לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,
טענה 1)
לחם לשובע האט געשריבן:1) דער רמב"ם איז טאקע אמת, און יעדער קען עס ב"ה. אבער דאס איז אלעס ווען מען זאגט א יענקל וועט מוזען גיין דינען אין מיליטער, טון משה און זרח וועלן בלייבען לערנען, אבער אויב מען גיבט נישט ארויס קיין נעמען, דער וואס וויל בלייבען לרנען קען בלייבען לערנען, ווער עס קומט נאך די לעגאלע פראצעדורען איז ב"ה מסודר, נאר ווער ס'איז אליינס מחליט נישט צי לערנען, דער האט פראבלעמן,
תשובה: עפ"י התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן איינער וואס לערנט און איינער וואס האט נישט קיין געדולד איינצוזיצן, אויף ביידע דארף מען זיך שלאגן די זעלבע,
די חילוק וואס איר ווילט מאכן צווישן זאגן א "נאמען" אדער איבערגעבן א געוויסע צאל אומספעציפישע יודן איז א זאך וואס איז נישט מסתבר.
די הסכם וואס די 'אגודה' האט געמאכט איז קלאר געווען מיט די חשבון אז סכ"ס וועט יעדער זיך קענען ארויסדרייען, אבער קיינמאל איז מען נישט איינגעגאנגען
בפועל צו לאזן נעמען שוואכערע בחורים אין מיליטער, און ווי די מציאות איז טאקע געווען אז בדרך כלל האט זיך יעדער א עצה געגעבן, סיי צו מ'האט יא געלערנט אדער נישט.
טענה 2)
אבן יקרה האט געשריבן:
1) די רמב"ם איז באקאנט. אבער כמו שאמרנו, נישט די פרומע דארפן זיי געבן איימעצער, נאר זיי וועלן נעמען. אהן א חוק וועלן זיי נעמען מערער, און מיט א חוק וועלן זיי נעמען ווייניגער. וואס איז בעסער? קלאר אז מיט א חוק איז בעסער. צו וועגן דעם מעג א פרומע איד שטומען בעד די חוק וואס רעד קלאר אז מ'מוז אנקומען צו געוויסע מכסות כדי די אנדערע זאלן באקומען די דיחוי? איך ווייס טאקע נישט. ס'איז גאר א הארבע שאלה. אבער צום רמב"ם האט דאס נישט.
תשובה: וויל איך פרעגן א שאלה, טאמער זאגן די גוים אז זיי ווילן "אליינס" אריינגיין און נעמען איינעם, נאר איר זאלט נישט שטערן, דארף מען יא לאזן?
פשוט לכל אחד אז די עיקר נקודה איז, אז מיר דארפן טוען וואס מיר קענען נישט צו לאזן איין יוד פארפאלן גיין, און מיר דארפן זיך נישט זארגן וואס עס וועט זיין מיט די אנדערע,
(ווי לאנג יענער איז נאכנישט "בפועל" אין זייער הענט).
טענה 3)
אבן יקרה האט געשריבן:2) קען איך גיט די היסטאריע. אבער דארף מען געדענקן, אז ביז תשנ"ח איז בכלל נישט געוועהן קיין געזעץ אויף די פרומע אדער ישיבה בחורים, לויט די טרוקענע געזעץ אלע האבן געדארפט גיין דינען, נאר די שר הבטחון האט געקענט טיילן דיחויים. אין טאקע געוועהן יאהרן וואס זיי האבן געוואלט מאכן מכסות, אין געוועהן יאהרן וואס איז געוועהן מכסות [פארקערט ווי די היינטיגע מכסות, ד"ה אז דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז נאר געוויסע צאל פון ישיבה בחורים אדער געוויסע צאל פון ישיבות וועלן קענען באקומען דיחוי]. נאר אין תשל"ז האט מען איינגעפירט אז אלע קענען באקומען א דיחוי. אבער אין תשנ"ח האט די בג"ץ געפסקנט אז אהן קיין געזעץ, אלע ישיבה בחורים מיז'ן גיין דינען. אין זייט דעמאלטס גייט מען פון חוק צו חוק. א מהלך פון אהן קיין חוק, א מהלך פון א "מלחמת חרמה" איז נאכנישט פראבירט געווארן, מן הסתם ווייל ס'איז בלתי ידוע וואס וועט ארויס קומען פון אזא שווערע מהלך.
תשובה: גראד נאך די הקמת המדינה איז שוין געווען די הסדר פון תורתו אומנתו, אנפאנג איז יעדער געווען פטור, שפעטער האט מען אנגעפאנגען צו מאכן מכסות ווי איר האט דערמאנט, און עס זענען יא געווען געריכטליכע טענות קעגן דעם ווי איך האב אראפגעברענגט, דא האט איר די טעקסט, וויקיפדיה.
ב-9 במרץ 1948, בשלב הראשון של מלחמת העצמאות, טרם הקמת המדינה, הורה ראש המפקדה הארצית של ההגנה ישראל גלילי כי "נתקבלה החלטה כי בני הישיבות, לפי רשימות מאושרות, פטורים משירות בצבא. לתלמידים המסוגלים יינתן אימון להגנה עצמית במקום תלמודם". הסכם ברוח זו נחתם בין הרבנים הראשיים דאז, גאב"ד העדה החרדית, וראשי ישיבות בירושלים מטעם ועד הישיבות לבין המפקד לשירות העם בירושלים 4 ימים לפני קום המדינה, בו התחייבו ראשי הישיבות מצידם שלא לרשום בישיבות תלמידים שלא מגיעים מתוך המסגרת הישיבתית ושלא יפגעו בזכויות בחורים שבחרו להתגייס. הסדר זה התקבל בשיתוף ועד הישיבות בהתנגדות גורמים חרדים קיצונים שיוצגו על ידי "איחוד הישיבות" שהיה שותף להסכמות קודמות, אולם סירב לקבל את ההסדר החדש.[דרוש מקור]באוקטובר 1948 השיב בן-גוריון בוועדת הביטחון של מועצת המדינה ש"יש 400 בחורי ישיבה, שהם כולם בגיל צעיר ושאם הם יתחייבו בגיוס יהיה צריך לסגור את בתי הישיבות, ושהם גם בארצות אחרות שוחררו מגיוס", ועל כן הוסכם לשחררם[4]. ב-9 בינואר 1951 כתב דוד בן-גוריון למנהל משרד הביטחון ולרמטכ"ל:
"על יסוד סעיף 12 בחוק שירות בטחון, שחררתי בחורי הישיבה משירות סדיר. שחרור זה חל רק על בחורי הישיבה העוסקים בפועל בלימוד תורה בישיבות, וכל עוד הם עוסקים בלימוד תורה בישיבות."
בשנת 1970 הוגשה עתירה לבית המשפט העליון נגד אי־גיוסם של כ-5,000 בני ישיבות אז.
בפסק הדין שכתב אלפרד ויתקון נאמר כי בית המשפט אינו רואה לנכון לקיים הליך שיפוטי בשל טענת מי שאינו צד לדיון, וכן משום שמדובר בנושא ציבורי ש"מוטב להשאירו בידי הגורמים הפוליטיים האחראים לכך"[7].בשנת 1975 ביטל שר הביטחון שמעון פרס את ההגבלה על הצטרפות ישיבות חדשות, אולם נקבעה מכסה שנתית מקסימלית של 800 מקבלי דיחוי בלבד.בשנת 1977, כאשר הליכוד עלה לשלטון ומנחם בגין הקים קואליציה שבה השתתפה אגודת ישראל החרדית, הוסרה המכסה למצטרפים להסדר "תורתו אומנותו", כחלק מההסכם הקואליציוני[8]. גם קודם לכן לא נעשה שימוש מעשי במכסה כדי לחייב בני ישיבות להתגייס[דרוש מקור].
בשנים 1970–1986 הוגשו שלוש עתירות לבג"ץ נגד ההסדר, וכולן נדחו. בנימוקו לדחיית האחרונה שבהן כתב השופט אהרן ברק כי "לשר הביטחון סמכות ליתן דחיית שירות ביטחון לבחורי ישיבה, ולא הוכח כי השימוש בשיקול הדעת הינו, בנסיבות העניין, בלתי סביר."
טענה 4)
אבן יקרה האט געשריבן:3) חוק גיוס חובה איז דא. האבן מיר שוין מסכים געוועהן אז אויף וויז'ניץ מיט פאנעוועז' גייט דאס נישט ווערן אויסגעפירט. אבער אויף פילע אנדערע פלעצער ליידער יא. אין דאס איז א געוואלדיגע אחריות.
לחם לשובע האט געשריבן:3) האב איך געזאגט אז עס גייט אוטאמאטיש אריין אין קראפט דער חוק גיוס חובה, און די פראבלעם איז מיט בחורים וואס זעהן נישט אין מיליטער אזא פראבלעם.
תשובה: די טענה גייט דא איבער און איבער, איז נאכאמאל, אין לפיד'ס צייטן איז אויך נישט געווען קיין חוק בכלל, און אעפ"כ האט מען עס נישט אויסגעפירט,
און אפי' לפיד האט פארשטאנען אז מ'קען נישט מאכן אזא חוק און מ'מיז גיין מיט יעדים, ממילא איז אומלאגיש צוזאגן אז עס וועט בכלל זיין א "געזעץ" פון חוק גיוס חובה, פאר יעדן,
און ווי איינער דא האט דערמאנט אז גיוס בנות איז אויך בטל געווארן כאטש זיי האבן געקענט נעמען שוואכע.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...