קושיות והערות על שיעור היום - מסכת תענית

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

מיללער האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:תוס' טו עב ד"ה ונותנין אפר, ואותו אפר הוי מעצם אדם וכו'.

א טעכנישע פראגע. וואו האט מען געהאט אפר פון א מענטש?

סאך א שטערקערע קשיא אויף די תוס' פרעגט דער הייליגער יעב"ץ אמער יצחק איז דאך למעשה קיינמאל נישט נשחט געווארן ונשחט תמורו איל, טא פון וועלכע עצמות אדם רעדט תוס' וואס איז געווען ביי די עקידה?

עי' בספר אוצר חיים מה שהגיה בדברי התוס' בזה, ומיושב גם תמיהת מעלתו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=31
(אגב, ברוך שובך לברכה לאתרינו, מ'האמיר זיך שוין לאנג נישט צונויפגעשמועסט)

יישר כח.

די צווייטע קושיא האט מיר געעגעבערט. איך האב מיר מדחיק געווען אז עס איז א זכר פאר יצחק. הגם ער איז נישט גע'שחט'ן געווארן, אבער חישב לעשות ולא עשה וכו'
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

מיללער האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:תוס' טו עב ד"ה ונותנין אפר, ואותו אפר הוי מעצם אדם וכו'.

א טעכנישע פראגע. וואו האט מען געהאט אפר פון א מענטש?

סאך א שטערקערע קשיא אויף די תוס' פרעגט דער הייליגער יעב"ץ אמער יצחק איז דאך למעשה קיינמאל נישט נשחט געווארן ונשחט תמורו איל, טא פון וועלכע עצמות אדם רעדט תוס' וואס איז געווען ביי די עקידה?

עי' בספר אוצר חיים מה שהגיה בדברי התוס' בזה, ומיושב גם תמיהת מעלתו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=31
(אגב, ברוך שובך לברכה לאתרינו, מ'האמיר זיך שוין לאנג נישט צונויפגעשמועסט)

די קשיא איז נישט אזוי שווער מזעהט אזא לשון ווי רש"י ברענגט ויקרא כו מב פון תו"כ עפרו של יצחק נראה לפני צבור ומונח על המזבח, וכן בראשית כב יד ברענגט ער פון ירושלמי תענית אפרו של יצחק צבור ועומד לכפרה, און די גמ' אין זבחים סב ברענגט לענין מקום המזבח אפרו של יצחק ראו שמונח באותו מקום.

און אויף די ערשטע קשיא אפשר קען מען זאגען אז תוס' מיינט נישט עצם אדם א ביין נאר מעצמיות האדם דהיינו פון האר אדער הויט, און אזוי איז אויך משמע לשון התוס' טז. ד"ה אפר פי' אותו אפר הוה 'מדבר' הנשרף מעצמות אדם, אבער טו: פירט תוס' אויס ובעקידה היה עצמות, איז יא משמע ער מיינט עצמות ממש, ואינו מוכרח
חבר תורתך שעשועי
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר תורתך שעשועי »

תענית דף טז עמוד א' רש''י ד"ה מורא לעובדי כוכבים ששומעין גדולות ישראל וירושלים ומתפחדים עליהם שמעתי לישנא אחרינא הר המוריה הר סיני מורא לעובדי כוכבים במתן תורה דכתיב (תהלים עו) ארץ יראה ושקטה: וואס איז די פשט הר המוריה איז אין א"י הר סיני איז אין מדבר..?
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

חבר תורתך שעשועי האט געשריבן:תענית דף טז עמוד א' רש''י ד"ה מורא לעובדי כוכבים ששומעין גדולות ישראל וירושלים ומתפחדים עליהם שמעתי לישנא אחרינא הר המוריה הר סיני מורא לעובדי כוכבים במתן תורה דכתיב (תהלים עו) ארץ יראה ושקטה: וואס איז די פשט הר המוריה איז אין א"י הר סיני איז אין מדבר..?

עיין מהר"ץ חיות, ומצפה איתן, בילקוט מפרשים
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

יז. כהן שמכיר משמרתו ובית אב שלו וכו' אסור לשתות יין וכ' שמא יבנה ביהמ"ק און ער וועט דארפן טון די עבודה, לכאורה איז פון דא א ראיה אויף הלכה למעשה צו וואס רש"י זאגט אין ר"ה ל. און סוכה מא. און אזוי אויך תוס' שבועות טו: אז די בית השלישי גייט אראפקומען בנוי ומשוכלל, און ס'וועט שוין זיין גרייט לעבודה נאך פאר ס'וועט זיין צייט זיך אויס צוניכטערען
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

דף יח: - יט.

די משנה זאגט דארט אז אויב קומט גשמים נאר אויף איין שטאט און אויף איין שטאט נישט, איז די שטאט וואס ס'רעגנט נישט מתענה ומתרעת וכל סביבותיה מתענות ולא מתריעות. און רש"י איז מסביר אז פארדעם דארפן די ארומיגע שטעט אויך פאסטן ווייל מ'גייט קומען איינקויפן ביי זיי אין שטאט תבואה און ס'וועט זיין א הונגער ביי זיי אין שטאט אויך.

די משנה זאגט ווייטער אז ביי א דבר אדער מפולת איז די זעלבע זאך, אותה העיר מתענה ומתרעת וכל סבבותיה מתענות ולא מתריעות, אבער דא זאגט רש"י נישט גארנישט פארוואס די אנדערע שטעט דארפן אויך זיך משתתף זיין אין די פאסטן און דא איז נישט עכט שייך די טעם פון אויבן ביי עצירת גשמים.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

yahoo האט געשריבן:דף יח: - יט.

ביי דבר האב איך מורא עס וועט זיך פארשפרייטען אהער ווי ס'שטייט אין די גמ' כא: איכא מותנא ביה חוזאי וכו' ליכא מעברא וכו',

אזוי אויך מפולת פון רוחות איז דאך פשוט עס קען בלאזן אהער.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

משנה כו. עלכל משמר ומשמר היה מעמד בירושלים של כהנים של לוים ושל ישראלים, ומבואר בגמ' כז. אמר רב יהודה אמר שמואל כהנים לוים ישראלים מעכבין את הקרבן, פרש"י אם אין מעמד מכולם בירושלים וכו' דכיון דכולהו בעלים בעינן דליהוי כולהו על גבי עבודה.

פארוואס קענען נישט כהנים שטיין פאר ישראלים, ישראלים פאר פאר כהנים לוים, לוים פאר כהנים לישראלים? נאר ס'דארף דוקא זיין פון אלע דריי, לענין דעם קרבן צבור זענען דאך אלע בעלים שוים, קען דען נישט א כהן זיין א שליח פאר א ישראל/לוי בכל התורה כולו?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלע רעדן וועגן די קשיא, בפשטות וועגן שבט אחד איקרי קהל און עס דארף זיין פארשטייער פון יעדן שבט.

עי' חידושים וביאורים להגר"ח גריינימן זצ"ל
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

כט. דכתיב ובחודש החמישי בשבעה לחודש וכו' וכתיב ובחודש החמישי בעשור לחודש וכו' הא כצד בשביעי נכנסו להיכל ואכלו וקלקלו בו שביעי שמיני ותשיעי וסמוך לחשיכה הציתו בו את האור.

שטייט ווייטער אין די גמ' אמרו כשחרב ביהמ"ק בראשונה אותו היום תשעה באב היה וכו' ומשמרתה של יהוריב היתה והלוים היו אומרים שירה ועומדין על דיכנם, איז מבואר אז ביז די לעצטע מינוטן וואס מ'האט אונטערגעצינדען דעם היכל איז די עבודה אנגעגאנגען, און אזוי אויך ווייטער זאגט די גמ' כשחרב ביהמ"ק בראשונה נתקבצו כיתות כיתות של פרחי כהונה ומפתיחות ההיכל בידן ועלו על גג ההיכל וכו' והם קפצו ונפלו לתוך האור, און אויבן זאגט די גמ' אז פון שביעי און שמיני זענען די נכרים שוין אריין אין היכל.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תענית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איז א ארז גזע מחליף אדער נישט?
לכאורה סתירה מדף כ׳. לדף כ״ה:
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נאטרוליסט האט געשריבן:איז א ארז גזע מחליף אדער נישט?
לכאורה סתירה מדף כ׳. לדף כ״ה:

די גמרא אליינס (תענית) פרעגט דאך א סתירה און ענטפערט. נישט אזוי?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיללער האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:תוס' טו עב ד"ה ונותנין אפר, ואותו אפר הוי מעצם אדם וכו'.

א טעכנישע פראגע. וואו האט מען געהאט אפר פון א מענטש?

סאך א שטערקערע קשיא אויף די תוס' פרעגט דער הייליגער יעב"ץ אמער יצחק איז דאך למעשה קיינמאל נישט נשחט געווארן ונשחט תמורו איל, טא פון וועלכע עצמות אדם רעדט תוס' וואס איז געווען ביי די עקידה?

עי' בספר אוצר חיים מה שהגיה בדברי התוס' בזה, ומיושב גם תמיהת מעלתו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=31
(אגב, ברוך שובך לברכה לאתרינו, מ'האמיר זיך שוין לאנג נישט צונויפגעשמועסט)

וועגן עצמות אדם, איך בין נישט אזוי קלאר אין די הלכהדיגע חלק. דאס איז זיכער אז א מת איז אסור בהנאה, אבער טאמער איז א מת אדער א חלק פון א מת פארברענט געווארן איז דא א חיוב קבורה אויף די אפר? איז עס אין כלל פון איסור פון לא תלין אדער עס הייסט שוין אפר.

אן ענדליכע קושיא-עיון האב איך פונקט געהאט היינט איבער דעם באקאנטען רבי יוחנן, דין גרמא דעשיראה ביר. האט רבי יוחנן נישט באגראבן א ביין פון זיין זון? וואס איז פשט?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

הבוחר בטוב האט געשריבן:יז. כהן שמכיר משמרתו ובית אב שלו וכו' אסור לשתות יין וכ' שמא יבנה ביהמ"ק און ער וועט דארפן טון די עבודה, לכאורה איז פון דא א ראיה אויף הלכה למעשה צו וואס רש"י זאגט אין ר"ה ל. און סוכה מא. און אזוי אויך תוס' שבועות טו: אז די בית השלישי גייט אראפקומען בנוי ומשוכלל, און ס'וועט שוין זיין גרייט לעבודה נאך פאר ס'וועט זיין צייט זיך אויס צוניכטערען

שיינע הערה. די שאלה איז, אפשר וועט מען טוען די עבודה אפילו די ביהמ"ק איז נאך נישט אויפגעבויט וכולי (סוגיא מקריבין אע"פ שאין בית)
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”