בלאט 1 פון 2

חבורת אמת ואמונה - לימוד ספה"ק ויואל משה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:06 pm
דורך פריילעך אידל
Emes Vermunah.jpg
Emes Vermunah.jpg (58.46 KiB) געזען 9585 מאל


ב"ה אז איך בין זוכה מסיים צו זיין שוין צום צווייטן יאר דעם ספה"ק ויואל משה, אלס א חבר בחבורת "אמת ואמונה"

דער חבורה איז געגרינדעט געווארן פאר בערך 3 יאר צוריק, דורך הרה"ח ר' יחזקאל שרגא (בן בילא לרפו"ש) פריעדמאן שליט"א, מיטן ציהל אדורך צולערנען דעם ספר ויואל משה אין איין יאר, און דער התחלה וסיום פראוועט מען ביומא דהילולא קדישא כ"ו אב.

דער סדר איז פשוט, עמוד ליום.

אבער למעשה פארמאגט ויואל משה שצ"ח עמודים, איז דאס איינגעטיילט מיט א סדר: אין א שנה פשוטה, איז עמוד ליום און שבת ב' עמודים; אין א שנה מעוברת, איז עמוד ליום און בלויז ר"ח איז ב' עמודים.

אזוי אויך איז צוגעשטעלט א טעלטפאן ליניע ווי מען קען הערן שיעורים אין דעם ספר, צוטיילט לויט די עמודים, מען קען הערן יעדן טאג דעם שיעור אויפן היינטיגן עמוד, אזוי אויך שיעורים אינעם גאנצן ספר. די שיעורים ווערן פארגעלערנט בטוטו"ד דורך הרה"ח ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, קורץ און שארף, אין בערך פופצן מינוט א שיעור, אזוי אז מיט בלויז פופצן מינוט א טאג קענט איר אויך זוכה זיין אדורך צולערנען דעם הייליגן ספר!

וויפיל מאל האט איר שוין אנגעהויבן דעם ספר און איר זענט געבליבן שטעקן ביי סימן ה-ו, אדער העכסנס זענט איר שוין אנגעקומען צו סימן ט-י און סטאק געווארן? אדרבה פראבירט דעס אויס, הייבט יעצט אן מיט א קביעות, און זייט מסיים דעם הייליגן ספר קומענדיגעס יאר ביומא דהילולא קדישא!

טעמו וראו כי טוב!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:10 pm
דורך פריילעך אידל
פאלגנד איז דער לוח פון דעם נייעם מחזור שנת תשע"ז - ע"ח.
https://drive.google.com/file/d/0Bzgboj ... sp=sharing

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:37 pm
דורך פארפלאנטערט
די לוח אויף א פראקטישן פארמאט
https://www.dropbox.com/s/vcv43jwqvtmuw ... R.pdf?dl=0

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 6:22 pm
דורך חוץ פון דעם
וואס איז מיט על הגאולה?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2018 12:02 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
סתם אזוי בדרך אגב, כ׳האב געהערט בשם הרב יצחק לעבאוויטש רב ד׳וואדרידזש. ס׳דריידצעך אזא מעשה מיטן רבין׳ס כרוינע׳ברכה אז מ׳האט אים דערציילט איבער א חבורה פון בחורים און די ישיבה וואס זענען זיך קובע מיט שיעור און ספר ויואל משה, און די רבי האט הנאה געהאט און געשמייכלט.
זאגט דער וואדריזדשער רב, אז ס׳איז אמת, און דער ראש החבורה פון דעי בחורים איז געווען גאר ער. נאר איין קליינעקייט פון די מעשה וואס ווערט נישט גוט אויסגעטייטש איז, אז דאס שמייכל׳ן פון רבין איז געווען מער א זיך אינטערשמייכל׳ן, ווי צו זאגן בחורים און זיין ישיבה ברויכן לערנען די למודים וואס מען איז קובע און די ישיבה, ויואל משה איז א ספר פאר די גאס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2018 12:19 pm
דורך מיללער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סתם אזוי בדרך אגב, כ׳האב געהערט בשם הרב יצחק לעבאוויטש רב ד׳וואדרידזש. ס׳דריידצעך אזא מעשה מיטן רבין׳ס כרוינע׳ברכה אז מ׳האט אים דערציילט איבער א חבורה פון בחורים און די ישיבה וואס זענען זיך קובע מיט שיעור און ספר ויואל משה, און די רבי האט הנאה געהאט און געשמייכלט.
זאגט דער וואדריזדשער רב, אז ס׳איז אמת, און דער ראש החבורה פון דעי בחורים איז געווען גאר ער. נאר איין קליינעקייט פון די מעשה וואס ווערט נישט גוט אויסגעטייטש איז, אז דאס שמייכל׳ן פון רבין איז געווען מער א זיך אינטערשמייכל׳ן, ווי צו זאגן בחורים און זיין ישיבה ברויכן לערנען די למודים וואס מען איז קובע און די ישיבה, ויואל משה איז א ספר פאר די גאס
וואס מיינט דאס?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2018 12:52 pm
דורך שמואל בארג
דער רב זאל זיין געזונט האט מיר אמאל צוגעוויזן אין דעם 'ויואל משה' וואס ליגט ביי אים אין שטוב, ווי ס'איז אריינגעשריבן אז ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געמאכט א שיעור ברבים אין דעם הייליגן ספר, אבער - כדרכו בקודש - ווערט צוגעלייגט א גאנצער ביאור פארוואס היינט טאר מען דאס שוין נישט מאכן.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2018 9:08 pm
דורך blue moon
וואס איז דער טעל נומער פאר דעם שיעור?

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2018 12:30 am
דורך שיח יצחק
7183628899 אזוי אויך קען מען צוקומען דורך קול דודי און דרוקט 9-0 אויך איז דא א לוח שנתיים נאר 5 עמודים א וואך 10 חדשים

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2018 12:38 am
דורך שיח יצחק
ויואל משה בגי' שצ''ח כמספר עמודיה וסימניה ווער עס קען זאל ביטע ארויפברענגן די קונטרס אמת ואמונה און די גליונות

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2018 8:56 am
דורך farshlufen
חוץ פון דעם האט געשריבן:וואס איז מיט על הגאולה?

נעמט לכל היותר א וואך אדורכצולערנען און דאס דארף מען קענען ישר והפוך אינמיטן שלאף.

געשריבן: דינסטאג מאי 15, 2018 11:34 am
דורך פריילעך אידל
farshlufen האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:וואס איז מיט על הגאולה?

נעמט לכל היותר א וואך אדורכצולערנען און דאס דארף מען קענען ישר והפוך אינמיטן שלאף.

א וואך? ווענדט זיך וויפיל שעה א טאג מען לייגט אריין...

יא, דאס ברויך יעדער סאטמאר'ער איד קענען ישר והפך, זיך צו קענען האלטן בדעה ישרה אין די היינטיגע וועלט, וואס איז אנגעפילט מיט סימפאטיע פאר דעם ממשלת המינים.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:45 am
דורך שיח יצחק
אין ארץ ישראל איז פארהאן א חבורה אין ישיבות ללימוד ספה''ק ויואל משה ועל הגאולה מיט טויזענטער באטייליגטע ב''ה

געשריבן: דינסטאג מאי 22, 2018 7:18 pm
דורך שיח יצחק
לעצטענס אויך פאר אינגעלייט ווער עס ווייסט מער פרטים ביטע שרייבן

געשריבן: דינסטאג מאי 22, 2018 11:18 pm
דורך יגעתי ומצאתי
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סתם אזוי בדרך אגב, כ׳האב געהערט בשם הרב יצחק לעבאוויטש רב ד׳וואדרידזש. ס׳דריידצעך אזא מעשה מיטן רבין׳ס כרוינע׳ברכה אז מ׳האט אים דערציילט איבער א חבורה פון בחורים און די ישיבה וואס זענען זיך קובע מיט שיעור און ספר ויואל משה, און די רבי האט הנאה געהאט און געשמייכלט.
זאגט דער וואדריזדשער רב, אז ס׳איז אמת, און דער ראש החבורה פון דעי בחורים איז געווען גאר ער. נאר איין קליינעקייט פון די מעשה וואס ווערט נישט גוט אויסגעטייטש איז, אז דאס שמייכל׳ן פון רבין איז געווען מער א זיך אינטערשמייכל׳ן, ווי צו זאגן בחורים און זיין ישיבה ברויכן לערנען די למודים וואס מען איז קובע און די ישיבה, ויואל משה איז א ספר פאר די גאס

סתם אזוי בדרך אגב, הרב בנימין הערש בערקאוויטש ז"ל האט פארציילט אז די רבי זכרונו לברכה האט אמאל - בתוך אחד השיחים עמו - דערמאנט א גמרא, ווען די רבי האט געזעהן אז ר' בנימין הערש ווייסט נישט פון די גמרא האט די רבי געזאגט, 'איך ברענג דאך די גמרא אין ויואל משה?!' ווי צו זאגן אז ער וואלט געדארפט וויסן דערפון. רב"ה האט געענטפערט, איך האב דאך נאכנישט געענדיגט ש"ס... האט רביה"ק געענטפערט, ויואל משה איז וויכטיגער.

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 4:25 pm
דורך שיח יצחק
איך האב געהערט פון א ת''ח און פון א בעה''ב א יודע ספר אז זיי דארפען א פירוש אויף ספה''ק ויואל משה אזויווי מתיבתא אדער אזויווי תדרוש נועם אויף נועם מגדים

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 5:37 pm
דורך פריילעך אידל
עס זענען שוין היינט פארהאן צוויי פירושים אויפן ויואל משה, איינס "ויואל משה הבהיר", און דער צווייטע "אור כי טוב".

דער 'הבהיר' האט געמאכט גאר א גוטן ארבעט, סיי מיט'ן מפרש זיין און פארברייטערן דעם רבי'נס ווערטער, און סיי מיט'ן מלקט זיין אלע מקורות וואס דער רבי ברענגט אראפ, אז מען זאל קענען נאכקוקן די גאנצע קטעים. למעשה איז ביזדערווייל נאר ערשינען דער ערשטער באנד ביז סימן צ', און ער האלט אינמיטן דריקן דעם צווייטן באנד, אבער ער מיטשעט זיך שטארק צוליב מאנגל אין געלט.

אבער דער אמת איז, אז די עיקר שווערע ענינים אין ויואל משה איז טאקע ביז סימן צ', ווי דער רבי אקערט דורך די גאנצע סוגיא פון שלש שבועות, שיטת הרמב"ם, תחיית המתים, קיבוץ גליות, ביאת המשיח, א.א.וו. אבער פון דארט און ווייטער זענען זאכן היפש גרינגער און קלארער.

געשריבן: מיטוואך מאי 23, 2018 5:40 pm
דורך אחת ואחת
שיח יצחק האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ת''ח און פון א בעה''ב א יודע ספר אז זיי דארפען א פירוש אויף ספה''ק ויואל משה אזויווי מתיבתא אדער אזויווי תדרוש נועם אויף נועם מגדים

ווער זיי? פאר איינער וואס קען עס גוט דארף עס קענען מאכן, די עיקר פראבלעם איז לכאורא געלט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:51 am
דורך שיח יצחק
זיי דער ת''ח און דער בעה''ב דארפען פאר זיך צו לערנען א לייכטע פירוש

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2018 2:51 pm
דורך שיח יצחק
חבורת -אמת ואמונה-חק ולא יעבר
קימו וקבלו עליהם ועל זרעם ועל כל הנלוים עליהם-ולא יעבר

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2018 3:04 pm
דורך HelpMe
אחת ואחת האט געשריבן:
שיח יצחק האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ת''ח און פון א בעה''ב א יודע ספר אז זיי דארפען א פירוש אויף ספה''ק ויואל משה אזויווי מתיבתא אדער אזויווי תדרוש נועם אויף נועם מגדים

ווער זיי? פאר איינער וואס קען עס גוט דארף עס קענען מאכן, די עיקר פראבלעם איז לכאורא געלט

עס איז דא ויאול משה הבהיר פון ר' יחיאל קליין

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 8:11 am
דורך שיח יצחק
בס''ד
אם לא עכשיו אמתי
אין ספר הקדוש ויוא''ל מש''ה(בגימטריא 398) איז דא 398 עמודים
וואס איז די חשבון ?
שער און די הקדמה 15 עמודים
מאמר שלש שבועות 165 עמודים (עס ענדיגט זיך ביי עמוד קע''ו)
מאמר ישוב ארץ ישראל 175עמודים (כמנין פסוקי פ' נשא וקאפיטל קי'''ט ומס' בבא בתרא)
מאמר לשון הקודש 51 עמודים
וויפל טעג איז דא ביז די יארצייט פון רביה''ק זי''ע כ''ו אב הבעל''ט?
63 טעג
אז איר לערנט א יעדן טאג 1 עמוד
און לכבוד ראש חודש 2 עמודים
וויפל קענט איר אנקומען?
די גאנצע הקדמה און גאנץ מאמר לשון הקודש
כאפט אייך מיט

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 8:21 am
דורך שיח יצחק
תיקון טעות
מאמר שלש שבועות 156 עמודים
מאמר ישוב ארץ ישראל 176 עמודים
15+156+176+51-398

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:30 am
דורך פריילעך אידל
איך האב א בעסערע עצה, ווארטס ביז דעם קומענדיגער מחזור הייבט זיך אן, און דאן אנהייבן. אבער כדי די התעוררות זאל נישט אויסוועפן ביז דאן, מען ברויך מאכן א כלי פאר די התעוררות, קען מען לערנען "על הגאולה" ביזדערווייל, עס דארף נישט צו נעמען מער ווי צוויי חדשים.

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 10:46 am
דורך יוד אלף
שיח יצחק האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ת''ח און פון א בעה''ב א יודע ספר אז זיי דארפען א פירוש אויף ספה''ק ויואל משה אזויווי מתיבתא אדער אזויווי תדרוש נועם אויף נועם מגדים

איך האב געהאט די זכי' דורכצולערנען מאמר שלש שבועות כמה פעמים, אין איין מאל בעיון רב, ס'איז מיר זייער צוניץ געקומען א ספר, דאכצעך עס הייסט משנת של רבינו
ער נעמט צוזאמען א תמצית פון יעדע פרט וואס דער רבי אקערט דורך, עס האט מיר געווען א שטארקע הילף, צוזאמען צונעמען די סוגיות און די מסקנות פונעם רבי'ן