- Screenshot_20201018-145553.png (22.41 KiB) געזען 3323 מאל
NEW
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:חבקוק האט געשריבן:אויב איינער וויל אים א טובה טון, זאל ער פרעגן עפעס ארום די אראבער'ס און מיטל מזרח. דאס איז זיין האבי.
איך האב זייער הנאה פון אים.
כ׳מײן זײן האבי איז ענדערשט צו זאגן װי קלײן אן אטאם איז.. מיט אלע מינע משלים.. כ׳װאלט אים געפרעגט, ער זאל זאגן אין קורצן, נאך אלעם, נאכן אנפילן אלע שטובער מיט רײז, און נאכן אױפבלאזן אלע שפיץ נעגלעך, װיפיל אטאם׳ס איז דא אין טאטעל אין די װעלט, די זון, מיט מארס בײנאזאם?? װיפיל זיראו׳ס??
בד״װ כ׳האב אױך זײער הנאה פונעם, לאמיר האפן ס׳העט זײן אן אינטערעסאנטע פראגראם
איינס האט געשריבן:וועגן די ווייסע סימנים אויף די נעגל.
ביי מיר געשעהט דאס פון זיך אריינקלאפן, און ווען מקוקט קען מען זעהן ווי עס פארט ארויף מיטן וואוקס פונעם נעגל.
יתכן אז ווען ספעלט אייזן כאפט די נעגל שנעלער א קלאפ, אדער אז דעמאלטס היילט ער זיך שטאטער אויס און אטאמאטיש זעהט מען דאס אן.
וועגן די כוואליעס.
אביסל אום קלאר זייין ענטפער.
כוואליעס איז נישט קיין חומר, סאיז א שטער אין חומר. אויסער לייט כוואליעס וואס דארט איז נישט קלאר פונקטליך וואס דאס איז (און דאס איז שוין א נושא פאר קוואנטום פיסיקס)
וואס ער זאגט אז אייזן פארט גראד און וואסער בצורת כוואליע, איז נישט ווייל די אטאמס האן א טבע צו פארן גראד און די צו פארן מיט א וועיוו, נאר אלע אטאמס ווען זיי רוקן זיך וועלן זיי גיין גראד, די חילוק איז נאר אז ביי אייזן רוקן זיך די אטאמס און ביי וואסער רוקן זיי זיך נישט זיי שטופן נאר איינער דעם צווייטן וואס שטייט נעבן איהם, און ווי מקען דאס קלאר זעהן ווען א האלץ ליגט אויף וואסער און סגייט כוואליעס וועט די האלץ נישט אנקומען צום פארט מיט די כוואליע, נאר ער ווועט מער ווייניגער שטיין אויף זיין פלאץ. די סיבה פארוואס ביי אייזן רוקט זיך יא גראד איז ווייל די אטאמס זענען זייער שטארק און ווען איך רוק די אנהייב פונעם אייזן וועלן אלע אטאמס פון די אייזן זיך רוקן.
פעיק ניוז האט געשריבן:סעלפאן האט געשריבן:אלס איינער וואס האט זייער הנאה פון זיינע שמועסן וואלט איך גערופן דער פראגראם 'גוט גענטפערט'!
אולי פון א מארקעטינג שטאנדפונקט איז "גוט געפרעגט" א בעסערע נאמען, עס אפעלירט צום פרעגער און מאכט אים גוט שפירן.
אדמיראל האט געשריבן:לאמיר שטעלן א שאלה און זען צו ער וועט ענטפערן.
וויפיל וועגט די וועלט, און וויאזוי קען מען דאס בכלל אויסרעכענען?
שליבוביץ האט געשריבן:ווי קען מען קאנטעקטן ר' פינחס פאר דעם קאלום?
עירוב תבשילין האט געשריבן:שליבוביץ האט געשריבן:ווי קען מען קאנטעקטן ר' פינחס פאר דעם קאלום?
+18454758823
sheetrock האט געשריבן:פנחס גלויבער הייבט אן זיין היינטיגע שמועס ביי די ניטל פראגראם "א גוטן מועד טייערע יודן"...
חיימאוויטש האט געשריבן:קען איינער ברענגען ביטע א נארמאל קלארע בילד פון ר' פנחס'ן?
פארצייטיש האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:קען איינער ברענגען ביטע א נארמאל קלארע בילד פון ר' פנחס'ן?
אין מאמענט איז דא די וואך א נייער רובריק פון ר' פינחס, מיט א בילד פון איהם.
Thank you האט געשריבן:פארצייטיש האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:קען איינער ברענגען ביטע א נארמאל קלארע בילד פון ר' פנחס'ן?
אין מאמענט איז דא די וואך א נייער רובריק פון ר' פינחס, מיט א בילד פון איהם.
Here you go