מגילת איכה לייבעלע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

מגילת איכה לייבעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

איך קרעכץ. זיפץ. כליפע.

איך קלאג, וויין און יאמער.

די אויגן דערטרונקען אין א ים טרערן. די באקן פארפלייצט. די בארד דורכגענעצט.

איך לאז ארויס מאדנע געשרייען. קרעכצן האקן איבער. איך שריי ווייטער. נאכאנאנדע כליפּען שטערן. איך שריי ווידער, ביז הייזעריג. עס רייסן זיך ארויס מאדנע קולות. איך פאל ארונטער אָן כוח.

לייבי! ללייבי! לללייייייבי!

דאס פנים ווייס. די נאז, געלבליך. די אויגן, רויט. דער מוח – שווארץ.

איך שטויס מיט די פיס, פאכע מיט די הענט, גראדזשע ערד מיט די נעגל, בייס קארפעט מיט די ציין. אפשר דאך וועט עס העלפן לינדערן די שמערצן, פארגרינגערן די יסורים. די צער איז דאך נישט איבערצוטראגן.

און דו זון, דארט אויבן אויפ'ן פארנעפלטן הימל, וואו לויפסטו דארט? וואו אהין יאגסטו זיך? זעסטו מיך נישט ליגן דא אזוי. האסטו טאקע נישט באמערקט וואס עס איז דא פארגעקומען אונטער דיינע אויגן. אונטער דיין ווארימע שויס. אדער אפשר ווילסטו גאר נישט זען. דו קענסט דאס אויך נישט צוקוקן. דאס איז שוין צופיל אפילו פאר איינעם ווי דיר וואס האט שוין אלעס געזען אין דעם פארגרעבטן פינסטערן וועלט. אבער ניין, דו דארפסט זיך יא אפשטעלן. עס איז געשען אונטער דיינע פליגלען, ביסטו, פונקט ווי אונז אלע, אויך שולדיג. קיינער קען זיך נישט אינגאנצן ארויסדרייען.

דו, פונקט ווי אונז, וואלסט געמעגט פרובירן עפעס טאן אפצושטעלן דעם גרויליגן רציחה אקט אויף א קליין אומשולדיג נשמה'לע. זאג מיר, וויאזוי האסטו דיך נישט וויסנדיג געמאכט? וויאזוי האסטו דאס געקענט צוזען? וויאזוי האסטו דאס געקענט צולאזן? וויאזוי ביסטו נישט צעגאנגען? וויאזוי האסטו נישט אויפגעהערט שיינען? פארוואס האסטו כאטש נישט צעשמאלצן דעם רוצח מיט דיינע שפּיזיגע שטראלן? פארוואס? זאג מיר, רעד צו מיר, ענטפער מיר. איגנאריר מיך נישט; איך האלט דאך עס נישט אויס.

האסטו דען נישט געזען פון אויבן די טויזנטער געטרייע אידישע נפשות וועלכע זענען געקומען פון אלע עקן צו העלפן דעם פארלוירענעם לייבי. האסט נישט געזען זייער מסירות נפש, זייער אומבאגרעניצטע רחמנות. און דאס נאך איידער מען האט געוואוסט דעם שוידערליכן מציאות. מען האט זיך נאך איינגערעדט, מען האט געהאפט אז אפשר דאך האט ער זיך פשוט פארבלאנדזשעט אויף א באן קיין מאנטריאל; אפשר, אפשר דאך האט ער זיך פארשמועסט אין א זייטיג צימערל; אפשר, אפשר דאך וועט ער באלד קלאפן אויפ'ן טיר פון זיינע צאפלדיגע עלטערן און אלעס וועט צוריק צום אלטן. אבער דו, זון, דו האסט יא אלעס געוואוסט, אבער קיין ווארט נישט געזאגט. דו האסט געוואוסט דעם שוידערליכן סוד אבער ווייטער אנגעגאנגען מיט'ן סדר היום און באלאכטן די פינסטערע וועלט. די אומבאהאלפענע מענטשן האבן געזארגט, געזוכט, געוויינט, געזאגט תהילים, אבער דו, זון, דו האסט פארביסן די ליפן. די קליינע מענטשעלעך האבן געטאן וואס נאר מעגליך צו ראטעווען זייער יונגערן ברודערל. יעדער האט פרובירט העלפן, אויסער דו, גרויסער זון.

און ווען די שווארץ-טויטע בשורה איז אנגעקומען, וואו, ר' זון, ביסטו דעמאלט געווען? האסט עפעס מיטגעהאלטן? אדער האסטו אונז געלאזט אליין, יעדער מיט'ן בלאסן פנים און באנעצטע אויגן. ווען די שרעק-אויפגעבלאזענע הערצער האבן מיט די לעצטע כוחות פרובירט צו פארלאנגזאמען די ווילדע קלאפענישן ליגנדיג אין בעט שפעט אויפדערנאכט נאך א שווערן טאג פון זוכענישן, זיך דרייענדיג פון איין זייט געלעגער צום אנדערן, קלערנדיג אלע מעגליכע, אפילו גרויזאמסטע, סצענעס וואס עס קען זיך יעצט אפשפילן מיט'ן קינד: ווי דאס קינד זוכט א פלאץ זיך אנידערצולייגן, ווי ער זיצט אויסגעהונגערט אויף א סיידוואלק ערגעץ אין א פארשטופן גאס, און אפשר, האט זיך פארט בגניבה דורכגעכאפט א מחשבה זרה'לע, אפשר וואלגערט ער זיך פאר יסורים נאך וואס אן אויטא האט אים ווילד אראפגעקלאפט, אדער מעגליך, האט דער נעגאטיווער דמיון ווייטער געוועבט, מעגליך האט אים גאר א באן ערגעץ חלילה ארונטערגעווישט.

אבער ניין! ניין! ניין! נישט צו די אלע בייזע חלומות האבן מיר אויפגעוועקט; נאר צו א פיל פיל ערגערע. די מעשה איז געווען שרעקליכער פון שרעקליך. גרויזאמער פון גרויזאם. בארבארישער פון בארבאריש. עס איז נישט געווען עפעס בכלל פון דעם סארט וואס דער מין האנושי קען הערן. בכלל נישט פון דעם סארט וואס דער מין האנושי קען באגרייפן. און – אוי, געוואלד, גרויסער וועלט – בכלל נישט פון דעם סארט וואס דער מין האנושי קען טאן. נאר יעצט איז עס נאך אויך געווען א פאקטישער רעאליטעט. אוי ואבוי.

צוזאמען מיט'ן ווארט "געפונען" האט מען תיכף געהערט דעם אנדערן שרעקליכן ווארט. מען האט צוזאמען דערמיט אריינגעפלאכטן דעם שרעקעוודיגסטן טערמין, די יעניגע פון וואס דער מענטשליכער מין האט דעם סאמע בייזטן קאשמאר: "טויט". און נאך אויף א קליין אומשולדיג תינוק שלא טעם טעם חטא. דאס געט דאך דעם טויטליכן ווארט נאך א מער טויטער באגריף.

און דאס איז נאך ווייט נישט געווען דער סוף פסוק פון דער שרעקליכער בשורה. עס איז געקומען באגלייט פון דעם פאקט אז א בן אדם איז געווען פארמישט דערין. יא, איינער פון דעם מין האנושי האט עס געטאן מיט זיינע צוויי פליישיגע הענט. וויאזוי דאס איז ימלט, וויאזוי א באוועגליכער מדבר קען אזוינס באווייזן, פרעגט מיך בחרם. איך, און יעדער מיט די ריכטיגע צאל כראמאסאמען, וועלן דאס קיינמאל נישט קענען פארשטיין, אפילו נאכ'ן טויט. אבער וויאזוי זענען די טריפה'נע הענט נישט געלעמט געווארן? וויאזוי זענען זיי נישט אראפגעפאלן? זיך כאטש פאררוקט פון פלאץ? וויאזוי זענען זיך נישט די פינגער צעגאנגען אין א קאדאטשקע אויף דער ערד, יעדער צו אן אנדער ווינקל; ס'מיר נישט קיין חילוק אין פריזער צי אין דער מיסט? וויאזוי, זון, האסטו געקענט צוקוקן מיט א גלייכגילטיגקייט און אים נישט צעשמעלצן?

און וויי, געוואלד, דא האט מען געהערט דאס אומגלויבליכע, דאס אומבאגרייפליכע, דאס אומדערהערטע דעטאל אין דער געשיכטע פון אזא קאלטבלוטיגע מערדעריי: עס איז גאר געווען איינער פונעם עם הנבחר. אן אזויגערופענער ארטאדאקס; עכ"פ, געבוירן אזוי. יא, א משלנו האט געמארדעט א אידיש עופה'לע. ער האט גע'הרג'עט זיין אייגענעם ברודער. ער האט פארשניטן די נשמה פון א בא'חנ'ט תמימות'דיג יונגל, מיט שיינע געקרייזלטע פיאות. א פאטענציעלער בחור, א פאטענציעלער טאטע, א פאטענציעלער זיידע און עלטער זיידע מיט טויזנטער אייניקלעך. אין איין מינוט, זיי אלע פארטיליגט. אבער, נאכאמאל, פאר אלעם: א מענטש. א בן אדם. פשוט, זאגט עס קלאר ארויס, ארויסגעשלעפט דאס חיות, צוגענומען די נשמה. פון חי איז ער געווארן צו מת. מען דארף נאך קלארערס?

אוי אוי אוי, איי איי איי, די בייזע קאשמאר האט זיך אבער נישט דא אפגעשטעלט. ווי קען מען דאס אפילו ארויסזאגן, ווי קען מען דאס ארויסשרייבן, ווי נעמט מען די פינגער, ווי נעמט מען די הארץ. ווי האט א נפש אחת מישראל געקענט מאכן דעם על השחיטה? ערגער ווי מיר טוען מיט א פליג, מיט א מוראשקע. נישט בלויז א קלאפ מיט'ן פליג-כאפער, נישט בלויז א טרעט איבער, נאר נאך ערגער ווי מיר טוען מיט א נאקעטע בהמה. ווי קען אן אדם-אפשטאמיגער שניידן מענטשליכע בשר? פשוטו כמשמעו, אין פולסטן זין פון ווארט. און נאך ווען כשר בלוט פליסט אין יענעמס אדערן, אייגן בלוט און פלייש. און נאך על לא עול בכפו, אומשולדיג בלוט. מיט דער אייגענער האנט, און הילף פון עטליכע קצב-מעסערס, האט ער רויט געמאכט דאס שווארץ העמדל. אוי, טאטע זיסער, איך האלט עס נישט אויס. איך האלט עס פשוט נישט אויס. העלפט, העלפט מיר, ווי קען מען אזוינס דערהייבן. איך בעט אייך, לעמט מיינע פינגער, פארשטאפט מיינע אויערן, פארטייבט מיינע געדאנקען; איך וויל נישט זען, איך וויל נישט הערן, איך וויל נישט טראכטן. איך וויל נישט, איך קען נישט.

ווי האבן מענטשן געדארפט קענען אויסהאלטן צו הערן אזעלכע גזירות ת"ח-ת"ט געשיכטעס? אין אונזער שכינות, אויף אונזערע קינדער? ווי דארפן אידן איבערטראגן צו הערן אז מען האט געשאכטן דאס ווייך הערצל פון זייערס א ברודער? ווי נעמט מען די כלים צו קענען הערן באריכטן איבער מענטשליכע, קינדערישע גלידער אוועקלייגט אין פריזער, אויסגעווארפן בחוצות בארא פארק און אוועקגעשליידערט אין מיסט-קאסטן, און בלייבן ביים זינען.

וויי וויי, איי וויי וויי. עס איז ביטערער ווי ביטער, זויערער ווי זויער. א קלעם אויף א קלעם. א בראך אויף א בראך. שבר על שבר. וויי בגשמיות, וויי ברוחניות. וויי אים. וויי אונז אלע. אוי אוי אוי, מיין הארץ. ווי דארף מיין קליין הערצעלע דאס איבערטראגן. ווי דארפן אידן מיט זייערע פוטערדיגע הערצער, הויך-געטריבענע עמאציעס און איבערגעיורענע געפילן דאס צו קענען איבערטראגן.

און, איי איי איי, לעכטיגער גרויסער ליבער באשעפער, די מאמע'ס הערצעלע. אוי, די מאמע. וואס זאלן מיר זאגן וועגן די מאמע'ס צעלעכערטע הארץ. ווי קען מען הערן דאס ווארט מאמע און א ים פון טרערן זאלן נישט מיט געוואלד ארויסשטורעמען פון אונטער די אויגן. געוואלד און געשריגן, די אומגליקליכע מאמע.

אוי, די אומגליקליכע מוטער. נאר נעכטן האט זי באגריסט לייבי'ן מיט א העפליכן גוטן אוונט, דאס קינד האט געשמייכלט צו איר, דערציילט וועגן חדר, וועגן שווימען, ער האט רואיג געגעסן זיין פארציע נאכטמאל און געבעטן נאך א שטיקל פון די איבערגעצויגענע פלייש, ער האט נאכגעטרונקען א גלאז אראנדזש דזשוס און געמאכט א בורא נפשות. די ליבליכע מאמע האט אים נאך באטראכט ליינענדיג קרית שמע, ווארעם באגלייט אין בעט און אים ארויסבאגלייט דעם קומענדיגן אינדערפרי, מיט א הארציגן 'א גוטן טאג'. אוי, די לעצטע בליק אויף איר ערוואקסענעם בחור'ל, זי געדענקט עס אזוי קלאר. אבער יענער בילד איז יעצט אויפגעטוישט געווארן מיט גאר אן אנדערע, גאר א פארקערטע. אוי, גאר א שרעקליכע. אוי, באשעפער הארציגער, גאר אן אוממענטשליכער.

זי פרובירט פאר איין מינוט צו טראכטן פון סיי וואס אויף דער וועלט, אבער עס ארבעט נישט. עס גייט נישט. איר מחשבה מיט געוואלד צווינגט איר אהינצוטראכטן דארט, דארט אהין, צו דעם מראה וואס זי וויל אזוי שטארק נעבעך נישט זען. נישט טראכטן. נישט וויסן. נישט געדענקען. אבער עס גייט נישט. די זויערע מחשבות לאזן זיך נישט. א שווייס באפאלט איר קערפער; זי בלייבט פארגליווערט. יא, זי זעט עס קלאר. איר ליב קינד, איר לעכטיג קינד. איר צארטיג קינד. אוי, איר אומבאהאלפן קינד. וויאזוי ער קלעמט. וויאזוי ער בעט זיך. וויאזוי ער שרייט. וויאזוי ער אמפערט זיך. וויאזוי ער וואקלט זיך. אוי, וויאזוי ער געט נעבעך אויף. אוי, ניין, זיין אומבאוועגליכע, קאלטע קערפער.

די שרעקליכע שווארצע חלומות, ווער קען זיך פארשטעלן. די געשרייען אין אירע אויערן, די יאמערייען, די געבעטערייען, די ווארפערייען, אוי, רבונו של עולם, האב רחמנות. טייערער טאטע, ליבער גאט, איך בעט דיך מיט אלעם הייליגן, האב רחמנות.

וויינט מיט מיר, זיפצט מיט מיר, קלאגט מיט מיר. האלט נישט צוריק די קרעכצן, די יאמערייען, די קוויטשערייען. לאזט דאס קליין הערצעלע זיך אויסגעבן, לאזט דעם מוח אייך פירן אין יענעם אומבאקוועמען ריכטונג. לאזט אים באנעמען, העלפט אים באגרייפן דעם אומבאגרייפבארן בראך.

יא, וויינט פאר די מאמע וואס האט נאך צאפלדיגע טעג געדארפט הערן אזא געמיינע חיה'אישע בשורה אויף אן אייגן קינד; וויינט פאר די מאמע וואס מען האט אוועקגעריסן דאס צוגעבינדן קינד פון איר שויס; וויינט אויף דער מאמע וואס האט אים צוויי טעג פריער ביים ליכט צינדן געקושט די האנט צום לעצטן מאל; וויינט אויף די מאמע וואס מען האט פארצוקט איר באליבט קינד אזוי ווי דער טיגער פארלענדט זיין קרבן; וויינט פאר די מאמע וואס האט נעבעך געדארפט ארומגיין אין עטליכע מיסט קאסטנס צו זען די פירות פון איר בלוט און פלייש. וויינט פאר דעם טאטן וועלכער האט פארלוירן את בנך אשר אהבת; וויינט פאר דעם טאטן וועמען מען האט אין איין מינוט פארשניטן א יונג ביימעלע וועלכע ער פלאנצט שוין די לעצטע ניין יאר; וויינט פאר דעם טאטן וועלכע האט נישט די כוחות אויסצוהאלטן די שרעקליכע צער פון א מיתה משונה אויף זיין טייערן לייבי. וויינט, וויינט, אוי, וויינט.

יא, וויינט אויף דעם אומשולדיגן לייבעלע; וויינט אויף דעם קינד וואס האט א טאג פריער געגעסן, געשמייכלט און געלערנט; וויינט אויף דאס פארשניטענע צווייגעלע; וויינט אויף די אומדערטרעגליכע פיזישע יסורים וואס ער האט געליטן; וויינט אויף די שרעקליכע גייסטישע יסורים וואס ער האט מיטגעמאכט; וויינט אויף די געשרייען און אמפערייען ביז דער לעצטער מינוט. וויינט על דמו אשר שפך כמו מימי יאוריה ועל ניפוץ עלי סלע נעריה ובחוריה. קרעכצט, זיפצט, קלאגט, יאמערט, וויינט. וויינט, וויינט, און, נאכאמאל, וויינט.

וויינט פאר די געשוויסטער; וויינט פאר די זיידע באבע; וויינט פאר די משפחה; וויינט פאר די שכינים; וויינט פאר די יונגע חבירימלעך; וויינט אויף בארא פארק; וויינט אויף כלל ישראל. וויינט, וויינט, וויינט. יא, לאזט לויפן די טרער-קוואלן, לאזט זיי פליסן. ליידיגט זיי אויס, לאזט נישט גארנישט אינעווייניג. אויף ווען ווילט איר זיי דען אוועקלייגן? געבט מיר דעם אוקיינוס, לאז מיך איר אנפולן מיט מיינע זאלציגע טרערן.

וויינט אויך אויף דעם גרויזאמען אקט, אויף דעם נידריגן צושטאנד וואס א אידישע נשמה האט זיך דערקייקלט. און פארגעסט נישט צו וויינען אויף דעם מצב אין אונזער אומגליקליכן וועלט. דא, אין דעם שטיינערנעם פלאנעט, האט א מענטש-חיה געמיש דורכגעפירט דעם אקט. רעדט מען דא פון א נאצי? אפילו זיי האבן געהרגעט וועמען זיי האבן פיינט געהאט, אבער נישט זייערע אייגענע ברידער. רעדט מען דא אפשר פון א סארט מענגעלע, נאר אפילו אן מעדיצינישע צוועקן? קען איינער מיר העלפן טרעפן דעם פאסיגן טיטל? און אינאיינוועגס געט מיר שוין אויך אהער די פאסיגע קללות; זיי לאזן זיך עפעס נישט געהעריג מסדר זיין. די ווערטער מיידן מיך אויס; זיי קלינגען צו טרוקן, צו רחמנות'דיג.

אבער זון, דו זון, זיי נישט ברוגז, איך פארגעס נישט פון דיר. אויף דיר רוק איך ארויס מיינע טענות. דו מאכסט זיך בכלל נישט וויסנדיג, דו האסט גארנישט קיין מיטגעפיל; אויב יא, פארוואס ווייזטו עס נישט ארויס. הער אויף גיין, הער אויף לייכטן, פארלעש זיך. כאטש אויף א מאמענט. מאך פינסטער, שטאק פינסטער. מאך אזוי טונקל ווי אין הארץ, א טאפנדיגער טונקל. אז עס איז אפל ואפילה אינעווייניג, ווילט זיך אויך חושך ענן וערפל אינדרויסן. שטעל אפ די וועלט, אויב נישט ווי אין גבעון, כאטש א קורצער תהו-ובהו'דיגער מאמענט אף סיילענס. שריי אויס: וויי צו מיר, וויי צו אייך. וויי צו די וועלט, די טונקעלע וועלט.

וויפיל זענען היינט געבליבן מיט'ן גלעזעל קאווע אין האנט און איר נישט געקענט טרינקען? וויפיל האבן קיין דאווענען נישט געקענט אינזין האבן? וויפיל האבן קיין עסן אין מויל נישט געקענט ארייננעמען? וויפיל קענען זיך נישט קאנצענטרירן די געדאנקען אויף גארנישט אויסער קרעכצן? וויפיל וועלן קיין רואיגע נאכט אזוי שנעל נישט האבן? וויפיל קינדער וועלן פון בייזע חלומות נישט אזוי גיך פטור ווערן? וויפיל טאטעס וועלן מיט אנגעצויגענע געמיטער דורכמאכן דעם טאג קלערנדיג איבער די שרעקליכע מעגליכקייטן אין דעם שרעקליכן וועלט? וופיל מאמעס האבן שוין היינט וויפיל מאל געטראכט און געזארגט איבער זייערע טייערע קינדער? וויפיל מאמעס וועלן ליידן פון קאשמארן ווען דאס קינד וועט מיט א מינוט פארשפעטיגן? וויפיל טויזנטער שלאפלאזע נעכט קאסט דאס פאר מענער, פרויען, יונג און אלט? וויפיל ימ'ען וואלטן שוין ביז היינט נאך די לוי' אליין געקענט פול ווערן מיט אונזערע ביטערע טרערן טראפנס. און דו זון, דו מאכסט זיך גארנישט וויסנדיג. דו לויפסט ווייטער אין פולן אימפעט. ווער קען דאס אלעס דערהייבן, זאג מיר, אויסער דו, גאלאפירנדער זון. אנשטאט שטראלן, וואלסטו היינט געדארפט שיקן טרערן. הייסע טרערן.

אונזערע אויגן קענען מער נישט פראדוצירן קיין טרערן; זיי זענען שוין אויסגעטרוקנט. יעצט געט מיר נאר אהער א סליחות, א קינות, ליין מיר פאר אלע לשונות של קינה ובכי, איך וועל זיי אויסשרייבן, נאכשרייבן און איבערשרייבן. ברענגט מיר איוב, זאל ער העלפן ארויסברענגען די טענות, ברענגט ירמיהו צו שרייבן נאך א מגילת איכה, און רבי אלעזר הקליר צו מאכן נאך א גאנצן שווארצן קינות. קומט אהער קלאגער, מקוננים, פייטנים, מעלאנכאלישע פאעטיקער. זאגט מיר נישט קיין מליצות, געט מיר נישט קיין משלים, העלפט מיר נאר פשוט זיך אויסגיסן דאס הארץ. איך דארף נישט קיין קריגלעך אנגעפילט מיט זודיגע טרערן; נאר טרערן אליין. זאלן זיי גיסן אויף דער ערד; ווי יענעמ'ס פארגאסן בלוט.

ניין, שטעל מיך נישט אפ פון קלאגן. איך וויל, איך וויל. איך וויל נאר דאס. נאר דאס קען איך. וואס דען קענען מיר יעצט טאן אויסער קלאגן? זאגט מיר, וואס?

בלוט, בלוט, פארגאסן אומשולדיג בלוט, בלייב זידן און לאז זיך נישט איינשטילן. ביסט געווען יענעמ'ס קרבן אשם, דו גייסט ארויף אלס קרבן עולה און דארפסט זיכער מאכן צו בלייבן א קרבן ציבור. וויאזוי? דו וועסט שוין וויסן. וואס עס דארף געטאן ווערן, זאל געטאן ווערן. עס זאל קומען דער תיקון השלם. דא און דארט. יעצט און באלד. אמן.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך וויין נישט, איך קייך!
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין אומר ואין דברים

אריבערגעפירט קיין דזשורנאל
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

געוויינט…
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

תוהו, האסט מיר צוברעקלט אויף פיצלעך דאס טראפ הארץ וואס איז נאכנישט געווען צעשאסן נאך די צוויי קאשמארע טעג. האסט פון מיר געמאכט תוהו ובהו. איך שפיר זיך פוסט און וויסט אין א וועלט אן לייבי.

אבער צו דיר זון, פארוואס שווייגסטו נאך אלץ? דו גייסט שוין באלד אויפשיינען און אראפשיקן ווארימע שטראלן אויף דעם נאסן ערד אין בית החיים אין ניו דזשערסי וואו מיר האבן נארוואס אריינגעלייט לייבי. דו גייסט באלד אויפשיינען און פרובירן פון אונז צו פארגעסן מאכן לייבי. איך זאג דיר שוין, העל נאו!

לייבי לייבי! דו בוסט דאך שוין אויבן אין עולם האמת, דו לאכסט פון אונז און פון אונזערע דאגות, אבער די זון מעגסטו פארהאלטן אויף וואס ער האט דא געשוויגן, פארוואס ער איז אנגעגאנגן מיט זיין טעגליכן רוטין אין זי זעלבע צייט ווען טויזענטער אידן האבן זיך פאר דיר געזארגט.

מיר זעען אין די פסוקים אז דער שמש איז דאך צדקה ומרפה. דו האסט טאקע געשוויגן היינט, אבער עפעס הימלישע כוחות האסטו דאך פארט און דיר אז דו קענסט היילן. אלזא ביטע הייל אויס די צובראכענע עלטערן, און גאנץ כלל ישראל וואס איז אזוי צובראכן. ס'זאל שוין זיין דער ואוהביו כצאת השמש בגבורתו, און מיר זאלן זוכה זיין צום הוצאת חמה מנרתיקה וועלכע וועט פארקומען מיט משיח'ס ערשיינונג צו אונז בקרוב.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

איך וויין
מורא'דיגע ווערטער
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

כראמאסאמען,???
אפשר שוין אביסל צופיהל. ניין?
איך האב אינמיטן אויסגעפלאצט אין געלעכטער,ס'איז נישט קיין ווערטל, כ'שפיר ווי א אכזר!!!
זייט מיר מוחל , אבער די "איבערגעצויגנס" ? די קעדאטשקע פון די פינגערס אין מיסט? אין די געלבליכע נאז? אוי השם ישמרנו! קצב מעסערס? וואס ער האט געהאט א מעסער קאלעקשן ? א שלאכט הויז אינדערהיים ?
ניין אמת'דיג . שוין צו איבערגעטריבן . נא ס'פאסט נישט ! אבער חוץ פון דעם ביסטו אויסגעצייכנט! די האסט פאטענציעל. פאטענציעל פון פאטענציעל!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

תהו ובוהו, תהו ובוהו, נישט דא נאך א אויסדרוק אויפן יעצטיגן מציאות, נאכן גענצליך שלאפלאזן נאכט מיט א נאסן קישן.

א קאדאטשקע האבן די אכזריותדיגע פינגער געדארפט טאנצן? ניין, לגמרי נישט, וויאזוי וואלטן זיי געקענט טאנצן ווען זיי קומען פון בלוטיגע מערדערליכע הענט. פארגליווערט, צולאזט, וואלטן זיי געדארפט ווערן.

מיט קצב מעסער האט ער אויסגעפירט א ונתח אותו רח"ל? בכלל נישט! ניין, מיט קצב מעסער שניידט מען נישט קיין מענטשליך פלייש. א מענטשן שניידער איז נישט קיין קצב און זיין מעסער איז נישט קיין מעסער, דער מלאך המות אליין מיט זיין שפיזיגן שווערד.

איז מעגליך אין די וועלט פאר א מענטשליך הארץ צו פארשטיין וואס דאס מיינט פאר עלטערן? רח"ל. נישט פארלוירן א קינד, נאר צוגענומען, צוגענומען און צוברעקלט ווי א המן טאש רח"ל. און ווער איז די גזלן און רוצח? א קרקפתא דמנח תפילי, דאוונט יעדן טאג.

גדול כים שברנו. דער אייבערשטער זאל געבן עקסטערע כוחות פאר די עלטערן איבערצוטראגן די ביטערע מצב און קענען מקבל זיין די גזר דין באהבה.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

נישט מעגליך צו ליינען דעם ארטיקל אן קייכן אויפן קול, יישר כח תוהו פארן העלפן ארויסברענגען די טרערן וואס זענען געווען איינגעשפארט אין מיר
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צונימען ביזן ביין.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אוי וויי!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איך זיץ אין וויין...
דאס איז כלל ישראל'ס פערזענליכע קינה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מסתמא געדרוקט אין בלאט - צענזורירט כמובן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

הארצרייסענד... קענטיג אז עס איז געשריבן געווארן מיט א טרערן-פליסענדער פעדער.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הקדמה לאיכה רבתי פסקא כ"ד:

פתח משה ואמר ליטא שימשא אמאי לא חשכת בשעה דעאל שנאה לבית מקדשא אהדר ליה שמשא בחייך משה רעיא מהימנא היכי אהוי חשוכא דלא שבקין לי ולא רפו לי דנקטין לי בשיתין שוטי דנורא ואמרין לי פוק ונהר נהוריך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

תגובה אין בי אבל דמעות יש בי.


די סארט קינות זענען אלעמאל פארפאסט געווארן בעת צרה ארויסצוברענגען די טיפסטע געפיהלן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

איזעי האט געשריבן:הקדמה לאיכה רבתי פסקא כ"ד:

פתח משה ואמר ליטא שימשא אמאי לא חשכת בשעה דעאל שנאה לבית מקדשא אהדר ליה שמשא בחייך משה רעיא מהימנא היכי אהוי חשוכא דלא שבקין לי ולא רפו לי דנקטין לי בשיתין שוטי דנורא ואמרין לי פוק ונהר נהוריך


אידיש:

האט משה רבינו אנגעהויבן און געזאגט פארשאלטן זאלסטו זיין די זון פארוואס ביזטו נישט טינקל געווארן דעמאלט ווען דער שונה איז אריין אין בית המקדש.
האט אים די זון געענטפערט: איך שווער דיר משה די געטרייער פאסטוך, וויאזוי האב איך געקענט פארטינקלט ווערן, ווען מען לאזט מיך נישט אפ, מען שמייסט מיך מיט 60 פייערדיגע פאסיקס און מען הייסט מיר גיי ארויס און שיין דיין שיין.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווי קען מען נישט וויינען
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

א דאנק אייך אלע פאר'ן מיטוויינען. עס וויינט זיך עפעס בעסער צוזאמען.

איך האב אינמיטן אויסגעפלאצט אין געלעכטער,ס'איז נישט קיין ווערטל, כ'שפיר ווי א אכזר!!!
זייט מיר מוחל , אבער די "איבערגעצויגנס" ? די קעדאטשקע פון די פינגערס אין מיסט? אין די געלבליכע נאז? אוי השם ישמרנו! קצב מעסערס? וואס ער האט געהאט א מעסער קאלעקשן ? א שלאכט הויז אינדערהיים ?
ניין אמת'דיג . שוין צו איבערגעטריבן . נא ס'פאסט נישט ! אבער חוץ פון דעם ביסטו אויסגעצייכנט! די האסט פאטענציעל. פאטענציעל פון פאטענציעל!


איר דארפט זיך נישט אנטשולדיגן אויב איר האט אויסגעפלאצט אינמיטן פאר געלעכטער. עס איז א סימן אז מען איז אין א הויך עמאציאנאלער שטאנד. קצב מעסערס? יא, כמעט דאס האט מען געטראפן אין זיין פרידזשידער, "קארווינג נייווס". און טאקע דריי שטיק. איז עס דען נישט קיין שלאכט הויז?
און אגב א דאנק פאר'ן מיר באלוינען מיט "פאטענציעל".

א קאדאטשקע האבן די אכזריותדיגע פינגער געדארפט טאנצן? ניין, לגמרי נישט, וויאזוי וואלטן זיי געקענט טאנצן ווען זיי קומען פון בלוטיגע מערדערליכע הענט.

טאנצן אז זיי האבן די זכיה זיך אויסצודרייען קעגן דעם מערדער און העלפן דאס אומשולדיג שעפסעלע.

מסתמא געדרוקט אין בלאט - צענזורירט כמובן


המממ, האסט שוין אפילו צוגעלייגט א "כמובן"? זעט נאר ווי שנעל עס ווערן געבוירן פאקטן...


הקדמה לאיכה רבתי פסקא כ"ד:

פתח משה ואמר ליטא שימשא אמאי לא חשכת בשעה דעאל שנאה לבית מקדשא אהדר ליה שמשא בחייך משה רעיא מהימנא היכי אהוי חשוכא דלא שבקין לי ולא רפו לי דנקטין לי בשיתין שוטי דנורא ואמרין לי פוק ונהר נהוריך

זייער שיין. האמיר שוין דעם תירוץ. קענען מיר זיך שוין פארשטעלן וויפיל דער זון האט נעבעך געמוזט אריינכאפן ארויסצוקומען היינט אינדערפרי.

תגובה אין בי אבל דמעות יש בי.


די סארט קינות זענען אלעמאל פארפאסט געווארן בעת צרה ארויסצוברענגען די טיפסטע געפיהלן.


אזוי ווי דו זאגסט. נאר אזוי ווי איך האב זיך געפארכטן אז די יעצטיגע שוידערליך-טראגישע געשיכטע, ממש די גרויזאמסטע אין חרדישער אמעריקאנער געשיכטע, וועט נאך אריבערגיין אן א געהעריגער הספד אויפ'ן פאפיר, האב איך געמוזט פרובירן טאן דעם במקום שאין איש [או צייטונג], השתדל להיות ...
לעצט פארראכטן דורך תהוובהו אום פרייטאג יולי 15, 2011 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

יישר כח, יעצט געליינט, ווען די ביסט אנגעקומען צו די מאמע'ס ווייטאג זענען שוין די טרערן פריי געפלאסן..

יהי רצון אז זאלסט קענען ניצן דיין הערליכע, ווארעמע און הארציגע שריפט אויף בעסערע זאכן, נאר אויף שמחות, כלל ישראל זאל שוין געטרייסט ווערן.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

דעפרעסט האט געשריבן:יישר כח, יעצט געליינט, ווען די ביסט אנגעקומען צו די מאמע'ס ווייטאג זענען שוין די טרערן פריי געפלאסן..

יהי רצון אז זאלסט קענען ניצן דיין הערליכע, ווארעמע און הארציגע שריפט אויף בעסערע זאכן, נאר אויף שמחות, כלל ישראל זאל שוין געטרייסט ווערן.

דער עיקר איז נישט זיין דיפרעסט
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

שוין פרייטאג פאר חצות צוויי מעת לעת פון די ביטרע בשורה, אבער האסט מיר כמעט ציבראכן מיין קיבארד פון די טרערן
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

האסט מיר אונגאנצען צושאקלט
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

קאפי, פעיסט, סענד
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מגילת איכה לייבעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ווערד איבערצוקוקן
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”