נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נישט יעדער כאפט א רמז, געוויסע נעמען עס נאר ווען מען גיבט זיי עס איבער אין די האנט אריין, און געוויסע וועלן אפילו דעמאלס עס ארויסלאזן פון צווישן די לעכעריגע פינגערס.

פארפאלן, זעהט זיך אויס אז כאפן א רמז איז א חוש וואס נישט יעדער פארמאגט.

-

א גרינליכן דינסטאג ערגעץ אינעם פארנומענעם ערב יום טוב סעזאן, מיין חבר חזקי רופט מיך אן, 'האלאו פופצי, טוצעך?...'

חזקי קען איך גוט שוין נישט פון היינט, איך ווייס דאך יא אז ער דיילט נישט מיין נומבער כדי מיר צו פרעגן דעם וועטער ביי מיר אין ספרים שטוב, ענטפער איך טרוקן 'אה, וואס זאגסטו?'

און די שמועס קייקלט זיך ווייטער בערך אזוי;

- האסט געהערט די לעצטיגע נייעס?

- ניין, וועכע?

- אה, גארנישט, נעווער מיינד, קענסט הערן אויף קול מבשר, סתם נארישקייטן,

- פיין, נאך עפעס?

- יא, אםם – איך מעג דיר אויסנוצן אביסל?

- (שטאמלדיג) איך ווייס? לאמיר הערן וואס דו ווילסט,

- אה, נישט עפעס שרעקליך שווער, אויב דו ווילסט קענסטו מיר גראד זאגן ניין,

- (מיט א האלבן ביטערן שמייכל) אקעי איך זאג ניין,

- אקעי פופצי, לייג יעצט דיינע קארני דזשאוקס אין א זייט, תכלית, איך הער האסטיך לעצטנס איינגעהאנדלט א וועהיקל?

- יא, בערך צוויי יאר צוריק, און? וואס איז יעצט?

- אה, גארנישט, ווייסטעך מיין באבעס קאץ ליגט אין בעט מיט הויעך פיבער, עניוועי, א קוזין פון מאנסי האט געמאכט עפעס א געמויזעכטס וואס זי זאגט אז ס'ממש מעעעדזשיק,

- (איך כאפ שוין וואס דא גייט פאר) אםםם.... דו מיינסט צוזאגן איך זאל פארן קיין מאנסי?

- ניין, נאר אויב דו קענסט, דו ווייסט נישט וואסערע מצוה דאס איז און וואס דעי געמויזעכטס מיינט פאר אונזער משפחה,

- אההה, און דיין ברודער משה הערש קען נישט פארן?

- נישט עכט, ווייל זיין ווייב וויל ער זאל זיין עוועילעבל ארויסצונעמען די חלות פון אויוון אויב זי גייט פונקט איינשלעפן די בעבי ווען די חלות ווערן גרייט,

- כ'הער, אויף ווען דארף עס זיין?

- אה, נאו ראש עט אלל! האסט אפילו צייט ארויסצופארן אין א דרייפערטל שעה ארום!

- הער אויס חזקי, דו ווייסטעך אז איך וואלט דיר גערן געטון דעם טובה, נאר איך האב עטליכע זאכן צו טון, איך דארף אויפפיקן מיין אינגעלע אין א שעה ארום, מיין סוכה איז נאכנישט געבויט, און בכלל, איך האלט נאך פאר נאכטמאל,

- העי! וואס מיינסטו פופצי? איך קאל נישט אבי וועם מזכה זיין מיט אזא מצוה, פארדעם קאלל איך דיר! איך קען דאך דיינע געלונגענע הענט און גוטע הארץ און שנעלע קאפ און לעדערנע שוך און בלא בלא בלא.... איך ווייס דאך אז דו וועסט זיך שוין אנייצע געבן מיט דיין סוכה, נאכדערצו ווען עס קומט דיך אונטער אזא מצוה!

- יא, שקויעך פאר דיינע קאמפלימענטן, אבער מיין אינגעלע, עהה, איך מיין אז, כ'טראכט, כ'ווייס נישט.....

- קוק אהער, איך וועל שיקן מיין ברודער משה הערש גיין אויפפיקן דיין אינגעלע, נאכטמאל נעם דיר מיט אין א זילבער פאפיר, און שוין! וואס מאכסטו אזא עסק?

- כ'ווייס נישט, עפעס נישט פאר מיין סקעדזשועל, סאררי,

- אקעי, לאמיר אינאיינעם איבערגיין דיין סדר היום און איך זאג דיר מען קען מאכן צייט פאר דעם, וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש? אי"ף דע"ר אי"ז ע"י ווי"ל דעי"ר אי"ז א - וואטעווער,

בקיצור, איך האב געמאלן וואסער מיט אים פאר צען מינוט, געזאגט אויף אלע סארטן וועגן אז איך וויל נישט און איך קען נישט אבער דער שמאלציגער פעיגער קריכט נישט אראפ!

ביז איך האב גענומען די שטארקייט, אוועקגעלייגט אלע דעפלאמאטישקייט אין א זייט, און געזאגט 'חזקי, איך גיי נישט, נאך עפעס?'

צו מיין אנטוישונג ענטפערט ער 'אהה, נו וואס זאגסטו נישט גלייך? איך וויל דיר נישט ח"ו צווינגען... אקעי ביי'.

אזא שווערער 'רמז' איז עס געוען צו כאפן???

-

מאכי, דער רינדעכיגער בחור פון אונזער שוהל האט שוין ב"ה חתונה געהאט, אן ער איז שוין אין כולל פאר דריי וואכן צום גוטן,

איין נאכט ביי מנחה מעריב שטיי איך אין די האלוועי און איך שמועס מיט מיין עלטערן ברודער, און בתוה"ד זאג איך אים אז איך זוך יעצט אויפצונעמען א ארבעטער, א אחריותדיגער, וואס זאל איבערנעמען אויף זיך געוויסע פונקציעס פון דער ארבעט,

צו מיין מזל ראולט מאכי פונקט אריבער, און קליקט אריין צווישן מיר און מיין ברודער ווי א סאוער פיקל אין א טונא סענדוויטש, און רופט אויס מיט עקסטאז 'ממש השגחה פרטית! כ'האב פונקט פריער געזאגט פאר מיין ווייב אז איך גיי זוכן א דזשאב!! וואאאו איז דעיס גוט!! איך קאלל שוין מיין ווייב זאגן אז איך האב א דזשאב!! ווען הייבט מען אן?'

- עםם... מאכי, איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז ס'ממש פאסיג פאר דיר,

- וואס הייסט? איך בין א אחריותדיגער טויגליכער אינגערמאן! נישט דאס זוכסטו?

- (איך ווער טיילווייז פארלוירן) יא, אבער, אםם, מען דארף קענען נאך אפאר זאכן וואס לכתחילה איז עס נישט פאר אזא אינגע אינגערמאן, און איך מיין אז דו גייסט עס עניוועי נישט ענדזשויען,

- האלאו, (ער קוקט אויף מיין טלית בייטל) ר' פופציגער, איך זאג דיר, איך קום אריין אין די זאך אין נאו טיים, טריי איט!

- אבער איך מיין אז ס'קען זיין איך האב שוין איינעם,

- ווער איז יענער?

- (אויוויי...) איך האב נישט דא יענעם'ס אינפארמאציע, אבער אין אפיס אויף מיין דעסק האב איך עס אויפגעשריבן,

- אקעי, סאו לייג מיר צו צו די ליסט,

- (ב"ה א וועג ארויס פון דא) אקעי, נאו פראבלעם, איך וועל דיר אי"ה קאלן אויב איך וויל גיין ווייטער מיט דיר,

כלומרשט לייג איך אריין א נאוט אין מיין פאון, און מאכי גייט אוועק שמח וטוב לב, פיין, אפגעפטר'ט.

אפאר טעג שפעטער הער איך שוין צוריק פון עטליכע חברים אין סמעדריש, אז מאכי פארציילט אז ער גייט אריין ארבעטן ביי פופציגער, זייין שוואגער האט מיר שוין איבערדערציילט אז דער שוויגערס שטוב איז שוין צהלה ושמחה, בקיצור ער האט שוין פעסט באשלאסן אז דאס איז עס,

צוויי וואכן שפעטער, כהאב שוין כמעט פארגעסן דערפון, און מיין טעלעפאון קלינגט,

- העלאו?

- יא, דעיס איז די פופציגערס קארפארעישאן?

- יא, וואס קען מען איך העלפן?

- איך הער איר זוכט צו הייערן א ארבעטער?

- יא, ריכטיג,

- אה, איך קען אפשר זיך אנטראגן אלס א קאנדידאט?

- יא זיכער, שיק אריין דיין נאמען און דיין רעזומעי צו אונזער סעקרעטערי,

- העי! דו כאפסט נאכאלס נישט??? דאס בין איך מאכי!!!

- מאכי?????

- יא, וואס טוציך?? ווען הייב איך אן???

- אםם.... מאכי, איך בין נאכנישט זיכער אז איך דארף,

- וואס הייסט? יעדער ווייסט אז דו זוכסט!

אקעי, דער אינגערמאן כאפט נישט קיינע רמזים, טויגן טויגט ער ווי געגאסן אויף צו זיין א וואקיום קלינער אבער נישט מער, און ער האלט באמת אז דער דזשאב איז פאר אים געגאסן, והראי' דער סייעתא דשמיא אז ער האט פונקט געהערט דערוועגן נאכן רעדן מיט זיין ווייב...

איך זאג אים אפן 'מאכי, איך ווייס דו האלטסט אז דו ביסט פאסיג פאר דעם, אבער איך האלט נישט אזוי, סאררי.'

'אהההה, נו זאג גלייך!! וואלט איך געגאנגען זוכן עפעס אנדערש!!'

אזא שווערע רמז געווען צו כאפן???

-

מען זיצט און מען זינגט, מען קייט, מען טרונקט,

נאך א הויפן פאפקארן, נאך א גלעזעלע קאוק נאכגעפאלגט מיט א מאסיווער אויפשטויס, און אזוי רוקט זיך געמיטליך דורך דעם ליל שישי פארברענג ביי מעכל אין דיינונג רום,

מעכל איז זייער גוט געשטימט, יעדער באוואונדערט זיין גוטן טעיסט און די שווערע געלטער וואס ער האט אריינגעשאוולט אין דעם נייעם פראכטפולן דירה, זיין דיינונג רום איז עפעס ארכיטעקטיש אויסגעשטעלט און כאפט די אויג אין התפעלות, די לייטינג, די הערליכע פורניטשור, אוי טאטע זיסער... דער מעכל האט זיך ליב...

גייט אזוי דורך אפאר שעה, דער עולם איז בכלל נישט אין די גיסטע פון זיך אויפשטעלן, געוויסע קענען זיך גאר נישט אויפשטעלן נאכן ארייננעמען אזא שיפמענט אין די געדערים, אבער מעכל הייבט אן צייגן סימנים פון מידעקייט,

סהייבט זיך אן – 'אקעי, רבותי, באלד גיימיר שוין פארשלאפן דעם חצות מנין שחרית!'

דער גראבער מענדי גיבט אבער גלייך א וועג ארויס – 'נו, קען מען דא בלייבן ביז ותיקין און דעמאלס גיין שלאפן! מעכי דו ברענג נאר נאך אביסעלע ביר און א פרישע קוגל!'

אקעי, דער עולם האט נישט פארשטאנען דעם רמז, נעקסט רמז – 'איך האב מורא באלד קומט שוין מיין ווייב שרייען אז מען לאזט איר נישט שלאפן'.

אויף דעם האט אבער א צווייטער חכם יודי א עצה – 'גיי נאר מאך זיכער אז אלע טירן זענען פארמאכט, כ'גלייב שווער אז מ'הערט אריין ביז אינעווייניג, האסטעך א גרויסער הויז, פארגעס נישט, דו וואוינסט שוין נישט אין דיין פינעף רומיגע דירה'.

נאכאלס נישט, דער דריטער רמז קומט אפיר – 'די באס אהיים פארט ביז פינעף מינוט' (נאך אלעם טאר ער נישט אפיציעל אהיימשיקן, ער דארף דאך זיין יעצט גוט אויפגעלייגט...)

טראסקעט אבער לייבוש אראפ זיין פקיחות – 'אלע וואס זענען דא מיט קארס קענען בלייבן רואיגערהייט...' כי כי כי.

ביז ביז ביז... מעכל רופט זיך אן שטאמלדיגערהייט 'אקעי רבותי, ערנסט, איך דארף גיין שלאפן, זייער איינגענעמע געסט געווען, א גוטע נאכט'.

מענדי, יודי, און לייבוש קוקן אים אן געשאקט, 'אה... זאג גראד דאס...'

אזא שווערע רמז געווען צו כאפן???

-

שנת תש"פ.

ליידער איז שנת תש"פ פארשריבן געווארן אין די היסטאריע ביכער אלס נישט זייער א פאזיטיווע יאר, ליידער אסאך פאזיטיווע קעיסעס, אבער מיט נעגאטיווע אפעקטן.

נישט נאר האט דער קליינער באקטיריע אנגעטראפן די וועלטליכע באפעלקערונג און אנגעזייט כאאס, נאר דאס האט אנגעברענגט מיט זיך פארשידענע זייטיגע אפעקטן, אנגעהויבן פון שווארצע אנטיפא טעראריסטן, ביז די ווייסע מילעך באטלעך אנשיקעניש.

אויף כלל ישראל האט דער מגיפה געווארפן שרעקעדיגע ביטערע שאטנס, נישט בלויז ווייל מען האט ליידער באגלייט אזא ריזן מספר צום אייביג רוה, נאר אפילו אויף די לעבעדיגע האט עס אפעקטירט גאר שטארק, אנגעהויבן ביי די חדרים און נאך מער מיט די בתי מדרשים וואס דארט האט מען זיך נישט געקענט קיין עצה געבן, נישט קיין זום מיטינגען און נישט קיין העשי טישלער האבן געקענט אהערשטעלן מנינים און ספרי תורה במשך די דריי חדשים, דער מצב איז געווען גאר ביטער.

מענטשן זענען נישט משוגע, יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס זענען נישט זאכן וואס פאסירן אזוי פון זיך אליינס, עס איז אבער פארט אינטערסאנט די שפראך וויאזוי מענטשן פרובירן זיך אפצושאקלען דערפון.

חודש אלול שנת תש"פ איז געווען גאר א פרייליכער חודש ביי כלל ישראל, פילע געקינצלטע רמזים זענען געמאכט געווארן ארויסברענגענדיג דאס אז דער שווארצער שאטן פון תש"פ גייט זיך שוין אט אט אפקערן פון דא, און דער לעכטיגער פרימארגן גרייט זיך שוין אויפצושיינען אויף דער וועלט.

כלל ישראל איז דאך א עם סגולה, פרובירט מען פון אלע זייטן אויפצוקומען מיט רמזים און ראשי תיבות וואס זאל ברענגען א גוטן מזל.

יעדע גוט ווארט פון הרב מלאך אדער פון א נארישער בחורישע טוויטער אקאונט צוגלייך, איז אויפגענומען געווארן מיט עקסטאז און צוגעלייגט געווארן צו די ליסט פון תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.

מען האט אריינגעטרעטן אינעם יאר תשפ"א מיט פארלייכטערטע געמיטער, אבער ווען מען האט געזען דעם ערשטן הלוית המת צעטל אינעם יאר פון א קאראנע קרבן האט מען זיך אנגעהויבן קראצן דעם קאפ מיט גראז שניידערס, ס'הייסט דער בפירושער גמטריא האט נישט געארבעט אפצושטעלן דעם מגיפה???

אקעי, נישט געפערליך, מען האלט דאך נאך פאר די וואלן, נו לאמיר האפן אז טראמפ וועט געווינען א פרישן טערמין און דאן וועט דער גאנצער קאראנע דמיון אויפגעלעזט ווערן, וויאזוי וועט א טראמפ געווינס דערשטיקן די פיצעלע באקטיריעס? ווייסט מען נישט פונקטליך, אבער די חברה זאגן אז די אלע טויטע קומען נאר פון א דעמאקראטישע פאניק, נו גוט.

ויהי ערב ויהי בוקר, ס'צרות ווי א בארג, טראמפ האט עס דערלייגט, דער דעמאקראט און קאראנע חסיד דזשאו ביידען ווערט ערוועלט, אויוויי, חברה קדישא בלייבט אין ביזנעס...

אקעי, נאך איין שאנס געבט מען עס, מען גייט דאך שוין אט אט אריין אינעם נייעם יאר למספרם, נו לאמיר עס געבן א שאנס פאר א בעסערן יאר...

טייערע חברים, איך בין נישט קיין קוואליפייד מוכיח, נישט קיין משפיע, און אפילו נישט קיין ענגליש טיטשער, אבער אין די צייט וואס אלע רבנים און משפיעים שטייען און שרייען אז מיר האבן דא באקומען א דירעקטער פליק אין ריכטונג פון אונזערע בתי מדרשים, און אז מען ברויך זיך נעמען אין די האנט אריין בענין מורא מקדש נישט צו רעדן ביים דאווענען, זיצן מיר און מען מאכט חשבונות וויאזוי א מגיפה וועט זיך רעכענען מיטן קאלענדער אדער מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט?

ווער פון אונז האט נישט געזען עין בעין ווי אונזערע בתי מדרשים כאפן די גרעסטע קלעפ פונעם מגיפה??

זענען מיר אינגאנצן דום?

איז נישט גענוג קלאר געווען דעם רמז???

לאמיר זיך אויפכאפן און טון צו דער זאך! מיר דארפן נישט נאך ציפעדיגע רמזים!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 12:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

האסט פארשטאנען דעם רמז...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

wow! wow! און נאכאמאל wow!

אזא ארטיקל קען, און דארף, פארשפרייט ווערען איבעראל.

אזא שפראך! אזעלכע משלים! און אזא מוסר השכל!

@פופציגער, די ווערסט בעסער פון טאג צו טאג, און א דאנק פארן נישט פארלאזען די וועלטל נאכן גילוי אטאקע.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואף!! ווער שפרייט דאס אויס איבער אלע בתי מדרשים?

א לאנגס, אבער א גוטס!
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואף!! ווער שפרייט דאס אויס איבער אלע בתי מדרשים?

א לאנגס, אבער א גוטס!

נע, מיין חבר וועט מיינען אז איך עס געשריבן אין כ'מיין אים מיטן משל...

פופציגער, נאדיר א גרינע ;l;p- (איך בין א קארגע, אז איך געב דיר דאס מיינט עס גאר אסאך, מ'האט זיך נישט אזוי געווארפן דערמיט ביי אונז...)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אויב דער ארטיקל מאכט עס נישט אריין אינעם פארשטויבטן דזשורנאל אפטיילונג, דאן ווייס איך נישט וועכע ארטיקלען פאסן יא אריין דארט.
לכאורה האט געשריבן:
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

געוואלדיג
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

געוואלדיג שטארק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

געוואלדיג!
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

Wow wow wow
שוין לאנג נישט געזען אזא גוטע ארטיקל
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך, גוט, שטארק!
פופצי, ביסט א קוואליפייד מוכיח!
און א העכסט-קוואליפייד שרייבער!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ווי אייביג א קנאק פון א ארטיקל, מיט א גוטן געדאנק

נישט כאפן קיין רמזים.pdf
(113.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 200 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח אלע דאנקערס!!

יישר כח @שמו פארן עס פידיעפ'ן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

;l;p-
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שטארק פיין גוט פעסט צודיזאך הערליך
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

געווענליך בינעך מיך נישט מטפל מיט לאנגע ארטיקלן, עס איז נישט פאר מיינע נערווען, אבער דער ארטיקל האט מיר עפעס געצויגן כ'האב א נגעהויבן ליינען און אפגעליינט די גאנצע זאך, וואס זאל איך אייך זאגן, סע אזי געווען א געשמאק, די משלים און נאך מער דער נמשל.

ישר כח
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

וואו אייזערנע שפראך שטאלענע מוסר השכל. שכח.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

עניוועי פיפצי זיכסט נאך אן ארבייטער?
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

געוואלדיג איינס אין דער וועלט
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פופציגער, דאס איז איינס אין די וועלט!!

בעסער פון אלע דיינע ארטיקלען ביז אהער... (כאפסט די רמז?)...

גאר גוט אראפגעלייגט, און א געוואלדיגע נמשל.

אגב, איז די משל אויך ווערט פאר זיך. איך האף די אלע וועלן כאפן די רמז אז די משל מיינט זיי... (איך בין דער ערשטער וואס האט עס נישט געכאפט).
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'האב געכאפט דעם פוינט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

האב נישט קיין ווערטער. דו האסט אזוי קלאר אן קיין רמזים אונז דעליווערט דעם מעסעדזש, צייט צו דערהערן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער ווערט נאר בעסער און בעסער...

צוגעלייגט צו די ליסטע פון ניקס וועמען איך וויל קענען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פופצי!
דו ביסט גוט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: נישט כאפן קיין רמזים!! ס'דא גענוג פאר יעדעם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

הערליכע ארבעט!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”