א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סעלפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 531
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
- לאקאציע: אין טאש
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
פארוואס קען ער דאס נישט מאכן אליינס אן שמעון? (אז שמעון קען, קען ער דאך אויך.)
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
eller האט געשריבן:mosheyahoo האט געשריבן:זייער א אינטערעסאנטע אינטערוויא. הרב ר משה מיט שמעון ראלניצקי וועגן די בריוו וואס ער האט צאמגעשטעלט פארן פרעזידענט. אבער בעיקר איז זייער וויכטיג צי הערן די לעצטע פאר מינוט ווי ר משה בעט זיך. את אחי אנוכי מבקש. גייט ארויס וואטן פארן פרעזידענט. ער זאגט אז ער ווייסט קלאר אז אפילו נ יארק מאכט נישט אויס גייען זיי קוקן אויף יעדע היימישע דיסטריקט וויאזוי מאיז ארויסגעקימען
https://www.yiddish24.com/interviews/12/27701
צו ס'פעלט אויס א נייע אשכול ווייס איך נישט אבער ביי די אינטערוויא האט שמעון פארבארגעט די אינטערסאנטקייט פון די אינטערוויא..
קודם ער האט כמעט נישט געלאזט אויסרעדן ר' משה און אפילו ר' משה האט שוין אנגעהויבן צו רעדן האט ער אים איבערגעהאקט און אזוי פארענדיגט די שמועס...
מיר האט אויסגעזעהן ווי ר'משה האט צו פארציילן נאך אינטעראסנטע זאכן איבער דעם (ווי למשל די פראגעס פארוואס ער האט געדארפט שרייבן אז ער געוואלט האבן נאך רבנים אד"ג...) נאר שמעון האט אים איבערגעהאקט..
כ'מיין אז יצחק שלמה זאל אים פריש ארויפברענגען פאר א נערמאלע אינטערוויא.. וויאזוי אלעס איז צוגעגאנגען...
און וואס ער זאגט צו דעם אז טראמפ האט אים געטוויט...
א פראבלעם פון שמעון ראלניצקי וואס שטערט מיר (כמעט) ווען אימער ער איז אויפ'ן ליין מיט נאך איינעם. איך גלייך אים זייער אויסצוהערן, דאס איז אבער וואו ער וואלט געמעגט זיין בעסער -- לאזן דעם צווייטן אויסרעדן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
(--ווערטערלאז--)
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
ביים שמועס די וואך מיט ר' צבי פרידמאן איז ר' ש"ר כמעט איבערצייגט אז ער איז פון די צוויי איבערגעליבענע נארמאלע מענטשן..
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
נפשי חמדה האט געשריבן:ביים שמועס די וואך מיט ר' צבי פרידמאן איז ר' ש"ר כמעט איבערצייגט אז ער איז פון די צוויי איבערגעליבענע נארמאלע מענטשן..
ער שטייט גראדע היבש ארויס מיט זיין גראדן דעת, אבער איך האלט מיר אויך נארמאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
Goodmorning האט געשריבן:נפשי חמדה האט געשריבן:ביים שמועס די וואך מיט ר' צבי פרידמאן איז ר' ש"ר כמעט איבערצייגט אז ער איז פון די צוויי איבערגעליבענע נארמאלע מענטשן..
אבער איך האלט מיר אויך נארמאל
און ווער האלט זיך דען נישט...?
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
נפשי חמדה האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:נפשי חמדה האט געשריבן:ביים שמועס די וואך מיט ר' צבי פרידמאן איז ר' ש"ר כמעט איבערצייגט אז ער איז פון די צוויי איבערגעליבענע נארמאלע מענטשן..
אבער איך האלט מיר אויך נארמאל
און ווער האלט זיך דען נישט...?
מיין סמיילי האט געדארפט ווייזן אז עס איז א וויץ.
שויתי ה' לנגדי תמיד
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
לאכטס ענק אויס פון די חברה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
Goodmorning האט געשריבן:נפשי חמדה האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:נפשי חמדה האט געשריבן:ביים שמועס די וואך מיט ר' צבי פרידמאן איז ר' ש"ר כמעט איבערצייגט אז ער איז פון די צוויי איבערגעליבענע נארמאלע מענטשן..
אבער איך האלט מיר אויך נארמאל
און ווער האלט זיך דען נישט...?
מיין סמיילי האט געדארפט ווייזן אז עס איז א וויץ.
און מיינע דריי פינטעלעך האבן געדארפט ווייזן די זעלביגע...
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
ר' שמעון און ר' יואל פארציילן אינעווייניגסטע אינפארמאציע פון א מיטינג אין דעם שווער באוואכטן און פארזיכערטן הויז, דאס ווייסע הויז.
ס'נישט קלאר וויאזוי ר' שמעון אדער ר' יואל זענען דערגאנגען וואס דארט איז פארגעגאנען.
ס'נישט קלאר וויאזוי ר' שמעון אדער ר' יואל זענען דערגאנגען וואס דארט איז פארגעגאנען.
- טעארעטישע פאקטן
- שר האלף
- תגובות: 1184
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
- לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
הײנט מיט יונה כהן איבער די סומאטוכע אין טעקסאס.
די ליבעראלן װערן עקסײטעד יעדע מאל װאס קאפיטאליזם שטעלט זיך ארױס נישט ׳פערפעקט׳
עס איז נישטא קײן ׳פערפעקט׳ סיסטעם, נאר קאפיטאליזם ארבעט רוב מאל היבש בעסער װי סאציאליזם און רעגירונג קאנטראל
די ליבעראלן װערן עקסײטעד יעדע מאל װאס קאפיטאליזם שטעלט זיך ארױס נישט ׳פערפעקט׳
עס איז נישטא קײן ׳פערפעקט׳ סיסטעם, נאר קאפיטאליזם ארבעט רוב מאל היבש בעסער װי סאציאליזם און רעגירונג קאנטראל
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
שמעון האקט אקעגן די סאציאלע אינטערנעט גרופעס.
ווער עס רעדט אקעגן עדעמס איז שוין אויך רידיקאל??
ווער עס רעדט אקעגן עדעמס איז שוין אויך רידיקאל??
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2776
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי
א טראפ טיפער ה' ויחי פ״ב
נאך א שמועס אין די סעריע פון אויפקלערנוגס רעדעס צו מחנך זיין די אינגע דור מיט די ריכטיגע השקפת התורה - איז נאר ארויף אויף אידיש24 און איז נישט צום האבן אויף קול מבשר.
א צופאל?
נאך א שמועס אין די סעריע פון אויפקלערנוגס רעדעס צו מחנך זיין די אינגע דור מיט די ריכטיגע השקפת התורה - איז נאר ארויף אויף אידיש24 און איז נישט צום האבן אויף קול מבשר.
א צופאל?
- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע: חק"ס שטיבל
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי
קאמעץ בארד האט געשריבן:א טראפ טיפער ה' ויחי פ״ב
נאך א שמועס אין די סעריע פון אויפקלערנוגס רעדעס צו מחנך זיין די אינגע דור מיט די ריכטיגע השקפת התורה - איז נאר ארויף אויף אידיש24 און איז נישט צום האבן אויף קול מבשר.
א צופאל?
ביי 10:00 מניט איז ער מעורר איבער בלידער פון ביקסן און אינזער היימישע אויסגאבעס איבער דאס געמיינקייט דערפון
אינטרעסאנט....
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2776
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי
לעמאן סאדע האט געשריבן:קאמעץ בארד האט געשריבן:א טראפ טיפער ה' ויחי פ״ב
נאך א שמועס אין די סעריע פון אויפקלערנוגס רעדעס צו מחנך זיין די אינגע דור מיט די ריכטיגע השקפת התורה - איז נאר ארויף אויף אידיש24 און איז נישט צום האבן אויף קול מבשר.
א צופאל?
ביי 10:00 מניט איז ער מעורר איבער בלידער פון ביקסן און אינזער היימישע אויסגאבעס איבער דאס געמיינקייט דערפון
אינטרעסאנט....
מיטן גלאק איז שוין נייע צייטן.
"ער קומט שוין פון דארט" אבער די מידלייף קריזיס האט איהם עפעס נישט פשוט געכאפט
- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע: חק"ס שטיבל
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
די פרייטאג אנעליז איז האב איך געמיינט אז שמעון ראלניצקי האט געפליפט פארטי צו ריפאבליקען
הערט אויס https://www.yiddish24.com/analysis/146/52863
שטארק פרא פאליס און אזוי ווייטער
גוט אמאל צו וויזעטן די רויטע זייט
הערט אויס https://www.yiddish24.com/analysis/146/52863
שטארק פרא פאליס און אזוי ווייטער
גוט אמאל צו וויזעטן די רויטע זייט
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
א טראפ טיפער
ב' אחרי מות פ״ב
כל המרחם על הבריות, מרחמין עליו מן השמים: וואס דארף א איד טאן ווען ער הערט איבער א שרעקליכער צרה וואס אן אנדערע פאלק גייט אריבער צוליב די שריט פון א בלוטיגן אכזר. אן אינהאלטסרייכער השקפה'דיגער שמועס מיט'ן מגיד משרים, הרב אהרן ארי' אייזנבערג שליט"א
https://www.yiddish24.com/analysis/146/60567

אוי שרגי שרגי...
וידע כל פעול כי אתה פעלתו.....
וידע כל פעול כי אתה פעלתו.....
חינוך האט געזיגט!
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
אושפיזין האט געשריבן:אוי שרגי שרגי...
וידע כל פעול כי אתה פעלתו.....
וואס האט הודו מיט כוש?
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
Thank you האט געשריבן:אושפיזין האט געשריבן:אוי שרגי שרגי...
וידע כל פעול כי אתה פעלתו.....
וואס האט הודו מיט כוש?
ביידע זענען לענדער נישט אזוי?
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
תהלים האט געשריבן:Thank you האט געשריבן:אושפיזין האט געשריבן:אוי שרגי שרגי...
וידע כל פעול כי אתה פעלתו.....
וואס האט הודו מיט כוש?
ביידע זענען לענדער נישט אזוי?
ער ברענגט א ניגון פון שרגי צום סוף פונעם שמועס
ס'איז עמאשענעל
חינוך האט געזיגט!
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
שטארקע אינטערוויא מיט ר. גאווערנער קאנדידאט לי זעלדין אויף א טראפ טיפער נעכטען מאנטאג
-
- שר מאה
- תגובות: 151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 16, 2022 3:02 am
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
זייער אינטערעסאנט א טאג פאר די וואלן האט דער קאנדידאט צייט פאר קולמע
אש תמיד תוקד-א פייער ברענט אין הארץ פון א איד!!!
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
כ'בענק מיך צו די צייטן וואס די צוויי האבן גערעדט ביינאזאם אויף א דעילי בעיסעס (שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער).
------------------------------
אגב, כ'מיין מ'קעשוין טשענדשען די קעפל...
------------------------------
אגב, כ'מיין מ'קעשוין טשענדשען די קעפל...
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
יא. געווען זייער זיס ווי ר' שמעון האט געצויגן לינקס, און ר' פנחס האט עס אויסגעראד, אן זיך קריגן בכלל.גראַדע האט געשריבן:כ'בענק מיך צו די צייטן וואס די צוויי האבן גערעדט ביינאזאם אויף א דעילי בעיסעס (שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער).
------------------------------
אגב, כ'מיין מ'קעשוין טשענדשען די קעפל...
למעשה איז ר' שמעון'ס מעסעדזש פארוואסערט געווארן.