מסע אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שבת פ’ תולדות תשפ”ב לעיר האבות סיגוט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מסע אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שבת פ’ תולדות תשפ”ב לעיר האבות סיגוט
אי"ה קומענדיגן אחרי קדושים וועט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א אפרעכטן א נסיעה קיין יוראפ, מיט נגידי סאטמאר לרגל דעם חנוכה הבית פארן נייעם ביהמ"ד עצי תמרים בעיר סיגוט רומעניע !!
ושבתי בשלום אל בית אבי:
היסטארישער "שבת אין סיגוט" מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א באשטימט אויף פ' אח"ק הבעל"ט צום התחדשות פונעם הייליגן "שוהל-הויף"
להושיבי עם נדיבים: מסע הרוממה קיין עיר האבות
געווידמעט פאר בוני ומקימי הבית
בהתרגשות של שמחה ווערט אויפגענומען די נייעס צווישן אנ"ש, אז אום שב"ק פ' אחרי-קדושים הבעל"ט, באלד נאך יו"ט פסח, וועט בעזה"י געפראוועט ווערן א דערהויבענער שבת בעיר האבות "סיגוט", רומעניע, בצלא דמהימנותא קדישא פונעם ממשיך השושלת לבית עצי התמרים, כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, לרגל דער לאנג-ערווארטעטער "חנוכת הבית" פונעם נייעם בנין – ביהמ"ד ומקוה כשרה - וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויף די אלטע הייליגע יסודות פונעם היסטארישן שוהל-הויף, דאס וויגעלע פון חסידות סיגוט-סאטמאר.
די דערהויבענע נסיעה מיט'ן רייכן שבת קודש ווערט געווידמעט במיוחד פאר די קרואי מועד, די גליקליכע בוני ונדיבי הבנין, די אלע וועלכע האבן זוכה געווען ארויסצונעמען א חלק שותפות אין דעם הייליגן פראיעקטן לעשות רצון צדיק פונעם רבי'ן שליט"א, געבנדיג דעם געלעגנהייט צו קענען דאסמאל צוריקקומען זעהן מיט די אייגענע אויגן די פירות פון זייער נדבה און אינאיינעם פייערן די בשותפות'דיגע שמחה פון החזרת עטרה ליושנה, זעהנדיג באשיינפערליך דעם "בית צדיקים יעמוד".
מה נורא המקום הזה! אויף דעם אדמת קודש האבן די הייליגע רבי'ס לבית עצי התמרים, צדיקים וגאוני ארץ, דור אחר דור, אנגעהויבן ביי הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע, דער הייליגער ייטב לב זי"ע, דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, דער הייליגער עצי חיים זי"ע, הגה"ק רבי זלמן לייב'עלע זי"ע הי"ד, דער לעצטער סיגוטער רב איידער'ן קריג, און נאך די מלחמה מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, אפגעראכטן זייער עבודת הקודש מיט מסירת נפש, געפירט הייליגע טישן, געזעגנט דעם עולם און גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער, געפירט מערכות קודש פאר'ן קיום הדת, געלערנט מיט תלמידים און פון דארטן פארשיינט די וועלט וואס די השפעה דערפון באגלייט דאס יהדות החרדית עד היום הזה.
מיט התרגשות קודש האט דער רבי שליט"א קורא שם געווען דער ביהמ"ד "בית המדרש עצי התמרים", לזכר נשמתם הטהורה פון אבותיו ורבותיו הק' לבית עצי התמרים זי"ע.
די בוי-ארבעט האלט שוין אין די לעצטע פאזעס און ס'ווערט אצינד פארלייגט אינטענסיווע כוחות אז מ'זאל קענען נאכקומען די ארבעט און ענדיגן דעם בנין מיט אלע איינריכטונגען, אז ס'זאל זיין גרייט ברוב פאר והדר אויף די נסיעה.
עס איז איז נאך פאראן ממש געציילטע זכותים נצחיים, צו קענען זיך איינהאנדלן אין אזא הייליג פלאץ. צו הערן מער פרטים און צו קויפן א זכות קען מען זיך פארבינדן מיט הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו, יו"ר ועד לחדש אורה, אויפ'ן נומבער: 845.590.5835.
די בעפארשטייענדע נסיעה; פילע געהויבענע מאמענטן!
ווי די פאריגע נסיעות מיט'ן רבי'ן שליט"א בעיר האבות סיגוט, פארשפרעכט בעז"ה די בעפארשטייענדע מסע הקודש, א "שבת מיט'ן רבי'ן אין סיגוט" צו זיין א גאר דערהויבענער איבערלעבעניש, היסטאריש, גייסטרייך, מלא התרוממות, התעוררות והתחזקות הנפשות.
איינס פון די קלימאקסן פון די נסיעה איז ערווארטעט דער התרגשות'דיגער מעמד 'סיום כתיבת אותיות וחגיגת הכנסת ספר תורה', וואס ווערט געשריבן לע"נ רבותיה"ק זי"ע, און וועט שטיין צום באנוץ אינעם דארטיגן בנין פאר אלע באזוכער.
דורכאויס די נסיעה וועט מען אויך האבן די זכי' מיטצוהאלטן התעוררות'דיגע מאמענטן ביים פוקד זיין מנוח"ק פון רבותינו הק' אין סיגוט, ווי אויך אין אוהעל ביים הייליגן ישמח משה זי"ע, און אין צאנז ביים הייליגן דברי חיים זי"ע, און אין ליזענסק ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וואו מ'וועט מעורר זיין רחמי שמים און בס"ד פועל'ן אלעס גוטס.
אין די פארגאנגענע טעג איז געווארן ארויסגעשיקט ספעציעלע איינלאדענונגען צו אלע נדיבי לב, בוני ומקימי חצר הקודש, צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה ולראות ברכה בעמלם. ווי פארשטענדליך, פאדערט זיך גענוג צייטליך צו קענען וויסן מי ומי ההולכים, צו קענען צוגרייטן אלע ענינים פאר אזא נסיעה לויט'ן געברויך, דערפאר איז צו ערווארטן די באלדיגע באשטעטיגונגען און רעזערוואציעס פון די חשוב'ע נדיבי לב. צו רעזערווירן קען מען זיך פארבינדן מיט 'ללכת' אויף 845-203-4020.
מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאו מתוך ההפכה; התעוררי התעוררי כי בא אורך!

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24331
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9970
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
אהבת השם האט געשריבן:אהבת השם האט געשריבן:אלטער האט געשריבן:וואס דארף זיין די אפצאל זיך צו באטייליגן דארט?
ארום 8,000 דאלער
טיקעט/האטעלן/עסן/מיט די 5,000 וואס קאסט !!
און די 8,000 איז שוין אריין גערעכנט אלעס אדער 8,000 פארן בנין און 5,000 פאר די זייטיגע?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
מומחה יוחס האט געשריבן:זייער ווייניג
אין סקווירא האט מען געבעטן מער
סאטמאר און סקווירא האבן נישט קיין שייכות חוץ אז זיי זענען שוואגערס !!
סקווירא בויעט מען פאר 10 מאל אזויפיל געלט !!
עשירים געבן לכאורה סאך מער פאר זכותים אינעם בנין דאס איז פאר עמך אידן וואס ווילן מיטגיין קאסט עס די טיקעט/האטעל/עסן, פלאס די 5000 וואס מען בעט פון דיר !!!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35237
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
דא האט מען גערעדט פון דעם פראיעקט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8836
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
אהבת השם האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:זייער ווייניג
אין סקווירא האט מען געבעטן מער
סאטמאר און סקווירא האבן נישט קיין שייכות חוץ אז זיי זענען שוואגערס !!
סקווירא בויעט מען פאר 10 מאל אזויפיל געלט !!
עשירים געבן לכאורה סאך מער פאר זכותים אינעם בנין דאס איז פאר עמך אידן וואס ווילן מיטגיין קאסט עס די טיקעט/האטעל/עסן, פלאס די 5000 וואס מען בעט פון דיר !!!
דאס איז טאקע דער חידוש, פארוואס ניצט מען נישט אויס א נסיעה מיט'ן רבין פאר גרעסערע (אין וויכטיגערע) פאריעקטן, ווי מ'קען שארן גאלד?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
- גליקליכע אינגערמאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 793
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am
אהבת השם האט געשריבן:במשך די נסיעה וועט די רבי מתפלל זיין ביי
הרה"ק בדברי חיים זי"ע
הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק זי"ע
הרה"ק ראפשיצער רב זי"ע
רבותינו הקדושים בעיר סיגוט
הרה"ק הישמח משה זי"ע באוהל
WOW דאס איז א ווייטע מהלך פון צאנז, ליזענסק (פוילן) צו סיגוט (ראמעניע) צו אוהעל (אונגערן), וויפיל פליגער'ס גייט מען נעמען?
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9082
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
דממה דקה האט געשריבן:אהבת השם האט געשריבן:ושבתי בשלום אל בית אבי:
דו האסט צוגעלייגט א ווארט, עס שטייט נישט אזוי אין די סימבאל.
שע, פע, טשע, קע, רע, שע.. נאַ! אלעס באמערקט ער דער.. שוין.
מ׳מיז פארלאנגען אסאך געלט צו קומען אויף שבת, סיגוט איז נישט מירון, ווער ס׳איז שוין דארט געווען ווייסט. אויב בעט מען דערפאר פון 5 הונדערט ביז טויזענט דאללער וועלן זיך אהין אנרוקן 2 טויזענט סאטמוירעם.. גאנץ רומעניע וועט זיך צוזאמלייגן, ס׳וועט זיין כאאס.
אזוי האט מען ארויסגענומען יעדן לעכל וואס קען נאר דינען אלטס אן אכסניה, די האטעלן אפגערעדט.. נאר אפילו דירות פון לאקאלע פויערן וואס לאזן זיך פארדינגען. אלעס איז געבוקט. מ׳בעט אסאך געלט, נאר אזוי קען עס בלייבן אין קאנטראל.
רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר האלף
- תגובות: 1374
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:אהבת השם האט געשריבן:ושבתי בשלום אל בית אבי:
דו האסט צוגעלייגט א ווארט, עס שטייט נישט אזוי אין די סימבאל.
שע, פע, טשע, קע, רע, שע.. נאַ! אלעס באמערקט ער דער.. שוין.
מ׳מיז פארלאנגען אסאך געלט צו קומען אויף שבת, סיגוט איז נישט מירון, ווער ס׳איז שוין דארט געווען ווייסט. אויב בעט מען דערפאר פון 5 הונדערט ביז טויזענט דאללער וועלן זיך אהין אנרוקן 2 טויזענט סאטמוירעם.. גאנץ רומעניע וועט זיך צוזאמלייגן, ס׳וועט זיין כאאס.
אזוי האט מען ארויסגענומען יעדן לעכל וואס קען נאר דינען אלטס אן אכסניה, די האטעלן אפגערעדט.. נאר אפילו דירות פון לאקאלע פויערן וואס לאזן זיך פארדינגען. אלעס איז געבוקט. מ׳בעט אסאך געלט, נאר אזוי קען עס בלייבן אין קאנטראל.
געהערט אז זיי האבן א מעקס פין 500 בעטן.