אויפן טויטן בעט!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד
ער ליגט אין טויטן בעט, די קינדער ארום אים, שוין פארזאמלט א מנין, די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגבן, מ'ווארט אויף די לעצטע מינוט, די קינדער מיט פארוויינטע אויגן, זיין ווייב פארגייט אין א יאמערליכע געוויין, מ'זאגט שוין מיט אים ווידי די סוף איז שוין פאר זיינע אויגן.

זיין קאפ איז נאך אבער אינגאנצן דא, אין ער ווייסט אז די שפיל איז געענדיגט, ער ווינדערט זיך צו דאס איז די געפיל וואס יעדער פילט פארן זיך געזעגענען פון די וועלט, און זיינע מחשבות נעמען זיך לויפן אין א אומגעווענליכע שנעלקייט.

די לעבן גייט אים פאר זיינע אויגן, ער זעהט אלע זיינע טעג, ער דעמאנט זיך צוריק זאכן פון זיבציג יאר צוריק, ווען ער איז נאך געווען א אכצן יעריגע בחור'ל, זיין לעבן איז געווען די תורה, ער האט געלעבט בין כותלי ישבה, זיין תאווה איז געווען; א גוטן דאווענען, און זיין גרעסטע הנאה איז געווען א שיינע בליץ אין א תוספות, ער דערמאנט זיך ווייטער ווען ער איז בשעה טובה א חתן געווארן מיט זיין לעבנס-לענגעליכן באגלייטער, ער דערמאנט זיך פון די געהויבענע מחשבות וואס ער האט געהאט, אויפצושטעלן א שטוב פון כל כולו תורה, ער דערמאנט זיך זיין פרייליכע חתונה און די גליקליכע שנה ראשונה וואס איז נישט געווען קיין גליקליכער פון אים אין די וועלט, ער איז געזיצן אין כולל אין געהארעוועט וואו א בחור און געהאט די ישוב הדעת פון א יונגערמאן, אוי איז דאס געווען גוטע צייטן.

ער דערמאנט זיך, נאך פיר יארן לערנען פלייסיג און נאך זיין דריטע קינד, האט ער געזעהן אז ער קען מער נישט ציען אין כולל, ער האט א משפחה אויסצוהאלטן, ער דערמאנט זיך ווי שווער עס אים געווען צו פארמאכן די גמרא און גיין זוכן צי לייגן ברויט אין שטוב, אבער נאך א שטיק צייט האט אים זיין שוואגער אריינגענומען און די ביזנעס, ער דערמאנט זיך ווי שווער סאיז אים געווען קודם מיט די פארגרעבטע לופט פון די גאס, ער דערמאנט זיך וואו פון אנפאנג האט ער נאך אנגעהאלטן א שטרענגע קביעת עיתים בתורה, און ער האט געפירט א תורה'דיגע שטוב אפילו אלס ארבייטער.

טרערן רינען אים אויף די באקן ווען ער דערמאנט זיך די גרויסע דיעל וואס ער האט געברענג צום געשעפט וואס האט געטאפלט די גרויס פון די ביזנעס, ער דערמאנט זיך די גוטע געפילן מיט וואס ער איז איינגעשלאפן יענע נאכט, מיט א געפיל פון הצלחה, א געפיל פון דעגרייכונג. ער דערמאנט זיך ווי נאך דעם גרויסען דיל האט אים זיין שוואגער אריינגענומען אלס שיתוף און ער האט זיך אינגאנצן אריינגעווארפען ראשו ורובו און די ביזנעס, ער דערמאנט זיך די צענדליגער שעות וואס ער פלעגט פעלן פון דערהיים זייענדיג פארנומען איבער'ן קאפ מיט די הצלחה פונעם געשעפט, די קינדער פלעגן אים נישט זעהן משבת לשבת, און אפילו אין שבת איז ער אריינגעפאלן וואו א גוי, ער דערמאנט זיך ווי נאך א קורצע צייט אזוי האט זיך וואו פון זיך אליינס מבטל געווען זיינע שיעורים קבועים, ער דערמאנט זיך ווי עס פלעגן דורכגיין זיינע וואכן אן עפענען א יודישע ספר,

ער דערמאנט זיך ווען זיין שוואגער האט אים צוגרעדט צו קויפן זיין ערשטע סמארטפוין לצורך פרנסה, ער דערמאנט זיך די פארשוכר'רטע געפיל ווען ער האט עס געהאט די ערשטע מאל, ער דערמאנט זיך וואו פון אנפאנג איז עס טאקע געווען אויסשליסלעך לצורך פרנסה, אין געדענקט אויך וואו נאך א קורצע צייט האט עס אים אינגאנצן איבערגענומען ער געדענקט וואו אנפאנג האט ער געפילט אזוי נידריג און נישט אין פלאץ, און וואו נאכדעם האט ער זיך געפילט ווי א פיש אין וואסער דערינען. ער פילט וואו ער קען נאך קוים טראכטן און ער דערמאנט זיך וואו אדיקטעט ער איז געווען, וואו ווייניג צייט זיין ווייבעלע און עופות'לעך האבן באקומען פון אים ווייל טאטי איז אויפ'ן פאון, ער דערמאנט זיך די קעלט וואס האט אים דורכ'געדרינגען די ביינער ביים דאווענען נאכ'ן פארברענגען א האלבע נאכט אויפ'ן פאון, ער דערמאנט זיך וואו זיינע ימים טובים און שבתים האבן פארלוירן זייער גאנצע טעם ביי אים, וואו ער האט פארלוירן די אינערליכע פייער, ער דערמאנט זיך מיט א שטיקל נחמה וואו נאך א שטיק צייט איז עס געווען אזוי שלעכט אז זיין וויייב האט אים גאצווינגען ארויפצולייגן א פילטער ער דערמאנט זיך מיט אביסל א רואיגער געמוט וואו ס'איז טאקע אביסל בעסער געווארן און ער האט זיך אביסל אויפגעוועקט אבער ער געדענקט אויך וואו אפילו נאכדעם איז ער נאך אלס געווען צוגעבינדן דערצו וואו מיט אייזערנע שטריקן

ער פילט וואו ער פארלאזט שוין ממש די וועלט.... ווען ער דערמאנט זיך די גרויס געלט וואס ער האט געמאכט, ער איז געווארן אן ערנסטע נגיד, ער דערמאנט זיך ווען ער האט געמופט צו זיין נייע הויז, די פרעכטיגע ריזיגע; וואס האט געשמ'ט אין די שטאט, ער דערמאנט זיך זיינע פרייד'יגע געפילן אין די מופינג טאג, די געפיל וואו איך האב די גאנצע וועלט, די געפיל פון 'איך בין מסודר און לעבן', די געפיל פון הצלחה. ער דערמאנט זיך די וויקאציעס וואס ער פלעגט אפט נעמען צו אלע עקן פון די וועלט, די געשמאק וואס ער האט געהאט דעראינען, ער דערמאנט זיך זיין בליק אויפן לעבן פון דאן אז ער ביים ציל. ער איז מסודר מיט געלט, גוטע קינדער. ער דערמאנט זיך די שיינע שמחות וואס ער פלעגט מאכן, די קינדערישע געפיל פון זיך אויפרייסן וואס ער האט געהאט. ער דערמאנט זיך די געפיל פון א טאטע וואס גיבט אלעס פאר זיין קינד, מיט די פילע מתנות וואס זיינע קינדער האבן געטוהן געניסן. ער דערמאנט זיך פון די אפטע שולד געפילן אז ער גיבט נישט גענוג צייט פאר זיינע קינדער, וואס ער האט געטוהן פארדעקן מיט געלט. ער דערמאנט זיך פון די שיינע קאר וואס ער פלעגט דרייוו'ן וואס פלעגט אויסשטעכן די אויגן. ער געדענקט גוט זיין השקפה פון דאן אז מ'דארף זיין ריאליסטיש און לעבן אויף די וועלט און נישט פליען אין די וואלקענעס. און וואו ער האט געפילט וואו ער ממש לעבט אין די ריכטגע וועג וואס ער האט זיך זעלבסט אויסגעשטעלט.

די נומער אויפן מאנוטער הייבט אן צו פאלן, און ער פילט וואו ער פארלירט די אטעם, ער פילט וואו ער האט נאך געציילטע מינוט און ער ברעכט אויס אין א ביטערליכע געוויין, א גאנצע לעבן געלייגט און דער'ערד ''איך פיל שוין נישט קיין טעם און גארנישט גשמי", די גאנצע פארמעגן בלייבט דא איבער, די הויז בלייבט מחובר לקרקע, וואס אויפגעטון מיט'ן גאנצע לעבן. ער קוקט שוין, די מלאך המוות אין פנים און כאפט אז די גאנצע וועלט איז געווען א שפיל, וואס האט אויסגעפעלט אזויפיל געלט? צי וואלט נישט גוט געווען א פשוטע ארבייטער און איבערבלייבן מיט צייט צי אינוועסטירן אין די קומעדיגע וועלט? ווער דארף די רייכטום ווען די פרייז דערפאר איז א לעבן?? ווער דארף א רייכטום ווען די פרייז דערפאר איז די קינדער?? די גוף שאקלט וואו אין פיבער, צו איז עס פערטיג, פארשפילט די געים? אן קיין וועג צוריק?? פארוואס?? פארוואס ?? וואו איז געווען די שכל?? צו האט דען געפעלט די ידיעה אז צום סוף שטארבט מען?? פארוואס זיך געלאזט פארפירן פון די עושר המדומה פארוואס??? וואס האט מען פון אלע הנאות גשמיות ווען סאיז נאר זמני ?? וואס בלייבט איבער פאר די יעצטיגע מינוט???

יעדער איינער ווייסט אז איין טאג גייט מען האלטן ביים סוף פון די לעבן אויף די וועלט און זיך גרייטן צו א אריבערגאנג צו א נייע לעבן אין אנדערע וועלט, און יעדער ווייסט אז אין יענע מינוט'ן אנערקענט מען די אמת פון די בריאה, די אמת פאר וואס מען איז דא. פארוואס זאל מען ווארטן ביז מען קען שוין נישט מתקן זיין? לאמיר אנהייבן פון יעצט....

ואם לאו יזכיר לו יום המיתה

א דאנק פאר א גרויסע עם הארץ פארן מגיה זיין
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בלאשינג,
געקומען טרערן ביים ליינען/מגיה זיין.
ואני אנה אני בא??

יא, גוט מעורר אויפ'ן יום המיתה.
ייש"כ פאר'ן מיר געבן א טייל אין די פראעקט.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גוט אראפגשריבן! שטארקע רייד!

באנומען ביז די טיפענישן,

לאמיר גיין טון עפעס תכלית!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכויעך ניין אין יא,

כ׳האב אלץ הנאה פון דיינע געדאנקען,
אבער כ׳האב נישט קיין געפיל צו פאעזיע,
כ׳האב זייער הנאה פון די ארטיקל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

פופציגער האט געשריבן:גוט אראפגשריבן! שטארקע רייד!

באנומען ביז די טיפענישן,

לאמיר גיין טון עפעס תכלית!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטעכעדיג, וויינענדיג, דורכדרינגליך!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שלמה מולכו האט געשריבן:שכויעך ניין אין יא,

כ׳האב אלץ הנאה פון דיינע געדאנקען,
אבער כ׳האב נישט קיין געפיל צו פאעזיע,
כ׳האב זייער הנאה פון די ארטיקל.


פעיק נוז האט געשריבן:שטעכעדיג, וויינענדיג, דורכדרינגליך!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

דעיס קענסטו אויך? פשיהא!
גוט און שארף.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א שרעק
דער האט מיר פשוט גענומען אין אויסגעשטרעקט אויפן ...... בעט

יעצט ערווארט מיר, א קלארע ביאור, אויף די ערשטע צוויי עצות,
קודם ירגיז. נאכדעם ילמוד תורה, און דאן יקרא קרי"ש.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

wow!!!
מוראדיג!
אזא מוסר השכל!!!
עס איז זייער וויכטיג צו שרייבען אזעלכע סארט ארטיקלען אויפצווועקען אידען זיך צו נעמען צו וואס איז באמת וויכטיג, אלע זכותים וואס וועלען ארויסקומען פון די וואס האבען געליינט דער ארטיקעל וועט ווערען צוגעשריבען צו דיין קאנטע.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אויפגעשאקלט
פרינטן מיר דאס ארויס, צו קענען חזר'ן גענוג אפט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פעיק נוז האט געשריבן:שטעכעדיג, וויינענדיג, דורכדרינגליך!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך האב דאס געליינט מיט שפאנונג און ס'האט מיר געגעבן שטארקע געפילן.

שכוח
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

גאר שיין ארויסגעברענגט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

הארץ רייסענד עד דוכדוכו של נפש!.
:cry:
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דאכט זיך אז עס איז אין פלאץ צו ברענגען דא א תגובה וואס @גרשון האט געשריבען אויף א אנדערע אשכול פון @ניין און יא (מאמר יראת העונש).
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:געזען א שיין ווארט דעם שבת:

"וכי ירבון אנשים," אז ס'וועט זיין א מחלוקת צווישן עמיצן מיט'ן יצר הרע, "והכה איש את רעהו באבן," קען מען מנצח זיין דעם יצר הרע מיט דער תורה, לוחות האבן, "או באגרוף," אדער מיט קריאת שמע וואו מ'לייגט די האנט אויף די אויגן. "ולא ימות," אבער די דריטע עצה פון גמרא, צו טראכטן פונעם יום המיתה זאל מען ענדערש נישט ניצן, "ונפל למשכב," וויבאלד דאס קען אים אריינווארפן אין עצבות.

שטארק!

בשם מי נאמר?

יגל יעקב.

פארשטייט זיך אבער אז הכל לפי הענין, און פון צייט צו צייט איז וויכטיג זיך צו דערמאנען פונעם יום המיתה, און די חכם מכל אדם האט שוין געזאגט אז טוב ללכת אל בית האבל (און כאטש ס'איז דא חסידישע טייטשען אויף דעם, אז מען זאל בעסער האלטען אין א מצב פון צופיל שמחה הקרוב להוללות אז ס'פעלט אויס צו גיין צו א בית האבל זיך צו באלאנסירען, ווי איידער פארקערט, איז דאך אין המקרא יוצא מידי פשוטו, והכל לפי הענין), איך געדענק הערען אז א חסיד פון איינע פון די באקאנטע חסידישע רבי'ס פאר די מלחמה (דאכט זיך די אמרי אמת זצ"ל) האט זיך געוואלט אריבערציען צו אמעריקע, האט ער געפרעגט זיין רבי אויב ער מעג, כידוע די מצב אין אמעריקע יענע יארען, האט עם די רבי געזאגט אז ער מעג נאר בתנאי אז יעדע טאג זאל ער אריינגיין אין א צימער אליין פאר 15 מינוט און טראכטען וואס איז די תכלית פון א מענטש, און יענער האט טאקע אזוי געטאן און זיך געהאלטען ביים אידישקייט, ווי אויך איז באקאנט אז די הייליגע ח"ח פלעגט יעדע טאג גיין אין זיין בוידעם פאר בערך צוויי שעה און זיך אויס'משל'ן כאילו ער איז נפטר און ער קומט אן צום בי"ד של מעלה אא"וו, כאטש די ח"ח האט אודאי געוואוסט פון די גמרא אז נאר די לעצטע זאך איז יזכיר לו יום המיתה (אפשר ווייל ער האט געוואוסט אז ביי עם וועט עס נישט צוברענגען צו עצבות אד"ג), עכ"פ סוף דבר ווענדט זיך אלץ לפי האדם ולפי הזמן.

און דא איז אפשר אויך די פלאץ צו שרייבען אז איינע פון מיינע דריי געווינער ארטיקלען פונעם פארמעסט איז געווען די ארטיקל "איך בין דארט געווען" פון @ניין און יא, און טאמער וואלט מען נאר געקענט וועלען פאר איין ארטיקל וואלט דאס געווען מיין געווינער ארטיקל, איז קיפ איט אפ הרב @ניין און יא!!!
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

הרב ניין און יא, איר פארמאגט געלונגענע שרייב טאלאנטן, רייך אין השגות, טיפער דעת, חזק ואמץ מיט דיינע הערליכע ווערק.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

ניין און יא האט געשריבן:בס"ד
ער ליגט אין טויטן בעט, די קינדער ארום אים, שוין פארזאמלט א מנין, די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגבן, מ'ווארט אויף די לעצטע מינוט, די קינדער מיט פארוויינטע אויגן, זיין ווייב פארגייט אין א יאמערליכע געוויין, מ'זאגט שוין מיט אים ווידי די סוף איז שוין פאר זיינע אויגן.

זיין קאפ איז נאך אבער אינגאנצן דא, אין ער ווייסט אז די שפיל איז געענדיגט, ער ווינדערט זיך צו דאס איז די געפיל וואס יעדער פילט פארן זיך געזעגענען פון די וועלט, און זיינע מחשבות נעמען זיך לויפן אין א אומגעווענליכע שנעלקייט.

די לעבן גייט אים פאר זיינע אויגן, ער זעהט אלע זיינע טעג, ער דעמאנט זיך צוריק זאכן פון זיבציג יאר צוריק, ווען ער איז נאך געווען א אכצן יעריגע בחור'ל, זיין לעבן איז געווען די תורה, ער האט געלעבט בין כותלי ישבה, זיין תאווה איז געווען; א גוטן דאווענען, און זיין גרעסטע הנאה איז געווען א שיינע בליץ אין א תוספות, ער דערמאנט זיך ווייטער ווען ער איז בשעה טובה א חתן געווארן מיט זיין לעבנס-לענגעליכן באגלייטער, ער דערמאנט זיך פון די געהויבענע מחשבות וואס ער האט געהאט, אויפצושטעלן א שטוב פון כל כולו תורה, ער דערמאנט זיך זיין פרייליכע חתונה און די גליקליכע שנה ראשונה וואס איז נישט געווען קיין גליקליכער פון אים אין די וועלט, ער איז געזיצן אין כולל אין געהארעוועט וואו א בחור און געהאט די ישוב הדעת פון א יונגערמאן, אוי איז דאס געווען גוטע צייטן.

ער דערמאנט זיך, נאך פיר יארן לערנען פלייסיג און נאך זיין דריטע קינד, האט ער געזעהן אז ער קען מער נישט ציען אין כולל, ער האט א משפחה אויסצוהאלטן, ער דערמאנט זיך ווי שווער עס אים געווען צו פארמאכן די גמרא און גיין זוכן צי לייגן ברויט אין שטוב, אבער נאך א שטיק צייט האט אים זיין שוואגער אריינגענומען און די ביזנעס, ער דערמאנט זיך ווי שווער סאיז אים געווען קודם מיט די פארגרעבטע לופט פון די גאס, ער דערמאנט זיך וואו פון אנפאנג האט ער נאך אנגעהאלטן א שטרענגע קביעת עיתים בתורה, און ער האט געפירט א תורה'דיגע שטוב אפילו אלס ארבייטער.

טרערן רינען אים אויף די באקן ווען ער דערמאנט זיך די גרויסע דיעל וואס ער האט געברענג צום געשעפט וואס האט געטאפלט די גרויס פון די ביזנעס, ער דערמאנט זיך די גוטע געפילן מיט וואס ער איז איינגעשלאפן יענע נאכט, מיט א געפיל פון הצלחה, א געפיל פון דעגרייכונג. ער דערמאנט זיך ווי נאך דעם גרויסען דיל האט אים זיין שוואגער אריינגענומען אלס שיתוף און ער האט זיך אינגאנצן אריינגעווארפען ראשו ורובו און די ביזנעס, ער דערמאנט זיך די צענדליגער שעות וואס ער פלעגט פעלן פון דערהיים זייענדיג פארנומען איבער'ן קאפ מיט די הצלחה פונעם געשעפט, די קינדער פלעגן אים נישט זעהן משבת לשבת, און אפילו אין שבת איז ער אריינגעפאלן וואו א גוי, ער דערמאנט זיך ווי נאך א קורצע צייט אזוי האט זיך וואו פון זיך אליינס מבטל געווען זיינע שיעורים קבועים, ער דערמאנט זיך ווי עס פלעגן דורכגיין זיינע וואכן אן עפענען א יודישע ספר,

ער דערמאנט זיך ווען זיין שוואגער האט אים צוגרעדט צו קויפן זיין ערשטע סמארטפוין לצורך פרנסה, ער דערמאנט זיך די פארשוכר'רטע געפיל ווען ער האט עס געהאט די ערשטע מאל, ער דערמאנט זיך וואו פון אנפאנג איז עס טאקע געווען אויסשליסלעך לצורך פרנסה, אין געדענקט אויך וואו נאך א קורצע צייט האט עס אים אינגאנצן איבערגענומען ער געדענקט וואו אנפאנג האט ער געפילט אזוי נידריג און נישט אין פלאץ, און וואו נאכדעם האט ער זיך געפילט ווי א פיש אין וואסער דערינען. ער פילט וואו ער קען נאך קוים טראכטן און ער דערמאנט זיך וואו אדיקטעט ער איז געווען, וואו ווייניג צייט זיין ווייבעלע און עופות'לעך האבן באקומען פון אים ווייל טאטי איז אויפ'ן פאון, ער דערמאנט זיך די קעלט וואס האט אים דורכ'געדרינגען די ביינער ביים דאווענען נאכ'ן פארברענגען א האלבע נאכט אויפ'ן פאון, ער דערמאנט זיך וואו זיינע ימים טובים און שבתים האבן פארלוירן זייער גאנצע טעם ביי אים, וואו ער האט פארלוירן די אינערליכע פייער, ער דערמאנט זיך מיט א שטיקל נחמה וואו נאך א שטיק צייט איז עס געווען אזוי שלעכט אז זיין וויייב האט אים גאצווינגען ארויפצולייגן א פילטער ער דערמאנט זיך מיט אביסל א רואיגער געמוט וואו ס'איז טאקע אביסל בעסער געווארן און ער האט זיך אביסל אויפגעוועקט אבער ער געדענקט אויך וואו אפילו נאכדעם איז ער נאך אלס געווען צוגעבינדן דערצו וואו מיט אייזערנע שטריקן

ער פילט וואו ער פארלאזט שוין ממש די וועלט.... ווען ער דערמאנט זיך די גרויס געלט וואס ער האט געמאכט, ער איז געווארן אן ערנסטע נגיד, ער דערמאנט זיך ווען ער האט געמופט צו זיין נייע הויז, די פרעכטיגע ריזיגע; וואס האט געשמ'ט אין די שטאט, ער דערמאנט זיך זיינע פרייד'יגע געפילן אין די מופינג טאג, די געפיל וואו איך האב די גאנצע וועלט, די געפיל פון 'איך בין מסודר און לעבן', די געפיל פון הצלחה. ער דערמאנט זיך די וויקאציעס וואס ער פלעגט אפט נעמען צו אלע עקן פון די וועלט, די געשמאק וואס ער האט געהאט דעראינען, ער דערמאנט זיך זיין בליק אויפן לעבן פון דאן אז ער ביים ציל. ער איז מסודר מיט געלט, גוטע קינדער. ער דערמאנט זיך די שיינע שמחות וואס ער פלעגט מאכן, די קינדערישע געפיל פון זיך אויפרייסן וואס ער האט געהאט. ער דערמאנט זיך די געפיל פון א טאטע וואס גיבט אלעס פאר זיין קינד, מיט די פילע מתנות וואס זיינע קינדער האבן געטוהן געניסן. ער דערמאנט זיך פון די אפטע שולד געפילן אז ער גיבט נישט גענוג צייט פאר זיינע קינדער, וואס ער האט געטוהן פארדעקן מיט געלט. ער דערמאנט זיך פון די שיינע קאר וואס ער פלעגט דרייוו'ן וואס פלעגט אויסשטעכן די אויגן. ער געדענקט גוט זיין השקפה פון דאן אז מ'דארף זיין ריאליסטיש און לעבן אויף די וועלט און נישט פליען אין די וואלקענעס. און וואו ער האט געפילט וואו ער ממש לעבט אין די ריכטגע וועג וואס ער האט זיך זעלבסט אויסגעשטעלט.

די נומער אויפן מאנוטער הייבט אן צו פאלן, און ער פילט וואו ער פארלירט די אטעם, ער פילט וואו ער האט נאך געציילטע מינוט און ער ברעכט אויס אין א ביטערליכע געוויין, א גאנצע לעבן געלייגט און דער'ערד ''איך פיל שוין נישט קיין טעם און גארנישט גשמי", די גאנצע פארמעגן בלייבט דא איבער, די הויז בלייבט מחובר לקרקע, וואס אויפגעטון מיט'ן גאנצע לעבן. ער קוקט שוין, די מלאך המוות אין פנים און כאפט אז די גאנצע וועלט איז געווען א שפיל, וואס האט אויסגעפעלט אזויפיל געלט? צי וואלט נישט גוט געווען א פשוטע ארבייטער און איבערבלייבן מיט צייט צי אינוועסטירן אין די קומעדיגע וועלט? ווער דארף די רייכטום ווען די פרייז דערפאר איז א לעבן?? ווער דארף א רייכטום ווען די פרייז דערפאר איז די קינדער?? די גוף שאקלט וואו אין פיבער, צו איז עס פערטיג, פארשפילט די געים? אן קיין וועג צוריק?? פארוואס?? פארוואס ?? וואו איז געווען די שכל?? צו האט דען געפעלט די ידיעה אז צום סוף שטארבט מען?? פארוואס זיך געלאזט פארפירן פון די עושר המדומה פארוואס??? וואס האט מען פון אלע הנאות גשמיות ווען סאיז נאר זמני ?? וואס בלייבט איבער פאר די יעצטיגע מינוט???

יעדער איינער ווייסט אז איין טאג גייט מען האלטן ביים סוף פון די לעבן אויף די וועלט און זיך גרייטן צו א אריבערגאנג צו א נייע לעבן אין אנדערע וועלט, און יעדער ווייסט אז אין יענע מינוט'ן אנערקענט מען די אמת פון די בריאה, די אמת פאר וואס מען איז דא. פארוואס זאל מען ווארטן ביז מען קען שוין נישט מתקן זיין? לאמיר אנהייבן פון יעצט....

ואם לאו יזכיר לו יום המיתה

א דאנק פאר א גרויסע עם הארץ פארן מגיה זיין

wow wow
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Tnx for the wow
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך !
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

ניין און יא האט געשריבן:Tnx for the wow

שרייבט נאך
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

איך האב עס יעצט געליינט סהאט מיך געכאפט א ציטער, אבער טראכטענדיג ווי איז עס נוגע פאר מיר? ממילא מאך איך יעצט צו דעם אייוועלט נאך איידער איך וועל טראכטען איי אויף די וועלט, א שאד אויף די צייט שטופעניש, געגאנגען לערנען תיכף ומיד!
ישר כח פאר די מוסר שמועס
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

עפרות זהב האט געשריבן:איך האב עס יעצט געליינט סהאט מיך געכאפט א ציטער, אבער טראכטענדיג ווי איז עס נוגע פאר מיר? ממילא מאך איך יעצט צו דעם אייוועלט נאך איידער איך וועל טראכטען איי אויף די וועלט, א שאד אויף די צייט שטופעניש, געגאנגען לערנען תיכף ומיד!
ישר כח פאר די מוסר שמועס

אזאלכע פיידבעק ווי דעיס מאכט מיר שרייבן
א דאנק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!wowowowowowow GEVALDIG CHAPT A PACHAD
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אויפן טויטן בעט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

דער איז א פיינע מוסר ספר
הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”