די בינטל שליסלעך אין אומגעוואונטשענע הענט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

מיר ווארטן (אן געדולד), לייג ווי שנעלער ביטע, יישר כח
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

אב זקן האט געשריבן:ס'וועט שוין נישט זיין היינט.
איך האף אויף מארגען יא.

אב
דו האסט מיך יעצט געשאקט.....
כ'מוטשע מיך זיך צו האלטן וואך און יעצט אזא פראסק....
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

יש מחר לאחר זמן?
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

או יו יו אבעלע האט נישט קיין וועג ארויס ביזדערווייל פאר עלווין. ביטע ווער סקען העלפן זאל שיקן אין אישית.
נעקסטיים אב, ספין נישט אזזזזזוי ווייט.
דאונט ווארי! סוף כל סוף וועט קומען א גיטס, אב וועט אונז נישט אנטוישן.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דו קאסט מיר א שמייכל פאקטיש. האלטס טאקע אז איך האב נישט קיין וועג ארויס און דאס איז די סיבה פאר מיין נישט שרייבן?

איך וועל דיר זאגן דעם אמת. די פארזעצונג איז שוין אפגעשריבן! ס'איז א שיינע פאר טויזנט קערעקטארס, איך וואלט געוואלט דו זאלסט דיך טיימען ווי לאנג ס'נעמט דיר עס אפצוליינען, איך שאץ אויף בערך א האלבע שעה אדער מער!

די סיבה פארוואס איך לייג עס נאך נישט איז ווייל איך ווארט אויפן מגי' ער דארף עס איבערקוקן און זען צו אלעס קלאפט. איינמאל ער איז פארטיג פארט עס ארויף.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טאטעלע לאז איבער די הגהות דא פארן עולם, שמעטער ארויף און פארטיג, צעלי בעלי חיים איז א דאורייתא....
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

האלבע שעה צו ליינען. פיינע נייעס.

וואסערע ליינען שנעלקייט???
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

אב זקן האט געשריבן:דו קאסט מיר א שמייכל פאקטיש. האלטס טאקע אז איך האב נישט קיין וועג ארויס און דאס איז די סיבה פאר מיין נישט שרייבן?

איך וועל דיר זאגן דעם אמת. די פארזעצונג איז שוין אפגעשריבן! ס'איז א שיינע פאר טויזנט קערעקטארס, איך וואלט געוואלט דו זאלסט דיך טיימען ווי לאנג ס'נעמט דיר עס אפצוליינען, איך שאץ אויף בערך א האלבע שעה אדער מער!

די סיבה פארוואס איך לייג עס נאך נישט איז ווייל איך ווארט אויפן מגי' ער דארף עס איבערקוקן און זען צו אלעס קלאפט. איינמאל ער איז פארטיג פארט עס ארויף.

טאמער עלווין וואלט געווארן אזוי שנעל אנגעדרייט ווי דיר, וואלט ער גאר שנעל פארלוירן די פסיכילאגישע פארמעסט....
זשאסט קידינג...
דו האסט אלעמאל אוועי אוט פון די פראבלעם...!!!
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

12'טע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

און קורצן פון פריער.

נאכוואס עלווין איז אנטלאפן אונעם פארט פון 'ניק' האט ער זיך צוזאמגעשטעלט צוריק מיט זיין גרופעס און זיי האבן אינאיינעם געארבעט ביז ווען דזשימי'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן און דאן האט אים עלווין געמוזט פארשיקן.
וואו נאר ער האט זיי פארשיקט איז ער פארכאפט געווארן און יעצט ליגט ער פארבינדן אין קעלער ווען העכער זיין קאפ זיצן די גרעסטע גענג פירערס און זיי פירן דורך אן ערענסטע דיעל.

*

אונעם פארט איז געלונגען פאר די אויטאריטעטן צו כאפן טאני. אבער ביים אויספארשן טאני האט ער איבערגעדרייט די מעשה און געזאגט אז עלווין האט אים געצוואונגן דאס צו טון. ניק איז אויך געווען אויף טאני'ס זייט זאגענדיג אז עלווין איז געווען דער וואס האט פון אים גע'גנב'ט די שליסלעך.

די אויספארשונג פון די פאליציי האבן געוויזן אז עלווין האט זיך געדרייט מיט איינעם 'סעם פעדער' און יענער פעלט זינט יענע נאכט. די אלע זאכן האבן קלאר געטראגן די פארשערס מיט די עף בי איי צו איין מסקנא. 'דא רעדט מען פון אן ערענסטע פארברעכער וואס איז גרייט צו טון אלעס אין די וועלט דורך צופירן זיין פלאן. ער האט שוין געהארגעט מענטשען פאר דעם, ער האט שוין בארויבט פעדראלע אפיסעס און געפעלטש פאפירן, אלעס אז די קאנטעינער זאל גיין ווי ס'דארף גיין'.
די מעסעדזש וואס מ'האט ארויסגעשיקט פאר אלע אגענטן וואס זענען געווען פארמישט אין די קעיס איז געווען קלאר. "ניצט עקסטרע זיכערהייט מיטלן ביים ארעסטירן דעם עלווין. קלערט נישט צוויי מאל בעפארן שיסן ווייל אויב קלערט איר, וועט איר שוין מער נישט קלערן."

דערווייל האט די עף בי איי אויפגעכאפט א סיגנאל ווי עלווין איז. מייקל די עף בי איי אגענט וואס האט געהאנדעלט מיט די קעיס האט זיך ארויסגעלאזט כאפן עלווין.
עלווין'ס צוויי חברים, סטיוו מיט דזשימי האבן ארויסגעוויזן זייער גרייטקייט מיט צוגיין און ארויסהעלפן מיט די פארכאפונג. די איינציגסטע פראבלעם איז געווען אז די עף בי איי זענען געקומען מיטן ציל צו כאפן עלווין. סטיוו מיט דזשימי זענען געקומען צו כאפן די גענג פירערס און ראטעווען עלווין....

יעצט ליינט ווייטער.


עלווין איז געווען איינגעשפארט אין קעלער און געקלאצט אויפן וואנט. ער האט נישט מער וואו געקענט האפן אז זיינע חברים האבן געכאפט די מעסעדזש און זיי זאלן אים קומען ראטעווען וואו שנעלער.
יעדע מינוט וואס איז דורך האט עלווין'ס בלוט זיך גענימען קאכן מיט א שטערקערן טעמפא. 'איך גיי מיך נישט לאזן דערהארגענען קאלטערהייט!' האט עלווין אפגעמאכט ביי זיך.
ווען די וועכטער איז נאכאמאל אריין געקומען קוקן אויף עלווין האט זיך עלווין גענימען קרעכצן אז עפעס דריקט אים שטארק ביי די פיס. די וועכטער האט געלאכט פון עלווין "דו גייסט שטארבן ביז א שעה צוויי.. וואס מאסכטסו דיך נעריש וועגן אביסל פיס דריקעניש?"

"קוק אהער. אמת איך גיי שטארבן, אבער אזויפיל קענסטו נישט טון פאר מיר און זען אז מיין לעצטע שעה פון לעבן זאל מיר זיין עטוואס באקוועם? איך בעט נישט אז דו זאלסט מיך אויפבינדן, איך בעט אזויפיל העלף מיר אביסל צו לינדערן מיינע שמערצן."
די וועכטער האט זיך צוגעבויגן זען וואס דריקט אים. מער האט פאר עלווין נישט אויסגעפלעט... ער האט דערלאנגט א שטויס פארן וועכטער.. די וועכטער איז אומגעפאלן אן קיין ווידערשטאנד.
עלווין האט זיך אויפגעבינדן און זיך אנגעטון די קליידער פונעם וועכטער. דערנאך האט ער פארבינדן די וועכטער און זיך צוריק צוגעשפארט אין זיין צעל.

*

מייקל מיט זיין טיעם האבן זיך גענימען לויפן ארויף צו די הויז.. נאכן לויפן אפאר הונדערט מעטער האט סטיוו זיך געגעבן א שטעל אפ און זיך אנגערופן הויעך.
"הער מיך אויס מייקל.. מיר זענען פון די נעווי סיעל'ס! מיר קענען און מיר זענען געלערנט צו האנדלן מיט אזא סיטואציע. לאז אונז גיין פאראויס."

"יא יא, עטס ווילטס אריין גיין און ארויסראטעווען ענקער חבר... וואס?"

"גלייב מיר אז מיין חבר וואס איז אינעווייניג איז אומשולדיג! ער איז אויך פון די נעווי סיעל'ס און איך זאג דיר אז ס'וועט נישט נעמען לאנג און מ'וועט געוואויר ווערן דעם אמת.
ס'שטערט מיך נישט אז דו גייסט פאראויס אבער איך וויל דו זאלסט מיר גאראנטירן אז דו גייסט אים פראבירן צו ראטעווען..!

מייקל האט זיך אפגעשטעלט פאר א מינוט.. ער האט נישט געגלייבט מיט וועם ער רעדט.. א נעווי סיעל.. די זענען דאך די עליטע פונעם פאלק.. ער האט מיט א חשיבות זיך אנגערופן פאר סטיוו. "וואס זאל איך דיר זאגן. איך גלייב אז איך האב נישט די גאנצע בילד. ווען מיר וועלן צוריק זיין אין אפיס וועלן מיר רעדן. אויף יעצט זאג איך דיר צו אז איך וועל פראבירן אלעס וואס מעגליך אים צו ראטעווען לעבעדיג..."

מיט א פרישע אימפעט האבן זיי זיך געלאזט צום הויז..
זיי זענען ארויף געקראכן אין וואלד, זייענדיג אפאר הונדערט מעטער אוועק פונעם הויז האבן זיי זיך אפגעשטעלט און די סנייפערס האבן אנגעטשעלט די רייפלס מיט די שפאקטיוון. ווען די סנייפערס האבן באשטעטיגט אז זיי זען די וועכטערס אינעם שפאקטיוו האט מייקל געגעבן די גרין לייט און דריי קוילן זענען ארויסגעפלויגן אינאיינעם... יעדע פון זיי האבן דערגרייכט פונקטליך אין ציל און די דריי וועכטערס זענען אומגעפאלן אויפן ארט.

די פערטע וועכטער וואס איז געווען אויף די אנדערע זייט פונעם הויז האט ווייטער ארום שפאצירט און ווען ער האט זיך צוריק געדרייט האט ער געטראפן זיין קאלעגע ליגן אויסגעצויגן אן קיין צייכן פון לעבן... ער האט ארויסעצויגן זיין ראדיאו און אריין גערופן די בעיס מיט קולות... "איך האב דא א וועכטער דערשאסן.. איך ווייס נישט פון ווי די.." נאך פאר ער האט עספיעט צו ענדיגן די זאץ האט א קויל געענדיגט זיין לעבן..
ווען מייקל האט געזען אז די פיר וועכטער זענען שוין נישט קיין סכנה האט ער אריין גערופן די העליקאפטערס און די געפאנצערטע טראקס אז זיי קענען ארויף קומען דעם בארג נעמען פאזיציעס...

*

עלווין האט געהערט די רוף פונעם וועכטער... ער האט געהערט וואו די וועכטער האט נישט געענדיגט זיין זאץ... ער האט פארשטאנען אז עקשאן פאנגט זיך אן.....

*

פאול מיט זוקער האבן געמיטליך פארברענגט.. זיי האבן געטרינקען און געשמועסט.. יעדער איז געווען פיין אויפגעלייגט... זוקער ווארט שוין יארן אויף די וואפן וואס פאול האט אים דא צוגעשטעלט.. די נייעסטע טעכנעלאגישע וואפן.. דאס בעסטע וואס ס'איז נאר דא.. די מארקעט איז אזוי ארעם אנטקעגן וואס ער האט דא באקומען..
פון די אנדערע זייט האט פאול מיט איוואן געפייערט זייער טאג.. נישט יעדן טאג באקומט מען דריי פילע רענצליך מיט קעש...
אזוי זיצענדיג איז די הויפט וועכטער פירער אריינגעקומען און זיך אנגערופן פאר פאול.
"פאול. מיר האבן א שטיקל סיטואציע אינדערויסן... די חברה זענען דא...
ס'איז נישט קיין פראבלעם.. איך דארף נאר אז מ'זאל זיך שוין אויפהייבן און אראפגיין אין קעלער. פון דארט איז דא א באהאלטענע וועג ארויס צום אנדערן זייט וואלד.. און איך וועל זיכער מאכן אז די סחורה גייט שוין ארויף גיין אויפן טראק און איך וועלן עס אפשיקן.
מיר גייען פארשפילן די חברה און איר מיט אייערע חברה אנטלויפט דערווייל...

פאול האט זיך שנעל אויפגעהויבן און נאכגעפאלגט די וועג וואס די הויפט וועכטער האט אים געוויזן.. זוקער און איוואן האבן נאכגעפאלגט...

"דאס איז די עף בי איי... האט מייקל אויסגערופן אויף די הויך הילכער.. קומט אלע ארויס מיט די הענט אין די הייעך שוין! מיר געבן אייך פיפציג סקונדעס.. איר זענט ארום גענימען פון אלע זייטן אן קיין אפציע פון אנטלויפן. קומט ארויס מיט די הענט ארויף אז נישט גייען מיר שטורעמען די פלאץ."

פאול האט אראפגעוואקט און די הויפט וועכטער האט זיי צוגעפירט צום באהאלטענעם טונעל..

עלווין איז געזעצן אינטן אינעם קעלער און געהערט די אויסרופן. אויך האט ער געהערט אז אסאך מענטשען קומען אראפ אינטן אינעם קעלער. ער האט צוגעבויגן זיין אויער צום טיר צו הערן ווער די חברה זענען. עלווין האט געהערט וואו איינער רופט זיך אן "גייט דא אריין אין וואקט גראדערהייט און איר וועט אנקומען צו די צווייטע זייט.. מיר וועלן אייך נאכברענגן די קאנטעינאר.. איך לויף צוריק ארויף זיכער מאכן אז די חברה ווערן פארשפילט.."
פאר עלווין האט נישט אויסגעפעלט מער.. ער האט פארשטאנען ווער די חברה זענען.. ווען ער האט געזען אז די הויפט איז צוריק ארויף געגאנגען האט ער זיך ארויסגעשארט פונעם קעלער און נאכגעפאלגט די גרופע... ווען זיי האבן געזען אז איינע פון די גארדס קומען זיי באגלייטן האבן זיי זיך געפריידט און זיך גענימען לויפן אינעם טונעל...

נאכן לויפן אפאר מעטער האט עלווין זיך מער נישט געקענט איינהאלטן זעענדיג אז ער האט דא אלע פישלעך אין איין שאס. "שטעלטס ענק אלע ביים וואנט מיט די הענט אויפן קאפ.." האט עלווין אויסגעשריגן אינעם טונעל ווען זיין קול האט זיך געהערט מיט א מעכטיגע ווידער קול. איוואן מיט זוקער האבן זיך אויסגעדרייט נישט כאפענדיג וואס דא איז געשען..
"איך זאג נאכאמאל! יעדער דרייט זיך אויס מיטן פנים צום וואנט און די הענט אויפן קאפ!" און כדי זיי זאלן זען אז ער מיינט עס ערענסט האט עלווין געשאסן איוואן אין די פיס.. די שאס האט אפגעקלינגן אינעם טאנעל... און די קוייטש פון איוואן האט באוואויגן פאול איינצוזען אז דא רעדט מען נישט פון קיין קינדשפיל.. ער האט זיך אויסגעדרייט צום וואנט און עלווין האט אים געבינדן. זוקער האט יא פראבירט צו שטעלן א ווידערשטאנד אבער א שאס אין זיין פיס האט אים אויך געמאכט טוישן זיין מיינונג.. ווען יעדער איז שוין געווען געבינדן האט עלווין זיי געהייסן זיך צוריק דרייען און צוריק וואקן די טאנעל..

ווען די פיפציג סקונדעס זענען דורך האט מייקל אויסגערופן הויעך... איינס.. צוויי... דריי...
און א שווערע שיסעריי פון מאשין געווער האט זיך אנגעפאנגן צו הערן... די הויז האט זיך געשאקלט...
די געפאנצערטע טראקס האבן זיך געריקט פאראויס..
די הויפט וועכטער האט אויסעגרופן אין די ראדיאו " דריי מענטשען זאלן ארויסגיין און צוריק שיסן.. מ'דארף זיי פארשפילן.. דערווייל לויף איך צום קאנטעינער און איך גיי עס דורך דרייוון דורך די וואלד... חברה.. מאכט זיכער צו ניצן די שווערסטע פייער אנטקעגן די חברה.. איך וועל אייך לאזן וויסן ווען איך קום אן אין טרעילער און דאן נעמט אייך שיסן אן רחמנות...

עלווין האט מיטגעהאלטן די פלאן.. ער האט ארויסגעכאפט די טעלעפאון פון פאול און אנגערופן דזשימי... "דזשימי.. דו קום פון אינטן.. די חברה גייען ענק אויסשפילן.. מ'גייט שיסן אין די פראנט אבער זיי גייען אפטראגן מיט די וואפן דורך די בעק.. קום דו מיט סטיוו אין די בעק.."

"עלווין, ווי ביסטו? ביסט אקעי?"

"פרעג נישט יעצט! פאלג וואס איך זאג!"

סטיוו מיט דזשימי האבן זיך ארויסגעגליטש פון די איבריגע.. זיי האבן גענימען פאזיציעס אויף די בעק פון די הויז... ס'איז דורך נאך אפאר אנגעצויגענע סקונדעס און עלווין הערט אויף די ראדיאו אז דער הויפט האט זיך יעצט אריין געזעצט אינעם טרעילער...
שווערע שיסערייען האבן זיך אנגעפאנגן... די עף בי איי האט געענטפערט מיט א כאוואליע פון שיסערייען... די געגנט האט זיך גענימען שמעקן פון אמיוניציע.. א רויעך האט זיך פארשפרייט אויפן האריזאנט.. אויף די מינוט האט די הויפט געווארט... ער האט אריין געלייגט די טרעילער אין דרייוו און זיך גענימען שנעל פארן..די טרעילער האט זיך געווארפן, ס'איז נישט געוואוינט צו פארן אין וואלד אבער אים האט נישט געבאדערט אז די טרעילער גייט א גאנג.. ער האט געוואלט זען די קאנטעינאר ארויס...

די דרייווער האט נישט באמערקט אז איינער קוקט אים אריין פון די פאסאנזשיר זייט.. מיט א זעץ האט סטיוו אויסגעבראכן די פענסטער.. און מיט א אויסגעשטרעקטע גאן האט ער אים געהייסן שוין אפשטעלן די טרעילער..
די דרייווער האט אן קיין אפציעס געפאלגט און אויפגעגעבן... "זאג פאר דיינע חברה אז דו ביסט שוין אוועקגעפארן און זיי זאלן אויפהערן שיסן.."
די דרייווער האט געפאלגט און געהייסן יעדעם אראפלייגן די וואפן.
מייקל האט געזען אז די שיסעריי האט זיך אויפגעהערט האט ער אריינגעשטורעמט אין די הויז.. ער האט געטראפן אפאר פון די וועכטערס טויט און די איבריגע האט מען ארסעטירט...
ווען סטיוו איז אריין אין די הויז האט ער אנגערופן עלווין און געפרעגט ווי ער איז..
"קום אראפ אינטן.. איך בין דא מיט די ריכטיגע חברה..
מייקל האט מיטגעוואקט מיט סטיוו און דזשימי און זיי האבן נישט געגלייבט וואס זיי האבן געזען... פיר חברה ליגן פארבינדן און עלווין שטייט איבער זיי..
מייקל האט אראפגערופן אפאר פון זיינע מענטשען אז זיי זאלן קומען אויפפיקן די פיר און זיי ארעסטירן..
"עלווין" האט מייקל זיך אנגערופן. "דו האסט געטון א מעכטיגע ארבעט די קאנטעינער מיט די וואפן זענען דא. די דריי חברה וואס לויט דיר זענען זיי 'די גענג פירערס' זענען דא.
אבער וויסן זאלסטו אז דאס אלעס מיינט גארנישט פאר מיר! וואו מיר האלטן יעצט ביסטו דער וואס האט גע'גנב'ט די קאנטעינער און דו ביסט דער וואס האט גע'גנב'ט די שליסלעך...
איך פערזענליך האלט אז דו ביסט אומשולדיג.. אבער איך דארף נאך אלס טון מיין פליכט און דיך ארעסטירן יעצט...!!
זיי אזוי גוט, גיב מיר דיין הענט לאמיך אנטון קייטלעך דעראויף... איך האף אז אין קאורט וועסטו קענען אויפווייזן דיין אומשולד.. איך וועל זיכער דארט זיין און דערציילן פארן ריכטער וואס דו האסט דא געטון... אבער מיין פליכט דארף איך אויספירן..."

עלווין האט מיט אן אראפגעלאזטע קאפ געגעבן זיין הענט פאר מייקל און די קאלטע אייזן אויף זיין האט אים געמאכט שפירן די ווייטאגליכע פאקט אז ער איז 'ארעסטירט!'
מייקל האט נישט פארגעסן פארצוליינען די מירינדע רעכטן..
"איין זאך נאר" האט דזשימי געבעטן, "טראג אים נישט ארויס פארענט פון אלע ארעסטירטע.. ווארט אויס ביז יעדער וועט אוועק גיין און דערנאך טראג אים.."
מייקל האט מסכים געווען.

מיט א ביטערע טעם האבן זיך דזשימי און סטיוו אריין געזעצט אין קאר.. עלווין האט אויסגעזען זייער צובראכן.. נאכן טון אזויפיל.. נאכן אראפברענגן די שטערקסטע גענג.. נאכן אראפרוימען די שעדליכסטע וואפן.. און אלעס אן קיין איין פעטאליטעט... קומט זיך מיר אז מ'זאל מיך ארעסטירן וואו א פאלנע פארברעכער?

סטיוו מיט דזשימי האבן פארלאזט די פלאץ ווען זיי האבן געזען אז נייעס ריפארטערס זענען געקומען צו פארן דעקן די נייעס.. יעדער האט דערציילט א צווייטע ווערסיע אבער דאס האט יעדער זיכער געמאכט צו זאגן. "די אזוי געזוכטע מענטש וואס איז געווען די נומער איינס געזוכטע מענטש די לעצטע פאר טאג. האט מען ארעסטירט דא אינעם הויז.. איינער האט אפילו געוואוסט צו זאגן אז מ'האט אים אריין געזעצט אין א צווילע קאר און נישט וואו די אנדערע וואס מ'האט געזעצט און די אפיציעלע קארס... מיר קענען רואיג אפאטעמען היינט וואוסענדיג אז איינע פון די שעדליכטסע מענטשען זענען אראפ גערוימט געווארן פון די גאסן.."
סטיוו האט מיט כעס פארלאשן די ראדיאו...

*

ס'האט נישט גענימען לאנג און די טאג פונעם קאורט דעיט איז אנגעקומען... היינט איז די טאג וואס עלווין וועט האבן די געלעגענהייט און פראבירן ריין צו וואשן זיין נאמען...
יעדע לויער וואס האט אריין געקוקט אין די קעיס האט ג'עצה'ט עלווין צו 'פלידן גילטי' און אננעמען די פארשלאג וואס די פראססעקיוטער גייט אים פארלייגן. איינע פון די גרעסטע לויערס וואס האבן אריין געקוקט אינעם קעיס איז צוריק געקומען מיט א קורצע תשובה "דו ביסט אויף צרות"
"דיין פינגער אפדרוקן זענען אויף די שליסלעך, אויף די קאנטעינערס, איבעראל. די גענג מעמבערס שרייען אז דו האסט זיי אנגעטראגן די וואפן און ווען דו האסט געזען אז מ'איז אויף דיינע טריט האסטו איבערגעדרייט די טעלער און זיך גענימען מיטשפילן מיט די פעדס... זיי האבן גאנץ שטארקע ראיות דעראויף..
איך ראט דיך, פראביר נישט אויפצווויזן דיין אומשולד. גיי מיטן שטראם, נעם אן דיין שטראף ביז א צען יאר ביסטו אינדערויסן און דו פאנגסט אן א נייע לעבן..."

אזאנע און ענליכע ווערטער האט עלווין געהערט פון יעדעם... אבער די איינציגסטע וואס זענען געווען אויף זיין זייט און געשריגן אז ער זאל זיך נישט אינטערגעבן איז געווען זיינע חברים. דזשימי מיט סטיוו האבן אים געשטיפט און געשטארקט..
און זיי זענען נישט געשלאפן... "אויב קיינער נעמט זיך נישט פאר אים וועלן מיר עס טון!!" האט סטיוו דערקלערט.

--

די געריכט הויז איז געווען אנגעפילט פון וואנט צו וואנט. יעדער האט געוואלט מיטהאלטן די דראמיטשע געריכט וואו מ'גייט אנקלאגן איינע פון די ערגסטע פארברעכער אין די היסטאריע....
די סעסיע האט זיך אנגעפאנגן מיט א קלאפ פונעם האמערל און די ריכטער האט אויסגערופן די נעמען.
עלווין איז געזעצן אויפן באשולדיגונגס באנק זיין הענט געבינדן פון אינטן. קעגן איבער אים איז טאני געזעצן. אויף טאני'ס זייט איז געזעצן א לויער וואס זיין נאמען איז זייער באקאנט אלס איינע פון די שטערקסטע לויערס אין נ.י. אויף עלווין'ס זייט איז געזעצן זיין חבר סטיוו... יעדער האט געוואוסט אז די טשאנסן אז סטיוו זאל באזיגן טאני'ס לויער איז כמעט אוממעגליך. אבער סטיוו האט געוואלט אז ער זאל האבן די געלעגנהייט צו לאזן הערן פאר די וועלט זיין זייט פון די מעשה און זיי זאלן גלייבן וועם זיי ווילן.

טאני'ס לויער האט קודם באקומען די ווארט ווייל ער איז דער וואס פארטיידיקט זיין קליענט טאני און קלאגט עלווין.

"געערטער ריכטער. איר האט אודאי געליינט די דעטאלן פון די מעשה. ס'איז קיין סאך נישטא צו צולייגן, די מעשה רעדט פון זיך. מיין קליענט איז טאקע געכאפט געווארן מיט די שליסלעך אין די הענט אבער ווי מיר וועלן באלד הערן פון די עדות איז ער נישט געווען דער וואס האט עס גע'גנב'ט פונעם אפיס. ער איז נאר געווען די שיק אינגל פאר דעם עלווין. זאל 'ניק' די עדות ארויף קומען און דערציילן וואס איז פארגעגאנגען ביי אים אין אפיס."
ניק האט ארויף שפאצירט צום פאדיום און מיט א געשטיקטע קול פארציילט וואס ער איז דורך געגאנגען.. וויאזוי עלווין האט זיך פראבירט אריין צוכאפן צו אים אין אפיס אלס א קאמפיוטער טעקנישן. ווען דאס האט נישט געארבעט האט ער זיך אריין געכאפט אלס אן ארבעטער פון א אלארעם קאמפעני.. און דאס איז חוץ דעם וואס ביינאכט האט ער זיך איינגעבראכן דורכן עירקאנדישן דאק. דערנאך האט ניק דערציילט וויאזוי עלווין האט אים ברוטאל דערשטאכן אזש ער איז געפאלן חלשות... "דער איז א געמיינער אינג. איך בין דאנקבאר אז איך קען דא שטיין און אים באשולדיגן.. אזא מענטש טאר נישט זען די ליכטיגקייט פון די זון מער.." האט ניק אויסגעפירט מיט פאטאס.

דערנאך האט ניק'ס לויער ווידער אויסגערופן.

"זאל דער סעקיורעטי גארד 'דאלו' וואס איז פאראנטווארליך פאר די סעקיורעטי אין די בילדינג. זאל ער ארויף קומען דערציילן וואס ער ווייסט"

דאלו איז ארויףגעקומען און דערציילט יעדע דעטאל וויאזוי די אלארעם האט זיך צוקלינגן און וויאזוי ער האט געקראכט די לעקטער פונעם בילדינג. דערנאך האבן זיי געזען אויף די קעמרע ווי עלווין ברעכט אויס א פענסטער... שפעטער איז ניק זיך געקומען בעטן אז מ'זאל גארנישט טו פאר דעם עלווין... מ'האט קלאר געזען אז עלווין האט עפעס אנגעדרייט ביי ניק אז ער זאל מורא האבן צו רעדן...
"אין מיינע צענדליגע יארן אויף מיין פאזיציע האב איך נאך נישט געהאט אזא מעשה. ס'איז א שרעק צו קלערן וואס דער וואלט געטון ווען נישט מ'כאפט אים."

דאן האט די לויער צוריק גענימען די ווארט און געמאכט א סך הכל.

"דאס איז קלאר אופגעוויזן געווארן אז עלווין איז דער וואס האט גע'גנב'ט די שליסלעך.. און ווען מ'הערט נאך מיט וואסערע ברוטאלע מיטלען ער האט זיך באניצט צו דערגרייכן זיין ציל גיט דאס א שטיקל בליק אויף די מענטש וואס זיצט דא...
יעצט זאל מיך די ריכטער ערלויבן ארויף צו ברענגן נאך איין עדות און דאס איז די אנפירער פון די סעקיורעטי אינעם פארט און ער וועט פארציילן וואו גוט עלווין האט עס געמאכט זיכערמאכענדיג אז טאני איז דער וואס ברעכט אויף די טיר.."

"איך בין די סעקיורעטי הויפט אינעם פארט. איך בין געשטעלט צו היטן אויף די זיכערהייט פונעם פארט. ווען איך האב באקומען די טעלעפאון קאלל פון מיין הויפט אפיס און זיי האבן מיר פארציילט אז א סעט פון די גאר געהיימע שליסלעך פעלן האב איך פארשטאנען אז איך וועל דארפן טוישן אלע שלעסער פונעם הויפט בילדינג.. אבער אוזויווי די לאק-סמיט איז נישט געווען דאהי האב איך באשטעלט עקסטרע סעקיורעטי אויף יעדע שטאק פונעם בילדינג אז זיי זאלן האלטן אן אויג אויף סיי וועלכע פרעמדער אריינדרינגער.. אבער ווען עלווין איז געקומען האט ער עס געמאכט אזוי פראפעשענאל ער איז געקומען מיט א פאלשע איידי אז זיי זענען פון די 'איטערנעל אפפערס' אזוי אז קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז ער איז דער פון וועם מ'דארף אבאכט געבן.. ס'איז נאך אזוי טיף אז אפילו אינעם אפיס האט עלווין נישט צוגערירט צו קיין סעיף.. ער האט זיכער געמאכט אז אלע פינגער אפדרוקן זענען פון טאני...
איך מיין אז אזא מענטש טאר זיך נישט דרייען פריי אויפן גאס.."

שפיזיגע בליקן פונעם גאנצן זאל זענען געווען אויסגעדרייט צו עלווין.. מ'האט געקענט הערן מענטשען שישקענען זיך... די מצב האט אויסגעזען זייער שמאל... סטיוו האט זיך געהאלטן שטארק... אבער ווי שטארק קען מען זיין ווען מ'דארף אפווארפן א בנין מיט פעסטע יסודות...?

די ריכטער האט געגעבן א קלאפ מיטן האמער און אויסגערופן פויזע פאר פיפצן מינוט...

פון אלע זייטן האט מען געהערט רידערייען.. מענטשען אונעם זאל האבן איבערגעשמועסט די מעשה.. זאכן האבן אויסגעזען זייער נישט גוט. דאס ארגסטע איז נאך געווען אז מ'האט געזען עלווין זיצן אן א לויער און דאס האט געגעבן די בליק אז ער רעזעגנירט..
"ס'האט נישט געקענט זיין קיין בעסערע טאג פאר מיר וואו היינט, זעהן א פארברעכער ווערן אייגעשפארט פאר אפאר צענדליגע יאר.. דאס טייטש יוסטיץ!" האט זיך א ביישויער אויסגעדרוקט.

די פיפצן מינוט איז דורך און די ריכטער איז צוריק געקומען. א קלאפ מיט די האמער האט שטיל געמאכט די זאל.

"יעצט וועלן מיר הערן פון עלווין" האט די ריכטער אויסגערופן, "ביסטו מודה אדער נישט?"

"ניין!" האט עלווין אויסגערופן הויעך. ברימערייען האבן זיך געהערט אין זאל... די ריכטער האט געמוזט ניצן זיין האמערל שטיל צו מאכן.

"קענסטו מסביר זיין דיין שטעלונג?"

דא האט זיך סטיוו אויף געשטעלט און אנגעפאנגן צו רעדן.

"אדוני השופט. איך וועל בעטן רשות איבערצונעמען דאס ווארט.
איך וויל בעטן, אזויווי איך האב א שטיקל מעשה צו פארציילן ס'קען נעמען אפאר מינוט וויל איך בעטן אז די ריכטער זאל מיך ערלויבן צו רעדן אן ווערן איבערגעהאקט. איך וועל נעמען אלע שאלות נאכדעם וואס איך וועל זיין פארטיג מיט מיין מעשה."

"ווער ביסטו" האט די ריכטער געפרעגט.
"איך בין עלווין'ס חבר, מיין נאמען איז סטיוו. איך בין דא מיט אונזער דריטע חבר דזשימי. אלעס וואס איך גיי פארציילן האט געהאט מיט אונז דריי. עלווין האט גארנישט געטון אליין."

"פיין, קום צום ווארט"

"ס'איז געווען אמאל א איד וואס האט געהייסן סעם פעדער. סעם איז געווען א וואוילע איד קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט א שטילער מענטש אן קיין גרויסע פארקער מיט די דרויסענדע וועלט. איין שיינעם טאג איז סעם פארכאפט געווארן דורך א גרופע מענטשען, זיי האבן אים אוועק געפירט מיט פארבינדענע אויגן און זיי האבן פארלאנגט פון אים אז ער זאל זיי ברענגן א בינטל שליסלעך פון זיין שכן'ס אפיס.. און זיכער צו מאכן אז ער קען נישט גיין צו די פאליציי האט מען אים צוגעשטיפט א גאן צו זיין הענט און זיכער געמאכט אז די גאן האט זיינע פינגער אפדרוקן. די גאן וואס מ'האט אים געמאכט אנכאפן איז א גאן וואס ווערט שטארק געזוכט ביי די פאליציי.. און זיי האבן אים געזאגט אז אויב ווערן זיי געוואויר אז ער איז געגאנגן צו די פאליציי וועלן זיי זיכער מאכן אז די גאן קומט אן צו די פאליציי און דאס וועט אים אריין שליידערן אין תפיסה פאר א לאנג צייט."

"דאס וואס דו דערציילסט האט עפעס א שייכות מיט אונזער קעיס?" האט די ריכטער געפרעגט..

"דאס זאל טאני ענטפערן, טאני דו קענסט די מעשה?"

"איך שווער אז איך ווייס נישט פון וואס די רעדע איז"

"מיין מעשה איז נאכנישט פארטיג!

די גרופע האט געוואלט זיכער מאכן אז סעם פאלגט האבן זיי פארכאפט זיין טאטע, אן עלטערע איד. זיי האבן אים געהאלטן פארכאפט און אים געצוואונגן צו רופן זיין זון סעם אז דאס זאל צוגעבן פיסכילאגישע דרוק אויף אים...
זיין טאטע איז געזעצן פארכאפט ביז סעם האט טאקע געברענגט די שליסלעך.. און דאן איז סעם מיט זיין טאטע פארשוואונדן געווארן אויף אייביג...!
טאני דו ווייסט פון וואס די רעדע איז?"

טאני'ס לויער האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן "געערטער ריכטער. מיר זיצן דא אלע און הערן אויס א אינטערעסאנטע מעשה פון א חבר פונעם אנגעקלאגטער. אונזער צייט איז מער ווערד ווי זיצן הערן דראמאטישע קאנספיראציעס."

"איך האב געבעטן פונעם ריכטער אז מ'זאל מיך נישט איבער האקן. די ריכטער האט מיר נאכגעגעבן מיין פארלאנג. איך פרעג יעצט איבער דאס וואס איך האב פריער געפרעגט.
"טאני, ביסטו גרייט צו שווערן דא אין געריכט הויז אז דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד?"

"פאזיטיוו! איך שווער אז איך ווייס נישט וואס דו ווילסט!"

סטיוו האט זיך אראפגעבויגן און ארויסגענימען א טעיפ ריקארדער און אנגעצינדן.

א טויט שטילקייט האט געהערשט אין זאל...

-- "איינער דרייט זיך אין די הויז.. די אלארעם וואס ליגט אינעם קארפעט נעבן די סעקיורעטי רום האט זיך יעצט צופיפן ביי מיר.. חברה, איך בין דארט ביז פינעף מינוט... קומטס מיך נאך... אויב זעה איך איינעם פארדעכטיגט וועל איך נישט האבן קיין ברירה נאר אקטיוועזירן די אויפרייס מאטריאל וואס ליגט אין די בעסמענט.... יאגט'ס ענק צו....."--

יעדער אין זאל האט געקיקט מיט וואונדער בליקן אויף סטיוו...

"איך דערקען אז דאס איז טאני'ס קול אבער וואס ווילסטו ארויסברענגן?" האט די ריכטער געפרעגט.

"איך בין ווייט פון פארטיג. איך האב געוואלט אז יעדער זאל הערן אז מ'רעדט פון א הויז און די הויז האט אויפרייס מאטריאל.
יעצט וועלן מיר גיין ווייטער."

--" קוק וואס דער הונט האט געטון צוריסן די קויטשעס.. אלעס צופליקט.. קיין זאך נישט געלאזט גראד.. איין גוטע זאך. די סעיף האט ער נישט אויפגעבראכן.. דאס איז די עיקר.. די הויז אינטערעסירט מיך נישט.לאמיר געבן א קלאפ צוזאם דא, מארגן איז א ביזי טאג, מארגן דארף מען גיין מאכן די איידי'ס און פארשאפן יוני פארמס.. געגאנגען"--

"האלטן מיר איין טריט פאראויס. מיר ווייסן אז טאני -וואס אין דעם איז קיין ספק אז דאס איז ער- האו געהאט א גרופע און זיי זענען געגאנגען מאכן יוני פארמס.."

"מיר זענען נאך נישט פארטיג!
דא וועט איר הערן די טאטע פארכאפט אינעם הויז"

--"ליסטען איזייק. דו גייסט אנרופן דיין קינד סעם און אים בעטן אז ער זאל ברענגען וואס מיר בעטן. די מינוט וואס מיר האבן וואס מיר פארלאנגן וועסטו ארויס גיין פריי!

"שמואלי טייערע, איך בעט דיר, גיב זיי וואס זיי פארלאנגען דו ווייסט דאך אז פון זיי קען מען זיך נישט ארויסדרייען, עס האט נישט קיין זין צו שלעפן. איך בעט דיר שמואל טו עס פאר דיין מאמע ווייל טאמער נישט וועט זי דארפן זיצן צוויי מאל שבעה נאך אונז..

"קודם כל שריי נישט אויף מיר! דאס איז נישט די שפראך וואס איך בין געוואוינט צו הערן פון מענטשען ווען זיי רעדן צו מיר, איך גלייך רעספעקט און עהרע. און נאכדעם, דיין טאטע האבן מיר נישט וויי געטון, מיר האבן אים גענימען פאר א דערמאנונג, מיר גייען אים נישט וויי טון אויב פלאנסטו צו פאלגן, דו ווייסט דאס. מיר זענען פיינע מענטשען... איך גיב דיר מיין ווארט, אויב ברענגסטו אריבער דאס וואס איך האב געבעטן גאראנטיר איך דיר אז דו וועסט קענען דא קומען אפנעמען דיין טאטע און דו מיט דיין טאטע וועלן מער פון קיין שלעכטס קיינמאל נישט וויסן... הא הא הא....

דערנאך האט מען געהערט טאני'ס שטימע "גיי מאך זיכער אז די אויפרייס מאטריאל ליגט גוט.. מאך זיכער אז די טרענסמיטער דעראויף ארבעט און לאמיר גיין"--

"מיט דעם בין איך פארטיג מיט מיינע טעיפס.
יעצט סך הכל וואס מיר האבן געהערט איז געווען. טאני האט עפעס געוואלט באקומען פון סעם, ער האט פארכאפט זיין טאטע אין א הויז און אים געצוואונגן צו רופן זיין זון, און די הויז איז געווען ארום גענימען מיט אויפרייס מאטריאל.
מיין שאלה צו דיר טאני איז, פארוואס האסטו עס געטון פאר סעם? פארוואס נאכדעם וואס ער האט דיר געברענגט די שליסלעך און ער האט געטון וואס דו האסט פארלאנגט, פארוואס האסטו אים קאלטבלוטיג דערהארגעט? וואס איז זיין טאטע שולדיג געווען אז דו זאלטס אים דארפן הארגענען..?"

דאן האט סטיוו ארויסגעשלעפט א בינטל פאפירן און אויפגעהויבן איינס אין די לופט.. "דאס איז געווען א קאפי פון א פאליס ריפארט וואס זיי האבן געהאט אויף יענע הויז אז די הויז האט אויפגעריסן פלוצלינג און זיי ווייסן נישט וואס האט געברענגט די אויפרייס.. זיי האבן געלייגט די פייער אלס 'ארסען' (פארדעכטיגט)..
טאני קוק אויף דעם צעטל און זיי מסביר פארוואס דו האסט אומגעברענגט צוויי מענטשען פאר גארנישט.."

דא האט זיך די לויער אויפגעשטעלט און זיך גענימען שרייען.."דו ברענגסט א פאליס ריפארט פון א הויז.. פון ווי ווייסטו אז דאס איז טאני'ס הויז? אויפן טעיפ הערט מען נאר אז ער רעדט פון אויפרייסן א הויז, אויפן ריפארט זעהט מען אז אז הויז האט אויפגעריסן.. ווער שטעלט צוזאם די צוויי?"

מיט א שמייכל האט סטיוו ארויסגעשלעפט א קליין צעטיל פון די בינטל.. "דאס איז די צעטיל וואס טאני האט איבערגעגעבן פאר סעם מיט די אדרעס אז ער זאל אהין גיין אפנעמען זיין טאטע.. דאס איז טאני'ס האנט שריפט!"

די זאל איז געווען שטיל.. יעדענס אויגן זענען געווען געוואנדן צו טאני... טאני האט אראפגעקוקט אבער גארנישט ראגירט..

"סטיוו" האט די ריכטער זיך אנגערופן. "אויב האסטו יא געוואוסט אז דאס איז טאני'ס פלאן וויאזוי האסטו צוגעלאזט אז סעם זאל אריין פאלן אין זאק?"

"זאל מיר די ריכטער ערלויבן אריין צורופן סעם מיט זיין טאטע זיי ווארטן דא אינדערויסן...."

א הילכיגע קלאטשעריי האט אויסגעבראכן אין זאל ווען יעדער האט געזען סעם מיט זיין אלטע טאטע אריין שפאצירן... די ריכטער האט געדארפט אפאר מאל קלאפן מיטן האמער שטיל צו מאכן דעם עולם..
די איינציגסטע וואס איז געווען בלייך ווי די וואנט איז געווען טאני.. אים האט געדאכט אז ער זעט דא צוויי נשמות פון יענע וועלט.. ער האט נישט געגלייבט וואס זיין אויגן זעהט...

"יעצט וועל איך איבערגעבן די ווארט פאר עלווין, זאל ער דערציילן וואס דא איז באמת פארגעגאנגען"

עלווין האט זיך גענימען דערציילן די גאנצע מעשה וויאזוי סעם איז געקומען צו אים און וויאזוי זאכן זענען געווארן פארפלאנטערט איינמאל זיי האבן פארכאפט סעם'ס טאטע..

דאן האט זיך סעם אויפגעשטעלט און דערציילט וואס מ'האט געטון מיט אים, וויאזוי ער איז געפייניגט געווארן דורך טאני און זיינע מענטשען..
א דראמאטישע שטילקייט האט געהערשט ווען די אלטע ר'יצחק האט זיך אויפגעשטעלט דערציילן וויאזוי מ'האט אים פארכאפט און צוטרעטן אין די קאר... אסאך אינעם געריכט הויז האבן געווישט די אויגן ווען ר' יצחק האט דערציילט וואס טאני האט מיט אים געטון און געמאכט אנרופן זיין זון...

דערנאך האט עלווין צוריק גענימען די סטענד און ווייטער דערציילט "די סיבה פארוואס איך בין געווארן אזוי אגרעסיוו מיטן באקומען די שליסעל איז געווען ווייל איך האב געזען אז סעם האלט זיך נישט. ער גייט דאס נישט איבערטראגן אז זיין טאטע איז פארכאפט. און איך האב זייער וויכטיג געדארפט אז די זאך זאל ווייטער פארן"

"פארוואס האסטו נישט געטראגן די אלע זאכן צו די לאקאלע פאליציי און זיי וואלטן ארעסטירט טאני און פארטיג" האט די ריכטער געפרעגט.

עלווין האט ארויסגעשלעפט א צעטל פון טאש און עס געוויזן פארן ריכטער "דאס איז די סיבה! איר זעט די בוים? דאס איז וואס איז געהאנגן אין טאני'ס הויז. דאס האט מיך באוואויגן צו גיין ווייטער. וואו איר זעהט דא, טאני איז נאר א קליינער פישל די ריכטיגע פירער פון 'די גווארדיסטן' איז פאול. איך האב דא געטראפן א געלעגנהייט אריין צו כאפן פאול און אזוי אראפברענגן די גאנצע גענג אויף אמאל"
עלווין האט זיך גענימען דערציילן פונקטליך וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען די אקציע פון אפטיילן טאני פון זיינע מענטשען אזוי אז ער האט זיך געשפירט פארלוירן און ער האט געגלייבט דימיטרי... און אזוי האבן זיי זיך צוזאמען גענימען ארבעטן...

אלעס איז פיין געפארן ביז ניק האט צוווארפן אלעס מיטן זיך צושטעלן צו טאני'ס מעשה ווען מ'האט אים ארעסטירט..
"פון ווען דאס איז געשען האב איך יעדע מינוט געציטערט אז מ'גייט מיך כאפן. איך האב נישט אזוי ווייט מורא געהאט וועגן מיך כאפן ווי איך האב געציטערט אז איך גיי פארלירן די שאנס צו כאפן פאול. און דאס איז די סיבה פון מיין אנטלויפן פון די אויטאריטעטן. איינמאל איך האב געהאט פאול מיט די סחורה אויף איין פלאץ האב איך אנגערופן מיינע חברים און איך האב זיכער געמאכט אז מ'כאפט זיי!

געערטער ריכטער. יא, ס'איז מעגליך אז איך האב געבראכן די געזעץ מיטן אינטערהערן אדער קלייניגקייטן וואס איך האב נישט געטארט טון. אבער איז דאס צו פארגלייכן אויף דאס וואס איך האב אויפגעטון? קען דען איינער אוועק נעמען די קרעדיט פון האבן די גרעסטע גענג פון ברוקלין אפגעשפארט? אויב זוכט איר נאך באווייזן דאן דא האט איר וואס מיר האבן ארויסגענימען פון די סעיף פארן לאזן די הויז אפברענען. און דא האט איר די גאן וואס זיי האבן געוואלט ניצן צו דערשרעקן סעם. איך גלייב אז די פאליציי וועלן זיך מחי' זיין מיט די דאקומענטן. אסאך אפענע קעיסעס וועלן דא אויסגעקלארט ווערן.

געשעצטע ריכטער. ס'ליגט אין אייער הענט אפצומאכן וואס צו טון. אבער זאל ליגן פאר אייער פנים וואס מיר האבן אויפגעטון. קיין איין מענטשליכע פארלוסט ביים ארעסטירן די גענג פירערס, הארטע באווייזן קעגן די פירערס אן קיין וועג ארויס, אלעס אויפן גאלדענעם טאץ.
מיין לעבן האב איך איינגעשטעלט פארדעם אבער איך האב עס געטון ווייל איך האב געשפירט אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון פארן לאנד!!"

די זאל איז געווען שא שטיל, יעדענס אויגן זענען געווען געוואנדן צום ריכטער צו זען וואס ער גייט באשליסן.
די ריכטערס קאפ איז געווען אראפגעבויגן.... יעדער האט געווארט מיט שפאנונג...

"איך גלייב" האט די ריכטער אנגעפאנגען. "אז יעדער דא אין געריכט הויז האט היינט מיטגעהאלטן א מאמענט וואס ער וועט געדענקן זיין גאנץ לעבן! די לערע פון דעם איז, יעדע מעשה האט א צווייטע זייט. ווען איך בין היינט אינדערפרי אריין געקומען האט קלאר אויסגעזען אז עלווין האט נישט קיין שום שאנס און ער וועט איינגעשפארט ווערן. אבער יעצט נאכן הערן זיין זייט גיב איך ארויס מיין פסק.


""עלויין איז פריי פון אלע קלאגעס""


זאל ער דינען וואו א מוסטער פארן פאלק. זאל ווען יעדער זיין אזוי געטריי צום אמת און צו זיין לאנד וואלטן מיר געלעבט אין א בעסערע וועלט היינט!

און צו דיר טאני וויל איך זאגן. דו האסט גענימען א שלעכטע זייט צו לעבן דיין לעבן. האסט געמארדעט אומשולדיגע, האסט בארויבט אומשולדיגע. אלעס קומט יעצט אהיים. איך פארלאנג אז די פראססעקיוטער זאל אריין קוקן אין אלע באווייזן וואס עלווין האט היינט געברענגט און מיין פסק אויף טאני וועט קומען נאכן הערן די פונקטליכע נומער וויפיל מענטשען ער האט געהארגעט!

הילכיגע אפלאדאמיסטן האבן אפגעהילכט אין זאל. עלווין מיט סטיוו האבן זיך הארציג געגעבן די הענט...
"א גוטע ארבעט געמאכט! איך האב נישט געוואוסט אז דו קענסט אזוי גוט"

"איך קען נאר זאגן דעם אמת, און דאס איז וואס איך האב געטון"

------

ענדע.

-----


עפילאג.

עלווין מיט סטיוו און דזשימי האבן צוזאמען ארויסגעוואקט פון געריכט הויז. ריפארטערס האבן זיי געוואלט אפשטעלן פרעגן פראגעס אבער זיי האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם נאר גראד אריין אינעם ווארטענדיגן קאר. דזשימי'ס טאטע האט זיי באגריסט... זיי האבן זיך שטארק באדאנקט פאר זיין הילף, ער האט זיך אנטשולדיגט פארן נישט ארויסהעלפן צום סוף זאגענדיגע אז ער האט עס מער נישט געקענט טון.. עלווין האט אים פיין פארשטאנען.. "איך האב זיכער געמאכט נישט צו דערמאנען א ווארט וועגן דיר.." האט סטיוו שמייכעלדיג געזאגט.

"עטס זאלטס נאר וויסן וויפיל שטאף עטס האטס געגעבן פאר די פאליציי יעצט.. זיי שפרינגן און טאנצן..."
אזוי רעדענדיג האט זיך עלווין'ס טעלעפאון צוקלינגן. "עלווין, דאס איז דיין טשיף 'סטאו' איך וויל דיר נאר זאגן, מיר האבן מיטגעהאלטן די נייעס פון דער נאנט.. מיר האבן געציטערט אז דו גייסט אונז פארשעמען.. אבער דיין חבר סטיוו האט געטון אן אויסטערליש פיינע דזשאב.
אלענפאלס. פאק דיך צוזאם מיר דארפן דיך צוריק אין ביזנעס. מארגען לאזט מען זיך ארויס קיין ליביע....

ענדע!!
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אין מילים! געוואלדיג, מעכטיג!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

קאדאפי ציטערט אין די שמאטעס! מ'גייט קיין ליביע!!

אב! כ'האב באמת נישט קיין ווערטער!!!

א אמת'ן ישר כח! האסט אונז נישט אנטוישט!!
---

וועט קאדאפי עס איבערלעבן??..

פארזעצונג קומט אי"ה
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אב איך זאג גארנישט פשוט וויל איך בין נאך ציגענאגעלט צום בענקעל
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

פונקטליך האט געשריבן:קאדאפי ציטערט אין די שמאטעס! מ'גייט קיין ליביע!!

אב! כ'האב באמת נישט קיין ווערטער!!!

א אמת'ן ישר כח! האסט אונז נישט אנטוישט!!
---

וועט קאדאפי עס איבערלעבן??..

פארזעצונג קומט אי"ה
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יעעעעעעעעעעעיייייייייייייי, פאר פאפא. (מיט פתח'ס אונטער ביידע א'.) נייס זשאב, זשאב וועל דאן.

פיין געלונגען, אט אזוי האבעך ליעב, (כאטש וואס אסאך שרייבער האלטן אז ס'איז נישט אייביג אינטערעסאנט צו ענדיגן אלעס גוט, באט איך און רוב ליינער האבן דאך מער ליעב ווען יא.)

אב, כ'מידער זאגן, (אזוי ווי כ'קעניש, עלעך דיר שרייבן) פיין געדרייט און גוט געשפינט, ממש מענינא דיומא, משזר.

מ'האמער ב"ה פיין הנאה געהאט, און מ'האפמער אז די ערשטע חלק פון די נייע פארזעצונג ווארט שוין אויף א הג"ה, יא????????

א הילכיגן יישר כח. און תזכה למצוות.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אב, באמת איך האב נישט קיין ווערטער אין געדאנק פארדיר, איך גלייב די וועסט שוין מיט עפעס א געדאנק אויפקומען וויזוי זיך צו באדאנקן פארדיר, די האסט דאך א וועג ארויס פון אלעם, אבער אויף דערווייל ביז די זאגסט מיר וויזוי זיך צו באדאנקען דא האסטו.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אאאאאאאאאאאאאבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבב ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

איך_הער האט געשריבן:יעעעעעעעעעעעיייייייייייייי, פאר פאפא. (מיט פתח'ס אונטער ביידע א'.) נייס זשאב, זשאב וועל דאן.

פיין געלונגען, אט אזוי האבעך ליעב, (כאטש וואס אסאך שרייבער האלטן אז ס'איז נישט אייביג אינטערעסאנט צו ענדיגן אלעס גוט, באט איך און רוב ליינער האבן דאך מער ליעב ווען יא.)

אב, כ'מידער זאגן, (אזוי ווי כ'קעניש, עלעך דיר שרייבן) פיין געדרייט און גוט געשפינט, ממש מענינא דיומא, משזר.

מ'האמער ב"ה פיין הנאה געהאט, און מ'האפמער אז די ערשטע חלק פון די נייע פארזעצונג ווארט שוין אויף א הג"ה, יא????????

א הילכיגן יישר כח. און תזכה למצוות.
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

אב, באמת איך האב נישט קיין ווערטער אין געדאנק פארדיר, איך גלייב די וועסט שוין מיט עפעס א געדאנק אויפקומען וויזוי זיך צו באדאנקן פארדיר, די האסט דאך א וועג ארויס פון אלעם, אבער אויף דערווייל ביז די זאגסט מיר וויזוי זיך צו באדאנקען דא האסטו.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אאאאאאאאאאאאאבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבבב ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אנבעליוועבל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נישט צום גלייבן, אן אמעריקאנער ריכטער זאל פריי לאזן איינעם וואס ארויסגעהאלפן דאס לאנד דורך פארקן ווי מען טאר נישט...... פארפאלן הוי מעשה...

----
מיר פארן קיין ליביע!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אב זקן האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן דעם אמת. די פארזעצונג איז שוין אפגעשריבן! ס'איז א שיינע פאר טויזנט קערעקטארס, איך וואלט געוואלט דו זאלסט דיך טיימען ווי לאנג ס'נעמט דיר עס אפצוליינען, איך שאץ אויף בערך א האלבע שעה אדער מער!


פריילאך האט געשריבן:האלבע שעה צו ליינען. פיינע נייעס.

וואסערע ליינען שנעלקייט???


10 מינוט אויפן זייגער האט עס מיר גענומען (איך האב עס געטיימט אויף די סקונדע).

און איך האב געוואלט אויסדרוקן מיין שעצונג פאר אונזער חשוב'ן טאטן פארן ראטעווען עלווין'ס לעבן....
אב זקן האט געשריבן:זאל ער דינען וואו א מוסטער פארן פאלק. זאל ווען יעדער זיין אזוי געטריי צום אמת און צו זיין לאנד וואלטן מיר געלעבט אין א בעסערע וועלט היינט!........

"א גוטע ארבעט געמאכט! איך האב נישט געוואוסט אז דו קענסט אזוי גוט"

"איך קען נאר זאגן דעם אמת, און דאס איז וואס איך האב געטון"

------

ענדע.

-----


עפילאג.

אלענפאלס. פאק דיך צוזאם מיר דארפן דיך צוריק אין ביזנעס. מארגען לאזט מען זיך ארויס קיין ליביע....

ענדע!!
-c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

jkup50 האט געשריבן:אב איך זאג גארנישט פשוט וויל איך בין נאך ציגענאגעלט צום בענקעל
נו געגאַנגען
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

אב אין מילים אבל פטור בלא כלים אי אפשר

מיין מנהל און חדר פלעגט אויסרופען מיט פאטאס מציון מאוד מאוד
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

???PDF
נו געגאַנגען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נאכנישט פערטיג

איך דארף וויסן וואס עלווין טוט אין ליביע

איך האף האסט אונטערגעלייגט א אונטערהער מאשינדל מיט אים

געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

אב א קניפ אין בעקל דו ביסט אנבעלעוועבל ;l;p-
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שמערי?, געדענקסט נאך וואס האסט צוגעזאגט?

קודם, אז די קענסט, מאך א דעקל, און א PDF האמיר ב"ה אסאך וואס האבן זיך אנגעווארבן עקספיריענס ביי ש"ץ'נס און גראדער ארטיקלען זיי וועלן דיך שוין זיכער ארויסהעלפן.

(איך ווארט נאך אויף די צווייטע העלפט פון "ר' בנימין")
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך_הער האט געשריבן:יעעעעעעעעעעעיייייייייייייי, פאר פאפא. (מיט פתח'ס אונטער ביידע א'.) נייס זשאב, זשאב וועל דאן.

פיין געלונגען, אט אזוי האבעך ליעב, (כאטש וואס אסאך שרייבער האלטן אז ס'איז נישט אייביג אינטערעסאנט צו ענדיגן אלעס גוט, באט איך און רוב ליינער האבן דאך מער ליעב ווען יא.)

אב, כ'מידער זאגן, (אזוי ווי כ'קעניש, עלעך דיר שרייבן) פיין געדרייט און גוט געשפינט, ממש מענינא דיומא, משזר.

מ'האמער ב"ה פיין הנאה געהאט, און מ'האפמער אז די ערשטע חלק פון די נייע פארזעצונג ווארט שוין אויף א הג"ה, יא????????

א הילכיגן יישר כח. און תזכה למצוות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”