איינער מיט א קינד וואס האט יעצט טשיקען פאקס?

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

איינער מיט א קינד וואס האט יעצט טשיקען פאקס?

תגובהדורך שפע רב » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:47 am

א גוט יאר,

איך געב וואקסינס. אבער מיט די טשיקען פאקס וואקסין האב איך נאכנישט שלו' געמאכט. מיין גאנצע דור (און מיין בארד איז נאך שווארץ) האט עס געהאט און ס'האט קיינעם גארנישט פאסירט. איך בין מער באקוועם אז מיין 3-יעריג-מיידעלע זאל ווערן אימיונט דערצו אויף די וועג וואס דער בורא כל עולמים האט אויסגעשטעלט און נישט דורך די וואקסין.

מיין דאקטער ביי ODA (טאקע דארט אין פיסק פון לייב...) איז אויך נישט עפעס אזוי פאזעטיוו צו די טשיקען פאקס וואקסין.

איך זוך ווער ס'האט יעצט א קינד מיט טשיקען פאקס וואס קען פון מיר נעמען א לאלי און עס דערנאך צוריקגעבן.., וועל איך דאנקבאר זיין. מיין אישי איז אפען און אלעס וועט בלייבן באישי.

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:31 pm

די אשכול איז נישט וועגן וואקסינס. ביטע האלט אייך איין. טוט עס פאר שפע רב ובזכות זה תזכו לשפע רב. ייש"כ.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 2:23 pm

כ'מיין זאלסט זיך נישט רושן. לפי ידיעתי גייט טשיקען פאקס בעיקר ארום זוממער

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:31 am

שפע רב האט געשריבן:א גוט יאר,

איך געב וואקסינס. אבער מיט די טשיקען פאקס וואקסין האב איך נאכנישט שלו' געמאכט. מיין גאנצע דור (און מיין בארד איז נאך שווארץ) האט עס געהאט און ס'האט קיינעם גארנישט פאסירט. איך בין מער באקוועם אז מיין 3-יעריג-מיידעלע זאל ווערן אימיונט דערצו אויף די וועג וואס דער בורא כל עולמים האט אויסגעשטעלט און נישט דורך די וואקסין.

מיין דאקטער ביי ODA (טאקע דארט אין פיסק פון לייב...) איז אויך נישט עפעס אזוי פאזעטיוו צו די טשיקען פאקס וואקסין.

איך זוך ווער ס'האט יעצט א קינד מיט טשיקען פאקס וואס קען פון מיר נעמען א לאלי און עס דערנאך צוריקגעבן.., וועל איך דאנקבאר זיין. מיין אישי איז אפען און אלעס וועט בלייבן באישי.

מער מענטשן שטארבן פון טשיקן פאקס ווי פון רוטה וויירוס, טעטאנוס, פוליא, דעפיטעריע, וואפינגקאף.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט