בלאט 1 פון 1

מפעל הש"ס העולמי

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 1:34 pm
דורך לטובה ולברכה
ווייסט איינער אינפארמאציע פון דעם שיעור סיסטעם

שמעתי אז אין אלע היימישע שטעט(אויך אין קרית יואל) איז דא פארהערן פלעצער יעדע סוף חודש

ווער עס ווייסט ביטע מודיע זיין בשער בת רבים ויה' לתועלת הרבים. ייש"כ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:49 pm
דורך לטובה ולברכה
שוין לאנג נישט דא געווען
ס'זעט אויס אז די וואס ווייסן האבן נישט קיין צייט צו פארברענגען דא

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס לערנט דעם סדר.
מען לערנט 20 בלאט גפ"ת א חודש, און מען חזר'ט יעדע חודש די 20 פון די פאריגע חודש, ס"ה 40 בלאט.

די בחינה קומט פאר יעדע אנפאנג חודש אין אלע חרדישע געגנטער אויף די 40 בלאט, 20 נייע און 20 אלטע.

צו קענען ענטפערן די בחינות מוז מען קענען דעם בלאט גרינטליך,
עס איז דא 40 שאלות וואס יעדע שאלה נעמט ארום די גאנצע סוגיא.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:01 pm
דורך מי הוא זה
און וואס באצאלט מען ?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:12 pm
דורך לטובה ולברכה
מי הוא זה האט געשריבן:און וואס באצאלט מען ?

עיקר שכחתי

150 פון 95 ארויף
און עס גייט אראפ לויט די מארקס

Re: מפעל הש"ס העולמי

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 10:40 pm
דורך שאראש-פאטאק
קען איינער ארויף לייגען איין בחינה צו וויסען פון וואס מען רעדט