געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:16 pm
מקבל האט געשריבן:ר' לוי יצחק האגער בן אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן
האט געשריבן:איך האב געהערט פון דער רבי שליט"א פון מאנסי, אז ער
האט זיך אמאל אויסגערעדט פאר דער רבי זכרונו לברכה,
אז ווען עס ליגט אויף איהם צו מאכן שווערע החלטות
וואס האבן צו טון מיט סכנת נפשות, איז איהם עס א
געוואלדיגע עול, און ער האט כסדר מורא אז אפשר מאכט
ער א טעות. דער רבי זכרונו לברכה האט איהם
געענטפערט, אז א איד דארף טון לויט זיין שכל וואס דער
אויבערשטער האט איהם געגעבן, און דער אויבערשטער
פארלאנגט נישט פון איהם צו טון לויט די שכל פון
אנדערע, נאר דער עיקר איז אז ער זאל עס מיינען ערליך,
און דעמאלס אפילו אויב ער האט זיך טועה געווען דארף
ער אויך נישט ווערן פארלוירן.
המשך דבריו האט געשריבן:
דער רבי זכרונו לברכה האט כסדר געלעבט מיט דעם כלל
פון "אין לדיין אלא מה שעיניו רואות", אז א דיין וואס
איז געווארן אויפגענומען צו פסק'נען שאלות אין א פלאץ,
איז זיין תפקיד צו ענטפערן די שאלות לויט ווי מען האט
געפירט פון הימעל אז ער זאל זען און פארשטיין. ווען איך
פלעג פרעגן פון דער רבי זכרונו לברכה שווערערע שאלות
בשם אנדערע מענטשן, דעמאלס אויב זיי זענען נישט
געווען זיינע תלמידים, אדער זיי האבן געוואוינט אין אן
אנדערע פלאץ, האט דער רבי געקענט ענטפערן אז זיי
זאלן פרעגן זייער רבי אדער מרא דאתרא. אבער אין די
זעלבע צייט האט ער יא געענטפערט די זעלבע שאלות
פאר מענטשן וואס ער האט געפיהלט אז ער איז אזוי ווי
זייער דיין וואס עס איז זיין תפקיד זיי צו ענטפערן.
דער הייליגער רמב"ן ערקלערט אין זיין ספר "תורת
האדם" וואס ער האט געשריבן להלכה למעשה, אז מען
לערנט ארויס פון "ורפא ירפא", אז א דאקטאר האט א
תפקיד צו פסק'נען עניני רפואה אזוי ווי א דיין האט א
תפקיד צו פסק'נען הלכות, און אפילו אויב דער דאקטאר
איז זיך טועה מיט א באשלוס וואס ער האט געמאכט
געהעריג לויט זיין דעת, האט ער נישט קיין שום שולד
אדער שטראף, נאר א מצוה, ווייל ביי איהם איז אויך דא
. די כלל פון "אין לדיין אלא מה שעיניו רואות