מיזעלס אויסברוך אין וויליאמסבורג
אחראי: יאנאש
בבל האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:שעבאשנוט האט געשריבן:בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?
השם ישמרינו
איז עס אמת?
עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, .
ב'' ה.
איך האב אויך געטראכט אז די היימישע גאס וואלט גערידערט אויב עס וואלט געווען אמת .
איך האב עס געהערט 2 טעג יו'' ט בשם א הצלה אלץ א נייעס וואס א מעמבר האט געברענגט יו"ט קימענדיג פון האספיטאל
שבת הגדול איז געווען א היציגע וויכוח איבער די נושא אין די שוהל ווי איך דאווען, (איך האב נישט גענומען קיין צד) די צד פון פרא איז געווען א הויכע שישקע אין הצלה, וואס גראדע ארבעט ער אין די ארגעניזאציע וואס דער עולם באשולדיגט אין אריינברענגען די גאנצע סומאטוכע ווי עס האלט יעצט, ער האט געזאגט פארשידענע סטעיטמענטס איבער די מיזעלס וואס איך האט דערנאך מברר געווען און עס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט צו זיין שקר.
איין זאך האט ער געזאגט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת, ער האט געזאגט אז די העלט דיפארטמענט לייגט נישט יעצט קיין דרוק ווייל זיי ווייסן אז עס איז פאר פסח און די מיידלעך האבן נישט קיין סקול (פון ווי ווייסען זיי?), אבער נאך פסח גייען זיי זיך נעמען דערצו מיט כוח, איך קען אים נישט אזוי גיט פערזענליך, באט ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין א בעל רוח הקודש.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
היינט האבן זיי באלאגערט כמעט אדער גאר אלע חדרים און סקולס אין ווילי מיט א גאר שטרענגע אינספעקציע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.
ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.
איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
דממה דקה האט געשריבן:איין זאך האט ער געזאגט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת, ער האט געזאגט אז די העלט דיפארטמענט לייגט נישט יעצט קיין דרוק ווייל זיי ווייסן אז עס איז פאר פסח און די מיידלעך האבן נישט קיין סקול (פון ווי ווייסען זיי?), אבער נאך פסח גייען זיי זיך נעמען דערצו מיט כוח, איך קען אים נישט אזוי גיט פערזענליך, באט ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין א בעל רוח הקודש.
ווייל ווען ס'נישטא קיין סקול מעלדט מען זיי איין און מ'נעמט נישט קיין משלוח מנות, וואוטשערס און לאנטשט פראגרעמס פאר יענע טעג, אויב מעלדט מען זיי נישט און זיי ווערן געוואויר איז צרות צרורות. זיי זענען אומשטאנד אפצושפארן די פראגרעמס פאר יענע מוסד.
קיינער מסר'ט נישט קיינעם. הער אויף מיט די קאנספיראציעס געבויט אויף קאנספיראציעס.
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
פומפדותא האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.
ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.
איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.
אדער יא אדער ניין, ווייל עס איז נישט קיין גרויסע זאך צו וויסן די מוסד'ס סקעדזשועל, מען דארף נאכנישט קיין אינסיידער פארדעם. קען זיין די העלט דעפט האט עס פארלאנגט פון די מוסד, און צווייטנס, דאס וואס דו זאגסט אז איין דעפט ווייסט נישט פון די צווייטע, מיר האלטן ביי תש19 אין א דידזשיטעל עפאכע, קענסט גארנישט וויסן וויפיל זיי שערן צווישן זיך...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
כ'פארשטיי נישט די גאנצע זיך ברעכן קאפ וויזוי די העלט דעפארטמענט ווייסט אז פאר פסח איז א יוד ביזי. יעדע דריטע גוי - עכ"פ וואס וואוינט אין ברוקלין - ווייסט צו זאגן אז פורים טרינקט מען און מ'טיילט געלט. סוכות מאכט מען בודקעס און מ'הענגט אויף שיינע לייטס. חנוכה צונדט מען יעדען טאג א פרישן לעכטל און מ'האקט פאנקעס ביי די פארטי. און פסח קלינט מען אויף די גאנצע הויז ספאטלעס און מ'איז ביזי ביז גאר און מ'עסט די גאנצע 8 טעג נאר flat bread.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פומפדותא האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.
ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.
איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.
וואס איז די גרויסע חידוש זיי האבען עס געזאגט קלאר פאר יעדע מוסד אז זיי גייען נישט אויפהערן צו קומען ביז ווילאנג עס וועט נאך זיין איין מיזעלס קעיס אין ווילי
-
- שר מאה
- תגובות: 163
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:53 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3677
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
פומפדותא האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.
ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.
איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.
יעדער מלמד דארף יעדן טאג אויספילן אן attendence צעטל פון די העלט דעפארטמענט פונקטליך וועלכעס קינד איז היינט יא אדער נישט געקומען, אזוי אז ווען די גאנצע מוסד איז פארמאכט ווייסן זיי זיכער.
חוץ מזה , איז גאנץ קלאר אז זיי ארבעטן מיט עסקנים, אין מאנסי האט די פרעסע געשריבן אז די עסקנים האבן גאר טענות פארוואס מען האט עס נישט דורכגעשמועסט מיט זיי.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
דממה דקה האט געשריבן:שעבאשנוט האט געשריבן:בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?
השם ישמרינו
איז עס אמת?
עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, אין ארץ ישראל איז געווען באריכטעט איבער א אל-על נורס וואס איז און ערנסטע קאנדישאן, און די נורס האט געהאט צוויי MMRs, און יעצט כלומרשט זאגען אויך איבער א 10 יעריג קינד אין ארץ ישראל, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן קיין פרטים, און מען מוז נעמען ארץ ישראלדיקע באריכטן מיט א גרעין אוו סאלט, זיי האבן שוין געהאט איין קעיס וואס זיי האבן שטילערהייט צוריקגעצויגן און געמאכט א שתיקה כאילו לא היה, ווארשיינליך געווען א געזינטע פלאפ פון די דאקטוירים דארט.
און ווייטער שטעלט זיך דער וואונדער פארוואס די פאקט אז די MMR ארבעט נישט ווארט דערשטיקט.
די נוירס האט געהאט בלויז איין ממר.
איך קען עטליכע אידן וואס טיילענאל ארבעט נישט ביי זיי (אנדערע פעין קילערס יא). איך וואונדער זיך אויך פארוואס די פאקט אז טיילענאל ארבעט נישט 100% ווערט דערשטיקט. סאט דיר איינער אמאל געזאגט אז די ממ"ר ארבעט 100%?! ס'דא איין מעדיצינישע פראדוקט - אדער פראדוקט בכלל - אין די גאנצע וועלט וואס ארבעט 100%?! אדרבה, די פאקט אז עטליכע און ניינציג פראצענט אנגעשטעקטע זענען נישט וואקסינירט ווייזט אז די ממר האט גאר א הויכע סוקסעס רעיט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Think and Thank האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:שעבאשנוט האט געשריבן:בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?
השם ישמרינו
איז עס אמת?
עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, אין ארץ ישראל איז געווען באריכטעט איבער א אל-על נורס וואס איז און ערנסטע קאנדישאן, און די נורס האט געהאט צוויי MMRs, און יעצט כלומרשט זאגען אויך איבער א 10 יעריג קינד אין ארץ ישראל, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן קיין פרטים, און מען מוז נעמען ארץ ישראלדיקע באריכטן מיט א גרעין אוו סאלט, זיי האבן שוין געהאט איין קעיס וואס זיי האבן שטילערהייט צוריקגעצויגן און געמאכט א שתיקה כאילו לא היה, ווארשיינליך געווען א געזינטע פלאפ פון די דאקטוירים דארט.
און ווייטער שטעלט זיך דער וואונדער פארוואס די פאקט אז די MMR ארבעט נישט ווארט דערשטיקט.
די נוירס האט געהאט בלויז איין ממר.
אנפאנג איז געווען באריכטעט אז זי האט געהאט צוויי ממר שאטס, יעצט די וואך האבן זיי געטוישט אז כלומרשט האב זיי געמאכט א בלוט טעסט און זיי זעהן אז זי האט געהאט נאר איינס, גיי גלייב די חברה
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
יאך האב געזען די נייעס איבער איין ממר שאט תיכף ווען די נייעס איז ארויסגעקומען. כאב אפי' געהאט א דעבאטע מיט איינעם דערוועגן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 428
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm
בעיביסיטער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:פאר עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען אויף א חתונה אין וומ"ס און היינט באקום איך א בריוו פון די סיטי אז איך בין דארט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס ה"י
פון ווי ווייסט די העלט דעפארטמענט אז די ביסט געווען ביי די חתונה ??
ווען איינער איז אנגעשטעקט דערמיט, ווערט ער אויסגעפרעגט ווי ער האט אלץ באזיכט אין די פארגאנגענע טעג. ווען יענער האט געזאגט ער איז געווען אויף די חתונה, האבן זיי ווארשיינדליך געבעטן די מחותנים פאר די מעילינג ליסט פון אלע וואס זענען געלאדענט געווארן. ווען כ'האב באקומען די ענוועלאפ איז מיר געווען זייער מאדנע אז די סיטי האט עס אדרעסירט צו מיין אידישע נאמען, נישט מיין לעגאלע נאמען אזויווי אייביג, ווייל זיי האבן באקומען די ליסטע פון די מחותנים.
אגב, איך מיין ס'האט נישט אויסגעפעלט צו פארמעקן די נאמען ווייל די מחותן איז גארנישט שילדיג, אבער אז די הויכע פענסטער האבן אזוי מחליט געווען וועל איך שווייגן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
בעיביסיטער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:פאר עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען אויף א חתונה אין וומ"ס און היינט באקום איך א בריוו פון די סיטי אז איך בין דארט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס ה"י
פון ווי ווייסט די העלט דעפארטמענט אז די ביסט געווען ביי די חתונה ??
זיי ווייסן נישט, זיי שיקן צו יעדן וואס האט מעגליך געקענט זיין דארט.