א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

פארווארט:
איך האב לגמרי נישט געפלאנט צו שרייבן נאך א טאג ביך בעפאר חג הפסח זייענדיג שטארק פארנומען מיט די הכנות וצרכי החג, איך האב געקלערט ביי מיר אז מיין "מצה בעקעריי טאג ביך" וועט זיין גענוג און נאך פאר די ליינער ביז איבער פסח, אבער למעשה רבו עלי חבירי, די חבירים האבן מיר געבעטן איז זאל שרייבן איבער די טעמע פון "א טאטע ביים סדר טיש", וועל איך מיר פראבירן זיך מצמצם זיין און שרייבן עטוואס וואס איז נוגע צום ציבור איבער דעם ענין, אפי' מיט די טרדות החג לתועלת הענין,

כאטש וואס דער חת"ס האט שוין בשעתו געשריבן אין די טעג פון פאר פסח אז די נשים צדקניות האבן אים פארטריבן פון ספרים שטוב און ער האט נישט די ספרים אין באזיץ, ווייזט אויס אז אין יענע צייטן איז נאכנישט געוועהן די טעכנעלאגיע פון א לעפטאפ און א קיבארד מ'זאל קענען שרייבן, נאכקוקן, מחדש זיין, אפי' אן ספרים און א ספרים שטוב, ווייל מיטן לעפטאפ קען מען זיצן אפי' אויף די סטעפס און שרייבן אן קיין פראבלעם.

ובזה החלי
פאקטיש זענען דא רוב שרייבער'ס פון די מער יונגערע ציבור וואס שטייען נאך גאנץ פריש אין לעבן, און צו אט די יונגעלייט ווילן מיר ווידמען דעם ארטיקל, (ר' שמחה איר קענט שוין צומאכן דעם אשכול אז איר ווילט...), געווענדליך גייען איגעלייט פסח ביים סדר נאכט פראווענען ביי די עלטערן אין שטוב, איין סדר ביים טאטן און איין סדר ביים שווער, ס'איז גאנץ שווער צו מאכן די החלטה אז מ'גייט אליין אנהייבן צו פירן א סדר,
ראשית, ס'איז דא א עיקוב מצד די עלטערן, ווייל די מידל - עידש אידן האבן ליב צו האבן א "גרויסן" סדר טיש, זיי האבן ליב ס'זאל זיך טון, זיי האבן ליב צו פירן א סדר פאר אסאך מענטש (הגם איך פארשטיי נישט די תאווה ווייזט אויס איך בין נאכנישט גענוג אלט) ממילא זענען זיי אביסל מעקב די קינדער פון פירן אליין,
שנית, ס'איז זייער שווער פאר אינגערמאן אליין צו מאכן א החלטה אז יא, ער איז דער פאסיגע טאטע צו פירן א סדר פאר זיינע קינדער, ער פראבירט זיך צו צושטעלן צו זיין טאטן, ער האלט ביי זיך אז ס'איז עפעס נישט, מיין טאטנ'ס סדר איז דאך ברייט און גרויסארטיג מיט קינדער און איידעמער סביב לשלחנו, און איך וועל מיר זיצן דא אזוי קליינטשיק מיט 3-4 קינדער, ס'איז עפעס צו שטיל פאר א סדר,
שלישית, א אינגערמאן טראכט ביי זיך אז ער איז נישט גענוג פעאיג אראפ צו געבן א סדר נאכט, פון קדש ביז נרצה, מיט א סיפור יצי"מ פאר די קינדער, איך ווייס בכלל נישט וויאזוי מ'עסט דאס, וואס זאגט מען יא און וואס זאגט מען נישט, וואס טינקט מען, וואס עסט מען, וואס זינגט מען, ס'איז צו א גרויסע פרעשור צו נעמען אלעס אויפאמאל.

דעריבער זענען דא זייער אסאך יונגעלייט וואס האלטן זיך צוריק פון פירן אליינס א סדר, איך וויל אבער מחזק זיין אינגעלייט (כאילו איך בין א אלטע איד...) זאלן יא אליינס פירן א סדר, קודם כל ס'איז א ענין פון למען תספר באזני "בנך" וואס דאס איז א חיוב און א מצות עשה מן התורה צו פארציילן פאר די קינדער, און ווען מ'גייט צום טאטן'ס / שווער'ס סדר איז נישטא אזוי די מעגליכקייט דאס מקיים צו זיין, און נאכדעם איז א אייגענע סדר א שטארקע זאך וואס בויעט אויף א קשר פון די ווייב און קינדער מיטן טאטן, און די קשר האלט אן אגאנץ יאר, (ווי צדיקים פלעגן זאגן א סדר אויף אגאנץ יאר),

און מ'טאר נישט טראכטם אז מ'איז נישט ראוי דערצו ס'פאסט נישט, ווי קום איך קליינע שמויגער צו פירן א סדר, ווייל דאס קומט נישט פונעם גוטן צד, ווייל בשעת'ן טון עפעס שלא כהוגן טראכט מען נישט ווי פאסט דאס פאר מיר צו טון אזא זאך, דארטן לאזט דער בחור אלעס טון, דא ווערט מען עפעס אזא עניו, אויף דעם זאגט שוין די אורחות צדיקים אז ס'איז ענווה פסולה.

איי וועט מען פרעגן וויאזוי עסט מען דאס?, זייער גוט געפרעגט, פארדעם ביסטו דא אויפן גוטן פלאץ, מיר וועלן פראבירן אביסל מרחיב הדיבור זיין (בקיצור, ווייל מיט אן ארוכות ווערט ווען דעם ארטיקל 100 טויזנט קערעקטערס) אז דער עולם זאל אפשר קענען ארויס נעמען אפאר פונקטן.

איינע פון די עיכובים וואס האלטן צוריק פון נישט וועלן פירן א סדר, איז די גשמיות'דיגע חלק, דהיינו אז צום סדר טיש דארף מען האבן אסאך צוגעהערן, א היסב בעט, א קערה, א כוס של אלי', כוסות פאר אלע קינדער, ועוד,
אמת, א שיינע סדר טיש איז טאקע אנגעפילט מיט אלע מיני זילבערוווארג באגלייט אפי' מיט א ורחץ האנטוך, אזויווי ביי דיין טאטן / שווער, (אדער אזוי ווי אויפן פיקטשער פונעם גורל פון א סדר טיש וואס מ'האט געקויפט פאר פסח) אבער געדענק זייער סדר טיש איז נישט אייביג געוועהן אזוי ווי ס'איז היינט ס'האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך, הייב דו אויך אן צוביסלעך, יעדעס יאר קויף איין זאך, דאס ערשטע יאר קויף כוסות פאר די קינדער, יא די קינדער, די גאנצע סדר איז נאר פאר זיי, יעדעס קינד זאלן האבן א כוס, מ'מוז נישט האבן קיין קערה דאס ערשטע מאל מ'קען זיך באגניגן מיט א טעלער ארויף געלייגט אלע סימינים, מ'מוז נישט האבן דאס ערשטע יאר א היסב בעט, מ'קען זיך אויסציען אויף צוויי בענקלעך מיט א קישן, (ביי דיין טאטן האסטו סייווי נישט מער), מיין אייגענע מיינונג איז אז מ'זאל נישט כאפן און קויפן אלעס דאס ערשטע יאר, ווייל אויב מ'מיינט אז מ'מוז האבן אלעס דאס ערשטע יאר וואס אין פאקט קען מען דאך נישט באצאלן סיי א קערה סיי א כוס של אלי', וואס געשעהעט, מ'קויפט אלעס אבער נאר ביליגע אדער סילווער פליעטעט, און א עכטע קויפט מען שוין נישט, שפירט מען זיך יעדעס יאר זייער ארעם, משא"כ אז מ'קויפט יעדעס יאר איין זאך, דאן קויפט מען שוין עכטע זילבערנע, וועט מען איין יאר קויפן א קערה, נעקסטע יאר א כוס של אלי', נעקסטע יאר א שיסל וכו' וכו', ביז אפאר יאר האט מען א פולע סדר טיש מיט עכטע כלים וואס דאן וועט מען זיך שוין פילן ווי א עכטע מלך.
הגה: זאגט דער מחבר: וכן אני נוהג....

ס'איז באמת "נישט" שווער צו פירן א סדר, מ'דארף אביסל קענען די הלכות ומנהגים און אלעס איז מסודר, קודם די הלכות צו לערנען איז סתם אזוי דא א חיוב צו לערנען פאר יעדע יו"ט, אבער פסח איז דא אזויפיל חבורים מיט הלכות פסוקות, (לעצטנס האב איך געזעהן א דיקע ספר "חג המצות" ס'איז זייער א גוטע חיבור פאר די חלק ההלכה מיט מנהגים ער שרייבט גוט און ברענגט צוזאם א וועלט, אויבן איז דא די הלכות פסוקות אונטן איז די די הגהות, אז מ'לערנט דאס האט מען ארויס דאס גאנצע ענין), ס'איז דא אין אלע בתי מדרשים שיעור כללי'ס אויף ליל הסדר, מ'קען אפי' קויפן א טעיפ פון הלכות ליל הסדר, איינמאל מ'קען די פשוט'ע מנהגים, דארף מען זיך פארקוקן די הגדה, (נישט קיין תורות) פשוט פשט, זעהן ווי מ'קען רעדן און אויסרעדן די מעשה פון סיפור יצי"מ, אבער דאס איז קלאר אז צום סדר דארף מען זיך פארקוקן.

עס איז ראטזאם צו רעדן צו די קינדער פאר קידוש, ווען יעדער האט שוין א פלאץ מיט א בעכער מיט א הגדה, און גענוג פלאץ אויפן טיש סיי פאר די הגדה און סיי פארן בעכער, ס'איז כדאי צו מאכן די קינדער פילן וויכטיג, אז די קינדער זענען היינט ווי טאטע'ס, פסח ביינאכט ווערט יעדע'ס קינד ווי א טאטע, ער האט א אייגענע בעכער, ער מאכט אפי' אליין קידוש, (ממילא דארף זיי זיך אויפירן פסח ביינאכט ווי גרויסע טאטע'ס נישט ווי פיצי בעבי'ס) אויב קען דאס קינד עברי זאל מען אריין קוקן אין די הגדה, אויב נישט זאל מען מיט זאגן מיט טאטי וויפיל מ'קען (אזויווי המלאך הגואל ביי חתן כל הנערים)

קדש:
ווען דער טאטע קומט אהיים......
מנהג אבותי וכן נוהגין במה מקומות אז די סימנים זאגן נאר די קינדער ביז די בר מצוה, משא"כ די קשיות זאגן יא אלע קינדער ביז צו די חתונה, און ביי אונז הייבט מען אן פונעם קלענסטן (וואס רעדט שוין) און ארויף פשוט ווייל ווי קלענער איז אלץ וויכטיגער ער זאל זאגן פריער, קדש ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול..., ווען מ'גיסט אן די כוסות איז נישט כדאי אנצופילן די קינדער'ס כוסות עד כדי אריבערגיסעכטץ ווייל ס'גיסט זיך סייוויי, וואס יא, אנגרייט אסאך נעפקינס... אויפן טיש ס'זאל זיין גרייט צו ווישן,
מ'הייבט אן מיטן יו"ט'דיגן קידוש, (מרן מהריט"ב פלעגט זאגן יו"ט'דיגע קידוש מיטן נוסח וואס פלעגט זיך אנהייבן אזויווי די שבועות'דיגע אקדמות, אקדמות מילין ושרית שותא...., סברי מרנן ברוך אתה ד' אלקינו מלך העולאאאאהההאם, בורא פרי הגפן), דא זאל זיך דער טאטע אביסל מתבונן זיין אשר בחר בנו מכל עם, יא טאקע דיר, מ'האט דיך אויסגעקליבן פון אלע גוים ורוממתנו מכל לשון, זיי נישט געקלאפט דו מיינסט חלילה ביסט סתם א איבריגע ראד אין די גרויסע וועלט, ניין, ביסט דערוועלט געווארן וקדשנו במצותיו, מאך הויעך קידוש לעבעדיג מיט א ברען, אז די קינדער זאלן דאס געדענקען אין די ביינער, (איי יעדע וואך כאפסטו אפ קידוש..., מאכט נישט אויס מ'קען אלץ אנהייבן, ביסט דאך נישט די זעלבע פון אייביג, האסט דאך א קיטל, ביסט א נייע בריאה, מיט א התחדשות...) אוי שהחיינו וקיימנו, והגענו לזמן הזה,

מ'טרינקט אויס דעם כוס אנגעלאנט, לאן דיך אן דאס מערסטע וואס מעגליך (נישט סתם א קליינע בייג אויף לינקס, נאר א געזונטע לאן אן אזוי אז אלע קינדער זאלן דאס גוט זעהן)

ורחץ
מ'וואשט זיך די הענט.... "נישט" על נט"י,
דער "נישט" זאל זיין ניכר, דהיינו אז ווען מ'וואשט זיך זאל מען נאכן וואשן ווינקען עפעס מיט די הענט מיט אזא נא נא! און נישט אויסרעדן אזויווי ביי געהעריגע על נט"י, אזוי אז די קינדער זאלן זעהן אז בעצם איז דאס א געהעריגע וואשעריי נאר מ'מאכט "נישט" קיין על נט"י.

כרפס
שטיקעלע רעטעך, וכו' זאלץ וואסער,
פאר קליינע קינדער איז שווער מסביר זיין וואס ס'מיינט פטר'ן די מרור, אבער פון כתה ה' אין העכער קענען שוין פארשטיין וואס דאס מיינט פטר'ן מרור, ווייל מ'עסט מרור אינמיטן די סעודה כדי מ'זאל נישט מוזן מאכן א ברכה אינמיטן די סעודה נאכך המוציא מאכט מען איצט בורא פרי האדמה, אויב ניצט מען פאטעטאס פאר כרפס, מ'זעהט אז איינער פון די קליינווארג איז הונגעריג, מעג מען געבן מער ווי א כזית צו שטילן דאס הונגער.

יחץ
מ'נעמט.... די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן,
דאס ווארט אפיקומן ווערט געזאגט מיט אזא עקסטאז, און מיט אזא נייגעריגע בליק פרעגנדיג ווי גייט מען לייגן דעם עתיד להיות נגנב, ווען מ'צוברעכט דעם יחץ זאל מען דאס צוברעכן לעין כול, (מנהג מקובלים צו מאכן דעם אפיקומן ווי א אות ו'), ווען מ'האט שוין אפגעבראכן די מצה כדי צו מאכן אינטרעסאנט קען מען פרעגן די קינדער זייער מיינונג וואס זיי האלטן איבער וועלכע העלפט איז טאקע גרעסער, דעי אדער דעי, מ'גייט לויט רוב דיעות ביים טיש און ווי זיי זאגן וועלכעס איז גרעסער לייגט מען אריין אין אפיקומן זעקל, און גלייכצייטיג זאגן אז מ'לאזט איבער א שטיקל צובראכענע מצה ווייל א ארימע מענטש עסט נאר שטיקלעך, ער עסט נישט קין גאנצע ברויט, און לזכר ווייל אידן אין מצרים זענען געוועהן ארעם און זיי האבן נאר געהאט צובראכענע שטיקלעך עסט מען היינט צובראכענע מצות,

אסאך אידן פירן זיך (מגן אברהם תע"ג ס"ק כ"ב) צו לייגן דעם אפיקומן אויפן אקסל און גיין ד' אמות ווייזן פאר די קינדער אז אזוי זענען אידן ארויס פון מצרים, מקיים צו זיין דעם כאילו הוא יצא ממצרים בפועל ממש,
דעם אפיקומן לייגט מען אונטערן קישן, ס'איז דא א מנהג צו לייגן צווישן צוויי קישענע'ס (בשער יששכר יש טעם לזה) און פון דא הייבט זיך אן די פאן, דאס בעסטע איז אז איינער כאפט און אלע זאלן בעטן זייערע פארלאנגען, אזוי ווערט נישט קיין געשלעג, ווי אויך זאל די מאמע האלטן א אויג ווי מ'לייגט די אפיקומן, ווייל ס'איז דא קינדער וואס טרעפן אויס באהעלטענישן וואס איז נישט אזוי פאסיג פארן אפיקומן, צו אין די חמץ'יגע קלאזעט אדער גאר אין ביה"כ..., דאס בעסטע איז אז די כאפעריי זאל פארקומען וואס פריער אזוי אז די קינדער זאלן זיין רואיג ומיושב בשעת די הגדה.

מגיד
פון הא לחמא עניא ביז גאר ישראל
הא לחמא עניא, דער טאטע זאל זאגן און טייטשן אויף אידיש, אויב איר האט דער מנהג צו זאגן דעם זוהר פון פקודא בתר דא, אז מ'האט קליינע קינדער איז ראטזאם מ'זאל דאס זאגן בעפאר דעם סדר נישט יעצט פאר הא לחמא עניא ווייל דאס איז א שטארקע הפסק פאר זיי, און ס'מאכט זיי לאנג ווייליג, מ'קען אבער איבערזאגן דעם תוכן פונעם זוה"ק פאר די קינדער, אז דער באשעפער מיט די מלאכים פון אויבן קומען אראפ פסח ביינאכט זעהן ווי שיין משה'לע און יענקעלע פרעגן די קשיות און הערן זיך צו די מעשה פון מצרים און זעהן ווי אונז עסן מיר די הייליגע מצות,

מוזגין כוס שני וכאן הבן שואל מה נשתנה,
יעדער פרעגט, מ'דארף האבן געדולד, היות זייער אסאך ווערטער זענען די זעלבע און מ'קען ווערן צומישט איז כדאי אז דער טאטע זאל צוהעלפן (דער חיד"א זאגט את פתח לו, דאס קינד וויל זאגן דו העלף אים נאר צו, את פתח לו עפן זיין מויל....) למשל שבכל הלילות איז דא ביי אלע 4 קשיות, ממילא ווען דאס קינד זאגט אלע נעכט פון אגאנץ יאר, דארף דער טאטע צו העלפן וואס קומט נעקסט אנו אוכלים צו אין אנו מטבילין, די זעלבע איז ביי הלילה הזה, וואס שטייט ביי אלע פיר קשיות, ווען דאס קינד זאגט הלילה הזה די נאכט פון פסח, דארף דער טאטע זאגן כלו מצה, אדער מרור, צו שתי פעמים,

אז קינדער לאכן, ווערט נישט נערוועז, האלט דיך רואיג, דאס געלעכטער וועט נאכלאזן, ס'איז נארמאל פאר קינדער צו כאפן א לאך, פון חז"ל שטייט מחלקין כליות ואגוזים, ביי מיר איז דאס א שטארקע קפידה איך האב גרייט ניסלעך מיט קראכער'ס (בכלל איז א ניסל אסאך אינטרעסאנטער ווען מ'קראכט אים אויף, אז מ'עפנט אים אויף מיט אזא זעץ האט דער ניסל גאר א אנדערע טעם) ווען א קינד פרעגט שיין די קשיות באקומט ער אפאר ניסלעך מיט א קראכער ער קען קראכן ניסלעך (פשוט כדי ער זאל עסן עפעס און זיין געדולדיג שפעטער) טאטי! איך דארף נאך ניסלעך..., באלד נאך די מכות וועט מען באקומען נאך...,
הגה: וכן אני נוהג מבית אבא.

טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל ענפער מיר א תי'

דער טאטע חזר'ט איבער די פיר קשיות מיט די נוסח פון די הגדה, און הייבט אן: די תירוץ איז:
עבדים היינו....,
אויב מ'זאגט די הגדה מיט טייטש האט מען האלב וועגס יוצא געוועהן די מצוה פון סיפור יצ"מ, ס'איז יא אבער כדאי פון צייט צו צייט זיך אפצושטעלן מפסיק זיין מיט הסברים, ענדערשט ווי די גאנצע סיפור אויף איין מאל, די פאקט איז אז אפי' די בעסטע מלמד האט א פראבלעם צו רעדן לאנג אז די קינדער זאלן מיטהאלטן מתחילה ועד סוף, ער מוז האבן גאר אסאך דראמאטיע אז די קינדער זאלן אים אויסהערן א לעגערע וויילע, ממילא איך מער כדאי צו זאגן קטעים, א שטיקל דא א שטיקל דארט, אריין פלעכטן און אויסרעדן בשעת'ן זאגן די הגדה, ווייל דאס וועל זיי ענדעשט אויסהערן, ווי אויך די לאנגע געזאגעכט'ס וועט נישט זיין לאנג ווייליג, ווייל יעדער פאר מינוט קומט עפעס אינטרעסאנט.

מ'זעהט טאקע אז די עצם הגדה איז אויסגעשטעלט אזעלכע קורצע שטריכן פון סיפור יצ"מ, ויענונו, ויתנו עלינו עבודה קשה, צו אפי' די מכות, דם, צפרדע, איינציגע ווערטער וואס זאגט שוין אסאך, אזוי אויך דארף מען זיך מצמצם זיין צו זאגן קורצע שטריכן פון די מעשה, אז א קינד וויל זאגן תורות, זאל ער ענדערשט זאגן ביי די בייטאג סעודות, אדער ביי שולחן עורך, מ'דארף מער דגוש לייגן אויפן עצם הסיפור, ס'איז דאך א דאורייתא, און די צייט איז נישט מספיק פאר קיין תורות, מ'טאר נישט פארגעסן פונעם עיקר, די עיקר איז די סיפור און די מצוות הלילה, ווי מצה, מרור, אפיקומן,

בכלל מוז מען נישט פארציילן פונקטלעך נאר דאס וואס מ'הערט אליינ'ס געהערט ביים טאטן, כאילו ס'איז א מסורה וואס מ'טאר ניטש משנה זיין, אין חלק הסיפור קען מען און מ'דארף זיכן ווי מער פאסיגע ווערטער פאר קינדערישע מוחות,

אילו לא הוציא הקב"ה הרי אנו ובנינינו, אונז וואלט מיר נאך אפי' היינט!! געוועהן אין מצרים, ווען נישט די נס פון פסח, שטעלט'ס ענק פאר וויאזוי אונז וואלט מיר אויסגעזעהן אין מצרים אן א תורה, אן קיין גארנישט...

כנגד ארבעה בנים דברה תורה
דא קען זיך דער טאטע צוברייטערן רעדן בגנות הרשעים, ווי גוט ס'איז פארן ת"ח וואס לערנט תורה, ער ווייסט וואס מ'דארף צו טון, ער קען קען גאנץ הל' פסח ביז אין מפטירין (די לעצטע הלכה) ער פארהערט זיך ער קען אלעס, דער רשע נעבאך מ'האקט אים אויס די ציין, מ'לאזט אים אפי' נישט עסן דעם קרבן פסח, פארוואס? ווייל ער איז נישט נאר א רשע פאר זיך נאר ער שטערט אנדערע פון טון מצות וכו' וכו', דא קען יעדע טאטע אריין לייגן וויפיל ס'גייט, ס'איז א קבלה אז פסח ביינאכט זענען די הערצער פון די קינדער אפן, אפי' ס'דאכט זיך אז זיי הערן נישט עכ"ז די נשמה הערט!

מתחילה עובדי ע"ז הי' אבותינו
קינדער! ווער ווייסט? וואס איז געוועהן דער תרח?, דא קען מען זיך צוברייטערן איבער די גאנצע געשטקע הענדלעריי, וואס אברהם אבינו האט צוהאקט, אריין אין קאלעך אויוון, ארויס לעבעדיג, האט שוין יעדער געזעהן אז אלע געטשקעס זענען גארנישט ווערד,
און ממשיך זיין דעם השתלשלות הדברים, דער באשעפער געזאגט פאר אברהם אז אידן וועלן זיין אין מצרים, יצחק געבוירן אויף די עלטער, געהאט 2 קינדער יעקב און עשו, מ'קען רעדן בגנות עשו ער איז געוועהן א באם נישט געהאלטן ביים לערנען זיך געדרייט אין די גאסן, יעקב אבינו איז געוועהן א צדיק, אבער א קלוגע צדיק, אויסגעכאפט די בכורה, און מסכים געוועהן צו גיין אין גלות מצרים,
ויעקב ובניו ירדו מצרים,

והוא שעמדה
מ'קען לייגן דא א דגוש איבער גלות בזמן הזה, וויסן אז מיר זענען אין גלות צווישן גוים, אפשר מיר שפירן דאס נישט אזוי שטארק, אבער נאך היינט איז דא מדינות ווי מ'פייניגט אידן, אין איראן, (אפשר יאפאן), און אפי' במחשבה איז דא אויך דאהי זייער אסאך גוים וואס טראכטן ווי מ'קען עפעס שלעכט'ס טון פאר די אידן, אבער,
והקב"ה מצלינו מידם,

צא ולמד מה בקש לבן
דער לבן דער פאפער ווער געדענקט נאך וואס לבן האט געטון מיט יעקב?
ער איז שולדיג אין אלעם, ער האט פארדרייט מיט פאפעריי רחל מיט לאה, (ביי די חתונה האט מען געזינגען האליי האליי ליי ליי) איז ראובן געווארן די בכור, יעקב האט אבער געוואלט אז יוסף זאל זיין דער בכור, האבן די שבטים אים מקנא געוועהן, האבן זיי פארקויפט יוסף ביז קיין מצרים, וואס דאס האט גורם געוועהן גלות מצרים, (חיד"א) כאטש מיר האלטן נישט פון זאגן תורות אבער דאס איז ממש א חלק פון פשט, וואס איז אויך אינטרעסאנט פאר די קינדער, ווייל יעדע'ס קינד ווייסט צו זאגן פון דעם לבן דער פאפער...

ויהי שם לגו מלמד שהי' ישרא'ל מציונים שם,
מיט שם לשון מלבוש, די יסוד פון כלל ישראל בכל הדורות, מ'קען רעדן פון דעם.

ורב כמה שנאמר רבבה כצמח השדה
די מדר' אז אידישע מאמע'ס האבן געלייגט זייערע קינדער אין פעלד און דער באשעפער האט זיי געפיטערט מיט האניג און מילך, צום סוף האבן זיי אליין דערקענט זייערע הייזער בדרך נס כידוע, אויך א גוטע טעמע וואס ציט די אינטרעסע פון קינדער.

וירעו אתנו... עבודה קשה
מ'קען געבן א משל ווי די גוי'טע פאר פסח האט געארבעט שווער, אזוי האבן אידן געדארפט ארבעטן אין גוי'שע הייזער,

ויענינו
אידן האבן געמאכט קאנסטראקשן, געבויעט פיתום רעמסס... מיט פרך, פה - רך קודם באצאלט און דערנאך געצווינגען, און געשלאגן מכות אויב מ'האט נישט געארבעט

ונצעק אל ד' אלקינו
כאטש אידן האבן נאכנישט געהאט קיין סידור קיין תהלים, האט מען געשריגן בכל לשון, אפי' אויף אידיש, כביכול פארשטייט יעדע שפראך, אז א איד האט א פראבלעם קען מען רעדן צום באשעפער אזויווי מ'רעדט צו א טאטן, אויף אידיש.

ואת עמלינו אלו הבנים
אריין געווארפן די קינדער אין וואסער, א שטארקע דראמאטיע פאר קינדער,

לחצינו זו הדחק
זיי האבן געלייגט פרעשור צו ענדיגן שנעל, ס'איז געוועהן א לחץ, קליינע דירות צוזאמען געשטופט, לחצינו מ'האט געזעהן ווי אנדערע ארבעטן, טאטע, זיידע, מאמע, באבע, ברודער, שוועסטער, דאס האט צוגעגעבן זייער אסאך צום צער.

ויוצאינו לא ע"י מלאך
דער באשעפער אליין איז ארום אין מצרים קוקן וועלכע הויז האט בלוט, און אריבער געשפרינגען, ווי ס'האט געפעלט בלוט איז כביכול אריין אין געהרגעט, לא ע"י שרף, דער באשעפער אליין האט אזוי ליב אידן אז ער האט דאס געוואלט טון אליין,

אלו עשר מכות
דא קען שוין יעדער זיך צולאזן וויפיל מ'וויל, גיסן טראפן, ויש טעם בזה ווייל ביי יעדע מכה זענען געפאלן נאך מצרים, זיי זענען געווארן פוחת והולך ממילא מאכט מען דעם בעכער אויך פוחת והולך.

נאך די מכות, בעת מ'זאגט שיטת ר' אליער ר' יוסי ר' עקיבא, אויב זעהט מען א קינד איז הונגעריג קען מען אים געבן א ניסל אדער אפי' א שטיקל מצה פאר גאר קליינע קינדער.

כמה מעלות טובות וכו',

רבן גמליאל הי' אומר כל שלא אמר שלש דברים אלו לא יצא יד"ח בפסח, ואלו הן
פסח מצה מרור,
דא איז דא א קפידה אז די קינדער זאלן ארויס זאגן די דריי ווערטער, פסח, מצה, ומרור,
דערנאך צולייגן די טעמי הדברים מצה זו שאנו אוכלים על שום מה, מרור זו על שום מה, ווען מ'כאפט אן די מצה און די מרור זאל מען דאס אזוי אנכאפן און אויפהייבן אז יעדער זאל דאס באמערקן, נישט יוצא זיין מיט א קליינע ווייז מיט די פינגער מצה זו, נאר ממש ארויס נעמען און ווייזן פאר די גאנצע משפחה, קינדער עטץ זעהט'ס? "מצה זו" דעי מצה, און ביי מרור די זעלבע זאך כאפ אן דעם מרור (קענסט אפי' היייסן א קינד שמעקן די ציפעדיגע כריין זאל ער זאגן צו ס'ציפט טאקע) על שום מה שמררו את חייהם....

בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו
ס'איז אביסל שווער זיך מצייר צו זיין, אבער מ'דארף דאס מערסטע פראבירן אויסצומשל'ען דעם כאילו הי' יצא, כאילו אונז האלט מיר אינמיטן ארבעט און מ'הערט היינט דעם שופר של משיח, אזוי האבן מיר אויסגעזעהן בשעת יצי"מ, אפשר געבן א משל פון די יאפאנע בחורים וואס זיצן נעבאך אין תפיסה וויאזוי וואלט זיי געפילט ווען מ'נעמט זיי ארויס פון דארט, אט אזוי דארף מיר פילן.

פאר הלל קען מען מאכן א קורצע הקדמה וואס שטייט אין מדרש, אז יענע נאכט די לעצטע נאכט אין מצרים, ווען אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און געוויסט אז ס'קומט שוין די ישועה, אינמיטן די נאכט איז פרעה ארום געלאפן מיט די פידזאמע'ס זוכן משה, ווי איז משה, ער איז דא, ער איז דארט, פרעה איז געוועהן קהל'ס נער אלע קינדער האבן געמאכט פורים פון אים...., ענדליך האט ער דעגרייכט צו משה רבינו'ס הויז, און מיט איין קול האט ער געשריגן משה! און אלע אידן! ענק זענען באפרייט!, ווי נאר משה האט געהערט די בשורה האט ער אנגעהויבן זאגן אט די פסוקים,
הללוקה הללו עבדי ד', מיר זענען מער נישט עבדי פרעה נאר די עבדי ד',

דעריבער לאמיר זאגן הללוקה הללו עבדי ד'...,

(ס'איז משמע אז הלל דארף געזאגט ווערן על הכוס דהיינו מ'דארף אנכאפן דעם כוס בשעת הלל, כ'האב אבער נישט געטראפן קיין מקור דערויף, ביי מיין שווער איז דא אזא קפידה אז יעדער כאפט אן דעם כוס (נישט מ'הייבט עס אויף נאר מ'כאפט עס בלויז אן) און מ'זאגט הלל אזוי אויך ביים בענטשן על הכוס, אבער ביי אנדערע האב איך דאס נישט געזעהן, אדרבה אז איינער האט א מקור זאל ער ברענגען)

אם הבנים שמחה הללוקה, בצאת ישראל ממצרים בית יעקב..., חלמוש למעינו מים
מ'זאגט די ברוך פון אשר גאלנו מיר גרויס כוונה און שמחה, ביז גאל ישראל, דאס איז דער באקאנטע גאל ישראל אויף וואס די קינדער קוקן ארויס נאך ביי מגיד....

רחצה מוציא מצה
ס'איז כדאי צו מאכן זיכער אז די קינדער זאלן האבן מצות בעפאר מ'וואשט זיך, יעדער זאל האבן זיין זעקל, אז מ'האט שוין אביסל גרעסערע קינדער זאל מען פארלייגן דעם שיעור, לכתחילה אביסל מער ווי א האלבע מצה איז צוויי כזיתים, (איך ווייס נישט פארוואס אבער אגאנץ פסח האקט יעדער מצה וויפיל ס'גייט און דא ביים מצות עשה דאורייתא מאכן די ווייבער קונצן ס'איז צופיל, מ'קען נישט עסן אזוי סאך מצה, גיי ווייס, ס'איז מסתמא מעשה יצר)

נאך רחצה מאכט מען אזא הויכע על נט"י, אז ס'זאל זיך הערן דעם "יא" על נט"י, מוציא, מצה, עסן אנגעלאנט מיט אלע כוחות, ס'זאל זיין ווי מער אויפאלנד אין די אויגן פון די קינדער, אז מ'קען זאל מען זיך ממש אויסציען בפישוט ידים ורגלים, אז די קליינע זאלן זאגן טאטי שלאפט... עס עסט ווען ער שלאפט....
וויאזוי צו געבן מוצאי'ס פון לחם משנה איז דא עטליכע מנהגים, דאס בעסטע איז כמנהג סיגוט וכן בהרבה מקומות אז יעדער באקומט א זעל מיט מצה פון פריער, נאכן טאטנ'ס המוציא מיט אכילת מצה, באקומט יעדער קליינע שטיקלעך פון די לחם משנה און דער טאטע נעמט זיך עסן די כזיתים,

עס דארף געזאגט ווערן אז די כזיתים זענען זייער האקל, מענטשן זענען צומאל מחמיר וואס סופו איז א קולא, ווייל אז מ'עסט זיך אן מיט צופיל מצה, ווערט דער אפיקומן אכילה גסה וואס דאן איז מען נישט יוצא, דער אפיקומן דארף זיין נאכל על השובע נישט ווען מ'איז אנגעפאקט.

מרור
די קינדער האבן ליב צו זעהן ווי דער טאטע מוטשעט זיך מיט די שארפע מרור, ס'בלייבט א זיסן רושם אין זייער מוח, אויב די מרור איז נישט גענוג שארף מעג מען סתם אזוי געבן עטליכע היסן ס'זאל לכה"פ אויסזעהן ווי שארף....,

דרך אגב אויב ס'איז טאקע שארף קען מען טרינקען ווארעם וואסער דאס נעמט אוועק די גאר שטארקע שארפקייט, און חלילה צו אטעמען מיטן מויל אריין ווייל דאן גייט אריין דאס שארפקייט אין די לינגען און מ'היסט עד הסוף, אויב זעהט מען אז ס'ציפט צו שטארק, דארף מען געבן א צו אריין פון די נאז און ארויס בלאזן פון די מויל ארויס,

כורך
מ'וויקלט איין....
דעם כורך גייט מיט 2 כזיתים, כזית מצה, כזית מרור, דא דארף מען נישט מחמיר זיין אויף צו גרויסע שיעורים, ווייל מ'דארף דאס אראפ שלינגען אויפאמאל.

שולחן עורך
מ'עסט און מ'טרינקט...., מ'עסט אייער
ווי געשמיסט אין אונזער ארטיקל "אידישע תאוות" האט דער איי פסח ביינאכט א באזונדערע טעם, מיט די זאלץ וואסער ארויף געשמירט, (טייל פוסקים זאגן מ'זאל נישט טינקען די איי אין זאלץ וואסער ווייל מ'זאגט דאך אז ס'איז נאר דא שתי פעמים מטבילין, נישט דריי)
מ'זאל זעהן די קינדער זאלן עסן געהעריג א סעודה לכבוד יו"ט, אליינ'ס דארף מען האלטן חשבון נישט צו עסן צופיל ס'זאל נישט זיין דער אפיקומן קיין אכילה גסה.

צפון
מ'נעמט אפיר....
ס'איז שוין שפעט ס'איז שוין באלד ביי חצות, אויב זעהט מען די זייגער איז פאראויס, זאל מען שוין ביי אנפאנג שולחן עורך, ווילאנג מ'ברענגט אריין דאס עסן מאכן אלע חשבונות ווער ס'בעט וואס, און זיך פאר'חשבון'ען מיט די קינדער וואס יא אוןוואס נישט וואס מ'קויפט חול המועד און וואס מ'קויפט שבועות, און אפיר זוכן דעם אפיקומן גנב, כדי אז שפעטער ווען מ'יאגט זיך זאל מען נישט מוזן זיין ביזי מיט די אלע ענינים,

נאכן אכילת אפיקומן, טאר מען שוין נישט עסן, אבער טרינקען וואסער יא, (ס'איז טאקע ראטזאם צו טרינקען ווי מער וואסער, ווייל די כזיתים טריקענען אויס דעם קערפער, און אויך די וויין טריקנט אויס, ממילא אז מ'טרינקט גענוג וואסער איז מען דעם נעקסטן צופרי א נארמאלע מענטש)

ברך
מ'בענטש מלה במלה, די קינדער זאלן מיטזאגן ווארט ביי ווארט, די ברכת המזון פון פסח ביינאכט איז גאר גרויס און הייליג עס שטייט אין די ספרים אז די ברכהמ"ז פון פסח ביינאכט איז די העכסטע בהמ"ז פון אגאנץ יאר, אויסער דעם איז דאך פסח א זמן מסוגל לפרנסה, ווי אויך ברכת המזון איז מסוגל לפרנסה, און וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?.....

נאכן בענטשן גיסט מען אן דעם כוס של אלי', און מ'קען שיקן אלע קינדער צום טיר עפענען און מקבל פנים זיין אלי' הנביא, ס'ליגט דאך אזויפיל אמונה און תקוה ביים עפענען דעם טיר פאר אלי' הנביא וואס מ'זעהט אים בכלל נישט מיט די פליישיגע אויגן ס'איז נאר די אמונה אז ער קומט אין אידישע הייזער, זאלן טאקע אלע קינדער האבן א חלק אין דעם,

אוי אוי שפוך חמתך אל הגיום
די באדייט פון שפוך חמתך ביטע ליינט מיין ארטיקל (וואס טוט מען מיט די הונגעריגע הונט)
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

הלל
פון דא און ווייטער זאגט שוין יעדער לויט זיין טאטנ'ס מנהג, איינער זאגט, איינער זינגט, די גאנץ קליינע שלאפן שוין, און די גרעסערע קען מען רופן זיצן אויף'ן היסב בעט, (ס'איז דאך א גאנצע גדולה) און צוזאמען שיין זאגן הלל מיט די פזמונים און שטיקלעך ביז חד גדיא.....

חסל סידור פסח, מעג מען מאכן א רקידה'לע, פארוואשע נישט?, לעבעדיג, זך שוכן מעונה.... אוי פדיום לציון, פדיום לציון, ברנה,

לשנה הבא בירושלים, לשנה הבא בירושלים, לשנה הבא בירושלים

נאכן סדר עפ"י דינא דשו"ע בלייבט מען אויף עד שיחטפנה שינה, און מ'איז עוסק ביצ"מ, לערנען מדרשים, מפרשים, ועוד.

דער הייליגע גר"א האט געמאכט א חשבון וויפיל מצות א איד איז מקיים פסח ביינאכט, און דער חשבון איז אויסגעקומען צו עטליכע הונדערט מצוות, אפשר קען מען צורעכענען מיינע 23,700 קערעקטער????
.

אכטונג ליינערס עס איז דא א הוספה צו דעם ארטיקל ביי page 2
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג מארטש 22, 2010 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

WOW איז עס לאנג, סארי איך קען עס נישט איצט לעזן, דריקן מיר עס איצט ארויס.
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

באקאנטמאכונג!

מיר האבן דעם ארטיקל נישט געשריבן, דאס גאנצע קרעדיט געהערט פאר ידידנו הרב ר' שאץ.

הק'
א טאטע

****

פרינטירער ביטע פרינט.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

שאצי וויפיל נעמסטו פאר דעם ארטיקל?
ס'איז אייזן גוט... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שאץ א ריזיגע יישר כח פארן ארטיקל

אפשר האסטו עפעס שיינע מדרשים אדער מעשיות ציפארציילען פאר די קינדערליך ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיר האבן דאס יא דורכגעליינט, און ס'פעהלט נישט אויס קיין באקאנטמאכונג, ווער ס'ליינט דאס אדורך, זעהט גראד אז דאס איז א שאץ-מייסטער ארבעט, אזוי קלאר און גוט ארויסצוברענגען יעדע זאך....

שאץ, נאך יעדע טאגבוך דיינע, הייבט דער עולם אן צו שפעקילירן, איזער א שאץ, א מאץ, א רבי, א שדכן, א בדחן, צו א הארדוועיר סטאר?.. דא, נאך דעם ארטיקל וויל איך דיר זאגן, ס'איז נישט מעגליך צו געדענקן אלעס אזוי גוט, נאר פאר איינער וואס איז טאקע 'א טאטע, ביים סדר'...


און יעצט אפאר קליינע הערות, קודם איז קריטיש וויכטיג, אז יעדעס קינד, זאל שלאפן ערב פסח, ובפרט דאס יאר, גייען זיי אויפשטיין זייער פרי צו קידוש החמה, דארפן זיי שלאפן "אסאך", א אויסגערוהט קינד, קען זיצן און מיטהאלטן, א מיד קינד, אקעי, בעסער מ'רעדט נישט...

צווייטנס דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט דאס ענין פון מאכן די קינדער זיך שפירן 'די זאך' ביים סדר, זיי זאלן האבן א שיינע בעכער, וכד', מיין טאטע ז.ז.ג. האט א מנהג, אז נאך וואס די קינדער/אייניקלעך זאגן קדש, זאגט ער זיי, אז היינט פאלגן די טאטעס אלעס וואס די קינדער הייסן, ווייל זיי פאלגן א גאנץ יאר, נו, אז זיי האבן געהייסן אנטוהן א ווייסע קיטל, העט ער מוזן פאלגן, און אנטוהן א ווייסע קיטל...

אויך וואס דו שרייבסט ביי ורחץ, אז מ'זאל 'הויעך' "נישט" מאכן די ברכה, ביי מיין טאטען, מאכן די גרויסע קינדער זיכער, אז די קליינע דערמאנען פאר טאטי/זיידי, ווען ער וואשט זיך די הענט, שרייען זיי, "נישט א ברכה", און מיין טאטע עקט אביסל ווי ער האט עכט כמעט געמאכט א ברכה... (כ'מזל זיי זענען דא)..

און נאך א זאך, וואס דו דערמאנסט גראדע, אבער נאר אויפן שפיץ גאפל, מיין שווער ז.ז.ג. פיהרט זיך טאקע אז ביי יחץ, נאכן אריינלייגן די מצה אין די אפיקומן האלטער, לייגטער דאס ארויף אויף די פלייצע און ער שפאצירט ארום די טיש און הייבט אן, גוט יו"ט גוט יו"ט, די קינדער (אינקלודינג די שוויגער) זאגן צוריק, גוט יו"ט, און פרעגן 'פון ווי קומט א יוד'? ער זאגט 'פון מצרים', און זיי פרעגן, 'ווי גייט איר'? 'קיין ירושלים', וואס טראגט איר אין דעם זאק?.. מצה... וואס איז דאס מצה?... ווייל ווען די יודן זענען ארויס פון מצרים...... (אוי האב איך מיך געדארפט איינהאלטן די ערשטע יאר..)

אקעי, ס'שפעיט, איך וועל דא ענדיגן, שאץ, א_וואו אלעמאל, א הערליכע ארבעט, דאס מאל איזעס טאקע צאמגעשטעלט געווארן אין זייער א קורצע צייט, אבער פארט גוט, זייער גוט.. טענק יו ווערי מאטש...

לשנה הבאה בירושלים....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אמינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמינה »

‫‫ראוי לעיין בספר הק' אוהב ישראל פ' בא‬
,‫בד"ה דברו אל כל עדת ישראל עד סוף הד"ה: שטייט דארט
וזש''ה דברו אל כל עדת בנ''י שה לבית אבות, אז מען דארף זיין ביים טאטין ביים סדר וזה מסוגל לאמינה‫ הערת ממ"ה‬
,‫עיינו היטב ותמצאו נחת‬
גענימען פון דבר יום ביומו
אמינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמינה »

אבער שאץ מאץ האט געשריבן א הערליך ארטיקל שכך
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

א גרויסן שכח הרב שאץ, איך האב באמת הנאה פון דיינע ווערק.

אפאר הגהות אויב איך מעג.

פאר א יונגערמאן וואס הייבט אן צו פירן אליין א סדר, זאל ער פירן נאר די ערשטע נאכט, וואס דאן איז דאס עקסטאז גרויס, און דאס התלהבות אויפ'ן העכסטן שטאפל.

די צווייטע סדר זאל מען גיין צום טאטע/שווער, וואס ביי די צווייטע סדר זענען די גרויסע סדרים רוהיגער און פרייליכער און א דאנק דעם אינטערסאנטער. און די עלטערן וועלן זיך פרייען. מען קען אזוי טון א גוטע פאר יאר.

דאס קויפן זילבערווארג ברענגסטו זייער גוט ארויס.

ווען דו רעדסט פון זיך צוגרייטן, איך הער אויס יעדעס יאר כמעט די טעיפס פון ר' שמוען זאב מייזליש אויף די הגדה, עס איס עפעס אויסערגעווענדליך. אויך קויף איך נייע טעיפס. דאס יאר האב איך שוין אויסגעהערט א טעיפ דרשה פון ר' יצחק אייזיק קרישוועסקי א גוטע פאר מאל, עס איז מורא'דיג, עס איז כדאי צו הערן. אזוי האב איך יעדע יאר פרישע זאכן צו זאגן ביים סדר.

עס איז גוט נאך פאר פסח ווייסט שוין יעדער וואו זיין פלאץ וועט זיין ביים סדר.

וועגן פיקדא בתר דא. מיין טאטע זאל זיין געזונט, איז דאס די עיקר וואס ער פארציילט פאר די קינדער און איינקילעך. ער טייטשט עס אויף אידיש, און זינגט עס מיט די הגדה ניגון און ער לייגט צו אייגענע מעשית מיט טייטשן, די קינדער זיצן געפלעפט.

יעצט אן אינטערסאנטער און וויכטיגער באמערקונג.

ביי וכאן הבן שואל איז דא דער באוויסטער תפארת שלמה, אז דא קען מען זיך אויסבעטן פאר קינדער. אויב ביים סדר זיצט א קינדערלאזע פארפאלק, זאל מען זיך דאס נישט אנרופן ברבים, זיי ווייסן גאר גוט דער טייטש. אסאך סדרים זענען צושטערט געווארן, ווען מען האט זיך אנגערופן דאס ווארט.

די פארפעלקער וואס ווארטן אויף א ישועה, זענען בייי א סדר נאכט זענען מורא'דיג סענסיטוו. דא זיצן זייערע יונגערע ברודער און שוועסטערס און זענען ביזי מיט זייערע קינדער, דאס הארץ זייערע רייסט שטיקער במלא מובן המלה. ביטע גיטס אכט. אדרבה מאכט זיכער אז אייערע קינדער זענען ביזי מיט זיי, מאכט זיכער אז אייערע קינדער כאפן צו זיין אפיקומן נאך פאר איינער הייסט זיי עס טון. שיקט אייערע קינדער זיי צו פרעגן קשיות אויף די הגדה, אדער זיי צו פארציילן מעשיות דירעקט פאר זיי. פארשטייט זיך אז מען זאל דאס זאגן פאר די קינדער פאר מען גייט צום סדר.

די עיקר וואס אזא פארפאלק פילט, איז אז זיי זענען איבריג אויף דער וועלט. אבער אויב מען רעדט צו זיי, (פארשטייט זיך חוץ פון די סאבדשעקט פון סגולות אדער תורות פון קינדער וכו') און מען מאכט זיך וויסדיג, איז אלעס אנדערש.

איך רעד פון עקספריענס, וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי איין סדר, ווען דער בעל הסדר האט זיך דאס אנגערופן מיט א התלהבות, פאר מיין שוואגער, וואס האט געווארט אויף א ישועה, אבער פון דארט און ווייטער, איז דער סדר געפארן בארג אראפ!

אויב אבער מען פירט א סדר נאר פאר קינדער זאל מען זיךדירעקט יא אפשטעלן דא, און נאכזאגן די תפארת שלמה מיט אן התלהבות, און מיט די גרעסטע מאס התעוררות זאגן פאר די קינדער, וואס פארא גרויסע זמן דאס איז, און מען קען אויסבעטן פאר די וואס האבן נאכנישט קיין קינדער, און דערביי דערמאנען די פארפעלקער וואס די קינדער קענען און וואס דו קענסט וואס האבן נאכנישט קיין קינדער, און זאגן זייערע נעמען, למשל טייערע קינדער עטץ קענטס יעצט אויסבעטן פאר משה ווייס אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער א.א.וו. די אטמאספערע וואס דאס ברענגט אריין ביים סדר איז עפעס אומבאשרייבליך, און לאזט איבער א געוואלדיגן רושם אויף די קינדער. די גרעסטע זאך דערפון אז די פארפעלקער ווערן געהאלפן! עס ברענגט אריין א מורא'דיגע אמונת צדיקים אין די קינדער. מיר האבן עס געטון, און עס האט געארבייט מורא'דיג.

א גרויסער רב וואס האלט אסאך דרשות האט מיר געזאגט, אז ער פירט די סדר ביז צפון היבש שנעל, און הערשט נאכדעם מאכט ער א גאנצער בראטל און ער ציט די סדר ביז פארטאגס. איך האלט נישט דערפון, ווייל איך האלט אז מען ווערט מיד, פון רעדן און רעדן, ווען עס איז נישט דא קיין שום עקשען אינדערמיט. עס קען אבער זיין ווייל ער איז בעל דרשן איז ביי אים אנדערש.

עס איז כדאי נאך פסח, זאל דער עולם שרייבן דא געדאנקן פון נעם סדר, און וואס מען קען אלץ טון פאר די קינדער, אזוי וועט מען עס נעקסטע יאר קענען נאכמאכן.

עני וועי, הרב שאץ א גרויסן ישר כח.
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

הרב שאץ, א הארציגען דאנק פאר דעם הערליכען אונהאלטספול מלא תוכנדיגע ארטיקעל, איך פיר שוין דעם סדר א פאר יאר צים גיטן, און איך זע כ'האב מיך ווי צי פארבעסערן, ביטע אויף ווייטער שוין נישט קיין ווערטער ,ווארף אריין דיינע גיטע רעיונות, ברענג אראפ שיינע ווערטער ,וואס איז פאסיג צי זאגן פאר קינדער ביים סדר, און זכות הרבים וועט מגין זיין אויף דיר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האמת אגיד אז איך האב געהאט א שטיקל קלער אנצוהייבן היי יאר פראוון א סדר אין שטוב, אבער למעשה האב איך מיך איינגעבעטן ביי א זיידע און באבע, און מען האפט אז עס וועט טאקע זיין פלאץ דארטן פאר מיין געזונדל.

אבער בשעת די פלענער האבן געלויטעט אז מען גייט אנהייבן פראווען אליינס, האט מיר באפאלן א פרעשור צוליב די רוחניות'דיגע און געשמיות'דיגע סיבות (אפילו די רעצעפט פונעם חרוסת ווייס איך נישט אויסעווייניג), און געפלאנט צו פרעגן דערוועגן ברבים. יעצט אז אונזער חשוב'ער מיטגליד שאץ-מאץ האט דאס אזוי הערליך אפגעשריבן, דארפן מיר זיך באדאנקן ווי עס פאסט, ווייל אויב דאס וועט נישט צוניץ קומען היי יאר, אבער יש מחר לאחר זמן.

אלזא, א גרויסן דאנק פאר דיין מיה און פלאג אין די יעצטיגע ערב-פסח טעג, ישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלימה מעם ה' אלקי ישראל!
----

אמינה האט געשריבן:‫‫ראוי לעיין בספר הק' אוהב ישראל פ' בא‬
,‫בד"ה דברו אל כל עדת ישראל עד סוף הד"ה: שטייט דארט
וזש''ה דברו אל כל עדת בנ''י שה לבית אבות, אז מען דארף זיין ביים טאטין ביים סדר וזה מסוגל לאמינה‫ הערת ממ"ה‬
,‫עיינו היטב ותמצאו נחת‬
גענימען פון דבר יום ביומו

איך זוך נאך יעצט די משמעות אינעם אוהב ישראל, לענ"ד לא דובים ולא יער.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאץ מאץ האט געשריבן:א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ


כרפס
שטיקעלע רעטעך, וכו' זאלץ וואסער,
פאר קליינע קינדער איז שווער מסביר זיין וואס ס'מיינט פטר'ן די מרור, אבער פון כתה ה' אין העכער קענען שוין פארשטיין וואס דאס מיינט פטר'ן מרור, ווייל מ'עסט מרור אינמיטן די סעודה כדי מ'זאל נישט מוזן מאכן א ברכה אינמיטן די סעודה נאכך המוציא מאכט מען איצט בורא פרי האדמה.

.


איך האב דאס מסביר געווען פאר מיינע קינדער גאר פשוט.
וויפיל ברכות מאכט מען אויף מרור, פרעג איך זיי. על אכילת מרור קומט דער ענטפער.
"און פארוואס מאכט מען נישט א בורא פרי האדמה?" פרעג איך ווייטער.

דער 7 יעריגער האט נאך עטליכע סעקונדן געכאפט, אז יא ווייל מען האט אינזין געהאט צו פטר'ן די מרור ביי כרפס.
הערנדיג דאס האט דער 5 יעריגער אויך ארויסגעהאט דעם געשעפט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

געליינט, און אויסטערליש הנאה געהאט, עס איז ממש א הענד-בוק פארן סדר מיט יעדן דעטאל, טיפיקל שאץ מאץ...

וויכי און געדולד, אייערע צוגאבע'ס זענען געוואלדיג.

שוועמל, א ריזיגער געדאנק.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שאץ; דיינס האב איך נאכנישט געליינט. [שוין ארויסגעפרינט, האב נישט מורא..].

געדולד; דיין הערה איז מורא'דיג. האמת אגיד, אז ווען איך האב ווען די אמאליגע צייט וואלט איך מיך ברייטער צולאזט. הצלחה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאץ הערליך שיין, א דאנק פארן מהנה זיין.

מיט דיין צושטעל פון ניסוח הקידוש און נוסח אקדמות בין איך אביסל מחולק, דאס וועל מיר לאזן פאר שבועות.


אויך ווייס איך נישט צו וואס ארויף דו האסט פון הלל און ווייטער געמאכט א קיצור, ווייזט אויס אז עפעס האסטו נאך געוואלט לאזן אויף קומענדיגן יאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

שאץ א אמתדיגן ישר כח, איך פיר שוין א שיינע פאר יאר דעם סדר אליינס, מיט דעם אלעם האב איך א שיינע פאר גוטע זאכן געזעהן וואס די שרייבסט וואס וועט מיר בעז"ה ארויס העלפן צום סדר.

איך האב געהערט פון א איד וואס מאכט סדרים מיט אסאך נפשות. האט ער מיר געגעבן זייער א פראקטיש עצה פארן סדר נאכט, איך טוה עס און עס העלפט שטארק ארויס.

איינע פון די גרעסטע שטערערס פארן סדר, איז די אויסטיילן די כזיתים מצה און מרור, האט ער מיר געזאגט אז ער מאכט יום בדיקת חמץ געפאקטע פעקלעך כזיתים מצה איינגעטיילט לויט די עלטערס, איינס פאר מוציא מצה און איינס פארן אפיקומן, און אויך די מרור (נישט די חריין) געפאקט אין בעגס איינס פאר מרור און איינס פאר כורך, אזוי אז ווען מ'האלט ביי מוציא מצא געט מען ארויס די געפאקטע מצות, און אזוי אויך ביי מרור און אפיקומן.

איך האב איינער וואס איז אחראי אויף די מצה און איינער אויף די מרור, און איעדער האט הנאה.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

יגר'ל מיר אלע בענקן זיך אויף ווען די האסט געהאט צייט, דיינע הרגשים מיטן ארטיקל נאכן סדר ווי האלטן מיר האט אסאך אידן געברענט עהרליכע הרגשים, און א הכנה צום סדר נאכט, איך האלט אז דיין נישט האבן צייט איז א ריכטיגע מעשה יצר
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
WOW WOW A-1 . PRINTER PRINT
this year is very late for me to decide but iy''h next year we will review this article and decide
THANKS SHATZ FOR YOUR HELP
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יישר כח שאץ, עז יושיועל יו דידענט דיסעפוינט אס.

איך וואלט נאר געוואלט מוסיף זיין א נקודה'לע, דאס וואס שאץ שרייבט בנוגע סדר געצייג, דהיינו כוס של אליהו, קערה, וכו' אז יעדעס יאר זאל מען קויפן אביסל,
דאס איז אקטועל אויך ביי סתם א פסח'דיגע ווירטשאפט, אפילו א שנה ראשונה אינגערמאן, איז כדאי אז ער זאל אנפאנגען איינרעכטן א אייגענע ווירטשאפט, ווייל אויב נישט, ווען עס וועט קומען די יאר, וואס ער וועט מחליט זיין, אז היי יאר בלייבט מען אינדערהיים, אויף שבת חוה"מ, וועט מען דעמאלטס דארפן אנפאנגן איינרישן פון דאסניי, און דאס ציט אריין אין גרויסע הוצאות, ממילא לוינט זיך יעדעס יאר, צוביסלעך איינצוקויפן, ספענדן יעדע פאר פסח-סעזאן א צוויי הונדערט דאלער בערך, אזוי ווען מען האט שוין א אייגענע געזינדל, קוקט מען זיך אום, און מען זעט אז מען האט שוין א קאמפלעטע, אדער כמעט קאמפלעטע, פסח קיך.


הגה: וכן עשיתי כשהייתי בשנה ראשונה (נישט מער געדאכט) ואין אני מתחרט על זה, אפילו כל שהוא.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א הערליכע שאץ ארטיקל, וואס מ'קען נישט שאצן.

מורא'דיג שיין און דיטעילד אראפ געלייגט, הגהות דא הגהות דארט, באט מער ווייניגער גארנישט פארפעלט.

יישר כחכם, עטליכע זאכן קען מיר צוניץ קומען, כאטש כ'פיר שוין סדר א שיינע פאר יאר.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שאץ.
איך האב נישט פארמאכט דעם אשכול.
איך האב געליינט דאס גאנצע. זייער הערליך באשריבען.
א פאר הערות will follow בעזהי"ת
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער א גוטע זאך האסטו געטון, שליח ציבור. עס וועט צוניץ קומען פאר פילע יונגעלייט וואס וועלן היי-יאר צום ערשטן מאל שפירן דעם זיסן טעם פון פירן אליינס דעם סדר. די מער געפילישע צווישן אונז, זאלן זיך אנגרייטן אביסל טישוס; די געפילן קענע זיך שטארק צעשפילן ביים הערן קדש פון די אייגענע קינדער אדער ביי מגיד ווען מ'זיצט כמלך בגדוד און מ'דערציילט דעם סיפור יציאת מצרים פאר די יונגווארג.

איין גשמיות'דיגע הגה וואס כ'האב צוצוגעבן: ווען מ'באגעגנט זיך אינמיטן יאר מיט א חפץ וואס קען צוניץ קומען ביים סדר, צב"ש א שיינע עסצייג אדער געשיר סעט פאר ביליג, גלעזלעך, בעכערלעך וכדומה, זאל מען אריינכאפן דעם געלעגנהייט און דאס קויפן. דאס פארגרינגערט שטארק דעם פינאנציעלן דרוק וואס מ'האט הארט בעפאר פסח.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיינע הערות אויף דעם ווינדערבארען ארטיקעל

שאץ מאץ האט געשריבן:פארווארט:
ס'איז באמת "נישט" שווער צו פירן א סדר, מ'דארף אביסל קענען די הלכות ומנהגים און אלעס איז מסודר,... איינמאל מ'קען די פשוט'ע מנהגים, דארף מען זיך פארקוקן די הגדה, (נישט קיין תורות) פשוט פשט, זעהן ווי מ'קען רעדן און אויסרעדן די מעשה פון סיפור יצי"מ, אבער דאס איז קלאר אז צום סדר דארף מען זיך פארקוקן.


מעזאל אבער נישט מיינען אז עס איז ווער ווייסט וויא שווער!
יעדער ווייסט און זיכער געדענקט די מנהגי הסדר וואס ער האט געזעהן ביי זיין אייגענע טאטען.
מיט דעם אליינס האלט מען שוין גאר ווייט אויף א וועג מיטען זיך פארקוקען.
שאץ מאץ האט געשריבן:קדש:
ווען דער טאטע קומט אהיים......
מ'הייבט אן מיטן יו"ט'דיגן קידוש, (מרן מהריט"ב פלעגט זאגן יו"ט'דיגע קידוש מיטן נוסח וואס פלעגט זיך אנהייבן אזויווי די שבועות'דיגע אקדמות, אקדמות מילין ושרית שותא...., סברי מרנן ברוך אתה ד' אלקינו מלך העולאאאאהההאם, בורא פרי הגפן),
מיין טאטע ע"ה האט אויך אזוי געזאגט מיט דעם נוסח דער יו"ט'דיגע קידוש.
ער פלעגט פאר מיר מיט מיין ברודער זז"ג אסאך מאל זאגען וועגען מנהגים וואס ער האט זיך געפירט אז ער האט אזוי געזעהן ביי זיין טאטען.
(מיין זיידע הי"ד איז געווען א תלמיד פונעם קדושת יו"ט)
שאץ מאץ האט געשריבן:מגיד
......
מוזגין כוס שני וכאן הבן שואל מה נשתנה,
יעדער פרעגט, מ'דארף האבן געדולד, היות זייער אסאך ווערטער זענען די זעלבע און מ'קען ווערן צומישט איז כדאי אז דער טאטע זאל צוהעלפן (דער חיד"א זאגט את פתח לו, דאס קינד וויל זאגן דו העלף אים נאר צו, את פתח לו עפן זיין מויל....)
טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל ענפער מיר א תי'

דער טאטע חזר'ט איבער די פיר קשיות מיט די נוסח פון די הגדה, און הייבט אן: די תירוץ איז:
עבדים היינו....,
אויב מ'זאגט די הגדה מיט טייטש האט מען האלב וועגס יוצא געוועהן די מצוה פון סיפור יצ"מ, ס'איז יא אבער כדאי פון צייט צו צייט זיך אפצושטעלן מפסיק זיין מיט הסברים, ענדערשט ווי די גאנצע סיפור אויף איין מאל,
בכלל מוז מען נישט פארציילן פונקטלעך נאר דאס וואס מ'הערט אליינ'ס געהערט ביים טאטן, כאילו ס'איז א מסורה וואס מ'טאר ניטש משנה זיין, אין חלק הסיפור קען מען און מ'דארף זיכן ווי מער פאסיגע ווערטער פאר קינדערישע מוחות,

איינער האט מיר געזאגט וואס ער טוט און עס איז מיר זייער געפעלען און זייט דען טו איך אויך אזוי.

כידוע, דער תירוץ אויף די פיר קשיות, אוויא עס איז אוועק געשטעלט און די הגדה, איז נישט זייער בולט אז קשיא נומער איינס איז דאס דער תירוץ, קשיא נומער צוויי איז דאס דער תירוץ, און אזוי ווייטער...

א ביסעל אן עלטערער קינד האט שוין א ביסעל מער פארשטאנד און ער קען שוין אליינס פארשטיין און ארויסנעמען די תירוצים פון דער הגדה.
די יונגערע קינדער, פארשטייען דאס נישט.
ער ווייסט אז מעפרעגט פיר קשיות און מעזאגט: טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל ענפער מיר א תי'
און זיין טאטע זאגט: דער תירוץ איז....

דאס איז עס..דער טאטע זיינער הייבט אהן זאגען און זאגען...ער איז נאך אביסעל יונג צי כאפען אז דא איז אמתדיג דא תירוצים אויף די קשיות...ער האט נישט קיין געדולד..ער גייט אוועק פונעם סדר טיש (וויפיל קען ער שוין איינזיצען אויף איין פלאטץ?)...מעגייט זיך שפילען..
און?....ער האט געפרעגט קשיות אבער ער הייבט נישט אהן צי וויסען אז דער הגדה איז זיין תירוץ...

איז וואס טו איך?

ביי א יעדע סדר מיינער האב איך, גלויבט דער באשעפער, א היבש צאל אייניקלעך. פון גאר יונג (3 יאהר אלט) און מאנכע מאל ביז 16 און 17 יעריגע.
יעדער פרעגט די קשיות.

דערנאך ווען יעדער איז פארטיג פרעגען. הייב איך נישט גלייך אהן די הגדה.
(און דאס טו איך לכבוד די קליינע חברה)
איך נעם די צייט צי פארציילען פאר זיי אויף זייער level די מעשה פון די יודען און מצרים דאס שווערע ארבעט דארט דערנאך די מכות און דערנאך יציאת מצרים. אזוי גייענדיג אדורך דער סיפור, פלעכט איך אריין די קשיות וואס זיי האבען געפרעגט און איך ווייז זיי די תירוצים דערויף.

די קינדער טוט מען דאך שוין און חדר אדער און סקול, פון וואכען פאר פסח, אריין פאמפען און זיי די קשיות מיטען סיפור פון די הגדה, געפלאכטען מיט מדרשים א יעדער לויט זיין עידש.

ווען איך ענטפער די קשיות אויפען אויבענדערמאנטע וועג, איז עס אן אופן פון א give and take
איך רעדט צי זיי איך פרעג פון זיי, דער גאנצער עולם פון גאר קליין אהן (אפילו כתה א') האלטען מיט און זיי האלטען מיט מיט חשק, ווייל יעדער וויל עפעס זאגען וואס ער האט געלערענט און חדר.

יעצט, זעהט דאס קליינע קינד, אויף זיין לעוועל, אז דא זענען יא דא אמתדיגע קשיות, נישט נאר עפעס א סדר סערעמאניע וואס מעהאט אוהם געלערענט און חדר
און ער זעהט און הערט תירוצים אויף זיינע קשיות...

דערנאך ווען איך בין פארטיג מיט די קליינע חברה נעם איך מיך צי די הגדה....
the SCY is the limit
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסען ישר כח שאץ מאץ
און אלע אנדערע

יא

מגיימער מיטן אייבערשטענס הילף אנהייבן היי יאר אליין צי פירן דעם סדר און די ארטיקל איז א געוואלדיגע הכנה דערצו

א גרויסן ישר כח אייך אלע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א דאנק ר' שמחה פאר אייער צוגעלייגעכטץ...
דאס איז דאך דער עיקר אינעם ליל התקדש החג, ולמען תספר באזני בנך ובן בנך !!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”