ישרן האט געשריבן:אויף דעם האט אברהם דוד געזאגט אז מען האט עס ווייטער געפארשט און געטראפן אז עס איז נישט פארבונדן
ישרן,
איך ווייס נישט פארוואס דו ביזט Obsessed מיט מיר, און איך זע נישט פארוואס דו האסט מיר ציטירט אין דיין אנדערע תגובה, אבער זעהט אויס אז דו ווילסט הערן וואס איך האב צו זאגן, מסכים.
איינער האט געברענגט פון מעלות אזוי:
א געוויסע וואקסין ברענגט ביי 25% א געוויסע פראבלעם.
די FDA האלט אויך אזוי.
עס איז א באשטעטיגטע וואקסין אבער נישט רעקאמענדירט, דאס מיינט אז עס ווערט נישט פארלאנגט.
אף על פי כן וועלן עס פארשידענע היימישע מעדיקעל סענטערס געבן פאר קינדער אן די וויסן פון די עלטערן.
די צוויי זאכן וואס זענען קלאר דערווייל איז אז די רעגירונג האלט נישט אזוי און אז דערווייל האבן מיר נישט געטראפן איינעם וואס האלט יא אזוי.
"אברהם דוד" האט גארנישט געזאגט ווייל ער האט נישט געעפענט די שטודיע וואס איז דא געברענגט געווארן און אפילו נישט געקוקט אין די לינק צו די CDC וואס מען האט דא געברענגט.
פארוואס האט ער גארנישט געזאגט? אדער, פארוואס האט ער נישט געקליקט אויף די ביידע לינקס?
ווייל לויט אלעם וואס ער האט יא געקוקט ביז היינט איז ביי אים קלאר דאס פאלגענדע:
אויב די FDA האט באשטעטיגט א וואקסין וואס זיי האלטן אז עס ברענגט ביי איינס פון פיר מענטשן א געוויסע פראבלעם מוז זיין אז דאס וואס די וואקסין טוט פארמיידן איז גאר שעדליך און עס קען לוינען פאר א מענטש די ריזיקע.
און צוויי, דאס וואלט נאר געווען מעגליך ווען די וואקסין איז בלויז באשטעטיגט און נישט רעקאמענדירט, ווייל א וואקסין ווערט נישט רעקאמענדירט ווען עס איז דא א איינס פון פיר שאנס צו ווערן געשעדיגט דערפון. און אזוי איז טאקע אין אונזער פאל – די וואקסין פון וואס מען רעדט איז נישט אויפן סקעדזשועל.
דעריבער איז אים נישט געווען קיין חילוק אויב עס איז אמת אדער נישט, און ער האט געטראכט אז ווען ער וועט האבן די צייט וועט ער אריינקוקן דערין צו וויסן אויב עס לוינט זיך צו געבן דעם ספעציפישן וואקסין פאר די אייגענע קינדער.
פארוואס האט ער דאס נישט געשריבן ברבים?
ווייל ער האלט נישט אז א צווייטער דארף אננעמען זיין מיינונג בלינדערהייט.
אין קלארערע ווערטער: דאס איז געווען זיין מיינונג באזירט אויף אסאך ביז היינטיגע אינפארמאציע און איבערווייז וואס ער האט נישט געהאלטן ביים זיך זעצן אראפשרייבן יעצט.
אין אנדערע ווערטער: פאר אים פערזענליך איז נישט געווען נוגע אויב דאס אמת אדער נישט און דעריבער האט ער נישט אריינגעקוקט דערין און דעריבער האט ער נישט געשריבן דערוועגן.
אבער ער האט דאך יא געשריבן דערוועגן?
דא איז דיין טעות.
אפילו ווען איך בין נישט געגאנגען אויף די אייגענע האנט נאכפארשן וואס עס ליגט יא אדער נישט אונטער די ווערטער זענען געווען אנדערע וואס האבן זיך יא אריינגעלייגט מער דערין, און איך האב געליינט זייערע זאכן, פאלגענד איז א ליסטע פון זאכן וואס איך בין געוואר געווארן:
1) די הויפט שרייבערין פון די מעלות איז א לאנגיעריגע קעגנערין פון וואקסין. דאס האט געמיינט פאר מיר אז דער פאקט וואס ווערט אזוי קלאר אראפגעשטעלט אז היימישע מעדיקעל סענטערס וועלן אריינרוקן אומפארלאנגטע וואקסינען איז – אין שענסטן וועג געזאגט – א זאך וואס דארף נאך אביסל אונטערגרונד. דאס איז געווען געבויעט אויף די חזקה אז אין דעם פעלד איז א לכתחילה'דיגע אפציע אריינצושיסן א סטעיטמענט וואס קען רואיג זיין געבויעט אויף א ווילן אנשטאט אויף א פאקט.
2) די רעגירונג האלט נישט אז די וואקסין ברענגט אזא פראבלעם ביי איינס פון פיר מענטשן. דאס האט געברענגט פאר מיר נאך א ביישפיל וויאזוי מענטשן קענען רעדן אין די וועלט אריין.
3) די איינציגסטע שטודיע וואס מיר האבן דערווייל געטראפן - אויף וואס די קלאגע אין מעלות איז ווארשיינליך באגרונדעד - נעמט אויך נישט אן אז אזא פראבלעם מאכט זיך ביי איינס פון פיר, און אויך נישט אז אזא פראבלעם איז בכלל פארבינדן מיט יענע וואקסין, נאר באשלוסט אז מען דארף נאכפארשן מער אויב עס איז פארהאן א פארבינדונג צווישן די צוויי.
4) די וואקסין פון וואס מען רעדט דא איז באשטעטיגט אבער ווערט אין קיין פאל נישט פארלאנגט (און דאס בין איך נישט געוואר געווארן שפעטער ווייל דאס שטייט קלאר אין מעלות).
געבויעט אויף די פיר ידיעות בין איך געקומען צו א נייע סך הכל:
עס איז מעגליך אז די וואקסין איז פארבינדן מיט יענע פראבלעם, און מעגליך דערפאר איז עס נישט רעקאמענדירט, אבער די שטודיע וואס מען האט דא געברענגט קען נישט גענוצט ווערן אלס איבערווייז ווען זיי אליינס נוצן עס נישט דערפאר, און איך דארף נישט מורא האבן אז איינער וועט אן מיין וויסן געבן פאר מיין קינד אזא וואקסין, ווען איך וועל האבן די צייט וועל איך אריינקוקן דערין צו זען לגבי מיין באשלוס אויף למעשה.
די אלע זאכן האב איך אויך נישט געשריבן דא וויבאלד עס איז, אזוי ווי פריער געזאגט, נישט נוגע צום רבים וואס איך האב צוזאגן איבער דעם בלויז וויבאלד איך בין דער וואס זאגט עס, און ווידער, איך האב נישט געהאלטן ביים שרייבן די לאנגע היסטאריע וואס האט מיר געמאכט וויסן אז אפילו ווען איינער זאגט אן אז מען וועט מיר אריינ'נער'ן מיט א וואקסין איז דאס געווענליך נישט מער ווי יענעמ'ס געוואונטשענע פאנטאזיע.
אבער אנדערע האבן יא געטון דערין, אריינגערעכנט @Waukesha וואס איך קען מיר נישט ענדיגן איבערקומען ווי ער געבט אוועק זיין צייט און מיה בלויז אז אנדערע זאלן נישט פארדרייט ווערן, כאטש עס איז קלאר אז ער זעלבסט וואלט געקומען צו די זעלבע החלטות ווי איך, אפילו אן אריינקוקן דאסמאל ספעציפיש, אבער וויבאלד ער ווייסט אז די ציל פון די מעלות איז נישט געווען אז מענטשן זאלן פרעגן ביים דאקטער "וועלכע וואקסין געבסטו דא?" נאר זאלן ענדערש באשלוסן "אלע, אנגעהויבן פון די דאקטער וואס געבט דעם וואקסין, ביז די פירמע וואס פאבריצירט די וואקסין, און אלע רעגירונג אפטיילונגען וואס באשטעטיגן, רעקאמענדירן, שטודירן, און פארלאנגען, און נאך אנדערע, זענען בלויז דא אונז אונטערצוברענגן", האט ער באשלאסן איבערצוצייגן, דורך אליינס שטודירן די שטודיעס, פארוואס אפילו אונז וואס דאקטעריי איז נישט אונזער גרעסטע עקספערטיז, קענען אויך אביסל פארשטיין פארוואס די רעגירונג איז נישט אזוי דערשראקן פון יענע שטודיע.
און וויבאלד מען האט דא געברענגט א ספעציפישע שטודיע האט מען עס אנגעהויבן דעבאטירן, ערגעץ ווען אין די דעבאטע איז ארויסגעברענגט געווארן די פאקט אז די אויספיר פון יענע שטודיע זעלבסט איז בלויז א פארדאכט, נאכאמאל: נישט קיין באשטעטיגונג אז איינס פון יעדע פיר און ניטאמאל א באשטעטיגונג אז די צוויי זאכן זענען פארבינדן, א בלויזע פארשלאג פאר ווייטערדיגע שטודיעס. דאס האט געמיינט אז פון דא און ווייטער דארף די דעבאטע גיין אדער אויף אנדערע שטודיעס אדער אויף סייענטיפישע ערקלערונגען פארוואס די צוויי זאכן זאלן מעגליך יא אדער נישט זיין פארבינדן. (איך האף אז דער עולם דא פארשטייט די חילוק פון סייענס און סטאטיסטיקס, און איך האף אז דער עולם ווייסט אז די צוויי זאכן ברויכן גיין צוזאמען.)
אבער איינער דא האט זיך גע'עקשנ'ט און איז נישט פארטיג געווארן מיט יענע שטודיע, דא האב איך אריינגערעדט, און איך האב אים פראבירט קלארצושטעלן אז יענע שטודיע איז אינדערויסן פון פראגע ווען די וואס האבן עס דורכגעפירט זאגן קלאר "מיר קענען נישט איבערצייגן מיט אונזער שטודיע אויף גארנישט אבער מיר טוען פארשלאגן ווייטערדיגע פארשונגען", אויב דו געדענקסט, האב איך אויסגעפירט אז יענע שטודיע שטעלט בלויז אראפ די טעאריע, און דעריבער איז די אינהאלט פון יענע שטודיע מער נישט גילטיג, און אויב איינער וויל וויסן אויב ער זאל געבן דעם וואקסין פאר זיין קינד, דארף ער זיך רוקן פאראויס אין די פראגע, וואס דאס איז "זענען די צוויי זאכן פארבינדן?"
דו האסט ווארשיינליך געזען אין מיינע שורות ווי איך זאג "און מער מיט א ספעציפישע בליק איז ארויסגעברענגט געווארן די דריי פאקטן", און דאס האט דיר געמאכט מיינען אז איך זאג דאס אבער ניין, איך האב פארציילט וואס עס איז ארויסגעברענגט געווארן דא, די זאכן וואס שטיצן אונטער די טעאריע אז "צוויי זאכן וואס האבן פאסירט צוזאמען מוזן נישט זיין פארבינדן" אזוי ווי איך האב אנגעהויבן אין יענע תגובה, און דאס איז געווען אין אריינפיר צו מיין פוינט אז ווילאנג ער ברענגט נישט אז יענע שטודיע'ס אויספיר איז נישט אזוי (דאס מיינט ער קריגט זיך פון א פאקטישע פונקט) אדער אז אויף עפעס א אופן דארף דאס זיין גענוג איבערווייז פאר אונז כאטש עס איז נישט גענוג פאר זיי (דאס מיינט אז ער זאל זיך ענדערש אריינלייגן אין לאקשן קוגל), קען עס נישט זיין א טייל אין דעבאטע. און דער פאקט אז צוויי זאכן וואס האבן פאקטיש פאסירט אינאיינעם קען זיין א צופאל, פאלט נישט אוועק אפילו אויב מען האט שוין היינט יא איבערווייז אויף איין וועג אדער אויף די אנדערע.
יעצט, דו באציעסט זיך צו די צווייטע פון די דריי פאקטן, דו זאגסט אז די רעגירונג זאגט נישט אז זיי האבן איבערווייז אז נישט, נאר אז זיי האבן נישט קיין איבערווייז אז יא. אז דו זאגסט אזוי גלייב איך דיר, בעיקר וויבאלד איך ווייס נישט פארקערט, אבער אז איך בין שוין דא וועל איך קלאר מאכן וואס דאס מיינט.
דאס מיינט אז עס איז דערווייל נישט דא קיין איבערווייז אז די צוויי זאכן זענען בכלל פארבינדן.
וואס דאס קען מיינען:
דאס קען מיינען אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די וואקסין איז נישט רעקאמענדירט. די סיבה נישט צו רעקאמענדירן איז אייביג באזירט אויף איינס פון די דריי סיבות: 1) די וואקסין איז נישט נויטיג. 2) די וואקסין העלפט נישט ביי גענוג א גרויסע פראצענט. 3) די וואקסין איז נישט באשטעטיגט צו זיין הונדערט פראצענט פארזיכערט. (ובדרך אגב, וויאזוי ווערט די רעגירונג געשטעלט אין חשד צו זיין איינזייטיג צוליב א פראגע איבער א וואקסין וואס איז נישט רעקאמענדירט..? אויף דעם וועג קען מען גיין ווייטער, איך קען דיר ברענגן א ליסטע פון שפעקולאציעס איבער די צענדליגע נישט באשטעטיגטע וואקסינען וואס מען האט נישט ווייטער געפארשט..)
דאס קען מיינען אז די טעאריע איז נישט גענוג אונטערגעשטיצט סטאטיסטיש אז מען זאל דארפן אריינקוקן ווייטער דערין.
דאס קען מיינען אז די טעאריע איז נישט גענוג אונטערגעשטיצט סייענטיפיש אז מען זאל דארפן אריינקוקן אין סטאטיסטישע איבערווייז.
דאס קען מיינען אז די סטאטיסטישע איבערווייז האט געוויזן אז אפילו אויב עס איז יא פארבינדן איז דאס ביי גענוג א קליינע פראצענט אז דאס קען נישט אפעקטירן די בענעפיט/ריזיקע אפשאצונג וואס פארלאנגט זיך צו קענען באשטעטיגן א וואקסין.
דאס איז בעפארן ליינען די איבעריגע תגובות דא פון די וואס האב געטון מער ספעציפיש אין די פראגע, און איך וועל לאזן די איינצעלהייטן פאר זיי, און אויב דו ווילסט הערן דווקא פון מיר לאז מיר דאס וויסן, און אין פאל איך וועל איין טאג אריינקוקן דערין וועל איך בלי נדר קומען צו דיר מיט א ביאור.
אדער אין פאל איך וועל ווערן אויפגענומען דורך אייוועלט וועל איך דאס סייווי טון אין טייל פון מיין ארבעט (ווי זאגט יענער? Just Kidding..), און אויב איך וועל ווערן אויפגענומען דורך די רעגירונג צו זיין דער פארשער אויף אלע וואקסין פארבינדענע פראגעס, וועל איך אויך נישט פארגעסן פון אייוועלט און ארויפקומען דא יעדע שטיק צייט.
און צום אויספיר:
פון יעצט און ווייטער ביטע מיר ערלויבן אליינס אויסצואוועלן אין וואס איך וויל אריינרעדן און אין וואס נישט.
דו קענסט מיר צווינגען אריינצורעדן אין א אנגעלגנהייט בלויז אויב דו שטעלסט אין פראגע עפעס וואס איך האב געזאגט בעפאר.
און אויב דו האסט מיר אומריכטיג פארשטאנען: פראביר קודם צו איבערליינען, און קאנצעטריר דיר אויף מיין פוינט, אזוי וועסטו לכאורה פארשטיין וואס איך זאג יא און וואס איך זאג נישט.