חסיד'ישע טייטשן על הש"ס

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

חסיד'ישע טייטשן על הש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אין דעם אשכול וועלן מיר פראבירן יעדן טאג ארויסצוברענגען א חסידי'שער געדאנק אויפן דף, אזוי צו מתבל זיין דאס לימוד הנגלה אין חסידות, אריינצוברענגען א חסידי'שער געפיל אינעם דף. איך ווייס נישט צי איך וועל קענען אנגיין ממש יעדן טאג, דער עולם איז געלאדנט צוצולייגן כיד ה' הטובה, הכל ריווח.

אויפן ערשטן דף איז נאטורליך פארהאן פיל חסידי'שע ווערטער און געדאנקען. מיר וועלן אנהויבן מיטן באקאנטן מעשה פון דער רבי ר' זושא, וועלכער האט זיך געמאכט א שיעור מיטן בעל התניא, בשעת דער בעל התניא האט פארגעלערנט על פי נגלה און דער רבי ר' זושא האט פארגעלערנט על פי נסתר. האט מען אנגעהויבן לערנען 'מאימתי' און דער רבי ר' זושא האט א שריי געטאן, "ווער זאגט אז מאימתי טייטשט פון ווען, אפשר איז דאס טייטש 'פון פחד', אז קריאת-שמע הויבט מען אן צו ליינען פון פחד?!" - הערנדיג דאס האט דער בעל-התניא אפגעזאגט די חברותא'שאפט, ער האט געשפירט אז די מדריגות פון דער רבי ר' זושא איז זייער הויך פאר אזא חברותא'שאפט.

דער עולם קען מוסיף זיין.
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

געוואלדיג!

מיר ווארטן אויף נאך!!!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מ'קען נאשן פון ביאורי החסידות לש"ס (יש"י חסידה).
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

וועלן מיר פראבירן צוריק אנהויבן און זיך מחדש זיין. אנגעהויבן פון דעם נעכטיגן בלאט, מיטן היינטיגן בלאט, און אויך דער שבת'דיגער בלאט:

כל שישנו בשמירה ישנו בזכירה (ברכות כ:)
שמירה גייט ארויף אויף מצוות לא-תעשה, און זכירה גייט ארויף אויף מצוות עשה. די מטרה פון מצוות לא-תעשה איז, זיך צו דערווייטערן פון שלעכטס און צו זיין וואס ווייטער פון די טומאה; די מטרה פון מצוות עשה איז, זיך צו דערנענטערן צו די קדושה און צו זיין ווי נאנט צו די שכינה.

זאגט אונז רבא: כל שישנו בשמירה – ווי מער מען דערווייטערט זיך פון די טומאה, ישנו בזכירה – אלס מער דערנענטערט מען זיך צו די קדושה און צו העכערקייט.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

כל דבר שבקדושה לא יהא פחות מעשרה... כתיב הכא ונקדשתי בתוך בני ישראל, וכתיב התם הבדלו מתוך העדה הזאת, מה להלן עשרה אף כאן עשרה (כא:)

זאגט דער אגרא דכלה (פרשת קרח) בשם דער רבי ר' מענדעלע מרימנוב זצ"ל:
קוק ווי שטארק מען רעכנט זיך מיט די חטאים פון די תורה, אז פון זייערע זינד, קורח מיט די מרגלים, לערנט מען ארויס די הייליגסטע הלכות, א מנין ביי דברים שבקדושה.

דאס ווייזט אונז ווי נישטיג אונזערע מצוות זענען קעגן די זינד פון אונזערע זיידעס, דער דור-המדבר, ודו"ק.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פתח פיך ויאירו דבריך, שאין דברי תורה מקבלין טומאה (ברכות כב.)

ווען א מענטש לערנט תורה שלא בטהרה, איז ער גארנישט פוגע אין די תורה זעלבסט, וויבאלד די תורה בלייבט שטענדיג ריין. ווידער דער מענטש קען נישט אריינדרינגען אין פנימיות התורה, בלויז אויב ער איז בטהרה ובקדושה.

עם כל זה, ווען א מענטש לערנט תורה, אפילו שלא בטהרה, רייניגט אים די תורה אויס, וויבאלד די תורה בלייבט הייליג און ריין און האט א כח אויסצורייניגן דער מענטש און אים אויסלייטערן, אזוי אז ער זאל זיך קענען מדבר זיין אין פנימיות התורה.

דאס האט רבי יהודה בן בתירה געזאגט פאר דעם תלמיד: פתח פיך - לערן תורה געשמאק, אפילו שלא בטהרה, ויאירו דבריך – די תורה וועט דיר אויסלייטערן. שאין דברי תורה מקבלין טומאה – די תורה זעלבסט ווערט נישט אומריין, און דעריבער האט זי דער כח דיר אויסצולייטערן און אויסרייניגן.

(שפת אמת – אמור)
ואיני יודע מה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואיני יודע מה »

שכויח זייער שיין.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

חסדי אבות האט געשריבן:וועלן מיר פראבירן צוריק אנהויבן און זיך מחדש זיין. אנגעהויבן פון דעם נעכטיגן בלאט, מיטן היינטיגן בלאט, און אויך דער שבת'דיגער בלאט:

כל שישנו בשמירה ישנו בזכירה (ברכות כ:)
שמירה גייט ארויף אויף מצוות לא-תעשה, און זכירה גייט ארויף אויף מצוות עשה. די מטרה פון מצוות לא-תעשה איז, זיך צו דערווייטערן פון שלעכטס און צו זיין וואס ווייטער פון די טומאה; די מטרה פון מצוות עשה איז, זיך צו דערנענטערן צו די קדושה און צו זיין ווי נאנט צו די שכינה.

זאגט אונז רבא: כל שישנו בשמירה – ווי מער מען דערווייטערט זיך פון די טומאה, ישנו בזכירה – אלס מער דערנענטערט מען זיך צו די קדושה און צו העכערקייט.

אייגנס?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אין די מתיבתא גמרות איז די די מדור כפתור ופרח ווי מ'קען טרעפן אסאך חסידישע ווערטער, אבער דאס וועט אנהאלטן נאר ביז עירובין.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

מוכר ספרים האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:וועלן מיר פראבירן צוריק אנהויבן און זיך מחדש זיין. אנגעהויבן פון דעם נעכטיגן בלאט, מיטן היינטיגן בלאט, און אויך דער שבת'דיגער בלאט:

כל שישנו בשמירה ישנו בזכירה (ברכות כ:)
שמירה גייט ארויף אויף מצוות לא-תעשה, און זכירה גייט ארויף אויף מצוות עשה. די מטרה פון מצוות לא-תעשה איז, זיך צו דערווייטערן פון שלעכטס און צו זיין וואס ווייטער פון די טומאה; די מטרה פון מצוות עשה איז, זיך צו דערנענטערן צו די קדושה און צו זיין ווי נאנט צו די שכינה.

זאגט אונז רבא: כל שישנו בשמירה – ווי מער מען דערווייטערט זיך פון די טומאה, ישנו בזכירה – אלס מער דערנענטערט מען זיך צו די קדושה און צו העכערקייט.

אייגנס?


ווערט געברענגט.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

האי סודרא דתפילין, דאזמניה למיצר ביה תפילין, אסור למיצר ביה. אזמניה ולא צר ביה, צר ביה ולא אזמניה, שרי למיצר ביה זוזי (ברכות כג:)

ווען א צדיק רעדט הייליגע דיבורים און ער געפינט זיך אין די עולמות העליונים, פראבירט ער אויפצוהייבן זיינע תלמידים, זיי מקשר צו זיין צו זיך און דורכדעם זיי דערהייבן צו העכערע וועלטן. אויב די תלמידים זענען נישט זוכה און זיי באגרייפן נישט די פנימיות הענינים פון דעם צדיק, ווערן זיי בלויז מקושר מיטן אן אור מקיף, אבער זיי ווערן נישט גענצליך אויפגעהויבן און מקושר מיט אן אור פנימי.

א תלמיד וואס פארשטייט איינמאל די ווערטער פון דעם צדיק און ער ווערט מקושר אפילו איין מאל, דעמאלס איז ער מעלה אלע דיבורים פון דעם צדיק צו די כלים פנימיים, ער ווערט מקושר אפילו מיט די פריעדיגע דיבורים וואס דעמאלס איז ער נישט מקושר געווארן פון אנהויב.

דאס איז וואס די גמרא זאגט אונז: אזמנהי ולא צר ביה – עס איז בלויז געווען א הכנה אבער ער איז נישט מקושר געווארן, שרי למיצר ביה זוזי, איז ער נאכנישט קיין כלי שבקדושה. אבער טאמער אזמניה חד זימנא – איינמאל ער האט אויפגעכאפט דעם דיבור פון דעם צדיק, דעמאלס אסור למיצר ביה זוזי – האט עס שוין א קדושה און דערמיט ווערט נתעלה אלע דיבורים פון דעם צדיק אין דעם מקבל.

(ים החכמה – המקובל ר' יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א – תשס"ז – שו"ע הלכות תפילין ס"ג)
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אשתו כגופו (ברכות כד.)

א איד וואס פירט זיך אויף בקדושה, ווערט דערפון א ייחוד אויבן אין הימל, וויבאלד איש ואשה זכו שכינה שרויה ביניהם און עס ווערט א ייחוד, דעריבער איז דאס אשתו כגופו, איין ייחוד פארן באשעפער, ודו"ק.

(דברת שלמה – אסתר)
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

אויף גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מיראת שמים ברענגט ארטסקראל א טייטש פון דברי יואל אז עס גייט ארויף אויף איינער וואס האט הנאה פון זיין עבודת ה' ווי איידער איינער וואס איז אן עובד בלויז מיראה,ווייל ער האט מורא פון א שטראף, אבער שעפט נישט קיין תענוג ונחת רוח פון זיין א קנעכט פאר'ן אויבערשטן.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

תפילות אבות תקנום... כנגד תמידין תקנום (ברכות כו:)

ביידע שיטות זענען גערעכט, ווייל באמת האבן די אבות מתקן געווען די תפילות, אבער בזמן שבית-המקדש היה קיים, האבן די קרבנות מכפר געווען; דער תמיד של שחר האט מכפר געווען אויף די עוונות פון דעם פארגאנגענעם נאכט און דער תמיד של בין-הערביים אויף די עבירות פון דעם גאנצן טאג. אזוי איז אויסגעקומען אז אידן זענען שטענדיג געווען ריין, אן קיין חטא.

יעצט, אז דער בית-המקדש איז שוין חרוב, זענען די תפילות מכפר אויפן מענטש.

(נועם אלימלך חקת)


...
אל יתפלל אדם לא כנגד רבו ולא אחורי רבו (כז:)

וויבאלד עס איז באקאנט דער כלל, אז מורא רבך כמורא שמים, דעריבער וועט אויסקומען א חסרון אין מורא שמים, בשעת דער חסיד שטייט נעבן זיין רבי'ן ביים דאווענען, מחמת אימת רבו. דעריבער זאגט די גמרא אז מען זאל נישט דאווענען קעגן אדער אונטער דעם רבי'ן.

(אוהב ישראל יתרו, בשם המגיד מקאזשניץ)


...
כל תלמיד שאין תוכו כברו אל יכנס לבית המדרש (כח.)

ווי אזוי האט מען געוואוסט ווער עס איז תוכו כברו און ווער נישט?

באמת האט מען גענצליך צוגעשפארט דעם בית-המדרש און קיינעם נישט אריינגעלאזט, נאר די תלמידים וועמען עס האט באמת געברענט צו קומען לערנען, האבן זיך געטראפן דאס וועג אריין, בדרך לא דרך. דאס איז געווען דער סימן אז זיי זענען תוכו כברו און מיט זיי האט מען געלערנט.

(בשם צדיקים)
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”