דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערהאלטן אין אימעיל א נייע אידישע אויסגאבע אונטערן נאמען "דער בית", די ציל פונעם אויסגאבע איז צו דעקן די היימישע ריעל-עסטעיט מארקעט, גוט געשריבן און שיין אויסעגשטעלט

בייגעלייגט די ערשטע נומער פונעם "בית"
אטעטשמענטס
דער בית 1-11-16.pdf
(904.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 1382 מאל
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דאס זעהט אויס פיין!
וואו קען מען זיך אויפסיינען עס צו באקומען?
הק' איש ימיני
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

אזוי ווי כ'האב אביסל מיטגעהאלטן די חבלי לידה פון "דער בית", וויל איך וואונטשן א לחיים פאר די ארויסגעבער,
וועלכע האבן געהאט א לאנגיעריגע וויזיע און זענען אנגעקומען דאס צו בעז"ה פארווירקליכן בשעה טובה ומוצלחת.

דער ערשיינונג פונעם בית, פראפעסניעלע ווארע, געשריבן מיט א היימיש טעם, גערעדט צו ביזנעס לייט אין זייער שפראך, (איר'ט אמאל געהערט פון ענקארד טענעטס?... )
און דאך איז עס בלויז עטליכע זייטן, און נישט אין פרינט, ווייזט אונז אויף דער לאגישער און קאנסערוואטיווער מוח וואס שטייט הונטער דעם.
און זינט דער בית איז נישט אריינגעשפרינגען אין א ריזיגע ביזנעס אדווענטשור, מיט אסטראנאמישע הוצאות, האט עס א פיינעם טשאנס אנצוהאלטן פאר לאנגע יארן.

ס'האט אפילו א שאנס אז, יארן ארום, ווען איך וועל אויפגעבן מיין דזשאב און אריינגיין אין ריעל עסטעיט, ווי דער טאטע זז"ג האט געטון, זאל עס נאך זיין אראונד, לייוו ענד קיקינג!

סאך הצלחה וואונטש איך.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ב"ה אז עס קומט ארויס א זאך וואס זעהט אויס זאכליך און געשריבן זאפטיג.

עס איז אולי א דבר בעתו ווען מ'איז אזוי פארנומען מיט'ן זוכן צו לעזן דעם דירות קריזעס, א אויסגאבע ספעציעל איבער ריעל עסטעיט קען העלפן אביסל זיך אויפוועקן.

כ'שלאג פאר א געדאנק פון לויפן ארטיקלען איבער די "שטעט" אינדערהיים. וויאזוי מען האט "אמאל" געוואוינט צושפרייט אין אסאך גרויסע שטעט און אין קלענערע שטעט און וויאזוי מען איז "היינט" קאנצענטארירט אין די פאר גרויסע שטעט. סתם אן איידיע.

יה"ר שחפץ ה' בידם יצליח
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זעהט אויס א שיינע און אינפארמעטיווע זאך. די מארקעטס, מארגעדז רעיטס, גאלד און זילבער און אויל, אלעס גלייך אויבען, איז א ריזיגע איינפאל. גייט מען עס אויספרינטען און ליינען. לוקס לייק איט וויל בי עי סוקסעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

האט עס עפעס מיט די בעלבאס, אדער איז עס א נייע זאך לגמרי?
הק' איש ימיני
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

די אויסגעבע פלאנט צו ווערן די "רעיל דיל" פונעם היימישען ציבור?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דער שרייבער זאל מיר זייער אנטשולדיגן אבער די קעפל "טראמפ קאנדידאטור ברענגט נייע אויפמערקזאמקייט צו רעיל עסטעיט מארקעט אין ניו יארק און אומעטום" האט נישט גארנישט מיט וואס עס שטייט געשריבן אין די ארטיקל ער וואלט ווען ענדערש געדארפט שרייבן עפעס אז דער עולם זעט שוין איין אז טראמפ גייט זיין די נאמעני
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויסגערעכנט האט געשריבן:די אויסגעבע פלאנט צו ווערן די "רעיל דיל" פונעם היימישען ציבור?

ריל דיל פאקט ארויס נעמען פון עשירים און פון די וואס מאכן קנאקדיגע דיעל'ס, און דאס איז א חלק פון זייער סוקסעס, דערעולם גלייכט דאס, "דער בית" וועט לכאורה דאס נישט קענען נאכטון.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.

דא איז די צווייטע "דער בית," פון היינט מאנטאג פרשת בשלח. געדענקט צו זאגן מארגן דינסטאג פרשת המן, און מאכן אסאך געלט, אין ריעל עסטעיט און אין אלע אנדערע ביזנעס ליניעס.

https://files.acrobat.com/a/preview/15a ... 9e062d87c2

לאזט אייך הערן.

אלע עדס זענען "קליקעבל לייוו." מ'קען בשעת'ן ליינען גלייך שיקן אן אימעיל צו יענע קאמפאני-מענטש. (אבער נאר ווען מ'האט די PDF געהעריג, נישט בלויז א פריוויו.)
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

פארפאלן, "אידישע וועלט" איז אסאך מער פאפולער ווי מ'קען מיינען. דער עולם זוכט יא גוטע קוואליטי.

אין ווייניגער ווי א שעה, האבן 99 מענטשן געקליקט אויפ'ן פרישן "דער בית."

פאריגע וואך ביים ערשטן מאל איז עס אויך געווען אזוי בליץ-שנעל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

איך האב געקליקט אפאר מאל מחזק צו זיין די זאך :wink: :lol:
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

זעהט אויס זייער געשמאק און אינהאלטסרייך, הערליך און ניעט אויסגעשטעלט.
וואס כ'האב יא באמערקט איז אז ס'האט ממש נישט קיין בילדער, וואס גיבט צו גאר אסאך לעבהאפט און קאליר צו אן אויסגאבע, הגם מ'רעדט טאקע צו 'ביזנעס לייט' און נישט צו קינדער..
דאס איז אלעס מיין נישטיגע אפיניען, קען זיין עס איז ספעציעל אזוי.
אינעם צווייטן אויסגאבע האט מען יא פארגינט איין בילד זעה איך.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:די אויסגעבע פלאנט צו ווערן די "רעיל דיל" פונעם היימישען ציבור?

ריל דיל פאקט ארויס נעמען פון עשירים און פון די וואס מאכן קנאקדיגע דיעל'ס, און דאס איז א חלק פון זייער סוקסעס, דערעולם גלייכט דאס, "דער בית" וועט לכאורה דאס נישט קענען נאכטון.

א גוטע אויסגאבע צילט נישט "נאכצומאכן."
"ריעל דיעל" איז גוט ווייל ער איז ארגינעל, אזוי אויך יומבי, בראונסטאון, אבזערווער, קרעינס, און אלע אנדערע אין דעם פעלד, און בכלל אלע אויסגאבעס אין זייער פעלד. "נאכמאכן" איז ביסודו אפגעפרעגט, און עס דערקענט זיך פריער אדער שפעטער מיט אלע קאנסקווענצן.
אזוי אויך, די נייע אויסגאבע "דער בית" איז נישטא "נאכצומאכן" בכלל. עס איז ב"ה א חידוש אין אלע מובנים, און דער עולם אנטפאנגט עס בסבר פנים יפות.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיינע פראפעסיאנעלע ארבייט, כאטש כ'האב נישט געטראפן צופיל חידושים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זייער געשמאק צו לעזען, און היות ס'קומט מיר נישט אויס צו לייענן די נייעס אנאליזין אין אלגעמיינע צייטונגען, האב איך זייער הנאה דערפון. כה לחי!

***
איבער דעם ענין וואס זיי שרייבן אין די הויפט ארטיקל לגבי די פרייזן אין די אידישע מארקעט, לענ"ד קען עס יא שטארק אויסמאכן אויב ס'קומט אן אלגעמיינע קראך, און דאס איז לגבי זיך אויסשפרייטן אין ווילאמסבורג, טיף אריין אין בעד-סטיי, ביז יעצט פלעגט מען טענה'ן אז פון די גוים באקומט מען מער, ממילא אדער פארדינגט מען עס פאר'ן גוי, אדער בעט מען פונעם איד די זעלבע פרייז, אבער למעשה קען מען שוין נישט בעטן היינט אזויפיל פון די גוים, און אויב וועט פאלן די פרייזן, וועט זיך עס מוזן אנזען בעז"ה אויך ביי די אידישע מארקעט.

****
איך וואלט געקענט באשטיין צו זען א גרונטליכע אנאליז, וויאזוי די נידריגע אויל פרייזן קענען אפעקטירן די האזוינג מארקעט, דהיינו אז פילע בענק האבן זייער אסאך געלט אינדרויסן, און אלעס מיט די חשבון פון הויכע אויל פרייזן, אבער יעצט אז ס'איז אזוי נידריג, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז פילע קאמפאני'ס וועלן נישט קענען באצאלן די געלט פאר די באנק, און דאס וועט ווייטער צו ברענגען אז די בענק זאלן קראכן אדער זיך אפהאלטן פון געבן גרינג הלוואות אויף הייזער, און דאס וועט דערנאך שטארק פארשטייטערן די געלויף פון די הויכע ריעל עסטעיט פרייזן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אפשר לוינט בעסער עס אויסצושטעלן לענדסקעיפ. עס וועט זיך בעסער ליינען אויפן קאמפיוטער
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.

דא איז די צווייטע "דער בית," פון היינט מאנטאג פרשת בשלח. געדענקט צו זאגן מארגן דינסטאג פרשת המן, און מאכן אסאך געלט, אין ריעל עסטעיט און אין אלע אנדערע ביזנעס ליניעס.

https://files.acrobat.com/a/preview/15a ... 9e062d87c2

לאזט אייך הערן.

אלע עדס זענען "קליקעבל לייוו." מ'קען בשעת'ן ליינען גלייך שיקן אן אימעיל צו יענע קאמפאני-מענטש. (אבער נאר ווען מ'האט די PDF געהעריג, נישט בלויז א פריוויו.)

dropbox or copy please
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.

דא איז די צווייטע "דער בית," פון היינט מאנטאג פרשת בשלח. געדענקט צו זאגן מארגן דינסטאג פרשת המן, און מאכן אסאך געלט, אין ריעל עסטעיט און אין אלע אנדערע ביזנעס ליניעס.

https://files.acrobat.com/a/preview/15a ... 9e062d87c2

לאזט אייך הערן.

אלע עדס זענען "קליקעבל לייוו." מ'קען בשעת'ן ליינען גלייך שיקן אן אימעיל צו יענע קאמפאני-מענטש. (אבער נאר ווען מ'האט די PDF געהעריג, נישט בלויז א פריוויו.)

הערליך, פראפעסיאנאל און געשמאק! כה יתן ה' לשבוע הבא

א קליינע הערה, פארשטייט זיך אויף בעסער צו מאכן. פעלט אויס עטוואס מער 'היימישע' ריעל עסטעיט נייעס, מהנעשה והנשמע בישובי אחב"י

אויך, עווענטועל, אן ארטיקל צוויי באריכות, אויסער די נייעסן און טאבלעטן.

הצלחה רבה!
יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושע משה יחזקאל הלוי »

תתחדש!!! און גרויס הצלחה צו די וואס שטייען אונטער די אונטער נעמונג! כהאב שוין לאנג געטראכט אז עס מעג ארויסקומען אין אידיש עקסטערע מאגעזינען פאר געזונט, פינאנציעל\ביזנעס, אא''וו (גראדע לעצטענס האט דער צייטונג און דער איד אנגעפאנגען צו ביישרייבען אין אן עקסטערע פלאטפארמע אבער סאיז נאך דא פלאץ זיך צו פארבעסערן)
גראדע בין איך נייגעריג וויאזוי די עולם קען העלפען אז די מאגעזין זאל מצליח? זיין חוץ פון קליקען די לינק...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.

דא איז די צווייטע "דער בית," פון היינט מאנטאג פרשת בשלח. געדענקט צו זאגן מארגן דינסטאג פרשת המן, און מאכן אסאך געלט, אין ריעל עסטעיט און אין אלע אנדערע ביזנעס ליניעס.

https://files.acrobat.com/a/preview/15a ... 9e062d87c2

לאזט אייך הערן.

אלע עדס זענען "קליקעבל לייוו." מ'קען בשעת'ן ליינען גלייך שיקן אן אימעיל צו יענע קאמפאני-מענטש. (אבער נאר ווען מ'האט די PDF געהעריג, נישט בלויז א פריוויו.)

ביטע לייגט עס אויך אלץ א עטעטשמענט (אזוי ווי די פריעריגע); כ'האב נישט קיין עקסעס צו אקראבאט און נישט צו קאפי.

א דאנק
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דער פייל איז צו גרויס צו אטאטשירן אויפאמאל, דא איז עס אטאטשירט צעטיילט אין צוויי PDF פיילס:
אטעטשמענטס
Der Bayis 2.1-4-min.pdf
(246.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 328 מאל
Der Bayis 2.5-8.pdf
(166.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 291 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א גרויסען דאנק פאר זיך באמיען;

מיר האבען הנאה געהאט פון די פריערדיגע אויסגאבע וועלען מיר זיכער הנאה האבען פון דיע אויך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אזוי ווי עס זעהט אויס ווי די ארויסגעבער ווילן הערן פון דעם עולם איבער זייער אויסגאבע, וועל איך נעמען די געלעגענהייט און שרייבן מיינע געציילטע הערות.

1) אויפן ערשטן אדער צווייטן בלאט זאל זיין א מפתח הענינים.

2) וויבאלד די אויסגאבע איז געצילט פאר היימישע ליינער זאלן די ארטיקלן רילעיטן יעדע נייעס מיט אן עקספלענעישאן, וואס האט עס מיט מיר? למשל מ'קען שרייבן הונדערטער בלעטער נייעס פון אלעס ארום ריעל עסטעיט אין ניו יארק אבער די באטאם ליין איז, וואס איז עס מיך נוגע? ווי וועט עס מיך אפעקטן? ווי איר האט געטאן אין די 'פרישע קאנדא ווארענונג' ארטיקל ביים סוף.
למשל, די נייעס וועגען זדשי אי מופן קיין באסטאן, א געוואלדיגע נייעס, איר ווייסט אפשר אויך אז זדשי אי האט פארקויפט זייער GE CAPITAL דיוויזדשאן פאריגע חודש פאר וועלס פארגא? איך מיין אסאך נייעס קען זיין אינטערעסאנט, פאר דעם האמיר דאך אסאך אשר יצר פאפיר יעדע וואך פון אנדערע, אויב קען מען די ארטיקלן רילעיטן צום ליינער וועט די אויסגאבע קענען טראגן דעם קרוין פון נייעס פאר פראפעשענאלס.
אויך קען די אנאליסיס זיין פון געגענטער וואס איז נאנט צו היימישע ישובים. אזוי זאלן מענטשן ארויסהאבן וואס עס טוט זיך ארום זיי.

3) אנאליסיס. איין אנאליסיס ארטיקל איז ווערט מער פון הונדרעט נייעס ארטיקלן. (קרעדיט: אפענע וועלט. אידישע וועלט שרייבער) אויב איר קענט צוזאמענעמן אביסל אמת'ע אנאליסיס פון היימישע געגענטער, למשל פון בראקערס א.ד.ג.) און דאס אהערשטעל און א פארמאט ווי דאס בייגעלייגט, וועט איר היטן א מיילסטאון.
זעה בייגעלייגט וואס מיינט אנאליסיס (צוטיילט אין 2 צוליב די סייז)

4) איך האף אז איר וועט בלייבן זעלבסשטענדיג און נישט ח''ו ווערן אונטערגעקויפט אדער מאניפולירט פון היימישע בראקערס און דעוועלאפערס, דער עולם היינט און די 'אפענע וועלט' איז זייער קלוג און וועט גלייך שמעקן אויב איר הייבט אן צו נויגן צו די זייט פון די אויבענדערמאנטע וואס קען ח''ו זיין סתימת הגולל אויף אייער אויסגאבע.
אטעטשמענטס
The Elliman Report_ 4Q-2015 Brooklyn Sales prepared by Miller Samuel Real Estate Appraisers.pdf
(85.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 325 מאל
The Elliman Report_ 4Q-2015 Brooklyn Sales prepared by Miller Samuel Real Estate Appraisers-2.pdf
(87.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 321 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
נא_שכל האט געשריבן:זייער געשמאק צו לעזען, און היות ס'קומט מיר נישט אויס צו לייענן די נייעס אנאליזין אין אלגעמיינע צייטונגען, האב איך זייער הנאה דערפון.... איך וואלט געקענט באשטיין צו זען א גרונטליכע אנאליז, וויאזוי די נידריגע אויל פרייזן קענען אפעקטירן די האזוינג מארקעט...

א דאנק פאר די ווארימע ווערטער, און מיר האבן נארוואס געפינען אן אינטערעסאנטע אנאליז מענין לענין באותו ענין, מיט'ן הויפט קונץ אז דער קעפל פון יענעם ארטיקל לאזט נישט קיין מינדעסטע חלום אז די אינהאלט ברענגט ארויס דעם ענין וואס מען רעדט.

אי"ה אין קומענדיגן "דער בית."
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”