קהת האט געשריבן:דער בליץ האט מיר ארויס גענומען די גאנצע אפעטיט פון עס קויפן. אנשטאטץ צו לייגען אונטרעסאנטע פיקטשערס אויפן דעקל, לייגען זיי די סאטמערע רבי און גרויס, אויב זיי האבען שכל לייגען זיי אונטרעסאנטע בילדער אויפן דעקל ס'זאל ציען אנדערע קאסטאמערס א חוץ סאטמערע.
קענטעלאופ האט געשריבן:איך רייס נישט אראפ קיינעם אבער סזענען נאך דא אזעלכע וואס לעבן מיט א האס צו אונזער הייליגען רבי'ן דעם בעל דברי יואל ויואל משה זי"ע און קענען נישט סובל זיין א הייליג בילד פון אים. סאטמאר האט אבער א גרויסער רוב אינעם היימישן ניו יארק וואס ליינט אידיש. דעריבער האלט איך אז זיי האבן יא גוט געטון און סהאט זיך זיי געלוינט צו באקומען א שטיקל ערנסטער פנים. כבין נאר נייגעריג צו וויסן אויב פינאנציעל האט זיך עס זיי אויך געלוינט דהיינו אויב זיי האבן צובאקומען קאסטומערס יענעם חודש. מיין געפיל זאגט מיר אז יא
קהת און קענטעלאופ איך פארשטיי אז עטס שטייטס אויף צוויי אנדערע זייטן זה בכה וזה בכה, אבער עטס זענטס אויף איין פעידזש מיטן פרט אז אויב שטייט עפעס וועגן סאטמאר'ן רבי זצ"ל דאן שטייען געוואוסע מענטשן אוועק דערפון, מילא איז א קלער אויב דער בליץ וואלט געברויכט שרייבן פון אים.
לויט מיין עקספיריענס זענען דא אסאך מענטשן וואס זענען ווייט ווייט אוועק פון סאטמאר אבער ווען עס קומט צי א גוטע ארטיקל אדער ווערטלעך פון אים דאן שלינגען זיי דאס מיט דורשט.
מילא קענטעלאופ ברויכסט נישט מורא האבן צי עס האט זיך זיי דאס געלוינט, איך האלט אז יא.