בלאט 2 פון 3

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 3:19 pm
דורך kyshtiper
זכרו

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm
דורך kyshtiper
זכרו הלכה

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:54 pm
דורך green sunday
פארוואס פאנגט מען נישט אן סימן א'?? אזוי בייי קהילות מהר"א

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:58 pm
דורך למעלה משבעים
מן הסתם כדי מען זאל נישט בלייבן סטאק שוין גלייך אנפאנג ביי הלכות ציצית/תפילין.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:01 am
דורך למעלה משבעים
קען איינער ארויפשטעלן דא די סדר/לוח?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:07 pm
דורך kyshtiper
למעלה משבעים האט געשריבן:קען איינער ארויפשטעלן דא די סדר/לוח?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:24 pm
דורך והוא פלאי
ווי לאנג בערך דארף עס נעמען א טאג

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:44 pm
דורך למעלה משבעים
kyshtiper האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:קען איינער ארויפשטעלן דא די סדר/לוח?

יישר כח.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:43 am
דורך kyshtiper
שו"ע זכרו

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:43 am
דורך kyshtiper
שיעורים בחבורת זכרו בהלכה

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:24 pm
דורך והוא פלאי
kyshtiper האט געשריבן:שו"ע זכרו

דער שיעור איז מיט טור בית יוסף, אדער עס איז נאר אריינגעדרוקט לסייע?
איך זעה אז עס דא אפיציעלע שיעורים, גלייב איך אז מען האט א שאצונג ווי לאנג בערך א טאג עס גייט נעמען, (א שעה, א האלבע שעה), ביטע לאזען וויסען

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:40 pm
דורך farshlufen
הרב הפלאי, דערמאנסט מיר, א געוויסער עסקן וואס פירט א שיעור פון ג' משניות ליום האט האלטענדיג ביי אהלות ערגעץ דערציילט וועגן זיין פראגראם פאר הג' ר' שמעי' זז"ג, רופט זיך ר' שמעי' אן "עס ברויך צו נעמען בערך א 2 שעה א טאג" והצדק עמו כמובן וראויים הדברים למי שאומרם.

הנמשל מובן לגבי השיעורים באו"ח.

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:16 am
דורך שנאפס
די וואך האט מען אנגעפאנגען לערנען הלכות תפלה, האב איך געהערט א ווארט וואס איינער האט נאכגעזאגט פון הגאון בעל ארץ צבי מ'קאזיגלוב אויף די שאלה אויב ס'גענוג אז מ'פאנגט אן שמונה עשרה פאר זמן תפלה אדער מ'מוז דאווענען גאנץ שמונה עשרה פארן זמן, ברענגט ער א ראי' פון בלעם

ביי בלעם שטייט אז בלעם האט געוואלט שעלטן די אידן און ער האט געוואוסט מכוון צו זיין די צייט וואס הקב"ה איז כועס, פרעגט תוספות וויאזוי האט ער געקענט שעלטן אין איין רגע? ענטפערט תוספות צוויי תירוצים, איינס אז בלעם האט געקענט זאגן די ווארט 'כלם' וואס נעמט נישט מער ווי א רגע, אדער אז בלעם האט נאר אנגעפאנגען צו שעלטן אין יענע רגע, און ס'גענוג אז ער וואלט אנגעפאנגען יענע רגע

זאגט דער גאון אז פונקט ווי בלעם האט געקענט נאר אנפאנגען אין יענע רגע, זיכער קען מען אויך אנפאנגען שמונה עשרה גלייך פאר סוף זמן תפלה און אריינציען דאס דאווענען נאכן זמן

(הערה: דאס האט דער גאון געזאגט לכאורה נאר אלץ א לימוד זכות אדער גאר ווי א ווערטל. להלכה דארף מען זעהן צו ענדיגן דאס דאווענן פארן סוף זמן, סיי די שטילע וגם לרבות די הויכע שמו"ע. [פון קאמארנער שטייט אנדערש, אבער בפשטות אין די פוסקים איז עס אזוי])

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:19 am
דורך שמעלקא טויב
א גוט ווארט, ישר כח שנאפסל

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:29 pm
דורך מי יודע
שנאפס האט געשריבן:די וואך האט מען אנגעפאנגען לערנען הלכות תפלה, האב איך געהערט א ווארט וואס איינער האט נאכגעזאגט פון הגאון בעל ארץ צבי מ'קאזיגלוב אויף די שאלה אויב ס'גענוג אז מ'פאנגט אן שמונה עשרה פאר זמן תפלה אדער מ'מוז דאווענען גאנץ שמונה עשרה פארן זמן, ברענגט ער א ראי' פון בלעם

ביי בלעם שטייט אז בלעם האט געוואלט שעלטן די אידן און ער האט געוואוסט מכוון צו זיין די צייט וואס הקב"ה איז כועס, פרעגט תוספות וויאזוי האט ער געקענט שעלטן אין איין רגע? ענטפערט תוספות צוויי תירוצים, איינס אז בלעם האט געקענט זאגן די ווארט 'כלם' וואס נעמט נישט מער ווי א רגע, אדער אז בלעם האט נאר אנגעפאנגען צו שעלטן אין יענע רגע, און ס'גענוג אז ער וואלט אנגעפאנגען יענע רגע

זאגט דער גאון אז פונקט ווי בלעם האט געקענט נאר אנפאנגען אין יענע רגע, זיכער קען מען אויך אנפאנגען שמונה עשרה גלייך פאר סוף זמן תפלה און אריינציען דאס דאווענען נאכן זמן

(הערה: דאס האט דער גאון געזאגט לכאורה נאר אלץ א לימוד זכות אדער גאר ווי א ווערטל. להלכה דארף מען זעהן צו ענדיגן דאס דאווענן פארן סוף זמן, סיי די שטילע וגם לרבות די הויכע שמו"ע. [פון קאמארנער שטייט אנדערש, אבער בפשטות אין די פוסקים איז עס אזוי])

מענין לענין באותו ענין, האט א איד לעצטענס געפרעגט א שאלה, ער האט פארגעסן צו זאגן ותן ברכה, ער האט זיך דערמאנט תוך כדי דיבור, דער פראבלעם איז אבער געווען אז תוך כדי דיבור האט ער שוין געהאט אויסגעטרעטן, מה דינו?

דער איד האט לכאורה נישט קיין פראבלעם מיט שמונה עשרה ביי סוף זמן תפלה

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:34 pm
דורך ולא מיין
farshlufen האט געשריבן:הרב הפלאי, דערמאנסט מיר, א געוויסער עסקן וואס פירט א שיעור פון ג' משניות ליום האט האלטענדיג ביי אהלות ערגעץ דערציילט וועגן זיין פראגראם פאר הג' ר' שמעי' זז"ג, רופט זיך ר' שמעי' אן "עס ברויך צו נעמען בערך א 2 שעה א טאג" והצדק עמו כמובן וראויים הדברים למי שאומרם.

הנמשל מובן לגבי השיעורים באו"ח.

הרב פארשלאפן, זייער א גוט ווארט אבער לאו דוקא במקומו. ס'איז דא אן ענין פון בקיאות, און בקיאות קומט אמאל אויפ'ן חשבון פון עיון. האסט צוויי ברירות, אדער צו בלייבן סטאק אין א שווערן מגן אברהם, ביז ווען דו טוסט אדורך אלע פרי מגדים'ס און אלע סוגיות וואס רירט צו צום סוגיא ארום און ארום (לדוגמא, ווי מ'האלט יעצט אין חבורת זכרו, די היקף פון פוסק בסעודה לצורך מצוה, וואס האט פארשידענע חילוקים, ווי דרבנן, דאורייתא, יש שהות ליכא שהות, התחיל בהיתר או באיסור ועוד, און מחלוקת הראשונים, און איז מקיף רל"ה סי' ע' און סי' פ"ט, לולב וכדומה, וואס דאס אדורך צוטאהן געדויערט א גוטע פאר שעה), אדער קען מען לערנען די מגן אברהם (דאכציץ סעיף ה' איז עס) בפשטות, אביסל אויבנאויף, און כאטשיג האבן בקיאות.

ביידע מהלכים זענען ריכטיג, און ביידע אומריכטיג. אויבערפלעכליך טארמען קיינמאל נישט לערנען, און צופיל גרובלען איז אויך נישט קיין געלערנעכץ, מ'דארף לערנען ערגעץ אינדערמיט ואוס האט אסאך מדרגות און שטאפלן, והחכם עיניו בראשו, מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, וויפיל ער האט ממלא כריסו געווען בבקיאות בעפאר, וויפיל צייט ער האט, צו ס'וועט אים אראפשלעפן און אים מאכן פארלירן דעם חשק פון אנקומען וכדומה, און לויט דעם אויסטשטעלן זיין סדר הלימוד.

הקיצור, צו זאגן אז איינער וואס לערנט נישט משניות אויף הגאון רבי שמעי'ס מהלך האט נישט געלערנט (וכדומשמע מדבריו "והצדק עמו") איז דורכאויס פאלש, און שמעקט פון ג...

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:46 pm
דורך farshlufen
כבוד הרב, דאכט זיך אז איר לערנט אפ מיינע ווערטער מיט צופיל עיון.

איר זיינט מער ווינציגער גערעכט, א שאד צו מאריך זיין, איבערהויפט ווען איר גלייכט דאס נישט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:28 am
דורך ולא מיין
farshlufen האט געשריבן:כבוד הרב, דאכט זיך אז איר לערנט אפ מיינע ווערטער מיט צופיל עיון.

איר זיינט מער ווינציגער גערעכט, א שאד צו מאריך זיין, איבערהויפט ווען איר גלייכט דאס נישט.

דאן בין אייך מפייס פאר'ן חושד זיין בכשירים, קוקט אויס אז אפי' נאכ'ן אפלערנען אייערע ווערטער מיט עיון לא ירדתי לסוף דעתו.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:09 pm
דורך שאינו יודע
שנאפס האט געשריבן:די וואך האט מען אנגעפאנגען לערנען הלכות תפלה, האב איך געהערט א ווארט וואס איינער האט נאכגעזאגט פון הגאון בעל ארץ צבי מ'קאזיגלוב אויף די שאלה אויב ס'גענוג אז מ'פאנגט אן שמונה עשרה פאר זמן תפלה אדער מ'מוז דאווענען גאנץ שמונה עשרה פארן זמן, ברענגט ער א ראי' פון בלעם

ביי בלעם שטייט אז בלעם האט געוואלט שעלטן די אידן און ער האט געוואוסט מכוון צו זיין די צייט וואס הקב"ה איז כועס, פרעגט תוספות וויאזוי האט ער געקענט שעלטן אין איין רגע? ענטפערט תוספות צוויי תירוצים, איינס אז בלעם האט געקענט זאגן די ווארט 'כלם' וואס נעמט נישט מער ווי א רגע, אדער אז בלעם האט נאר אנגעפאנגען צו שעלטן אין יענע רגע, און ס'גענוג אז ער וואלט אנגעפאנגען יענע רגע

זאגט דער גאון אז פונקט ווי בלעם האט געקענט נאר אנפאנגען אין יענע רגע, זיכער קען מען אויך אנפאנגען שמונה עשרה גלייך פאר סוף זמן תפלה און אריינציען דאס דאווענען נאכן זמן

(הערה: דאס האט דער גאון געזאגט לכאורה נאר אלץ א לימוד זכות אדער גאר ווי א ווערטל. להלכה דארף מען זעהן צו ענדיגן דאס דאווענן פארן סוף זמן, סיי די שטילע וגם לרבות די הויכע שמו"ע. [פון קאמארנער שטייט אנדערש, אבער בפשטות אין די פוסקים איז עס אזוי])



המהר"ם שיק בתשובה מאריך בענין זה, ומצדד דהוי ברכה לבטלה, ואין לענות אמן, ואחר זה מלמד זכות על הנוהגים כן


אבל יש כמה אחרונים דמיקילין בזה, וכמה פעמים אני סומך על זה לענין סוף זמן תפילה שהוא מדרבנן וליכא חשש ברכה לבטלה

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:36 am
דורך אביונה
כ'זוך אלטע לוחות שיעורי זכרו בהלכה [PDF] אויף אורח חיים
אויב איינער האט ביטע אהער שטעלן
שכוח

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:00 pm
דורך פארפלאנטערט
וועלכע זוכטו?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:59 pm
דורך אביונה
פארפלאנטערט האט געשריבן:וועלכע זוכטו?

הלכות קריאת שמע ותפלה

Re: חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 10:13 pm
דורך גמרא קאפ
כ'זוך אלטע לוחות שיעורי זכרו בהלכה [PDF] אויף הלכות שבת אויב איינער קען אריינשיקען ש'כח

Re: חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח

געשריבן: מיטוואך יולי 21, 2021 10:52 am
דורך אמסטערדאם
.

Re: חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח

געשריבן: זונטאג אקטאבער 03, 2021 5:41 pm
דורך אכט
מען הויבט אן הלכות יום טוב