זאג א גוטס האט געשריבן:שארף און קליג האט געשריבן:התבונני האט געשריבן:שבת פארטי האט געשריבן:איך האב עס אויך ליב און כ'פארשטיי סאיז נישט קיין מאגאזין נוסח מאגאזין און איך בין נישט קיין אראפרייסער. איך פרעג א יסודותדיגע שאלה, פאן אינטענדעד.
מיין שאלה איז וואס ברענגט עס צום טיש וואס איז נאכנישטא אין אלע אנדערע "נישט מאגאזינען" ווי ליכטיגע היים, פאמיליע, בעלייכטונגען, אורות, דער אוצר, מעלות וכו'.
ס'האט שיינע אינטרעסאנטע זאכן וואס די אנדערע האבן - אן די עקסטערע קוועטש... וואס איז דא ביי די אלע אויבנדערמאנטע
איך וואלט אזוי איינגעטיילט דו אידישע אויסגאבעס.
דער אוצר – בני יואל חסידות
אורות – סקווירא חסידות
שערי ציון – באבוב חסידות
פאמיליע – פאר פרויען
קינדליין - געאייגנט פאר קינדער
קינדערלעך – געאייגנט פאר קינדער
דער איד – נייעס, חסידות
דער בלאט – נייעס, חסידות
דער צייטונג – נייעס, אידישער צייט
דער בליק – בילדער
דער וואך – בילדער, נייעס
באלייכטונגן – געאייגנט פאר ארץ ישראל'דיגע לייענר
די ליכטיגע היים – שווארץ און ווייס, אלטמאדיש
מעלות – השקפה, בריוון
מאמענט – ?
יפה בעתו - ?
אינטערעסאנט - ?
וואס איז דיין מיינונג, צו וועלכע פון דו אויסגאבעס איז דו יסודות גלייך?
פארוואס?
זייער קלאר צעלייגט, ווארשיינליך דאס טאקע מיינט @שבת פארטי.
יסודות - געשמאקע ארטיקלען, דוקא נישט קארענט ניוס, נישט דוקא השקפה, באהאנדלט נישט פראבלעמען. פאר מענער, פרויען און קינדער.
איך האב געקויפט די יסודות צוליב די חפצים ארטיקל פונעם רבין זצ"ל,
און יא דאס איז עפעס גאר אייגנארטיג!
איך מיין אז פאר די וואס גלייכן דאס איז נישטא עפעס אנדערש,
עס איז געשמאק און תוכנדיג, אן די שקר און פארטייאישקייטן וואס מען לייגט אריין אינעם אייבערשטן.
ספעציעל איז מיר געפאלן די זכר צדיק רובריק ווי די מעשיות זענען אלע הערליך און גוט אראפגעלייגט, און אויך די פארזעצונג איבער כת שץ זעהט אויס זייער אינטערסאנט, אבער עס האלט שוין טיף אינמיטן.