זיין בעט, די איינציגסטע זאך וואס האט
זיך געריקט איז געווען די שנירליך טרערן וואס האבן זיך אראפ געגליטשט
אויף זיינע בעקלעך, ניטאמאל א זיפץ האט חיים געגעבן מורא האבענדיג אז דאס
קען אויפרעגן די כלב..
און מיט אזא געפיל, אויסגעשעפט און אויסגעהינגערט איז חיים איינגעשלאפן...

*

ביי רפאל אינדערהיים האט אויסגעזען וואו תשעה באב, ווען די מיידליך זענען
אהיים געקומען פון סקול האבן זיי געטראפן די מאמע מיט א תהלים און די
הענט איר אויגן זענען געווען אויפגעשוואלן פון געוויין, זי האט קוים
געקענט רעדן, די איינציגסטע ווארט וואס זיי האבן פארשטאנען איז געווען
""חיים פארכאפט""

זיי האבן נישט פארשטאנען וואס דא האט פאסירט, ארויף גייענדיג און ספרים
שטוב האבן זיי געטראפן נישט צופיל אנדערש אויף זייער טאטעס געזיכט, אויך
פארוויינט און מיטן תהלים'ל, אבער פונעם טאטן האבן זיי געהערט עטוואס
קלארערע ווערטער אז חיים איז פארכאפט געווארן ביי שלעכטע מענטשען און
מ'ווייסט נישט וואו און וואס..
פארשטייט זיך אז יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע רונדע פון בכיות יללות,
אלע מיידליך האבן געכאפט תהלים'לעך און יעדער האט זיך געשטעלט ביי א
צווייטע ווינקל, משפחת קליין'ס הויז איז געווען איינגעוויקלט און טרויער.

אינמיטן האט זיך די טעלעפאון צוקלינגן רפאל איז צוגעלאפן אויפהייבן, אויף
די אנדערע זייט איז געווען די אומבאקאנטע קול אבער רפאל האט זיך געכאפט
אז ער האט שוין געהערט די קול היינט אינדערפרי..

איז דאס מיסטער קליין,
יא זאגט רפאל אן א אטעם,
אקעי דא רעדט טאמי, ווייסט ווער איך בין?

רפאל: ניין,
טאמי: גוט, ס'איז בעסער אז די ווייסט נישט,
לאמיר גיין צום פוינט, איך האף אז דאסמאל וועסטו נישט אראפהאקן די פאון
אויף מיר אזוי ווי ס'לעצטע מאל,
רפאל: ניין ניין, ס'איז געווען א טע...
טאמי: איך גלייך נישט ווען מ'האקט אריין ווען איך רעד, בלייב שטיל און
לאז מיך דיר זאגן וואס איך וויל,
איך האב דיין חיימ'ל דא ביי מיר, ער איז געזינט און פריש 'דערווייל'
וואס איך פארלאנג פון דיר איז די נישטיגע סומע פון פינעף מיליאן דאללער....
אויב קענסטו מיר דאס צושטעלן ביז צוויי טאג איז גוט און אז נישט ווייסטו
שוין איך שפיל מיך נישט צו לאנג מיט מיינע קליענטן איך וועל דיר נאכשיקן
חיים'ל אויף נישט א באטעמטע וועג,
רפאל: טאמי הער מיך צו, איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דו בעטס פון מיר
אבער די סומע פון פינעף מיליאן דאללער איז נישט עפעס וואס איך קען
אויפקומען און צוויי טאג איך האב דאס פשוט נישט,
טאמי: ס'איז א שאד יעדעס ווארט וואס דו רעדסט, וואס דו פארמאגסט ווייס
איך און איך זאג דיר נאכאמאל איך גיי דיך צוריק רופן מארגן און איך וויל
הערן פון דיר א פאזיטיוון ענטפער,
איך ווייס אז דיין חיים'ל מיינט זייער אסאך פאר דיר, און איך גלייב אז דו
ווילסט נישט אז איך זאל דארפן ניצן נאך וועגן דיך איבערצורעדן, אלזא אויב
מיינסטו די גוטס פון דיין חיימ'ל ביטע מאך זיכער אז דו האסט גרייט וואס
איך פארלאנג,
רפאל: איך וועל פראבירן דאס בעסטע וואס איך קען אבער ביטע גיב מיר דיין
צוזאג אז דו גייסט נישט שעדיגן מיין זון,
טאמי: איך גלייך נישט ווען מענטשען שלעפן פון מיר וועטער און איך גלייך
נישט ווען מ'דריקט מיך צום וואנט, אבער איך וועל עס טון פאר דיר, איך געב
דיר מיין עהרן ווארט אז איך וועל אום גארנישט טון, אבער.... אויב אויף
מארגן קומסטו נישט צוריק צו מיר מיט א ענדגילטיגן פאזעטיוון ענטפער
דעמאלטס איז מיין צוזאג ווערטלאז!
און איך וועל זיכער מאכן אז ס'זאל זיין ווערטלאז!!
רפאל: פיין, איך האף אויף מארגן דיך צו קענען צופרידן שטעלן,
טאמי: גוט, איך וועל דיך רופן מארגן צוועלווע צייט, וואו גייסטו זיין?
רפאל: אינדערהיים.
טאמי: (שמייכלט זיך אינטער; נו וואו דען זאל ער זיין..) אקעי, ביי.
און יא פאר איך פארגעס, פאר דיין טובה גיי נישט צו די פאליציי, פראביר
מיך נישט צו פארלויפן די וועג ווייל דאס קאסט זייער א טייערע פרייז...
ביי.

טאמי לייגט אראפ די טעלעפאון מיט א שמייכל, ער קען אנרופן אזא פאון קאלל
סוקסעספול, רפאל זעהט אויס גענוג צושאסן אז ער זאל נאך געבן זיין
פארלאנג,
ער קאלט אן בען פרעגן צו אלעס קלאפט, טאמי פארציילט אום בערך וויאזוי די
שמועס איז צוגעגאנגן ביידע האבן דערקלערט אן A1 אויף דערווייל,
וואו ביסטו יעצט פרעגט טאמי, איך בין דא צווישן די ביימער איך וויל
אבזעווירן דעם קרבן זעהן צו ער פאלגט,
איין זאך טאקע זאגט טאמי, איך האב צוגעזאגט פארן טאטן אז מ'גייט אום
גארנישט טון ביז מארגן ווען איך הער צוריק פון אום, מאך זיכער אז דו טוסט
נישט גארנישט פאר אום.
נעה, ער פאלגט שיין.. א קליינע פעטשעלע און ער פאלגט.

*

רפאל זיצט געפרוירן נאך מיט די טעלעפאון און זיין הענט, די טעלעפאון
פייפט שוין מיט די דייל טאון אבער רפאל קען נאך נישט אראפלייגן,
יא ס'איז א פאקט טראכט רפאל צו זיך, חיים איז פארכאפט ביי מאפיאנערן...
זיי פארלאנגן א אויסטערלישע גרויסע סומע... וואו גייט מען ווייטער פון דא?
צו די פאליציי נישט...
זאל ער פשוט צוזאמקלאפן די געפאדערטע פינעף מיליאן דאללער און פארטיג?
אבער ווער ווייסט צו ווען יענער וועט זעהן אז איך האב צוגעשטעלט די
געפאדערטער סומע אפשר וועט ער ארויף גיין מיט די פרייז?
אפשר וועט ער מארגן אפמאכן צו פארכאפן איינע פון זיינע טעכטער און פארלאנגן נאך?
טאטע און הימל וואס טוט מען ווייטער?
קודם האט רפאל ארויסגענומען די תהלים'ל און מיט בכיות זיך געשטעלט מתפלל זיין...

נאך א שעה האט זיך רפאל אנגעטון זיין רעקל און געזאגט פאר זיין ווייב אז
ער גייט דאווענען מעריב, זיין ווייב האט זיך פראבירט צו בעטן ביי אום אז
ער זאל בלייבן ווייל זיי האבן מורא צו בלייבן אינדערהיים אליין...
ער האט אבער געזאגט אז ער קען נישט ער מיז גיין,
באמת האט רפאל געוואלט עפעס אנדערש אינזין געהאט, ער האט דארט געוואלט
טרעפן זיינס א יוגנט פריינט וואס ער האט געהאלטן אז ער קען יענעם
געטרויען און אפשר וועט אום יענער קענען העלפן,

רפאל האט איבערגעלאזט זיין שטוב מיט א צובראכן געמוט, אנקומענדיג און שול
האט ער געטראפן זיין חבר, ער האט פארבעטן זיין חבר צו קומען מיט אום
ארויף און ווייבער שול ווייל ער האט עפעס וויכטיג צו רעדן מיט אום,

זיך אראפזעצענדיג און ווייבער שול אנטקעגן זיין חבר האט דעמאלטס הערשט
זיין חבר געזען וואו אזוי רפאל זעהט אויס,
רפאל אלעס איז גוט מיט דיר? דו זעהסט דאך אויס שרעקליך..
איז דיר עפעס א צרה באפאלן? דו מיזט מיר שוין זאגן...
ווידעראמאל האט רפאל זיך געטראפן וויינען וואו א קינד נישט קענענדיג
קומען צום ווארט,
זיןן חבר האט אום פראבירט צו בארואיגן און גלעטן טון ריקן אבער דאס אלעס
האט נישט געהאלפן.. רפאל האט געשפירט אז יעצט איז די מאמענט וואס ער גייט
זיך אויסרעדן און אראפלייגן וואס ס'ליגט אום אויפ'ן הארץ און די לעצטע
פאר שעה..

נאך א גוטע פאר מינוט וויינען האט זיך רפאל עטוואס בארואיגט און זיך גענימען רעדן..
רפאל האט אראפגעלייגט און קורצן אלעס וואס ער האט מיטגעמאכט ביז אהער,
די נעקסטע שאלה איז געווען: קענסטו מיך העלפן....???

*

חיים ליגט און בעט, ער קען נישט ציילן וויפיל מאל ער איז שוין
איינגעשלאפן און זיך אויפגעכאפט..
די שרעקליכע קאשמארישע חלומות לאזן אום נישט מנוחה, יעדע פאר מינוט כאפט
ער זיך אויף זיכער צומאכן אז ער איז נאך לעבעדיג ווייל און חלום האט ער
זיך שוין געזעהן און די ערגסטע אומשטענדן...

די פלאץ איז שטאק פינסטער, קיין שום ליכטיגקייט איז נישט צום געפינען..
חיים טראכט צו זיך מיט א ביטערקייט.
זיצט זיך א קליין אינגל און א פינסטערע וואלד.. קיינער ווייסט נישט פון
זיין געביין.. זיין לעבן הענגט און די גיסטע פון א רוצח... אויב איז דאס
נישט גענוג האט מען געשטעלט אויף די נאכט שעות א הינט זאל מיך היטן...
באשעפער... איך בין נאך אזוי יונג...
שענק מיר מיין לעבן איך זאג דיר צו איך וועל אייביג זיין וואויל...

ווילאנג חיים האט געטראכט פון זיך האט ער זיך נאך געקענט קאנטראלירן אבער
וואו נאר די בילדער פון זיין געשוויסטער זענען אום ארויף געשווימען האט
ער געשפירט אז ער האלט עס נישט אויס...
אבער דא איז פליצלונג אריין און אום א געפערליכע כעס און נישט טראכטענדיג
גראד איז אום אריין מחשבות און קאפ פון אנטלויפן...
קודם האט ער פראבירט אוועק צושטופן די מחשבות אבער ס'איז אום א גאנצן
צייט צוריק געקומען...
אפשר טאקע, לאמיך קודם פראבירן צו איך קען מיך ארויסזעהן פון מיין בעט..
חיים זעהט אז די שטריק איז שוואך געבינדן, און ביז א מינוט איז ער טאקע
געווען באפרייט דערפון....
אן די מינדעסטע גרידער האט חיים פראבירט אראפצו וואקן פון בעט...
נאך יעדע טריט האט ער זיך אפגעשטעלט און אנגעשפיצט זיין אויער זיכער
צומאכן אז די הינט האט נישט געהערט...

א טריט...
נאך א טריט....
אט האלט ער שוין ביי די פענסטער....
ער עפענט שטייט די פענסטער...

ער קריכט ארויף אויפן בעט...
מיט א קליינע שפרינג קען ער עס מאכן....

זיין הארץ האקט און פאמפט....

ער הייבט זיך אינטער...
איין פיס שטעקט זיך שוין ארויס... מיט א קליינע ריק איז די צווייטע פיס
אינדערויסן....

באשעפער העלף מיר....

איינס צוויי דריי.... ארויס!!

חיים טרעפט זיך אויסגעצויגן אויפן פלאר, ער שטעלט זיך אויף.. די סכנה איז
נישט פאראיבער... דערווייל איז די הינט שטיל...

א טריט...
שטיל....

עפעס הערט ער ביי די בלעטער זיך שאקלן....



א געוויקס געט א וואקס ארויס פאר אום....


פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב מורא אז טאמי שטייט אונטער די גאנצע קראך... ער שעמט זיך מיט זיין דורכפאל אז דאס פישל האט זיך ארויסגעכאפט פון נעץ.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך האב שוין איינמאל געהאט דאס קאדאכעס ביים ליינען דעי פארט פין די מעשה, סתם נאכאמאל אנציציען בין איך שוין נישט מסכם,
.
ווייסטע וואס ?! אויב עסטע ארויפלייגן היינט מארגן די קימענדיגע פארזעצונג עלעך נישט זיין בייז
.
געדענק מיר האבן דיר גע..........
.......
געבעטן !!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פארזעצונג # 4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

רפאל האט זיך געשפירט סאך בעסער נאכן זיך אויסרעדן פאר זיין חבר, און מיט בעטעדיגע אויגן האט ער געקוקט צו זיין חבר'ס ריכטונג זעהן וואס זיין חבר וועט טוען.

רפאל'ס חבר הערענדיג די שוידערליכע מעשה איז ער געווארן זייער איבערגענומען, ער נעמט ארויס זיין טעלעפאון און רופט אן זיין שותף,
זיין שותף איז א פרייע איד אבער איינער מיט א ווארעם הארץ און מיט אסאך קענטעניסן אונעם לעגאלן פעלד, נאך וואס זיין שותף האט געהערט וואס די רעדע איז האט ער גראד געזאגט אז דא גייט מען דארפן אריין מישן די דיטעקטיוו'ס טיעם, מ'קען נישט דא גיין דורך די פשוטע פאליציי ווייל מ'קען נישט וויסן ביי די נידריג ראנגיגע חברה צו איינער ארבעט מיט מיט די מאפיאנערן, ער האט אום געגעבן די נאמבער פון ריטשארד די הויפט פון די דיטעקטיוו יוניטס. און אויך האט ער געבעטן אז מ'זאל אום האלטן אינפארמירט מיט יעדע שריט און אויב דארף מען סיי וואס פארא הילף איז ער גרייט צו צושטעלן.

*

ריטשארד זיצט נאך און אפיס, ער גלייכט צו זיצן און די שטילע נאכט שעות ווען קיינער האקט נישט איבער און זיך קאנצעטרירן אויף זיין ארבעט, זיין שטילקייט ווערט איבערגעריסן דורך זיין טעלעפאון קלינג, ריטשארד הייבט אויף, דער אויף די אנדערע זייט האט זיך אידענטעפאצירט מיטן נאמען עיב. עיב פארלאנגט פון אום אויב מעגליך ער זאל אראפקומען צו די סינעגאג... פרעגענדיג וואס די רעדע איז האט עיב נישט געוואלט צופיל רעדן נאר איינצעלנע ווערטער עפעס קידנעפינג....
פרעגענדיג עיב פון וואו ער האט פארשאפט זיין דירעקט נאמבער און צו ער האט שוין גערופן די פאליציי איז די תירוץ געווען אז ער וועט אלעס רעדן ביים פערזענליכן באגעגעניש אונעם סינעגאג,
ריטשארד נעמט אן די פארלאנג, ער פאקט זיך צוזאם א קליין פעקל פון טולס וואו ער גלייכט עס צוריפן, וואו למשל א גאן און נאך אפאר קלייניקייטן, דאס נעמט ער אייביג מיט ווען ער גייט צו געפארפולע פלעצער,
ריטשארד ווייסט נישט ווער און וואס ס'ווארט אום אפ, און אויף אזעלכע פעלער גלייכט ער צו גיין פארגעגרייט.


*

טאמי זעצט זיך אריין און זיין קאר ער דארף ארום פארן רפאל'ס הויז זעהן צו דארט דרייען זיך נישט קיין פאליציי, פון ערפארונג ווייסט ער אז אויב רופט מען פאליציי וועלן זיי שטיין און פארענט פון די הויז מיט אנגעצינדענע בליצערס, ווייל דאס איז די פאליציי, זיי גלייכן איבערצודרייען די שטאט ווען זיי טוען עפעס,
טאמי דרייט זיך איין און די גאס פון רפאל, אלעס זעהט אויס שטיל.. דאס איז א גוטע סימן, טאמי שטעלט אפ זיין קאר פארענט פון רפאל'ס הויז נעמט ארויס פונעם טראנק א קליינע מאשינקע באהאלט עס אינטערן ארעם, און גייט צו צום הוד און עפענט עס, נאכן זיך שפילן אפאר סקונדעס האט ער זיך ארום געקוקט און מיט גלייכע טריט צוגעוואקט צו רפאל'ס הויז,
נאכן זיך גראד מאכן די העמעד האט ער ארויסגעשלעפט די מאשינקע פון אינטער זיין ארבעל און מיט א געניטע פלינקקייט האט ער ארויפגעקלעבט די מאשינקע אונעם האללוועי פארן טיר, די מאשינקע איז א קליינע אפאראט וואס כאפט אויף, און פון דעם גייט טאמי קענען מיטהאלטן צו איינער אומגעוואונטשן דרייט זיך דא ביי רפאל...

נאכן זיכער מאכן אז ס'קלעבט גוט האט טאמי אריין געקלאפט צו רפאל אונדערהיים און געבעטן צו מ'קען אום ביטע געבן א גלעזל וואסער ווייל זיין פלואידס פון די קאר איז אויסגעלאפן...
די מיידל וואס האט געעפנט די טיר האט זייער גערן צוגעברענגט א קאפ וואסער, טאמי האט זיך העפליך באדאנקט און מיט א שמייכל פארלאזט די הויז, טאמי האט פיין אויפגעכאפט אז די מיידלס אויגן זעהט אויס שטארק פארוויינט, טאמי האט עס געגליכן צו זעהן ווייל דאס מיינט אז די משפחה איז צושאסן און דאס געט אום א בעסערע טשאנס צו באקומען זיין סומע פון 'פינעף מיליאן'.

טאמי האט זיך צוריק געזעצט און זיין קאר און אנגעצינדן זיין קאמפיוטער זיכער צומאכן אז ס'כאפט געהעריג, ווען ער האט געזען אז אלעס קלאפט איז ער אוועק געפארן מיט א ברייטע שמייכל.

*

חיים שטייט געפרוירן... דיקע הענט נעמען ארום זיין ארעם, און מיט שטייפע טריט ווערט ער געשלעפט צוריק אריין אונעם כאטקע....

וואס האסטו געמיינט פרעגט בען מיט א שמייכל.... דו האסט טאקע געמיינט אז דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב דא איינעם?
דו מיינסט טאקע אז איך ווייס נישט וואו אזוי מיך אומצוגיין מיט מיינע קונדען?
הא הא הא הא איך גלייך צו כאפן אזאנע אויבער חכמים וואו די!
יעצט וועל איך שוין זיכער מאכן אז דו האסט שטענדיג א היטער...
און אזוי רעדענדיג שלעפט בען ארויס די הינט און זעצט אראפ חיים צוגעבינדן אויפן בענקל....

ווען נישט וואס טאמי זאגט אום אן אז ער זאל נישט שעדיגן חיימ'ל וואלט ער אום שוין צובראכן אפאר ביינער אום צו ווייזן אז דא איז נישט קיין חדר און מ'דארף פאלגן אבער ער האט זיך געמיזט האלטן און פאלגן זיין בעה"ב,
אבער סתם טשעפען חיים האט ער אום נישט פארבאטן, איז אום בייגעפאלן א רשע'תדיגע עצה...

ער האט גענימען די הינט און אום גוט אנגערייצט....
די הינט איז געווארן געפערליך בייז...
ער האט געשריגן מיט יאמערליכע קולות...
ווען ס'איז געווען די מאקס האט בען געלאזט דעם הינט צולויפן צו חיים'ן.
חיים איז געזעצן אויפן בענקל און זיך געווארפן וואו א בלעטל ווען די הינט האט שוין געהאלטן א האר אוועק פון שעדיגן חיים האט בען אום צוריק געשלעפט... אזוי האט בען געטוען אפאר מאל און יעדעס מאל האט ער מיט אן עקסטערע פארגעניגן צוגעקוקט וואו אזוי חיים צוהט זיך איין פאר פחד...

נאך אפאר מאל האט בען צוריק צוגעבינדן דעם הינט און געהייסן חיים צוריק גיין און זיין בעט,די הינט האט ער געלאזט ביי חיים און שטוב און בען האט פארלאזט דעם שטוב.
חיים איז געלעגן און בעט מיט די דעקע איבער זיין קאפ נישט קענענדיג קוקן דעם הינט און פנים, זיין גוף האט זיך געוואקלט... ער האט זיך נישט דערוואגט צו געבן א עקסטרע ריר...

*

רישטארד קומט אן צום שול ביים טיר ווארטן אום אפ צוויי אידן. איינער אידענטפעצירט זיך אלס עיב און דער צווייטער רפאל. ריטשארד האט גלייך באמערקט אז עיב איז דער וואס העלפט רפאל און רפאל איז דער וואס דארף הילף.
נאכן זיך באקוועם מאכן און ווייבער שיל האט עיב גענומען דאס ווארט און דערציילט אלעס וואס רפאל האט דערציילט רפאל הערט אלעס צו זיכער צו מאכן אז עיב לאזט נישט אויס קיין איין דעטאל. ריטשארד הערט אויס די מעשה מיטן גאנצן ערענסקייט און ער טראכט צו זיך אז די מענטשען דא ווייסן ניטאמאל און וואסערע פלאנטער זיי זענען...

ריטשארד האט שוין נישט איינמאל באהאנדלט אזא קעיס און אזאנע קעיסעס זענען זייער קאמפלעצירט און נאכדערצו דא וואס רפאל האט שוין איינמאל אויפגערעגט דעם טאמי, וואס דאס איז די ערגסטע און אזא סיטואציע, ביי אזא פאל דארף מען אייביג פראבירן צו געוואונען צייט ווייל אזוי זענען די טשאנסן בעסער. אלענפאלס דאס איז שוין נישט די קעיס דא, די חברה זענען שוין אנגעצויגן און מ'דארף יעצט האנדלן גאר פארזיכטיג אבער שנעל!

טיף און זיך האט ריטשארד זיך געפריידט צו דעם קעיס. דאס קען אום געבן אסאך פובליסעטי אויב וועט אלעס גיין געשמירט און אפשר וועט אום רפאל געבן א זייטיגע באלוינונג...

צו אלעם ערשט דארפסטו מארגן געבן פאזיטיוון ענטפער פאר טאמי. ער דארף וויסן אז מיר זענען דא מיטצוארבעטן מיט אום, און איך גיי יעצט צוריק און אפיס און איך וועל פראבירן צאמצושטעלן א געניטן בילד פון אלע דעטאלן און נאכן הערן פון טאמי מארגן וואס זיינע פלענער זענען וועלן גיין ווייטער.

רפאל איז איבער געגאנגען פונקטליך אלע דעטאלן מיט ריטשארד, ריטשארד האט אלעס פארצייכנט אויף א פאפיר און פארלאזט די שול

*

רפאל האט זיך נישט געקענט גענוג באדאנקן פאר זיין חבר, אבער עיב האט נישט געוואלט הערן קיין דאנקס ווערטער יעצט. מיר האלטן יעצט אונמיטן ווען מיר וועלן פארטיג זיין וועסטו געבן א גרויסע קידוש און בית המדרש און דאס וועט זיין מיין גרעסטע דאנק.
הלואי האט רפאל זיך אנגערופן מיט א קול געשטיקט פון געוויין, זאלן מיר שוין דארט האלטן.
א גוטע נאכט, מיר וועלן רעדן מארגן.
און אזוי האט רפאל געריכטעט זיינע טריט אהיים.

*

ריטשארד איז גראד פון דארט צוריק געגאנגען צו זיין אפיס און זיך אראפ געזעצט אנאלאזירן די אינפארמאציע און זעהן וואו אזוי צוהאנדלן ווייטער.
ס'האט נישט גענומען לאנג פאר ריטשארד צוזאמצושטעלן דעם גנויען בילד וואס דא גייט פאר. און נאך מער א שיינע פאר אפענע מיסטירעזישע קעיסעס וואס ריטשארד מיטשעט זיך שוין לאנג צאמצושטעלן האט יעצט אנגעפאנגן צו באקומען עטוואס א קלארערן בילד..

ריטשארד ווייסט שוין וועם ער גייט אריין מישן און דעם קעיס. דאס גייט ער איבער געבן פאר זיינס א בעסטע אגענט סים. דער סים איז ווערט א עקסטערע קאפיטל, ער איז פון אייביג אן געווען מיט א קאפ העכער פון יעדן, דאס לעצטע מאל ער האט זיך אינטערגעזיכט האט אום די דאקטער באשטעטיגט אז ער איז זעקס פיס און פינעף אינטשס, ער וועגט 350 פונט, זיינע אויגן ווארפן א פחד..
סים ניצט מען נישט פאר פשוטע אקציעס. אום ניצט מען ווען מען דארף זיך שלאגן מיט דראג גענגס, אבער דא האט ריטשארד אפגעמאכט גייט ער יא אריין מישן סים, ווייל אויב שטעלט זיך ארויס ריכטיג אז די זעלבע מאפיאנערן זענען די וואס זענען פאראנטווארליך פאר אלע אפענע קעיסעס וואס ליגט ביי אום, דאן זענען די מאפיאנערן פון די ערגסטע און ריטשארד היסטאריע און מ'גייט דארפן ניצן אפאר סימ'ס זיי אראפ צוברענגן..
ריטשארד קלערט נישט קיין צוויי און לאדענט איין סים פאר א זיצונג,

פאר סים איז אנגעקומען האט ריטשארד זיכער געמאכט אז ער האט א שאכטל ציגארעטליך ווייל ריטשארד האט געוואוסט אז סים גלייכט נישט ווען מ'וועקט אום און טיף און הארץ האט ריטשארד א שטיקל פחד פאר סים..

סים איז אנגעקומען און אפיס, ריטשארד האט אום תיקף דערלאנגט די שאכטל אבער אנדערש וואו אייביג האט סים גלייך געוואלט צוגיין צום ענין און הערן וואס די וויכטיקייט איז, נאכן אויסהערן ריטשארד פאר א האלבע שעה און איבערקייען אלע דעטאלן איז סים געווארן זייער אנגעצינדן.. זיין איגא האט זיך צוטאנצען, סים האט אויך דא געזען גרויסע פעטענשעלס אז דא גייט מעגליך קומען געלט, און כבוד זיכער.

סים האט זיך אויפגעשטעלט און מיט זיין אויפגעבלאזענעם ארעם האט ער געוויזן א פויסט פאר ריטשארד, אום צו צייגן אז ער איז פולשטענדיג גרייט.

*

די נאכט איז דורך אבער פארשטייט זיך אז רפאל האט קיין אויג נישט געקענט פארמאכן. צופרי איז ער געגאנען צו שחרית ווען ער איז פארטיג געווארן מיט שחרית האט די זייגער געוויזן אויף האלב צוועלף. רפאל האט זיך אהיים געיאגט צו קענען כאפן און נישט פארפאסן די פאון קאל.


*

צו וויסן וואס איז ווייטער געשען נאך די פאון קאלל וועט איר מוזן ווארטן אויף די קימענדיגע פארזעצונג.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואו איז דיין אידיש הארץ?????

דער פיצל חיים'קעס הארץ שאקלט זיך ווי א פלאטערל.... רפאל איז אנגעצויגן ווי א בין..... (פון מיין אנגעצויגנקייט רעד איך ניטאמאל) און ער האט צייט צו פארזעצונגן.................?


---

קיפ אן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אב זקן, נישט אלע פארשוואונדענע ניקס זענען שוין צוריקגעקומען און נישט אלע גלייכן צו שרייבן אויף א צייטווייליגן פארמאט, אבער דו האסט אונז נישט געלאזט לאנג ווארטן, און טאקע אריינגעווארפן א שטארקע נחמה מיט דעם סים-קארד... אוי האט ער מוסקלן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זייער זייער שרעקעדיג, יישר כחכם ער' אב'לע.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

שכוח
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

מעג איך שוין בעטן מ'זאל גיין ווייטער אדער ס'איז נאך צי פרי...???
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

כמיין ס'איז שוין about time
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

נא טאטע וואס איז געשען מיר ווארטן אויף נאך א גלעזלע שנאפס (איך הייב שוין אן צי פארגעסן די אנהייב)
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

שלום וברכה טייערע חבירים.

מיר האבן נישט פארגעסן פון אייך. איך האף נאך היינט נאכט אדער מארגן אינדערפרי ארויפצולייגן די פינפטע פארזעצונג.
ס'איז שוין אפגעשריבן ס'ווארט נאר אז די מגי' זאל עס באשטעטיגן, ווען ער וועט זיין פארטיג וועט עס אי"ה ארויפגיין.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

אויב איינער קען ארויסהעלפן.
איך קען נישט דא אריין פעיסטן די נייע פארזעצונג, ס'איז צו לאנג.
אמאל פלעג איך עס טוען דורך די געהעריגע בלעק בערי בראוזער אבער זינט מ'האט גטוישט אפאר זאכן קען איך מער נישט ניצן די געהעריגע בראוזער,
יעצט ניץ איך אפערע מיני און דא לאזט ער נישט פעיסטן קיין לאנגע זאכן.

ווער ס'קען ארויסהעלפן. די פארזעצונג איז גרייט איך ווארט נאר אויף הילף.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פארזעצונג # 5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

און קורצען פון פריער.

ר' רפאל א פלעטבוש אידל האט אן איינצוג זון חיים,
דער חיים איז נעבעך פארכאפט געווארן דורך מאפיאנערן זייער ציל איז ארויסצוקוועטשן געלט פונעם פאטער רפאל.

בען איז דער וואס האט דורך געפירט די פארכאפונג.

טאמי די פירער פון די גרופע האט אנגערופען רפאל אום מעלדן אז זיין זוהן איז און גוטע הענט און אויב וויל ער אום צוריק זאל ער זיכער מאכן צו צושטעלן פינעף מיליאן דאללער.

אינדערצווישן האט טאמי אפגעשטאט א באזוך ביי רפאל אונדערהיים אן זיין וויסן און דארט ארויפגעלייגט א באהאלטענע קעמרע אויף זיין האלוועי טיר, צו קענען מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן ביי רפאל אינדערהיים.

רפאל'ס חבר עיב האט מיט זיינע קאנעקשענס אנגערופן דיטעקטיוו ריטשארד. ריטשארד האב אנגענומען די קעיס מיטן פולסטן ערענסקייט און האט געהייסן רפאל אז ער זאל ענטפערן א פאזיטיוון ענטפער פאר טאמי.
ריטשארד פון זיין זייט האט זיך גענומען ארבעטן און האט אויפגענומען זיין בעסטע אגענט סים.
דערווייל איז נאך דא אסאך ארבעט און קיין סאך צייט איז נישט געבליבן, ביז צוויי שעה דארף טאמי אנרופן רפאל און הערן זיין ענטפער און פון דארט גייען זיי אפשמועסן א פלאץ וואו זיך צו טרעפן.

און יעצט ליינט ווייטער.

עלעף אזייגער צופרי האט ריטשארד געפארקט זיין קאר און פראנט פון רפאל'ס הויז, אויף די אנדערע זייט איז געזעצן סים ביידע זענען געווען גוט אויפגעהייטערט און פיין אנגעגרייט אויפ'ן היינטיגן טאג.
ריטשארד באטראכט די הויז מיט א געניט אויג, ער האט גארנישט געטראפן פארדעכטיגט, ער שפאצירט צו צום טיר און נעמט נישט אראפ זיין אויגן פונעם ארום זעהן צו איינער האלט א אויג אויף אום.
סים איז געבליבן זיצן און קאר, ער האט געהאלטן א אויג אויפן גאנצן ארום, און מ'האט אפגעשמועסט אז די מינדעסטע פארדעכטיגע זאך וועט ער אנרופן ריטשארד,
דערווייל זעהט אלעס אויס שטיל.

ריטשארד קלאפט אן ביי רפאל אינדערהיים, וואו נאר רפאל זעהט ווער ס'איז דא האט ער תיקף אום אריין גענומען.
ריטשארד האט זיך גראד גענומען צו די ארבעט, ער האט געדארפט אויפסעטן די סיסטעם אז ער זאל קענען טרעיסן די קאלל פון וואו ס'קומט און דאס צו טוען נעמט צייט,
רפאל איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון ריטשארד אויב דארף ער סיי וואסערע הילף אבער זיין מויל האט זיך נישט אפגעשטעלט קיין מינוט פון מורמלען קאפיטליך תהלים.

נאך א האלבע שעה איז ריטשארד געווען גרייט, און ביידע האבן זיך געזעצט ווארטן אויף די פאון קאלל וואס האט געדארפט קומען צוועלף אזייגער וואו אפגעשועסט.

*

טאמי איז אויפגעשטאנען צופרי, זייער גוטמוטיג, היינט גייט זיין א פיינע טאג און ביזנעס, פינעף מיליאן דאללער מאכט זיך נישט יעדן טאג.
טאמי האט זיך שוין גענומען קלערן ווער די נעקסטע איד גייט זיין, ווייל לויט וואו ער זעהט זענען די אידן די גרינגסטע צו פייניגן און שלעפן געלט.
נאך פרישטיג האט זיך טאמי פארבינדן מיט בען און אום געבעטן געוואויר צו ווערן פון חיים וואס זיין טאטעס סעל נאמבער איז.
ס'האט נישט גענומען מער וואו א האלבע מינוט און בען האט שוין געהאט די סעל נאמבער, לויט וואו טאמי האט פארשטאנען האט בען עפעס גאר שטארק איבערגעשראקן דעם חיים, און ער פאלגט יעצט וואו שעפעלע. פאר טאמי האט נישט אינטערעסירט וואס די רעדע איז, וואו לאנג חיים איז וואויל איז גוט.

די זייגער ווייזט אויף עלעף אזייגער,
טאמי מאכט זיך גרייט אויפן פאון קאלל, דערווייל קוקט ער און די קעמרע וואס ער האט צוגעטשעפעט צו רפאל טיהר, קוקנדיג זעהט ער וואו איינער וועם ער קען נישט וואקט אריין און די הויז...

ער פראבירט אפצוכאפן די פנים אבער ס'גייט עפעס נישט..
טאמי ווערט אנגעצויגן, ער האט געמיינט אז רפאל רוהט איין און ציטערט דערווייל זעהט ער אז רפאל האט יא איינעם אראפגערופן...
טאמי קלערט צו זיך אז ער קען נישט אזוי ווייטער האנדלן, ער מיז געוואויר ווערן ווער דער איז....

*

די זייגער רוקט זיך און אט האלט מען ביי צוועלף אזייגער,
רפאל מיט ריטשארד זיצן צוזאמען אונעם און ווארטן אפ די פאון קאלל, ריטשארד קוקט נאך איינמאל איבער צו אלעס איז קאנעקטעד און פלאץ, נאכן זיכער מאכן אז אלעס איז גרייט האט ער געבעטן רפאל זיך אראפצוזעצן און ווארטן צוזאמען מיט אום.

12:00

ריטשארד איז און שאק!!
אנשטאט די היים טעלעפאון וואס דארט איז אלעס אנגעטשעפעט גרייט אויפצוכאפן פון וואו די קאלל קומט, האט זיך די סעלפאון צוקלינגן, און רפאל ווייזט אום מיט די הענט אז ער איז דאס!!!

דאס איז געווען א שטארקע נידערלאגע פאר ריטשארד, ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין אז זיי די מאפיאנערן האבן אום אזוי גרינג אויסגעשפילט.

*

טאמי צושמייכלט זיך הערענדיג וואו פארלוירן רפאל האט אויפגעהויבן, דאס מיינט אז רפאל האט זיך נישט גערישט אז מ'גייט אום רופן אויפן סעל.

הער אויס האט טאמי אנגעפאנגן די שמועס:

איך האב געמיינט אז דו זיצט איין און דו ווארטס אז מיר זאלן שליסן דאס געשעפט פרידליך און פארטיג. דערווייל זעה איך אז ס'איז נישט אזוי, דו האסט אראפגערופן איינעם ביי דיר אינדערהיים......

רפאל טוישט קאלירן... ער האט נישט געגלייבט אז טאמי ווייסט אזויפיל...

ריטשארד זעהט וואו רפאל ווערט שרעקליך פארלוירן... די פראבלעם איז נאר אז ער קען נישט אויסהערן די שמועס ווייל יעצט איז נישט שייך זיך צו נעמען אויפסעטן נאכאמאל אלעס.

רפאל: טאמי ניין, איך האב נאר דא מיין לויער ער זאל מיר ארויסהעלפן מיט מיינע געלטער מיר העלפן צוזאמקראצן די פינעף מיליאן דאללער. אבער ער ווייסט נישט די צוועק פונעם געלט...

ריטשארד האט שוין יעצט פארשטאנען אלעס. ביז יעצט האט ער נאך נישט געוואוסט פאר זיכער אז די סיבה פארוואס טאמי האט געטוישט טעלעפאון איז ווייל ער ווייסט איינער זיצט דא, ער האט געמיינט אז טאמי האט עס געטוען פשוט צו דערשרעקן רפאל. אבער יעצט האט ער געכאפט אז טאמי ווייסט אז ער זיצט דא.
די שאלה יעצט איז... פון וואו ווייסט ער דאס??

גראדע האט ריטשארד זייער הנאה געהאט פון רפאל'ס ענטפער, ס'איז געווען א קליגע שריט פון זיין זייט, יעצט עמער זעהן צו טאמי וועט דאס אננעמען...
ריטשארד האט גלייך ארויס געשלעפט א ביזנעס קארד וואס ער האט געהאט און זיין טאש פון זיין לויער, אז אויב טאמי פרעגט מער אינפארמאציע איבער דעם לויער זאל רפאל קענען ענטפערן..

טאמי: איך הער וואס דו זאגסט, וואס איך וויל פון דיר איז אז דו זאלסט היינט נאכט אכט אזייגער זיין ביי די ערשטע רעסט עריע נאכן דזשארדזש וואשניגטאן ברידזש, דארט וועט דיך איינער אפווארטן און דו וועסט אום נאכפארן... ער וועט דיר שוין טראגן וואו ער דארף..

רפאל: אבער וואו אזוי וועל איך וויסן צו דו פארפירסט מיך נישט ערגעץ און דארט וועסטו מיר דערהארגענען?

טאמי: איך זוך דיך נישט צו הארגענען. האב נישט אזוי מורא..
איין זאך יא. אויב פלאנסטו איינעם מיטצוברענגן דעמאלטס זאלסטו וויסן אז דיין לעבן איז פארטיג. און אויך דיין חיימ'לס לעבן וועט האבן די זעלבע ענדע וואו דיינס.
זיי נישט קיין חכם ווייל דיין לעבן און דיין קינדס לעבן הענגען און דיינע הענט יעצט.
און זאלסט וויסן אז ס'איז נישטא קיין וועג צוריק.

אלזא, היינט אכט אזייגער ביים רעסט עריע. מאך זיכער אז דו האסט דאס געלט גרייט, אויב גייט אלעס געשמירט וועסטו נאך היינט האבן דיין חיים'ל אינדערהיים. און אויב נישט.... וועלן ביידע פון ענק זיין ערגעץ אנדערש....
ביי!

ס'האט גענומען פאר רפאל א מינוט צוויי זיך צו כאפן אז קיינער איז שוין נישט אויף די אנדערע זייט און ער קען שוין אראפ לייגן.
נאכן אראפלייגן האט ריטשארד געוואלט פונקטליך וויסן וואס די רעדע איז געווען, ווען רפאל האט אום איבערגעזאגט איז ער געווארן זייער אנגעצויגן..
די ערשטע זאך האט ער געשיקט א טעקסט סים און אום געפרעגט צו ער זעהט איינעם ווייל אויף עפעס א וועג איז טאמי געוואור געווארן אז ער איז דא.

סים האט אום אבער געזאגט אז פון ווען ער איז אריין און די דירה האט ער קיין אויג נישט אראפגענומען פונעם האריזאנט, און קיינער פארדעכטיג דרייט זיך נישט,
יעצט איז די שאלה וואו אזוי איז ער טאקע געוואויר געווארן?

סים פרעגט ריטשארד צו ער איז דערגאנגען עפעס אינפארמאציע, אבער די ענטפערט איז געווען נעגעטיוו,
איך קום ארויס זאגט ער פאר סים און מיר וועלן רעדן און די קאר,
ארויסגייענדיג האט ריטשארד זיך ווידער ארום געקוקט צו ער זעהט נישט עפעס פארדעכטיגט, און דאן איז זיין אויג געפאלן אויף די קליינע אויגעלע וואס איז געלעגן אנגעקלעבט אויפן טיר....

ריטשארד האט זיך שנעל אוועקגעדרייט
און געפרעגט רפאל צו ער ווייסט וואס דאס איז, רפאל האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז. יעצט האט ריטשארד געכאפט די זאך,

ער פרעגט רפאל צו ער האט אפשר אייגענע סורוועיליענס קעמרעס, רפאל האט גענטפערט אז יא.

ריטשארד האט זיך אראפגעזעצט איבערצוקוקן רפאל'ס קעמרעס און נאך א שעה זוכן האט ער געטראפן וואס ער האט געזוכט.....

ריטטשרד האט געטראפן א קלארן בילד פון די מענטש וואס האט ארויפגעקלעבט די קעמרע...
מיט די אינפארמציע האט ריטשארד געוואנדן זיינע טריט צום ארויסגאנג, און ביים ארויסגיין האט ער זיכער געמאכט אז די קעמרע כאפט אום נישט אויף.
ריטשארד האט געקלערט צו זיך אזוי, אויב האט די קעמרע מיך שוין אויפגעכאפט פריער דאן בין איך סייווי שוין אויף זייער ליטסטע און זיי ווייסן שוין סייווי אז רפאל האט זיי פארראטן, און אויב האט מיך די קעמרע נאך נישט אויפגעכאפט דאן בין איך מיט א טריט פאראויס פון זיי.....

ריטשארד זעצט זיך אריין און סימ'ס קאר און ריטשארד הייסט פאר סים צו פליען צום אפיס ווייל ער האט נייעס....

*

טאמי איז היפש נערוועז, רפאל איז שוין גארנישט אזא שטילע פויגל וואו ער האט געמיינט אבער דאס מערסטע וואס האט אום נערוועז געמאכט איז געווען די פוינט אז ער ווייסט ווער דער יעניגער איז, רפאל זאגט אז יענע איז זיין לויער, אבער עפעס האט זיך נישט דאס געוואלט גלייבן.

אזוי קלערענדיג זעהט טאמי וואו איינער עפענט רפאל'ס טיר, און איינער וואקט ארויס פון דארט. טאמי האט זיך געפרייעט אז ער האט א קלארן בילד פון דער וואס דרייט זיך דארט...
טאמי האט ארויסגעפרינט די בילד...
נאך א מינוט זעהט ער וואו יענער דרייט זיך צוריק און עפעס פארהאנדלט ער מיט רפאל... טאמי איז שוין געווען זיכער ביי זיך אז דער איז נישט קיין לויער...
ווער פונקטליך דאס איז ווייסט ער נאך נישט, דאס גייט ער זעהן און א מינוט ארום נאכן אריין סקענען די בילד און זיין דאטע באזא.
און גראד נאכדעם זעהט ער טאקע וואו יענער וואקט ארויס מיט געאיילטע טריט אז די קעמרע זאל נישט אויפכאפן זיין פנים...


טאמי סקענט אריין די בילד און זיין סיסטעם און ביז א מינוט האט די קאמפיוטער זיך גענומען שפייען א טוץ מיט אינפארמאציע...
טאמי האט אנגעפאנגן צו כאפן אז ער האנדלט דא מיט איינע פון די שטערקסטע אגענטן און נ.י.,
טאמי'ס בליט האט זיך גענומען קאכן מיט א מורא'דיג כעס....

*

ריטשארד וואו נאר ער איז אנגעקומען און אפיס האט ער אריין געסקענט דאס בילד און די קאמפיוטער האט אום נאר געוואוסט צו דערציילן אז דער הייסט מיגעל און איז איינמאל ארעסטירט געווארן פארן דרייוון אנגעטרינקענערהייט, און אז ער וואוינט און די בראנקס...

די זייגער ווייזט אויף 1:30 און ווייניגער פון זעקס שעה דארף מען שוין האבן א פארטיגן פלאן וואו אזוי צו האנדלן און דערווייל האלט מען דא פאר אלף.
ס'איז נאך דא אסאאך צו ערלעדיגן...



פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

איך האף אז נישט דעס רופסטו לאנג טאטעלע לייג ביטע די איבעריגע חלק וואס פריער
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר ציענד און געשמאק
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

טאטע איך האלט עס נישט אויס מיין הארץ גייט אויס פאר חיים'ל
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

אב מעכטיג
די גאנצע פארזעצונג ווערט געטייפט מיטן בלעקבערי ? אנבעליבעבל
מווייסט ניטמאל וואס פאר א ארבעט אונזער אב לייגט אריין
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הערליך, ציענד, געשמאק, קיפ אפ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”