אין דעם לעצטן יאָר האָבן מיר זיך אַלע פאַראייניגט, גאַנץ כלל ישראל, כאיש אחד ובלב אחד, ״לתפלה ולמלחמה״, אויפ׳ן רוף פון אונזערע גדולי ישראל, צו באַקעמפן די גזירה אויף אונזערע קינדער, אויף אונזער זכות קיום.
״לתפלה״, ביי די ימי תפלה אין די קהלות ומוסדות און יעדער יחיד פאַר זיך; ״למלחמה״ מיט׳ן אונטערשרייבן די ״פּעטיציעס״ אויסצודריקן אונזער שאַרפסטע התנגדות קעגן די רעגירונג׳ס זיך אַריינמישן אין אונזער חינוך.
אצינד איז געקומען די צייט פאַר׳ן ״לדורן״; כלל ישראל מוז צושטעלן דעם פינאַנציעלן רוקן-ביין פאַר אונזער הייליגן קאַמף — דער קאַמף ״פון כלל ישראל, פאַר כלל ישראל״!
אַלע קהלות, אַלע מוסדות התורה, ווערן פאַרטרעטן אין דעם קאַמף דורך ״פּיערלס״, די אָרגאַניזאַציע וואס נעמט צוזאַם אַלע מוסדות אונטער איין שירעם, כדי צו קענען באַקעמפן די סכנות מיט אַ מעכטיגן כח הרבים.
אַלע רבנים, אלע ראשי המוסדות, אלע אדמיניסטאטארן, האלטן מיט פונדערנאָענט די הייליגע פּעולות.
סיי ״לעגאַל״, אויפהאלטנדיג אַ גאָר טייערן ״ליגעל טיעם״ פון אַדוואָקאַטן וועלכע קעמפן אין די געריכטן; סיי מיט ״לאביאירונג״ ביי די רעגירונגס-אינסטאנצן קלארצושטעלן אונזער פאראייניגטע קלארע שטעלונג; סיי מיט׳ן אַרויסהעלפן פּריוואט יעדע מוסד זיך באַשיצן פון סכנות און אינספּעקשאָנס קעגן די מוסדות אא״וו; סיי מיט די ״פּאָבליק רילעישאָנס״ אפּצוקעמפן די נעגאַטיווע באַריכטן און שעדליכע העצע קעגן דעם חינוך; און אומצאָליגע אַנדערע אַקטיוויטעטן הינטער די קוליסן למען הצלת חינוך דורותינו ומוסדותינו אין ניו יאָרק פּיערלס טוט די אַרבעט וואָס יעדער מוסד בישראל וואָלט אַליין געדאַרפט טון! פּיערלס טוט די אַרבעט וואָס יעדער אידישער טאַטע וואָלט אַליין געדאַרפט טון, צו אויסקעמפן די רעכטן פון אונזערע קינדער!
ס׳איז קלאר ווי דער טאג, אז כדי כלל ישראל זאל זיגן אין דעם קאמף, מוז כלל ישראל האבן א פאראייניגטן פראָנט!
די פּעולות קאסטן אפּ שווערע מיליאָנען, און ״פיערלס״ ברעכט שוין אונטער פון דעם גרויסן לאַסט.
מאובי תחכמנו! די אנטי-חינוך עלעמענטן שרייבן אויף שווערע געלטער פון די פרייע, רעפאָרם-אידן, אַנטי-רעליגיע גרופּעס און פאַרשידענע בייזוויליגע אינטערעסן צו קענען דורכפירן זייערע פינסטערע אַקטיוויטעטן צו העצן אויף כלל ישראל און אונזער ריינעם חינוך.
איך האף אז ס'גייט נישט זיין קיין אינטערנעט קאמפיין, CHARIDY אדער אנדערע אינטערנעט. ווייל איך האב נישט די כלים און ווען א ערליכע מוסד מאכט אזא סארט אינטערנעט קאמפיין איז עס חוזק געמאכט פון די גאנצע אינטערנעט מערכה.
דא שרייסטו אינטערנעט נאר לצורך פרנסה, מאך א ווייט ליסט, האב א פאון אן טעקסט און ווען א מוסד אדער ארגאניזאציע דארף אפאר טאלער, איז אלעס מותר. WOW. התירו פרושים את הדבר?
ממילא האף איך אז די וואס פירן אן PEARLS וועלן נישט נאכגיין די לינקע ארגאניזאציעס און קאמפיין. נאר מאכן א קאמפיין מיט אן ערנסטקייט
פערלס זאל זיין א וועג-ווייזער פון צאו לך בעקבי הצאן. א קאמפיין על טהרת הקודש.
אין די יעצטיגע מינוט'ן קומט פאר א אסיפת הרבנים אין שטאט בארא פארק, לטובת די כלל ישראל קאמפיין פאר די פערל'ס ארגענזאציע, בביתו נאוה קודש פון מונקאטש רבי שליט"א.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
קיסריה האט געשריבן:איך האף אז ס'גייט נישט זיין קיין אינטערנעט קאמפיין, CHARIDY אדער אנדערע אינטערנעט. ווייל איך האב נישט די כלים און ווען א ערליכע מוסד מאכט אזא סארט אינטערנעט קאמפיין איז עס חוזק געמאכט פון די גאנצע אינטערנעט מערכה.
דא שרייסטו אינטערנעט נאר לצורך פרנסה, מאך א ווייט ליסט, האב א פאון אן טעקסט און ווען א מוסד אדער ארגאניזאציע דארף אפאר טאלער, איז אלעס מותר. WOW. התירו פרושים את הדבר?
ממילא האף איך אז די וואס פירן אן PEARLS וועלן נישט נאכגיין די לינקע ארגאניזאציעס און קאמפיין. נאר מאכן א קאמפיין מיט אן ערנסטקייט
פערלס זאל זיין א וועג-ווייזער פון צאו לך בעקבי הצאן. א קאמפיין על טהרת הקודש.
אורח הכבוד האט געשריבן:אין די יעצטיגע מינוט'ן קומט פאר א אסיפת הרבנים אין שטאט בארא פארק, לטובת די כלל ישראל קאמפיין פאר די פערל'ס ארגענזאציע, בביתו נאוה קודש פון מונקאטש רבי שליט"א.