ש''ס בעל פה שע''י חסידי וויזניץ מאנסי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

ש''ס בעל פה שע''י חסידי וויזניץ מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

דער וויזניצער רבי שליט''א האט שוין אסאך מאל געזאגט לעדת חסידיו, אז עס וואלט געווען א דבר ראוי, אז יעדער איד זאל זיך האבן אפאר בלאט גמרא וואס ער קען פון אויסנווייניג מיט די לשון, אזוי אז ווען מ'גייט אין די וועגן, אדער מ'זיצט ביי א דאקטער'ס אפיס וכדו', זאל די צייט נישט גיין לאיבוד, נאר מ'זאל חזר'ן פון אויסנווייניג די בלעטער גמרא וואס מ'קען.

פארלאפענעם פורים, האט דער פורים רב פון קהילת וויזניץ געמאלדן, אז מ'גייט צוטיילן גאנץ ש''ס צווישן חסידי וויזניץ, יעדער גייט זיך אויסוועלן דריי בלאט גמרא וואס ער גייט זיך איינחזר'ן, אזוי אז גאנץ ש''ס זאל קענען געלערנט ווערן אין אפאר מינוט, לרפואת דער וויזניצער רבי שליט''א.

אין דיע טעג איז אויפגעהאנגען געווארן א גרויסע סיין, מיט אלע בלעטער, און ווער עס לערנט זיי.

עס איז געשטעלט געווארן בוחנים צו פארהערן דעם עולם, צו זעהן צו מ'קען טאקע, און ביים פארהער באקומט מען א כתב, און מ'באקומט הונדערט דאלער.

דערנאך ברויך מען איבערחזר'ן די בלעטער לכה''פ 40 מאל, און דאן באקומט מען נאך 100 דאלער.

עס איז א געוואלדיגע רעיון, אז ווען מ'ברויך זיך אויסבעטן, ווי למשל אין די הייליגע טעג, קען מען קובע זיין א זמן וואס דעמאלט וועט די גאנצע קהילה מסיים זיין ש''ס, צו דאס איז לרפואת דער וויזניצער רבי שליט''א, אדער סיי וועלכע אנדערע עניין, אדער אפילו ביי א שמחה אין די קהילה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוואלטיג, כ'בין מקנא די אידן, ווען מ'קומט צום גרויסן פארהער לוינט זיך אז מ'קען זיך פארהערן עטליכע בלאט ישר והפוך כמונח בקופסא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אינטערעסאנטער געדאנק, אבער ממש געוואלדיג!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

באמת איז דא גאר אסאך מקנה צו זיין חסידי וויזניץ מאנסי וואס זיי האבן אזא רבין לאורך ימים ושנים, א יוד פון פריערדיגן דור מיט אזא מין השפעה וואס מען זעהט היינט מער נישט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ווי איך פארשטיי, איז עס די זעלבע געדאנק ווי - מקובל פון צדיקים א "עולם הבא מסכת". נאר צוליב אונזערע גרויסע פאטעיטא קעפ, האט עס דער וויזניצער רבי איינגעפירט אויף בלעטער

נישט שלעכט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:ווי איך פארשטיי, איז עס די זעלבע געדאנק ווי - מקובל פון צדיקים א "עולם הבא מסכת". נאר צוליב אונזערע גרויסע פאטעיטא קעפ, האט עס דער וויזניצער רבי איינגעפירט אויף בלעטער

נישט שלעכט

דא שטייט אז די פורים רב האט עס איינגעפירט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווי איך פארשטיי, איז עס די זעלבע געדאנק ווי - מקובל פון צדיקים א "עולם הבא מסכת". נאר צוליב אונזערע גרויסע פאטעיטא קעפ, האט עס דער וויזניצער רבי איינגעפירט אויף בלעטער

נישט שלעכט

דא שטייט אז די פורים רב האט עס איינגעפירט.

פורים איז ער דער רבי :wink:
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווי איך פארשטיי, איז עס די זעלבע געדאנק ווי - מקובל פון צדיקים א "עולם הבא מסכת". נאר צוליב אונזערע גרויסע פאטעיטא קעפ, האט עס דער וויזניצער רבי איינגעפירט אויף בלעטער

נישט שלעכט

דא שטייט אז די פורים רב האט עס איינגעפירט.

עיין ערך בעלז!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דער מעשה איז אזוי, דער וויזשניץ-מאנסי'ער רבי שליט"א בעט שוין לאנגע יארן פון זיינע חסידים אז בנוסף צו דאס לערנען שיעורים קבועים חק ולא יעבור זאל זיך איעדער איינער איינ'חזר'ן עטליכע בלעטער גמרא בע"פ אויפן לשון, וואס דאס איז - ווי ער זאגט תמיד - גאר נוצבאר צו יעדע געלעגענהייט וואס מ'קען זיך נישט זעצן לערנען און מ'טוט גארנישט מיטן מח, ווי למשל ווען מען גייט אין גאס אדער ווען מען ליגט אין בעט פארן איינשלאפן, און דאס וועט אפהיטן פון מחשבות וראיות אסורות.

שטייצעך אז אסאך האבן אנגענומען דער עצה טובה שוין פונלאנג און זענען שגור אין זייערע בלעטער אפילו אין חלום....

אבער נישט יעדער האט דאך געהאט דער געדולד דערצו איז איינגעפאלן פאר דער פורים רב א וואזשנער המצאה אז לזכות רפואת דער רבי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו וועט מען מאכן א מצבע און מחזק זיין דער פיינע און גוטע הנהגה ביי אסאך מער חסידי וויזשניץ. און לצורך דעם האט מען געהאנגען א צעטל דערוועגן אז יעדער זאל זיך איינשרייבן, דערנאך האט מען געהאנגען א גרויסע צעטל וואו מען האט צעטיילט יעדער משתתף מיט עטליכע בלעטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ווער איז דער פורים רב?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לוי יצחק האט געשריבן:ווער איז דער פורים רב?

ר' בנימין בוקסבוים
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

עס איז ווערד צו באגריסן דעם געדאנק פון קהלת וויזניץ, אבער עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו וויסן א מקור, אז ענדיגן ש"ס אין איין טאג איז א סגולה לרפואה, פארשטייט זיך אז יעדע גוטע זאך גוטע זאך איז א סגולה, און מען קען מתפלל זיין וכדומה, ענדיגן תהלים האט א מקור, אבער ענדיגן ש"ס לרפואה האב איך נאכנישט געהערט.
נישט אז איך האב א "קשיא" ס'איז פשוט א "שאלה" מהיכי תיתי?

אז זיבן מענטשן וועלן זאגן צוועלף מאל קאפיטל נז איז עס א סגולה פאר עקרות למשל? איינער דארף דאך מגלה זיין אז עס ארבעט מער ווי א צווייטע זאך?

לדוגמא די 10 קאפיטלעך פון תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי נחמן האט מגלה געווען אז ס'איז א תיקון, האט א מקור פון קדוש וטהור מתלמידי הבעש"ט זי"ע, אדער אנדערע סארט סגולות למשל רבי מאיר בעל הנס, וואס קדושי עליון האבן דאס געטאן לאנגע דורות, אדער וואס מען טרעפט אין די ספרי המקובלים, אבער צו קען יעדער אפמאכן אליין א סגולה?

א "קבלה טובה" פארשטיי איך אז מען זאל קענען מקבל זיין סיי וואס, אבער נישט א סגולה.

איך וואלט הנאה געהאט ווען איינער קען פארברייטערן די ידיעות אין די נושא.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

דער געדאנק בעצם פון א חברה ש"ס איז נישט קיין נייער, און ווי איך האב געהערט האט הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים שליט"א פאר יארן צוריק מסדר געווען א חבורה וואס ענדיגט ש"ס יעדן חודש לויט א געוויסע סדר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'דענק נישט אויף די מינוט פונקטליך, אבער עס איז דא אזא ענין צו מאכען עפעס "אויסטערליש" אז אין הימל זאל ווערן א טומל. עס זענען פארהאן מעשות אויף דעם, מען מאכט עפעס אויסערארענטליך, און עס איז געווערן א טומל אין הימל, האט מען געםרעגט וואס גייט פאר, האט מען פארציילט אז די רבי.... איז ..... און ... בקיצור כ'דענק נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אש קודש »

לויט ווי איך פארשטיי איז עס נישט אז מ'ענדיגט ש"ס אין איין טאג לרפואה.

יעדער האט זיך מקבל געווען צו לערנען און איבער חזר'ן דריי בלאט צו קענען אויף די לשון אויסענווייניג, און עני קבלה טובה, בפרט לימוד התורה איז א סגולה אויף אלע גוטע זאכען, און פארשטייט זיך לרפואה אויך.

סך הכל האט מען ציווישען דע אלע וואס האבען זיך אינטער גענימען צו לערנען, צוטיילט גאנץ ש"ס.

אזוי פארשטיי איך.
קערעקט מי איף איי עם ראונג.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

גליטשעדיג האט געשריבן:עס איז ווערד צו באגריסן דעם געדאנק פון קהלת וויזניץ, אבער עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו וויסן א מקור, אז ענדיגן ש"ס אין איין טאג איז א סגולה לרפואה, פארשטייט זיך אז יעדע גוטע זאך גוטע זאך איז א סגולה, און מען קען מתפלל זיין וכדומה, ענדיגן תהלים האט א מקור, אבער ענדיגן ש"ס לרפואה האב איך נאכנישט געהערט...........

..............צו קען יעדער אפמאכן אליין א סגולה?

א "קבלה טובה" פארשטיי איך אז מען זאל קענען מקבל זיין סיי וואס, אבער נישט א סגולה.

איך וואלט הנאה געהאט ווען איינער קען פארברייטערן די ידיעות אין די נושא.

אז לימוד התורה איז מסוגל לרפואה איך דאך גלוי וידוע. ס'דא דערויף אומצאליגע פסוקים ומאמרי חז"ל. די עלטסטע און שטערקסטע סגולה פאר אלעמען. "אין סגולה כתורה"!

בנוגע מאכן א סיום הש"ס אין איין טאג. קיין מקור האב איך נישט, אבער די סברא זאגט, אז אויב יעדע שטיקל לימוד התורה ברענגט מיט זיך רפואות וישועות איז אוודאי מסיים זיין גאנץ ש"ס א געוואלדיגע סגולה און מקור פון השפעות טובות בכל ענינים.

בייגעלייגט איז א אלטע גליון איבער די סגולה פון לימוד התורה צו רפואת הגוף (מענינא דיומא, זאל עס זיין א זכות פאר'ן נדבן הגליון בשעתו - איך האף אז איך מיש נישט קיין יוצרות)
אטעטשמענטס
Refua 1.JPG
Refua 2.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

געוואלדיגע רעיון צו קענען אפאר בלעטער שגור בע״פ
גיימער פרובירן צו נאכמאכן
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”