כינוס אדיר "טהרת הקודש" ה' טהרה תשע"ט ארטער-עש סטעידיום

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » זונטאג אפריל 14, 2019 3:15 pm

איך בין אינגאנצן קאמפיוזד. זייענדיג דארט האט אויסגעזען אז דער אויבן אן איז אויף די לענג פון זאל.

מערכת
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 8:55 pm

תגובהדורך מערכת » זונטאג אפריל 14, 2019 4:23 pm

@MarechasSatmar: Listen Recordings Of "Mamed Kiddish HaShem - Kines @TaharasHakodesh" On MarechasSatmar #1-1-3.
פאר הערות / עצות / קאמענטארן / פראגעס/ אין פאר סיי וואס אינערהאלב "מערכת סאטמאר" קענט איר זיך פארבינדן מיט אונז פריוואט.

פאר אדוועטייזמענט שיקט אן אימעיל צו: ADS@SATMARINFO.COM

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג אפריל 14, 2019 4:31 pm

די אנפירער זאגן קלאר אז דאס לייגן די ווידיעא אויף יו טוב וכדומה איז געווען שלא ברצונם, און אז זיי האבן געהייסן דאס אראפנעמען פון דארט.

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » זונטאג אפריל 14, 2019 5:41 pm

You can listen to the derushes here.
https://www.jdn.co.il/j_world/1133589/

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אפריל 14, 2019 6:44 pm

ויהי ממחרת: מ'האלט שוין עטליכע טעג נאך די גרויסע כינוס, אולי מעג איך אויסדריקן מיינע מחשבות אויף א זייטיגע נקודה, הנוגע צו אונזער וועלטל...

ס'דא געוויסע אויסדרוקן און טערמינען, וואס כלל ישראל האט שוין לאנג געמאכט שלום מיט'ן מציאות, אז דאס ווערן גענוצט ביי געוויסע פעלער, אפילו עס איז שקר וכזב.

לדוגמא "רבבות אלפי ישראל" - וואס כולי עלמא מודה אז אפילו די איבערגעפולטע "בארקלעיס" פארמאגט נישט קיין רבבות (20 טויזענט) זיצן. מיט דעם אלעם איז געווארן אנגענומען אז די אויסדרוק מעג גענוצט ווערן, אפילו ביי כ"א כסלו, רבי'שע חתונה, באגלייטן, וכו'.

דער שרייבער שרייבט א פרעכע ליגענט - אבער ס'איז אקעי. מ'פארשטייט שוין אז דאס איז פשוט אן אנדערע לשון פאר "מעכטיג", "גיגאנטיש", "ריזן ציבור", "נצחון", אד"ג.

דאס זעלבע אין דעם אשכול במשך די הכנות, ס'איז זייער נארמאל אז מען טרייבט איבער מיט גוזמאות איבער די ערווארטונגען. נאך אלעמען איז מען באגייסטערט און מלא האפענונגען אז ס'וועט טאקע זיין א מאסיווע [יודזש בלע"ז] סוקסעס, העכער די ערווארטונגען.

וואס ס'גייט מיר אבער נישט אין קאפ אריין (ווארשיינליך פארשטאפט מיט שטותים והבלים), ווי ניקים גארטלן זיך אן מיט העזה, און שרייבן גראבע דברי שקר במידי דעבידא לגלויי בלויז געציילטע שעה שפעטער.

איך וויל קיינעם נישט קוואטן, ווייל איך מיין קיינעם נישט פערזענליך. אבער איך באציה זיך צו תגובות א שטייגער ווי: קאנפירמד! שתדלן אלמוני האט גע'פועל'ט, אז "אלע" זיצן, אויך העכער די סטעידזש ווערן געעפענט, בלא בלא בלא...... בשעת די שווארצע תכריכים וועלכע האבן פארדעקט טויזענטער זיצן זענען שוין לכאורה געווען איינגעקויפט.

א צווייטער שפירט פאר וויכטיג אנצוציען די נערוון עטליכע שעה בעפאר די מעמד, אז מען זאל "סטעיען טונד" ווייל עס קומט א סורפרייז.....

"מער נישט דא קיין טיקעטס. עסקנים בעטן מ'זאל צוריק בערענגן".

מאנכע זענען קלוג, און עפענען א ספעציעלע ניק אין בעפארשטייאונג צו אזא סארט געשעעניש, כדי לקיים דברי חכז"ל אז ווען איינער קען זיך נישט איינהאלטן זאל ער כאטש ילבש ויתעטף שחורים, וילך למקום שאין מכירין אותו.

אבער די וואס שרייבן בפירוש'ע לגיונות מיט זייער געהעריגע ניק, ווי אזוי ערווארטן זיי מען זאל זיין גלייבן אין נארמאלע צייטן. ווען ער באריכטעט אז ס'גייט מארגן שנייען, אדער אז טראמפ איז א וויסטע דורכפאל, צו גאר אז א מוסד אין חיפה האט זיך מתנזר געווען ממעות שלטון הכופרים - אפשר איז עס כל כולו אגענדע געטריבן....?!

שוין, והוא רחום יכפר עון...

(שכח פאר'ן אויסהערן. ביטע מוחל זיין אויב איר שפירט באטראפן)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » זונטאג אפריל 14, 2019 7:49 pm

איך הער נישט האט געשריבן:
20190414_105811.png


20190414_105835.png


20190414_105920.png

לויט ווי אזוי עס קוקט אויס לייגסטו די בילדער פון ווען די רבי רעדט
איך מיין אז דעמעלטס האט זיך עס שוין געהאלטן אינמיטן אויסליידיגן די פילסטע איז געווען בערך 8:30 אזוי מיין איך

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג אפריל 14, 2019 7:55 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:לויט ווי עס איז געשטאנען אויף די צעטלעך זענען די סכומים געווארן 2 מאל געמעטשט

לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די גרויסע עסקנים זענען די 2 מעטשערס:

הרב יאשיהו פינטו שליט"א וחסידיו
מעריצי הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י דבאטימאר

לויט דעם איז די אסטראנאמישע סומעס פון 6 האלבע מיליאנען וואס איז געווארן אויסגערופן ביים כינוס עקסטערע נתינות במילא האלט מען שוין כמעט ביים ציהל!!
align]


זייער אינטרעסאנט אז קיינער פון די 2 מעטשערס זענען נישט געקומען.
נישט הגאון רבי אהרן פעלדמאן
און נישט הרב יאשיהו פינטאו.

רבי אהרן שעכטער שליט״א איז געקומען מיט מסירת נפש, זייענדיג קרוב צו א בן תשעים און איז געקומען.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 14, 2019 9:12 pm

מצלמה האט געשריבן:
רבי אהרן שעכטער שליט״א איז געקומען מיט מסירת נפש, זייענדיג קרוב צו א בן תשעים און איז געקומען.

שוין איבער די תשעים בליעה"ר.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג אפריל 14, 2019 9:20 pm

ווי האלט יעצט די געלט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

פני תם
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:23 pm

תגובהדורך פני תם » זונטאג אפריל 14, 2019 9:23 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:לויט ווי עס איז געשטאנען אויף די צעטלעך זענען די סכומים געווארן 2 מאל געמעטשט

לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די גרויסע עסקנים זענען די 2 מעטשערס:

הרב יאשיהו פינטו שליט"א וחסידיו
מעריצי הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י דבאטימאר

לויט דעם איז די אסטראנאמישע סומעס פון 6 האלבע מיליאנען וואס איז געווארן אויסגערופן ביים כינוס עקסטערע נתינות במילא האלט מען שוין כמעט ביים ציהל!!


אידן החלצו ידיכם כאפט אריין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין !!
היינט נאכט שליסט זיך די קאמפיין !!

עס איז אזא עולם התיקון ! מענטשן געבן מיליאנען און זיי ווילן בלייבן הרוצה בעילום שמו!

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » זונטאג אפריל 14, 2019 9:49 pm

הער איך אז עס איז דא א פלאן אז די רבי זאל פארן זימער קיין ארץ ישראל
צו מחזק זיין די מוסדות דארט

מחשב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אפריל 14, 2019 10:19 pm

@הלשון, עס איז נישט נאר ניקים וואס טוען דיזע נארישקייטן, נאר אויך פון די קאמפיין הויפטקווארטירן האט מען געהערט אזעלכע לויזנגען. עס איז אומפארשטענדליך פאר מיר, זינט עס טוט גארנישט אויף, עס ברענגט גארנישט! נאר פארקערט, ס'מאכט אז מענטשן זאלן פארלירן זיער טראסט אינעם קאמפיין.

היינטיגע צייטן מיט די 'פעיק ניוז' עפאכע, ס'הייסט, די אינטערעסע ביים עולם נאכצוגיין זאכן הונדערט פראצענט, און מיט די היינטיגע מעגליכקייט דערצו. ערווארט מען סאך מער אויפריכטיגקייט פון די שרייבערלעך למיניהם. אז נישט האסטו נישט קיין טראסט ביים עולם.

לעניננו, איך ערווארט פון די עסקנים א אויפריכטיגע אינטערוויא/הסבר ווי אזוי עס האט געקענט אזא זאך ווי די אומגעלונגענע סאונד סיסטעם פאסירן. דריי מיר נישט קיין קאפ מיט שטותים אז צוליב די לעצטע מינוטן האט מען נישט געקענט מסדר זיין די סואנד פאר די העכערע שטאקן. וואס חוץ מזה וואס סיי עס איז נישט קיין תירוץ! נעקסטיים מאך נישט אויף קיין שטאקן. און סיי עס איז בכלל נישט מסתבר אז דאס איז א אמת'ע סיבה. איז עס נישט אמת אויך נישט. ווייל אני הקטן זיצנדיג אין די נידריגערע שטאקן. האב אויך נישט געקענט הערן. אצינד, דריי מיר נישט קיין קאפ מיט נארישקייטן, אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, איז נישט! אנטשולדיג דיר פלעין.

קיינער האט נישט קיין טענות, איך פארשטיי אז טעותים קענען פאסירן, ספעציעל ביי אזא 'הייסע לאקשן' קאמפיין. אבער איין זאך, חוש נישט ארום מיטן עולם. בתקוה להבנה.

ולשבחם פון די עסקנים מוז מען יא זאגן, אז די געלט איז צוגעגאנגען מיט א אמת, מ'האט נישט געלאזט ארויפרוקן די נומערן סתם, און ווער עס האט דאס פרובירט צו טוען האט מען מסדר געווען. און צוריק אראפגעריקט. דאס גיבט טראסט. און איז ווערט צו ווערן באגריסט. האמת והשלום אהבו.
הוי מחשב...

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג אפריל 14, 2019 11:01 pm

קאמפיין אויסגעצויגען געווארן ביז פסח שני

פני תם
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:23 pm

תגובהדורך פני תם » זונטאג אפריל 14, 2019 11:16 pm

מחשב האט געשריבן:@הלשון, עס איז נישט נאר ניקים וואס טוען דיזע נארישקייטן, נאר אויך פון די קאמפיין הויפטקווארטירן האט מען געהערט אזעלכע לויזנגען. עס איז אומפארשטענדליך פאר מיר, זינט עס טוט גארנישט אויף, עס ברענגט גארנישט! נאר פארקערט, ס'מאכט אז מענטשן זאלן פארלירן זיער טראסט אינעם קאמפיין.

היינטיגע צייטן מיט די 'פעיק ניוז' עפאכע, ס'הייסט, די אינטערעסע ביים עולם נאכצוגיין זאכן הונדערט פראצענט, און מיט די היינטיגע מעגליכקייט דערצו. ערווארט מען סאך מער אויפריכטיגקייט פון די שרייבערלעך למיניהם. אז נישט האסטו נישט קיין טראסט ביים עולם.

לעניננו, איך ערווארט פון די עסקנים א אויפריכטיגע אינטערוויא/הסבר ווי אזוי עס האט געקענט אזא זאך ווי די אומגעלונגענע סאונד סיסטעם פאסירן. דריי מיר נישט קיין קאפ מיט שטותים אז צוליב די לעצטע מינוטן האט מען נישט געקענט מסדר זיין די סואנד פאר די העכערע שטאקן. וואס חוץ מזה וואס סיי עס איז נישט קיין תירוץ! נעקסטיים מאך נישט אויף קיין שטאקן. און סיי עס איז בכלל נישט מסתבר אז דאס איז א אמת'ע סיבה. איז עס נישט אמת אויך נישט. ווייל אני הקטן זיצנדיג אין די נידריגערע שטאקן. האב אויך נישט געקענט הערן. אצינד, דריי מיר נישט קיין קאפ מיט נארישקייטן, אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, איז נישט! אנטשולדיג דיר פלעין.

קיינער האט נישט קיין טענות, איך פארשטיי אז טעותים קענען פאסירן, ספעציעל ביי אזא 'הייסע לאקשן' קאמפיין. אבער איין זאך, חוש נישט ארום מיטן עולם. בתקוה להבנה.

ולשבחם פון די עסקנים מוז מען יא זאגן, אז די געלט איז צוגעגאנגען מיט א אמת, מ'האט נישט געלאזט ארויפרוקן די נומערן סתם, און ווער עס האט דאס פרובירט צו טוען האט מען מסדר געווען. און צוריק אראפגעריקט. דאס גיבט טראסט. און איז ווערט צו ווערן באגריסט. האמת והשלום אהבו.

פון די אנדערע זייט איז יעדע נתינה מיסטריעז געדאפלט געווארן דריי מאל אן קיין געהעריגע אנגעבליכע מעטשינג נאר אזאלכע האלבע שמועות

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אפריל 14, 2019 11:24 pm

מחשב האט געשריבן:@הלשון, עס איז נישט נאר ניקים וואס טוען דיזע נארישקייטן, נאר אויך פון די קאמפיין הויפטקווארטירן האט מען געהערט אזעלכע לויזנגען. עס איז אומפארשטענדליך פאר מיר, זינט עס טוט גארנישט אויף, עס ברענגט גארנישט! נאר פארקערט, ס'מאכט אז מענטשן זאלן פארלירן זיער טראסט אינעם קאמפיין.

היינטיגע צייטן מיט די 'פעיק ניוז' עפאכע, ס'הייסט, די אינטערעסע ביים עולם נאכצוגיין זאכן הונדערט פראצענט, און מיט די היינטיגע מעגליכקייט דערצו. ערווארט מען סאך מער אויפריכטיגקייט פון די שרייבערלעך למיניהם. אז נישט האסטו נישט קיין טראסט ביים עולם.

לעניננו, איך ערווארט פון די עסקנים א אויפריכטיגע אינטערוויא/הסבר ווי אזוי עס האט געקענט אזא זאך ווי די אומגעלונגענע סאונד סיסטעם פאסירן. דריי מיר נישט קיין קאפ מיט שטותים אז צוליב די לעצטע מינוטן האט מען נישט געקענט מסדר זיין די סואנד פאר די העכערע שטאקן. וואס חוץ מזה וואס סיי עס איז נישט קיין תירוץ! נעקסטיים מאך נישט אויף קיין שטאקן. און סיי עס איז בכלל נישט מסתבר אז דאס איז א אמת'ע סיבה. איז עס נישט אמת אויך נישט. ווייל אני הקטן זיצנדיג אין די נידריגערע שטאקן. האב אויך נישט געקענט הערן. אצינד, דריי מיר נישט קיין קאפ מיט נארישקייטן, אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, איז נישט! אנטשולדיג דיר פלעין.

קיינער האט נישט קיין טענות, איך פארשטיי אז טעותים קענען פאסירן, ספעציעל ביי אזא 'הייסע לאקשן' קאמפיין. אבער איין זאך, חוש נישט ארום מיטן עולם. בתקוה להבנה.

ולשבחם פון די עסקנים מוז מען יא זאגן, אז די געלט איז צוגעגאנגען מיט א אמת, מ'האט נישט געלאזט ארויפרוקן די נומערן סתם, און ווער עס האט דאס פרובירט צו טוען האט מען מסדר געווען. און צוריק אראפגעריקט. דאס גיבט טראסט. און איז ווערט צו ווערן באגריסט. האמת והשלום אהבו.

פון ווי ווייסטו אז די נומבערס זענען אמת? וויפעל מענטשן אין זאל האבן געצאלט 360 פאר א זיץ? איך רעד פון רעש נישט פון קיין צוגעזאגט געלט

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג אפריל 14, 2019 11:26 pm

פני תם האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:הער איך אז עס איז דא א פלאן אז די רבי זאל פארן זימער קיין ארץ ישראל
צו מחזק זיין די מוסדות דארט

עס איז פאלשע שמועות פון אזאלכע וואס זיכן אראפצומאלן ווי כאילו איינער איז צובראכן פון די כינוס דעם פארגאנגענעם דארנעשטאג


שוין א אלטע פלאן האט קיין שייכות מיטן כינוס, אויב דענק איך גוט רעדט מען פון א חנוכת הבית אדער ענליכס, נישט נוגע אהער. מסתמא אייביג ״אין פלאן״ פאר יעדע רבי וואס האט חסידים דארט...

טיפע ליינער, עס פעלט נישט אויס צו כאפן איין ווארט און דאס צעלייגן.
צוריק צום ענין.

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » זונטאג אפריל 14, 2019 11:38 pm

פני תם האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:הער איך אז עס איז דא א פלאן אז די רבי זאל פארן זימער קיין ארץ ישראל
צו מחזק זיין די מוסדות דארט

עס איז פאלשע שמועות פון אזאלכע וואס זיכן אראפצומאלן ווי כאילו איינער איז צובראכן פון די כינוס דעם פארגאנגענעם דארנעשטאג

גארנישט קיין פאלשע שמועות, סאיז שוין א אלטע פלאן נאך פאר די פלענער פונעם כינוס, און גראדע מ'האט געהאט געטראכט פון מאכן דעם כינוס שפעטער שבועות צייט, און מהאט נישט געקענט ווייל דעמאלטס וויל מען דעם געפלאנטן נסיעה,

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:08 am

פני תם האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:הער איך אז עס איז דא א פלאן אז די רבי זאל פארן זימער קיין ארץ ישראל
צו מחזק זיין די מוסדות דארט

עס איז פאלשע שמועות פון אזאלכע וואס זיכן אראפצומאלן ווי כאילו איינער איז צובראכן פון די כינוס דעם פארגאנגענעם דארנעשטאג

גראדע יא געהערט פין איינע פין די גרויסע קנאקערס אז סאיז דא א פלאן פאר א נסיעה אין די קומעדיגע פאר חדשים

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:25 am

הלשון האט געשריבן:ויהי ממחרת: מ'האלט שוין עטליכע טעג נאך די גרויסע כינוס, אולי מעג איך אויסדריקן מיינע מחשבות אויף א זייטיגע נקודה, הנוגע צו אונזער וועלטל...

ס'דא געוויסע אויסדרוקן און טערמינען, וואס כלל ישראל האט שוין לאנג געמאכט שלום מיט'ן מציאות, אז דאס ווערן גענוצט ביי געוויסע פעלער, אפילו עס איז שקר וכזב.

לדוגמא "רבבות אלפי ישראל" - וואס כולי עלמא מודה אז אפילו די איבערגעפולטע "בארקלעיס" פארמאגט נישט קיין רבבות (20 טויזענט) זיצן. מיט דעם אלעם איז געווארן אנגענומען אז די אויסדרוק מעג גענוצט ווערן, אפילו ביי כ"א כסלו, רבי'שע חתונה, באגלייטן, וכו'.

דער שרייבער שרייבט א פרעכע ליגענט - אבער ס'איז אקעי. מ'פארשטייט שוין אז דאס איז פשוט אן אנדערע לשון פאר "מעכטיג", "גיגאנטיש", "ריזן ציבור", "נצחון", אד"ג.

דאס זעלבע אין דעם אשכול במשך די הכנות, ס'איז זייער נארמאל אז מען טרייבט איבער מיט גוזמאות איבער די ערווארטונגען. נאך אלעמען איז מען באגייסטערט און מלא האפענונגען אז ס'וועט טאקע זיין א מאסיווע [יודזש בלע"ז] סוקסעס, העכער די ערווארטונגען.

וואס ס'גייט מיר אבער נישט אין קאפ אריין (ווארשיינליך פארשטאפט מיט שטותים והבלים), ווי ניקים גארטלן זיך אן מיט העזה, און שרייבן גראבע דברי שקר במידי דעבידא לגלויי בלויז געציילטע שעה שפעטער.

איך וויל קיינעם נישט קוואטן, ווייל איך מיין קיינעם נישט פערזענליך. אבער איך באציה זיך צו תגובות א שטייגער ווי: קאנפירמד! שתדלן אלמוני האט גע'פועל'ט, אז "אלע" זיצן, אויך העכער די סטעידזש ווערן געעפענט, בלא בלא בלא...... בשעת די שווארצע תכריכים וועלכע האבן פארדעקט טויזענטער זיצן זענען שוין לכאורה געווען איינגעקויפט.

א צווייטער שפירט פאר וויכטיג אנצוציען די נערוון עטליכע שעה בעפאר די מעמד, אז מען זאל "סטעיען טונד" ווייל עס קומט א סורפרייז.....

"מער נישט דא קיין טיקעטס. עסקנים בעטן מ'זאל צוריק בערענגן".

מאנכע זענען קלוג, און עפענען א ספעציעלע ניק אין בעפארשטייאונג צו אזא סארט געשעעניש, כדי לקיים דברי חכז"ל אז ווען איינער קען זיך נישט איינהאלטן זאל ער כאטש ילבש ויתעטף שחורים, וילך למקום שאין מכירין אותו.

אבער די וואס שרייבן בפירוש'ע לגיונות מיט זייער געהעריגע ניק, ווי אזוי ערווארטן זיי מען זאל זיין גלייבן אין נארמאלע צייטן. ווען ער באריכטעט אז ס'גייט מארגן שנייען, אדער אז טראמפ איז א וויסטע דורכפאל, צו גאר אז א מוסד אין חיפה האט זיך מתנזר געווען ממעות שלטון הכופרים - אפשר איז עס כל כולו אגענדע געטריבן....?!

שוין, והוא רחום יכפר עון...

(שכח פאר'ן אויסהערן. ביטע מוחל זיין אויב איר שפירט באטראפן)

א חידוש פון א זאך

מ'קען אויך אמאל שרייבן דא בלויז אמת, אהן קיין פראפאגאנדעדיגע ציל.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:43 am

וואס הייסט מ'האט דאך געזאגט צוויי נעמען פון מעטשערס ביי די מסיבה.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:33 am

ווייזער האט געשריבן:די אנפירער זאגן קלאר אז דאס לייגן די ווידיעא אויף יו טוב וכדומה איז געווען שלא ברצונם, און אז זיי האבן געהייסן דאס אראפנעמען פון דארט.

איינע האט עס געלייגט, וואס הייסט שלא ברצונם, אינער אט דאך באשטעלט און באצאלט פאר דעם.

שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » מאנטאג אפריל 15, 2019 9:24 am

מצלמה האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:לויט ווי עס איז געשטאנען אויף די צעטלעך זענען די סכומים געווארן 2 מאל געמעטשט

לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די גרויסע עסקנים זענען די 2 מעטשערס:

הרב יאשיהו פינטו שליט"א וחסידיו
מעריצי הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י דבאטימאר

לויט דעם איז די אסטראנאמישע סומעס פון 6 האלבע מיליאנען וואס איז געווארן אויסגערופן ביים כינוס עקסטערע נתינות במילא האלט מען שוין כמעט ביים ציהל!!
align]


זייער אינטרעסאנט אז קיינער פון די 2 מעטשערס זענען נישט געקומען.
נישט הגאון רבי אהרן פעלדמאן
און נישט הרב יאשיהו פינטאו.

רבי אהרן שעכטער שליט״א איז געקומען מיט מסירת נפש, זייענדיג קרוב צו א בן תשעים און איז געקומען.


הרב יאשיהו פינטו שליט"א געפינט זיך די טעג אין מאראקא, ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלס די הויפט רב פון מאראקא.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:23 am

די סכומים וואס מען האט אויסגערופן ביים כינוס זענענן די מעטישינג פאנדס, עס איז נישטא קיין אנדערע באהאלטענע מעטישינג נותנים.

די כינוס איז לכתחילה אהער געשטעלט געווארען אפילו נאר פאר די מעטישינג פאנדס, מען האט געוואלט די עשירים זאלן געבן, און ב"ה עס איז געווען הצלחה.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:24 am

מענטשאלע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:די אנפירער זאגן קלאר אז דאס לייגן די ווידיעא אויף יו טוב וכדומה איז געווען שלא ברצונם, און אז זיי האבן געהייסן דאס אראפנעמען פון דארט.

איינע האט עס געלייגט, וואס הייסט שלא ברצונם, אינער אט דאך באשטעלט און באצאלט פאר דעם.

אויף יו-טוב קעו יעדער אפ-לוידען מ'ברויך נישט קיין רשות פון קיינעם,

(בינעך נייגעריג אויב ס'איז טאקע אויף יו-טוב, געוויסט ניקס האבן א הנאה צו טראלן אן אשכול מיט געמאכטע תמימות'דיגע תגובות)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:31 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:די אנפירער זאגן קלאר אז דאס לייגן די ווידיעא אויף יו טוב וכדומה איז געווען שלא ברצונם, און אז זיי האבן געהייסן דאס אראפנעמען פון דארט.

איינע האט עס געלייגט, וואס הייסט שלא ברצונם, אינער אט דאך באשטעלט און באצאלט פאר דעם.

אויף יו-טוב קעו יעדער אפ-לוידען מ'ברויך נישט קיין רשות פון קיינעם,

(בינעך נייגעריג אויב ס'איז טאקע אויף יו-טוב, געוויסט ניקס האבן א הנאה צו טראלן אן אשכול מיט געמאכטע תמימות'דיגע תגובות)


עס איז געווען אן אפישל פיעד אויף יו טוב. פון די ווידעאגרעפי קאמפאני - פראפעשאנעל, נישט קיין בחורישע מעשה. די גאנצע 3 אהאלב שעה.

ס'קען זיין אז די פירמע האט טאקע געטאן שלא ברצונם. אבער א אויפקלערונג והבהרה פעלט אויס, שלא יאמרו התירו פרושים את הדבר.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט