יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך פערפלוואל »

שלום עליכם אידן צו זיבן מינוט מיט יואליש!
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך פערפלוואל »

אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך נקודהלע »

אינטרעסאנט? אדער פשוטע ליגענט?
איי וועסטו פרעגן און וואס איז מיט קלאר'ס אנאליזן, נישט קיין ליגענט? וועל איך דיר זאגן אין הכי טאקע, אבער ס'ליגענט אויף מיין זייט...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך פערפלוואל »

בנוגע דיין פאקט אז מען באקומט נאר אָנעמפלוימענט בענעפיטן אויב די ביזנעס שטעלט נישט צו קיין אנדערע ארבעט אין מען זוכט א דזשאב אקטיוולי, עס איז גאר ווייט פון די מציאות.

הער איך פון א קרוב מיינער וואס ארבעט אין א סטעפינג עדזשענסי אז עס איז ממש אוממעגליך פאר א ביזנעס צו פייטן אָנעמפלוימענט בענעפיטן אפילו די ארבעטער האט געטון פראוד אדער אומלעגאלע זאכן וכו'
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך געמבלער »

א באמערקונג צו ר"ר יואליש:
סאיז קיינעם (עכ"פ פון די קול מבשר צוהערער) פאלט נישט איין צו בעטן Bet אויף געלט חוץ דיר מיט דיין חבר. די אלע מוסר שמועסן דערקעגן איז א גרינגשעצונג אין דיין ליסטענער בעיס
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

א גוטע כבוד הרב געמבלער,

פונקט דא ביי די וואלן האסטו נישט גע'געמבל'ט?...

צום ענין,

כ'ווייס נישט וויפיל עס זענען די וואס האבן מאכן די זינלאזע געוועט'ן, אבער היינט אליינס האב איך געהאט עטליכע שמועסן מיט מענטשן איבער דער ענין. גענוג אז כ'זאל עס דערמאנען.

גראדע איז געווען א צווייטער שמועס גרייט, אבער כ'בין פארפארן אין דעם, האב איך געהאלטן אז אפילו אויב בלויז איינער וועט נישט פארלירן געלט, האט זיך שוין געלוינט.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך געמבלער »

פארדעם טוט עס אזוי וויי אלץ (געוועזענע) געמבלער..

כבוד גדול דיין תגובה. איך באלעק זיך מיט דיינע סחורה אבער א צווייטע שטרענגע שמועס איבער בעטן אין צוויי וואכן איז אביסל טו מאטש קאנסידערינג אז 99.9% צוהערער פאלט נישט איין אונז נאכצוטוהן. קאם אן מען!
Shana Tova let's get it done
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך Goodmorning »

יואל פעלזן האט געשריבן:א גוטע כבוד הרב געמבלער,

פונקט דא ביי די וואלן האסטו נישט גע'געמבל'ט?...

צום ענין,

כ'ווייס נישט וויפיל עס זענען די וואס האבן מאכן די זינלאזע געוועט'ן, אבער היינט אליינס האב איך געהאט עטליכע שמועסן מיט מענטשן איבער דער ענין. גענוג אז כ'זאל עס דערמאנען.

גראדע איז געווען א צווייטער שמועס גרייט, אבער כ'בין פארפארן אין דעם, האב איך געהאלטן אז אפילו אויב בלויז איינער וועט נישט פארלירן געלט, האט זיך שוין געלוינט.

אז ביסט יא דא, האב איך זייער הנאה פון דיינע שמועסן. יעצט געט רעדי פאר אלע נעגעטיווע, אייוועלט איז נישט פריינטליך צו דיינע געדאנקן...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

א דאנק פאר די קאמפלימענטן.

און כ'גלייך גראדע קריטיק אויך, ווייל כ'בין א חסיד פון קאנסטראקטיוו קריטיק, און אפילו אויב די וואס געבן קריטיק טוען עס צומאל מיט ווייטאג, פרוביר איך ארויסצונעמען צו פארבעסערן דעם פראגראם.

ס'איז זיכער נישט אין פלאץ צו רעדן פון זעלבן נושא אין ממש אזא קליינע צייט אפשניט, אבער כ'בין געווען אונטערן רושם פון צוויי באזונדערע מקומות אוואו מ'האט דערוועגן געשמועסט.

היינט צופרי אין ביהמ"ד געווען א קופקע אין קאווע שטיבל, וואס צווישן די אידן איז געווען א נגידיש אידל וואס האט מיר געוויזן די ריזיגער געוועט וואס ער האט געמאכט עטליכע וואכן צוריק (און תוך כדי דיבור מיר צוגעזאגט א סכום נכבד לצדקה אויב זיין קאנדידאט געווינט, און אויב נישט, וכו'...)

סוף טאג בין איך געווען ביי א ביזנעסמאן וואס האט געווייטאגט אז טראמפ האט נישט געווינען, אבער דאך פארשטייט ער נישט די שכל איבער נישט שלום מאכן מיטן מצב, און דערציילט אז אין ב"פ איז דא עמיצער וואס פירט אן מיט די געוועט'ן. כ'האב זיך אוועקגעיאגט און נישט עספיעט צו הערן מער פרטים, אבער לויט ווי ער דערציילט גייט אן די געמבלעריי אויף א גרויסער פארנעם "נאך יעצט".
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך באנקיר »

אזוי אויך האט דער חסידישער ארכיטעקט פון וויליאמסבורג-מאנסי, וואס איז געווען באריכטעט אויף NBC NEWS אז דער אינגערמאן פירט אן אלס האבי, א טוויטער און א וועבסייט מיט שאצונגען פון די פאולס איבער די וואלן געווינס. האט ער פאראויס געזאגט א ביידן געוווינס און ברבים געזאגט, INSTAGRAM LIVE, אז ער האט געמאכט מיט איינעם א געוועט פון $2,500.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך גראמער »

באנקיר האט געשריבן:אזוי אויך האט דער חסידישער ארכיטעקט פון וויליאמסבורג-מאנסי, וואס איז געווען באריכטעט אויף NBC NEWS אז דער אינגערמאן פירט אן אלס האבי, א טוויטער און א וועבסייט מיט שאצונגען פון די פאולס איבער די וואלן געווינס. האט ער פאראויס געזאגט א ביידן געוווינס און ברבים געזאגט, INSTAGRAM LIVE, אז ער האט געמאכט מיט איינעם א געוועט פון $2,500.


און ביי די דרעזדנער שמעלצער שמועסן האבן דערמאנט איינער וואס האט געמאכט א געוועט פון 18,000 צו א צדקה צוועק.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך גראמער »

ישר כח רבי יואל פאר אלע דיינע שמועסן, איך האב שטארק הנאה דערפון
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך פאטאקי08 »

גראמער האט געשריבן:ישר כח רבי יואל פאר אלע דיינע שמועסן, איך האב שטארק הנאה דערפון

הערה
שוין לאנג נישט געווען קיין עלדאועלהא
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך Programming »

קיינמאל נישט צוגעהערט, אבער לויט די מגיבים און די תגובות דא אויפן וועלטל זעהסטו אויס צו זיין אן די רייט טרעק. כה לחי
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך פרוביר אויך »

יואליש וואס זאגסטו צו טראמפס כמעט געוואונס?
בכלל אז די פאולס זענען געווען אזוי ראנג,
טראמפ האט אסאך ארויסגעהאלפען רעפובליקאנער דאון בעלעט,
און די מינאריטי וואוטס וואס דער סאו קאלד ראסיסט האט באקומען,

גיב א שטיקעל פאזאטיו אנאליז אויף טראמפיזעם

ייישר כח
אז יענער קען קענסטו אויך
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך שפרינגען »

פארוואס איז מער נישט דא די על דא ועל הא?
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך !want to be good »

ר' יואל,

א גרויסן יישר כח פאר די קורצע אבער זאפטיגע 7 מינוט איבערבייס....

עס וועט מיר קנאפ שטערן אויב איר וועט נישט מקפיד זיין אויף בלויז 7 מינוטן....

כה לחי! יישר כחכם.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך !want to be good »

געמבלער האט געשריבן:א באמערקונג צו ר"ר יואליש:
סאיז קיינעם (עכ"פ פון די קול מבשר צוהערער) פאלט נישט איין צו בעטן Bet אויף געלט חוץ דיר מיט דיין חבר. די אלע מוסר שמועסן דערקעגן איז א גרינגשעצונג אין דיין ליסטענער בעיס

הרב געמבלער, ב''ה דיינע חברים האבן שכל...

אבער דו קענסט נישט די מצב היינט.

-----------------------
יואל'יש, אויב די קענסט ראטעווען אפילו נאר 10 כולל אינגעלייט פון בעטן, לוינט זיך שוין די גאנצע שמועס.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך !want to be good »

ד' חיי שרה פ״א

וואס זענען די דזשאבס וואס חסידישע אידן קענען נישט אננעמען? - די לעצטערע יארן האט זיך געטוישט דער מצב און בליק איבער וועלכע סארט פרנסות היימישע אידן וויל דווקא אריינגיין דערין

https://www.yiddish24.com/analysis/42/28692
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך אדם א מענטש »

שפרינגען האט געשריבן:פארוואס איז מער נישט דא די על דא ועל הא?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך איינס »

צום ערשט וויל איך דיר זאגן, ר׳ יואל איך גלייך דיינע שמועסן, נישט ווייל איך האלט אזוי ווי דיר נאר אלס די חלק אז דו זאגסט קלאר וואס דו האלטסט און ווייסט, און נעמסט ארום מיט א קלארקייט די נושא פון דיין קוק ווינקל.
איין זאך וואס איך האלט זאלסט אויפהערן אזוי פיל צו איבערחזרן זיך אנטשולדיגן פארוואס דו רעדסט אזוי. דו ביסט קיינעם גארנישט שילדיג דו מעקסט האבן דיין דעה און איך זעה נישט פארוואס יעדע שמועס דארף מען נאכמאל איבערקייען אז דו געבסט דיין פוינט אוו וויו, און אז וועם סשמעקט נישט זאל אריבער גיין צו א אנדער קנעפל...

ביים לעצטן שמועס האסטו ארויסגעברענגט די לוזערישקייט פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ ירום הודו והדרו (כ׳האף איך האב נישט אויסגעלזאט קיין טיטל...) אז ער האט געוואונען לעצטע מאל מיט א פארלוסט ביי די פאפולערע וואלן, און יעצט האט ער אינגאנצן פאלוירן.
איך מיין דו ביסט אינגאנצן נישט גערעכט מיט דעם, מיט א בליק אויף די לעצטערע עלעקשנס זעהט מען ווי שטארק טראמפ איז געווען, נאך אין די היסטאריע נישט געווען (אפשר יא) אז א קאנדידאט זאל ארויסשלעפן אזוי פיל מענטשן אין די וואלן טאג.
בעוד וואס ביידן האט האט א שטארקע אויבערהאנט ווייל ער האט מצליח געווען מיט די מעיל אין בעלעטס און די עירלי וואוטינג, האט דאנולד טראמפ ארויס געשלעפט זיינע מענטשן אין די טאג פון די וואלן. איך קען נישט די נאמבערס אבער וויפל איך פארשטיי ווען נישט מקען וואוטן פריער און מיט די פאסט וואלט טראמפ געווינען זייער שטארק. און דאס מיינט אסאך.

מיט א בליק אויף די נאמבערס (איך האף סאיז די ריכטיגע נאמבערס...) זעהט מען אז טראמפ האט מצליח געווען ארויס צו שלעפן מער מענטשן פון אלע קאנדידאטן אין די לעצטערע יארן. (איך ווייס נישט וויפל טראמפ האט באקומען אין די מעיל אין און עירלי וואוטס, אדרבה לאמיר הערן פון די וואס ווייסן)

2020
ביידן 79,204,562
טראמפ 73,439,336

2016
הילערי 65,853,516
טראמפ 62,984,825

2012
אבאמא 65,932,152
ראמני 60,932,152

2008
אבאמא 69,498,516
מעקעין 59,948,323

2006
42,338,795
35,857,334

ווען מזאל קוקן אויף די פראצענט (צווישן די צווי קאנדידאטן וואס לויפן) האט ער אויך נישט אזוי שלעכט אפגעשניטן און דאס איז שוין מיט די מעיל אין און עירלי וואוטס
(אובאמא האט געקראכט ביי זיין ריעלעקשן מיט 1.7% בעוד וואס טראמפ איז נאר געפאלן מיט 0.7%)

2020
ביידן 51.8
טראמפ 48.1

2016
הילערי 51.1
טראמפ 48.8

2012
אבאמא 51.9
ראמני 48

2008
אבאמא 53.6
מעקעין 46.3

2006
בוש 54.1
קערי 45.8
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

שפרינגען האט געשריבן:פארוואס איז מער נישט דא די על דא ועל הא?

צייט.

אז צוויי אידן ברויכן זיך צוזאמשטעלן און זיין גרייט אין זעלבן צייט, איז נישט אזא גרינגע זאך.

איי, כ'גיי אן מיטן פאפולערער פראגראם "א קשיא אויף א מעשה"?

אן א שיעור אידן זענען דערפון שוין געהאלפן געווארן, און דאס טאר מען נישט מבטל זיין, אבער פאליטישע שמועסן איז נישט געפערליך אויב ס'וועט זיין איינס ווייניגער...
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

!want to be good האט געשריבן:ר' יואל,

א גרויסן יישר כח פאר די קורצע אבער זאפטיגע 7 מינוט איבערבייס....

עס וועט מיר קנאפ שטערן אויב איר וועט נישט מקפיד זיין אויף בלויז 7 מינוטן....

כה לחי! יישר כחכם.


איך האלט זיך זייער זעלטן צום זמן, און מאנכע האבן טענות און זענען גערעכט. זיבן מינוט ברויך זיין זיבן מינוט!

שטעל זיך פאר ווען ס'הייסט צען מינוט מיט יואליש...
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

דער זיבן מינוט מיט יואליש פראגראם איז ברוך ה' אויפגענומען געווארן העכער אלע ערווארטונגען וואס כ'האב זיך פארגעשטעלט, אזש אפילו בארימטע פערזענליכקייטן הערן עס מיט אינטערעסע.

איינער פון די בארימטסטע מגידים אין כלל ישראל האט מיר געטראפן ביי א שמחה און געבעטן אז כ'זאל מאכן א לענגערע פראגראם וואס זאל זיין מער ווי די קורצע זיבן מינוטן...
אבער למעשה איז זייער זעלטן וואס כ'האלט זיך צו דער זמן פון זיבן מינוט.

מיט דעם אלעם, גלייך איך אויסצוברייטערן, בארייכערן דער פראגראם, און געדאנקען ליגן אין פייפליין וואס וועט קומען מיט דער צייט, און אוודאי בין איך אפן פאר נאך איידיעס.

איינע פון די זאכן וואס בעצם גלייך איך דאס פיל מער ווי די גוי'אישע פאליטיק, איז אויסשמועסן ענינים העומדים על הפרק, און זאכן וואס איז נוגע דעם היימישער ציבור.

און אזוי פיר איך זיך מזמן לזמן. איך פרעג אן די צוהערער און אויך אנדערע אויף אנדערע מקומות וכו', און דערנאך ווערט עס אויסגעשמועסט פארן ברייטערן עולם.

איך וועל דא מזמן לזמן ארויפשטעלן טעמעס וואס איז אין פלאן אויסצושמועסן, און כ'וועל זיך פרייען צו הערן דעם דעת הציבור.
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

געדאנקען - יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש

תגובה דורך יואל פעלזן »

פארוואס האט אונזער עולם אויפגעהערט גיין מיטן בעסטען און ווארעמסטן ווינטער מלבוש: דער קוטשמע?


פארוואס זאל מען יא בלייבן וואוינען אין די עקזיסטירנדע געגנטער?

(פארוואס זיך אוועקציען האט מען שוין אויסגעשמועסט פון אלע ווינקלען און זייטן)
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”