פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

דף כ"ו ע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די גמ' ברענגט צו דעם איסור פון המפטם וכו'

ס'איז דא א שיין ווארט פון הייליגן ישמח ישראל, ער זאגט אז א איד איז אנגעבינן מיט ל"ו קשרים צו הקב"ה דורך די ל"ו מס' הש"ס, און ס'איז דא ל"ו איסורי כריתות וואס יעדעס מאל וואס א איד איז רח"ל עובר אויף א איסור כרת רייסט ער אפ איינע פון די קשרים, זאגט ער אבער אז א איד קען קיינמאל נישט ווערן אינגאנצן אפגעריסן פון השי"ת, ווייל וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין זענען דא איסורי כריתות וואס ער קען אפי' נישט עובר זיין, המפטם והסך בשמן המשחה וואס מ'ווייסט נישט היינט וויאזוי עס צו מאכן, מילא בלייבט אלץ דער יעקב "חבל" נחלתו!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

כדאי הוא רבי שמעון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

מיר האבן אריינגעשפרינגען אין מס' פסחים מיט ביידע פוס ב"ה.

אט קומען מיר אן צו דף נ"א ע"ב

דורכאויס דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר געדענקט וואס די גמרא זאגט אין טרוקענע ווערטער:

כדאי הוא רבי שמעון בן יוחי לסמוך עליו בפניו ושלא בפניו

דורך לערנען מאמרי רבי שמעון זענען מיר אלע מקושר מיט רבי שמעון'ן, ותורתו מגן לנו.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אינעןם ניי-איבערגעדרוקטען ספר צפנת פענח די ערשטע דרוש ערך אדם וחוה איז דא א הערליכע דרוש בנוגע צו די סוגיא פון חזקיהו ור' אבהו ושור הנסקל.

ווער עס קען עס אהערברענגן תבוא עליו ברכה
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

געשמאקע עובדא איבער חביבת התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

מ'לערנט יעצט דף כ"ו, ווי די גמרא אויף עמ' ב' ברענגט די ברייתא "ת"ש אבידה לא ישטחנה לא על גבי מטה ולא על גבי מגוד לצורכו"...

איז דבר בעתו צו ברענגען א געשמאקע מעשה'לע איבער חביבת התורה פונעם בארימטן גאון וצדיק רבי אברהם גנחובסקי זצ"ל מראשי ישיבת טשעבין, פונעם נייעם ספר "ויאמר הנני", (ח"א זהותו של גאון, עמ' 52).

חמש מאות מיליוני דולרים - בשבע מילים בתוספות

אסיפה מצומצמת התקיימה בביתו של ר' אברהם, השתתפו בה נגידים יראי שמים ועשירי עם לטובת "המרכז הארצי למען טהרת המשפחה". בסיום הכינוס בשעת יציאת המשתתפים, הצביע מאן דהוא בסערת רוח ואמר: "ר' אברהם! האם כבודו רואה את הגביר שיצא כעת? אם נמלא את החדר הגדול כאן בכסף - את כל החדר מהקרקע ועד התקרה! לא יגיע לכל כך הרבה כסף שיש לו".

על השולחן היתה פתוחה גמרא מס' פסחים, ר' אברהם חייך ופתח לו בדף כ"ו עמוד ב', בתוספות דיבור המתחיל 'מגוד', שיש בו שבע תיבות "פירש רבינו תם כמו לגוד ליה גלימא". הצביע על התוספות וקרא בקול גדול: "כל הכסף שיש לאדם היקר הזה לא שוה כלום מול התוספות הקטן הזה!"

פני המאן דהוא נדמו לרגע, הוא ניסה להבין את המשמעות.

ר' אברהם הביט עליו באושר בל יתואר ותמה: "וכי יש לך איזה ספק בדבר?!"... נשק לגמרא הפתוחה, הניחה ורץ לפתח הבית ללוות את שנים מגדולי התורה שיצאו מהבית.

אותה נשיקה מילונרית שנשק הגאון לשבע התיבות בתוספות, דבקה באוזניו של האיש, ומרשרשת לו עד היום כרשרוש מיליוני שטרות של דולרים.



מיר קענען נישט פארשטיין די "פשטות'דיגע" חביבות התורה פון אזא קליינעם תוספות'ל קעגן עטליכע מיליאן דאללער, אבער דוכט זיך אז מ'זאל פרעגן היינט א "תורתך שעשועי" מעמבער, אויב ער וואלט די הנאה פון קענען מס' עירובין בעל פה פארקויפט פאר א ריזיגע סומע געלט, וואלט דאס נישט אזוי לייכט געווען צו טרעפן. (ולכל הפחות וואלט זיך דאס פארקויפט אין גאר הויכע ציפערן...)

אגב, דער ספר "ויאמר הנני", איז מתוק לחיך, צו לעזן איבער א גאון הגאונים בתורה, און א גאון-גאון-גאון-הגאונים אין מדות תרומיות, אויף א שטייגער וואס איז ממש אין בדוגמתו.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

קושר כתרים האט געשריבן:דבר בעתו צו ברענגען א געשמאקע מעשה'לע איבער חביבת התורה פונעם בארימטן גאון וצדיק רבי אברהם גנחובסקי זצ"ל.


גרויסע דאנק קושר כתרים, גאר א געשמאקע מעשה'לע.

דער ספר "ויאמר הנני" איז אויסגעלאפן פון די געשעפטן נאך איידער ס'איז אנגעקומען, מ'האט עס שוין איבערגעדריקט דריי מאל אין די לעצטע וואכן, גאנץ א"י רעש'ט מיט דעם ספר.

שוין לאנג נישט געווען אזא פראדאקטיווער ספר וואס זאל אויפשטורמען תלמידי חכמ'ישע הערצער צו אהבת חסד און מדות טובות ווי דער ספר.

יעדע מעשה, יעדע עובדא, יעדע שורה איז מתוק לחיך, געשמאק, זיס ווי צוקער, ווי ער איז געפארן אכצן שעה קיין אמעריקא אויפן ראט פון הגר"ח קניבסקי און כמעט פארשפעטיגט דעם פליגער אויף צוריק כדי נישט ארויסצוגיין אינמיטן די דרשה פון בעל ברית, ווי ער האט אפגעזאגט סנדקאות אין ר"ה צוליב זיין קפידא נישט צו דינען אלס כסא של אליהו אין טאג פון נישט גיין לטבילה במקוה מחשש יו"ט, און נאכדעם מוצאי יו"ט גיין באזוכן די יולדות און זיך אפפיקטשערן מיטן רך הנימול, זיין פארברענגען שעות לאנג ביי א תלמיד אין שטוב, וואו די עלטערן זענען געווען ביים דאקטער, כדי צו ראטעווען א בחור'ל מאיסור יחוד, און אזוי ווייטער, הונדערטער בעל-שמ'סקע מדות מעשיות.

חביבות התורה קען מען טרעפן אין אסאך ספרים, אבער חביבות התורה אינאיינעם מיט טהרת המדות, איז רבי אברהם געווען א יחיד בדורו ממש.

לוינט זיך צו קויפן. (קיין באצאלטער אנאנס...)
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

כ״ה :

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

רש״י ד״ה מאי חזית-
מוראדיגע חיזוק ווערטער ״ והתורה לא התירה לדחות את המצוה אלא מפני חיבת נפשו של ישראל״
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

זייער גוט באמערקט.

נאך ברייטער צעפייערט זיך רש"י אויף די זעלבע מימרא אין מס' יומא, דף פ"ב ע"ב:

מאי חזית דדמא דידך סומק טפי - כלומר מאי דעתיך למשרי מילתא משום וחי בהם ולא שימות בהם, טעמו של דבר לפי שחביבה נפשן של ישראל לפני המקום יותר מן המצות, אמר הקב"ה תבטל המצוה ויחיה זה, אבל עכשיו, שיש כאן ישראל נהרג והמצוה בטילה למה ייטב בעיני המקום לעבור על מצותו, למה יהיה דמך חביב עליו יותר מדם חבירך ישראל ההיא עוברה דארחא שהריחה ויום הכפורים היה:

אזוי אויך אין מס' סנהדרין דף ע"ד ע"א
מאי חזית דדמא דידך סומק טפי - מי יודע שיהא דמך חביב ונאה ליוצרך יותר מדם חבירך, הלכך אין כאן לומר וחי בהם ולא שימות בהם, שלא התיר הכתוב אלא משום חביבות נפשם של ישראל להקדוש ברוך הוא, וכאן שיש אבוד נפש חבירו לא ניתן דבר המלך לדחות שצוה על הרציחה:

הכלל, חביבין ישראל לפני המקום, חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

גיט באמערקט ליקוטי רש״י...
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

אין דף כ''ח איז דא אן אינטערסאנטער גמ' מיט דריי סארט משלים ר''י אביי רבא עי' בילקוט הגרשוני בביאור הדברים פון יעדע משל דא אין די גמ'.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

להתחדד האט געשריבן:גיט באמערקט ליקוטי רש״י...


קענסט די מעשה מיטן רבי ר' זושא, ווען א טאטע איז געקומען צום זון אין חלום בצורת כלב, האט ער געהייסן גראבן אין קבר און מ'האט געטראפן א שתי וערב ל"ע. מ'האט אנגעפרעגט דעם גר"א האט ער געזאגט די זעלבע, און צוגעצייכנט א ירושלמי דערצו. ווען מ'האט דערציילט פארן ר"ר זושא אז דער גר"א וואונדערט זיך פון וואו 'ער' האט דאס גענומען, האט דער ר"ר זושא געענטפערט:
"איך האב עס גענומען פון דארט וואו דער ירושלמי האט דאס גענומען"...
ודי לענינינו.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

די גמרא אויף דף כ"ד ע"א וויל ארויסלערנען א ק"ו/היקש פון מעשר שני אויף בשר קודש אז ס'איז דא א לאו צו עסן בטומאה.

רש"י שטעלט זיך שוין אז דער פסוק ביי מעשר שני "ולא בערתי ממנו בטמא" איז דאך בלויז א חלק הוידוי וואס מ'זאגט, און נישט א לאו, און רש"י צייכנט אן צו א איסור לאו אין מס' יבמות, פונעם פסוק לא תוכל לאכול בשעריך וגו'.

אויף די רש"י איז ממש א פליאה עצומה, ווייל ס'איז דאך עיקר חסר מן הספר, אויב דער לאו איז פון לא תוכל לאכול בשעריך, פארוואס ווערט דאס נישט דערמאנט אין די גמרא?


אבער אן אנדערע שיינע קשיא ווערט געברענגט אין ספר ליקו"ת, בשם הרה"ק מהר"מ מרימנוב זצוק"ל, און כ'וועל עס מעתיק זיין בלש"ק:

"בוידוי מעשר שני במאמר "עשיתי ככל אשר צויתני", צריך מובן למה נקרא 'וידוי', שהרי שבח הוא שמקיים מצות שבתורה, ואמר כ"ק [=כבוד קדושתו] שהסימן לאדם כאשר מקיים מצות התורה ועבודה בתורה ובתפלה, אם הוא עושה כראוי אזי ידע בעצמו שעדיין לא עשה כלום, ואם סובר בעצמו שעשה כראוי, זה סימן ח"ו שלא עשה כראוי. וזה המאמר רמז לדרכי עבודה, עשיתי ככל אשר צויתני שפירש"י שמחתי ושימחתי בו, זה בחי' וידוי שאני סובר שקיימתי כאשר צריך לקיים וסובר שעשיתי כראוי, עכ"ל.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לולי תורתך שעשועי »

להתחדד האט געשריבן:רש״י ד״ה מאי חזית-
מוראדיגע חיזוק ווערטער ״ והתורה לא התירה לדחות את המצוה אלא מפני חיבת נפשו של ישראל״

קושר כתרים האט געשריבן:זייער גוט באמערקט.

נאך ברייטער צעפייערט זיך רש"י אויף די זעלבע מימרא אין מס' יומא, דף פ"ב ע"ב:

מאי חזית דדמא דידך סומק טפי - כלומר מאי דעתיך למשרי מילתא משום וחי בהם ולא שימות בהם, טעמו של דבר לפי שחביבה נפשן של ישראל לפני המקום יותר מן המצות, אמר הקב"ה תבטל המצוה ויחיה זה, אבל עכשיו, שיש כאן ישראל נהרג והמצוה בטילה למה ייטב בעיני המקום לעבור על מצותו, למה יהיה דמך חביב עליו יותר מדם חבירך ישראל ההיא עוברה דארחא שהריחה ויום הכפורים היה:

אזוי אויך אין מס' סנהדרין דף ע"ד ע"א
מאי חזית דדמא דידך סומק טפי - מי יודע שיהא דמך חביב ונאה ליוצרך יותר מדם חבירך, הלכך אין כאן לומר וחי בהם ולא שימות בהם, שלא התיר הכתוב אלא משום חביבות נפשם של ישראל להקדוש ברוך הוא, וכאן שיש אבוד נפש חבירו לא ניתן דבר המלך לדחות שצוה על הרציחה:

הכלל, חביבין ישראל לפני המקום, חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום.


דעם שבת ביים איבערחזר'ן דעם שיעור איז מיר איינגעפאלן א "ווארט", וואס האט א שייכות מיט'ן שיעור השבוע פון 'תורתך שעשועי' און די פרשת השבוע פ' במדבר.

איך האב געזען אין איינס פון די ליקוטים ספרים. ברענגט ער דארט א אינטערסאנטע זאך, אז אין יעדן ערשטן פסוק פון יעדן ספר פון די חמשה חומשי תורה, טייטשט רש"י אויס אז דער פסוק קומט מודיע זיין "חיבתן של ישראל"!

בראשית: מה טעם פתח בבראשית וכו' שאם יאמרו וכו' הוא בראה ונתנה לאשר "ישר בעיניו". וכ"כ בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית.
שמות: אף על פי שמנאן בחייהן וכו' להודיע חבתן וכו'.
ויקרא: לכל דברות ולכל אמירות ולכל ציוויים קדמה קריאה, לשון חבה וכו', אבל לנביאי אוה"ע וכו'.
במדבר: מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה וכו'.
דברים: לפי שהן דברי תוכחות וכו' והזכירם ברמז מפני כבודן של ישראל.

עד כאן וואס ס'ווערט דארט געברענגט. [איך געדענק שוין נישט דעם נאמען פונעם ספר. ס'איז א פאפולערער ליקוט וואס האט קורצע 'ווערטער' און מעשה'לעך אויף די סדרה]

איז מיט דעם רש"י דא אין פסחים (און די זעלבע די אנדערע רשי"ס אין יומא און סנהדרין) קען מען מוסיף זיין תבלין און א שטיקל הסבר אויף דעם: אז די סיבה פארוואס די תורה איז טאקע מרמז חיבתן של ישראל אינעם ערשטן פסוק פון יעדן ספר פון די 5 חומשים, איז בכדי צו ווייזן דעם ענין באלד ביים אנפאנג פון יעדן ספר, "שלא התיר הכתוב לדחות את המצות אלא משום חביבות נפשם של ישראל להקדוש ברוך הוא", ודו"ק.
---

דרך אגב: אויב מעג איך פארקריכן מענין לענין:

מיט דעם האב איך געקלערט צו טייטשן דעם נוסח ביי קידוש: "תחילה למקראי קודש זכר ליציאת מצרים".

ווייל ס'איז דאך ידוע די קושיא וויאזוי דער באשעפער איז אראפגעקומען קיין מצרים להכות את המצרים וכו' אני ולא שליח וכו', השי"ת איז דאך שומר משמרתה של תורה, ויש לו דין כהן ואסור לו לטמא א"ע, נאר די מפרשים ענטפערן דערויף אז וויבאלד ס'איז געווען אן ענין פון פיקוח נפש, ווייל אילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו וואלטן די אידן ח"ו אריינגעפאלן בנ' שער הטומאה כידוע, ממילא האט השי"ת כביכול געקענט עובר זיין אויפן איסור טומאת כהן.

דאס קען זיין פשט: "תחילה למקראי קודש" -- דער אנהויב פון אלע מקראי קודש פון די חמשה חומשי תורה, וואס דאס ווייזט דאך אויף חיבתן של ישראל כנ"ל --- דאס איז א "זכר ליציאת מצרים" -- ווייל נאר צוליב דעם האט געקענט נדחה ווערן דער איסור פון טומאה לכהן, ווייל ס'איז געווען אן ענין פון פיקוח נפש, און לא התיר לדחות את המצות אלא משום חביבות נפשם של ישראל להקב"ה. והבן.
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

דף לה

די משנה און די גמרא האט מען געהאט אין ברכות, שבת, עירובין אין יעצט אין פסחים

די תוספות יו״ט פרעגט פארוואס די הלכה שטייט אפאר מאל, איך וויס נישט וואס ער ענפערט

איך האב אמאל געהערט פין הרב ר׳ מאיר צוויבעל זייער א שיינע טעם
ווייל רבינו הקדוש איז דאך געווען זייער א גרויסע עושר עס האט אים אייביג זייער געבאדערט אז די מורידיגע תפלה פין אן ארימאן תפלה לעני כי יעטף קען ער נישט בעטען
יעצט ווען רבי האט געזען די הלכה אז ״דאי בעי מפקר לנכסיה הוי עני״ קען דאך יעדער זיין אן עני קימט אויס אז יעדע עושר קען בעטען די תפלה איז פאר רבי געווען אזוי חשוב די הלכה האט ער עס אריינגלייגט אפאר מאל אין אזוי ווי מען לייגעט דע הלכה האט רבי שוין אריין געלייגעט די אלע אנדרע הלכות פין די משנה.

עד כאן דברי הרב מכאן ואילך...

אפשר קען זיין רבי האט געוואלט מרמז זיין אז מען דארף האלטען אין איין מאכן חזרה..בעסער געזאגט אז מען דארף 4 מאל לערנען פארן חזרן...
לעצט פארראכטן דורך להתחדד אום דינסטאג יוני 03, 2014 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

א גוט"ן שב"ת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

אז מ'רעדט שוין פון רבי מאיר צוויבל מיט זיינע בליציגע געדאנקען, הער איך בשמו
אז מ'קען זיך דורכקומען מיט ביידע חבורות, מס' גיטין (ישראל ואורייתא/זכרו) און מס' שבת (יסודי התורה)
ובכגון דא וואונטשן זיך אידן הארציג: "א גוטן - שבת"...... ודפחחחחח"ח
לעצט פארראכטן דורך ישמחו אום דינסטאג יוני 03, 2014 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

שבת היום, פסח היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

א שטארק טרעפליך געדאנק האט ר' ישראל בער שטיין געזאגט ביים גרויסן מעמד הסיום, אויף די גמרא אין מס' מגילה י"ג ע"ב, וואס דער רשע המן האט זיך אפגערעדט אויף כלל ישראל "דמפקי ליה לכולהו שתא בשה"י פה"י", זאגט רש"י אז דאס איז נוטריקון "שבת היום, פסח היום".

האט ער געזאגט א שיינעם רמז, כלל ישראל איז עוסק אין די צוויי מסכתות, "שבת היום", מ'לערנט מס' שבת (יסודי התורה), און "פסח היום", מ'לערנט מס' פסחים (תורתך שעשועי), דעריבער "ואת דתי המלך אינם עושים", מ'האט נישט קיין צייט פאר אנדערע נארישקייטן.

שפתיים ישק.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין די גמרא פסחים פו: זאגט די גמרא די באקאנטע מאמר חז"ל כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה און דער אויספיר "חוץ מצא" איז איינגערינגלט ועי' במסורת הש"ס מראי מקומות לב' הגירסאות עם טעמיהם.

זאגט דא דער הייליגער שפת אמת זצ"ל אז אולי איז דער חלק "חוץ מצא" געווען א הוסםה און תנאי צו דעם כלל, נאך די פארווייטאגטע באקאנטע מעשה פון קמצא ובר קמצא, אז אויב דער "צא" קומט מיט בזיונות איז מען בארעכטיגט נישט צו פאלגן.

ודפח"ח
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:אין די גמרא פסחים פו: זאגט די גמרא די באקאנטע מאמר חז"ל כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה און דער אויספיר "חוץ מצא" איז איינגערינגלט ועי' במסורת הש"ס מראי מקומות לב' הגירסאות עם טעמיהם.

זאגט דא דער הייליגער שפת אמת זצ"ל אז אולי איז דער חלק "חוץ מצא" געווען א הוסםה און תנאי צו דעם כלל, נאך די פארווייטאגטע באקאנטע מעשה פון קמצא ובר קמצא, אז אויב דער "צא" קומט מיט בזיונות איז מען בארעכטיגט נישט צו פאלגן.

ודפח"ח


דער רבי זי"ע זאגט אין א באקאנטע הו"ר תורה פון הייליגן ישמח משה אויפ'ן פסוק אין איכה גדר בעדי ולא אצא, אז ס'זעהט אמאל אויס ווי מ'האט געמאכט א גדר פאר אידישע קינדער, מ'האט געמאכט א גדר מ'זאל נישט קענען צוקומען צום בורא כל עולמים, אבער כל מה שאומר לך בעה"ב עשה חוץ מצא, ולא אצא, מיר וועלן נישט אוועקגיין פון רבוש"ע!

הוי האט דער עולם געוויינט, מ'קען עס הערן אויפ'ן טעיפ.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »



כ'וויל נאר זאלסט זיך עפענען די אויגן, ניין אויער, און הערן אביסל הייליגע ווערטער פון א צדיק אמת, ליידער די אינגע דור הערט ווייניג צו די ווערטער פון דעם איש אלקים וואס האט נאך געלעבט אין אונזערע צייטן, ער וואשט דאך אויס אידישע הערצער.

כ'וואלט ארויסגעגעבן א MP3 פון אלע אזאליכע שטיקלעך, ס'איז דאך דא א געוואלד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איך האב נישט געהערט וואס די האסט ארויך געלייגט
אבער די ווארט זאגט די רבי הו"ר תש"י וואס איז אויסגעפאלען פרייטאג או די רבי זאגט דארט אויך די ווארט אז ממוז זיך צואיילען ווייל ס'קומט שוין שבת, זאגט די רבי אז מ'האלט שוין טיף אריין אין אלף השישי וואס איז ביים רבש"ע אויך ערב שבת נאכמיטאג בעט מען דעם רבש"ע ער זאל אויך שוין צואיילען די גאולה און ער טייטשט מהר אהוב כי בא מועד
און ווי שמעלקא זאגט דער עולם קייכט אריין דארט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך האב נישט געהערט וואס די האסט ארויך געלייגט
אבער די ווארט זאגט די רבי הו"ר תש"י וואס איז אויסגעפאלען פרייטאג או די רבי זאגט דארט אויך די ווארט אז ממוז זיך צואיילען ווייל ס'קומט שוין שבת, זאגט די רבי אז מ'האלט שוין טיף אריין אין אלף השישי וואס איז ביים רבש"ע אויך ערב שבת נאכמיטאג בעט מען דעם רבש"ע ער זאל אויך שוין צואיילען די גאולה און ער טייטשט מהר אהוב כי בא מועד
און ווי שמעלקא זאגט דער עולם קייכט אריין דארט


ס'איז דאכט זיך תשי"ט

דאס ווארט זאגט ער פונעם הייליגן קדושת יו"ט וואס האט עס געזאגט אין א הו"ר וואס איז געפאלן אין א פרייטאג.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

כל מה שאמר לך בעה"ב עשה חוץ מצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין בן יהודע פון בן איש חי האב איך געזעהן אפאר שיינע מהלכים דערויף.

ער פרעגט אז ס'קען נישט זיין אז מ'זאל קענען זאגן פאר א בעה"ב אז כ'האלט נישט ביים ארויסגיין פון ביי דיר אינדערהיים.

נאר זאגט ער אזוי:
אדער מיינט עס חוץ מצא, ווען דער בעה"ב הייסט אים ארויסגיין אים צו ברענגען עפעס פון די גאס;
אדער מיינט עס חוץ מצ"א, צ"א איז ר"ת צ'ד א'שה, אז ער הייסט אים העלפן זיין, ווייב, דאס מוז ער נישט טוען משום חשדא;
אדער איז ר"ת צ'ד א'יסור, אויב ס'האט אין זיך א צד איסור, אפגערעדט פון א איסור דרבנן, נאר אפי' א צד איסור דארף ער עס נישט טוען;
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”