בלאט 2 פון 4

האט איר געוויסט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:30 pm
דורך green sunday
דער רמ"א זאגט: ואם חל ברית מילה בערב ר"ה, יכולים לאכול, (דעס ווייסט יעדער) זאגט דער באר הייטב : השייכים לברית מילה,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:34 pm
דורך והוא פלאי
green sunday האט געשריבן:דער רמ"א זאגט: ואם חל ברית מילה בערב ר"ה, יכולים לאכול, (דעס ווייסט יעדער) זאגט דער באר הייטב : השייכים לברית מילה,

וכעי"ז הוא בשבוע שחל בו ת"ב, (או מר"ח עד התענית), ובזה סיום מסכת קיל יותר,
אולם עד לאחרונה מעולם לא שמענו לעשות סיום מסכת לאכול ער"ה כמו ער"פ, ולאחרונה שמעתי (ולא שמיע לי, כי הלא מעולם ידעו מעצה זו, והי' בהישג יד, ולא עשו את העצה)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:35 pm
דורך והוא פלאי
green sunday האט געשריבן:טאמער איר האט נישט קיין כח צי פאסטען די אלע האלבע תענותים, דארף איר נישט קיין התרת נדרים, אפ' איר האט ביז היינט יא געפאסט.

עיי"ש כתב במקום שיש מקצת חולי... ווייל עס איז על דעת המנהג, והמנהג הוא כך, אבל מעולם לא שמעתי, אם אין לו כח...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:11 pm
דורך צעיר באלפי ישראל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:16 pm
דורך והוא פלאי
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:מוקדש להוא פלאי

http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?141816&&page=13

יישר כח, עכ"ז כוונתי אצל חסידים, ואם הי' המנהג כן בישיבות, לא נהגו כן אצל חסידים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:31 pm
דורך farshlufen
שיעור יום ד' שופטים סימן תקפ"א באה"ט ס"ק י"ב "והמעיין בזוהר ובכתבי האר"י ז"ל מהחטא הגדול לאכול קודם אור היום לא יעשה כן" אמאל האט מען גערעדט פון א השיב משה בענין זה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:35 pm
דורך להתחדד
ביבער היט האט געשריבן:אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור
פארוואס הייסט גמור אויך ביי א תפילה פון א שפערטערע טאג?


די באר היטב ברעגט דא צי פין מג״א ומטעם זה הוא קודם לאבל ולמוהל וליארצייט
א מוהל איז א חיוב ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:05 pm
דורך והוא פלאי
להתחדד האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור
פארוואס הייסט גמור אויך ביי א תפילה פון א שפערטערע טאג?


די באר היטב ברעגט דא צי פין מג״א ומטעם זה הוא קודם לאבל ולמוהל וליארצייט
א מוהל איז א חיוב ?

עיין ברמ"א כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=174
ועיין מג"א כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=223

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:46 pm
דורך ביבער היט
אין סקי''א באר היטב סי תקפ''א
צייכענט ער אן אין די דין המב' בארוכה אויבען אין תקס''ח אז בעת א סעודת מצוה ווי א ברית וכדומה מעגן אלע וואס האבן שייכות צום שמחה און די קרואים מעגן עסן ביי די סעודת מצוה, אבער די בעל הברית פאר זיך איז נאך גרינגער זיין דין אז ער איז נישט מחוייב צו פאסטן ביזן ברית, (ביי אזעלכע סארט תעניתים ווי ער''ה און ענליך)

די שאלה איז ביי אנדערע סעודות מצוה איז אויך דא דער ספעציפישער קולא וואס דער בעל הברית האט אז ער איז נישט מחוייב צו פאסטן ביזן סעודת ברית, אדער איז עס א מיוחדיגער דין ביי ברית מילה דוקא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:29 pm
דורך ניק ניק
איך בין היינט געווויר געווארן אז מנהג ספרד איז צו מאכן הגבה "פארן" ליינען!

שיעור יום ה' שופטים סימן תקפ"ב

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:52 pm
דורך חסד שבמלכות
אין הוספות והשלמות ברענגט ער פון כף החיים:

א) אויב האט מען פארגעסן זכרינו, מי כמוך, וכתוב, בספר קען מען עס זאגן ביי אלקי נצור
ב) אין יוסיף דעת ברענגט ער (ס"ו) דאסור לישב בביהמ"ד כשהארון הקודש פתוח, אע"פ שהס"ת מונח בתוך הארון הקודש ובפרט כשרואה את הס"ת
ס'גייט זיך טון א אויפגעשטעלאכץ די יאר
ער ברענגט טאקע א דעת הרבה אחרונים דאין חיוב בדבר און ס'איז נאר א הידור, ס'איז דאך אבער אכשר דרא, יעדער האט ליב מהדר צו זיין

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:56 pm
דורך יאנקעלע קליגער
חסד שבמלכות האט געשריבן:ס'גייט זיך טון א אויפגעשטעלאכץ די יאר
ער ברענגט טאקע א דעת הרבה אחרונים דאין חיוב בדבר און ס'איז נאר א הידור, ס'איז דאך אבער אכשר דרא, יעדער האט ליב מהדר צו זיין

ביים ליינען אין די תורה איז אויך דא עפעס אן ענין צו שטיין
און פונדעסטוועגן שטייט נישט דער המון עם
גלייב איך אז דא וועט נישט זיין אנדערש

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:11 pm
דורך ישמחו
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
חסד שבמלכות האט געשריבן:ס'גייט זיך טון א אויפגעשטעלאכץ די יאר
ער ברענגט טאקע א דעת הרבה אחרונים דאין חיוב בדבר און ס'איז נאר א הידור, ס'איז דאך אבער אכשר דרא, יעדער האט ליב מהדר צו זיין

ביים ליינען אין די תורה איז אויך דא עפעס אן ענין צו שטיין
און פונדעסטוועגן שטייט נישט דער המון עם
גלייב איך אז דא וועט נישט זיין אנדערש


ביי קריאת התורה איז יש ויש, חילוקי פוסקים, דוקא יא צו שטיין, אדער דוקא נישט צו שטיין.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:29 pm
דורך להתחדד
מען לערט שוין נישט אדער עס נישט דא נייע הלכות וואס מען ווערט געוואר?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:11 pm
דורך מיללער
א נח סימן א סעיף א

באר היטב סק"ב: נטילת ידים תיכף סגולה להינצל מהוצשז"ל - אויף ווען איז די סגולה, אויפן גאנצן קומענדיגן טאג?

באה"ט סק"ה: אחר נט"י יאמר שם של מ"ב אנא בכח וכו' - הייני שיאמר השם או שיאמר אנא בכח ויכוין השם? דאס זאגט מען נאך פאר ברכות התורה?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:07 am
דורך טראכט נאר גוט
ביז ווי איז די שיעור פאר א' נח?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:41 am
דורך חסד שבמלכות
ביז סעיף ה'
==
אגב געוואר געווארן נעכטן א הלכה, איך האב אלס געוואוסט אז ווען מען דערוועקט זיך אינמיטן די נאכט דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער אפילו מ'וויל זיך צוריקלייגן, זע איך אין הלכה פסוקה אז כמה אחרונים מקילים בזה כל שדעתו לישן עוד, ובעת הצורך יש לסמוך קודם עלות

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:56 am
דורך farshlufen
למעשה איז מען נאר מיקל פאר נשים.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:21 am
דורך חסד שבמלכות
פון ווי נעמט איר דאס?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:28 am
דורך farshlufen
פון מיין מורה הוראה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:01 pm
דורך good-life
ח''ו מקיל צו זיין ביי פרויען מער ווי מענער, יעדע זאך וואס האט צוטוען מיט רוח רעה מיזן פרויען זיין געווארענט 100 מאל מער, ווייל ביי זיי קלעבט זיך עס שטערקער אן און שווערער אראפצונעמן

הערות שונות

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:25 pm
דורך farshlufen
בבאר היטב ס"ק ט':
ויוכל לומר פ׳ העקדה ופרשת המן אפי׳ בשבת. ע״ת וכ״כ בעל שתי ידות, זע איך אז רמד"ל שרייבט דארט גאר אז פרשת העקידה קומט ענדערש צו זאגן פאר מנחה ווי פאר שחרית דאס שטימט אביסל מיט זיין אייגנארטיגע מהלך אין אמירת הקרבנות בכלל, אגב, דאס וואס ער זאגט אז מ'מעג זאגן שבת איז אויך מסברא דנפשי' און ער איז חולק אויף פריערדיגע.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:40 pm
דורך מיללער
בבאר היטב סימן א' סוף ס"ק י"ג "וכן העתיק הבאר היטב אשר לפני עיין שם" וואס מיינט דאס?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:42 am
דורך farshlufen
פשטות דעם פריערדיגן באר היטב פון ר' ישעי' ב"ר אברהם, עיין הקדמת הבאה"ט.

----

מהדורות הבאר היטב מאמר א' מאמר ב'

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:36 pm
דורך חסד שבמלכות
סימן ג', בענין קינוח ביד שמאל, זע איך ברענגט אין הלכה פסוקה פון תניא 'אם מקנח בנייר וכדו' ולא באצבעותיו ממש מותר לאחוז הנייר באיזה יד שירצה'
א חידוש דין פאר מיר
*
אין יוסיף דעת ברענגט ער פון שבט הלוי אז 'נכון ליזהר שלא להדק קשר הציצית בביה"כ'
גראדע האב איך עס פונקט געזען דעם יו"ט פאר די הקפות בלעטערנדיג אזוי שו"ת שבט הלוי ח"י, ער שרייבט דארט אז להלכה איז נישט קיין פראבלעם, אבער ער איז זיך מונע דערפון, איך גלייב אז ס'איז א חידוש פארן ציבור.