חסיד נלהב האט געשריבן:מען האט דאך געברענגט א חגיגה שתהא נאכלת על השובע, פארוואס פעלט אויס ביידע?
איך מיין אז איר האט נישט פארשטאנען דעם געדאנק.
עס איז דא אן הלכה אז דער קרבן פסח מוז זיין נאכל על השובע, דערפאר עסט מען קודם די חגיגה פון וואס מ'ווערט זאט, און נאכדעם עסט מען א כזית פונעם קרבן פסח, יעצט בזמן שביהמ"ק היה קיים, האט מען צוזאמען מיטן פסח געגעסן די מצה מרור לקיים מה שנא' על מצות ומרורים יאכלוהו, הייסט דאס אז זייער סדר איז נישט געווען ווי אונזערס, אז מ'הייבט אן די סעודה מיט מצה מרור און הערשט נאכדעם שלחן עורך און אפיקומן (זכר לקרב"פ), נאר קודם די סעודה און צום סוף די פסח מצה ומרור, און דאס זאגט דא רש"י ביי ובלבד שיאכל כזית מצה באחרונה.
יעצט בזמנינו שבעוה"ר אין לנו בית תפארתינו, פסק'נען מיר אז מצה בזה"ז איז א דאורייתא ווייל מיהדר הדריה קרא בערב תאכלו מצות, קומט אויס אז די מצה וואס מיר עסן האט נישט מיטן קרבן פסח, וממילא הייבן מיר אן אונזער סדר פסח ביי די נאכט מיט די מצות עשה דאורייתא פון אכילת מצה, איז אבער מיין קשיא אז די מרור וואס מיר עסן כהיום יום איז דאך יא נאר מדרבנן, אלס א זכר צו בזמן שביהמ"ק היה קיים ווען מ'האט געגעסן דעם קרב"פ מיט מצה און מרור, טא אויב אזוי פארוואס עסן מיר די מרור באלד נאך די מצה און נישט הערשט צום סוף סדר מיט די אפיקומן וואס איז א זכר צום קרב"פ?