רואיגע בחירות דעבאטע'ס

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

רואיגע בחירות דעבאטע'ס

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:45 pm

היות די בחירות אשכול וויל מען נישט אנפירקלען מיט אנדערע עניינים, אבער דא איד וואס ווערן עפעס גאר שטארק בצער פון יענעם אשכול, און קענען זיך נישט איינהאלטן פון זיך בייזערען, וועט דא זיין די פלאץ דערפאר, נאר מיט א רואיגקייט, נישט פערזענליך טשעפענען, פארשטייט זיך.

וזה החלי
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:ס'איז נישט קיין מצוה צו באריכטן נייעסלעך וואס איז מצער רוב פון די באטייליגטע דא אפילו אויב ס'איז אמת, ווען איינער שרייבט סתם קורצע באריכטן איז איין זאך,
אבער דאס טיף אריינלערנען פשט וואס וועט זיין גוט פאר חרדים און א גוטע עצה פאר גפני צו א ליצונות פון ג' שבועות איז ווייט נישט קיין נייעס באריכט, און אויב דאס מען דו זיין מעג קומען א מחאה צו א ווייטאג אויפן מצב הדור.. וק''ל

ר׳ אלתר וואס מאכט אייך טראכטן אז רוב פון די באטייליגטע דא האלטן ממש פונקט ווי אייך אין דעם ענין?

"גאנץ סאטמאר" איז גרעסער ווי בעלז גור און וויזשניץ צוזאמען, און טאמער נאך נישט ממש לייג צו די אנדערע קהלות וואס גייען אין די דרכים פון סאטמאר און דעמאלטס וועט דאס זיין פילפאכיג מער, ממילא די וואס אינטערסירט זיי די בחירות זענען און איינע פון די דריי קהלות ווייל פאר א פאפאנער גייט נישט אן קיין שום צד, די דריי זענען בעיקר די קהלות וואס נעמען די בחירות זייער פראזענדליך, ממילא דאס איז די רוב פון וואס מען רעדט,

א גרויס חלק סאטמאר ווערט אבער נישט "בצער" פון די תגובות אויף וואס די ביסט מוחה


איך ווער בצער.

און איך וואלט געוואלט שרייבן די נייעס וואס גולם פון וואשינגטאן שרייבט איבער די "מרץ צבועים" אביסל אנדערש: די ראסיסטישע עוצמה יהודית צבועים וואס זענען תלמידים פונעם טעראריסט מאיר כהנא ימ"ש האבן די חוצפה זיך אפצורעדן אויף מרץ וואס פארדאמט זיי "אמער זיי הענגען ביי זיך אינדערהיים בילדער פון אראפאט..." געפעלט דיר?


עס איז דא א חילוק צווישן א ראסיסט מיט א טעראריסט, כהנא איז געווען א ראסיסט, מיט זיין קרומע ציוני'סטישע אידאלאגיע האט ער געזוהן אין די מדינה א מלכות ישראל, און ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור צי געבן א מינוי פאר א גוי, ווייל עס שטייט רק מקרב אחיך, אזוי אויך אז גויים טארן נישט וועלן, אויך אז מען טאר נישט פארקויפן דירות פאר גויים אין ארץ ישראל, וואס אגב איז דאס א הלכה פסיקה, און עס איז א לאו דאורייתא, זענען מיר דען אויך ראסיסטען?
אראפאט - משא"כ - איז געווען א ארכי טעראריסט, א די בלוט פון טויזענטער אומשילדיגע אידישע קינדערלעך ליגט אויף זיין הענט, ממש נישט קיין פארגלייך.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:57 pm

איז אונזער הייליגע זיידע נח געווען א ראסיסט? נאוואזשע דען פיהר אויס...

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:59 pm

וואס איז די שאלה? אודאי איז די תורה ראסיסטיש. לא תחי' כל נשמה, תמחה את זכר עמלק והייתם לי סגולה מכל העמים, לא תתחתן בם און נאך אסאך דינים וואס איז אנדערש אידן ווי גוים: רבית, עבד עברי/כנעני. פרויען ווערן אינגאנצן דיסקרימינעטעט, זיי קענען נישט זיין קיין דיינים, פסול לעדות ועוד

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

ווארנונג נאר ניייעס!!

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:00 pm

דער קעפל האט מיר געהאלטן גאר ווייט פונעם אשכול וויסנדיג וואס קען געשען.....

דא זעעימער אז מ'האמער זיך גארניש גע'נער'ט.....
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

מחשב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:48 pm

דריידל האט געשריבן:וואס איז די שאלה? אודאי איז די תורה ראסיסטיש. לא תחי' כל נשמה, תמחה את זכר עמלק והייתם לי סגולה מכל העמים, לא תתחתן בם און נאך אסאך דינים וואס איז אנדערש אידן ווי גוים: רבית, עבד עברי/כנעני. פרויען ווערן אינגאנצן דיסקרימינעטעט, זיי קענען נישט זיין קיין דיינים, פסול לעדות ועוד


ס'איז אויבנאויף אמת, אבער נישט אינגאנצן, ס'איז נישט בעיסד אויף 'ראסע', נאר אויף 'שלעכטיגקייט', וואס באשעפער ווייסט אז די גאנצע אומה איז בעל כרחך שלעכט, צוליב זייער קליפה. אנדערע אומות קענען זיך אפילו מגייר זיין. ביי עכטע ראסיזם איז נישט דא קיין גיור.
הוי מחשב...


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט