דער ברודער-קריג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

כעלדיר זאגען דעם אמת כאנישט געהאט די וואך קיין צייט צי לעזן דעם גאנצען פי די עף אבער מיין יונגל האט עס יא געליינט פון אנפאג ביז צום סוף און ער שיקט דיר א גרויסען ישר כח
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מוטשע נישט האט געשריבן:גראדער, מתוק לחיך. כה יתן וכה יוסיף.
לויט ווי איך געדענק פון מיינע קינדער יארן יארן האט עשו נישט געטראפן קיין כשר הערש און האט דעריבער געברענגט א הונט.

איך וויל מיר נאר ערלויבן צו בעטן אויב מעגליך צו צילייגן קעפלעך בעפאר יעדע נייע ענין, ליתן רווח בין פרשה לפרשה.
ישר כח ויהא חלקך בין מזכי הרבים

אזוי שטייט אין תרגום יונתן
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יישר כח גראדער!
נאך א מזל דו האסט געבעטן מען זאל דיר איבערגעבן די שקויעכס נאך שבת, אזוי האבן מיר די מעגליכקייט בשעת'ן געבן די קאמפלימענט צו בעטן אז דאס זאל ווייטער אנהאלטן, און פרשת ויצא זאל "נישט" זיין די לעצטע ארטיקל....

ואגב די מעשה פונעם חקל יצחק איז א גוטער מקור אויף צו פארציילן די סדרה אויף אזא מהלך הישר-גראדער.
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

יישר כח גראדער!
נו געגאַנגען
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

יישר כח הרב גראדער!
איך האב זייער הנאה געהאט!
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

יישר כח גראדער
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גראדער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'

ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.


אז דער מייסד בכבודו ובעצמו פארשטייט נישט מיין שטעלונג דארף איך עס אביסל קלארער מסביר זיין, באמת איז דא כמה סיבות דערביי, איינע פון די הויפט סיבות איז דאס: דער ארטיקל ווערט געשריבן במושכל ראשון, אן קיין שום הגהה, געווענליך האב איך ניטאמאל צייט עס איבערצוליינען אפילו ''איין'' מאל, דעריבער איז דא דערין אסאך טעותים, טייפא גרייזן, און איך גלייב אז ס'קען זיך מאכן אויך ענינים וואס דארף פארראכטן ווערן, ווען א זאך ווערט פארשפרייט אין די הונדערטער ברבים איז עס א מורא'דיגע אחריות, און איך בין נישט גרייט צו נעמען דעם אחריות אויף מיר, ווען איך וואלט געהאט די צייט עס מגיה צו זיין און אויסארבעטן הונדערט פראצענט איז איין זאך, אבער ווען א זאך ווערט געשריבן נאר פון קאפ ארויס אלס אן ארטיקל פאר די חברי הקרעטשמע וואס פארשטייען זיך אויפן ווינק, און אפילו ווען ס'דא אמאל א גרייז נעמט עס דער עולם אן מיט פארשטענדעניש, גייט עס נאך מיט, אבער איך בין בשום אופן נישט מסכים ס'זאל פארשפרייט ווערן אויף א פלאץ חוץ מכותלי הקרעטשמע.

צוליב די אויבענדערמאנטע סיבה, ועוד טעמים שאי אפשר לפורטם, בין איך נאכאמאל מגלה דעת, אויב וועט עס ארומגעשיקט ווערן, אדער פארשפרייט ווערן דורך סיי וועלכע ארגענעזאציע, וועט פרשת ויצא לדאבוננו זיין דער לעצטער ארטיקל.

איך וועל גיבן איין קליינע דוגמא מ'זאל מיר קלארער פארשטיין, די וואך פון פרשת תולדות איז געווען געוויסע האקעלע זאכן לגבי קינדער, ס'געווען זאכן וואס איך האב געשריבן ברמיזה, לדוגמא אז רבקה איז נישט געווען ראוי צו האדעוווען קינדער ביז די דרייצן... און אז עשו האט געקידנעפט די כלה... אבער ביים ענין פון ויתרוצצו הבנים האט מען מיר מעורר געווען אז ס'וואלט געדארפט געשריבן ווערן מער צווישן די שורות, און איך האלט טאקע אויך אזוי, וואלט איך געהאט צייט עס מגיה צו זיין וואלט עס נישט פאסירט, איך וואלט אליינס באמערקט דעם פראבלעם און עס פארראכטן, אבער למעשה איז עס ארויס כמות שהיא, אויף די חברי הקרעטשמע פארלאז איך זיך אז יעדער האט שכל און איז זיך מסדר, אבער ארויסלאזן א זאך אין די גאס אן קיין הגהה איז א עוון פלילי, וכהנה עוד רבות.

איך האף אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און דער שיעור וועט בלייבן צווישן אונז גוטע פריינט...

ווי זאגט די וועלט, ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה...


יישר כח גראדער פאר תולדות, נו! ויצא! געב ארויס דעם נעקסטן! ביטע שעהן!

כ'האב הנאה אז אנדערע האבן מעורר געווען וועגן דעם ויתרוצצו, ווייל איך האב אויך אינזין געהאט דיר צו זאגן, איך בין געווען אין א דילעמא ווי אזוי עס צו דערציילן פאר די קינדער, למעשה האב איך עס מבליע געווען

אבער איך ווער ערשטוינט, אז דער ארטיקל ווערט אזוי געשריבן פון קאפ ארויס, וואויל פאר דיין קאפ ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

מי יודע האט געשריבן:כ'האב הנאה אז אנדערע האבן מעורר געווען וועגן דעם ויתרוצצו, ווייל איך האב אויך אינזין געהאט דיר צו זאגן, איך בין געווען אין א דילעמא ווי אזוי עס צו דערציילן פאר די קינדער, למעשה האב איך עס מבליע געווען

די זעלבע ווי אזוי מען לערנט אין חדר די רש"י אויף ויתרוצצו
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

ס'איז שוין מיטוואך נאכט און דערווייל הערט מען נישט פון גראדער. איז דא וואס צו זיין דערשראקן?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ויצא :x גראדער איז ארויסגעגאנגען....

נאמאר דא! (קרעדיט: מיין מאמע ווען כ'האב געדארפט א נאש)

:oops:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

חברה ס'צרות

איך האב מורה הרב גראדער האט מקיים פסק געווען ס'איז שוין דאנערשטאג אין ליידער ליידער...


הרב גראדער איך גלייב אז די חברה האבן שוין געכאפט דעם רמז אין ביטע זיי ממשיך ווייל מיר קיקן ארויס דערויף בכליון ענים!!!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

leiby האט געשריבן:קוקט אויס ווי זיי נעמען עס נאר אויב ס'ליגט א פידי עף פאר פרייטאג, (וועגן דעם איז נאר דא די וואך,) מיטן לייגן פרייטאג די פידי עף וועט לכאורה מער נישט זיין די חשש.


קוקט אויס ער טוט די עצה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך בין ליידער געווען שרעקליך פארנומען די וואך און איך האב דערווייל נאכנישט געהאט קיין צייט צו שרייבן, איך האף נאך אפשר צו פראווען א ליל שישי די נאכט און כאטש עפעס אפשרייבן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

איך_הער האט געשריבן:נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2010 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך adobe yid »

1x1 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

adobe yid האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

adobe yid האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

גם אני מצטרף בתוך שאר ניקי הקרעטשמע, שרייבזשע ביטע מיט דיין גאלדן פעדערל
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

נאך א וועג וויאזוי מיר צו צווינגן צו שרייבן א ישר כח.. איך שרייב ווייניג, אבער ווען בהגיגי תבער אש, כמיין צו זאגן ווען איך חלש אויף דיינע שורות וועל איך ארויסקומען. בקיצור: גראדער; ווער האט דיר געגעבן רשות צו ווערן ביזי אויף אונזער חשבון..., כ'מיין, דער עולם, קעי לאז אפ דעם עולם, איך, איך יגר'ל ווארט אויף דיין ארטיקל.

נאך א סיבה - מעגסט עס וויסן - איך האב נישט ליב צו פארציילן פארן עס אפליינען 2 מאל, אז דו געסט עס ארויס פרייטאג, האסטו א קלענער שאנס אז איך זאל עס פארציילן פרייטאג צונאכטס.

[גלגל וועט פלאקערן אין גיהנום פארן אונז איבערשרעקן..]
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

adobe yid האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:נחמתני, אבער פליייייייייייייייייייז.
נו געגאַנגען
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

די יאר קומט חידושים???
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

הרב גראדער שליט"א, וועט זיין פרישע סחורה די וואך? הקטנים עם הגדולים ווארטן אומגעדולדיג
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

דער ערשטער האלב איז די פאריאריגע מיט אביסל הוספות וביאורים, היות פאראיאר האבן מיר אויסגעלאזט די מעשה אין פלישתים און מ'זעמיר גלייך געגאנגען צו די ברכות האב איך נאכאמאל געלייגט די ערשטע האלב פון די פאריאריגע און דערנאך די פלישתים מעשה לויטן סדר, לאמיר האפן אז מ'וועל מיר קענען ענדיגן פלישתים און צוענדיגן די ברכות. מי יודע.

ויעתר יצחק לה'

"זאג נאר ענר, ווי גייען זיי דארט?"

"וואס הייסט וואו? דו זעסט נישט אויף דער עלטער אשכול ברודער, זיי גייען ארויף דעם בארג!"

"פארשטייסטו נישט וואס איך פרעג, פארוואס גייען זיי ארויף דעם בארג?"

"כ'פארשטיי דיר נישט אשכול, דו פרעגסט קשיות אויף דעם יצחק, ער איז דאך א הייליג קינד".

"אוי ענר ענר, א קינד רופסטו אים, ער איז דאך שוין זעכציג יאר אלט".

"און איך געדענק נאך ווי היינט ווען ער איז געבוירן געווארן, ס'קוקט מיר אויס ווי נעכטן, כ'דערמאן זיך אפילו א גוטער וויץ וואס די ליצים האבן דאן פארשפרייט". (ספורנו שבא מישמעאל או מאמו כדי שהוא יהי' היורש היחידי של אברהם)

"יא ענר, דו מיט דיין זכרון, נו זאג מיר איבער דעם וויץ, לאמיר הערן".

"איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער וויץ איז געווען, אבער עפעס האט זיך עס גערעדט אז יצחק איז באמת א זון פון אבימלך, (גמ' בב''מ פז) אדער פון פרעה גאר... (תנחומא) יעדער האט געלאכט האב איך מיטגעלאכט... כ'ווייס נאך יעצט נישט פארוואס".

"כ'פארשטיי נישט, ער קוקט דאך אויס פונקט ווי אברהם, וויאזוי קענסטו זאגן אז ער איז אבימלך'ס?"

"איך האב דען געזאגט עפעס? כ'זאג דיר דאך אז די ליצים האבן געזאגט, הקיצור ווייס איך נאך אלץ נישט, וואס עפעס שלעפט ער זיך ארויף דעם מורי' בארג, (פרקי דר"א לב תרגום יונתן) אפשר וויל ער זיך נאכמאל לאזן שחט'ן דארט?"

"נע, צו דעם וואלט ער נישט מיטגענומען זיין ווייב, וואס עפעס שלעפט ער מיט רבקה'ן?"

"איך האלט די בעסטע זאך וואלט געווען אים שטיל נאכגיין, און נאכקוקן וואס ער גייט דארט טון".

"נו גוט, לאמיר גיין"

"ווילסט זיך באהאלטן דא אונטער די שטיינער?"

"ניין, כ'מיין ס'נישט קיין גוטער פלאץ, ווייל כ'זעה ווי יצחק שלעפט שטיינער, קוקט אויס ווי ער וויל עפעס בויען דא".

"מן הסתם א מזבח, (זוה"ק) כ'געדענק נאך ווי זיין טאטע אברהם פלעגט בויען כסדר מזבחות, מקריב געווען קרבנות, און געלויבט דעם באשעפער, כ'מיין אז אויף דעם בארג האט ער שוין אויך געבויעט א מזבח טאקע ביי די עקידה פון יצחק'ן".

"יא יא, ער האט דאך מקריב געווען א איל דעמאלס, כ'געדענק נאך ווי ער האט געזאגט ביי יעדע זאך, זאל זיין דער שחט'ן אנגענומען ווי גלייך איך וואלט גע'שחט'ן מיין יצחק, זאל זיין דער שפריצן די בלוט אנגענומען ווי איך וואלט געשפריצט יצחק'ס בלוט, זאל זיין דער פארברענען..."

"נו אוודאי געדענק איך, אויב ווייס איך גוט איז אברהם נישט געווען דער ערשטער וואס האט געבויעט א מזבח דא אויפן בארג, כ'מיין אז אדם הראשון האט שוין דא געבויעט א מזבח, זיינע קינדער קין און הבל האבן דאך דא מקריב געווען זייערע קרבנות, און דאכט זיך אז נח נאכן מבול האט אויך דא געבויעט א מזבח".

"אינטערעסאנט וואס יצחק וויל דא יעצט טון מיט דעם מזבח, איך זעה ער איז מקריב א קרבן".

"ששש, ער נעמט זיך רעדן, לאמיר הערן..."

"אוי, כ'זעה ווי רבקה שעפשעט אויך עפעס".

"איך הער אויס יצחק'ן, און דו הער אויס רבקה'ן"

"גוט"

"רבש"ע, באשעפער פון די וועלט, דו האסט דאך צוגעזאגט פאר מיין טאטן אברהם אז זיינע קינדער וועלן זיין אזוי סאך ווי די שטערן אין הימל, און האסט דאך אים געזאגט אז די קינדער וועלן זיין פון מיר, ווייס איך דאך אז איך וועל האבן קינדער, אבער איך בעט דיר טאטע געטרייער, העלף מיר אז די קינדער זאלן זיין פון די צדקת רבקה, די קינדער וואס די גיבסט מיר זאל זיין פון איר". (ב''ר)

אין די צווייטע ווינקל איז געשטאנען רבקה און געבעטן "רבש"ע, איך בעט דיר, אויב דו ווילסט מיר גיבן קינדער, ביטע, פון דעם הייליגן יצחק".

יצחק האט נישט אויפגעגעבן, שעות לאנג איז ער געשטאנען אויפן הר המורי', און איינגעריסן ביים רבש"ע, "רבש"ע, איך ווייס אז מיין פרוי איז אן עקרה, אבער דאך בעט איך דיר העלף אונז ווייל מיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר".

515 תפלות האבן זיי מתפלל געווען דארט. (חת''ס, יצחק רבקה בגימ' כמנין תפלה שזהו 515, ומפרשים כדברי המגלה עמוקות בפרשת ואתחנן שלכן התפלל משרע''ה 515 תפלות שזהו מנין התפלות להגיע עד כסא הכבוד.)

"זאג מיר ענר, דער יצחק האט דאך שוין חתונה געהאט א צוואנציג יאר, וואס עפעס פונקט יעצט רייסט ער אזוי איין פאר קינדער?"

"איך וועל דיר זאגן אשכול, די האסט דאך א גוטן זכרון האמיר געשמועסט, געדענקסט דאך אוודאי ווי אלט רביצין רבקה איז געווען ביי די חתונה?"

"זיכער, גאנצע דריי יאר מיט דריי טאג". (מס' סופרים, ולפי' שיטת הסד''ע היתה בת י''ד)

"נו, פון דא און ווייטער איז דאך דער חשבון פשוט, קודם האט יצחק געווארט א צען יאר רבקה זאל אלט ווערן דרייצן יאר און זיין פאסיג צו האדעווען קינדער, דערנאך האט ער געווארט נאך צען יאר אפשר וועט זי האבן קינדער נאטורליך".

"ס'שטימט טאקע, כ'געדענקט ווען אונזער פריינט אברהם איז געקומען ביי די פינף און זיבעציג יאר אויף ארץ כנען האט ער אויך געווארט ביז די פינף און אכציג, און הערשט דאן גענומען הגר'ן, האט ער אויך געווארט א צען יאר שרה זאל האבן נאטורליך".

"יא טאקע, דער יצחק גייט טאקע און זיין פאטער אברהם'ס וועגן".

"ווי לאנג האלטסטו וועט יצחק נאך איינרייסן דארט? כ'ווער שוין מיד, ער בעט דאך שוין אזוי לאנג".

"קוקט אויס אז ער ווארט צו שפירן אז ער איז געהאלפן געווארן, נו, לאמיר גיין".

"לאמיר האפן בקרוב צו הערן גוטע בשורות, ס'שוין צייט אז אברהם זאל ביי די הונדערט זעכציג זעהן עפעס אן ערליכן אייניקל".

טרערן האבן זיך געגאסן ווי א קוואל, ביז יצחק הייבט אויף זיינע הייליגע אויגן, און רופט זיך אן: "איך שפיר אז אונזערע תפלות זענען געווארן אנגענומען, דו מיין הייליגע פרוי ביזט טאקע גאר חשוב אין הימל, אפילו דו קומסט פון אזא שטוב ווי בתואל און לבן דאך ביזטו אויסגעוואקסן אזוי ערליך און פרום, דאך שפיר איך אז די תפילות זענען יעצט אנגענומען געווארן אין זכות פון מיין טאטן אברהם, נו שוין, לאמיר אהיימגיין און זיין פרייליך אז די ישועה איז נאנט".


ויתרוצצו הבנים
7 חדשים זענען אריבער, און רבקה האט געשפירט אז זי טראגט עס נישט אריבער, זי האט ממש געשפירט ווי זי גייט שטארבן, (פרדר''א פ' לב, הגיע נפשה למות) רבקה האט איבערגענומען די ארבעט פון איר שוויגער שרה, זי פלעגט ארומגיין נעבן די עבודה זרה הייזער צו פרובירן איבעררעדן מענטשן זיי זאלן איינזעהן דעם אמת, אפלאזן די געטשקעס און קומען דינען דעם גרויסן באשעפער, (ש"ך) יעצט ווען זי איז דארט אריבער האט זי געשפירט שרעקליכע יסורים ווי דאס קינד וויל ארויסקומען, אבער ווען זי איז אריבער א בית המדרש האט זי געשפירט דאס זעלבע, "וואס טוט זיך דא?" האט זי זיך געוואונדערט, וועט דער קינד זיין א צדיק אדער א רשע?

פון גרויס פארביטערונג איז זי געלאפן צום זיידן שם, (באב''ע שאולי הלכה לאברהם, וברשב''ם שהלכה לנביאים שבאותה דור.) זי האט נישט אויסגעזאגט פאר יצחק (רמבן, כז ד) און זי האט זיך מזכיר געווען און מתפלל געווען (רמב"ן) ביים צדיק, "הייליגער רבי, דער קינד וויל לויפן סיי צו די עבודה זרה, און סיי אין ביהמ"ד, א צומישטער מענטש וועט ער זיין, ער וועט נישט גלייבן אז ס'איז נאר דא איין איינציגער הייליגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט, נו, מיט וואס בין איך דעמאלס אנדערש פון אלע כנענישע פרויען, וועל איך האבן א קינד אן עובד עבודה זרה ווי זיי? צו וואס פעלט מיר אויס די גאנצע מעשה?"

שם הערט אויס רבקה'ס צובראכן הארץ, ער פארגלייזט זיך די אויגן, פאלט אריין אין א דבקות, ער איז יעצט מקבל דעם דבר ה'...

"דער הייליגער באשעפער זאגט" הערט זי ענדליך פון שם, "צוויי פעלקער וועסטו געבוירן, און די צוויי זענען שוין יעצט צוטיילט, איינער ציעט שוין צו קדושה, און דער אנדערער ציעט שוין צו שלעכטס, זיי וועלן זיך שטארקן איינער איבערן אנדערן, אבער רוב צייט וועט דער גרעסערער דער עובד עבודה זרה דינען דעם אינגערן דעם צדיק".

"אוי הייליגער רבי" צואוויינט זיך די הייליגע באבע רבקה, דאס איז וואס איז ארויסגעקומען פון מיינע תפלות? פארוואס דארף איך דעם קינד דעם רשע, איז נישט בעסער ער זאל בכלל נישט אראפקומען אויף די וועלט?"

"זאלסטו וויסן רבקה אז יעדע זאך איז מיט א חשבון פון הימל" זאגט שם, "פונעם צדיק וועט טאקע ארויסקומען א גאנצער פאלק מיט צדיקים, אזעלכע הייליגע נשמות ווי רבינו הקדוש, אבער דיינע תפלות האבן אויפגעטון אז אויך פונעם שלעכטן קינד וועלן זיין גרים, ווי דער גרויסער גר צדק אנטונינוס וואס וועט משמש זיין און לערנען מיט רבינו הקדוש". (כלי יקר)

רבקה האט זיך בארואיגט נאכן הערן אזעלכע קלארע דיבורים פונעם נביא השם, אויך האבן זיך די יסורים ענדליך אפגעשטעלט. (רמב''ן)


אלה תולדות יצחק
"האסט געהערט די נייעס ענר?"

"וואס? ציה מיר נישט אן אשכול".

"געדענקסט א יאר צוריק בערך ווען מיר האבן געזעהן יצחק'ן איינרייסן ביים באשעפער צו האבן קינדער?"

"יא, אוודאי"

"א צווילינג איז געבוירן געווארן! צוויי אינגלעך, איינער איז אן עשו, א רויטער, האריג פון קאפ ביז פיס, און דער צווייטער האט אנגעכאפט זיינע פערשט, רופט מען אים יעקב".

"מזל טוב! מזל טוב! לאמיר האפן אז זיי וועלן זיין געראטן אין זיידן אברהם, נישט אין דעם פעטער לבן".

"דער עשו האט שוין אויסגעקוקט ווי א קליינער רשע'לע, אזא מערדער, (רש"י בשם ב"ר) איך האב מורא אז ער וועט נאך איבערשטייגן דעם פעטער זיינעם, אבער דער יעקב האט יא אן איידעלע צורה, לאמיר האפן אז ער וועט כאטש ממשיך זיין די גאלדענע קייט".

"נו, וועלן מיר מוזן צואווארטן ביז זיי וועלן אונטערוואקסן".

די קינדער זענען צוביסלעך עלטער געווארן, יעדן אינדערפרי האט רבקה אמנו זיי געשיקט אין חדר מיט א ווארימען קוש, זי האט זיי אנגעגרייט א געשמאקן סענדוויטש, געמאכט די פיאות, און מיט א טרער זיי ארויסבאגלייט, "זאלט איר אויסוואקסן ערליכע אידן ווי דעם זיידן אברהם" האט זי זיי אנגעזאגט יעדן טאג. (במדרש, עד י''ג שנה הלכו לבית ספר)

אזוי זענען זיי געגאנגען אין חדר ביז כיתה ט', אבער ווען זיי זענען אלט געווארן דרייצן יאר און יצחק איז זיי געגאנגען איינשרייבן אין ישיבה איז שוין די מעשה געווען גאר אנדערש, צוביסלעך האבן די משגיחים אנגעהויבן איבערצוגעבן שלעכטע גריסן פון עשו, עשו האט טאקע פרובירט אפענערהייט צו הייסן א פיינער בחור, אבער באהאלטענערהייט איז ער שוין געווען היבש פארדארבן, (מזרחי, אותן שתי שנים –בין י"ג לט"ו – עשה בצנעה).

ביי הפסקה פלעגט ער זיך ארויסכאפן פון ישיבה, אריינ'גנב'נען אין וואלד, און פאנגען פייגלעך, הערשן, און ווען ס'איז אים גוט געגאנגען האט ער זיך אפילו פארטשעפעט מיט לייבן און בערן... ער האט ליב געהאט צו טון פעלד ארבעט, איינפלאנצן ביימער און בלומען, (ספורנו) אלעס, חוץ לערנען, אבער דאך האט נאך קיינער נישט גע'חלומ'ט וואס פון דעם בחור וועט נאך אויסוואקסן.

אפילו ביי די פופצן יאר ווען עשו האט שוין אינגאנצן אויפגעהערט צו גיין אין ישיבה, ער איז שוין אפן געווארן א ליידיגייער, (רש"י ד"ה איש שדה – אדם בטל) אבער פארן טאטן יצחק האט ער ווייטער אנגעשטעלט א פנים ווי ער איז דער פרומסטער בחור אין ישיבה.

ער האט ארומגעווילדעוועט אין די וועלדער, אבער ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער געמאכט אן ערענסטן אנשטעל.

"א גוטן טאג עשו, פון וואו קומסטו יעצט?" האט אים יצחק געפרעגט.

"וואס הייסט פון וואו, פון ישיבה," (תנחומא) אוי האט מען פלייסיג געלערנט היינט, איך האב דיר טאקע געוואלט פרעגן טאטע, וויפיל מעשר דארף מען גיבן פון זאלץ?"

"זאלץ דארף מען נישט מעשרן, מיין טייער קינד".

"און פון שטרוי? וויאזוי מעשר'ט מען עס?"

"אוי ביזטו א מחמיר מיין טייערער עשו, שטרוי איז אויך נישט מחוייב במעשר".

יצחק האט געשפירט אז עשו שטייגט נישט אזוי אין תורה און יר"ש ווי יעקב, אבער דאך האט ער געהאלטן אז דורכדעם וואס ער וועט אים ארויסווייזן ספעציעלע ליבשאפט וועט ער צום סוף פרומער ווערן און זיך פארבעסערן. (ילמע"ל, אלשיך)

עשו האט אלעמאל שטארק אכטונג געגעבן צו בלייבן גוט מיט זיין טאטן יצחק, ווען ער האט געפאנגען א גוטן הערש, האט ער צוגעגרייט א געשמאקע סעודה פארן טאטן, אלעמאל האט ער אים אונטערגעקויפט מיט זיינע בלאפערייען, און ס'האט טאקע געארבעט, יצחק האט אים זייער ליב באקומען. (באב''ע שיצחק חי בעוני לכן שמח בעת שעשו הביא לו מטעמים, ורמב''ן חולק עליו וסובר שחי בעשירות כמלך)

עשו איז אבער נישט געווען קיין נאר, ער האט געוואוסט אז אויב די מאמע רבקה וועט זעהן ווי ער חנפ'עט דעם טאטן וועט זי אים דערציילן אלע זיינע מעשים טובים, האט ער אלעמאל אכטונג געגעבן רבקה זאל נישט זעהן ווי ער פאפט אפ יצחק, ער האט זיך כמעט נישט געדרייט נעבן רבקה, (כלי יקר) אזוי אז פאר רבקה איז נישט איינגעפאלן צו דערציילן פאר יצחק ווער עשו איז באמת. (אוה"ח)

צוביסלעך האט אנגהויבן ארויסגיין אין די גאס עשו'ס מעשים טובים, מער און מער מענטשן האבן אנגעהויבן געוואר ווערן וואס ער טוט אפ, פון מויל צו אויער איז ארומגעגאנגען די ביטערע שמועה אז עשו, עלטסטער זון פונעם צדיק יצחק, איז ארויס לתרבות רעה.


ויבא עשו מן השדה

איין טאג איז עשו אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, די בלוט האט אים געקאכט, און א רחמנות איז געווען אויף וועם ס'איז אריינגעפאלן אין זיינע הענט, פארוואס איז ער געווען אזוי אנגעצויגן? ס'האט אים פשוט געווארט א שווערער טאג.

א צייט פריער ווען עשו פלעגט ארומגיין אין די פעלדער פאנגען חיות האט ער זיך כסדר אנגעשטויסן מיט נמרוד, דער קעניג פון בבל, נמרוד האט געהאלטן דער פאך פון פאנגען חיות איז זיינס, און טאקע נאר זיינס, א צווייטער טאר זיך נישט אפגעבן דערמיט, און יעדן מאל וואס ער האט געכאפט עשו פאנגען חיות האט אויסגעבראכן א ויכוח צווישן זיי.

איין טאג האט נמרוד באשלאסן צו מאכן א סוף מיט דעם מחוצף, ער האט באשטימט א טאג, און ער האט מודיע געווען פאר עשו אז יענעם טאג גייט ער קומען מלחמה האלטן מיט אים, אין גרויס פארלוירנקייט איז ער געלאפן צום ברודער יעקב.

"וואס טו איך דא? ווי קען איך קוים א פופצן יעריגער בחור פארמעסטן מיטן גרויסן צוויי הונדערט פופצן יעריגן נמרוד? גיב מיר אן עצה יעקב, אז נישט בין איך א פארטיגער.

יעקב האט אים געזאגט, "הער זיך צו עשו, איך וועל דיר פונקטליך דערציילן פון וואו נמרוד'ס גבורה נעמט זיך, ווען דער זיידע אדם הראשון איז געווען אין גן עדן האט אים דער רבש"ע געמאכט א הערליכן לעדערנעם אנצוג, אויסגעצירט מיט בילדער פון אלע חיות און פייגלעך, ווען דער מבול איז געקומען האט נח מיטגענומען דעם קלייד אין תיבה אריין, חם, דער גרויסער גנב, האט עס גע'גנב'עט נאכן מבול, און ער האט עס געגעבן פאר נמרוד'ן, (פדר"א פכ"ד וברד''ל אדם מסרה לחנוך, חנוך למשותלך, משותלך לנח) זאלסטו וויסן, ווילאנג נמרוד האט אן דעם קלייד וועסטו אים נישט קענען באזיגן".

עשו האט געפאלגט יעקב'ס עצה, ווען מען איז אנגעקומען אין פעלד האט עשו געזאגט פאר נמרוד, "ס'נישט קיין חכמה מיר צו באזיגן ווען דו האסט אן דעם קלייד, לאמיר זעהן צו דו קענסט מלחמה האלטן מיט מיר אויך אן דיין שיינעם מאנטל".

דער בעל גאווה נמרוד האט עס תיכף אויסגעטון, איז ביז א מינוט איז ער געלעגן טויט אונטער עשו'ס הענט. (דעת זקנים מבע"ת)
ווען נמרוד'ס באגלייטער האבן געזעהן אז עשו האט דער'הרג'עט זייער קעניג, האבן זיי אנגעהויבן נאכצולויפן עשו, עשו האט געגעבן א כאפ נמרוד'ס טייערע קלייד פון אדם הראשון, און ער האט געהויבן פיס און אנטלאפן. (ספר הישר)

אויב קאלטבלוטיג מארדן א מענטש איז נישט געווען גענוג, האט ער נאך אויפן וועג אהיים אוועקגעכאפט א כלה פונעם חתן, און נאכדערצו אריינגעכאפט צו דינען עבודה זרה אויך, ער האט אראפגעווארפן דעם מאסקע פון זיך, און ער איז אפען געווארן א רשע.

אין הימל איז געווארן א גרויסער רעש, וואס טוט מען דא? אברהם האט באקומען א הבטחה פון רבש"ע אז ער וועט אויסלעבן די יארן מיט א גוטן עלטער, און ווי ביטער וועט אים ווערן ווען ס'וועט אנקומען צו זיינע אויערן וואס האט פאסירט מיט עשו, ער וועט דאך ווערן זייער צובראכן, און אז ער האט א הבטחה פון רבש"ע פאר א ''שיבה טובה'' קען דאך נישט זיין ער זאל אריבערגיין אזא צער.

האט דער רבש"ע באשלאסן אז ס'איז געקומען די צייט אברהם זאל ארויפקומען אין עולם האמת.

אברהם האט אנגעהויבן זיך שלעכט צו שפירן, די געדערים זענען אים קראנק געווארן, (מדרש רבה סב) און צוביסלעך צוביסלעך איז ער געווארן שוואכער און שוואכער, (ימע"ל בשם יפ"ת) ער האט איינגעדרימלט, און דער אויבערשטער האט אים אנגעהויבן ווייזן דער גאנצער גוטער שכר וואס ווארט אים אפ אויף אלע זיינע מעשים טובים, די אלע הערליכע היכלות אין גן עדן וואס איז אנגעגרייט פאר אים, (מדרש רבה סב) ביז ער האט אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה נאך יענעם טאג, פאר ער האט געהאט די געלעגנהייט צו הערן עשו'ס רשעות.

די גרעסטע מלכים און שרים זענען זיך צוזאמגעקומען צו די לוי' (גמ' ב"ב צא) שם ועבר זענען געגאנגען פאראויס פאר די מטה און מ'האט אריינגעפירט אברהם אין מערת המכפלה נעבן דעם קבר פון שרה אמנו. (מדרש רבה סב)

"ענר דו ביזט אויך דא?" פרעגט אים א שכן.

"אז דו בן חת ביזט דא, פארוואס זאל איך נישט זיין דא".

"אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, ממש ''יעדער איינער'' וואס איז געווען אכט און דרייסיג יאר צוריק ביי די לוי' פון שרה, איז יעצט אויך דא, ''קיינער'' איז נישט געשטארבן אינדערצווישן, ס'דא ממש די זעלבע מענטשן, ס'קוקט ממש אויס ווי דער זעלבער לוי'". (מדרש רבה סב)

שפעט נאכמיטאג איז זיך דער עולם צוגאנגען, איבערשמועסנדיג די געוואלדיגע מדת החסד פונעם נפטר, יעדער האט זיך מקבל געווען צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און ווייטער אנהאלטן דעם אויסגעטראטענעם וועג פון אברהם אבינו.

אויפן וועג אהיים פון די לוי' האט יעקב געטראכט צו זיך, "וואס קען איך עפעס טרייסטן דעם טאטן? אה, איך וועל הייסן איינע פון די קנעכט אפקאכן א טאפ לינזן, און דער טאטע וועט כאפן דעם רמז, אזוי ווי די לינזן זענען רינדעכיג און ס'דרייט זיך ארום אויף אלע זייטן, אזוי אויך יעדער מענטש אויף די וועלט דארף אמאל טרויערן אויף זיינע עלטערן. (גמ' ב"ב ט"ז)

ווען יעקב איז אנגעקומען אין געצעלט האט ער געטראפן ווי אלע קנעכט שלאפן, (קוקט אויס זיי זענען געווען אויסגעמיטשעט נאך די גרויסע לוי',) האט יעקב מיט זיין גאלעדענע מדות און גרויס עניוות קיינעם נישט געוואלט אויפוועקן. (מדרש הגדול) "סיי ווי איז א גוטע זאך איך זאל אליינס קאכן פארן טאטן" האט יעקב געטראכט צו זיך.

"דער עשו פאנגט דאך דעם הייליגן טאטן יצחק'ס הארץ ווייל ער קאכט אים אלעמאל געקעכץ, יעצט ווען דער טאטע איז א אבל דארף מען דאך אים קאכן לינזן, לאמיך שנעל גיין קאכן א טאפ לינזן פארן טאטן, אזוי וועט ער מיר אויך ליב באקומען". (אוה"ח)

קוים וואס די לינזן זענען געווען אפגעקאכט א דריטל, (ילמ"ל) איז עשו געקומען צו לויפן א מידער אפגעמיטשעטער פון די מלחמה מיט נמרוד.

"יעקב, דו שטייסט ביים טאפ?! זייט ווען ביזטו געווארן א קעכער... און וואס עפעס קאכסטו פונקט רויטע לינזן?"

"דער זיידע אברהם איז היינט געשטארבן, און ניטאמאל ביזטו געווען אויף די לוי', דער טאטע זיצט און קלאגט אויף זיין הייליגן גרויסן טאטן, קאך איך לינזן אים צו טרייסטן, און איך וועל דיר זאגן נאך א זאך, ווען ס'וועט קומען די צייט און דער זיידע אברהם וועט אויפשטיין תחיית המתים, זאל ער וויסן וויפיל איך האב געטרויערט נאך אים און ער זאל מיר ליב האבן דערפאר." (פסיקתא רבתי פי"ב ד)

"דו שוטה דו" האט עשו געלאכט פון אים, "דו מיינסט אז נאכדעם וואס א מענטש שטארבט ווערט ער צוריק לעבעדיג?" (כפר בתחיית המתים)

"ביזטו שוין געווארן א כופר אין תחיית המתים אויך! אוי וויי! נאך א מזל אז דער זיידע אברהם האט נישט דערלעבט עס צו זעהן, ער וואלט דאך עס נישט אויסגעהאלטן".

עשו האט זיך געגעבן א שטרעק אויס אויף די שטרוי, "הער זיך איין יעקב, איך בין זייער הונגעריג, איך עפן מיין מויל, און דו נעם דעם טאפ און גיס אריין פונעם רויטן געקעכץ... (מ"ר פ' פנחס) איך זעה אז דו האסט אויך א גוטן רויטן וויין דארט, נו גיס אויך אריין א פלאז וויין אין מיין גארגל אריין." (מדרש הגדול)

"הער זיך צו עשו, נישט קיין לינזן, נישט קיין וויין, גארנישט באקומסטו נישט, איך האב עס צוגעגרייט פארן טאטן, קענסט צואווארטן אביסל ביז דער טאטע וועט ענדיגן עסן, און וואס בלייבט קענסטו נעמען". (ילמ"ל)

"איך האב נישט קיין כח צו ווארטן, איך שפיר איך גיי שטארבן, יעקב! גיב מיר עפעס אין מויל אריין, שנעל!"

"הער זיך איין עשו, אומזיסט איז גארנישט דא, אויב ווילסטו מאכן א געשעפט קען מען רעדן".

"נו, זאג שוין וואס דו ווילסט".

"דו ווייסט דאך עשו אז דו ביזט דער בכור, דאס הייסט אז נאכדעם וואס דער טאטע וועט ארויפגיין אין עולם האמת און מיר וועלן זיך צוטיילן מיט די ירושה באקומסטו דאפעלט, אויך וויבאלד דו ביזט דער בכור וועסטו איבערנעמען דעם טאטנס פלאץ און דעם טאטנס כבוד".(רבינו בחיי)

"און וואס נאך האב איך פון די בכורה?"

"נאך גרויסע זאכן, דו ביזט א כהן פארן גרויסן באשעפער, קענסט מקריב זיין קרבנות, דו האסט די מצוות און אויך דארפסטו זיין געווארנט צו טון די עבודה בטהרה, נישט אנגעטרינקען, און אזוי..."

"ענדיג שוין צו רעדן! זעסט נישט איך בין הונגעריג! צו וואס דארף איך די גאנצע בכורה, פון די הלכות אליינס קען מען שטארבן, און וועגן דעם טאטנס געלט, און זיין מלוכה, הער וואס איך טראכט, איך גיי דאך יעדן טאג פאנגען אויף אזעלכע מסוכנ'דיגע פלעצער, אויב דער גאנצער ריוח פון די בכורה איז נאכן טאטנ'ס פטירה, מן הסתם וועל איך קיינמאל נישט דערלעבן עס צו באקומען, איך גלייב אז איין טאג וועל איך נאך אומקומען סאך פאר דעם טאטן, (רבינו בחיי, אבן עזרא, רשב"ם, רמב"ן) נאדיר די בכורה און גיב שוין אהער די לינזן".

"שווער מיר אז דו וועסט נישט צוריקציען"

עשו האט געשוואוירן, און די בכורה איז אריבער פון עשו צו יעקב.

די גאנצע שטאט האט געלאכט, מ'האט נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון עשו, (רמב"ן, לעגו עליו) אזא נארישן געשעפט צו מאכן, פאר אביסל רויטע לינזן פארקויפט מען א בכורה, דעם גאנצן כבוד און געלט וואס ס'קען ברענגען, אויפן נאמען פון די רויטע לינזן האט מען אים נאכגעשריגן "רויטער" וואו ער איז נאר געגאנגען, האט עשו זיך געדרייט ווי ווייניגער צווישן דעם עולם, ער האט פארברענגט די גאנצע צייט אין די וועלדער פאנגען חיות.


יעקב ועשו האמורים בפרשה...
איין נאכט ווען עשו איז אהיימגעקומען נאך א טאג ארבעט האט ער געזעהן ווי יעקב זיצט אין ווינקל פון געצעלט אין איז פארטיפט אין דאווענען א התלהבות'דיגן מעריב.

"אוי יעקב מיין ברודער, דו זיצט דא פארקוועטשט, לערנסט און דאווענסט א גאנצן טאג, קום אביסל בארדענען מיט מיר אין פעלד, וועסטו געוואר ווערן וואס מאכן א לעבן מיינט..."

"הער זיך צו עשו, דו ווייסט דאך אז מיר זענען אינגאנצן אנדערש".

"יא יא, אלעמאל דארפסטו זיך קריגן מיט מיר, נאך פאר מיר זענען געבוירן געווארן האבן זיך שוין אונזערע נשמות פעסט ארומגעאמפערט".

"אמת, מיט רשעים טאר מען נישט לעבן בשלום! און שוין דעמאלס האסטו געוואלט לויפן צו די עבודה זרה".

"איך מיין אבער לויט ווי איך געדענק האבן מיר געשלאסן עפעס א פשרה ביים סוף, נישט אזוי?"

"יא, מיר האבן געמאכט אן אפמאך, די וועלט, דאס הייסט אלע תענוגי עולם הזה איז דיינס, און יענע וועלט, דאס הייסט עולם הבא איז מיינס".

"גוט" זאגט עשו, "איך וועל זיך האלטן צום אפמאך, איך וועל אויסניצן אלע תענוגי עולם הזה ביזן סוף..."

און עשו האט געהאלטן ווארט, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פון גארנישט, וואס ס'איז אים נאר אריינגעקומען אין קאפ אריין האט ער געטון, גע'גנב'עט, גע'גזל'ט, גע'הרג'עט, זיך געשלאגן מיט וועם ס'האט זיך נאר געלאזט, און אין די איבריגע צייט איז ער ארומגעפארן אין וואלד מיט זיין פערד און געפאנגען חיות וויפיל ס'האט זיך נאר געלאזט.

און יעקב פון די אנדערע זייט האט אויך געהאלטן ווארט, ער האט זיך אריינגעווארפן אין לערנען מער און מער, ביז ער איז געווארן א גרויסער ראש ישיבה, ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה מיט הונדערטער תלמידים, און דער קול תורה האט געשפאלטן הימלען.
(בחזקוני כה, כז. שיושב אהלים כפשוטו, אהלים של צאן, לפי שעתיד לומר שהי' רועה צאן לבן, קדם ולימדך שאומנתו רועה צאן.)

איין טאג איז עשו ארומגעפארן אין וואלד מיט זיין פערד פאנגען חיות, אלעס איז געווען ווי געווענליך, אויסער איין זאך, ער איז בטעות אראפ פונעם ריכטיגן וועג, און ער האט זיך גענומען בלאנדשען, ס'איז געווען אינמיטן טיפן ווינטער, א שטורעמישער שניי האט געבוזשעוועט, א פראסט האט אים ארומגענומען אין אלע ביינער, אבער ער האט נישט געטראפן דעם וועג ארויס.

ס'איז אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, זיין עסן האט זיך שוין אויסגעלאזט, קוים וואס ער האט צולאזט אביסל שניי צו נאך מאכן זיינע ליפן, ער האט געציטערט פון קעלט, ער האט געשפירט ווי ער ווערט ממש פארפרוירן צום טויט.

ס'איז געווארן פארנאכט, ס'האט זיך אראפגעלאזט א פינסטערניש אין וואלד, איז עשו מיט זיינע לעצטע כוחות ארויפגעקראכן אויף א בוים, אפשר דאך וועט מען זען עפעס א ליכטיגקייט, אפשר דאך איז דא עפעס א יישוב אין די נאנט.

און יא! פונדערוויינטס זעהט זיך אן עפעס א שיין, עשו איז געווארן פרייליך, ער האט באקומען פרישע כוחות, ער זעצט זיך ארויף אויף זיין הונגעריגן פארפרוירענעם פערדל, ער גיבט אים אפאר רוצחישע שמיץ ער זאל זיך אנווארימען, און ער נעמט זיך רייטן צום ריכטונג פונעם ליכטיגקייט.

ענדליך איז ער אנגעקומען צום ליכטיגן פלאץ, מיד, הונגעריג, ציטערנדיג פאר קעלט האט ער זיך אריינגעשלעפט אין די ישיבה "בית יעקב אבינו"...

מיט זיינע לעצטע כוחות קריכט ער אראפ פון פערד, ער שלעפט זיך צו צום גרויסן טיר, און קוים קוים וואס ער עפנט עס אויף.

ער גייט אריין אין בית המדרש, אהה, ס'ליכטיג, פיין אנגעווארימט... אהה... און גלייך האבן זיך אים די כוחות אויסגעלאזט, ער איז געפאלן אין חלשות.

ס'איז געווארן א מהומה אין בית המדרש, א מענטש קומט אריין און פאלט אין חלשות גלייך ביים טיר, האט יעדער איבערגעלאזט די גמרות איינער איז געלאפן ברענגען ווארים וואסער, איינער א דיקן צודעק, איינער פרישע קליידער צו בייטן פון זיינע דורגעווייקטע פארפרוירענע בגדים, יעדער האט געטון וואס מ'האט נאר געקענט אים צוריקצוברענגען צום באוויסטזיין.

מ'האט אים אריינגעטראגן אין א זייטיגן צימער, מ'האט אים געברענגט א קאכעדיגן הייסע טיי, א ווארימע זופ, א געשמאקע פארציע פלייש, ביז ער האט צוביסלעך אנגעהויבן צו קומען צו די כוחות.

ווען ער איז שוין געווען אביסל ביי זיך האט איינער פון די תלמידים געכאפט א שמועס מיטן גאסט.

"ווער זענט איר? אויב מעג איך פרעגן."

"זיכער מעגט איר פרעגן, איך בין עשו, דער עלטערער ברודער פונעם ראש ישיבה."

"אה, אזא גאסט, לאמיר שנעל לויפן צום ראש ישיבה אנזאגן די בשורה ווער ס'איז אים געקומען באזוכן."

ווען יעקב האט געהערט ווער ס'איז דא, האט ער אנגעזאגט מ'זאל גיבן פאר עשו'ן א געשמאקע צימער, א פיינעם בעט, גוטע מאלצייטן, און אלעס וואס ער דארף.

עשו האט זיך גוט אויסגעריעט, ער איז ענדליך געקומען צו די כוחות, האט ער באשלאסן צו כאפן א שפאציר אין ישיבה, "לאמיר כאפן א בליק וואס מיין ברודער טוט דא אויף מיין וועלטל" האט עשו געטראכט.

און וואס האט ער געזעהן? ער איז אריין אין גרויסן בית המדרש, זעהט ער ווי הונדערטער תלמידים זיצן, ס'איז שא שטיל, אויבן אן זיצט דער ראש ישיבה רבי יעקב און זאגט א טיפן שיעור, מ'האט פונקט געהאלטן דעמאלס ביי די סוגי' פון "היתה לו שעת הכושר" אין מס' בבא קמא פרק מרובה, ס'דא דארט איין שורה גמ' און א גאנצער עמוד תוס', יעקב גיבט א לעבעדיגן שיעור, אלע תלמידים הערן זיינע ווערטער מיט דורשט, און א הימלישע שמחה און רוהיגקייט נעמט זיי אלע ארום.

עשו האט צוגעווארט ביזן סוף שיעור, דערנאך איז ער געגאנען נעמען שלום פונעם ראש ישיבה, ווי נאר ער האט באגעגנט יעקב אבינו, האט ער זיך געעפנט א מויל...

"דו שווינדלער דו, מיר האבן דאך געמאכט אן אפמאך אז איך באקום די וועלט און דו האסט נאר יענע וועלט, יענע וועלט האב איך נישט, און די וועלט האב איך זיכער נישט! איך וואנדער ארום מיט מיין פערד און וואגן אין די וועלדער און פעלדער, איך דארף גיין אויף אלע סכנה'דיגע פלעצער פאנגען חיות, איך שטארב פון הונגער און קעלט, און דו – וואס באמת דארפסטו נישט האבן די וועלט – זיצסטו דיר אין א שיינעם פיינעם ווארימען בנין, ארומגענומען מיט הונדערטער תלמידים וואס זענען דיר אזוי מכבד, לערנסט דיר אזוי געשמאק, און דיינע תלמידים באדינען דיר און טוען דיר אלעס וואס דו ווילסט, ווינטער איז דא פיין ווארים, זומער איז געשמאק לופטיג, ס'פעלט דא נישט קיין עסן און קיין טרינקען, וואו איז דער יושר?? דו ברעכסט אונזער אפמאך!"

"הער זיך איין עשו" האט אים יעקב געענטפערט, "ביזט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיינע טענות, און איך בין טאקע שוין גרייט זיך צו בייטן מיט דיר, דו גיב מיר דיין פערד און וואגן, און איך גיב דיר די מינוט איבער די גאנצע ישיבה מיט אלע תלמידים."

עשו האט זיך צושמייכלט, "אזא תמים דער יעקב, שוין ווידער מאכט ער אזעלכע נארישע געשעפטן..."

יעקב האט גענומען דעם פערד און וואגן, און די ישיבה האט ער געלאזט ביי עשו.

דער טאג איז אריבער, ס'קומט מארגן און מ'דארף גיין זאגן דעם שיעור, אלע תלמידים זיצן אין בית המדרש אין מ'ווארט דער נייער ראש ישיבה זאל אריינקומען ממשיך זיין דעם גרויסן תוס'... ווען מ'זעהט אז ער קומט נישט אן, זענען אפאר תלמידים אריין אינעם חדר מיוחד און געפרעגט דעם ראש ישיבה:

"ווען קומט דער רבי אריין צום שיעור? דער עולם ווארט שוין."

"איר ווייסט דאך אז איך בין קוים אנגעקומען פון אזא שווערן וועג, ס'קוקט נישט אויס אז היינט וועט זיין א שיעור."

דעם אנדערן טאג האט זיך איבערגע'חזר'ט די זעלבע מעשה, ווען מ'איז געקומען פרעגן עשו'ן ווען ער קומט פארלערנען דעם שיעור האט ער געענטפערט, "איך האב זיך נאכנישט געענדיגט פארקוקן... אבער מארגן וועט זיין א שיעור אזאנס אין אזעלכעס..."

מארגן האט עשו געזאגט "ווי טיפער איך גיי אריין אין די סוגי' זעה איך אז מ'קען גיין נאך טיפער... און נאך טיפער... ס'לוינט זיך צו ווארטן נאך א טאג ס'זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שיעור..."

און איבערמארגן... און סוף וואך, און די אנדערע וואך... די תירוצים האבן זיך נישט געענדיגט, ביז די תלמידים האבן אנגעהויבן צו כאפן מיט וועם זיי האבן דא צו טון, אין איינער נאכן אנדערן האבן זיי זיך ארויסגעשלייכט פון די אונטער טירלעך, ביז די ישיבה איז געבליבן אינגאנצן ליידיג...

ס'האט נישט גענומען לאנג ביז די תלמידים האבן געטראפן זייער באליבטן ראש ישיבה, יעקב האט זיך געטראפן א בית המדרש אינעם דערנעבנדיגן דארף, און ער האט זיך געזעצט לערנען דארט מיט גרויס התמדה, צוביסלעך זענען אנגעקומען נאך און נאך פון די אלטע תלמידים, און די ישיבה איז ווייטער אנגעגאנגען מיטן פולען ברען...

אבער ביי עשו, אז ס'נישטא קיין תלמידים איז אויס ישיבה... מ'האט אויפגעהערט צו אנצוהייצן דעם בית המדרש, מ'האט אפגעהאקט די לעקטער... מ'האט אויפגעהערט צו ברענגען עסן, ביז עשו האט זיך געטראפן זיצן אינעם ליידיגן בנין הונגעריג, דורשטעריג און ציטערנדיג פון קעלט...

"ס'דאך שוין געווען בעסער ווען איך בין געריטן אויף מיין פערד, כ'האב כאטש געפאנגען עפעס צו עסן, כ'מיין אז איך זאל זיך צוריקבייטן מיט יעקב'ן..."

גערעגט, אנגעצויגן, הונגעריג, דארשטעריג, פארפרוירן, איז עשו ארויס פון בנין פון די ישיבה, און ער האט זיך גענומען זוכן יעקב'ן, גאנץ שנעל האט ער געהערט דעם קול תורה, ער איז נאכגעגאנגען דעם קול און ער האט ווידער געטראפן יעקב'ן זיצן ארומגענומען מיט הונדערטער תלמידים.

"מיר זענען דאך ברודער" האט עשו אנגעהויבן דעם שמועס מיט יעקב'ן, "צו וואס זאלן מיר זיך קריגן, גיב מיר צוריק דעם פערד, און איך גיב דיר צוריק דעם ישיבה, און לאמיר בלייבן גוטע פריינט."

יעקב האט אבער נישט אזוי שנעל מסכים געווען, "אויב ווילסטו ווערן אויס ראש ישיבה איז עס דיין באשלוס, אבער דעם פערד און וואגן גיב איך נישט צוריק, א געשעפט איז א געשעפט..."

עשו האט נישט געהאט קיין ברירה, און מיט אן אנגעבלאזענע פנים, און ליידיגע הענט, האט ער פארלאזט דעם פלאץ...
(כל זה סיפר הרה"ק החקל יצחק מספינקא בכל שנה פרשת תולדות בשם הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימאנוב זצוק"ל)

עד כאן פון שנת תשע''א, (נישט פארגעסן, ס'דא דארט נאך א המשך)


ויהי רעב בארץ

''מאמי''

''יא מיין קינד''

''איך קען אפשר האבן א שטיקל ברויט''

''ניין מיין קינד, ס'נישטא קיין ברויט''

''אבער מאמי, איך דארף נאר א קליין שטיקעלע''

''מיין טייער קינד, שוין אפאר וואכן וואס מיר האבן נישט קיין ברעקל ברויט אין שטוב''

''דעמאלס דארף איך כאטש אן עפל''

''קינד מיינס, שוין א לאנגע צייט וואס ס'רעגנט נישט, און אן קיין רעגן וואקסט נישט גארנישט, נישט קיין עפל אויפן בוים און נישט קיין ווייץ אין פעלד''.

''אבער מאמי איך בין הונגעריג...''

''טאקע, און איך בין אויך הונגעריג, דערפאר טאקע הייסט די צייט אין וואס מיר לעבן יעצט א 'הונגער' ווייל יעדער איז הונגעריג''.

''אמאל האסטו מיר דערציילט אז פאר צענדליגער יארן צוריק ווען דער אברהם דער טאטע פון אונזער שכן יצחק איז געקומען וואוינען דא איז די ערשטע מאל אין די וועלט געווען אזא זאך ווי א הונגער, יעצט האט עס נאכאמאל פאסירט?''

''יא מיין קינד, קוקט אויס אז נאכדעם וואס אברהם לעבט שוין נישט איז שוין נישטא די שפע וואס מיר האבן געהאט אין זיין זכות''.
(ברמב''ן כו, א. אולי לא הי' רעב בעולם עד ימי אברהם, וכן הוא בפרקי דר''א פ' כ''ו, נסיון הרביעי, מיום שנבראו שמים וארץ לא בא רעב אלא בימי אברהם. וכן מפרש החזקוני, מלבד הרעב הראשון, למדך הכתוב שזה שני הי'. אולם במדרש רבה סד, א. חשיב עשרה רעבון שהיו בעולם, בימי אברהם הי' השלישי, ובימי יצחק הרביעי.)

ווען יצחק האט געזען דעם מצב אז ס'איז דא א הונגער אויף די וועלט, האט ער צוזאמגערופן אלע זיינע שטוב מענטשן צו א וויכטיגע פארזאמלונג, ער האט זיי געזאגט אזוי:

''ווען מיין טאטע אברהם איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט דער רבש''ע געשיקט א הונגער כדי ער זאל אראפגיין אויף מצרים, איך ווייס דאך אז ס'איז דא א גזירה אויף מיין טאטנס קינדער אנצוקומען אויף מצרים, אזוי ווי יעדע זאך וואס מיין טאטע אברהם האט געטון איז נאר געווען א סימן אז זיינע קינדער וועלן אדורכגיין די זעלבע זאך שפעטער, איז זיין אראפגיין אויף מצרים אויך נאר געווען אויסצוטרעטן דעם וועג פאר זיינע קינדער וואס וועלן דארט אנקומען שפעטער. (רמב''ן לך)

''אזוי ווי איך זעה אז יעצט איז ווידער דא א הונגער פארשטיי איך אז איך די גזירה וואס דער רבש''ע האט געזאגט פאר מיין טאטן אברהם ביים ברית בין הבתרים אז זיינע קינדער וועלן דארפן זיין אין גלות מצרים דארף זיך שוין יעצט אנפאנגען, דעריבער לאמיר זיך פאקן פעק און אראפגיין אויף מצרים מקיים צו זיין די גזירה פון אויבערשטן''. (חזקוני כו, א. ויהי רעב בארץ, כסבור הי' יצחק שמיד הי' מתחיל גלות מצרים.)

אלע פעקלעך זענען געווארן צוזאמגעפאקט, יעדע גיבט דעם לעצטן בליק אויף חברון.

''דורך וועלכן וועג פארט מען?" פרעגט איינער פון די אייזל טרייבערס.

''איך מיין אז דורך פלישתים איז די שנלעסטע וועג אנצוקומען קיין מצרים''. ענטפערט יצחק. (חזקוני)

"איך טראכט'' האט יצחק געזאגט, ''אז מ'גייט שוין אדורך פלישתים, איז כדאי אריינצוגיין צו אבימלך, ער איז דאך געווען א פריינט פון מיין טאטן, (רמב''ן שהי' בנו רק כמו שקראו לכל מלך מצרים בשם פרעה, כך קראו לכל מלך פלישתים אבימלך, ומביא ראי' מתרגום אונקלס להלן בפרשה, אולם ברשב''ם שהי' אותו אבימלך בכבודו ובעצמו.) אין א קעניגליכע שטוב פעלט דאך גארנישט, אפשר וועט ער אונז צוליב טון און מסכים זיין צו שפייזן ביים יעצטיגן הונגער אזוי וועלן מיר נישט דארפן אראפגיין ביז מצרים. (רמב''ן)

נאך פאר יצחק איז ארויסגעפארן פון חברון (רמב''ן כו, ב.) האט זיך דער רבש''ע באוויזן צו אים און געזאגט:

''גיי נישט אראפ קיין מצרים! פון ווען די ביזט ארויף אויפן מזבח ביי די עקידה ביזטו געווארן אן עולה תמימה וואס טאר נישט ארויסגיין פון ארץ ישראל, דו זאלסט נאר גיין וואוינען אין די פלעצער וואס איך וועל דיר זאגן, און יעצט אין די צייט זאלסטו בלייבן וואוינען דא אין פלישתים, אפי' ס'איז דא יעצט א הונגער וועל איך דיר בענטשן אז ס'זאל דיר גארנישט פעלן, און וויסן זאלסטו, די הבטחה וואס איך האב צוגעזאגט פאר דיין טאטן אברהם וועט ביי דיר מקוים ווערן און נישט ביי ישמעאל (אוה''ח) פאר דיר און פאר דיינע קינדער וועל איך גיבן די אלע לענדער פון דעם געגנט, איך וועל אייך פארמערן ווי די שטערן פון הימל, און אלע וועלן זיך בענטן אין אייך.

"אלעס אין זכות פון דיין טאטן אברהם! ער איז בייגעשטאנען אלע מיינע נסיונות, בפרט ווען ער האט דיר ארויפגעברענגט אויפן מזבח ביי די עקידה, (רשב''ם) ער האט מקיים געווען אלע מיינע מצות און געלערנט מיין תורה''.

נאך די נבואה איז יצחק געווען רואיג, ער האט פארשטאנען פון דעם וואס דער אויבערשטער האט געזאגט ''פאר דיר און פאר דיינע קינדער וועל איך גיבן דעם לאנד'' אז ער וועט אויך מצליח זיין יעצט, איז ער געגאנגען פרייליך און צופרידן, זיך מבטל געווען זיין ווילן אינגאנצן פארן רצון השם. (אוה''ח)

יצחק האט זיך באזעצט אינעם געגנט 'גרדיקי' אין גרר. (ב''ר ס''ד ד.)

"איז דאס נישט דער ערגסטער פלאץ איינצוזייען תבואה?" האבן זיינע באגלייטער אים געפרעגט, ''פארוואס באזעצטו זיך פונקט דא?"

"אז איך האב א ברכה פון אויבערשטן איז נישט קיין נפקא מינה צו דער פלאץ איז גוט אדער שלעכט, דער רבש''ע קען פון ערגסטן פלאץ מיר גיבן די בעסטע תבואה''. האט יצחק געענטפערט.

אזוי ווי יצחק האט געטראכט איז טאקע געווען, אבימלך האט געדענקט דעם פריינדשאפט וואס ער האט געשלאסן מיט אברהם, ער האט איינגעלאדנט יצחק צו קומען וואוינען נעבן אים אין א הערליכן בנין קעגן איבער דעם קעניגליכן פאלאץ. (ספר הישר)

ווי דער סדר איז האבן די נייע שכנים זיך אינטערעסירט ווער די נייע איינוואוינער זענען.

''שלום עליכם א גאסט, וויאזוי הייסט איר?"

"יצחק בן אברהם העברי"

"און ווער איז די אינגע פרוי וואס איז מיטגעקומען מיט אייך?"

"מיין שוועסטער" האט יצחק געזאגט, וויסנדיג אז די פלישתים זענען נישט קיין צו גרויסע צדיקים, האט ער מורא געהאט אז אויב זיי וועלן וויסן אז רבקה איז זיין ווייב וועלן זיי אים הרג'נען כדי צו קענען חתונה האבן מיט איר.

ווען דער שכן האט ענדליך אויפגעהערט מיט זיינע נודנע פראגעס זאגט רבקה:

"און וואס וואלסטו געענטפערט ווען ער פרעגט דיר ווער ס'זענען די צוויי בחורים וואס מיר האבן דא מיטגעברענגט''.

''איך וואלט געזאגט אז זיי זענען מיינע קינדער פון מיין פרוי וואס איז נישט מיטגעקומען''. האט יצחק געענטפערט. (רמב''ן כו, ז.)

"נאך גאנץ שיין פון זיי אז זיי זענען געקומען פרעגן ווער איך בין'' זאגט רבקה פאר יצחק, ''איך געדענק אז דו האסט מיר דערציילט אז ווען דיין טאטע אברהם איז אהער געקומען צום ערשטן מאל האט מען אים נישט געפרעגט צופיל פראגעס, מ'האט געכאפט דיין מאמע שרה און געפירט צום קעניג''.

''יא, טאקע, זיי האבן זיך שוין אויסגעלערנט אביסל מענטשליכקייט, מיין טאטע אברהם האט שווער געארבעט דערויף, די גאנצע צייט וואס ער האט געוואוינט דא האט ער זיי געזאגט מוסר און אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויפצופירן ערליך, (חזקוני כו, ז.) איך געדענק אז מיין טאטע האט אפילו געמאכט היבש גרים דא, ער האט אוועקגעשטעלט א ישיבה וואו מ'האט געלערנט די אמונה אין גרויסן באשעפער, איך וועל זיי גיין אפיר זוכן, אפשר קען איך טאקע אריינשטעלן אונזערע קינדער אין די ישיבה''.

יצחק האט זיך ארויסגעלאזט זוכן די גרים וואס אברהם אבינו האט מגייר געווען.

''זאג מיר'' האט יצחק אפגעשטעלט א דורכגייער, ''איר ווייס עפעס פון א ישיבה וואו מ'לערנט די אמונה אין אידישן באשעפער?''

''וואס זאגט איר? אמונה? אידיש? באשעפער? וועלכע שפראך רעדט איר? איך האב מורא איר זענט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ".

אזוי האט זיך יצחק געדרייט פון גאס צו גאס, קיינער האט אים נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז ענדליך האט ער אנגעטראפן א אינגן פלישתי.

''אה, יא, עפעס געדענק איך טאקע, מיין טאטע האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אמאל געלערנט אין א ישיבה, דארט אפאר גאסן אוועק, גייט דא גלייך דערנאך מאכט א רעכטס און א לינקס און דארט פרעגט איינעם...''

יצחק איז נאכגעגאנגען די דירעקציעס וואס יענער האט אים געגעבן, נאך לאנגע מאטערנישן איז ער אנגעקומען צו אן אלטן פארשטויבטן געצעלט, ס'איז טאקע געווען גרויס און הויך, ס'האט זיך דערקענט אז אמאל איז געווען עפעס אן עפענטליכע פלאץ דארט, ער האט אבער געזעהן אז שוין א לאנגע צייט האט קיינער נישט איבערגעטרעטן דעם שוועל דא, מיט א צובראכן הארץ איז ער געשטאנען און געקוקט דערויף.

''וואו זענען די אלע גרים וואס מיין טאטע האט מיט אזא מסירות נפש אריינגעברענגט די הייליגע אמונה אין זיי? פארוואס האבן זיי אויפגעהערט צו קומען דא אין ישיבה לערנען?" האט יצחק זיך געוואונדערט.

שטייענדיג דארט גייט אריבער אן אלטער פלישתי מיט אן איינגעבויגענעם רוקן, ''איר דארפט אפשר הילף?" פרעגט ער אים.

''יא אוודאי, איך דארף אסאך הילף! מ'דארף אפשטויבן דעם גאנצן פלאץ און צוריק עפענען די ישיבה! קודם דארף איך אבער מברר זיין וואס דא האט פאסירט מיט די אלטע ישיבה, וואו זענען אלע תלמידים נעלם געווארן''.

''פונקט גוט, נאך א מזל אז דו האסט מיר אנגעטראפן, מיין זון פלעגט דא קומען, ער איז דא געווארן אזא מענטש, אויסגעאיידלט און ערליך, לעצטנס זייט די ישיבה האט זיך פארמאכט האלט איך נישט אויס פון אים, קום צו מיר אהיים וועט מען דיר פונקטליך מסביר זיין וואס דא האט פאסירט''.

יצחק איז אהיים מיט דעם אלטן פלישתי, מיט גרויס ווייטאג האט ער אויסגעהערט ווי נאכדעם וואס ס'איז אנגעקומען די בשורה אז אברהם איז אוועק פון די וועלט האבן זיך א גרופע מיסיאנערן גענומען איבער אלע תלמידים פון די ישיבה, זיי פארשטאפט די קעפ מיט כפירה ומינות, ביז זיי האבן מצליח געווען איבערצורעדן די גאנצע גרופע גרים מיט זייער כפירה'דיגע שטותים און זיי האבן פארמאכט די ישיבה.

''איך בעט דיר'' האט יצחק געזאגט מיט א שטארקקייט, ''זיי מודיע פאר אלע דיינע חברים אז מארגן איז דא א וויכטיגער שיעור, בעט זיי זאלן כאטש נאך איינמאל קומען הערן וואס איך האב צו זאגן, מיר וועלן אי''ה צוריק עפענען די ישיבה מיטן פולסטן פראכט!''
(רבינו בחיי שהבארות אשר סתמום פלישתים היינו הגרים שנתגיירו בימי אברהם, בש''ך שר''ת של י'צחק ב'ן א'ברהם בגימ' אחד, שהי' יצחק מפרסם אלקותו ית' כמו אביו אברהם.)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”