סאיז געווען אין א אנדערע אשכול זייער א אנטיסעמיטישע ארטיקעל קעגען די אמעריקאנע אידענטום פון עפעס א אנטיסעמיט יענער רופט זיך מיט א העברעאיש קלינגעדיגע נאמען דוב האברטל, מסתמה שטאמט ער פון אידען אדער גאר פון רוסישע קריסטליכע עולים, איך בין אויפגעשוידערט געווארען צי זעען אן אטאקע אויף כלל ישראל נאכדערצי ווען סאיז אונטער די שלייער פון די סאציאלע מידיא, ווי אסאך אינגעלייט קענען ווערען צימישט, און מטאר דעס נישט לאזען אומפארענטפערט, ספעציעל איז געקומען די צייט פאר אונזערע היימישע צייטונגען צי שרייבען דערוועגען, מחמת כמה סיבות ווייל די קערעלעך פון שקר ווערט פונקט אזוי געפלאנצט ביי אונז און ווען אומוויסענדע נישט צי קלוגע נושרים גייען ארויס אויפן גאס בלעבלען זיי נאך די האס און אנטיסעמיטיזעם אומשילדיגערהייט אין א בחינה פון דער אינגעל ביי טיסא עסלאר,
ספעציעל ביי פארשידענע אויסגאבעס וועלכע שפראצען ארויס די לעצטע פינעף יאר מיט אן עדיטאריעל וועלכע טרעפט יעדע וואך צי זאגען עפעס פארן ציבור, זיי דארפען אויך שטיין על המשמר וואס זיי שרייבען, און איך פארשטיי אז זיי פילען זיך גוט צי שרייבען געוויסע זאכען וואס פילט זיך זייער גוט "שרייבעריש אויסציגעבען די געפילען" איז אבער נשתנו העתים און זיי זענען היינט א חלק פון די זאך וועם מדארף מעורר זיין נו ווער זאל זיי מעורר זיין?
דערפאר דארפען זיי אויך וויסען אז זיי טראגען א געוואלדיגע אחריות וואס יא צי שרייבען אין וואס "נישט צי שרייבען" אפי' כלומרשט ברמיזה אויב סאיז שעות שקר אין גענומען פון סאציאלע ווינטען וועלעכע בוזשעווען ארום מדי יום ביומו,
דעס וואס איך גיי דא שרייבען איז א מציאות, אבער קיינער מיט אגענדעס זאל עס פליז נישט אויסנוצען און ספעציעל קעגען קהילות און עסקנים, ווייל דע פראבלעם ווערט אויך געפיטערט פון אלע מינע העצעס אין מחלוקת ביי די היימישע כלל ישראל, מיר מוזען שטיין באחדות קעגען דע ווינטען פעלזען פעסט, און מיר קענען שטיין באחדות ווען סקומט צי דעם, אין נאר אזוי וועלען מיר מצליח זיין בעזר ה',
דער איזרעלי איז געבוירען מיט אנטיסעמיטיזעם אין א וויגעלע פייגערט אז סזאל זיין אנטיסעמיטיזעם אין די גאנצע וועלט אין קוקט שוין ארויס בכליון עינים ווען סוועט שוין זיין אנטיסעמיטיזעם אין ניו יארק רח"ל היה לא תהיא.
ווי דער סאטמערע רבי האט שוין יארען צירוק, "ווער סזעט גוט זעט ווי זיי ארבעטען זייער שווער דא אין אמעריקע אנציזייען שנאת ישראל" אזוי קוקט אויס די מצב אויף סאשעל מידיא ווען מהאט שייכות אהין אין צירוק, זיי נוצען דעס ליידער אויס אז זאכען זאלען ארויסגיין פון קאנטראל אין מדארף שטיין מוראדיג על המשמר,
סהאט אונז גארנישט געפעלט די לעצטע 70 יאר אין ניו יארק פון זייער נישט געבעטענע טובות מהאמיר זיך בה זייער גוט אן עצה געגעבען אן די אלע משחיתים, מדארף ווייטער שטיין מיילען פון זיי ובפרט אויף סאשעל מידיא קודם פאנגט זיך אן אז מחברט זיך מיט זיי מזאגט אחינו אתה נאכדעם האט איינע פון זייערע חברה די גאטס צי מסרן נאן סטאפ, נאכדעם קומט א צווייטע ציוני און פארדאמט אין דרייט אן א שטורעם וואס די ערליכע אידען ווישען אפ מיט שווערע שווערע ארבעט אין נאכדעם קומט א דריטע ציוני א שונא ישראל אין שרייט אן אומשילדיגע אידען פארוואס די צווייטע ציוני האט געטוויט אין פארוואס זשעק (נאמען נאר א משל) האט געמסר'ט און אזוי דרייט זיך א רעדעל,
אונז דארף מיר געדענקען ווער סאיז מיט אונז הלנו ולצרנו, ווער סגייט וויינען מער אויף א דרוזישע סאלדאט ווי אויף א ניו יארקע איד, יוסי געשטעטנער מוז ווידמענען זיינע כוחות אויב מיינט ער עס אמתדיג ,נאכציגיין די רודפים אויף די ניו יארקע אידענטום ווייל זיי גייען זיך נישט אפשטעלען ווילאנג מגייט נישט אראפרייסען זייער שלייער, און אויפדעקען זייער בייזוויליגע כוונות,
יאפעד אנפירער זיצען טאג אין נאכט מיט עיפאק שוויצער עד דעי האלט זיך כסדר גרויס אז ער איז גוט מיט עיפאק אין מיט ציוניסטישע שישקעס און זיי רעדען כסדר מיט אים און זאגען אים כסדר אינפארמעישען , די אמת מוז געזאגט ווערען, איין זאך מוז זיין צווישען די ניו יארקע אידענטום א אחדות וואס מלייגט העכער אלע אינטערעסען, ווייל דע עלעמענטען נוצען דעס אויס, און לאמיר נישט האפען אויף די רחמנות פון די משחיתים אין וועלף אונז זעמיר כשה אחד בין שבעה זאבים, באמת דארף מען ווען די רעגירונג אינוועסטיגעטען יאפעד פאר א העיט גרופ און זעען זייערע קאנעקשענס, ווייל יעדע גוי ווייסט אז זיי טוען גארנישט אויף חוץ א שרעקליכע שנאת ישראל סא ווער פאנדעט זיי וואס ווילען זיי אונטער א שלייער פון ליבע אין רחמנות,
זיי האבען גענומען אן אוהב ישראל ווי קורטיס סליווא אין אים אנגעהעצט עפעס שרעקליך סאיז דא קליפס פון דעם, היינט ציטאגס האט זיך שוין קערטיס אויסגעדריקט אז סגעפעלט אים נישט די העיט וואס די "פאמאנא אנטיסימיטען פירען זיך אויף" (זיין לשון) ער האט געזאגט פאר איינעם פרייוועט אז ער פילט ווי זיי האבען אנדערע כוונות, כקען נישט דא אריינגיין באריכות אבער ער האט נאנסטאפ געהעצט קעגען אן עסקן און ווען יענער האט זיך פארבינדען מיט אים בתחנונום פרעגען וואס איז געשען האט ער געזאגט אז געוויסע גרופעס העצן מוראדיג קעגען אלע חרדישע וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס אין עסקנים אונטער די נאמען פון קאראפציע, אין קערטוס האט טאקע דעמאלטס צירוק געצויגען צי זיין קרעדיט ווען ער האט געזען וואספארא שוות שקר זיי נוצען, סהאט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די גרופעס (וואס אגב איינע פון זיי איז פארבינדען מיט א פרייע ליבה גרופע פון איזריעל דורך א פרוי לויער פון פאמאנע א פארברענטע ציוני, די פרוי האט מען געכאפט -דורך א צופאל קארט ארדער -רעד הענדעט אנפירען א שמוציגע וועבסייט קעגען אידען פון ניו יארק במחתרת,) נוצען געציילטע יוזפיל אידיאטס צווישען אונזער ציבור (די יעניגע האבען געהאט א באנטש תירוצים פארוואס זיי העלפען פארשפרייטען אנטיסעמיטיזעם, ווי סשטייט דאך שערי תירוצים לא ננעלו) יעצט בלייבט נאך איבער אין זאך צי דער דוב האלבערטאל איז נישט דער זעלבער דוב וואס האט אנגעדרייט גיוס פאר די ציוניסטישע אינטערעסען אין מיטל מזרח , אין דרייט זיך דא אין ניו יארק רעקרוטען יוגענטלעכע צי זייער מדינת ישראל מיליטער, כבין נישט זיכער העט מען דארפען אויסגעפינען