זאג א גוטס האט געשריבן:טראכט גראד האט געשריבן:מיין ב"ב זאגט מיר א אינטערסאנטע געדאנק,
אז די "יסודות" זאל זיך צאמשטעלן מיט די "צייטונג", (פארשטייט זיך אויפהערן מיט די לינקע אגענדע),
האבן די מעלות פון ביידע, קען זיין א שטארקע האט אייטעם.
וואס זאגט דער עולם דערצו?
היות די צייטונג איז איין מין אייטעם, און יסודות גענצליך א צווייטע, איז עס לכאורה נישט קיין זאך וואס זאל געשען.
קענסט קויפן פארן ב"ב די יסודות מיט די צייטונג, אזוי האסטו די מעלות פון ביידע!
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט,
טאקע דאס אז עס איז א צווייטע סארט אייטעם קען עס מאכן פאר א פאראייניגטע שטארקע זאך.
און קויפן ביידע עקסטער קאסט דאך דאפעלט געלט.
די פאקט איז אז די צייטונגען דארפן אויסצוען און אויפבלאזן די נייעס פשוט כדי אנצופולן אסאך בלעטער, און רוב מענטשן ווערן נערוועז פון דעם,
אבער אויב לויפט עס צוזאמן מיט די יסודות, און די צייטונג איז נאר כדי צו ברענגן אביסל פון די נייעס פאר די ליינער, קען עס האבן א ספעציעלע חן, און עס קען שטארק מצליח זיין.