אבער טאטי, וואו איז ער?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אבער טאטי, וואו איז ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד

די טיר האט זיך פארקלאפט און פון זיינע פארטרערטע אויגן האט זיך ארויסגעגליטשט א טרער.

*

שפעט נאכמיטאג אינעם פארנומענעם ערב פסח. די זונען שטראלן ווארפן שוין זייער שאטן פון מעריב צו מזרח, די ערב פסח מצות ליגן שוין אויפן שענקל אוועקגעלייגט, די חרוסת געמיש איז נארוואס פארטיג געווארן, און אן אנגענעמע גערוך פון גוט פארברענטער זרוע פאדערט איין די קול פונעם סמאוק אלארם וואס צופייפט זיך יעדע עטליכע סעקונדן נאכאנאנד.

קינדער - רוף איך אויס מיט עקסטאז - יעצט גייט מען זיך שיין אראפלייגן, ווער עס וועט שלאפן וועט קענען אויפזיין די 'גאנצע' סדר. און וועט קענען גנב'ען די אפיקומן!

"אויך גיי איך זעהן אליהו הנביא - לייגט מיין קליינער צו - מיין רבי האט געזאגט אז אליהו הנביא גייט קומען צו אונזער הויז".

יא שעפעלע, אז דו וועסט שיין שלאפן וועסטו האבן כח אויפצוזיין ביי שפוך חמתך.

קיין סאך צייט איז שוין נישט געבליבן נאכן קורצן דרימל, די קינדער האבן זיך דערוועקט איינער נאכן אנדערן, און די געלויף האט זיך ווידער אנגעהויבן, די בלעך, די שבת זייגער, די אפגעריסענע זילבער פאפיר, די לעכט, מה נשתנה, יקנה"ז, ארויסנעמען די מאסט, די זמן האט זיך פאראויס גערוקט מיט ריזיגע טריטן, און פאר וואס ווען האט זיך די שטימע פונעם שבת פייפער געלאזט הערן.

די גאנצע ערב פסח פרעשור האט געפלאצט מיט א זעץ! א רואיגקייט האט באהערשט די שטוב.

די קינדער גייען איינער נאכן אנדערן א קיש טאהן פאר די מאמע אין די הענט, און די פלינקערע לויפן דערנאך ארויסנעמען די פסח'דיגע מחזורים, ווען די פריש גלאנציגע שיך הילכן אפ אויפן קאפ פונעם אונטערשטן שכן. די פענסטער פון אלע הייזער ארום זענען אפן, ליכטיגע שיינעדיגע טשילארס הענגען איבעראל, אלעס גלאנצט, שפיגלט, דערציילט מיר שטיל איבער דעם געהויבענעם יו"ט אין וואס אידישע קינדער זענען נארוואס אריינגעטראטן.

די בית המדרש איז ריין, א וואונדער פאר זיך. די אויל אויף די פאדלאגע איז שוין האלב פארטרוקנט לאזנדיג די מענטשהייט רואיג שפאצירן דערויף אן קיין חשש נפילה. נאך מנחה און עלינו הערט זיך די שטימע פונעם חזן 'ברכוווו את ה' המבויייייראאאאך' אההה די יו"ט מיט איר פולע הייליגקייט צוגייט אין אלע גלידער 'ואמונה כל זאת' 'הפודינו מיד מלכים' 'העושה לנו נסים ונקמה בפרעה' די טעגליכע פשוטע ווערטער שרייען און טייטשן זיך פון זיך אליין, די זעלבע שווארצע אותיות שיינען היינט ארויס פונע סידור מיט א ספעציעלע העל-גאלדענע-קאליר. די געפיהל שטורעמט און דאנקט ווען דער 'אשר קדשנו במצותיו וצונו לקרוא את ההלל' קלונגט אפ מיט איר הילכיגע קול ווי אן איילאדענונג און איינלייטונג צום גרויסן נאכט וואס ווארט אונז אפ. א אור וואס וועט ממשיך זיין גאנצע אכט טעג, און איר השפעה וועט זיך דערקענען אויפן גאנצן קיילעכיג יאר.

אט קומט די טאטע אהיים פון שוהל און טוט זיך אן דעם ווייסן קיטל, די ביז יעצטיגע יו"ט שטימונג העכערט זיך מיט א דרגא, און דאס מלכות ווערט ערגענצט. אויבן אן ליגט דער הערליכער היסב בעט, די גלאנציגע פסח סעט און די זילבערנע סוואראווסקי שטיינער (פיינעלי ווייסט שוין איינער וואס דאס איז?) שימערירט אירע שטראלן אויפן ארום, די זילבערנע אויסגעפוצטע קערה פינקלט איר שיין אין פולן פראכט. די כוסות, הגדות, קישענעס, מרור, וויין, אלעס ווערט געשטעלט אין פלאץ. די קינדערליך פרובירן זיך איינצוהאלטן נישט זיך צו קריגן, און די עלטערן נישט זיך צו בייזערן. אט אט הייבט מען שוין אן דעם סדר. א סדר אויף א גאנץ יאר.

דארט ביים עק טיש נעבן די לייכטער ליגט א שיסעלע מאנדלען, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן, עס ווארט פאר זיי א רייכע לאנגע נאכט, נאר ביי שולחן עורך זאלן זיי נישט אנטלויפן. יעדע קינד מיט זיין אייגנארטיגע הגדה'לע אויף וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, אויסגעהערט פון זיין רבי די שיינע מעשיות, די דראמאטישע מכות, די אויסטערלישע ניסים, די הייליגקייט פון די סדר נאכט, דאס אלעס שפילט זיך יעצט 'עכט' אפ פאר זיינע אויגן, יא, די טאטע האט טאקע א ווייסע קיטל, די מצות, די כרפס, אלעס אלעס. שפאנונג וואקסט. אט אט האלט מען שוין ביי מה נשתנה ווען ער וועט קענען אליינס זאגן פאר יעדעם איינעם די מה נשתנה און נישט פארגעסן צו דרייען די פינגער, ביי שעעעבכאל הלילות.

והיה כי ישאלך בנך, והגדת לבנך, אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, די קינדער פרעגן, די קינדער הערן, די קינדער זאלן נישט איינשלאפן, די קינדער זאלן פארשטיין. אריינפרעגלען אמונה, אמונה פשוטה, אלעס וואס א קינד דארף וויסן און פארשטיין איבער אונזער הייליגע אמונה, אונזער רייכע היסטאריע, היינט מעג ער פרעגן, היינט מוז איהם די טאטע ענטפערן.

די יחץ איז געלונגען, עס ליגט שוין אינעם זעקל, די קינדער האלטן שוין א כיטערער אויג דערויף.

די הגדה פארט ב"ה געשמירט, מען האלט שוין ביים צווייטן כוס, וכאן הבן שואל, יא, מען קען בעטן פון באשעפער וואס מען דארף און וויל, השי"ת פירט אויך דעם סדר, און ער האט אויך קינדער, זיינע אידישע קינדערליך, און זיי פרעגן אויך, און בעטן אויך, טאטע זיי משפיע אלעס גוטס. די קינדער זאגן די מה נשתנה יעדער מיט זיין נוסח, ניגון, און מען זאגט שוין ווייטער די הגדה.

די מכות, דצ"ך עד"ש באח"ב, מען גיסט וויין, ס'טוט זיך, די קינדער לעבן, איינער גייט ארום צוזאמנעמען די אויסגעגאסענע וויין, איבערלאזנדיג בלית ברירה דאס וואס האט זיך געגאסן אויפן קיטל און העמד אנשטאט אינעם טעצל, די קינדער מישן שוין שטילערהייט די בלעטער צו קוקן ווי ווייט מען איז נאך פון צפון.

פסח מישט מען זיך נישט, אבער ביי 'דיינו' מישט מען אינעם דמיון פרעה מיט א גלח, אלעס איינס.

'ביז גאל ישראל', "רחצה".

נישטא קיין סאך צייט, די זייגער לויפט שנעלער ווי די מויל, אט אט איז שוין חצות אליינס נישט כחצות, און מען דארף נאך אניאגן א שיין ביסעל מצוות. די סדר שפאנט ווייטער מיט שנעלע טריטן, מען טיילט אויס די כזתים, מרור, כורך, אט האלט מען שוין ביי שולחן עורך.

אופס, א לעפל איז אראפגעפאלן... שוין, לייג עס שנעל אין די ספעציעלע אראפגעפאלענע-לעפלעך-לעדל, און ברענג אריין די זופ.

די קינדער האבן שוין נישט קיין אפעטיט נישט צו די פיש און נישט צו די פאלטשע, אט אט איז שוין צפון.

די זיייגער קלאפט דריי מינוט צו חצות. "צפון".

העעע, פון אלע זייטן לויפן קינדער מיט פרייליכע פנימ'ער, זיי ברענגען מיט זיך די באהאלטענע אפיקומן, מיט אפענע הנאה און נצחון געפיהל. טאטי איך דארף א נייע בייק, טאטי איך דארף א טאשן זייגער, איך דארף א סעט משניות. די מיידלעך מיט זייערע זייגערס און סטעישאנעריס, אלעס בעהט.

ס'שפעט, מען וועט זעהן חול המועד אי"ה. גיבט אהער די אפיקומן, שנעל שנעל.

א גלייך אויס דעם היסב בעטל, די קישענעס, א האנטוך, מען לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט. ווי בני מלכים עסט מען די הייליגע מיכלא דאסוותא, שישו מעי, די הייליגע אפגעהארעוועטע מצה, אליינס געשוויצט, געמאלן די ווייץ, געבאקן, אלעס מיט הייליגע כוונת לעשות נחת רוח ליוצרי, די העכסטע שענסטע און בעסטע, די הייליגע מצה גייט אריין און ווערט אן עצם מעצמי, א שטיק קדושה פולט אן דעם חומריות'דיגן נפש.

טאטי, ווען גייט מען שוין עפענען די טיר פאר אליהו הנביא?

נאך אביסעל שעפעלע. ביסט שוין אביסעלע מיד מיין איך. אפשר גייסטו שוין שלאפן?

ניין. איך וויל עפענען די טיר.

די קינדער עסן דערווייל רואיג די סעודה, א רואיגקייט נאכן שטורעם, און די טאטע פארציילט אביסל איבער סיפור יציאת מצרים, די וואונדערליכע ניסים, די פרעה-מיט-פידזשאמעס סצענע און די נאכפאלגנדע יציאת מצרים. עטליכע קינדער הייבן אן ווערן מיד, די אויגעלעך הייבן זיך אן קלעבן, און צוביסלעך שארן זיך די קלענערע אריין אין די שטובער, די מידעקייט טוט דאס זייניגע. אבער נישט מיין קליינער, ער ווארט.

דער זייגער גייט זיך זיין ריטמישן וועג, אט ווייזט שוין די זייגער אויף נאך צוויי אזייגער, "ברך" מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט.

די שטוב ווערט שטיל, די אויפגעבליבענע קינדער שטעלן זיך אויף די פלעצער מיט ערנסקייט, אט נעמט די התרוממות'דיגע סדר א שטאפל ארויף. מען נעמט דעם ריזיגן כוס של אליהו, א הויעכע זילבערנע בעכער מיט איר הערליכע געבלומטע טעצל פון אונטן, דאס וואס די מאמע האט ספעציעל אויסגעפוצט עס זאל זיין א כבוד פאר אליהו הנביא זכור לטוב. פון קאך ברענגט די טאטע אריין די ספעציעל טייערע וויין, דאס וואס מען נוצט נאר פארן כוס של אליהו.

די משפחה שטעלט זיך אויף מיט עקסטאז, א העכערקייט שפירט זיך אין די לופט. די בעכער איז פול מלא על כל גדותיו, און דער קליינער שטייט און שפעקולירט צו גייט טאקע פעהלן אביסעל פון די וויין?

שעפעלע, יעצט. יעצט גייט מען שוין עפענען די טיר, גיי עפן אויף די טיר פאר אליהו הנביא!

מער מער, אינגאנצן, פיין.

שפוך חמתך אל הגוייייים אשר לא ידעוךךךך.... ותשמידם מתחת שמי ה'... יעדער זעצט זיך אראפ, און מיין יונגעל האלט נישט ביים פארמאכן די טיר.

שעפעלע, קענסט שוין צומאכן.

פארוואס? אליהו הנביא איז נאך נישט געקומען? ווען דאס גלאטע שטערן ווערט איהם א טראפקעלע פארקנייטשט.

זיכער איז ער געקומען, ער האט אפילו געטרונקען אביסעל פון אונזער וויין.

אבער טאטי, כהאב איהם נישט געזעהן, טענה'ט ער, ווען אין די ווינקל פון זיינע אויגן באווייזט זיך א פארדעכטיגטע גלאנץ.

אליהו הנביא קען מען נישט זעהן, שעפעלע. אליהו הנביא איז א מלאך, אונז גלייבן אז ער איז געקומען אין אונזער הויז און געטרונקען פון זיין כוס, און אויך גייט ער צי אלע אידישע הייזער וואו מען עפנט איהם די טיר.

די טיר האט זיך פארקלאפט און פון זיינע פארטרערטע אויגן גליטשט זיך ארויס א בריעדיגע טרער.

אבער, אבער טאטי, וואו איז ער?

*

יא טאטע. האסט אונז געגעבן א הייליגע יו"ט פסח. א געהויבענע יו"ט. א יו"ט וואס מיר זאלן שפירן א נאנטקייט צו דיר. א יו"ט וואס מיר זאלן חזר'ן און זיך דערגרונטעווען, אריינעמען און אריינבאקן אין זיך, דיין גרויסן נאמען. דיין כח, דיין ווואונדער, דיין השגחה פרטית אויף יעדן טריט און שריט.

פאריאר זענען מיר געזיצן ביים סדר, און אויסגערופן הויעך 'לשנה הבא בירושלים', מיר האבן געגלייבט, באמת געגלייבט, און אזוי געהאפט, און אזוי געבעטן, 'לשנה הבא בירושלים'. געענדיגט מיטן גלות, מיר וועלן מער נישט פראווען נאך א יאר אין דעם ביטערן גשמיות'דיגע תפיסה. מיר וועלן זיצן אין ירושלים ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

און עס איז נאך א יאר אריבער. און מיר זעצן זיך נאכאמאל צום סדר. עס זאגט זיך אזוי גרינג, אבער וויפל ליגט אונטער די ווארט נ-א-ך א י-א-ר?! נאך א יאר אין דעם ביטערן גלות, נאך א יאר אין דעם ביטערן חשכות. עס איז ביטער אויפן הארצן, ביטער אויפן געוויסן. חושך, חושך ואפילה אין פולן זוהן פון ווארט.

אויב האט מען פאר טויזנט יאר צוריק געוויינט אויף 'נאך א יאר' אין גלות, וויפל טרערן און גייסטישע כוחות פאדערט פון אונז דער 'נאך א יאר' תשע"ה?!

מיר שטעלן זיך דאווענען יעדן טאג, אין דעם ווירבל פון דאגות, אינעם געמיש פון רוישיגע דערקוטשנדע מחשבות. און מיר גלייבן, מיר האבן פעלזן פעסטע אמונה אז דו שטייסט נעבן אונז און דו הערסט יעדעס איינציג ווארט. דו ווארטסט צו הערן אונזער תפילה. כי אתה שומע כל פה. מיט אן אמת'ע תמימות'דיגע אמונה.

מיר גייען ארויס אין גאס פאר פרנסה. אבער נישט קיין גאס, נאר א טמא'נע גאס. א גאס פון נסיונות, א גאס פול מיט כפירה מינות און תאוות רעות, און מיר שטייען ביי א רויט לייט, מיר פארמאכן זיך די אויגן.

יעדער פון אונז שלעפט זיין אייגן פעקל, איינעמס שווערער איינעמס גרינגער. מיט א קליין פעקל פון רויע טייג זענען מיר ארויס פון מצרים, אן וויסן, אן פארשטיין, נאר געגלייבט! געגלייבט אז דו קענסט העלפן און דו העלפסט, דו קענסט אלעס און דו ווייסט אז אזוי דארף זיין.

תשע"ה גייען מיר נעמען דעם זעקל, די האלבער יחץ, און מיר גייען עס ארויפלייגן אויף די אקסלען, און זינגען פאר אונזערע קינדער "אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים", יא ממש אזוי, נאר איין חילוק, דעמאלט איז געליגען דערינען טייג, היינט ליגט דערין שווערע שטיינער! אבער מיר שלעפן עס מיט א תמימות, ווייל מיר גלייבן, מיר ווייסן, אז דו השי"ת וועט העלפן!

ס'שווער, זייער שווער, ביטער שווער. און מיר טראכטן, רבוש"ע דו ביסט מיט מיר, דו זעהסט וואס איך טוה, דו ווארטסט איך זאל מיר מתגבר זיין אויף די נסיונות. מיר גלייבן. ווי מיין קליינע יונגעלע וואס גלייבט, גלייבט באמת, און עפנט תמימות'דיג אויף די טיר.

דער הייליגער בעלזער רב (מהרי"ד – לפי זכרוני) זי"ע טייטש 'השתא הכא' יעצט זענען מיר נאך דא, יא יא, אבער נישט אויף צי לאנג, נישט מער ווי נאך א יאר וועלן מיר קענען זוכה זיין צו די גרויסע מדריגה פון ואמונתך בלילות, אט אט און מיר וועלן שוין נישט זיין אין די גרויסע מדריגה, נאר 'לשנה הבא בארעא דישראל'! מען וועט מער נישט זוכה זיין צו דעם.

גלייבן איז גרעסער ווי זעהן – האבן צדיקים געזאגט. מיר האבן געגלייבט און מיר גלייבן ווייטער. יא, טאטע, דו וועסט אונז אויסלייזן פון דעם יאך. נאר דו.

אבער טאטע וואו ביסטו?

מיר ווילן דיר 'זעהן'!

ותחזינ"ה עינינו בשובך לציון ברחמים! אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב במהרה בימינו.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

טייערע רייד, מלא טעם, נכנסים בלב, רצוא ושוב בהתעוררות ורוממות הנפש.

א גרויסן דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

אוי טאטע, ווען, ווען? לשנה הזאת בירושלים בעז"ה.

א גרויסן יישר כח, האסט מיר אריינגעברענגט אינעם סדר שנעלערהייט, געזען די מידע קינדערלעך וואס די אויגן קלעבן זיך שוין.
און די געפילן איבערגעגאסן האטזיכעס.

ביידע חלקים זענען געוואלדיג און גוט ארויסגעברענגט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

פיין! פיין! טייערע ווארעמע ווערטער.
ש'כח ענדע.
הק' איש ימיני
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

האסט מיר געברענגט טרערן אוןן די אויגן
זייער ווארעם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין, און אויך טאטשי.

דער חת"ס זאגט די זעלבע טייטש ווי די בעלזער רב, אינטערסאנט!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

האסט מיר אריינגעברענגט אינעם פסח'דיגן אטמאספער מיטן ערשטן העלפט פון דיין ארטיקל, יעדן דעטאל קאלאר און לעבעדיג אראפגעלייגט מיט א געשמאקע שפראך.

ביי די נמשל, גלייב מיר איך האב געהאט טרערן אין די אויגן. עס בענקט זיך פון טיפן הארצן, "אוי טאטע! ווען?!"

(געלייגט אין א פד"ף)

אבער טאטי וואו איז ער.pdf
(194.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 294 מאל
לעצט פארראכטן דורך יין המשומר אום זונטאג מארטש 29, 2015 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

מורא'דיג, הערליך!

מ'לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט,
ענדע צדיק! האט געשריבן:בס"ד

א גלייך אויס דעם היסב בעטל, די קישענעס, א האנטוך, מען לאנט זיך אן אויף די רעכטע זייט. ווי בני מלכים עסט מען די הייליגע מיכלא דאסוותא, שישו מעי, די הייליגע אפגעהארעוועטע מצה, אליינס געשוויצט, געמאלן די ווייץ, געבאקן, אלעס מיט הייליגע כוונת לעשות נחת רוח ליוצרי, די העכסטע שענסטע און בעסטע, די הייליגע מצה גייט אריין און ווערט אן עצם מעצמי, א שטיק קדושה פולט אן דעם חומריות'דיגן נפש.


אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יוש, אבער טאטי..... וואו ??

דו מאכסט מיר וויינען.....

א גוט שטיקל, ארויסגעפרינט
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אופס זאגסטו גוט, ביזטאך א ענדע צדיק!

הייליגער באשפער, מיר ווילן אים שוין אלע זעהן, לאמיר אלע בעטן אינאיינעם ותחזה עינינו בשובך לציון ברחמים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

א גלאנץ האט זיך באוויזן אינעם עק אויג...

מאסיווע ארבעט! אייזן געשילדערט!

שכח ענדע, קיפאיטאפ!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

פארוואס קען מען האבן אזעלכע ארטיקלען, הייליג און געשמאק, נאר אויף אייוועלט און נישט אין די אפיציעלע אויסגאבעס?

אייוועלט שווימט אין אומבאגרייפליכע טאלאנט פון שרייבן, בשעת די..... ווארטן אויף אביסל ......?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם אויסנאם ווארעם.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

yahoo האט געשריבן:מ'לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט,

טעות לעולם חוזר. שוין פארראכטן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

גלגלשלג האט געשריבן:האסט מיר געברענגט טרערן אוןן די אויגן
זייער ווארעם
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין הרב צדיק
דבר בעתו מה טוב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

סהאט מיר געקאסט א טרער צוויי

שכח!!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פארוואס קען מען האבן אזעלכע ארטיקלען, הייליג און געשמאק, נאר אויף אייוועלט און נישט אין די אפיציעלע אויסגאבעס?

אייוועלט שווימט אין אומבאגרייפליכע טאלאנט פון שרייבן, בשעת די..... ווארטן אויף אביסל ......?


אפשר טוט מזל מידיע פארענטפערן דעם תימה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פארוואס קען מען האבן אזעלכע ארטיקלען, הייליג און געשמאק, נאר אויף אייוועלט און נישט אין די אפיציעלע אויסגאבעס?

אייוועלט שווימט אין אומבאגרייפליכע טאלאנט פון שרייבן, בשעת די..... ווארטן אויף אביסל ......?


אפשר טוט מזל מידיע פארענטפערן דעם תימה?


אויפ'ן וועג ב"ה. אבער דער אשכול רעדט נישט פון דעם - נאר פונעם מציאות אז דא אויף אייוועלט צווישן אונז דרייען זיך וועלט'ס שרייבערס, ממש בלי גוזמה, און הלואי וואלט די אידישע וועלט געקענט געניסן פון זיי מער.

קוקטס אזא ארטיקל, אזוי ערליך און רירנד און טאפ קוואליטי. ווי נעמט מען אזאנס יעדע וואך?
לעצט פארראכטן דורך מזל מידיע אום זונטאג מארטש 29, 2015 5:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיג!!

אראפגעלייגט די הכנות צום סדר און דעם עצם סדר מיט עפעס א געפיל פון העכערקייט.

און דער אויספיר, דורכגענומען מיט בעקנשאפט און האפענונג! מורא'דיג!
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

הערליך......
כ'שפיר זיך היימיש מיט כמעט יעדער ווארט.. נאך איינער??

שכ"ח ענדע, קיפיטאפ..
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

די רגש רוישט
אונז נישט אנטוישט
מיט דיין פעדער

א בילד הערליך
פון תמימות ערליך
בעהט איעדער

טאטע געטרייע
מיר זענען תובע
זיי מקיים דיין נדר

דעם טיר'ל עפען
אליהו'ן טרעפען
צוברעך פון גלות די גדר

ש'כח ענדעלע, דיין שריפט מיט הארץ איז א מייסטערווערק!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מה אומר ומה אדבר
לראות כזה חיבור

דברים קצרים ויקרים
אמרי יושר ופנינים

לדבר בקצרה
מילים הקולעים למטרה

דברים נכונים
מפי נבונים

ענדע צדיק היקר
את לבבי דקרת, ואת גופי שברת, אבל את רוחי רוממת

נקוה, שהפסח הזה יראה אחרת


ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ענדי, רירענד איז נישט דאס, ווארט
הערליך גוט אראפגעלייגט

יישר כוח
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

וואו!!!!!!!

א גרויסע טעות! דאס קומט אין דשורנאל!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”