בלאט 1 פון 1

ברוכים הבאים צו די נייע פארומס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:06 pm
דורך קרעטשמער
בס"ד

בין פסח לעצרת תשע"ד לפ"ק

אין ליכט פון די שטארקע אויפוואכונג וואס הערשט לעצטנס ביים היימישן ציבור צו לערנען בלעטער גמרא על הסדר און זיך פארהערן, דורכ'ן זיך אנשליסן אין די פארשידענע חבורות ושיעורי הקהילות החשובות, האבן מיר ערהאלטן פילע ווענדונגען פון חשוב'ע מיטגלידער צו גרינדן א ספעציעלע אפטיילונג פאר די פארשידענע חבורות און זייערע מיטגלידער, וואו יעדער וועט האבן א געלעגנהייט צו טרעפן א חברותא אויף דעם לימוד וואס ער וויל לערנען, און אויך אנצופרעגן און באקומען ענטפערס פון חברים אויף קושיות און פראגעס וואס בלייבן שווער בשעת הלימוד, אדער אויסצושמועסן און איבערצוגיין חידושים און ענינים פונעם טעגליכען דף אדער עמוד, און צו ברענגען נאטירנסווערטפולע מראי-מקומות וואס קען העלפן פאר די חשוב'ע לומדים שיחיו.

אינעם קייט פון אויפטוען צוצושטעלן פאר אונזער היימישער ציבור א געשמאקע און אויסגעהאלטענע פלאץ, פאר אידן וואס כאפן זיך אראפ אפאר מינוט דורכאויס דעם טאג, שפירן מיר פאר א זכיה מוסיף צו זיין און ווערן א מרכבה לקדושה דורכ'ן צושטעלן א מקום מכובד פאר די לומדי התורה, און מיר זענען צופרידן אהערצושטעלן אט דעם נייעם פארום - אדער בעסער דער נייער "פארום-נעץ" - ספעציעל פאר די פילע שיעורי הקהילות ולומדיה, און דורכדעם האבן א חלק אין די געוואלדיגע זכות פון לימוד התורה ברבים.

דערווייל האבן מיר מסדר געווען באזונדערע שטיבלעך פאר די שיעורים פון; תורתך שעשועי, ישראל ואורייתא און יסודי התורה, לויט די פארלאנג פון די מיטגלידער, מיר שטייען גרייט צו גרינדן נאך אפטיילונגען פאר אנדערע סדרי הלימודים לויטן פארלאנג. שפירט פריי אריינצושיקען אייער פארלאנג צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים, און מיר וועלן עס פרובירן מסדר צו זיין אויפן שנעלסטן און בעסטן אופן.

עס איז איבריג ארויסצוברענגען אז אויב איז דער פלאץ בכלליות מיוסד צו זיין ריין פון סיי וועלכע נדנוד עבירה, מחלוקת אדער לשה"ר והמסתעף, איז על אחת כמה וכמה אז דער פארום איז כל כולו מיוחד להגדיל תורה ולהאדירה און נישט חלילה דאס פארקערטע, עס איז צו ערווארטן אז די חשוב'ע מיטגלידער וועלן רעספעקטירן דעם פלאץ און אירע באנוצער, און מגיב זיין מיט פארשטענדעניש ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.

ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח להרבות פעלים לתורה ולתעודה, ויהי' חלקנו ממזכי הרבים

בכבוד רב,
ההנהלה וצוות האחראים

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:25 pm
דורך PDF
געוואלדיגע רעיון! ייש"כ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:36 pm
דורך בנימין הלוי
א קידוש השם!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:56 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
PDF האט געשריבן:געוואלדיגע רעיון! ייש"כ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:57 pm
דורך שנאפס
בנימין הלוי האט געשריבן:א קידוש השם!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:59 pm
דורך משה יענקל
שכח פאר די הנהלה!! מען זעט אז מען האט לעצטנס אנגעהויבן צו ארויף ארבעטן די וועלטל. [קען זיין מען האט אויפגעגעבן אויף א נייע??]

ווי איז פאטאקי?? וויסנשאפט פארום??

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:16 pm
דורך יוראפ
יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:46 pm
דורך יאנקעלע קליגער
אינטערעסאנט
נעכטן האב איך געטראכט עטליכע זאכן וואס מ'קען ווען צולייגן צום וועלטל
איינע פון די זאכן איז געווען טאקע אזא פורום
קום איך אריין היינט אינדערפרי זע איך אז די הנהלה האט אויך געטראכט דערפון
און ווי ס'פאסט פאר די ענערגישע חברי הנהלה איז "געטראכט און געטון"
געוואלדיג!!! תחזקנה ידיכם ! זכות הרבים תלו בכ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:51 pm
דורך תרנגול
אבי ס'דא וואס רעדן זיך אפ אז די וועלטל איז פארשלאפן לעצטנס...
און צו אייך חברי ההנהלה: חזקו ואמצו במעשי ידיכם! זייטס ממשיך מיט אייערע נאבעלע ווערק להרבות פעלים לתורה ולקדושה ביתר שאת!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:34 pm
דורך חסיד נלהב
יוראפ האט געשריבן:יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:36 pm
דורך אויפריכטיג
חסיד נלהב האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!


ראו מה בין בני לבן חמי!

תחזקנה ידיכם!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:01 pm
דורך זאכליך
ס'ליגט שוין אין מיין דרעפט אפאר חדשים אן אשכול פאר איינע פון די חבורת. איך האב נישט געקענט מיישב זיין צי איך זאל עס עפענען.

ווי מ'זאגט ברוך שכוונתי! ס'איז אן גרויסע זכות און א גרויסע אויפטי.

שכוח מנהלים!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:38 pm
דורך סיגוט
ב"ה אז דער אשכול איז געעפנט געווארן ווארטענדיג דערויף א לענגערע צייט
אין אוצר החכמה פארום איז שוין דא אזא רעיון פאר דף היומי א לענגערע תקופה (אפשר מיט די צייט דא אויך ללומדי דף היומי/דרשו)

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:41 pm
דורך מיללער
סיגוט האט געשריבן:אין אוצר החכמה פארום איז שוין דא אזא רעיון פאר דף היומי א לענגערע תקופה (אפשר מיט די צייט דא אויך ללומדי דף היומי/דרשו)

לאמיר האפן אז דא וועט זיין א שטערקערע באטייליגונג ווייל דארט איז עס היבש פארשלאפן

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 12:15 am
דורך ווינקל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 2:16 pm
דורך לאדיךארויס
ג"א מצטרף לדברי ווינקל, וחילי

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 3:57 pm
דורך מילכיגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:05 pm
דורך מיללער
קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:20 pm
דורך חסיד נלהב
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

יא יא עס איז ניכר,האסט א געדאנק וויאזוי צו אויפרישען דעם עולם??

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:45 pm
דורך מיללער
חסיד נלהב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

יא יא עס איז ניכר,האסט א געדאנק וויאזוי צו אויפרישען דעם עולם??

ניין

וואו האלט עס מיט די שיעור אויף הלכה וואס סאטמאר - מהרי"י גייט איינפירן?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

דהיינו?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:10 pm
דורך תרנגול
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

וואס האסטו דען געמיינט? כך הוא דרכה של עולם.

געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2014 9:20 am
דורך ק.נ.א. וועטער
תורה איז דאך איינע פון די ד' דברים הצריכים חיזוק.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:43 am
דורך יגעתי ומצאתי
געוואלדיג!!
איך בין געשלאפן מיין בערישן שלאף ביים הנחת אבן הפינה פון די פרישע תורה פארומ'ס. ניטעמאל ביים חנוכת הבית האב איך אנטייל גענומען. אבער איך פיל זיך פארפליכטעט דאס צו באגריסן.

גיימער נעמען א גמרא און זיך זעצן לערנען....