מדינת ישראל וואלן - חשון תשע״ט - ווארענונג: טראכט פארן שרייבן!
אחראי: יאנאש
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1291
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am
היינט אינדערפרי... ווייניגער פון 24 שעה צום עפענונג פון די שטום בודקעס (פתיחת הקלפיות), איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין שום אפיציעלע אינדארסירונג פון אגודת ישראל, היינט אינדערפרי איז דער יתד נאמן צייטונג דער איינציגסטע וואס שרייבט איבער די בחירות, אבער המודיע המבשר און הפלס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער די מארגענדיגע בחירות, ס'קומט מיט א אויסרייד פון דער צפת'ע דיל, אבער ווי זיי זאגן איז דאס נאר א לופטיגע תירוץ כדי נישט צו שטיצן ליאון אויס זארג אז בערקוביץ גייט געוואונען...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1408
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לחם לשובע האט געשריבן:וואס איז די גאנצע באלאגאן אין צפת?
מען רעדט פון א שטאט וואס האט ווייניגער משפחות ווי אונגארישע הייזער אין ירושלים
דאס דארף נאר מחזק זיין די טענה פון אגו"י:
אוייב אין אזא קליינע שטאט ווי צפת, דגה"ת קען נישט מוותר זיין אויף זיינע אינטערעסן (דהיינו די אינטערעסן פון א פאר אונדערט ליטווישע משפחות וואס ווינען אין צפת), און קלייבען צו די פרומע קאנדידאט פון אגו"י, כ"ש אז אגו"י דארף נישט מוותר זיין אויף זיינע אינטערעסן (דהיינו די אינטערעסן פון צענדליגע טויזנטער חסידישע משפחות וואס ווינען אין י-ם), און קלייבען צו די קאנדידט "דתי" פון דגה"ת.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
אגו"י האט ארויס געגעבן א הוראה אז שב ואל תעשה עדיף און מען זאל פאר קיינעם נישט קלייבן.
בני תורה שטיצט עופר בערקאוויטש.
קען איינער ברענגען בילדער פון די ריזיגע עצרת תפילה נעכן ביים כותל המערבי להצלחת משה ליאון?
בני תורה שטיצט עופר בערקאוויטש.
קען איינער ברענגען בילדער פון די ריזיגע עצרת תפילה נעכן ביים כותל המערבי להצלחת משה ליאון?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
עכט היימיש האט געשריבן:אגו"י האט ארויס געגעבן א הוראה אז שב ואל תעשה עדיף און מען זאל פאר קיינעם נישט קלייבן.
בני תורה שטיצט עופר בערקאוויטש.
קען איינער ברענגען בילדער פון די ריזיגע עצרת תפילה נעכן ביים כותל המערבי להצלחת משה ליאון?
שב ואל תעשה מיינט אז זיי זאגן נישט פאר וועמען, אבער יעדער זאל גיין און שטומען פאר וועם מ'דארף... אין אנדערע ווערטער, אונז קענען נישט שרייבן בערקאוויטש, אבער דו פארשטיי אליין.
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל
עס האבן זיך באטייגלדט איבער 200.000 קולות אין ירושלים וואס דאס איז נישט די בעסטע נייעס פאר די דגל-ש''ס געשטיצטע קאנדידאט
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
מיט ארום 10 פארצענט שטימען געציילט האלט עפר בערקאוויטש אן א באקוועמע אויבערהאנט פון ארום 15 פארצענט.
אבער עס ווייזט נאך גארנישט צוליב ד גרויסע פארצענט אומגעציילט.
אבער עס ווייזט נאך גארנישט צוליב ד גרויסע פארצענט אומגעציילט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
קומט אריין די נייעס אז בערקאוויטש מאכט עס.
די געווינער- בני תורה וואס האט אים געשטיצט און דעליווערט א געווינס אן באוויזן אז זיי זענען א געהעריגע שפילער און די פאליטיק טראץ וואס אנדערע איגנארירן זיי אינגאנצן, און אגודה פארן נישט שטיצן זיין קעגנער און דערמיט אים פארזיכערט א געווינס.
די פארלירער - דגל און ש''ס וואס האבן געשטיצט זיין קעגנער.
די געווינער- בני תורה וואס האט אים געשטיצט און דעליווערט א געווינס אן באוויזן אז זיי זענען א געהעריגע שפילער און די פאליטיק טראץ וואס אנדערע איגנארירן זיי אינגאנצן, און אגודה פארן נישט שטיצן זיין קעגנער און דערמיט אים פארזיכערט א געווינס.
די פארלירער - דגל און ש''ס וואס האבן געשטיצט זיין קעגנער.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
מיט איבער 50 פארצענט געציילט איז בערקאוויטש פאראויס פון ליאון מיט א ארום 10 פארצענט.
די קולות אז בערקאוויטש מאכט עס ווערט העכער און העכער, אבער מען האט נאך קיינעם דערקלערט אלץ זיגער.
די קולות אז בערקאוויטש מאכט עס ווערט העכער און העכער, אבער מען האט נאך קיינעם דערקלערט אלץ זיגער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
נייעס סטאנציעס הייבן אן דערקלערן עופר בערקאוויטש אלץ געווינער, נאך נישט אפיציעל, אבער ביי די בני תורה פארטיי און גור הערט מען שוין ניצחון קלאנגען.
א נחמה פורתא פאר גור נאך די קלאפ מיט צוויי וואכן צוריק.
א נחמה פורתא פאר גור נאך די קלאפ מיט צוויי וואכן צוריק.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
א די מנהלים באשטעטיגן נישט אין אקטועלע וועל מיר מיזן עס דא מעלדן.
מיט ארום 70 פארצענט געציילט אין די סיבוב שני איז עופר בערקאוויטש (געשטיצט דורך די לינקע פרייע, בני תורה, אומאפיציעל דורך גור) באקווועם פאראויס, און פילע נייעס סטאנציעס דערקלערן שוין עופר אלץ זיגער אקעגן ליאון (דגל, ש"ס).
טראץ וואס אפיציעל איז עס נאכנישט געמאלדן געווארן.
א ערנסטע שנעלקע פאר די דגל התורה מאשין.