האט הרה"ק דער סאטמאר רב זי"ע גאסר'ט די מונציפאלישע וואלן אין ארץ ישראל ??

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

האט הרה"ק דער סאטמאר רב זי"ע גאסר'ט די מונציפאלישע וואלן אין ארץ ישראל ??

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 5:57 am

פון אל'ס קינד ווייס איך שוין און אזוי איז אנגענומען ביי אלעמען אז סאטמאר רב האט נאר געאסר'ט די וואלן פאר די כנסת המינים און די ממשלה, אבער ער האט נישט געוואלט בשום אופן חתמנען אויף א קול קורא צו אסר'ן די מונציפאלישע וואלן פארן שטאט ראט,
אינטרעסאנט אז אין "קהלא קדישא" ברענגען זיי א בריעוו פון בית דין העדה החרדית בראשות הרה"ק מסאטמאר צו אסרן די וואלן, בשנת תשל"ד,
ווייס איינער מער פרטים איבער דעם
???

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:09 am

זיסקינד האט געשריבן:פון אל'ס קינד ווייס איך שוין און אזוי איז אנגענומען ביי אלעמען אז סאטמאר רב האט נאר געאסר'ט די וואלן פאר די כנסת המינים און די ממשלה, אבער ער האט נישט געוואלט בשום אופן חתמנען אויף א קול קורא צו אסר'ן די מונציפאלישע וואלן פארן שטאט ראט,
אינטרעסאנט אז אין "קהלא קדישא" ברענגען זיי א בריעוו פון בית דין העדה החרדית בראשות הרה"ק מסאטמאר צו אסרן די וואלן, בשנת תשל"ד,
ווייס איינער מער פרטים איבער דעם
???

די מעשה מיט דעם בריוו אז דאן איז געווען די וואלן פאר'ן כנסת און פאר'ן שטאט אין די זעלבע צייט, אין בי"ד האט ג'אסר'ט ביידע צוזאם און אויף דעם האט זיך דער רבי זי"ע מצרף געווען,
זיי מדייק דער נוסח המכתב
אבער ער האט בפירוש נישט אסר'ט די שטאט וואלן!
ואכמ"ל

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:04 am

הרה''ק מסאטמאר.PNG
מכתב הבד"צ עם הרה"ק מסאטמאר
הרה''ק מסאטמאר.PNG (226.39 KiB) געזעהן 4948 מאל

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:13 am

11111.PNG
1
11111.PNG (359.1 KiB) געזעהן 4937 מאל
2222.PNG
2
2222.PNG (442.39 KiB) געזעהן 4937 מאל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 2:14 pm

הוי מחשב...

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 2:48 pm

מחשב האט געשריבן:מיט אביסל היסטאריע.


אמונים נוצר - דעת קדשו של רבה''ק מסאטמאר על בחירות עיריה תשעט - 27 עמודים.pdf


יא דאס איז שוין א אלטע ויכוח וואס בני ירושלים אנשי העדה החרדית האב'ן פון אלע מאל געטנה'ט אז דער סאטמאר רב האט געאסר'ט די וואלן אויך צום שטאט ראט, ובראשם הרה"ק מתולדות אהרן וואס ווי באקאנט איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק מסאטמאר, און ער האט געטענהט אז סאטמאר רב האט געאר'ט די וואלן, מאידך תלמידי וחסידי סאטמאר (בעיקר אין בני ברק) האבן געטענהט אז הרה"ק מסאטמאר האט בשום אופן נישט געוואלט אסרן על אף וואס רבני העדה החרדית האבן יא געאסר'ט,
און בנוגע די לעצטע יאהרן דערנאך וואס ס'איז אריין די נושא פפון הצהרת אמונים אין די שטאט ראט איז זיכער אז ס'איז אנדערש געווארן דער מציאות,

דער חידוש אין די ארטיקל אז הרה"ק מסאטמאר האט צו געשריבן צום דעת תורה פון בית דין לאיסור, און בית דין אין זייער בריעוו זענען זיך בפירוש מתייחס אויך צו די ממשלה און אויך צו די שטאט ראט, אין דערויף שרייבט צו דער סאטמאר רב, על אף ער אליין איז זיך נישט מתייחס נאר באופן כללי, אבער ממשמעות הלשון איז ער מצטרף אויף די גאנצע בריעוו, און דאס איז געווען פאר מיר א חידוש איך האב קיינמאל בעפאר נישט געזעהן דער בריעוו

בנפול איביך
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 11:44 am

תגובהדורך בנפול איביך » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 3:09 pm


מחשב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 8:15 pm

בנפול איביך האט געשריבן:
עדות מהרה''ג רי''י דומב זצ''ל בשם הגה''ק מסאטמאר זי''ע שלא היתר מעולם ללכת לבחירות העיריות.pdf


איך מיין אז אין די קונטרס וואס מיר האבן אויבן געברענגט קומט אויס, אז ער האט געהאלטן אז עס איז דא ביי די בחירות להערייה די אלגעמיינע פראבלעמען פון 'התחברות' וכדומה, נאר אויב זענען דא ערנסטע רבנים וואס פארשטייען צו די ענינים און האלטן אז עס איז בבחינת עת לעשות לה', איז א גרויסע אחריות צו אסר'ן, נעאר נאכדעם וואס די 'עדה' האט עס געאסרט האט ער געהאלטן אז מדארף זיך צושטעלן און נישט גיין.
הוי מחשב...

צופרידן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

תגובהדורך צופרידן » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:54 am

זיסקינד האט געשריבן:דער חידוש אין די ארטיקל אז הרה"ק מסאטמאר האט צו געשריבן צום דעת תורה פון בית דין לאיסור, און בית דין אין זייער בריעוו זענען זיך בפירוש מתייחס אויך צו די ממשלה און אויך צו די שטאט ראט, אין דערויף שרייבט צו דער סאטמאר רב, על אף ער אליין איז זיך נישט מתייחס נאר באופן כללי, אבער ממשמעות הלשון איז ער מצטרף אויף די גאנצע בריעוו, און דאס איז געווען פאר מיר א חידוש איך האב קיינמאל בעפאר נישט געזעהן דער בריעוו

עיין כאן ותמצא נחת:
viewtopic.php?p=749173#p749173

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:29 pm

מחשב האט געשריבן:מיט אביסל היסטאריע.


אמונים נוצר - דעת קדשו של רבה''ק מסאטמאר על בחירות עיריה תשעט - 27 עמודים.pdf

ווער האט דאס ארויסגעגעבן?

נקודת האמת
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

תגובהדורך נקודת האמת » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:26 am

אפאר נקודות.

א) אזאך וואס מ'האט נישט גע'אסר'ט, מיינט נישט אז ס'איז מותר. פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון עפעס וואס האט שטארקע צדדים לאיסור.
וכידוע דרביה"ק זי"ע לא הניח לאסור ראדיא וטעמו ונימוקו עמו, אין די וועלט זאגט כדי שלא להחליש האיסור על טעלעוויזיע.
היעלה על הדעת שהוא התיר להאזין לראדיא...?

ב) ירושלים, חוץ וואס ס'איז אנדערש פון בני ברק אז ס'איז ליידער נישט א פילע חרדי'שע שטאט, האט עס ליידער קירכעס - עבודה זרה'ס. חוץ פון די הארבקייט אז ס'דא א חיוב מאבד זיין עבו"ז בארץ ישראל, זענען זיי מוסיף חטא על פשע אין זיי זענען גאר מחזק די קירכעס בסיוע בבממון. וכמבואר בספה"ק ויואל משה איז דאס איינע פון די טעמים לאיסור, אין דאס איז שייך ביי עירית ירושלים אויך.

ג) ווי באקאנט איז דא היינט די פראבלעם פון הצהרת אמונים.

ד) איינע פון די שטארקע טענות לאיסור השתתפות בבחירות לכנסת, איז אז ס'דא א 'פסק בית דין' לאיסור, קיין שום אנדערע 'בית דין' האט עס מתיר געווען. די טענה איז שייך גם לבחירות הערי'.
כדאי להעיר, אז די בית דין האט גע'אסר'ט די בחירות נאך פאר רביה"ק זי"ע מיט די 'פשוט'ע' טענות פון התחברות לרשעים ועוד. שפעטער איז רביה"ק ארויסגעקומען מיט זיין מאמר שלש שבועות ווי ער איז מבאר לאמיתה של תורה עפ"י הלכה, גודל האיסור פון זיך משתתף זיין בבחירות. בשעתו ווען די רבי איז ארויסגעקומען מיט זיען תשובה איז עס געווען א חידוש גדול אין האט אויפגעשטורעמט א וועלט.
עניוועי, ס'דא א 'פסק בית דין' נגד בחירת הערי' וואס ווי געזאגט דאס איז איינע פון די שטארקע טענות לאיסור אויף די בחירות לכנסת.

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

תגובהדורך אמונה פשוטה » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:39 am

ווי איך האב פארשטאנען, די חילוק צווישן ירושלים מיט ב"ב, אז אין ב"ב למעשה, דער רבי האט געלאזט מפורש זיינע חסידים פאלגען די רבנים וואס האן מתיר גיווען.. און ווי ר' בנציון יאקאבאוויטש האט פארשטאנען דעתו אז עהר האט גיוואלט מ'זאל משתתף זיין, נאר עהר האט נישט געוואלט מתיר זיין.
אבער אין ירושלים עהר האט נאר נישט געלזאט מפרסם זיין בשמו לאיסור. און בפרט נישט בנשימה אחת מיט די בחירות לכנסת. נאר למעשה זיכער אז עהר האט געהאלטן אז מ'דארף פאלגען בית דין.

אגב: די חילוק להלכה צווישן ירושלים אין ב"ב, אז אין ירושלים איז דא טומאות וכד', האט עפעס מקור? וייל אין ב"ב דעמאלט איז גיווען א סאך טרייפענע שולן פון כפירה און מינות, וואס האבן באקומט די באדז'עט זיינע פון די עירי' און תלוי בהחלטת חברי העירי' וכד'. (היינט איז דא לכאו' נאר עפעס מזרחי שולע'ס).
נאך א נקודה, סאיז דא אזעלכע וואס שרייבען אז די כלומר'שטע "היתר" אין ב"ב איז געווען נאר וויל סאיז געווען אפרומע שטאט מיט נאר פרומע חברי עירי', פשוט וברור אז פונקט פארקערט, די "היתר" איז געווען נאר ווייל מען האט געהאט מורא פון די פרייע און מזרחישע חברי עירי', וואס אין ב"ב איז געווען דעמאלט אסאך א זעלעכע.
נאך אנקודה וועגן "אמונים נוצר", זיי ברענגען פון רב"צ יאקאבאוויטש, אז "היינט" איז נישטא קיין תועלת ליהדות פון די וואלן, וועגן א פאר סיבות, ווייל די עסקנים פירן די זאך און נישט די רבנים, און נאך א פאר סיבות, און זיי שרייבן עס מיט א קעפל "הפה שאסר הוא הפה שהתיר"!!!... לכאו', רב"צ עהר איז נישט קין "הפה שאסר", און לכאו' לויט די ווערטר פון סאטמאר רב, מע'דארף רעכענען טאקע מיט דעתם פון ערליכ'ע רבני העיר. (דאס מיין איך אוייסער די שאלה פון הצהרת אמונים, פארשטייט'זיך)

אגב, בנוגע הצהרת אמונים, איז שויין נתפרסם געווארן אז מ'קען פארדרעיין פון די הצהרה, בעיקר אין די פרומע שטעט. און נישט נאר מ'קען נאר סאיז דא אזעלכע וואס מאכן אזוי. נאר אין די אויבדערמאנטע קונטרס שרייבן באריכות אז סאיז נישט גענוג.

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

תגובהדורך אמונה פשוטה » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:45 am

בנוגע הצהרת אמונים, איינער האט געפרעגט הגאון הרב וואזנער זצ"ל וועגן די שאלה?
וויל עהר האט געפלעגט יעדען מאל שטיצען די בחירות אין ב"ב.
און מ'ארף באמערקן אז אין לעצטע צענדליגע יארן, או בפרט אין די צווי דריי לעצטע בחירות, די ראש העיריה אין גיווען סיי ווי פרומע, און די פרייע און מיזרחישע פארטייען האבן סיי ווי כמעט נישט כח אין עירי'.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 12:05 pm

בנפול איביך האט געשריבן:
עדות מהרה''ג רי''י דומב זצ''ל בשם הגה''ק מסאטמאר זי''ע שלא היתר מעולם ללכת לבחירות העיריות.pdf


ווער איז דער מחבר פון די קונטרס?

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:18 pm

דער רבי זי"ע האט נישט גע'אסר'ט ווייל ער האט געהאלטן אז עס זענען נישט די זעלבע איסורים ווי ביים כנסת במינים.
אבער דעצו הק' איז נישט געווען ניחא מען זאל גיין.

בנפול איביך
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 11:44 am

תגובהדורך בנפול איביך » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:24 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
בנפול איביך האט געשריבן:
עדות מהרה''ג רי''י דומב זצ''ל בשם הגה''ק מסאטמאר זי''ע שלא היתר מעולם ללכת לבחירות העיריות.pdf


ווער איז דער מחבר פון די קונטרס?


איך ווייס נישט איך האב עס באקומען און א אימעיל.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט