מדינת ישראל און חרדי'שע מוסדות- פון אן חשוב'ע מאמע פון 3 קינדער אין בית יעקב. שוידערליך:

אחראי: יאנאש

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

מדינת ישראל און חרדי'שע מוסדות- פון אן חשוב'ע מאמע פון 3 קינדער אין בית יעקב. שוידערליך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

בס"ד

יעדע פרט דא האב איך אליין געהערט פון א כלי ראשון. מען קען מיך אנפרעגן די פונקטליכע נעמען אין אישי.

אפאר וואכן צוריק האט זיך געקאכט ביי די עזרת נשים אין וויליאמסבורג ווען א חשוב'ע איד פון בית שמש ר' אליהו קאנער שליט"א אינאיינעם מיט זיין חשוב'ע פרוי פון בית שמש וואס זי איז אן אייניקעל פון רב אליהו דסלר זצ"ל איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע און די פאקטן וואס זיי האבן פון דארט מיטגעברענגט האט אויפגעשטורעמט אלע וואס האבן דאס געהערט. זיי זענען אויך אריין צו רבנים שליט"א וואס האבן נישט געקענט קומען צו זיך פון וואס ס'גייט דארט פאר.

זיי האבן געהאט דריי קינדער אין די לאקאלע בית יעקב אין בית שמש.
די לעצטע פאר יאר האבן זיי געזען זאכן וואס האבן זיי איבערגעצייגט אז זאכן טויגן נישט. זאכן וואס מ'האט אנגעהויבן צו לערנען מיט די קינדער, און זאכן וואס מ'האט ר"ל אויפגעהערט צו לערנען מיט די קינדער. ווי איר וועט שפעטער זעהן וואס מיר זענען מעתיק פון אירע ווערטער, און קאפיס פון די צעטלעך וואס אירע קינדער האבן אהיימגעברענגט פון שולע.

ווען זי איז אריבערגעגאנגן צו די מנהלת, האט די מנהלת איר מסביר געווען אז מה כל הרעש. דאס זענען שטאטישע פארלאנגען. און זי זעהט בכלל נישט וואס איז אזוי שלעכט דערמיט.

דאס זענען אירע ווערטער וואס זי האט געזאגט אויף א בארימטע טעלעפאן ליין פאר נשים צדקניות: (איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט פון ענגליש)

"איך האב אייך געוואלט פארציילן אביסל וואס עס טוט זיך אפ אין ארץ ישראל.
..איך קום פון די ערליכע ליטווישע קהילות פון ארץ ישראל, ווי מען שטרעבט בלויז צו דינען דעם אייבערשטן לשם שמים, מיט א ברען און תמימות. מיר זענען אויפגעוואקסן אין דעם הייליג לאנד און בעטן און האפן אויף משיח צדקינו. ליידער, ליידער, ווי עס טוט מיר וויי דאס הארץ צו זאגן, זענען די ציונים בעל הבית אויפן לאנד און זיי ארבעטן מיט אלע כוחות אויסצו׳שמד׳ן גאנץ כלל ישראל. זייער ציל איז צו אויסצורייסן א יעדע זכר פון אידישקייט, אוועקצונעמען יעדע ביסל הייליגקייט, און א יעדע ברעקל קדושה. אלעס וואס ארץ ישראל האט אמאל פארמאגט פרובירן זיי אוועקצונעמען.

...."זיי זענען געגאנגען צו די מנהלים און מנהלות און זיי געזאגט, זיי זענען שטארק באזארגט וועגן די לערערס.... אז זיי זאלן זיין מער געלערנט און באהאוונט. מען מוז זיי געבן קורסעס. האט מען געשיקטן אלע מלמדים און לערערינס צו די קורסעס ווי זיי האבן פארדינט "פוינטס". מער "פוינטס" האט געמיינט א העכערע געהאלט פאר די לערערס.
נאכמער, א יעדע 'מוסד', א יעדע מנהל אדער מנהלת וואס האט געשיקט זיינע לערערס אהין האט די מוסד באקומען "פוינטס". ווי מער "פוינטס" א מוסד האט געהאט, אלס מער געלט האבן זיי באקומען.
. (די רעגירונג האט אנגעהויבן צו צאלן פאר טריפס און נאך שאר ירקות פאר מוסדות וואס ארבעטן מיט). די עלטערן האבן נישט געהאט קיין אנונג דערפון. ווען מען זעהט בילדער פון די דאזיגע קורסעס שטעלט זיך די האר פון קאפ אויף. עס זיצן דארט מענער און פרויען מיטן גרעסטן תערובות!! פרייע, חסידישע, און היימישע צוזאמען אויסגעמישט מיט א שוידערליכע פריצות. אפילו ווען מען וואלט גערעדט כשר׳ע זאכן וואלט עס אויך געווען טמא."

1.png
1.png (532.12 KiB) געזען 6712 מאל


"ווען מיר האבן אנגעהויבן צו כאפן וואס עס גייט פאר איז שוין געווען זייער שפעט. מייו טאכטער הייבט אן שולע יעדעס יאר בעפאר ראש השנה. זי ברענגט אהיים צעטלעך מיט די זאכן וואס זיי האבן געלערנט. זאגט מיר מיין טאכטער זיי לערנען יעצט פון ראש השנה – 'ראש' איז למשל דער 'ראש' הממשלה. רחמנא ליצלן. מען שטעלט צוזאם ראש השנה מיט דעם ראש הממשלה שר"י?!
איך האב פרובירט צו רעדן צו די לערערין.. ביז איך האב געזען דעם נעקסטן צעטל. די מיידלעך ווערן שוין פרייליך לכבוד ראש השנה. מען לערנט צו טוהן מצוות, און פון שופר בלאזן. – אז דער שופר איז געמאכט פון אן איל. און מען לערנט פון אלע מיני קולות. אן אקארדיאן למשל מאכט אזא סארט קול און א פיאנא מאכט אזא סארט קול.און דערנאך האט מען געלערנט די נאטן תקיעה, שברים, תרועה. רבונו של עולם!! מען לערנט מיין קינד אז שופר בלאזן איז מוזיק?? און דערנאך האבן זיי געמאכט איבונגען מיט די קינדער לויטן קול פון שופר... זיי מאכן "עקסערסייז" ביים קול פון שופר? דאס טוען זיי?"

2.png
2.png (99.93 KiB) געזען 6712 מאל


"שופר בלאזן איז א הייליגע זאך!! וואס מאכט מען "עקסערסייז" מיט א שופר? זיי פרובירן מיט אלע אופנים צו נעמען הייליגע זאכן און עס מאכן א גשמיות׳דיג! אלעס וואס איז קודש זאל ווערן חול! אויסרייסן די קדושה און חמימות וואס מיר לייגן אריין אין זיי!
מען האט באפוילן נישט צו לערנען עקידת יצחק ווייל עס איז "טראומא" פאר די קינדער. איבער מכירת יוסף האט די לערערין געשריבן אז די קינדער וועלן "פארלירן זייער בטחון" דעריבער וועט מען עס נישט לערנען. שטעלט אייך פאר! דאס איז דאך פון די יסודות פון אידישקייט! די תורה מיט מסירת נפש! אברהם'ס נסיונות וועלן "טראומיטיזירן" די קינדער?? אין א "אידישע לאנד"(...)? אין ארץ ישראל? ס׳איז שווער צו גלויבן."

3.png
3.png (69.42 KiB) געזען 6712 מאל
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

"מיין טאכטער לערנט וועגן די מכות אין שולע. ביי מכות דם לערנט זי פון "הימאגלאבין" וויאזוי די בלוט פונקציונירט און פון וואס דאס איז געמאכט. צפרדע לערנט מען וועגן פיש און פרעש. כינים לערנט מען וועגן לייז; וויאזוי זיך צו האלטן ריין. אזוי לערנט מען וועגן די מכות?? זיי נעמען אוועק די קדושה און מאכן עס פשוט א גשמיותדיגע זאך, כאילו דאס איז אלעס דרך הטבע און נישט קיין נס!"
4.png
4.png (219.81 KiB) געזען 6695 מאל
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

"מען האט אנגעהויבן שיקן פרייע פאליטיקאנטן צו די מוסדות. ס'איז דא שוידערליכע בילדער וואס איך האב געוויזן פאר כ"ק אדמ"ר מסאטמאר שליט"א. די ערשטע טאג פון חדר ווען מען הייבט אן צו לערנען חומש האט מען געברענגט פאר די קינדער נישט קיין צווייטער ווי נפתלי בענעט. ער איז דער וואס האט געשריבן די גאנצע גזירת גיוס!
און די קינדער זענען געשטאנען אויס׳גע׳שורה׳ט ביים טיר מיט ציוניסטישע פענדלעך און געזינגען "ברוך הבא נפתלי בענעט!" זיי האבן אים געגעבן בלומען און מקבל פנים געווען."
4.png
4.png (219.81 KiB) געזען 6671 מאל


"אין אן אנדערע תלמוד תורה האט מען געברענגט דריי פאליציי לייט. דאס טוט מען די ערשטע טאג חדר?"


6.png
6.png (473.87 KiB) געזען 6671 מאל


7.png
7.png (501.61 KiB) געזען 6671 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שומו שמים, ליידער מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

השם ישמרנו!
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

דער מוח פון א קינדערגארטן קינד פארנעמט נאכנישט קיין סאך. מען לערנט מיט זיי קודם די וויכטיגסטע יסודות ווי שמע ישראל און ... ר"ל:

8.png
8.png (347.33 KiB) געזען 6648 מאל


נאך זאכן וואס איז נישט געווען ביז לעצטנס:
9.png
9.png (426.33 KiB) געזען 6648 מאל



10.png
10.png (226.57 KiB) געזען 6648 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

רחמנא ליצלן!!

געוויסע זאכן זענען שאקירנד, אבער דאס לערנען מושגי השבוע ביי יעדע זאך וואס מ'לערנט, איז די סדר אויך אין די גאנצע וועלט. פארשטייט זיך אז ס'קומט אינאיינעם מיט די ריכטיגע פשטים און לימודים, נישט אז נאר דאס איז דם און שופר וכו'.

עקידת יצחק און מכירת יוסף איז שוין באוואוסט אין ארץ ישראל אז די כופרים ווילן עס ארויסנעמען, ה"י.

עס איז זיכער א שטארקע וואפן אויפצוקאכן יהדות החרדית אין ניו יארק צום כינוס. מען דארף פארשפרייטן די שרעקליכע מינות אין אלע בתי מדרשים, זאלן אידן פארשטיין וואס דאס מיינט צו נעמען געלט פון די מלכות הרשעה. צום ערשטן מאל וואס עס ווערט אזוי אפן און קלאר ארויסגעברענגט זייער תכלית און ציל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

נאך:
11.png
11.png (556.12 KiB) געזען 6616 מאל


12.png
12.png (285.35 KiB) געזען 6616 מאל


די ערליכע ליטווישע משפחות אין בית שמש האבן דאס נישט אויסגעהאלטן. און מיט מסירת נפש געעפנט דעם מוסד בעקבי הצאן אין בית שמש.


צוריק צו אירע ווערטער:

"די איינציגסטע עצה איז געווען ..צו עפענען פרישע מוסדות על טהרת הקודש. ...איינער אליין, אקעגן יעדעם! זיי זענען אלע קעגן אונז. זיי ווילן אונז ממש הרג׳נע׳נען פאר דעם. מיין מאן האט שוין נישט באקומען אן עליה פאר צוויי יאר! ער דאוונט שוין אין יענע שול פאר צוואנציג יאר און לערנט און יענעם כולל. פאר איבער פיפצן יאר גיבט ער שוין א דף יומי שיעור און היינט לאזט עם נישט דער רב פון יענע געגנט אהינגיין ווייל ער 'פאלגט נישט דעת תורה'.
און דאס איז אלעס נאר ווייל מיר ווילן בלייבן אידן!

היות מ'האט זיי גע'רודף'ט פון אלע זייטן (פארן "נישט פאלגן די גדולי הדור") און געשטערט זיי זאלן נישט טרעפן א פלאץ פאר זייער מוסד, האט די חסיד'ישע קנאות'דיגע מיידל סקול ''בנות ירושלים'' רחמנות געהאט אויף זיי און זיי פארדינגען די בעיסמענט פון זייער בנין.
כהיום לערנען דארט קע"ה לערך 130 קינדער פון נורסערי ביז 6טע קלאס.

עטליכע חדשים צוריק נאכן זינקן אין א ים מיט חובות און נישט קענען באצאלן די טיטשערס האט דער מנהלת המוסד געזאגט אז די מוסד שפארט אפ. זי געט אויף.

די פרוי הנ"ל מרת קאנער וואס האט דארט אריינגעשטעלט אירע קינדער, האט דאס נישט געקענט צוקוקן. זי האט געפילט אז בנפשינו הוא, דאס איז אירע דורות.
זי און איר מאן האבן מחליט געווען אז זיי לאזן זיך צוזאמען ארויס קיין אמעריקע שאפן געלט פארן מוסד!

זי איז געקומען קיין בארא פארק ווי זי האט משפחה און גוטע פריינט. מ'האט זיי אויסגעלאכט, און די 'מחמירים' האבן זיי אפילו אונטערגעריסן. די בזיונות וואס זיי האבן געהאט איז געווען שרעקליך. גרויסע עשירים -נאכן הערן און זעהן קלאר אויפן פאפיר די שרעקליכע מצב פון די מוסדות וואס ליגן אונטער די ממשלה'ס תיקונים, האבן מסכים געווען צו געבן צוואנציג דאללער...!
זיי זענען אזוי ארומגעגאנגען צוויי וואכן. און געמאכט $700...!
ביז א באבובער אינגערמאן האט זיי געזאגט, "כ'האב רחמנות אויף אייך, איר זענט נישט אויפן ריכטיגען פלאץ.. איר דארפט פארן קיין וויליאמסבורג.. דארט זענען דא אידן וואס פארשטייען צו די זאכן...

ער האט זיי געגעבן דריי אדרעסן פון אידן אין וויליאמסבורג וועם ער קען.
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

מ'מעג לפי תקנות אייוועלט ארויפלייגן א לינק צו הערן די רירנדע ווערטער פון דעם מרת קאנער, וואס פארציילט דאס אלעס, און נאך? (נאר אודיא פארשטייט זיך)
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

ניין
א פשוטע איד.
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:רחמנא ליצלן!!

געוויסע זאכן זענען שאקירנד, אבער דאס לערנען מושגי השבוע ביי יעדע זאך וואס מ'לערנט, איז די סדר אויך אין די גאנצע וועלט. פארשטייט זיך אז ס'קומט אינאיינעם מיט די ריכטיגע פשטים און לימודים, נישט אז נאר דאס איז דם און שופר וכו'.

עקידת יצחק און מכירת יוסף איז שוין באוואוסט אין ארץ ישראל אז די כופרים ווילן עס ארויסנעמען, ה"י.

עס איז זיכער א שטארקע וואפן אויפצוקאכן יהדות החרדית אין ניו יארק צום כינוס. מען דארף פארשפרייטן די שרעקליכע מינות אין אלע בתי מדרשים, זאלן אידן פארשטיין וואס דאס מיינט צו נעמען געלט פון די מלכות הרשעה. צום ערשטן מאל וואס עס ווערט אזוי אפן און קלאר ארויסגעברענגט זייער תכלית און ציל.


ס'איז אמת. אבער מ'דארף קוקן אויפן גרויסען בילד, די צענדליגע שינוים 'וואס זיי האבן פארלאנגט' ווייזט זייער קלאר אז די אלע נ.מאסטערס דארט ווילן עפעס מער.
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

Tahares hakodesh האט געשריבן:מען האט באפוילן נישט צו לערנען עקידת יצחק ווייל עס איז "טראומא" פאר די קינדער. איבער מכירת יוסף האט די לערערין געשריבן אז די קינדער וועלן "פארלירן זייער בטחון" דעריבער וועט מען עס נישט לערנען. שטעלט אייך פאר! דאס איז דאך פון די יסודות פון אידישקייט! די תורה מיט מסירת נפש! אברהם'ס נסיונות וועלן "טראומיטיזירן" די קינדער?? אין א "אידישע לאנד"(...)? אין ארץ ישראל? ס׳איז שווער צו גלויבן."[/b][/i][/color]
3.png

פאר ווער ס'קען לייענען עברית זעהט גלייך אז דא שטייט נישט אז מ'האט נישט געלערנט וועגן מכירת יוסף און אפילו נישט אז מ'האט נישט געלערנט וועגן עקידת יצחק בסך הכל שטייט דא עקידת יצחק - סיפרנו לא מידי בהרחבה דהיינו אז וועגן עקידת יצחק האט מען נישט ארומגערעדט מיט אזא ברייטקייט און דאס אז די סיבה איז וועגן טראומה האסטו אליינס צוגעלייגט ס'קען פונקט אזוי זיין אן אנדערע סיבה ווי אז ס'נישט געווען קיין צייט אדער וואס...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מ'דארף זיך אפטיילן פון זיי, נאר פאר מ'איז דערצו מסכים אלץ מציאות.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

לכאורה רעדט מען דא פון דתי לאומי בית יעקב
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס איז דא צו מחלק זיין ער רעדט נישט צו מען מעג נעמען געלט צו נישט, ער ברענגט פשוט פון אינערלעך וואס זיי טוען
וואס איז מען מחלק אז עס איז נישט ווראנג דאס צו טוען?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואס עפעס? האט געשריבן:לכאורה רעדט מען דא פון דתי לאומי בית יעקב


דאס איז ביי דיר די זעלבע זאך? כ'האב געמיינט אז בית יעקב איז חינוך עצמאי און איז מוכר שאינו רשמי. און די זאגסט מיר וועגן דתי לאומי.

עניוועי, די צעטל וועגן שופר און עקידת יצחק איז פון רשת גני בנות "מורשה" וואס שטטיט בראשות קובי ראזענשטיין וואס זיינע פרטים זענען כדלהלן; (וואס איך האב איצט געטראפן).

רוזנשטיין, בן 41 ואב לחמישה, מתגורר ביישוב מתתיהו, אך את מרבית זמנו העביר דווקא בבני ברק– כאשר שימש את מרן ראש הישיבה הרב שטיינמן זי"ע, ובמודיעין עילית, שם הוא מנהל רשת חינוך של אלפי תלמידים ותלמידות, לה גם סניפים בבית שמש ובגבעת זאב, והכוללת את תלמודי התורה דרכי יושר וסמינר מאיר.

בצעירותו למד בישיבות גאון יעקב ובית מתתיהו, בהמשך שימש כעוזר של ח"כ משה גפני במשך כ7 שנים, ושנתיים נוספות כדובר של סגן שר התחבורה שמואל הלפרט. לפני 4 שנים מונה לכהן כחבר המועצה האזורית מטה בנימין על ידי המרא דאתרא של מתתיהו, הגאון רבי זאב לף. כחבר במועצה האזורית הגדולה בישראל המונה 44 ישובים עם למעלה מ70 אלף תושבים, משתדל רוזנשטיין לשמש כפה של היהדות החרדית במועצה. בין השאר הוא חבר בועדות תכנון ובניה, ישובים וועדת חינוך.
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

אז איר קענטס לייגען אויף א PDF אז מזאל עס קענען ווייטער שיוקען.
ישר
Sorry for my misspellings
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

דאס איז באקאנטע פאקטן, אז מען האט אויפגענומען נפתלי בענעט אין נאך מוסדות מה שהדברים ידועים
און די קאפיעס פון ביכער וואס מען לערנט אין "היימישע מיידל חדר'ס"
מען האקט נישט אויף טויזענטער אידען וואס זיי האבן נישט קיין אהנוג וואס גייט פאר
מען האקט נישט אויף "אלע" רבנים ומנהיגים וואס מען באהאלט פון זיי, און פאר א טייל שטערט מען מיט אלע וועגן ארויסצוזאגן זייער מיינונג.
מען ברענגט נאר ארויף די מציאות וואס פראסקעט אין פנים, אז דער וואס וויל נאך האבן ערליכע דורות זאל זיך אויפוועקן און זיך כאפען באצייטענס ווי אזוי מען פירט דא כצאן לטבח!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

יאפס ס'שוידערט!!
איך בין געזעצן מיט די קאנער משפחה בעפאר פורים אין מאנסי
עס איז אומגלויבליך וואס דארט גייט פאר
מען דארף אהערשיקן 2 3 אזעלכע חברה און ניו יארק וועט שטורעמען צום כינוס.
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט, אבער קודם זעה איך אז מער מאדערן מוסד ווערט אנגערופן דתי לאומי, (וויאזוי ווערט אנגערופן די מער פרומערע מוסדות?)

איז נישט א קיין וועג וויאזוי מען קען געוואר ווערן פון וועלכע מוסד זי רעדט? איך גלייב אויב וואלט עס נאר געווען די גאר מאדערענע מוסדות, וואלט זי סתם געקענט ארויסנעמען די קינדער פון דארט און לייגן אין די געהעריגע בית יעקב.

קען זיין אז זי האט עפעס א אגענדע, איך ווייס נישט, איך שמועס נאר אויס.

און מיינע אויגן די ארומיגע די מנהל, און אזוי די וואס קומען דארט קוקן נישט אויס צוז זיין זייער מאדערן, אבער קען זיין זיי זענען נאר איינגעשטעלט דארט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

קלוגע חכם האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט, אבער קודם זעה איך אז מער מאדערן מוסד ווערט אנגערופן דתי לאומי, (וויאזוי ווערט אנגערופן די מער פרומערע מוסדות?)

איז נישט א קיין וועג וויאזוי מען קען געוואר ווערן פון וועלכע מוסד זי רעדט? איך גלייב אויב וואלט עס נאר געווען די גאר מאדערענע מוסדות, וואלט זי סתם געקענט ארויסנעמען די קינדער פון דארט און לייגן אין די געהעריגע בית יעקב.

קען זיין אז זי האט עפעס א אגענדע, איך ווייס נישט, איך שמועס נאר אויס.

און מיינע אויגן די ארומיגע די מנהל, און אזוי די וואס קומען דארט קוקן נישט אויס צוז זיין זייער מאדערן, אבער קען זיין זיי זענען נאר איינגעשטעלט דארט.


בית יעקב איז א פרומע מוסד, אונטער 'חינוך עצמאי' (מוכר שאינו רשמי, נישט ממש ויש בזה אריכות). עס איז אויך דא 'מעיין החינוך התורני' אפיציעל אונטער ש"ס. אויך איז דא 'מוסדות פטור'.

די אלע נעמען זענען בדרך כלל פרום. פרייע אדער מזרחיסטישע זענען דא בדרך כלל ממלכתי, ממלכתי דתי, ממלכתי חרדי. (אזוי ליגט מיר אין קאפ בערך).
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

אונז האבן מיר דא איינער וואס האט עס געהערט פון כלי ראשון ווערט ער גבעטן צו פרעגן דער כלי ראשון וועלכע מוסד עס איז
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

יהלום האט געשריבן:אונז האבן מיר דא איינער וואס האט עס געהערט פון כלי ראשון ווערט ער גבעטן צו פרעגן דער כלי ראשון וועלכע מוסד עס איז


טהרת הקודש הייבט אזוי אן זיין תגובה

"זיי האבן געהאט דריי קינדער אין די לאקאלע בית יעקב אין בית שמש."
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

וואס מיינט בית יעקב און בית שמש ???
די ווייסט אז גור סקול הייסט אויך בית יעקב!!!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איז נישט אלעס דא דאקומענטריט?

קען זיין אז דו זוכסט מער דעטאלן, און נאך גרינטליכערע נאכזוכן, דאן איז עפעס אנדערש, פרעג אים באישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”